☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

121 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17102
בלאט: 1 2 3

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 17, 2024 6:24 pm

· #565225
ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אויב וואלט מען מיר געגעבן די מעגליכקייט צו טוישן איין זאך פונעם סיסטעם, וואלט איך אויסגעריסן די פארמאלע קורצע בעשוי, וואס פיל קאפלס האבן חתונה נישט וויסענדיג וואס זיי ווילן אין מערידזש בכלל און פון דעם ספאוס בפרט. און ביז וואס ווי ווען טרעפט מען זיך מיט א קינד צוויי דריי און ווען מ׳הייבט אָן כאפן אז מ׳איז סטאק 😈 מיט א מענטש וואס מאכט זיין/איר לעבן מיזרעבל, איז שוין טו לעיט!!!

_ _
שוין כ׳האב אויסגעשאסן מיין כעס... יעצט קעניך רעדן ווי א נארמאלע מענטש 😛

איז אזוי.

זייט איך האב ארויסגעשטעלט מיין אימעיל בנוגע ׳טרינקען׳, האבן זיך געוואנדן צו מיר טייערע חברי השטיבל וואס ווילן זיך העלפן זה בכה וזה בכה. אבער די אישו וואס ״רוב״ חבירים ווענדן זיך צו מיר איז מאָר לעסס, ווי פאלגענד:

כ׳בין חתונה געהאט א שיינע ביסל יארן.

איך זעי איין אז מיין ווייב איז _ _ _ _ [יו נעים איט]. איך קען ממש נישט אנגיין. ס׳שטערט מיר געפערליך...

זיך גט׳ן איז נישט שייך. שוין דא אפאר קינדערלעך...

סאוי, כ׳וויל מיר טוישן (מיטן גלעזעלע טיי) אז די _ _ _ _ אישו מיט מיין ווייב זאל מיר נישט אזוי שטערן.
_

ס׳איז נישט דא די פלאץ דן צו זיין צו די טיי איז א ישועה פאר דעם אדער נישט. כ׳וויל נאר אויפמערקן אז פיל מאל באמערק איך אז דער פרוי איז סיריעס חולה, ווי למשל א קאנטראל פריעק, פערסאנאלעטי דיסארדער וכדו׳ און דער מאן וויל ״זיך״ גאר טוישן...

ס׳גראדע עכט שיין פון אים 🙂

אגב; איז דא זייער אסאך מאל וואס דער מאן דארף פשוט ווערן אינערליך ׳שטערקער׳ מער אויפגעבויעט מיט סעלף עסטיעם וכדו׳ און דאן געשעט ערנסטע פאזעטיווע טשעינדזשעס ביי איר בס״ד. (די זעלבע איז אויך פארקערט מאן/פרוי, כ׳רעד נאר פון די פעלער וואס איך האב געהערט).

עכ״פ. האביך געזען אז ס׳איז א צרת רבים וחצי נחמה.

און כדי עס צו נעמען א סטעפ פאראויס. האביך אוועקגעשטעלט א ״סופארט-גרופ״ אויף סאשעל מידיע און ווי אויך ׳לייוו׳ פון צייט צו צייט. ווי אינגעלייט אין דעם סיטואציע האלטן זיך צוזאם, זענען זיך מחזק און העלפן איינער דעם אנדערן...!

סאוי, דער אשכול איז אן ״אינוויטאציע״ פאר דיר. אז אויב דו טראכסט אז דו קענסט אויך בענעפיטן פון דעם גרופ דאן ביזטו מאָר דען וועלקאם.

שיק מיר א אימעיל אדער אין אישי (דאס האט גארנישט קיין שייכות מיטן טיי).

וחפץ ה׳ בידינו יצליח!

קלמישל2 » מאנטאג יוני 17, 2024 6:49 pm

· #565227
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.

מנחם מנדל » מאנטאג יוני 17, 2024 7:01 pm

· #565229
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אויף די לאָאקס האט ער אבער יא א קנאפע אנונג, אבער דאס לאזט מען אים איינמאל נישט וועלן...
נאר א שיינע אתרוג מעג מען וועלן..

