☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מער צענזור אויף קעפלעך

מער צענזור אויף קעפלעך

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17126

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:48 pm

· #566562
מער צענזור אויף קעפלעך
ניין איך רעד נישט פון אונזערע קעפלעך...
מיר מעגן בלייבן אויפגעקלערט און אפען-מיינדעד. דא איז נישט אייוועלט!
אבער כדי נישט צו ווערן אינגאצן אויסגעשפילט ווי שוין אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות, אפשר איז כדאי אז קעפלעך פון אשכולות זאלן נישט זיין אזוי פראוואקאטיוו? אז א דורכשניטלכער מענטש זאל שפירן אז ער איז נישט אין עפעס א אנטי-דתי פארום.
וואס האלט איר?

צוקוועטשטע איילבירטן » דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:51 pm

· #566564
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
וועלכע קעפלעך טריגערט דיר?

בלויע בעקיטשע » דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:08 pm

· #566582
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
איך האב דערווייל נאך נישט געטראפען איין אום אויסגעהאלטענע קעפעל, אדרבה צייג אן

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:21 pm

· #566587
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
צוקוועטשטע איילבירטן #
וועלכע קעפלעך טריגערט דיר?
למשל


https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16714

https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16036

שעפטאל » דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:02 pm

· #566599
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו

סקעפטיקער » דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:02 pm

· #566600
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
פאר די געלט קענסטו גיין קיין אייוועלט

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:36 pm

· #566620
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
שעפטאל #
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו
פונקט פארקערט. איך מיין אז אלס א גאסט פון אייוועלט פארשטיי איך אז נייע ליינער גייען זיך שטערן אריינצוקומען דא אויב ווערן זיי באלד באגריסט מיט הארד-קאור כפירה-*אר*אגראפי. קענסט האלטן א שמועס אומצעזורירט, דאס איז עפעס אנדערש אינגאנצן. אבער א חסידישער אינגערמאן וויל נישט גיין אין א סייט וואס שרייט אויס כפירה אין אלעס וואס איז הייליג. מיר גייט עס נישט אן איך זאג נאר לטובת פון דעם שטיבל דא.

שעפטאל » דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:51 pm

· #566624
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
כ'האב זיך נישט באצויגן צו דיך, נאר צום שטיבל גופא.

פארקערט. ווי מ'האלט שוין יעצט האסטו טאקע א גוטע פוינט. ווייל דעס ווערט דעם איצטיגן ציבור דא. מן הסתם אין צוויי יאהר ארום, וועלן יענע סארט אשכולות בכלל נישט עקזיסטירן.

אשרינו שזכינו להרים קרן השטיבל.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 28, 2024 12:18 am

· #566649
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
איך האב גערעדט צו בערל בעל עגלה. האט ער מיר געזאגט אז אויב ער שרייבט צו מאל א פראוואקאטיוון קעפל איז עס נאר בדרך צחות. כדי צו ציען די אטענשן פון עולם.

תרמב » פרייטאג יוני 28, 2024 3:46 pm

· #566712
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
איך קלער פארקערט, דאס איז קאווע שטיבל, אז דו וועסט באדעקן וואס קאווע שטיבל איז באמת וועלן דא אנקומען אסאך חברה וואס געהערן נישט דא, און מיט די צייט וועלן זיי אנזייען מהומות, בעסער לאז עס וויאזוי ס'איז אז דער וואס קומט אריין זאל פונקטלעך וויסן אין וואס ער לאזט זיך אריין.

לאז אייוועלט זיין אייוועלט און קאווע שטיבל זיין קאווע שטיבל, באדעק נישט קאווע שטיבל מיט אייוועלט רעפינג פאפיר...

כנלע"ד.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 28, 2024 4:03 pm

· #566716
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
סוף טוב הכל טוב #
שעפטאל #
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו
פונקט פארקערט. איך מיין אז אלס א גאסט פון אייוועלט פארשטיי איך אז נייע ליינער גייען זיך שטערן אריינצוקומען דא אויב ווערן זיי באלד באגריסט מיט הארד-קאור כפירה-*אר*אגראפי. קענסט האלטן א שמועס אומצעזורירט, דאס איז עפעס אנדערש אינגאנצן. אבער א חסידישער אינגערמאן וויל נישט גיין אין א סייט וואס שרייט אויס כפירה אין אלעס וואס איז הייליג. מיר גייט עס נישט אן איך זאג נאר לטובת פון דעם שטיבל דא.
סוף טוב הכל טוב: במחכת"ה מישסטו אויס הלכה מיט השקפה.

