☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וואס גייט פאר, ביידען?

וואס גייט פאר, ביידען?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15251

שאלתיאל » מוצ"ש אפריל 23, 2022 10:07 pm

· #498457
וואס גייט פאר, ביידען?
עס איז בכלל נישט קיין סוד אז אונזער פרעזידענט יר"ה ציילט זיך נישט אויף דער יונגער געמיינדע. אין פאקט וועט ער ענדע יאר זיין א בן שמונים. וואלט ער געווען א היימישע וואלט ער ביי דעם שטאפל שוין זיכער פארעכנט געווארן צווישן די 'זקני אנ"ש', פון די וואס געדענקען נאך דער רבי זיכרונולעברוכע. ער וואלט געזיצן אויבן אן ביים טיש, און אין שול וואל ער זיך געבייזערט ווען א בחורל עפנט אן פענסטער ווייל ס'קאלט. אבער אנשטאט דעם פירט ער דער שטערקסטע לאנד אויפן וועלט. נו שוין, די ערווארטונגען איז מלכתחילה נישט געווען אין הימל, מען האט נאר געהאפט ער זאל אנקומען לעבעדיג צום ווייסן הויז און ארויסשטויסן דאנעלד טראמפ, די איבעריגע איז שוין א באנוס.

לעצטנס אבער קוקט אויס ווי עס האלט זיך אין איין פארערגערן דער סיטואציע, א פלייץ פון מאדנע ווידעאס בלויז פון דער לעצטע חודש אליין האלטן און אין ארויסקומען און ווארפן שווערע פראגע צייכנס אויף דער קאגניטיווע מצב פון פרעזידענט.

איז וואס האבן מיר געהאט בלויז אין די לעצטע צוויי חודשים?

מערץ 2- ביי א רעדע פאר קאנגרעס צעמישט ער צווישן די Ukranian און די iranian peaple. מערץ 16- ביי א רעדע אין דער ווייסע הויז באטיטלט ער וויצע פרעזידענט האריס אלץ 'firsy lady'. אפריל 2- אין א רעדע ביי א צערעמאניע אויף דער Uss dalawere באטיטלט מישל אבאמא אלץ 'former vice prezident'. מערץ 28- ביידן איז געכאפט געווארן מיט צעטלעך אין זיין האנט אין לויף פון א פרעס בריפינג אין די וויסע הויז וואס אויף דעם שטייט ערווארטעטע שאלות און קלארע תשובות וואס צו ענטפערן. <a class="postlink" href="https://www.foxnews.com/politics/photos-biden-caught-using-cue-cards-in-trying-to-paper-over-ukraine-gaffe-about-ousting-putin">https://www.foxnews.com/politics/photos ... ting-putin</a> אפריל 6- אין א צערמאניע צוזאמען מיט פארמער פרעזידענט אבאמא ווערט ביידן געזען ארומוואנדערן געפערליך פארלוירן נישט וויסענדיג וואס צו טון, מען זעט דארט אויך ווי אבאמא מאכט זיך נישט וויסענדיג פון אים. אפריל 14- נאך א רעדע פון 40 מינוט אין נארט קאראליינע אוניבערסיטי , שטרעקט אויס זיין האנד צום ..לופט (אליהו הנביא?). אפריל 23- ביי א רעדע אין סיאטל שטרעקט אויס נאכאמאל זיין האנט צום לופט . איז דען א וואונדער אז א פייגל באמאכט זיך אויף אים אינמיטן א רעדע אין אייאווע?

אין די וועלט האלט מען זיך ביי די זייטן, אין סעודיע האט דער פאפולערע 'סטודיא 22' ארויסגעלייגט א ספעציעלע קאמעדיע וואס לאכט אפ פון ביידען, און דער איזראעלי ארץ נהדרת האט זיך אויך פאסמאקעוועט אויפן פרעזידענט.

