☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17130
בלאט: 1 2

נאוואמינסקער » מיטוואך יולי 3, 2024 8:17 pm

· #567136
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
אמאהלגעקעננט #
If I’m not mistaken געדענק איך אז קאסובער רבי איז גראדע געװען פון די רבנים װאס האבן מבטל געװען “ the EVENT״
ווייל עס איז געווען mixed seating. דער נעקסטע קונצרט איז געווען נאר פאר מענער. וועגן דעם האט MBD געקענט באשיינען, טראץ דעם אז ער גייט נישט צי mixed מסתמא שוין 30 יאר.

א נייגעריגע קאטשקע » מיטוואך יולי 3, 2024 8:29 pm

· #567138
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
די קאלפיק אויפן בילד קוקט נישט אויב ווי סאי'ז פון קאסובע רבי'ס בר מצוה

מילך טראק » דאנערשטאג יולי 4, 2024 9:11 am

· #567174
Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל
אקטיווע שרייבער #
מילך טראק #
אקטיווע שרייבער #
איינער ווייסט פשט און מקור פון זיינע דיקע פיאות אינטערן אויער?
פשט די פיאות האט אים געשטערט פון פארנט האט עא עס גלייגט אין די בעק,
וואס איז די מקור פון די פיאות אין פארנט ווייסטו יא?
נישט דעיס האב איך געמיינט, ער האט געהאט גאר לאנגע און דיקע, דעיס קומט פון זיין טאט׳ן?

ביטע נישט אריינקומען מיט אויפגעקלערטע נאנסענס, ווייל דאס ווייס איך אויכעט.
אויפגעקלערטע נאנסענס


ממש אזוי

עמרם » פרייטאג יולי 19, 2024 6:18 pm

· #568347
המשכה אין קאסוב
אזוי די חשובע מנהל שליט''א האט פארשלאסן די אשכול המשכה אין קאסוב

און אזוי ווי איך וויל נאך עפעס מוסף זיין שרייב איך עס דא

אזוי ווי אסאך האבן זיך געווינדערט פארוואס די עלטערע ברודער האט איבערגעגעבן די רעביסטעווע פארן אינגערע ברודער,
און נאכן פארשטיין גאר אז ער איז המכיר את מקומו, איז מען שאקירט געווארן אז ער פירט יא געהעריג
מ'האט פראבירט מדחיק צו זיין אז ער האט נישט אויפגעגעבן פון זיין א רבי נאר פון די הנהגה וכו' ...
אבער לפי זה איז צירוק שווער פארוואס האט ער בכלל אויפגעגעבן וכו'

בקיצור ס'האט נישט געשטימט
יעצט האב איך געזעהן אז ער גייט פירן א טיש פרייטיג צונאכטס זעהט מען קלאר אז ער וויל יא זיין א רבי (מכיר את מקומו ...) און אויב אזוי פאר וואס האט ער איבערגעגעבן די קהילה פארן קליינע ברודער

ביז איינער האט מיך אריין געשיקט א נייע גירסא אין די מעשה,
איך נעם ח''ו נישט קיין צד, און איך ווייס נישט אויב ס'איז קראנט, אבער אפשר אזוי וועלן זאכן מער שטומען... 📎 _דער_ווייטאג_פון_קאסוב'ער_חסידים.pdf צעטיל פון די טיש די וואך
https://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=649294
📎 _דער_ווייטאג_פון_קאסוב'ער_חסידים.pdf

[NAMELESS] » מוצ"ש יולי 20, 2024 10:42 pm

· #568352
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
א גרויליגע פאשקעוויל. ש''י איז גארנישט ווייניגער ווי אנדערע רבי'ס און ער מעג זיין א ''רעבע'' פונקט ווי צענדליגע אנדערע פוחזים וריקים. נאך א מזל אז ער האט א ברודער וואס איז א שטיקל לייטישער יונגערמאן און מ'האט עס אים געגעבן בדרכי שלום. וואס איז שלעכט אז ר' מענדל איז מכבד זיין עלטערע ברודער??

