א מצוה שלא לשם מצוה?!
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17105
א מצוה שלא לשם מצוה?!
זיצט דער צוקוועטשטער זאלי פארנט פון זיין חתן רבי און טרייט צו פארשטיין וואס דער אלטגעזעצענער אורח וויל פון אים...
ער האלט געציילטע טעג פאר די חתונה און מען האט זיך גענומען איבער זיינע ביינער, טראץ וואס ער איז נאכאלץ טראמאטיזירט פון די ביז איצטיגע קרעש-קאורס וואס מען האט אין אים אריינגעפאמפט, טרייט דער חתן רבי (וואס אגב איז נאך געווען חתן רבי פאר זיין טאטע...) אים מסביר צו זיין די יסוד פון לעבן, און ער פארנעמט נישט דער שפראך...
אנהייב האט אים עס אויסגעזעהן זייער פרייליכע אינפא, אביסל שרעקעדיג צו אויסטרייען אין ריאלעטעיט דאס ערשטע מאל, אבער פיין, מ'העט עס דורכשוויצן, דא קומט דער אורח און הייבט אים אהן פארליינען ראשית חכמה מיט מורה נבוכים אזש ס'איז אים פארגאנגען די אפעטיט...
היינט זענען דעי פערדן קליגער געווארן און זיי צוטיילן די לעצטע שיעור אין צוויי, אזוי קען מען ביים ערשטן מסביר זיין אז מ'טאר נישט הנאה האבן פון דעי וועלט און דער יצר ווערט נאר שטערקער נאכן חתונה, און די צווייטע איז די אומקלארע באהאלטענע קאוד שפראך פון קיום הבריאה... אבער ביי די פאל האט מען נאכנישט געהאט די גראנדיעזע געדאנק.
און אזוי, מיט א קראצעדיגע שטימע, זאגט ער: וויסן זאלסטו אז מ'איז נישט אראפגעקומען אויף דער וועלט צו הנאה האבן, אבער ווייסט דאך, אפי' ס'איז דא הנאה דארף מען עס נישט, ווייסטאך, עהעם, יעדעס הנאה וואס מען האט נעמט אוועק פון יענע וועלט, עהעם, מ'מיינט תורה בטהרה, תורה בטהרה איז נאר ווען מען ארבעט אויף זיך... ס'קומט נישט פון זיך אליין, און נישט ח"ו אינזינען האבן צו הנאה האבן... און דא קומט די פאנטש ליין: נאר וואס דען, דער אויבערשטער האט דאך געהייסן, טוט מען אזוי אהן פארשטיין..., עהעם,
דער בחור זיצט פארטראכט און קען נישט פארשטיין. א מצוה דארף מען דאך הנאה האבן, און אז נישט האט מען סיי ווי הנאה, איז וואס וויל ער... און מיט די מיסטעריע דרייט ער זיך נאכאלץ ארום אין בויך ביזן היינטיגן טאג אהן קיין ענטפער...
הצלחה רבה
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
חתן רבי'ס אין כלה טיטשערס זענען די גרעסטע גורם פאר היינטיגע גיטין
די מזבח וויינט אין אונז שטעלן אויף די אלע גראביאנען צו טרעפן שולדיגע אין די קאטאסטראפע וואס האט א קלארע לייזונג
די אזויגערופענע טיטשערס שטעלן אהער א לעבעדיגע גיהנום פארן אומשולדיגע אינגערמאן אין אנשטאט א פת בסלו טרעפט ער זיך מיט א צוקוועטשטע צוקניפטע האלוויט ברויט....
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
ס'איז דא אזעלכע
אבער כהיום איז שוין דא ב''ה אויך גוטע חתן מדריכים !
די נושא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן באריכות אין מאחורי...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
עמרם #
ס'איז דא אזעלכע
אבער כהיום איז שוין דא ב''ה אויך גוטע חתן מדריכים !
די נושא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן באריכות אין מאחורי...
