☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17130
בלאט: 1 2

דאס איז נישט מיך » מוצ"ש יוני 29, 2024 10:17 pm

· #566749
בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
ברוך דיין האמת

שבת אחים » מוצ"ש יוני 29, 2024 11:14 pm

· #566754
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
ברוך דיין האמת.

שווער צוגלייבן אז ער איז נישטא מעהר מיט אונז.

אסאך זכרונות…
א שטיקל צייט פלעגט ער לערנען מיט מיר יעדען דאנערשטיג נאכט אור החיים הק׳ גלייך נאכדעם וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן און ער איז געווארן רבי.

גאר א אינטערסאנטע כאראקטאר געוועהן…

[NAMELESS] » מוצ"ש יוני 29, 2024 11:21 pm

· #566755
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
שבת אחים #
ברוך דיין האמת.

שווער צוגלייבן אז ער איז נישטא מעהר מיט אונז.

אסאך זכרונות…
א שטיקל צייט פלעגט ער לערנען מיט מיר יעדען דאנערשטיג נאכט אור החיים הק׳ גלייך נאכדעם וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן און ער איז געווארן רבי.

גאר א אינטערסאנטע כאראקטאר געוועהן…
אונז ווארטן און קוקען ארויס פאר א דיטאלירטע ארטיקל פון די משב''ק הרב שבת אחים שליט''א מיט האפענונג ער וועט אטנס נישט אנטוישען

שבת אחים » מוצ"ש יוני 29, 2024 11:24 pm

· #566756
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
[ציטאט אראפגענומען]

יישר כח

נישט ממש קיינמאל געוועהן קיין משב”ק אבער זיך געהאלטן זייער נאנט צו אים פאר יאהרן לאנג.

צפת » מוצ"ש יוני 29, 2024 11:33 pm

· #566758
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
ער איז אוועק ווי א וויזשניצער רבי.

אלע וויזשניצע רבי'ס זענען נפטר געווארן אום שבת אדער אויף ערב-שבת, מיט א הלל אינמיטן די שבעה. טייל פון די גזע קאסוב-וויזשניץ, זענען נפטר געווארן אינעם יאר וואס מען האט געענדיגט בויען פאר זיי א בנין.

...
ווער ווערט רבי?

תניא בניחותא » מוצ"ש יוני 29, 2024 11:44 pm

· #566759
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
אוי רבש”ע דו האסט דאך אזויפיל צדיקים אויבן אין גן עדן, לאז אונז אויך איבער אפאר צדיקים אויף דעם וועלט.
אונז האמיר א ברייטע אויסוואל פון רבי’ס וואס דו קענסט נעמען בחפץ לב... די פאר געציילטע צדיקים לאז אונז איבער.

פאלאצ'ינטא » מוצ"ש יוני 29, 2024 11:47 pm

· #566760
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
בד"ה

עמרם » מוצ"ש יוני 29, 2024 11:59 pm

· #566762
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
צפת #

...
ווער ווערט רבי?
ווער זענען זיינע קינדער ?

סקרו דרייוער » זונטאג יוני 30, 2024 12:13 am

· #566764
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
איז דא א צוואה?

ער האט דאך נעבעך געוואוסט זיין מצב און ס'הייסט אז ער איז געווען א קלוגע מענטש, האט ער זיך באווארענט?

גייט דא אויסקוקן ווי ביאלא אדער ווי סאדיגורא? אדער סקולען גאר מיט פינף קאסוב רבי'ס?

עמרם » זונטאג יוני 30, 2024 12:16 am

· #566765
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
די בעסטע אפציע לענ''ד איז זיין ברודער

זיין ברודער איז אויך א ת''ח וכו', און אלע יארן געווען א פייערדיגע חסיד פון אים, און זיך אינגאנצן מבטל געווען צו אים

די שאלה איז וואס ווילן די קינדער ?!?