ביי אזא פאל וואלט מען אפילו אין בית מדרש אים אנגעקוקט מאדנע און אנגעפאנגען שישקען אונטער זיין רוקן. אבער אנדערש ווי סתם אן אלטע קאלעכדיגע זקן די בושות וואס ער מאכט איז נישט נאר פאר זיך נאר פאר אמעריקע וואס ער פארטרעט, און די קאנסעקווענצן צו זיין קאגנעטיווע דערקייקלונג גייען מיר אלע פילן. איז וואס גייט פאר מיט דיר ביידן?

כרם זית » זונטאג אפריל 24, 2022 1:10 am

· #498465
Re: וואס גייט פאר, ביידען?
די פייגל דארטן איז טאקע גע'מאכט' אין אמעריקא...

ברוינשטיין » זונטאג אפריל 24, 2022 1:18 am

· #498466
Re: וואס גייט פאר, ביידען?
כרם זית
די פייגל דארטן איז טאקע גע'מאכט' אין אמעריקא...
יאָפ'ס, עס זעהט מיר אויך אויס 'געמאַכט'.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 24, 2022 1:18 am

· #498467
איך זעה נישט וואס איז די גרויסע בושה פאר אמעריקע, אן אלטער מענטש איז אן אלטער מענטש, דאס פאסירט מיט אלעמען, און דעריבער זענען מיר מתפלל אל תשליכנו לעת זקנה..

די בושה איז ענדערש פארוואס האט נישט אמעריקע קיין נארמאלע פרעזידענט קאנדידאטן. דער פראבלעם איז אז יעדער קאנדידאט ווערט ממש אויסגעפייניגט, אראפגעריסן און באשמוצט ביי די מידיא, יעדע מחשבה זרה'לע זיינע מנעוריו ווערט אויסגעפויקט און מען פארשעמט אים, נישטא דאס מינדעסטע רעספעקט, חוצפה יסגי מיט א שמיץ אריבער... עס איז געקומען צו א מצב אז קיין איין נארמאלער מענטש זוכט נישט צו לויפן, אלזא מוז מען זיין א בוחר הרע במיעוטו, און זיך באגנוגען מיט דעם קאנדידאט וואס איז די ווייניגסטע משוגע....

שאלתיאל » זונטאג אפריל 24, 2022 1:38 am

· #498469
כרם זית
די פייגל דארטן איז טאקע גע'מאכט' אין אמעריקא...


געמאכט איז עס זיכער נישט, ס'נאר דא וואס טענה'ן אז ס'נישט געווען קיין באמאכעץ נאר עפעס אנדערש.
<a class="postlink" href="https://www.snopes.com/fact-check/did-a-bird-poop-on-biden/">https://www.snopes.com/fact-check/did-a ... -on-biden/</a>

פרייוויליג » זונטאג אפריל 24, 2022 6:23 pm

· #498509
רעמבלינג דזשאו: <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=OcPtJXhQw7g">https://www.youtube.com/watch?v=OcPtJXhQw7g</a>

זיין היסטערי פון רעמבלען גייט שוין צוריק עטליכע דעקעטס.

אבער עס איז שרעקעדיג אז דאס די פרעזידענט פון אמעריקע. עס איז שרעקעדיג ווען יעדער וואס וואטשט ביידן זעט אז ער איז אינקאהירענט, רעדט נישט צו דבר, און רעדט צומאל פאר פייער און וואסער. די דיפענס פון זיינע וואוטערס איז אז ער איז בעסער פון טראמפ, און עס איז נישט אזוי עק וועלט, ער איז ס"ה 79 יאר יונג, ער איז נאכנישט קיין אכציג.

זאל אים דער אייבערשטער אפהיטן, ער זאל דערלעבן די לעצטע 2 יאר פון זיין טערמין. און די איינציגסטער סיבה פארוואס די רעפובליקאנאר גייען אים נישט אימפיטשען איז "קאמאלע העריס".. ביידנס עפראוועל רעטינג איז די ארגסטע כמעט אין געשיכטע, און נישט אומזיסט. עס איז אין די נידריגע פערציג, איך וואונדער מיך אלץ ווער די איבריגע 40 זענען..

