☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17155

אלפא » זונטאג יולי 21, 2024 2:24 pm

· #568381
פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
ברעכענדירענדע נייעס!

נצחו אראלים את המצוקים, די דיעפ-סטעיט האט ווידער געוואונען, און פרעזידענט דזשאו ביידען איז איינגעגאנגען צו פארלאזן דעם 2024 פרעזידענטליכע פארמעסט!

דאס קומט נאך וואכן פון פרעשור איבער זיין געזונט צושטאנד און קאגנעטיווע מעגליכקייטן, ווי ער האט זיך למעשה געבראכן און מודיע געווען היינט - זונטאג פינחס - יולי דעם איין און צוואנציגסטן - אז ער לאזט איבער דעם פארמעסט אנקעגן דאנעלד טראמפ, לרעותו הטובה ממנו.

קיין פרטים איבער ווער עס גייט אים ערזעצן אינעם געלויף פארן נאמינאציע אינערהאלב דעם דעמאקראטישן פארטיי איז נאכנישט פארהאן, נאטורליך איז וויצע פרעזידענט קאמאלא העריס הויך אויפן ליסטע, עס בלייבט נאר איבער צו זען וואס עס קאכט זיך אויס דערפון.

גרייטס אייך פאר דראמא!

אלפא » זונטאג יולי 21, 2024 2:31 pm

· #568384
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
פאלגענד איז די בריוו וואס דער פרעזידענט האט געשריבן צום אמעריקאנעם פאלק איבער זיין באשלוס:

📎 37384880-full.pdf📎 Biden.png

גימפל הכהן » זונטאג יולי 21, 2024 2:36 pm

· #568386
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
שרייטס אלע דער זיידע ר' ביידען ער גייט! ער גייט!

נישט פארגעסן שבת געלט...

משה רבקש » זונטאג יולי 21, 2024 3:34 pm

· #568389
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
ממה נפשך. אויב איז ער בעצם יא קאמפעטענט צו פירן דאס לאנד דאן פארוואס האט ער זיך אפגעפעקלט. אלא מאי, מוז זיין אז ער איז באמת אלט און שוואך, טא פארוואס האט ער נישט רעזיגנירט פון אמט עפעקטיוו -אימידיעטלי?

yesiknow » זונטאג יולי 21, 2024 3:43 pm

· #568390
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
א פעסטע קשיא ר משה ,
וועם עקספעקסטו צו ענטפערען א תירוץ דא אין שטיבעל , מיר אלע האבען די זעלבע קשיא

פוילישע פעפער » זונטאג יולי 21, 2024 3:45 pm

· #568391
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
משה רבקש #
ממה נפשך. אויב איז ער בעצם יא קאמפעטענט צו פירן דאס לאנד דאן פארוואס האט ער זיך אפגעפעקלט. אלא מאי, מוז זיין אז ער איז באמת אלט און שוואך, טא פארוואס האט ער נישט רעזיגנירט פון אמט עפעקטיוו -אימידיעטלי?
אט דאס האט טראמפ געטאנעט געציילטע מנוט'ן צרויק
און ער האט געפאדערט אז ביידען זאל זיך זאפארט אפזאגען

אלע צוזאמען » זונטאג יולי 21, 2024 3:54 pm

· #568393
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
ער מעלדט און א טוויט אז ער גייט, אן אינדארסירן קיינעם.

זיינע סטעפערס, און די קאמפיין איינגעשטעלטע האבן נישט געהאט קיין אנונג.

א האלבע שעה שפעטער אינדארסירט ער העריס.

וואס נאך?!
אונז האלט מיר מיט א פוטש אין פולשטענדיג זין פון ווארט.

[NAMELESS] » זונטאג יולי 21, 2024 4:10 pm

· #568396
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
אוי
דזשיל ביידען וועט נישט מעהר קענען זיצען אויף'ן טרוין....