וואס ס'הייסט כפירה עפ"י הלכה ווייסט און פארשטייט א יעדער. דאס איז שטרענג פארבאטן לפי תקנות ה'שטיבל. און קיין שום נארמאלער באזעסענער מענטש (אטו בשופטני עסקינן?) וועט נישט שרייבן אדער אפילו זיך פרובירן דינגען אויף א כפירה'דיגן וועג. ווייל זיין תגובה וועט גלייך פליען, אפשר מיט איהם צוזאמען. וכבר היה לעולמים. דא איז געווען איינער א בעל מימרא. גאנץ א טאלאנטירטער שרייבער. נאר ער האט אין א געוויסע תקופה אנגעהויבן שרייבן אפענע דברי כפירה. זענען זיינע מאמרים צוזאמען מיט איהם טאקע געפלויגן.

נאר ווען ס'קומט צו ענייני שיטה. דארט זענען שוין דא פארשידענע מיינונגען. און ווען איינער האלט נישט פונקטליך ווי דו אדער איך הייסט ער נאכנישט קיין כופר. און מ'קען זיך דינגען איבער דעם. משא"כ א סייט ווי איי-וועלט, וואס דארט לויפט אלעס מיט אן אגענדא. און אויב דו פאסט דיך נישט אריין אין די אפיציעלע ליניע וועט מען דיך מעקן.

בלויע בעקיטשע » פרייטאג יוני 28, 2024 5:31 pm

· #566729
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
סוף טוב הכל טוב #
שעפטאל #
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו
פונקט פארקערט. איך מיין אז אלס א גאסט פון אייוועלט פארשטיי איך אז נייע ליינער גייען זיך שטערן אריינצוקומען דא אויב ווערן זיי באלד באגריסט מיט הארד-קאור כפירה-*אר*אגראפי. קענסט האלטן א שמועס אומצעזורירט, דאס איז עפעס אנדערש אינגאנצן. אבער א חסידישער אינגערמאן וויל נישט גיין אין א סייט וואס שרייט אויס כפירה אין אלעס וואס איז הייליג. מיר גייט עס נישט אן איך זאג נאר לטובת פון דעם שטיבל דא.
דאס איז לעבן קיין כפירה נישט געשטאנען, דיע ארטיקלען איז נאר פאר די וואס האבען די כלים עס צו מקבל זיין, איך וואלט אייך געעצה'ט צו לערנען די יסודות פין חסידות מיטען לערנען וואס איז אין סוף, אחדות ה', ממלא כל עלמין, לבושים,ממקבל ומשפיע אין ספרי תלמידי הבעש"ט זי"ע פאר איר קענט טארכטען פין האבען א דעת בעל הבית.
מען מעג מעורר זיין נאר אויב מען איז אויס געקאכט.ס'איז אזוי ווי שרייען שבת אן וויסען די הלכה נאר טעם כמוס

אין בור ירא חטא ולא עם הארץ חסיד....

שמן למאור » פרייטאג יוני 28, 2024 5:59 pm

· #566730
Re: מער צענזור אויף קעפלעך

מנחם מנדל » פרייטאג יוני 28, 2024 6:03 pm

· #566731
Re: מער צענזור אויף קעפלעך

כספי » מיטוואך יולי 3, 2024 1:44 am

· #567022
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
שעפטאל #
כ'מיין אז דעם אשכול דערציילט אסאך פונעם "לאן אתה הולך" און פונעם "דור חדש אשר לא ידע".
אוי מה היה לנו
ס'איז נישט אינגאנצן אזוי, ס'איז אייביג אנגעגאנגען פייטס און קריגערייען צווישן די פרומערע אין שטיבל, און די מער לינקערע.
יעדע צוויי יאר (בערך, כמובן) - א פרישע פייט. כך הוא סדר השטיבל.

בלויע בעקיטשע » פרייטאג יולי 19, 2024 1:42 pm

· #568332
Re: מער צענזור אויף קעפלעך
מיר ווינדערט צו דער עולם קומט צו שטיבל מיט פרישע קאווע.