לויט ווי איך פארשטיי זענען זיי נישט עפעס איי איי איי

אבער איך ווייס נישט פונטקליך

אמאהלגעקעננט » זונטאג יוני 30, 2024 12:36 am

· #566766
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
תניא בניחותא #
אונז האמיר א ברייטע אויסוואל פון רבי’ס וואס דו קענסט נעמען בחפץ לב...
דאס איז שױן נישט בניחותא דאס איז א בתמיהה.. משרײבט דאך נישט אזױ . איך פארשטײ אבער אז אין אדם נתפס בשעת צערו

שמעקעדיג » זונטאג יוני 30, 2024 12:49 am

· #566768
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
איך בין מעתיק א תגובה פון אייוועלט וואס האט מיר געכאפט:

קאסובע רבי ז"ל איז דער מחייב פון יעדע יוד! קאסובע רבי איז נישט געווען א פראדוקט פון קיינעם, קיינער האט נישט געקענט אנטייטלען אויף אים אז ער איז דעם אדער יענעמ'ס חסיד, ווי אויכעט האט ער נישט פראומאוטעד קיין דרך אדער ענין.

ער וואלט געקענט זיין א פשוטע'ר פיינער יוד, א וואוילער א נאבעלער. אנשטאט דעם האט ער זיך דערהויבן למדריגות רמות, ער האט זיך אריינגעלייגט און מגלה זיין גודל נשמתו וגודל נשמת ישראל.

ווער ס'האט אריינגעקוקט אין זיין מעיינא דמלכא זעט זיינע נקודות הפנימיות,
ער איז געגאנגען מיט די דרך פון ספרי איזשביצא אז א יעדע איד'ס נשמה האט א נקודת צדיק וואס מ'דארף ארבעטן צו מגלה און אויפפלאקערן.

ער האט אסאך זאכן אוועקגעמאכט על סמך פון די נקודה, ווי באקאנט פלעגט ער אסאך מאל אוועקמאכן די גודל המצב פון קברים, ווער ס'קוקט אריין אין זיין ספר האט געקענט הערן זיין נקודה,
ער האט געוואלט אז א יעדע יוד זאל מגלה זיין דאס אייגענע נשמת צדיק, און נישט נאר ווען מ'איז ביי יענע צדיק און מ'איז זיך מדבק אין דעם צדיק'ס אור.
זיין טענה שרייבט ער קלאר: דעם צדיק'ס אור ביי דיר איז פאר צייטווייליג, דו מוזט טרעפן דיין אייגענע צדיק און עס אויפפלאקערן!

זיין התייחסות צו א צווייטע יוד איז געווען אויפ'ן זעלבן אופן. א יעדער איד איז געווען ביי אים א חלק פון קדושת ישראל, ס'האט נישט עקזיסטירט אזא זאך ווי איגאו אין זיין וועלט.
זיין עבודה איז נישט געווען עפעס וועגן אים, ער איז דא געווען צו אויפהייבן די שכינה, א יעדער איד איז געווען ביי אים א זאך, ער האט אויפגענומען יעדע איד מיט א מורא'דיגע טיפע כבוד, די כבוד איז געקומען פון גודל הכרתו אין גודל נשמת ישראל און זיין אהבה עזה צו יעדן איד.

אויכעט האט ער געהאט א ספעציעלקייט אין זען א ספעציעלקייט אין יעדן איד, מענטשן פלעגן אים זאגן געדאנקען און דיעות, און ער האט עס אנגענומען און באוואונדערט כאילו די ווערטער קומען יעצט ארויס פון שלמה המלך'ס מויל.

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג יוני 30, 2024 1:25 am

· #566774
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
אוי בד''ה א שטארקע קלאפ פאר ב''פ

berlbalaguleh » זונטאג יוני 30, 2024 1:28 am

· #566775
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
שבת אחים #
ברוך דיין האמת.

שווער צוגלייבן אז ער איז נישטא מעהר מיט אונז.

אסאך זכרונות…
א שטיקל צייט פלעגט ער לערנען מיט מיר יעדען דאנערשטיג נאכט אור החיים הק׳ גלייך נאכדעם וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן און ער איז געווארן רבי.