שאלתיאל » זונטאג יולי 21, 2024 4:47 pm

· #568401
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
איך דערמאן ענק פון ווי אלעס האט זיך אנגעפאנגען.
צוויי יאר צוריק, ווען די ניו יורק טיימס פובליציסטן און CNN קאמענטעטער'ס האבן נאך געהאלטן אז פרעזידענט ביידן איז א ענערגישע ענטוזיאסטישע און שפיצזיניגע יונגערמאן פיל מיט שמחת החיים און די שמועות איבער'ן צושטאנד זענען געווען בייזוויליגע רעכטע קאנסיפראציעס איז שוין שאלתיאל פון קאווע שטיבל געקומען צו די מסקנה, נאך לאנגע שעה'ן דורכקוקן און פארשן געהיימע זעלטענע דאקומענטאציעס אויף יוטיוב, אז מעגליך און עפעס קומט פאר מיט ביידן. פון דארט האט זיך די שניי-באל זיך גענומען ראלן מיט א שטאטקייט און נאך צוויי יאר איז מען טאקע געקומען דארט צום הבנה אז ער איז פארט נישט די מערסט צוגעפאסטע מענטש צו דעם פאסטן.

ווען ער וואלט מיך אבער צוגעהערט דעמאלט וואלט ער זיך די גאנצע סאמעטוכע פארמיטן..

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=15251

[NAMELESS] » זונטאג יולי 21, 2024 4:56 pm

· #568403
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
רבי שאלתיאל, שגיאות מי יבין.....
באשערטע זאכען

משה רבקש » זונטאג יולי 21, 2024 4:56 pm

· #568404
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
נעקסט טיים ווארט נישט ביז דער פרעזידענט רופט דיר. זאג אים עס אומגעפרעגט. עס איז נישט אזוי שווער. צווישן דיר און דער פרעזידענט איז דא איין עזרא פריעדלענדער. לא נפלאת הוא ממך ולא רחוקה הוא....

שטריימל באקס » זונטאג יולי 21, 2024 5:05 pm

· #568407
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
משה רבקש #
ממה נפשך. אויב איז ער בעצם יא קאמפעטענט צו פירן דאס לאנד דאן פארוואס האט ער זיך אפגעפעקלט. אלא מאי, מוז זיין אז ער איז באמת אלט און שוואך, טא פארוואס האט ער נישט רעזיגנירט פון אמט עפעקטיוו -אימידיעטלי?
סטופיד טענה. ער קען פיין פירן יעצט, ער טרעט נאר אפ ווייל ער ווייסט נישט צו ער וועט קענען פירן דאס לאנד דריי יאר ארים.

משה רבקש » זונטאג יולי 21, 2024 5:13 pm

· #568408
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
שטריימל באקס #

סטופיד טענה. ער קען פיין פירן יעצט, ער טרעט נאר אפ ווייל ער ווייסט נישט צו ער וועט קענען פירן דאס לאנד דריי יאר ארים.
אויב קען ער יעצט פירן דאס לאנד פארוואס זאל ער נישט קענען אין 3יאר ארום??
איז עס צוליב זיין יארגאנג וואס ברענגט ארויף זארגן אויף דער צוקונפט? זאל טראמפ אויך אפטרעטן...

שטריימל באקס » זונטאג יולי 21, 2024 5:20 pm

· #568410
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
סימפל. מ׳זעט ווי ער ווערט שוואכער יעדן טאג קען מען זיך פארשטעלן וויאזוי ער וועט אויס זען ביי די 86. דאס מיינט נאכנישט אז ער קען נישט פירן יעצט.

האי פרושא » זונטאג יולי 21, 2024 9:15 pm

· #568423
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
וואס האט טראמפ יעצט פארדינט?

איך אויך » זונטאג יולי 21, 2024 9:59 pm

· #568424
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
אז ביידן האט זיך פורש געווען.