צקון לחש » מאנטאג יוני 17, 2024 7:09 pm

· #565231
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
פון אתרוג לערנט מען טאקע ארויס אז "הדר" איז וואס די תורה הק' זאגט אז ס'איז שיין! (א פרעקל אויפ'ן דד, למשל, איז פסול,) מ'גייט נישט נאך די פשוט'ע מענטש'ס טעיסט...!

יענקעל ג » מאנטאג יוני 17, 2024 7:23 pm

· #565233
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
קלמישל2 #
איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.

נישט אייביג ווייסן זיי וואס דו ווילסט עכט,

און אסאך בחורים ווייסן נישט וואס עס איז דא וואס צו ווילן און קוקן אויף.

קלמישל2 » מאנטאג יוני 17, 2024 8:11 pm

· #565237
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
ער ווייסט גארנישט צו קענען וועלן עפעס. אן אפרוח שלא נפתחו עיניו. אחריות'דיגע עלטערן פארשטייען זייער גוט זייער סחורה נאך אכצן יאר און זוכן א פאסיגע זאך. Looks איז נאריש. וואס דארפן די אנדערע אכציג פראצענט טוהן? נאר דא לאמיר זאגן צוואנציג פראצענט וואס קען באקומען לאאקס.

שמן למאור » מאנטאג יוני 17, 2024 8:27 pm

· #565238
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
קלמישל2 #
איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.
וואס פאלט דיר ביי אז מען דארף חתונה האבן אלץ א 'אינגע בחור'?

town1 » מאנטאג יוני 17, 2024 8:33 pm

· #565239
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
שמן למאור #
קלמישל2 #
איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.
וואס פאלט דיר ביי אז מען דארף חתונה האבן אלץ א 'אינגע בחור'?
האחד, לימוד יסודות התורה, כדי שיעצב את תפישת עולמו וידע לנהוג כהלכה. זהו שאמרו חכמים (משנה אבות ה, כא): "בן חמש שנים למקרא, בן עשר למשנה, בן שלוש עשרה למצוות, בן חמש עשרה לתלמוד, בן שמונה עשרה לחופה". וכן אמרו חכמים שיש להקדים לימוד תורה לנשיאת אשה, שאם ישא אשה תחילה, עול הפרנסה עלול למנוע ממנו ללמוד תורה כפי הראוי לו (קידושין כט, ב). וכן נפסק בשולחן ערוך (יו"ד רמו, ב): "ילמוד אדם תורה ואח"כ ישא אשה, שאם ישא אשה תחילה, אי אפשר לו לעסוק בתורה, מאחר שרחיים בצווארו".

השני, פרנסה. באותן השנים שלמדו את יסודות התורה, הקדישו חלק מהיום לעבודה, כדי לסייע לאב ובתוך כך ללמוד את המלאכה שממנה יוכל להתפרנס, וכדי לבנות בית ולחסוך כסף לרכישת אמצעים לצרכי פרנסה. וכן למדו חכמים (סוטה מד, א) מסדר הפסוקים (דברים כא, ה-ז): "אֲשֶׁר בָּנָה בַיִת… אֲשֶׁר נָטַע כֶּרֶם… אֲשֶׁר אֵרַשׂ אִשָּׁה…". "לימדה תורה דרך ארץ, שיבנה אדם בית ויטע כרם ואח"כ ישא אשה. ואף שלמה אמר בחכמתו (משלי כד, כז): הָכֵן בַּחוּץ מְלַאכְתֶּךָ וְעַתְּדָהּ בַּשָּׂדֶה לָךְ, אַחַר וּבָנִיתָ בֵיתֶךָ. הָכֵן בַּחוּץ מְלַאכְתֶּךָ – זה בית, וְעַתְּדָהּ בַּשָּׂדֶה לָךְ – זה כרם, אַחַר וּבָנִיתָ בֵיתֶךָ – זו אשה". וכן כתב הרמב"ם (הל' דעות ה, יא): "דרך בעלי דעה שיקבע לו אדם מלאכה המפרנסת אותו תחילה, ואחר כך יקנה בית דירה, ואחר כך ישא אשה… אבל הטיפשים מתחילים לישא אשה ואחר כך אם תמצא ידו יקנה בית, ואחר כך בסוף ימיו יחזור לבקש אומנות או יתפרנס מן הצדקה…".