גאר א אינטערסאנטע כאראקטאר געוועהן…
דאכצעך זיין טאטע האט געהייסן קאסוב-זאלישטשיק'ער רבי: ער האט געדראפט זאלישטשיק. זיך נאר גערופן קאסוב'ער רבי. יהא זיכרו ברוך.

אקטיווע שרייבער » זונטאג יוני 30, 2024 1:31 am

· #566777
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
איינער ווייסט פשט און מקור פון זיינע דיקע פיאות אינטערן אויער?

אמאהלגעקעננט » זונטאג יוני 30, 2024 1:59 am

· #566779
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
berlbalaguleh #
שבת אחים #
ברוך דיין האמת.

שווער צוגלייבן אז ער איז נישטא מעהר מיט אונז.

אסאך זכרונות…
א שטיקל צייט פלעגט ער לערנען מיט מיר יעדען דאנערשטיג נאכט אור החיים הק׳ גלייך נאכדעם וואס זיין טאטע איז נסתלק געווארן און ער איז געווארן רבי.

גאר א אינטערסאנטע כאראקטאר געוועהן…
דאכצעך זיין טאטע האט געהייסן קאסוב-זאלישטשיק'ער רבי: ער האט געדראפט זאלישטשיק. זיך נאר גערופן קאסוב'ער רבי. יהא זיכרו ברוך.
דער פאטער איז געװען א זון פון זאלישטשיקער און ערשט אן אײניקל פון לקט עני. דער שם קאסוב איז שױן געװארן מיט די יארען דער נאמען פון בית מדרש נאך בחײו פון ר הערשעלע

עמרם » זונטאג יוני 30, 2024 2:04 am

· #566780
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
די נאמען זאליטשיק האט זיין ברודער איבער גענומען
(און אויך די שול פון זיין טאטען, נאכדעם וואס ער האט שוין געדארפט א גרעסערע)

אמאהלגעקעננט » זונטאג יוני 30, 2024 2:40 am

· #566789
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
עמרם #
די בעסטע אפציע לענ''ד איז זיין ברודער

זיין ברודער איז אויך א ת''ח וכו', און אלע יארן געווען א פייערדיגע חסיד פון אים, און זיך אינגאנצן מבטל געווען צו אים

בדידי הוה עובדא,
ר' חײם האט נישט געװאלט ענטפערן אױף א דבר הלכה אין בית מדרש, װאס הײסט, ס'דא א רבי - אתרא דמר!

עמרם » זונטאג יוני 30, 2024 11:47 am

· #566813
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
זונטאג קרח 11:40 פארמיטאג
יעצט טרעט אויף דער לאנגיעריגער ראש הקהל אין קהילה קדושה קאסוב הנגיד החסיד ר' שלמה זלמן קליין הי"ו איש אמונו פונעם רבי'ן זצ"ל, אויפן רבינ'ס בקשה איז ער מכתיר די צוויי עלטסטע קינדער אלס ממשיכי דרכו בקודש, בנו הגדול הגה"צ ר' יעקב שמשון האגער שליט"א אלס אדמו"ר מקאסוב אין בארא פארק, און דער צווייטער זון הגה"צ ר' מנחם מענדיל דוד האגער שליט"א (איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א) אלס אדמו"ר מקאסוב אין ארץ ישראל.

JDN

מילך טראק » זונטאג יוני 30, 2024 11:55 am

· #566814
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
אקטיווע שרייבער #
איינער ווייסט פשט און מקור פון זיינע דיקע פיאות אינטערן אויער?
פשט די פיאות האט אים געשטערט פון פארנט האט עא עס גלייגט אין די בעק,
וואס איז די מקור פון די פיאות אין פארנט ווייסטו יא?

עמרם » זונטאג יוני 30, 2024 11:58 am

· #566815
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
זונטאג קרח 11:52 פארמיטאג

כ"ק אדמו"ר מקאסוב הרה"צ רבי יעקב שמשון האגער שליט"א האט יעצט אויסגערופן רירנדע ווערטער, אז ער בעט זיין יונגערער ברודער כ"ק אדמו"ר מקאסוב הרה"צ רבי מנחם מענדיל דוד שליט"א זאל קומען קיין אמעריקע איבערנעמען די כתר האדמורו"ת, און ווייטער ממשיך זיין די הייליגע המשכה לבית קאסוב.