שאלתיאל » זונטאג אפריל 24, 2022 6:42 pm

· #498511
דא איז דא צוזאמגענומען א אויסגעוועלטע ליקוט פון די מערסט מאדנע אויסדרוקן און סיטואציעס פונעם פרעזידענט ביז היינט.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/z_wlQZ5N_2k">https://youtu.be/z_wlQZ5N_2k</a>

<a class="postlink" href="https://youtu.be/fNQAbF33gFM">https://youtu.be/fNQAbF33gFM</a>

<a class="postlink" href="https://youtu.be/NuIjn6EEIV8">https://youtu.be/NuIjn6EEIV8</a>

און דאס איז פון די לעצטע יאר
<a class="postlink" href="https://youtu.be/H6uingtAWbk">https://youtu.be/H6uingtAWbk</a>

וואלווי » זונטאג אפריל 24, 2022 6:44 pm

· #498512
שמעקעדיג
איך זעה נישט וואס איז די גרויסע בושה פאר אמעריקע, אן אלטער מענטש איז אן אלטער מענטש, דאס פאסירט מיט אלעמען, און דעריבער זענען מיר מתפלל אל תשליכנו לעת זקנה..

די בושה איז ענדערש פארוואס האט נישט אמעריקע קיין נארמאלע פרעזידענט קאנדידאטן. דער פראבלעם איז אז יעדער קאנדידאט ווערט ממש אויסגעפייניגט, אראפגעריסן און באשמוצט ביי די מידיא, יעדע מחשבה זרה'לע זיינע מנעוריו ווערט אויסגעפויקט און מען פארשעמט אים, נישטא דאס מינדעסטע רעספעקט, חוצפה יסגי מיט א שמיץ אריבער... עס איז געקומען צו א מצב אז קיין איין נארמאלער מענטש זוכט נישט צו לויפן, אלזא מוז מען זיין א בוחר הרע במיעוטו, און זיך באגנוגען מיט דעם קאנדידאט וואס איז די ווייניגסטע משוגע....

ס'איז באמת א טריט ווייטער פון דעם. די בושה איז די ביידען פרעזידענסי און נישט דער אמעריקאנער פאלק.

נארמאלע מענטשען קענען לויפן, און זיי לויפן טאקע. דא איז געווען א געהעריגע פלאן צו אוועקנעמען די נאמינאציע פון בערני סענדערס' שטייגענדע פאפולאריטעט. ווען ס'איז געקומען צו די סאוט קאראליינע פריימעריס, איז די פארמעסט געווארן צווישן ביידען און סענדערס, האט די DNC אויסגעארבעט א דיעל מיט די אנדערע קאנדידאטן, און במשך אפאר טעג האבן 3 קאנדידאטן ארויס געטרעטן פון פארמעסט, צווישען זיי בוטיג'עג' און העריס, זיי האבן אינדארסט ביידען, עם איבערגעשיקט די וואוטערס, און באקומען פאזיציעס און די נייע אדמיניסטראציע.

ער האט קיינמאל נישט געדארפט ווערען פרעזידענט. ס'איז סך הכל געווען א שטיקל פון אנפילן די לאך כדי צו האלטן די פלאץ פאר די דעמאקראטן פאר פיר יאר. אייביג איז דא פאליטיק אונטערן טיש, אבער ווי נישט ווי איז דא נארמאלע קאנדידאטן, און זיי ווערן נישט אלע באגראבן. דא איז געווען אויסנאמע פערדישע שטיק מיט אראפ דאמפן אויף אמעריקאנער פאלק א זקן ממרא.

שאלתיאל » זונטאג אפריל 24, 2022 6:50 pm

· #498513
שמעקעדיג
איך זעה נישט וואס איז די גרויסע בושה פאר אמעריקע, אן אלטער מענטש איז אן אלטער מענטש, דאס פאסירט מיט אלעמען, און דעריבער זענען מיר מתפלל אל תשליכנו לעת זקנה..