איך ווייס נישט ווער עס שרייבט אין מאחורי איך האב אינסייד דאטא פון די אלע קארסעס אין ארגנזעישאנס (כ’טו אין דעם) איך זאג אז ווי לאנג די פרומע קהילה רעקאמענדירטע טיטשער’ס וועלען זיך נישט טוישען וועט בוני עולם זיין ביזי שיקען אינגעלייט צו איבער נעמען הדרכה...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
גוט דעסקרייבד די קלימאקס פון אונזער געפ*קטקייט
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
זייער שיין, אבער פארוואס זאלי? 😂 😂 😂
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
Yesh #
זייער שיין, אבער פארוואס זאלי? 😂 😂 😂
א צוקוועטשטען זאלי איז נאר א טערם וואס איך ניץ פאר איינער וואס לויפט נאך פרומקייט
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
עמרם #
ס'איז דא אזעלכע
אבער כהיום איז שוין דא ב''ה אויך גוטע חתן מדריכים !
די נושא איז שוין אויסגעשמועסט געווארן באריכות אין מאחורי...
די וואס שיקן צו די גוטע חתן רבי'ס (וואס זענען אויך נישט גוט נאר בעסער) זיי זענען זיך שוין געווענליך מסדר, עס איז נאך דא הונדערטע האר אויפשטעלנדע מעשיות
שוין גענוג טרערן פארגאסן פארן זיין אויסגעשפארט פון מאחורי!
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
סאיז שוין דא גוטע, איך פלאן צו שוקן צו פעגי גרינפעלד פאר 1 סעשען
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
האי פרושא #
חתן רבי'ס אין כלה טיטשערס זענען די גרעסטע גורם פאר היינטיגע גיטין
די מזבח וויינט אין אונז שטעלן אויף די אלע גראביאנען צו טרעפן שולדיגע אין די קאטאסטראפע וואס האט א קלארע לייזונג
די אזויגערופענע טיטשערס שטעלן אהער א לעבעדיגע גיהנום פארן אומשולדיגע אינגערמאן אין אנשטאט א פת בסלו טרעפט ער זיך מיט א צוקוועטשטע צוקניפטע האלוויט ברויט....
הא, דערמאנסט מיר ווען די צווייטע טאג שבע ברכות האט מיר מיין ווייב סערווירט האלוויט ברויט פון פריזער... ביז היינט ליידט זי פון דעם...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
דאס איז א געפערליכע זאך וואס קומט פאר ביינונז. מען נעמט א זאך וואס איז טאבאו צו רעדן דערפון, די בחור ווייסט נישט וויאזוי 'יעדער' טוט עס, ער הערט נאר פון איין צוקוועטשטן יוקל וואס ער אליין טוט אויך נישט וויאזוי ער זאגט, נאר ער וויל פשוט האבן א נאמען פון א 'פרומע' חתן מדריך. ער נעמט א זאך וואס איז געמאכט פאר יחידי סגולה, און ער לערנט עס אויס מיט א גלאטן פנים כאילו ס'איז א דבר השווה לכל נפש.
ארבעטן אויף תאוות אכילה איז אויך זייער א שיינע זאך, די משנה זאגט פת במלח תאכל... אבער איז דאס דען די טעגליכע מעניו אין סיי וועלכע ישיבה? איך בין כמעט זיכער אז ווען עסן וואלט מען אויך געטון נאר אינטער פארמאכטע טירן, וואלט מען פאר יעדע בר מצוה בחור אויך געהאלטן אזא שרעקעדיגע תאוות אכילה דרשה, און אנגעזאגט אז מען דארף זיין שטארק נזהר נאר צו עסן ברויט מיט וואסער. נאר אויב מען האט גאר א שטארקע תאווה און מען האלט פארן עסן א דבר טריפה, נאר דעמאלטס מעג מען מיקל זיין און עסן א פרוכט. און אויך נאר בצינעה גמור און נישט פארציילן פאר קיינעם און נאר אינטערן דאכענע און נאר אין א טינקעלע שטוב און נאר ככפאו שד און נאר משבת לשבת און פראבירן זיך מצייר צו זיין בשעת מעשה צורת קודשו פונעם רבי'ן זז"ג ווי ער עסט אן עפל אינטערן דאכענע.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
חמול על מעשיך #
האי פרושא #אין אנשטאט א פת בסלו טרעפט ער זיך מיט א צוקוועטשטע צוקניפטע האלוויט ברויט....
הא, דערמאנסט מיר ווען די צווייטע טאג שבע ברכות האט מיר מיין ווייב סערווירט האלוויט ברויט פון פריזער... ביז
היינט ליידט זי פון דעם...