כספי » מאנטאג יולי 22, 2024 1:45 am

· #568431
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
זייער א קלוגע שריט פון פרעזידענט ביידן! כאטשיג ס'קען זיין אז ס'איז אביסל שפעט, אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל. ס'הייטערט שטארק אויף די דעמאקראטישע בעיס, וואס האט געהאלטן אז די פארמעסט איז מער ווייניגער אווער, נאך וואס ביידן איז מיאוס אדורכגעפאלן ביי די פאריגע דעבאטע, און כאטשיג די דעמאקראטישע וויילער האבן פיינט שנאת מות דעם געוועזענעם טראמפ (כלשוה"ק פון ביידן), וואלט לכאורה געווען גאר א שוואכע טורנאוט. ביידן וועט לכאורה כפי הנראה געדענקט ווערן אין די היסטאריע ביכער, אלס גאר מכובד'דיגער פרעזידענט פון די שיירים פון די פארצייטישע גווארדיע, וואס אמעריקע האט נאך עפעס געמיינט ביי עם. די שפיץ פון זיין קאריערע וועט זיין - דאס וואס ער האט איבערגעלאזט די פארמעסט, וויבאלד ער האט געשפירט אז ער האט שוין נישט וואס צו בלייבן.

איך ווייס טאקע נישט וויפיל כח ער האט געהאט זיך צו שלאגן מיט אבאמא שומער פעלאסי וכו', וואס האבן עם געוואלט ארויסזען, אבער ווי קטלא קניא שרייבט אין טוויטער (X) הלואי אויף אונזערע פירער, זאלן זיך ארויסזען פון הנהגה ווען די צייט קומט. ואני הק' מוסיף ואומר, נישט נאר אונזערע פירער - נאר אסאך פאליטישע פירער (אן געבן נעמען), וואלטן אויך געמעגט וויסן וואו איין און וואו אויס. דאס איז חוץ המעשה אז וואס לענגער א מענטש איז אין תפקיד, איז אסאך גרעסער די טשענסעס ער זאל ווערן פארפוילט. ועל זה אמר החכם 'The longer a person is in duty, the more chances there is for him to become dirty'.

ווי ס'קוקט יעצט אויס איז קאמאלע העריס די פארטיגע נאמיני פון די דעמאקראטישע פארטיי, ונזכה ונחיה ונראה. (געדענק איך ווי אלס פרומער בחור ביי די 16' וואלן, כאטשיג כ'בין גענויגט לינק, און כ'האב געוואלט קלינטאן זאל געווינען. האב איך די טאג פון די וואלן געטוישט מיין מיינונג, טראכטנדיג אז אויב ווערט זי פרעזידענט וועלן אסאך היימישע אידן נכשל ווערן אין ראיית אשה, סאו זאל זי פארלירן - - - וכך הוה!... [אויף דעם זאגט דאך שוין דוד'ל חשבתי ימים מקדם וגו', כמו שכתבתי במקום אחר.])

שאלתיאל » מאנטאג יולי 22, 2024 3:23 am

· #568432
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
ווען נישט ער פארלירט שטיצע אין פארטיי און זיינע נאנטע צווינגן אים אראפ מיט געוואלד פון די קרנות המזבח וואלט ער ווייטער פראבירט זיך אנהאלטן מיט כוח אזוי ווי ער האט געטון ביז יעצט. עס איז נישט קיין נאבעלע שריט פון א קלוגע מנהיג, עס איז א פאליטישע דעסישן וואס א פאליטישן נעמט ווען ער האט נישט קיין אנדערע ברירה. דא האט מען נאך געדארפט מיט כוח עס מסביר זיין פארן אלטיטשקער