JDN

עמרם » זונטאג יוני 30, 2024 12:04 pm

· #566816
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
זונטאג קרח 11:57 פארמיטאג

כ"ק אדמו"ר מקאסוב הרה"צ רבי יעקב שמשון האגער שליט"א איז ווייטער ממשיך מיט רירנדע דברי פרידה, אצינד האט ער געבעטן אז די יונגערע ברידער זאלן אויך ממשיך זיין די כתר ההנהגה, הגה"צ ר' משה האגער שליט"א אלס מנהיג אין וויליאמסבורג, און הגה"צ ר' ברוך האגער שליט"א אלס מנהיג אין לעיקוואד

צפת » זונטאג יוני 30, 2024 5:44 pm

· #566860
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
ביי די לויה אין מאנסי, איז געווען אן אינטערעסאנטע עפיזאד, בשעת האדמו"ר מוויזניץ (מאנסי) איז געגאנגען צופיס מלוה זיין, און יעדע פאר סקונדן האבן די חסידים ארום געשריגן, ווען זיי האבן באמערקט אז מען נעמט בילדער. אינמיטן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געהייסן זיין גבאי אויסרופן, "מען זאל נישט שרייען. אפילו אויב מען נעמט בילדער, זאל מען נישט שרייען.".

והיה לפלא.

פרי עץ הדר » זונטאג יוני 30, 2024 5:52 pm

· #566861
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
צפת #
ביי די לויה אין מאנסי, איז געווען אן אינטערעסאנטע עפיזאד, בשעת האדמו"ר מוויזניץ (מאנסי) איז געגאנגען צופיס מלוה זיין, און יעדע פאר סקונדן האבן די חסידים ארום געשריגן, ווען זיי האבן באמערקט אז מען נעמט בילדער. אינמיטן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געהייסן זיין גבאי אויסרופן, "מען זאל נישט שרייען. אפילו אויב מען נעמט בילדער, זאל מען נישט שרייען.".

והיה לפלא.
איך פארשטיי נישט וואס הייסט בילדער איז דאך יהרג ואל יעבור ניין? וואס אמאל איז מען מוותר?

הכנה דרבה » זונטאג יוני 30, 2024 5:56 pm

· #566862
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
.

[NAMELESS] » זונטאג יוני 30, 2024 5:59 pm

· #566863
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
פרי עץ הדר #
צפת #
ביי די לויה אין מאנסי, איז געווען אן אינטערעסאנטע עפיזאד, בשעת האדמו"ר מוויזניץ (מאנסי) איז געגאנגען צופיס מלוה זיין, און יעדע פאר סקונדן האבן די חסידים ארום געשריגן, ווען זיי האבן באמערקט אז מען נעמט בילדער. אינמיטן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געהייסן זיין גבאי אויסרופן, "מען זאל נישט שרייען. אפילו אויב מען נעמט בילדער, זאל מען נישט שרייען.".

והיה לפלא.
איך פארשטיי נישט וואס הייסט בילדער איז דאך יהרג ואל יעבור ניין? וואס אמאל איז מען מוותר?
אפשר ווייל ביי א לויה פאסט נישט צו מאכען געוואלדענעס....

יין שרף » זונטאג יוני 30, 2024 7:03 pm

· #566868
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
פרי עץ הדר #
צפת #
ביי די לויה אין מאנסי, איז געווען אן אינטערעסאנטע עפיזאד, בשעת האדמו"ר מוויזניץ (מאנסי) איז געגאנגען צופיס מלוה זיין, און יעדע פאר סקונדן האבן די חסידים ארום געשריגן, ווען זיי האבן באמערקט אז מען נעמט בילדער. אינמיטן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געהייסן זיין גבאי אויסרופן, "מען זאל נישט שרייען. אפילו אויב מען נעמט בילדער, זאל מען נישט שרייען.".