איך האף אז היינט איז נאר די דריטע טאג פון די שבע ברכות
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
חמול על מעשיך #
האי פרושא #
חתן רבי'ס אין כלה טיטשערס זענען די גרעסטע גורם פאר היינטיגע גיטין
די מזבח וויינט אין אונז שטעלן אויף די אלע גראביאנען צו טרעפן שולדיגע אין די קאטאסטראפע וואס האט א קלארע לייזונג
די אזויגערופענע טיטשערס שטעלן אהער א לעבעדיגע גיהנום פארן אומשולדיגע אינגערמאן אין אנשטאט א פת בסלו טרעפט ער זיך מיט א צוקוועטשטע צוקניפטע האלוויט ברויט....
הא, דערמאנסט מיר ווען די צווייטע טאג שבע ברכות האט מיר מיין ווייב סערווירט האלוויט ברויט פון פריזער... ביז היינט ליידט זי פון דעם...
אי משום הא... די פראבלעם איז אז ס'דא פרויען וואס זענען אליינס האלוויט ברויט פון פריזער אין נישט נאר ביי פרישטאג נאר אויכעט ביים סעודת לילה...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
איך בין גראדע געגאנגען צו א פרומע קהילה רעקאמענדירטע חתן רבי
נישט גערעדט קיין ווארט אז מ'טאר נישט הנאה האבן וכו' פארקערט ארויסגעברענגט אז ס'איז א נוטירליכע געברויך און ס'קען נישט גיין אהן הנאה, פארדעם מאכט מען נישט קיין ברכה וכו'.
(כאטשיג אין שו"ע שטייט מ'דארף טוהן כפורע חובו.. העלאוי ס'נישט איך ס'די מחבר... קענט העלפ יו... אוודאי מ'קען זאגן הסברים מיט פשטים אז ס'מיינט אז מ'זאל נישט מיינען די הנאה לשם עצם מיין ההנאה נאר מ'זאל זיין דא צו פורע חוב זיין און אז דו האסט הנאה פ"וו נישט.. וכו' והדברים עתיקין)
כ'וואלט נישט געזאגט אז ער האט מיר געגעבן די הייסטע פראקטישע עצות וויזוי צו זיך זעטיגן כדבעי, אבער האט נישט גערעדט די אויבנדערמאנטע שפראך, און ווי ווייט איך ווייס רעדן נישט אזוי די עסטעבלישמענט חתן מדריכים.
(איבער די ספר קדושה וצניעות איז דא אסאך צו רעדן אבער לכאו' נישט ערלויבט אין מלפני...)
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
יקנהז #
איך בין גראדע געגאנגען צו א פרומע קהילה רעקאמענדירטע חתן רבי
(כאטשיג אין שו"ע שטייט מ'דארף טוהן כפורע חובו.. העלאוי ס'נישט איך ס'די מחבר... קענט העלפ יו... אוודאי מ'קען זאגן הסברים מיט פשטים אז ס'מיינט אז מ'זאל נישט מיינען די הנאה לשם עצם מיין ההנאה נאר מ'זאל זיין דא צו פורע חוב זיין און אז דו האסט הנאה פ"וו נישט.. וכו' והדברים עתיקין)
וואס הייסט קהילה רעקאמענדירטע? ס’דא אסאך קהילות אין ס’דא אסאך רעקאמענדירטע, קום אריין מיט א נאמען,
לגבי די מחבר פון פורע חוב איך מיין אז ביי חסידים האט מען נישט אנגענומען ווי מחבר אין עניני השקפה...
כ׳האב לעצטענס געקלערט אז די עצם פאקט אז ס׳דא אזא מושג ווי א חתן מדריך/כלה טיטשער איז א עון פלילי...!
כ׳מיין, ווען איינער דארף א עסן און טרינקען נורס/טעראפיסט/טיטשער איז יענער טויט קראנק.
_ _
איך ווייס פון דער נאנט פון א גאר פעימעס כלה טיטשער, וואסיז צרות צרירות דארט מאחורי הפרגד. איר מאן איז איינע פון די אינגעלייט וואס האבן מיר קאנווינסט צו
עפענען דעם אשכול.Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
כ׳האב לעצטענס געקלערט אז די עצם פאקט אז ס׳דא אזא מושג ווי א חתן מדריך/כלה טיטשער איז א עון פלילי...!