בר גיורא » מאנטאג יולי 22, 2024 7:09 am

· #568434
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
שאלתיאל #
ווען נישט ער פארלירט שטיצע אין פארטיי און זיינע נאנטע צווינגן אים אראפ מיט געוואלד פון די קרנות המזבח וואלט ער ווייטער פראבירט זיך אנהאלטן מיט כוח אזוי ווי ער האט געטון ביז יעצט. עס איז נישט קיין נאבעלע שריט פון א קלוגע מנהיג, עס איז א פאליטישע דעסישן וואס א פאליטישן נעמט ווען ער האט נישט קיין אנדערע ברירה. דא האט מען נאך געדארפט מיט כוח עס מסביר זיין פארן אלטיטשקער
סהאט נאך קיינער נישט אפגעטרעטען פון א פאזיציע פון פאער (נאכדערצו פון זיין די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען) אן מזאל עס אים "מסביר זיין". די פאקט אז ער האט עס למעשה געטון, ווייזט אויף גדלות. מר ביידען אז א געוואלדיגע עקשן, ווי די קענסט זעהן מיט זיין שטיצע פאר ישראל אפילו סהאט אים גשאהט פאליטיש. און די פאקט אז ער האט אפגטרעטען ענדערש ווי צי געבען פארן וואנזיניגער מר טראמפ א שאנס, ווייזט אויף שטארקע מאראלישע ווירדען. (ער איז די ערוועלטע קאנדידאט אין דעמאקראטישע פריימעריז, סוואלט נישט געווען קיין וועג אים ארויסצישטיפען אן זיין הסכמה.

יעצט מיט קאמאלא, האבן די דעמאקראטען א בעסערע שאנס, זייער עולם איז מער אויפגעהייטערט און זי שטייט האלז ביי האלז מיט טראמפ אין די פאולס

שאלתיאל » מאנטאג יולי 22, 2024 8:03 am

· #568436
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
@בר גיורא: קיין איין פאליטישען האט נאכנישט אפגעטרויטן פון פאוער צוליב "מאראלישע ווירדן". ער איז פשוט געווען אין א מצב וואס ער האט נישט געקענט לויפן ווייטער. טעכניש יא אבער פאליטיש נישט. און דאס האבן אלע ארומיגע אין זיין פארטיי פארשטאנען פונלאנג, נאר ער (צו זיין משפחה) האט נישט געקענט באפרייען און געקשנ'ט זיך צו מבזה זיין ביז ווען די גרעסטע אין זיין פארטיי זענען ארויס קעגן אים

אריינגעקומען » מאנטאג יולי 22, 2024 11:27 am

· #568452
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
כספי #
ביידן וועט לכאורה כפי הנראה געדענקט ווערן אין די היסטאריע ביכער, אלס גאר מכובד'דיגער פרעזידענט פון די שיירים פון די פארצייטישע גווארדיע, וואס אמעריקע האט נאך עפעס געמיינט ביי עם. די שפיץ פון זיין קאריערע וועט זיין - דאס וואס ער האט איבערגעלאזט די פארמעסט, וויבאלד ער האט געשפירט אז ער האט שוין נישט וואס צו בלייבן.
פיין געזאגט

היימלינד » מאנטאג יולי 22, 2024 11:30 am

· #568453
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
שאלתיאל #
@בר גיורא: קיין איין פאליטישען האט נאכנישט אפגעטרויטן פון פאוער צוליב "מאראלישע ווירדן". ער איז פשוט געווען אין א מצב וואס ער האט נישט געקענט לויפן ווייטער. טעכניש יא אבער פאליטיש נישט. און דאס האבן אלע ארומיגע אין זיין פארטיי פארשטאנען פונלאנג, נאר ער (צו זיין משפחה) האט נישט געקענט באפרייען און געקשנ'ט זיך צו מבזה זיין ביז ווען די גרעסטע אין זיין פארטיי זענען ארויס קעגן אים
דאס מיינט אז ער איז נישט ארויס מרצונו הטוב, נאר געצווינגענערהייט זאל קיינער נישט פארדרייען די קאפ אז ער איז א מכובד'דיגער וואס מיינט די טובה פונעם לאנד.