די בושה איז ענדערש פארוואס האט נישט אמעריקע קיין נארמאלע פרעזידענט קאנדידאטן. דער פראבלעם איז אז יעדער קאנדידאט ווערט ממש אויסגעפייניגט, אראפגעריסן און באשמוצט ביי די מידיא, יעדע מחשבה זרה'לע זיינע מנעוריו ווערט אויסגעפויקט און מען פארשעמט אים, נישטא דאס מינדעסטע רעספעקט, חוצפה יסגי מיט א שמיץ אריבער... עס איז געקומען צו א מצב אז קיין איין נארמאלער מענטש זוכט נישט צו לויפן, אלזא מוז מען זיין א בוחר הרע במיעוטו, און זיך באגנוגען מיט דעם קאנדידאט וואס איז די ווייניגסטע משוגע....


אוודאי איז ער בארעכטיגט צו קאלעכן ווייל ער איז אן אלטע מענטש, פונקט אזוי ווי א משוגענע איז בארעכטיגט צו טוען מאדנע זאכן ווייל ער איז א משוגענער, פארט אבער פילט יעדער אנשטענדיגער אמעריקאנער בירגער א טיפע בושה ווען זיין פרעזידענט ווערט געכאפט אין אזעלכע פארשעמנדע סיטואציעס און דער גאנצע וועלט לאכט פון אים, נישט קיין חילוק צו ס'נארמאל אדער גערעכט. פון א פרעזידענט ערווארט מען צו זיין שטארק און פאוערפול.

אנבלאנגט באשמוצן די קאנדידאטן, אזוי גייט עס, אזוי איז עס אייביג געווען און אזוי גייט זיין און בעסער אזוי. איינער וואס לויפט פאר אזא אמט דארף זיך קענען ספראווען דערמיט.

תרמב » דינסטאג אפריל 26, 2022 2:49 pm

· #498633
איך גלייך נישט ביידען, אבער איך האלט אז מ'טרייבט היפש איבער מיט זיין קאלעכן, ווען ער איז געלאפן האט מען געהאט גערעדט אז ער גייט שוין נישט לעבן ביי יעצט, און למעשה וואס האסטו געטראפן אויף דעם פארקאלעכטן ביידען? אז ער האט בטעות געזאגט איראניען פיפעל אנשטאט איקאראניען פיפעל, מ'קען שוין מיינען אזא טעות קען יעדע אינגערמאנטשיק מאכן, סך הכול האט ער נישט ארויסגעזאגט איין קו"ף, ער האט נישט געזאגט אפגאהניסטאן אנשטאט אוקריינע, און אויפמישן און זאגן פירסט לעדי אויף איינער וואס איז די סעקאנד לעידי איז אויך א פשוטע טעות, ווען טראמפ האט געטוויט וועגן קאוופעפע האט ער אויך געקאלעכט?

און וואס איז ער שולדיג אז א פייגל האט נישט געטראפן קיין ווינדשיעלד און געגענט אז ער האט זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן און עס אראפגעלאזט פונקט אויפן פרעזידענט... דאס איז ביידען אויך שולדיג?

איך זאג נישט אז ער איז נישט קיין אלטער זאטל וואס דארף נישט זיין פרעזידענט, נאר ס'איז נישט אנדערש פון ווען ער איז געלאפן וואס דעמאלטס האט מען אים אריינגעוואוט מיטן מאכן טעותים.

שאלתיאל » דינסטאג אפריל 26, 2022 2:53 pm

· #498634
ביסט גערעכט אז ביי די פייגל איז ער נישט שולדיג ס'געבט נאר צו צום עקזאטישן בילד. אבער אנבלאנגט די אנדערע עפיזאדן ווען ס'געשעט איינמאל און נאכאמאל אין אזא קורצע צייט, (ווער רעדט נאך פון אויסשטרעקן די היינט, נישט וויסן ווי צו גיין) ווייזט דאס לכאורה אויף א געוויסע פארערגערונג אין זיין קאגניטיווע מצב.

היסטאריע » דינסטאג אפריל 26, 2022 6:42 pm

· #498637
און זיי זאגן זיי, אלס בעסער פין טראמפ

מיליאנער » מיטוואך אפריל 27, 2022 10:12 am

· #498653
די אויסשטרעקן די האנט צו די לופט איז נעקסט לעוועל...