מיסטעריע » זונטאג יולי 21, 2024 12:45 am

· #568359
Re: המשכה אין קאסוב
איך האב געהערט, אז מ'האט פאר די לוי' צוגעזאגט אפטריט געלט, און יעצט מאכט מען זיך אומוואוסענדיג, האט ער מחליט געווען צו שטיין אויף די געהירן ביז מ'וועט איהם באצאלן.

[NAMELESS] » זונטאג יולי 21, 2024 1:21 am

· #568360
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
פרוכט זאפט #
א גרויליגע פאשקעוויל. ש''י איז גארנישט ווייניגער ווי אנדערע רבי'ס און ער מעג זיין א ''רעבע'' פונקט ווי צענדליגע אנדערע פוחזים וריקים. נאך א מזל אז ער האט א ברודער וואס איז א שטיקל לייטישער יונגערמאן און מ'האט עס אים געגעבן בדרכי שלום. וואס איז שלעכט אז ר' מענדל איז מכבד זיין עלטערע ברודער??
דו ענטפערסט נישט אויף וואס עס שטייט אין די פאשקעוויל איז אמת די תוכן אז ער טרעיט אויף די געהירן פון זיין טאטע'ס חסידים נאך בחייוו פון די טאטע און יעצט נאך מער אדער נישט?

הכנה דרבה » זונטאג יולי 21, 2024 2:45 am

· #568362
עמרם #
ביז איינער האט מיך אריין געשיקט א נייע גירסא אין די מעשה,
איך נעם ח''ו נישט קיין צד, און איך ווייס נישט אויב ס'איז קראנט, אבער אפשר אזוי וועלן זאכן מער שטומען...
_דער_ווייטאג_פון_קאסוב'ער_חסידים.pdf
די קשיא דא איז, אויב ס'איז אמת אז דער עולם האט אזוי פיינט דעם י"ש ווי קען זיין אז ס'געוועהן אזא שיינע השתתפות ביים ראש חודש סעודה? שוין איינמאל געוועהן מזומן. איך טראכט אפשר אז ס'איז א האגער קרענק, אזויווי ס'געשעהן אין וויזניץ וואו דער שגץ ישראל (זכר ל"יעקב" שמשון) איז פון איין טאג אויפ'ן צווייטן געווארן קדוש וטהור און זיין הייליגער ברודער (גם שמו מענדל) האט גע'ירש'נט די שגץ טיטל, מעגליך אז אן ענהליכע מעשה שפילט זיך יעצט אפ אין קאסוב.

יעלה ויבא » זונטאג יולי 21, 2024 8:31 am

· #568365
Re: המשכה אין קאסוב
עמרם #
אזוי די חשובע מנהל שליט''א האט פארשלאסן די אשכול המשכה אין קאסוב

און אזוי ווי איך וויל נאך עפעס מוסף זיין שרייב איך עס דא

אזוי ווי אסאך האבן זיך געווינדערט פארוואס די עלטערע ברודער האט איבערגעגעבן די רעביסטעווע פארן אינגערע ברודער,
און נאכן פארשטיין גאר אז ער איז המכיר את מקומו, איז מען שאקירט געווארן אז ער פירט יא געהעריג
מ'האט פראבירט מדחיק צו זיין אז ער האט נישט אויפגעגעבן פון זיין א רבי נאר פון די הנהגה וכו' ...
אבער לפי זה איז צירוק שווער פארוואס האט ער בכלל אויפגעגעבן וכו'

בקיצור ס'האט נישט געשטימט
יעצט האב איך געזעהן אז ער גייט פירן א טיש פרייטיג צונאכטס זעהט מען קלאר אז ער וויל יא זיין א רבי (מכיר את מקומו ...) און אויב אזוי פאר וואס האט ער איבערגעגעבן די קהילה פארן קליינע ברודער

ביז איינער האט מיך אריין געשיקט א נייע גירסא אין די מעשה,
איך נעם ח''ו נישט קיין צד, און איך ווייס נישט אויב ס'איז קראנט, אבער אפשר אזוי וועלן זאכן מער שטומען...
_דער_ווייטאג_פון_קאסוב'ער_חסידים.pdf
צעטיל פון די טיש די וואך
https://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=649294
איך האב געשיקט די צעטיל צו איינער פון די קנאקערס דארט, האט ער מיר געזאגט "אי"ה ביי ענקער חסידות אויף שמחות ". זעהט אויס אז די דברים בגו.