ווען ער גייט ארויס נאך זיין נצחון ביי די מיד טערם וואלען וואלט ער אפשר געווארען געדענקט לטובה

בר גיורא » מאנטאג יולי 22, 2024 11:52 am

· #568454
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
שאלתיאל #
@בר גיורא: קיין איין פאליטישען האט נאכנישט אפגעטרויטן פון פאוער צוליב "מאראלישע ווירדן". ער איז פשוט געווען אין א מצב וואס ער האט נישט געקענט לויפן ווייטער. טעכניש יא אבער פאליטיש נישט. און דאס האבן אלע ארומיגע אין זיין פארטיי פארשטאנען פונלאנג, נאר ער (צו זיין משפחה) האט נישט געקענט באפרייען און געקשנ'ט זיך צו מבזה זיין ביז ווען די גרעסטע אין זיין פארטיי זענען ארויס קעגן אים
קיינמאל געזאגט אז ער איז א גרויסע דענקער און מאראלישע מענטש. בוודאי האט ער פאליטישע חשבונות און תאווה צו פאער ווי א יעדן איינעם.

כזאג אז אין די היינטיגע פאליטיש אטמאספערע, און ביחס צו זיינע קעגנער.. וואס זיך און עגא איז אלס וואס מנעמט אין באטראכט, איז אזא שריט ווערט צי באגריסען.

און ווי @כספי האט גוט ארויסגעברענגט, אז איו היסטאריע וועט עס לכאורה זיין אן הערת שוליים, אין זיין לאנגע רייכע פאליטישע קאריערע.

לאז געמאכט » מאנטאג יולי 22, 2024 5:50 pm

· #568520
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
האלט עטס אז ער מאכט גרינגער אדער שווערער פאר טראמפ?

צפת » מאנטאג יולי 22, 2024 6:56 pm

· #568522
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
מען שמועסט אז מען גייט איבערפארבן דאס הויז פון ביידען, אין א ווייסן קאליר, אז ס'זאל זיך אים דוכטן אז ער געפינט זיך אין די ווייט-האוז.

בעל אחריות » מאנטאג יולי 22, 2024 8:06 pm

· #568526
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
לאז געמאכט #
האלט עטס אז ער מאכט גרינגער אדער שווערער פאר טראמפ?
זיכער שווערער, פאר א סיבה האבן די דעמאקראטן אזוי געשטופט דערצו

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 22, 2024 8:12 pm

· #568527
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
ועוד: די רעפובליקאנער פייטן אין קאנגרעס אז ביידן זאל זיך (לעגאל) נישט קענען ארויסציען. ווייל, פארשטענדליך איז עס פאר זייער טובה אז ער בלייבט אין רעיס.

הנגרה » מאנטאג יולי 22, 2024 8:26 pm

· #568530
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
לאז געמאכט #
האלט עטס אז ער מאכט גרינגער אדער שווערער פאר טראמפ?
ביז דערווייל אין די פאלס איז טראמפ געווארן היינט שטערקער

לאז געמאכט » דינסטאג יולי 23, 2024 2:53 pm

· #568605
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
הנגרה #
לאז געמאכט #
האלט עטס אז ער מאכט גרינגער אדער שווערער פאר טראמפ?
ביז דערווייל אין די פאלס איז טראמפ געווארן היינט שטערקער
מיין קליינע שכל פארשטייט נישט פארוואס די דעמעקראטען האבן נישט ענדערש אריין געברענגעט א פעסטע קאנדידאט וואס זאל קענען איבער קומען טראמפ

אלע צוזאמען » דינסטאג יולי 23, 2024 3:00 pm

· #568610
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
לאז געמאכט #
הנגרה #
לאז געמאכט #
האלט עטס אז ער מאכט גרינגער אדער שווערער פאר טראמפ?
ביז דערווייל אין די פאלס איז טראמפ געווארן היינט שטערקער
מיין קליינע שכל פארשטייט נישט פארוואס די דעמעקראטען האבן נישט ענדערש אריין געברענגעט א פעסטע קאנדידאט וואס זאל קענען איבער קומען טראמפ
ווייל די פראצעס פון אריינברענגן א צווייטן, וואלט גענומען צו לאנג און וואלט געווען צו בלוטיג, פאר די קורצע דריי חדשים וואס איז נאך געבליבן.
הנגרה #
לאז געמאכט #
האלט עטס אז ער מאכט גרינגער אדער שווערער פאר טראמפ?
ביז דערווייל אין די פאלס איז טראמפ געווארן היינט שטערקער
היינט דינסטאג, איז העריס שוין שטערקער.
דארפסט ווארטן א וואך, לפחות.