פאלגזאם » מיטוואך אפריל 27, 2022 3:55 pm

· #498669
מיליאנער
די אויסשטרעקן די האנט צו די לופט איז נעקסט לעוועל...
ער ווייזט 'אה' צו דער מענטש אויפן זייט.
גלייב נישט די קאנספיראסי.

שאלתיאל » מיטוואך אפריל 27, 2022 6:53 pm

· #498679
פאלגזאם
מיליאנער
די אויסשטרעקן די האנט צו די לופט איז נעקסט לעוועל...
ער ווייזט 'אה' צו דער מענטש אויפן זייט.
גלייב נישט די קאנספיראסי.
ווען די רעאליטעט גייט נישט ווי מ'ווילט ווערט זאגאר א קלארע ווידעא פארוואנדעלט אין א קאנספיראציע..

פאלגזאם » מיטוואך אפריל 27, 2022 7:35 pm

· #498681
שאלתיאל
פאלגזאם
מיליאנער
די אויסשטרעקן די האנט צו די לופט איז נעקסט לעוועל...
ער ווייזט 'אה' צו דער מענטש אויפן זייט.
גלייב נישט די קאנספיראסי.
ווען די רעאליטעט גייט נישט ווי מ'ווילט ווערט זאגאר א קלארע ווידעא פארוואנדעלט אין א קאנספיראציע..
טאקע? שוין דאן צו איך צוריק.

שאלתיאל » פרייטאג אפריל 29, 2022 8:34 am

· #498777
נאך איינס צום קאלעקציע

נעכטן

שאלתיאל » זונטאג מאי 8, 2022 2:05 pm

· #499580
זיך אנגעשטויסן דערין

how to speak bidenese

שאלתיאל » דינסטאג יוני 21, 2022 4:30 pm

· #502675
זיידי דזשאו פאלט פונעם בייק 😳. מיין הארץ גייט אויס פאר זיינע אייניקלעך, כ'ווייס נישט צו מיין עלטער זיידע אין זיינע שווערסטע פארקאלעכטע יארן האט געמאכט אזויפיל בושות.

https://www.youtube.com/watch?v=dbup--2JYe8

שאלתיאל » מוצ"ש יוני 25, 2022 3:41 pm

· #502959
אין לויף פון א מיטינג ווי ער האט געהאלטן א ספיטש האט ביידען בטעות אנטפלעקט פאר די פאטאגראפירער א פארשעמנדע נאוט ווי ס'שטייט געשריבן קלארע דעטאלירטע אנווייזונגען פארן פרעזידענט געשריבן מיט גרויסע אותיות צוגעגרייט דורך זיין סטעף. צווישן אנדערע שטייט דארט “YOU thank participants” ...“YOU give brief comments (2 minutes).” .... “YOU take YOUR seat.” און “YOU depart.”
צוריק צו מיין עלטער זיידע און זיינע שווערע פארקלאכטע יארן געדענק איך נאך ווי יעדער מאל האט מען אים געדארפט דערמאנען ווי ער וויל אנקומען אדער ווי ער געפינט זיך. ''זיידי, די ביסט ביי דיר אינדערהיים!'' פלעגט מען אים אריינשרייען אין אויער אן גרויס ערפאלג. ווען דער מצב האט זיך דערקייקעלט פלעגט מען שרייען ''זיידי, איך בין דיין אייניקל, דערקענסט מיך נישט? איך בין מעכל'ס זון''. ער האט כאטש געקאלעכט אינדערהיים און נישט אין פראנט פון מיליאנען שטוינענדע בירגער.

https://nypost.com/2022/06/23/a-very-specific-cheat-sheet-reminds-biden-how-to-act/
📎 baiden_autoOrient_i.jpg

שאלתיאל » מוצ"ש יולי 9, 2022 5:24 pm

· #503904
פרישע סחורה פונעם פארקאלעכטן קאטער

https://www.youtube.com/watch?v=toMcQVfLCyQ&pbjreload=102

שאלתיאל » מאנטאג יולי 11, 2022 1:10 pm

· #503971
שווערע ציפערן פארן אלטן פרעזידענט אין א פרישע Siena College אנקעטע. זיין צופרידנהייט ראטע האלט ביי 33% .אזויפיל ווי 64% פראצענט דעמאקראטן ווילן זען אן אנדערע קאנדידאט זיך פארמעסטן אין די 2024 וואלן.