כ׳מיין, ווען איינער דארף א עסן און טרינקען נורס/טעראפיסט/טיטשער איז יענער טויט קראנק.
מ'דארף אבער האבן איינער וואס זאל דאס אויסלערנען פאר די דריי פראצענט בחורים וואס קענען עס נאכנישט...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
די ווארט איז נישט אויסלערנען פראקטישע ענינים וד"ל... א גוי וועט זיך אויך ערגעטס ווי אין זיין מערידשט זיך טרעפען מיט א מערידשט קאנסאלטענט צו א *** קאנסאלטענט אין אוודאי אינז אידן וואס מען פארהוילט פון אינז די פארהייראטע ענינים בקומט מען נישט די סקילס נארטירלעך ווי @שמן למאור האט געשריבן "די בחור ווייסט נישט וויאזוי 'יעדער' טוט עס" אפי' ער איז געווען די מערסט אויפגעקלערטע בחור אין זיין ישיבה דארף ער נאכאלטס מזן אים אויסלערנען די קאנעשען סקילס אין אך אין ווי אויב דער אמשילדיגער אינגערמאן טרייט עס אויפצוזיכען אויפן אינטענעט... א דירעקטע פלייט צו פארנאגערפי...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
אוי וויי, חס ושלום אזוי צו בארעדן די הייליגע הייליגע חתנים מדריכים, די דאזיגע הייליגע אידן זענען אינגאנצען אויסגעטוהן פון דער וועלט און זיי ווייסען ניטאמאל וויאזוי מען איז נהנה באצבע קטנה,
די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן פון הנאת עוה"ז איז - ווען א אינגערמאן אדער א ווייבל רופט זיי פאר א געשמאקע שלום-בית קעיס, אדער ווען דער חתן פארציילט פונקטליך וויאזוי ס’איז צוגעגאנגען ביי איהם בינו לבין אשתו בלילה....
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
די פראבלעם ווערט נאר ביי די אויפגעקלערטע בחור,
ער גייט צו א פרומע צוקוועטשטע חתן רבי, און די חתן קען עפעס הלכות אריינקוקענדיג באהאלטענערהייט אין זיין טאטעס רבי יעקב עמדין סידור...
און די חתן רבי לערנט אים עס אויס מיט אלע חומרות, דארף ער גלייבן די חתן רבי אז דאס וואס ער זאגט איז טאקע די הלכה??
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
ווי האט דער מנחת אלעזר געזאגט יודען אין אמערקא היט שבת וועט אייך גיט זיין .מען קען זאגען אפשר יונגעלייט היטס ענק די אויגען, (איך מיין נישט אלס שמירת עיניים) וועט אייך גיט זיין.
גייט א יונגערמאן אין גאס צופרי אין שול אין זעהט אלע סארטען גידולים וברואים ומינים שונים אזוי ווי אתרוגים מיט אלע סארט הידורים וואס א אתרוג דארף צו האבען , קומט ער אהיים אין ער פעיסט ריעלעטי מיט זיין אתרוג אוואדי ווערט בלבולים פון אלע סארטען ער וויל עדזשאסטען זיין אתרוג אבער עס קען ווערען פסול ,
איינער וואלט דא געשריבען ודי בזה...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
yesiknow #
ווי האט דער מנחת אלעזר געזאגט יודען אין אמערקא היט שבת וועט אייך גיט זיין .מען קען זאגען אפשר יונגעלייט היטס ענק די אויגען, (איך מיין נישט אלס שמירת עיניים) וועט אייך גיט זיין.
גייט א יונגערמאן אין גאס צופרי אין שול אין זעהט אלע סארטען גידולים וברואים ומינים שונים אזוי ווי אתרוגים מיט אלע סארט הידורים וואס א אתרוג דארף צו האבען , קומט ער אהיים אין ער פעיסט ריעלעטי מיט זיין אתרוג אוואדי ווערט בלבולים פון אלע סארטען ער וויל עדזשאסטען זיין אתרוג אבער עס קען ווערען פסול ,
איינער וואלט דא געשריבען ודי בזה...