והיה לפלא.
איך פארשטיי נישט וואס הייסט בילדער איז דאך יהרג ואל יעבור ניין? וואס אמאל איז מען מוותר?
יהרג זיך אדער יענעם?

אקטיווע שרייבער » זונטאג יוני 30, 2024 7:11 pm

· #566871
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
מילך טראק #
אקטיווע שרייבער #
איינער ווייסט פשט און מקור פון זיינע דיקע פיאות אינטערן אויער?
פשט די פיאות האט אים געשטערט פון פארנט האט עא עס גלייגט אין די בעק,
וואס איז די מקור פון די פיאות אין פארנט ווייסטו יא?
נישט דעיס האב איך געמיינט, ער האט געהאט גאר לאנגע און דיקע, דעיס קומט פון זיין טאט׳ן?

ביטע נישט אריינקומען מיט אויפגעקלערטע נאנסענס, ווייל דאס ווייס איך אויכעט.

[NAMELESS] » זונטאג יוני 30, 2024 8:08 pm

· #566873
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
אקטיווע שרייבער #
מילך טראק #
אקטיווע שרייבער #
איינער ווייסט פשט און מקור פון זיינע דיקע פיאות אינטערן אויער?
פשט די פיאות האט אים געשטערט פון פארנט האט עא עס גלייגט אין די בעק,
וואס איז די מקור פון די פיאות אין פארנט ווייסטו יא?
נישט דעיס האב איך געמיינט, ער האט געהאט גאר לאנגע און דיקע, דעיס קומט פון זיין טאט׳ן?

ביטע נישט אריינקומען מיט אויפגעקלערטע נאנסענס, ווייל דאס ווייס איך אויכעט.
דו מיינסט די 'קאלטענעס' דאס איז איז געווען די לעצטע עטליכע יאר איך מיין עס קומט ווען מער רירט נישט צו די בארד און פיאות פאר דעם האט ער עס ארומגעדרייט ארום די אויער

פרי עץ הדר » זונטאג יוני 30, 2024 9:06 pm

· #566875
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
שוין ווייטער האבן די אדמור"י סאטמאר וסקווירא שליט"א נישט געטראפן די וועג קיין פיליס טעררעס, ווי יעדער אדמו"ר און יעדער פשוטער איד, נאר געמוזט מאכן א סטאפ ביי מוסד אור ודעת לעבן ניו דזשערסי און דארט מאכען א אייגענע לוי', און דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס זיי טוהען דאס. ביי די לוי' פון הרב ראזענבלום איז געווען די היסטארישע שלום פאקט פון ארונים מיט סקווירא אז זיי גייען נישט קיין פיליס אדער צו די וויזניצער בית החיים, און דאן איז געווען די סיבה צו מאכען א סטאפ ביי עטרת טשארנא, מילא סקווירא איז ממש ביטול זמן ארויסצופארן פון זיין אייגענעם מייל, אבער פארוואס רבי אהרן האט געמוזט גיין דארט איז א ביסעל שווער.

ווייטע יעצט ביי קאסוב, פארשטיי איך רעב אהרן ווייל עס איז געווען א חשש נגיעה זיך צו טרעפען מיט א חבר אין די מועצת, זיין שוואגער טאקע א קרוב משפחתי, און מיר שטייען ווייטער נאנט צו א' בלק מיט ווייטער א גיוס פראבלעם לויט א טייל, וואס ער איז זייער ברוגז וועגען די ראש המריבה, וואס דאס וועגט אלעס איבער, אבער ביי ראזענבלום לוי' פארשטיי איך נישט ר' אהרנ'ען וואס איז געווען בעסער טשארנא ווי פיליס. ווייטער יעצט ביי קאסוב איז פאר סקווירא איז געווען מער ניחא צו פארן עטליכע מייל ביז אור ודעת אבי נישט צו זיין חלילה אין פיליס אדער ביי די בית החיים, וואס איז נישט פארשטענדליך די בעבישקייט פון די הנהגה.