לפיכך הורו חכמים לדחות את נישואי הגברים לגיל שמונה עשרה, והזהירו שלא ידחו אותם מעבר לגיל עשרים. אמרו חכמים (קידושין כט, ב): "עד עשרים שנה יושב הקב"ה ומצפה לאדם מתי ישא אשה, כיוון שהגיע עשרים ולא נשא, אומר: תיפח עצמותיו", לשון קללה, על שאינו מקיים את מצוות פרו ורבו. וכן אמרו חכמים (קהלת רבה ג, ג): "עֵת לָלֶדֶת וְעֵת לָמוּת, משנולד אדם הקב"ה מצפה לו שישא אשה עד עשרים שנה. הגיע לעשרים ולא נשא אשה, הקב"ה אומר לו: עֵת לָלֶדֶת הוא לך ולא רצית – אין זו אלא עֵת לָמוּת".

בנוסף לכך אמרו חכמים: "בן עשרים שנה ולא נשא אשה – כל ימיו בהרהורי עבירה", מפני שכל עוד הוא יודע שכאשר יגיע זמנו יתחתן ויאהב את אשתו כגופו, גם אם הוא נכשל לעיתים בהרהורי עבירה והוצאת זרע לבטלה, הוא יודע שהדבר אינו ראוי, וכשיגיע לנישואיו ישמור את כל תשוקתו לאשתו. אבל כאשר רווקותו נמשכת מעבר לזמן, הוא מתייאש מיכולתו להתגבר עליו ונכנע ליצרו הרע ומתרגל לספק את יצרו בעבירה, ולכן אף לאחר שיתחתן ויהיה נאמן לאשתו, יתקשה להינצל מהרהורי עבירה, כי הם כבר הפכו להיות חלק ממנו. ורק אם ישוב בתשובה גדולה מאהבה יוכל לתקן עצמו (לעיל ד, ב, 2).

והיו צעירים מגיל שמונה עשרה שקיבלו עזרה מההורים, או שהיו מוכשרים ואחראים במיוחד, ויכלו להתחתן בגיל צעיר יותר, והיה בכך שבח. וכפי שאמר רב חסדא על עצמו, שעדיפותו על חבריו אינה מפני כשרונותיו או צידקותו אלא מפני שזכה להתחתן בגיל שש עשרה, ומתוך כך למד תורה בטהרה בלא שיצר הרע יתגרה בו. ואילו היה מתחתן בגיל ארבע עשרה, היה כל כך שמור מהיצר עד שהיה יכול להתגרות בשטן בלא פחד שמא יחטיאו (קידושין כט, ב).[7]

שמן למאור » מאנטאג יוני 17, 2024 8:54 pm

· #565241
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
ווילסט גיין אויף דעם מהלך, פיין, אבער קום נישט מיט קיין טענות אז זאכן האבן זיך נישט אויסגעארבעט.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 17, 2024 9:06 pm

· #565242
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
מנחם מנדל #
קלמישל2 #
איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.
אויף די לאָאקס האט ער אבער יא א קנאפע אנונג, אבער דאס לאזט מען אים איינמאל נישט וועלן...
נאר א שיינע אתרוג מעג מען וועלן..
נאר אין זייער א סאך פעלער זענען די מענטשן (בחורים און מיידלעך) וועלכע האבן ספעציעל גוטע און שיינע לוקס ערנסטע פערסאנאליטי פראבלעמען. און שפעטער, נאך די חתונה ווען "ריעל לייף" זעצט זיך אריין איז אן ערנסטער פערסאנאליטי פראבלעם א סאך שווערער און מער ערנסט ווי א "לוקס" פראבלעם. ס'נישט אז "לוקס" איז נישט קיין ווערדפולע און ערנסטע זאך צו נעמען אין באטראכט ביי א שידוך. נאר ווען מ'זאל וועגן עוורידזש לוקס און א גוטע פערסאנליטי אקעגן "ספעציעלע" לוקס און א נישט גוטע פערסאנאליטי איז פארשטענדליך אז א גוטע און אנגענעמע פערסאנאליטי וועגט איבער "לוקס" און געלט.