די קעפעלע » דינסטאג יולי 23, 2024 3:01 pm

· #568611
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
לאז געמאכט #
הנגרה #
לאז געמאכט #
האלט עטס אז ער מאכט גרינגער אדער שווערער פאר טראמפ?
ביז דערווייל אין די פאלס איז טראמפ געווארן היינט שטערקער
מיין קליינע שכל פארשטייט נישט פארוואס די דעמעקראטען האבן נישט ענדערש אריין געברענגעט א פעסטע קאנדידאט וואס זאל קענען איבער קומען טראמפ
אריינברענגען א נייע קאנדידאט וואלט גורם געווען אן אפענע קאנווענטשון און געפערליכע אמפערייען און נאך מער צישפליטערט די פארטיי, די בעסטע וועג צו גיין פאראויס מיט א נייע קאנדידאט און פראבירן צו ראטעווען א פארלוסט פון קאנגרעס/סענאט צו די ריפאבליקאנער איז געווען אז אלעס זאל זיך שיין שטעלן אונטער א העריס קאנדידאטור

די קעפעלע » דינסטאג יולי 23, 2024 3:09 pm

· #568612
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
berlbalaguleh #
ועוד: די רעפובליקאנער פייטן אין קאנגרעס אז ביידן זאל זיך (לעגאל) נישט קענען ארויסציען. ווייל, פארשטענדליך איז עס פאר זייער טובה אז ער בלייבט אין רעיס.
די ריפאבליקאנער פייטן נישט, (נאר צווישן זיך), זיי וויסן נישט ווי אזוי, זיי זענען ערשט קלאסיגע לוזערס,
סך הכל פראבירן זיי צו מאכן אביסל noise אין קאנגרעס

למשל אזא געלונגענע ארויסשטויסן פון די אלטער Joe מיט די גאנצע מאשין פאראייניגט, אפגעווישט איינס צוויי און געגאנגען ווייטער, וואלט קיינמאל נישט געקענט געשען ביי די ריפאבליקאנער.

לאז געמאכט » דינסטאג יולי 23, 2024 3:17 pm

· #568615
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
די קעפעלע #
berlbalaguleh #
ועוד: די רעפובליקאנער פייטן אין קאנגרעס אז ביידן זאל זיך (לעגאל) נישט קענען ארויסציען. ווייל, פארשטענדליך איז עס פאר זייער טובה אז ער בלייבט אין רעיס.
די ריפאבליקאנער פייטן נישט, (נאר צווישן זיך), זיי וויסן נישט ווי אזוי, זיי זענען ערשט קלאסיגע לוזערס,
סך הכל פראבירן זיי צו מאכן אביסל noise אין קאנגרעס

למשל אזא געלונגענע ארויסשטויסן פון די אלטער Joe מיט די גאנצע מאשין פאראייניגט, אפגעווישט איינס צוויי און געגאנגען ווייטער, וואלט קיינמאל נישט געקענט געשען ביי די ריפאבליקאנער.
דאס איז דאך זייער אלטע פראבלעם, ביי די דעמעקראטן וואלט קיינמאל נישט פארקומען דאס ארויס שטויסן סענטאס ווען זיי האבן אזא קליינער מערהייט

די קעפעלע » דינסטאג יולי 23, 2024 3:39 pm

· #568618

יא, די דעמאקראטישע פארטיי ווערט געפירט פונקט וויי א געלונגענע מאפיא פאמיליע גרופע