https://www.nytimes.com/2022/07/11/us/politics/biden-approval-polling-2024.html

שאלתיאל » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 6:23 pm

· #506242

Chasidishmashpia » זונטאג אוגוסט 14, 2022 6:06 am

· #506350
שאלתיאל
עס איז בכלל נישט קיין סוד אז אונזער פרעזידענט יר"ה ציילט זיך נישט אויף דער יונגער געמיינדע. אין פאקט וועט ער ענדע יאר זיין א בן שמונים. וואלט ער געווען א היימישע וואלט ער ביי דעם שטאפל שוין זיכער פארעכנט געווארן צווישן די 'זקני אנ"ש', פון די וואס געדענקען נאך דער רבי זיכרונולעברוכע. ער וואלט געזיצן אויבן אן ביים טיש, און אין שול וואל ער זיך געבייזערט ווען א בחורל עפנט אן פענסטער ווייל ס'קאלט. אבער אנשטאט דעם פירט ער דער שטערקסטע לאנד אויפן וועלט. נו שוין, די ערווארטונגען איז מלכתחילה נישט געווען אין הימל, מען האט נאר געהאפט ער זאל אנקומען לעבעדיג צום ווייסן הויז און ארויסשטויסן דאנעלד טראמפ, די איבעריגע איז שוין א באנוס.

לעצטנס אבער קוקט אויס ווי עס האלט זיך אין איין פארערגערן דער סיטואציע, א פלייץ פון מאדנע ווידעאס בלויז פון דער לעצטע חודש אליין האלטן און אין ארויסקומען און ווארפן שווערע פראגע צייכנס אויף דער קאגניטיווע מצב פון פרעזידענט.

איז וואס האבן מיר געהאט בלויז אין די לעצטע צוויי חודשים?

מערץ 2- ביי א רעדע פאר קאנגרעס צעמישט ער צווישן די Ukranian און די iranian peaple. מערץ 16- ביי א רעדע אין דער ווייסע הויז באטיטלט ער וויצע פרעזידענט האריס אלץ 'firsy lady'. אפריל 2- אין א רעדע ביי א צערעמאניע אויף דער Uss dalawere באטיטלט מישל אבאמא אלץ 'former vice prezident'. מערץ 28- ביידן איז געכאפט געווארן מיט צעטלעך אין זיין האנט אין לויף פון א פרעס בריפינג אין די וויסע הויז וואס אויף דעם שטייט ערווארטעטע שאלות און קלארע תשובות וואס צו ענטפערן. https://www.foxnews.com/politics/photos-biden-caught-using-cue-cards-in-trying-to-paper-over-ukraine-gaffe-about-ousting-putin אפריל 6- אין א צערמאניע צוזאמען מיט פארמער פרעזידענט אבאמא ווערט ביידן געזען ארומוואנדערן געפערליך פארלוירן נישט וויסענדיג וואס צו טון, מען זעט דארט אויך ווי אבאמא מאכט זיך נישט וויסענדיג פון אים. אפריל 14- נאך א רעדע פון 40 מינוט אין נארט קאראליינע אוניבערסיטי , שטרעקט אויס זיין האנד צום ..לופט (אליהו הנביא?). אפריל 23- ביי א רעדע אין סיאטל שטרעקט אויס נאכאמאל זיין האנט צום לופט . איז דען א וואונדער אז א פייגל באמאכט זיך אויף אים אינמיטן א רעדע אין אייאווע?

אין די וועלט האלט מען זיך ביי די זייטן, אין סעודיע האט דער פאפולערע 'סטודיא 22' ארויסגעלייגט א ספעציעלע קאמעדיע וואס לאכט אפ פון ביידען, און דער איזראעלי ארץ נהדרת האט זיך אויך פאסמאקעוועט אויפן פרעזידענט.