א סאך מענטשן ווען די יסודות פון זייער אמונה און לייפ-סטייל שאקלען זיך און זיי זוכן א טויש וועלן זיי בלעימען די "קורצע בעשוי" פאר אלע זייערע פראבלעמען.

א סאך מענטשן. אזוי ווי "ראביי" יששכר כ"ץ וועלכער האט אנגעהויבן אלס חסיד'ישער סאטמאר'ער בחור מיט א פלאטשיגס און די סאטמאר'ער (באגרעניצטע) מהלך החיים האט געזוכט עפעס בעסער. און , זייענדיג אן אינטעלעקטואל האט ער געזוכט און געפונען א מער ברייטערן פערספעקטיוו אויף אידישקייט. אויך זיין מערידזש האט זיך נישט צוגעפאסט צו זיין נייעם מהלך החיים האט ער געמאכט א ראדיקאלן טויש אין ביידע. און ער האט מצליח געווען.

היינט איז ער א פראפעסאר און מגיד שיעור אין חובבי תורה. א ישיבה און עדיוקעישאנעל אינסטיטושן וואס איז 180 דעגריס אוועק פון סאטמאר. ממש אויפ'ן עק פון ארטאדאקסישן ספעקטרום. נאך א סאך מער אראפצו פון ישיבה יוניווערסיטי.

ס'זענען דא נאך א סאך אנדערע ווי שאולי גראסמאן. וואס איז נישט געגאנגען אזוי ווייט אין זיינע דערגרייכונגען אין לעבן ווי י. כ"ץ. ווייל זיי זענען נישט אזוי טאלאנטירט. נאר זיי האבן אויך געבלעימט די "האלבע שעה בעשוי" פאר אלע זייערע לעבנס פראבלעמען.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 17, 2024 9:07 pm

· #565243
קלמישל2 #
איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.

סארי. אבער, ניין!!
דו פילסט ״נישט״ מיין פיין...

ווען דו וואלסט אוועקגעגעבן אזוי פיהל שעות ע״ג שעות ווי מיר, אויסצוהערן די ״פיין״ פון די אינגעלייט וואס גייען דורך שבעה מדורי גהינום אויף די וועלט [בשעת איך טייפ דא גייט עס אויפן חשבון פון א חבר מיינער וואס ווארט צו רעדן צו מיר פשוט אויסצוגיסן זיין אנגעפילטן מיט פיין טייער הארץ...] איינער ווייל כאטש ער האט געפילט נאך ביי די בעשוי אז עפעס טויג נישט און זיינע עלטערן האבן אים געשלעפט צו א דיין זאל אים ״צווינגען״ צו זאגן יא און 30 יאר נאך די חתונה און די שטוב איז חרוב ונחרב וכו׳. א צווייטער, איז זיין ווייב בכלל נישט מציל אותו מן החטא. א דריטער האט א ווייב א קאנטראלער וואס ער דארף וואקן אויף עגג שעלס (אייער שאלעכטס) אין איר געגנווארט און וואונטשט זיך דאס טויט. א פערדער, איז פשוט טאטעלי א דיפרענט נעיטשור פון זיין ווייב און זיי פארשטייען זיך נישט און קענען בכלל נישט רילעיטן און קאנעקטן איינע מיט די אנדערע... גענוג? אדער דו דארפסט נאך?? וואלסטו אויך אזוי געזאגט???

גענוג און נאך פעלער וואלטן נאך א ביסל אווערנעס און עפעס א שטיקל נארמאלע ׳דעיט׳ געזען צו ס׳איז א מעטש אדער נישט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יוני 17, 2024 9:23 pm

· #565246
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
berlbalaguleh #
א סאך מענטשן ווען די יסודות פון זייער אמונה און לייפ-סטייל שאקלען זיך און זיי זוכן א טויש וועלן זיי בלעימען די "קורצע בעשוי" פאר אלע זייערע פראבלעמען.

און ס׳אויך דא אסאך מענטשן געהעריג אינעם סיסטעם ״טו סטעי״ וואס בלעימען די ״קורצע בעשוי״.

ווי אויך א פארהאקטע סיסטעם מענטש ״ליידט און שווייגט״, סאוי דו הערסט נאר פון די וואס פארליידן מער נישט די סיסטעם וואס ווען זיי קומען ארויס בריש גלי קעגן סיסטעם קעמען שוין אויך בלעמען די בעשוי סטייל.