די שטארק אוועקגעשטעלטע סטרוקטור האט "די באסעס" וועלכער קאנטראלירן אלע מיטגלידער און מאכן אלע ערענסטע באשלוסן, ווי פעלוסי, שומער, קלינטאן און אבאמא,
מיט אפאר אנדערבאסעס וואס גלייכן אויס אלע אינערליכע פראבלעמען צווישן די מיטגלידער,
די rank and file מיטגלידער וואס ווייסן פונטלעך וואס די באסעס ווילן און ארבעטען צופרידן צושטעלן די באסעס מיט זייער טאג טעגליכע אפאראציעס, דאס נעמט אריין אלע פעדעראלע איינגשטעלטע פון judges צו law enforcement, IRS צו DA's
גאר אונטן זענען די ריכטיגע שמוציגע ארבעטער וואס ווערט געטון דורך די געטרייע "סורוס funded" באצאלטע סאלדאטען פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקע

מילך טראק » מיטוואך יולי 24, 2024 7:11 pm

· #568736
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
כספי #

ווי ס'קוקט יעצט אויס איז קאמאלע העריס די פארטיגע נאמיני פון די דעמאקראטישע פארטיי, ונזכה ונחיה ונראה. (געדענק איך ווי אלס פרומער בחור ביי די 16' וואלן, כאטשיג כ'בין גענויגט לינק, און כ'האב געוואלט קלינטאן זאל געווינען. האב איך די טאג פון די וואלן געטוישט מיין מיינונג, טראכטנדיג אז אויב ווערט זי פרעזידענט וועלן אסאך היימישע אידן נכשל ווערן אין ראיית אשה, סאו זאל זי פארלירן - - - וכך הוה!... [אויף דעם זאגט דאך שוין דוד'ל חשבתי ימים מקדם וגו', כמו שכתבתי במקום אחר.])
איך גלייב נישט אז איינער איז וואלט נכשל געווארן מיטן קוקן אויף הרבנית מקלינטן

נאך א שמויגער » דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:34 pm

· #568780
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
די קעפעלע #
יא, די דעמאקראטישע פארטיי ווערט געפירט פונקט וויי א געלונגענע מאפיא פאמיליע גרופע

די שטארק אוועקגעשטעלטע סטרוקטור האט "די באסעס" וועלכער קאנטראלירן אלע מיטגלידער און מאכן אלע ערענסטע באשלוסן, ווי פעלוסי, שומער, קלינטאן און אבאמא,
מיט אפאר אנדערבאסעס וואס גלייכן אויס אלע אינערליכע פראבלעמען צווישן די מיטגלידער,
די rank and file מיטגלידער וואס ווייסן פונטלעך וואס די באסעס ווילן און ארבעטען צופרידן צושטעלן די באסעס מיט זייער טאג טעגליכע אפאראציעס, דאס נעמט אריין אלע פעדעראלע איינגשטעלטע פון judges צו law enforcement, IRS צו DA's
גאר אונטן זענען די ריכטיגע שמוציגע ארבעטער וואס ווערט געטון דורך די געטרייע "סורוס funded" באצאלטע סאלדאטען פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקע

פארגעס נישט די "סופער דעלעגאטעס" וואס קענען בפועל נאמינירן א קאנדידאט קעגן די אויסקום פון די פריימעריס. ס׳איז אסאך ערגער ווי די עלעקטארעל קאלידזש.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 26, 2024 1:20 am

· #568836
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
מיט די אלע פארמאליטעטן ווי דעלעגאטן און קאנווענשנס און עלעקטאראל קאלעדזש זענען נאכאלץ די שפיץ קארפן קעפ פון די פארטיי די וועלכע באשטימען ווער ס'זאל זיין דער קאנדידאט.

זי, קאמעלא הערריס האט שוין דעם ערשטן טאג וואס זי איז געוארן (כמעט) נאמינירט אריינגעברענגט א ריזיגן סכום פאר די פארטיי.

יא גערעכט אדער נישט. זי האט א פיסק לכה"פ אזוי גוט ווי דאנאלד טראמפ. זי וועט איהם אריינפארן אין די באבע'ס באב'ן אריין. נישט אזוי ווי דזשאו ביידן וועלכער האט גערעדט ווי א מעקעלע ביי די דעבאטע און ביי זיין געזעגענונגס דרשה.