נישט ממש, ווייל א מענטש'ס גוף ונפש וואס דארף עס נאטורליך! און דאס טוהען די אז"ג הייליגע מדריכים אויך צונעמען, אדער עכ"פ ער זאל שפירן ווי א שייגעץ פארן זיין און טוהען נארמאל...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
חמול על מעשיך #
וואס הייסט קהילה רעקאמענדירטע? ס’דא אסאך קהילות אין ס’דא אסאך רעקאמענדירטע, קום אריין מיט א נאמען
די קהילה איז סאטמאר מהר"יי און די נאמען פונעם מדריך האב איך נישט אין פלאן דא צו שרייבן דערווייל.
אבער עניוועי וואס איז נוגע די נאמען... אדרבה אויב איינער דא איז געווען ביי א עסטעבלישמענט חתן רבי די לעצטע 10-15 יאר און ער האט אים געהאקט אין קאפ וועגן איסור הנאה און אז ס'נאר א דיעבד'דיגע זאך וכו' זאל ביטע דא שרייבן, (אבער חמול דו בעט פון יענעם אויך נעמען...)
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
א ליסטע פון נעמען דארפסטו איך האב סאך מער פון ליסטעס איך האב דאטא איך וועל מיר צאמנעמען אין איבערגעבן
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
יקנהז #
חמול על מעשיך #
וואס הייסט קהילה רעקאמענדירטע? ס’דא אסאך קהילות אין ס’דא אסאך רעקאמענדירטע, קום אריין מיט א נאמען
די קהלה איז סאטמאר מהר"יי און די נאמען פונעם מדריך האב איך נישט אין פלאן דא צו שרייבן דערווייל.
אבער עניוועי וואס איז נוגע די נאמען... אדרבה אויב איינער דא איז געווען ביי א עסטעבלישמענט חתן רבי די לעצטע 10-15 יאר און ער האט אים געהאקט אין קאפ וועגן איסור הנאה און אז ס'נאר א דיעבד'דיגע זאך וכו' זאל ביטע דא שרייבן, (אבער חמול דו בעט פון יענעם אויך נעמען...)
אלס איז זייער גוט אויב ביידע ווייסן וואס טוט זיך פון פאראויס נאר מען דארף איינער זאל זאגן וויאזוי מען לייגט עס אריין אין הלכה,
אויב ביידע ווייסן נישט איז אויך א פראבלעם, אבער גארנישט קומט נישט צו צו א פראבלעם ווען איינער ווייסט און דער אנדערער נעמט אינפארמאציע נאר פון א פאררוקטע טיטשער - רבי וואס האט נישט געקענט שפייזן זיינע קינדערלעך אויף א צווייטע אופן....
דו כאפסט אז דו נעמסט א קינד, על פי רוב א מיידל, און דו באכעסט צוואנציג יאר ווי טמא זי איז ועוד, און דו ווילסט עס אפמעקן מיט א מדריך וואס זאגט אז ס'קען נישט גיין אן הנאה....
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
יא, די זעלבע איז ביים בחור וואס דו האקסט אים אין קאפ וועגן קדושה פאר 20 יאר, און אויב דו צוטיילסט נישט גוט פארן חתונה לעבט ער ווי א דאגי.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
שמחהלע קאפשטיק #
נישט ממש, ווייל א מענטש'ס גוף ונפש וואס דארף עס נאטורליך! און דאס טוהען די אז"ג הייליגע מדריכים אויך צונעמען, אדער עכ"פ ער זאל שפירן ווי א שייגעץ פארן זיין און טוהען נארמאל...
הייליגע שמחה,
דו זאגסט גוט און אמת, איך זאג נאר פאר די וואס זענען מגרה את יצרם דורך קוקן אויף וואס איז נישט זייערס און קענען (וועלן) נישט האבן, אז זיי מאכען זיך שווער דאס לעבן, אסאך מאל פארלאנגען זיי פון זייער ווייבעלע צו זיין ווי יענע וואס זיי האבן געזעהן אין גראסערי אדער ווייסעך ווי. אז מען קוקט נישט אין יענעמס טעלער ווערט מען געזעטיגט פון די אייגענע פארציען, אנדערע ווערן מיזרעבל פון וועלן יענעמס א חפץ, דיינס איז די שענסטע בעסטע פאר דיר, שמח באשת נעוריך.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
אלעס איז גוט געזאגט אויב מען ווייסט פון דעם טייטש פון שמח באשת נעוריך, אבער וואס זאל מען טוהן אז מ'לערענט נאר אויס דעם קדש עצמך במותר לך?