ביי אזא פאל וואלט מען אפילו אין בית מדרש אים אנגעקוקט מאדנע און אנגעפאנגען שישקען אונטער זיין רוקן. אבער אנדערש ווי סתם אן אלטע קאלעכדיגע זקן די בושות וואס ער מאכט איז נישט נאר פאר זיך נאר פאר אמעריקע וואס ער פארטרעט, און די קאנסעקווענצן צו זיין קאגנעטיווע דערקייקלונג גייען מיר אלע פילן. איז וואס גייט פאר מיט דיר ביידן?
א גוטע שאלה!!!
אונז וואלטן לכאורה אויך געקענט מאכן אזא ליקוט אויף אנשים נכבדים מנהיגי עדתינו ווען זיי קומען אן לעת זקנה, נאר ביי אונז רוקט מען אריין א קינד אדער א אנדערע מיוצ"ח וואס ווערט אויטעמאטיש די ממשיך און שוין.

שאלתיאל » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 4:37 pm

· #511796
א קליינע זאמלוג פון אונזער פרעזידענט ביידן יר"ה פון די לעצטע תקופה:

- סעפטעמבער 28: באדאנקט זיך פאר קאנגרעספרוי Jackie Walorski פון אינדיענע און פרעגט Where’s Jackie? דזשעקי איז געהארגעט געווארן אין אַן עקסידענט פאר אכט וואכן צוריק.
https://www.youtube.com/watch?v=nY67wFC1tVM

-אוקטובער 20: אין א קאמפיין ראלי אין פענסיוועליע פאר דער דעמאקראטישע קאנדידאט פעטערמאן רופט ער זיך אָן צום פרוי פון קאנדידאט "Gisele, you’re going to be a great, great lady in the Senate'' אויפן וועג אראפ פון סטעידזש האט ער עספיעט נאכאמאל זיך פארמישען.
https://youtu.be/lzmWOj6wQjc

- אוקטובער 29: רעד איבער ''54'' שטאטן
https://youtu.be/MHXSmrTqD_c

- נאוועמבער2: אין א ביזארישע מאדנע רעדע אין א קאמפיין ראלי אין פלארידע זאגט צו קאנגרעספרוי דעבי וואסערמאן שולץ: ''don't have a greater friend in the United States Senate'' . זי איז א קאנגרעס פרוי נישט קיין סענאטאר.

-אינעם זעלבן ספיטש טענה'ט ער , צום צווייטן מאל אין זעלבן חודש, אז זיין זון איז געשטארבען אין עיראק. זיין זון איז געשטארבן פון קענסער.

-אינם זעלבן ספיטש טענה'ט ער אז ער האט גערעדט צו דער ערפינדער פון אינסולין ווען יענער איז געשטארבן אין 1941 איין יאר פאר ביידן איז געבוירן.
https://youtu.be/ItiaTkabuGY

-מיטוואך נאוועמבער 9: טענה'ט אז די רוסן האבן זיך ארויסגעצויגן פון דער שטאט Fallujah (א שטאט אין עיראק) אנשטאט Kherson (שטאט אין אוקריינע)
https://youtu.be/w3dhgDzQccI

אין לויף פון זיין וויילונג אין די ASEAN קאמיטע פון סאוט-איסט אזיע לענדער האט ער זיך צוויי מאל פארמישט צוישן קאמבאדיע און קאלאמביע
https://www.youtube.com/watch?v=w3dhgDzQccI

איך וויל באמת פארשטיין: וויאזוי קען זיין אז א פארקאלעכטע 79 יעריגע זקן וואס מען קען אים נישט פארטרויען צו זיין א שמש אין בית מדרש קומט אָן צום העכסטע פאזיציע אין מערב וועלט ? פון ווי נעמט ער די חוצפה צו מעלדן אז ער פלאנט לויפן נאכאמאל אין 2024 און פארוואס ווערט אזא מעלדונג אנגענומען מיט גלייכגילטיקייט כאילו ס'איז דער נארמאלסטע זאך אז א פארקאלעכטע קוטער זאל לויפן פאר פרעזידענט אנשטאט ספענדען זיינע לעצטע יארן רואיגערהייט אין א מושב זקנים? וואס פארזעה איך דא?