די קעפעלע » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 12:23 pm

· #569236
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
קאמעלא העריס האט אפיציעל אויסגעקליבען די מינעסאטע גאווערנאר טים וואלץ אלס איר מיטלויפער אויפן טיקעט.

דאס ווערט געזעהן אלץ א שטארקע שריט לטובת די רעפאבליקאנער און די טראמפ טיקעט וואס מאלן איהם שוין לאנג אראפ אלץ אן עקסטרעמע לינקע פראגרעסיוו, בפרט מיט זיין זיין באהאנדלונג אפצושטעלן די ראיאטן נאך די מארד פון דזשארדש פלאויד.

די ריפאבליקאנער האבן געציטערט פון אזא איינעם ווי שאפירא וואס איז מעסיג און צענטער.

דא האט איר א קליפ ווי די גאווערנער ביים אפיציעל טוישן די פאן פון מינעסאטע.

די הויפט סיבה פאר פארוואס ער האט געמאכט די טויש איז וויבאלד די אלטע פאן האט געהאט א בילד פון א נעיטיוו אמעריקאנער רייטען אויף א פערד, בשעת אן אמעריקנער פארמער ארבעט אויף זיין פעלד, וואס איז געווען צו 'סטעריא-טיפיש' לויט זיינע עקסטרעמע לינקע אנשויאנגען.

https://drive.google.com/file/d/1WA46h5oDB4uLFn5ATbFP3uZbxS2RrnAC/view?usp=sharing

די קעפעלע » דינסטאג אוגוסט 6, 2024 1:15 pm

· #569239
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
דא איז ווי טים וואלץ געבט די רעכט פאר אימליגאלע אימיגראנטן צו באקומען דרייווערס לייסענס

https://drive.google.com/file/d/1KkXW-hv6JZe8aEM77iF7S_atUfh3SFTz/view?usp=sharing

שאלתיאל » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 2:25 pm

· #569295
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
איך כאפ נישט פארוואס האריס האט אויסגעוועלט וואלץ איבער שפירא. שפירא איז מער באקאנט און פאפולער און זייר כאריזמאטיש, ער איז א גאווערנאר פון א סווינג סטעיט און א מענטש וואס קען ציען וויילערס פון צענטער. די איינציגסטע סיבה איז לכאורה די קאמפיין קעגן אים מצד די עקטסרעמע פליגל איבער זיין פרא-איזראעל דעות און די פחד אז זיין אידישע אידענטיטע וועט שאטן פאר האריס ביי לינקע אידן האסער.

שאלתיאל » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 2:26 pm

· #569296
Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
די פראבלעם פון טראמפ איז אז ער איז נאך מער אריינגעפאלן מיט זיין ווייס פרעזידענט נאמיני Jd vance, א באבערדלטע קאטאלישע מאן, א מאגא שטערן, מיט שטייפע קאנסערוואטיווע אדזשענדעס און א היסטאריע פון מאדנע אויסדרוקן. ער שטעלט זיך ארויס צו זיין לייכטע ציל פאר די דעמאקראטן.
זיי מאכן פון אים צימעס און ער איז פארוואנדלט צו שאנד און שפאט אויף סאושעל מידיע (נעכטן ביי א גרויסע דעמאקראטישע ראלי האבן צענדליג טויזענטע קעפיגע מאסן געשריגן He is a weirdo ווען דזאש שאפירא האט דערמאנט זיין נאמען און פרישע ווייס פרעזידענט נאמיני וואלץ האט רעפערט צו די רשעות'דיגע קאוטש וויץ איבער ווענס צו די ווילדע געלעכטערס פון די פארזאמעלטע..).

אין לעצטע פאלס האט ער מער נעגאטיוו פראצענט ווי פאזיטיוו און דאס איז עפעס וואס מען זעט כמעט נישט ביי ווייס פרעזידענטס נאמיניס.