איך ווייס פון א רב וואס פארפירט זייער קעגן זכו מיט דעי אלע קארסעס, און זיין שניר האט פארציילט אז איר מאן צווינגט איר צו לייגן מעיקאפ ווייל ער באקומט הרהורים פון די שכנה..
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
פארוואס אין גאט'ס וועלט דארף ער איר 'צווינגען' צו לייגן אזא פשוטע זאך ווי מעיקאופ? זי פארשטייט נישט אליינס?
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
דאס איז נישט אזא גרויסע קשיא מיטא, ביי זיי אין משפחה קען זיין איז דאס אזוי אסור ווי א שייטל. מיין קשיא איז פארוואס קוקסטו אויפן שכנה פאר העווענס סעיק? זי איז נישט דיינס און וועט קיינמאל נישט זיין דיינס! והשנית, אויב דיין אשה וועט אויך זיך שמירן וועסטו שוין נישט האבן הרהורים פון דיין שכנ'ס ווייב?
מארגן וועסטו זעהן א אנדערע מיידל מיט א קורצע (אדער א לאנגע) קליידל און אודך הרהורים! איף יו סי סאמטינג לאק עוועי, וועסטו אנפאנגען צו הנאה פון דיין אייגענע שיינע בעיוטיפול ווייב.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
Btw איינס פון די התחייבות פון כתובה איז געבן makeup פאר די ווייב. אין שו"ע אבה"ע שטייט קלאר אפי' וועלכע מיני און וועלכע קאלאר. שווארצע פאר די אויגן, Blush פאר די באקן ect.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
יא איך ווייס, רעדסט דברים של טעם...
ס'דא וואס מיינען אז מצילתו מן החטא מיינט אז ווען דו וועסט קוקן אויף אנדערע וועט עס דיר שוין נישט גליסטן ווייל דו האסט דיינס, ס'הייבט זיך נישט אן, די מים גנובים און די דמיונות אז יענעמ'ס גראז איז גרינער לויפן נאך אפי' מ'האט די שענסטע הדר, ס'איז מציל אז דו זאלסט וויסן אז דו האסט שוין דיינס און הער שוין אויף קוקן על ימין ושמאל, ווי מ'זאגט די פשט פון די גמ' אז במערבא האט מען געפרעגט מצא או מוצא, אז מצא איז א לשעבר ער האט שוין געטראפן דאס זייניגע, דאן איז מצא אשה מצא טוב, אויב אבער אפי' נאך די חתונה איז מוצא לשון הווה, ער איז נאך ביזי זוכן צו יענער האט אפשר זוכה געווען צו אביסל א דארערע אדער העכערע וכו' דאן איז מוצא אני את האשה מר ממוות, ווי דער פייטן זאגט אין די יוצרות ליום א' של שבועות: "שמח בחלקך בחיים יפים,עם לקוחה לך והכל צופים וכו', שתה מבורך מים כסופים, תעב גנובת מים גנובים, טינופים מים לא תגנב, שמח בחלקך ובטוב תנוב".
אגב, וואס האט עס מיט די נושא פון די אשכול?...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
יין שרף #
Btw איינס פון די התחייבות פון כתובה איז געבן makeup פאר די ווייב. אין שו"ע אבה"ע שטייט קלאר אפי' וועלכע מיני און וועלכע קאלאר. שווארצע פאר די אויגן, Blush פאר די באקן ect.
גערעכט, @פארברענטע וויין. א שייטל ווערט אויך דערמאנט אין גמרא שו"ע, אבער אונז זענען הייליגער פרומער ערליכער ווי די אלע פשוטע דארפס יודן, אונז גייען ווי להבדיל די אייסיס דזשיהאד ווייבלעך און שוין.