קנאפ » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 3:32 am

· #511832
איך וויל באמת פארשטיין: וויאזוי קען זיין אז א פארקאלעכטע 79 יעריגע זקן וואס מען קען אים נישט פארטרויען צו זיין א שמש אין בית מדרש קומט אָן צום העכסטע פאזיציע אין מערב וועלט ? פון ווי נעמט ער די חוצפה צו מעלדן אז ער פלאנט לויפן נאכאמאל אין 2024 און פארוואס ווערט אזא מעלדונג אנגענומען מיט גלייכגילטיקייט כאילו ס'איז דער נארמאלסטע זאך אז א פארקאלעכטע קוטער זאל לויפן פאר פרעזידענט אנשטאט ספענדען זיינע לעצטע יארן רואיגערהייט אין א מושב זקנים? וואס פארזעה איך דא?
איין תירוץ: די מידיא, ברצותם מתעסקים וברצותם מתעלמים, זיי זענען ליידער די אמת'דיקע בעלי בתים בדורנו.....

שטעל דיך פאר ווען א רעפובליקאנער פרעזידענט זאל מאכן אזעלכע טעותים....

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 11:25 am

· #511837
פשוט, ער איז נישט פארקאלעכט.
פונקט ווי א רבי קען זיין רבי ביי די אכציג, קען ער זיך פרעזידענט.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 11:55 am

· #511840
אויך: ווען א רבי רעדט נארישקייטן איז נישט געפערליך. און די רבי האט נישט די קנעפלעך פון די אטאמישע באמבעס צו שיסן ווען ס'כאפט איהם אן א גוסטע. אדער ווען ער רעגט זיך אויף איינעם...!

היסטאריע » זונטאג נאוועמבער 13, 2022 1:11 pm

· #511848
[ציטאט אראפגענומען]
קודם כל, א רבי קען מען ווערן ביי דער זערא, ווי אין די מעשה'ס פון דער ינוקא'ס .
און אויף דיין טענה, היא הנותנת, ווייל דער פרעזידענט קען נאר ווערן פין די 35, האט ער נאך 35 יאר צו זיין פרעזידענט מער ווי א רבי, ודו"ק.
רעדט נארישקייטן איז נישט געפערליך. און די רבי האט נישט די קנעפלעך פון די אטאמישע באמבעס צו שיסן ווען ס'כאפט איהם אן א גוסטע. אדער ווען ער רעגט זיך אויף איינעם..
קודם כל, א פרעזידענט האט אויך נישט קיין קנעפל, און מען פאלגט אים נישט ווייל ער איז אין דער גיסטע.

לעומת זה, א רבי, יונג אדער אלט, קען חרוב מאכן אסאך מער אויף א פערסאנעל לעוועל, ווי א פרעזידענט.

כידוע, האט מען געזאגט אויף דער דברי חיים, ווען ער האט געמאכט דער מחלוקת אויף סאדיגורא, אז ער איז שוין געוועהן אלט. אלטע מענטשן פארלירן א געוויסע עמפאטיע וואס יונגע האבן.

שאלתיאל » דאנערשטאג יוני 1, 2023 3:29 pm

· #526857

כרם זית » דאנערשטאג יוני 1, 2023 3:39 pm

· #526858
we salute the fallen.

איציקל » מאנטאג יוני 12, 2023 11:43 pm

· #528134

שאלתיאל » פרייטאג יוני 28, 2024 7:05 am

· #566672
Re: וואס גייט פאר, ביידען?
א ראמאנטישע מאמענט נעכטן נאך די ביידן-טראמפ דיבעיט:

אן עמאשענעל דזשיל ביידן קאמפלימענטס איר מאן: Joe, you did such a great job you answered every question!"

און דזשו שטראלט ווי א 3 יעריג יונגעל נאכן זאגן די א' ב' ביים חיידער פירן.


https://x.com/BigFish3000/status/1806523955060126183