אבער די יד אחת איז יא דא צווישן די צוויי גרויסע בעביס, ווי זייער כבוד ווערט נישט באריקוועד און מען דארף דאס דערגיין, סודן של דבר פון הני תרי אשלי רברבא וואס זייער קעפ איז פול מיט תורה וחסידות און מוטשענען זיך זייער מיט ענינים גבוהים ורמים, און ווער עס ווייסט אדער פארשטייט די ענין זאל ביטע מסביר זיין, דער עולם איז הינגעריג.

וואלווי » זונטאג יוני 30, 2024 9:11 pm

· #566876
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
וואס פארשטייסטו נישט? דאס איז געווען קאסובער רבי, ער האט זיך געלאזט ארום שלעפן פאר בעיביס.
בחייו ובמותו...

ער האט אויף זיי אויך רחמנות געהאט.

אקטיווע שרייבער » זונטאג יוני 30, 2024 9:25 pm

· #566877
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
ביי רחמיסטריווקא איז ער געפארן און געווארן סטאק אין טרעפיק, זיך פשוט אפגעשטעלט ביי א קארנער ווי א לוזער…
איי געס יעצט האט ער שוין נישט גענומען קיין טשענסעס.

סקרו דרייוער » זונטאג יוני 30, 2024 9:56 pm

· #566880
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
[ציטאט אראפגענומען]

דאכט זיך אז דאס איז געווען זייט קאוויד ווען זיין האר האט אנגעהויבן ארויספאלן אזוי ווי ביי אסאך אנדערע אין יענע תקופה, און ער האט מחליט געווען נישט צורירן דערצו מער כדי ס'זאל נישט ארויספאלן מער.

שפילער » זונטאג יוני 30, 2024 10:08 pm

· #566881
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
ניין, ער האט שוין דעי קולטענעס יארן.

נאוואמינסקער » מאנטאג יולי 1, 2024 7:28 am

· #566892
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/a/ab/PandemicPrayerNote.jpg


דער קווטעל וואס מען האט אריין געלייגט ביי די ווערעדאנער דאכט זיך.

נאוואמינסקער » מאנטאג יולי 1, 2024 7:47 am

· #566893
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
ווער איז דער ערשטער חתימה אויפן קוויטל? עס איז גלייך פאר דער סקולענער.

קהל'ס נער » מאנטאג יולי 1, 2024 9:06 am

· #566898
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
פרי עץ הדר #
צפת #
ביי די לויה אין מאנסי, איז געווען אן אינטערעסאנטע עפיזאד, בשעת האדמו"ר מוויזניץ (מאנסי) איז געגאנגען צופיס מלוה זיין, און יעדע פאר סקונדן האבן די חסידים ארום געשריגן, ווען זיי האבן באמערקט אז מען נעמט בילדער. אינמיטן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געהייסן זיין גבאי אויסרופן, "מען זאל נישט שרייען. אפילו אויב מען נעמט בילדער, זאל מען נישט שרייען.".

והיה לפלא.
איך פארשטיי נישט וואס הייסט בילדער איז דאך יהרג ואל יעבור ניין? וואס אמאל איז מען מוותר?
וויבאלד ס׳איז דאך מתו מוטל לפניו, איז דאך שוין מקוים געווארען די יהרג, וכיון שנהרג מותר לעבור…

נקודת-אמת » מאנטאג יולי 1, 2024 9:51 am

· #566901
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
נאוואמינסקער #
ווער איז דער ערשטער חתימה אויפן קוויטל? עס איז גלייך פאר דער סקולענער.
קארלסבורגער רב זצ"ל

https://archive.jdn.co.il/breakingnews/1305391/

היימלינד » מאנטאג יולי 1, 2024 11:44 am

· #566911
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
פרי עץ הדר #
צפת #
ביי די לויה אין מאנסי, איז געווען אן אינטערעסאנטע עפיזאד, בשעת האדמו"ר מוויזניץ (מאנסי) איז געגאנגען צופיס מלוה זיין, און יעדע פאר סקונדן האבן די חסידים ארום געשריגן, ווען זיי האבן באמערקט אז מען נעמט בילדער. אינמיטן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געהייסן זיין גבאי אויסרופן, "מען זאל נישט שרייען. אפילו אויב מען נעמט בילדער, זאל מען נישט שרייען.".