רוני » זונטאג יולי 21, 2024 9:34 am

· #568366
Re: המשכה אין קאסוב
עמרם #

_דער_ווייטאג_פון_קאסוב'ער_חסידים.pdf

דער שרייבער קען זיך גיין לערנען א קורס ביי אסטראלאג צו שרייבען ווי עס דארף צו זיין.

[NAMELESS] » זונטאג יולי 21, 2024 9:36 am

· #568367
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
[ציטאט אראפגענומען]
בחייו פון זיין טאטע האט דאך זיין טאטע אים געשטעלט דאווענען פארן עמוד. דאס איז א קשיא אויף רבי שרגא נישט אויף ש''י.

וואס עס שטייט וועגן היינט זעה איך נישט וואס די ביג דיל איז. יא י''ש וויל כבוד ווי א רעבע. אז אלע וויזניצע ברידערס שפילן רעבעס און זענען זיך מכבד ווי רעבעס, פארוואס זאל ר' מענדי נישט מכבד זיין ש''י ווי א רעבע?

[NAMELESS] » זונטאג יולי 21, 2024 9:49 am

· #568368
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
פאשקעוויל שרייבער שרייבט אז קאסוב איז נישט קיין ''סיסטעם'' ווי אנדערע חסידות, נאר יעדער איז געקומען צו רבי שרגא. אויב אזוי פארוואס האט רבי שרגא נישט געשטעלט א עובד ה' זאל אים איבערנעמען? פארוואס האט ער נישט געגעבן פאר זיינע חסידים הדרכה ווי זיי קענען גיין נאך זיין פטירה נאר זיי געלאזט הענגען מיט זיין זוהן - א move וואס פאסט נאר פאר א סיסטעם רבי??

פארוואס גייט די ריזיגע בנין מיט די מיליאנען וואס כלל ישראל האט געגעבן פאר רבי שרגא אריבער צו זיין זוהן? כ'האב געמיינט אז דא איז נישט קיין סיסטעם? פארוואס זאל מען נישט אויפנעמען א רב ווי אין אמאליגע קהילות מיט עלעקשאנס? זאל מען ברענגען אפאר קאנדידאטען און לאזן די ציבור נעמען אויף זיך א רב וואס זיי האלטען איז ראוי.

אלא מאי? דא איז א סיסטעם ווי איבעראל. אויב אזוי האסטו אויפגעסיינט פארן רבי'ס קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות נישט קיין חילוק וואספארא ליידיגייערס אדער עמי הארץ זיי זאלן זיין. איז זיי מוחל דיל מיט עס און שרייב נישט קיין עקעלדיגע פאשקעווילן אריינצושלעפען כלל ישראל אין די פראבלעמען מיט דיין נארישע סיסטעם.

נאוואמינסקער » זונטאג יולי 21, 2024 11:01 pm

· #568427
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
https://www.bechatzros.com/post/547645745
📎 f50a57_bc4104a5376c4d4e910464f8d4ae6bc0~mv2.jpg

סקרו דרייוער » מאנטאג יולי 22, 2024 12:06 am

· #568428
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
נישט שיין ארויסצולייגן אזא צעטל אויפן גאס אויף א קינד פון דיין רבי

בפרט ווען מהרי''ש איז אלעמאל געשטאנען דעם טאטען צו די האנט בשעת וואס מהריממ''ד האט געוואוינט אין די מרחקים

בעל דרשן » מאנטאג יולי 22, 2024 12:10 am

· #568429
Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל
נארישע יונגע אפרוחים פרובירען מיט אלעם מיטלען אנצודרייען א מחלוקת.. ביז דערווייל איז דא א שטארקע שלום אין קאסוב צווישען די ברודער'ס, און די עלסטע האט אוועקגעגעבן די שול פאר זיין יונגערע ברודער מרצונו הטוב, אבער נאך אלס א ממשיך אין די שלשלת.
בלאט: 1 2