גוד נייט, שוין צופיל וויין געטרינקען היינט.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
ביי די אלטמאדישע חתן טיטשערס איז 'די מצוה' איז א באדויערליך באג אין די תורה און דאס אז ס'איז די ערשטע מצוה איז א שמוציג סקאנדאל וואס מען דארף מוטשען עס צו פארענטפערן. מסתמא א שוואכע מאמענט פון באשעפער.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
א מזל אז עס שטייט אין פרשת בראשית וואס דער רמב"ם האט נישט קיין פראבלעם עס צו לערנען אלאגאריש...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
פון אונזערע #
די פראבלעם איז אז ס'דא פרויען וואס זענען אליינס האלוויט ברויט פון פריזער אין נישט נאר ביי פרישטאג נאר אויכעט ביים סעודת לילה...
און ס'דא מענער וואס זענען ווי גראבע צעבויגענע סוויט פאטעיטא נאר מיט די האר און אהן די סוויטנעס. און ווייעך צו אלע צרות נאך אויך.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
געהאט האב איך מער צו די צוקוועטשע זייט חתן טיטשער, ער האט פרובירט עס צו מאכן די מערסטע עקסייטינג און ארויסקוועטשן אלע היתרים פאסיבל, (כ'בין דאך די בחור וואס האט חתונה מיט א מאדערנע מיידל, מ'קען נישט געבן די סטאנדארט מילך לעכל קורס..) אבער ס'איז געווען בעד ניוז, ער האט פרובירט מסביר זיין מיטן לייגן איין ספר אויפן צווייטן, און לייגן א פענע אינצווישן.... בקיצור יענץ מעשה.
ארויסשפאצירט האבעך מיט מער קושיות ווי נישט.
ויהי לאחר אותו לילה, (און ניין, נישט די ערשטע, דאס אויסלערנען אז מ'דארף שטופן א שטופאכץ שוין די ערשטע נאכט איז א קריים שאין כדוגמתו, מ'דארף דאס אויסראטן פון פון אונזערע קרייזן) האבעך ריעלייזט אז וואס מ'האט מיר געלערנט איז איין שטיק באבקע, איך האב געמאכט א גרויסע דעליט, און אנגעפאנגען פון פריש, גענומען א מחבר מיט שו"ע, אינוועסטעד אפאר חדשים, און דורכגעפארן די גאנצע נושא, און געלייגט א גרויסע נאו פאר אלע איבריגע חומרות למיניהם.
און ס'רעשטע טעכנישע פרטים האבעך מיר צוגעלערנט פון די זייט, ס'איז דא גענוג און נאך העלפול קאנטענט אויף גוגל, פארנ**ראפי איז נישט קיין מאסט.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
דער איז סחורה ווי גאלד, וועלכע ספר האט ער גענוצט פאר די נקבה???
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
לכאורה צאינה וראינה...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
אמאהל געהערט א מעשה
א גערער בחור ווערט א חתן
דער נאכט פאר די חתונה רעדט צו אים דער משגיח און זאגט אים "ברחל בתך הקטנה"
דער בחור כאפט א שרעק, און שרייט דער משגיח איז א שמוציאן !!!
דער משגיח רופט דיר ראש ישיבה וואס טוט מען
דער ראש ישיבה רופט דעם בחור און זאגט אים דער אמת
דער בחור שרייט געוואלד !! ביידע רבנים אזעלכע חזירים
דער ראש ישיבה זעהט אז עס איז נישטא אנ'עצה נאר אים לאזען גיין צום רבי'ן
דער רבי רופט און זאגט אים, דער בחור האט נישט קיין ברירה, אז דער רבי זאגט איז געזאגט
דער רבי זאגט אים = עס איז א גרויסע מצוה !!!
אין דערפריה נאך די חתונה זעהט אים דער רבי און פרעגט נו?
זאגט דער בחור = רבי! נאר אזעלכע מצוות.....
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
ס'גוט פאר די ווערטל אבער וואס גייט פאר אין גור איז געפערליך!
אגב, פאר ווער עס איז אין מאחורי, איז דא דארט א קלארקייט אין דעם?
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
גראדע אין גור רעדט מען פאר די בר מצוה, איך ווייס נישט פונקטליך וואס אבער עפעס וועגן adulthood שינויים אין די גוף ועוד
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
חמול על מעשיך #
אנהייב האט אים עס אויסגעזעהן זייער פרייליכע אינפא, אביסל שרעקעדיג צו אויסטרייען אין ריאלעטעיט דאס ערשטע מאל, אבער פיין, מ'העט עס דורכשוויצן, דא קומט דער אורח און הייבט אים אהן פארליינען ראשית חכמה מיט מורה נבוכים אזש ס'איז אים פארגאנגען די אפעטיט...