והיה לפלא.

איך פארשטיי נישט וואס הייסט בילדער איז דאך יהרג ואל יעבור ניין? וואס אמאל איז מען מוותר?

ווייל ער פראבירט צו זיין א נארמאלע מענטש און נישט מאכן געוואלדעס. סימפל, נישט אלעס איז אזוי טיף.

לעפטאפ » מאנטאג יולי 1, 2024 1:50 pm

· #566922
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
ליפא שמעלצער
📎 Screenshot_20240701_122916_WhatsAppBusiness.jpg

קלמישל2 » מאנטאג יולי 1, 2024 3:45 pm

· #566927
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
געווען אפשר די איינציגסטע אדמו"ר פון בארא פארק וואס איז געווען הייליג און אויך גוט פארשטאנען דעם דור. זיך אנגענומען פאר יעדע נארמאלע זאך.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 1, 2024 4:55 pm

· #566945
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
[ציטאט אראפגענומען]
נאר דער דגוש איז אז דער תורת מרדכי איז געווען ביהרג ואל יעבור אויף נעמען בילדער. אפילו ביי חתונות. כש"כ ביי א לויה.

נאוואמינסקער » מאנטאג יולי 1, 2024 11:20 pm

· #566969
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
ווי אזוי לייגט מען ארויף א בילד? איך האב א בילד פון דער קאסוב'ער מיט ליפא בי יענעם מייטינג.

הערשער » מאנטאג יולי 1, 2024 11:26 pm

· #566970
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
נאוואמינסקער #
ווי אזוי לייגט מען ארויף א בילד? איך האב א בילד פון דער קאסוב'ער מיט ליפא בי יענעם מייטינג.

📎 Screenshot 2024-07-01 232451.png
📎 Screenshot 2024-07-01 232502.png

נאוואמינסקער » דינסטאג יולי 2, 2024 12:52 am

· #566976
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
📎 IMG-20240701-WA0092.jpg

א נייגעריגע קאטשקע » דינסטאג יולי 2, 2024 8:18 pm

· #567006
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
די מעשה מיטן קאלפיק שטימט נישט
ווייל ער האט נאר אנגעטוהן א קאלפיק די לעצטע 5-6 יאר
חוץ אויב ער האט געהאט איינס מונח בקופסא

אוהב ספרים » דינסטאג יולי 2, 2024 9:00 pm

· #567011
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
ענק ווילן הערן א סיפור אדער פרעגן קשיות?

[NAMELESS] » דינסטאג יולי 2, 2024 9:15 pm

· #567012
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
א נייגעריגע קאטשקע #
די מעשה מיטן קאלפיק שטימט נישט
ווייל ער האט נאר אנגעטוהן א קאלפיק די לעצטע 5-6 יאר
חוץ אויב ער האט געהאט איינס מונח בקופסא
ער און זיינע קינדער זענען געגאנגען קאלפיקעס אלץ בחורים.

שבת אחים » מיטוואך יולי 3, 2024 6:40 pm

· #567127
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
א נייגעריגע קאטשקע #
די מעשה מיטן קאלפיק שטימט נישט
ווייל ער האט נאר אנגעטוהן א קאלפיק די לעצטע 5-6 יאר
חוץ אויב ער האט געהאט איינס מונח בקופסא
יעדע רביש קינד ביי די וויזניצער גזע באקומט א קאלפיק ביי די בר מצוה.

אמאהלגעקעננט » מיטוואך יולי 3, 2024 7:22 pm

· #567130
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
If I’m not mistaken געדענק איך אז קאסובער רבי איז גראדע געװען פון די רבנים װאס האבן מבטל געװען “ the EVENT״
בלאט: 1 2