מיין חתן רבי האט נישט געלערנט קיין ראשית חכמה 😃 ... משוגע איז דער וואס לערנט מיט א חתן ראשית חכמה. וואס ווילן זיי אז מען זאל צוזאם שטעלן האבן א גוד טיים ע"פ תורה בהיתר מיטן ווייב צו איסורי כריתות? יא, אינגערמאן האב הנאה צום פולסטן ע"פ תורה מיט דיין ווייב אויף וועלכע אופן צייט ענק האבן מסכים געווען אויף. האב א ביעיוטיפול לייף ע"פ תורה.
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
חמול על מעשיך #
אגב פאר ווער עס איז אין מאחורי, איז דא דארט א קלארקייט אין דעם?
מ'רעדט פון דעם
אבער ס'איז נאך נישט אינגאנצן קלאר ...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה!?!
אוודאי נישט, די ערשטע תקנה איז נישט צו פארציילן...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
סדא א באקאנטע אנגענומענע כלה טיטשער (כמיין פון מאנטריאל אופ טאון, ליטוויש געשטומט) סדא אסאך חסידישע וואס שיקן צו איר, מרת ”Rivka katz” זי האט אפאר cd’s, זי געבט אויך דרשות פאר גרופעס.. גאר שטארק רעקאמינדירט אויסצוהערן צוזאמען מיטן ב״ב… אפשר קען איינער לייגן א לינק
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
נעכטן #
סדא א באקאנטע אנגענומענע כלה טיטשער (כמיין פון מאנטריאל אופ טאון, ליטוויש געשטומט) סדא אסאך חסידישע וואס שיקן צו איר, מרת ”Rivka katz” זי האט אפאר cd’s, זי געבט אויך דרשות פאר גרופעס.. גאר שטארק רעקאמינדירט אויסצוהערן מיטן ב״ב… אפשר קען איינער לייגן א לינק
https://www.rebrkatz.com/
גאר אסאך אפילו עלטערע קאפעלס זאגעו אז דאס האט ממש אריינגעבלאזען א מוראדיגע פרישקייט…
(קען זיין זייער בייהילפיג פאר א couple וואס זי איז געווען ביי א צוקוועשטע כלה טיטשער, און די מאן ווייסט נישט ווי זיך אהינצוטהן…. און בכלל גאר גוט פאר יעדע age און stage)
-זייער קלאהר און געבויט ע״פ תורה-
שמעו ותחו נפשכם
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
BTW ביי כלה טיטשערס איז גארנישט בעסער,
Sadly, I had my fair share of pain,
איך ווייס נישט פארוואס די כלה טיטשער דארף נישט ווייזען אירע curriculum פארן מאמע,
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
פארציילט מיר א חבר אז זיין ווייב'ס כלה טיטשער איז געוועהן נישט קיין צווייטע ווי.... איר מאמע!!!!!!!!
(זי איז א אפיציעלע כלה טיטשער, אבער ס'איז נאך אלץ נישט קיין נארמאלע זאך).
די פראבלעם האט זיך אנגעהויבן אז די מאמע/שוויגער מישט זיך גהעריג אריין אין זייער ביזנעס, און זי הייסט די טאכטער (אלס כלה טישער פארשטייט זיך, נישט אלס מאמע...) וואס צו טוהן, ווי למשל אז זי זאל זאגן איר מאן אז ס'איז נישט דא אזא זאך אז א יונגערמאן א האלבע יאר נאך די חתונה זיצט מער נישט אין כולל (ער האט געוואלט גיין ארבעטן).
בקיצור ס'גייט נישט נעמען צו לאנג ביז די גט גייט קומען...
Re: א מצוה שלא לשם מצוה?!
אדער ביז די טאכטער גייט אפמאכן אז די מאמע זאל זיך רייבן די אייגענע זיצער...
זי דארף מאכן א טשויס וועמען צו ליב האבן, אדער די מאמע, אדער די מאן,
און אדרבה, אויב האט זי מער ליב די מאמע, קען זי צוריק אהיימגיין וואוינען ביי די מאמע...