וחוץ מזה, בינעך נישט זיכער צו דו מענטשן וואס פאסירט צו זיי אז ״די יסודות פון זייער אמונה און לייפ-סטייל שאקלען זיך״ אויב ס׳איז אזאך וואס געשעט פליצלונג אדער ס׳איז א געוויסע טייפ מענטש וואס מ׳וואלט בעצם געקענט פאראויסזאגן אז ער איז עלול צו דעם און וואלט זיך ווען געקענט פאָרן מיט זיינס גלייכן בעוד מועד...

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 17, 2024 9:38 pm

· #565250
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
בתוך עמי: אלס פראפעסיאנאל דארף איך דיר נישט זאגן אז א וואקלעניש אין אמונה און א ספק אין לייפסטייל געשעהט נישט פון איין מינוט צו די צווייטע. נאר ס'איז אן איוואלווינג פראסעס. וואס געשעהט אין פארלויף פון א לענגערע צייט ווען א מענטש זעהט פארשידענע זאכן אין לעבן וואס זענען אין קאנטראסט צו די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט ביי זיינע עלטערן און אין די ישיבה/סקול.

ווען איינער האט א פעסטן בעקגראונד אין אידישע היסטאריע און השקפה (נישט עקסטרעמיזם) דאס האט א קיום. אזא מענטש איז באקוועם מיט זיין רעליגיע. ס'איז נישט קיין לאסט אויף איהם. און ער איז נישט אינטרעסירט צו זוכן א נייעם, בעסערן לייפ-סטייל.

תנחום » דינסטאג יוני 18, 2024 12:25 am

· #565271
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
קלמישל2 #
איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.

סארי. אבער, ניין!!
דו פילסט ״נישט״ מיין פיין...

ווען דו וואלסט אוועקגעגעבן אזוי פיהל שעות ע״ג שעות ווי מיר, אויסצוהערן די ״פיין״ פון די אינגעלייט וואס גייען דורך שבעה מדורי גהינום אויף די וועלט [בשעת איך טייפ דא גייט עס אויפן חשבון פון א חבר מיינער וואס ווארט צו רעדן צו מיר פשוט אויסצוגיסן זיין אנגעפילטן מיט פיין טייער הארץ...] איינער ווייל כאטש ער האט געפילט נאך ביי די בעשוי אז עפעס טויג נישט און זיינע עלטערן האבן אים געשלעפט צו א דיין זאל אים ״צווינגען״ צו זאגן יא און 30 יאר נאך די חתונה און די שטוב איז חרוב ונחרב וכו׳. א צווייטער, איז זיין ווייב בכלל נישט מציל אותו מן החטא. א דריטער האט א ווייב א קאנטראלער וואס ער דארף וואקן אויף עגג שעלס (אייער שאלעכטס) אין איר געגנווארט און וואונטשט זיך דאס טויט. א פערדער, איז פשוט טאטעלי א דיפרענט נעיטשור פון זיין ווייב און זיי פארשטייען זיך נישט און קענען בכלל נישט רילעיטן און קאנעקטן איינע מיט די אנדערע... גענוג? אדער דו דארפסט נאך?? וואלסטו אויך אזוי געזאגט???

גענוג און נאך פעלער וואלטן נאך א ביסל אווערנעס און עפעס א שטיקל נארמאלע ׳דעיט׳ געזען צו ס׳איז א מעטש אדער נישט.
סאו א האלבע בעשוי איז צו ווייניג, וואס איז מיט א דריי שעה'דיגע בעשוי? בעסער? א נעכטיגן טאג. מ'זעהט גארנישט מער. א קאנטראלער וועט עס גוט באהאלטן אפילו מיט צען דעיטס. איך קען גענוג און נאך נישט-חסידים וואס האבן יא געהאט דעיטס און ליידן זיך אויך צאם. כ'ווייס נישט צו דעיטס מאכן אויס. כ'מיין אז א בעשוי איז געמאכט געווארן צו זעהן אויב מ'קען בכלל האבן א קאנווערסעישאן פאר מער פון צען מינוט און דעטס איט.

כפתור » דינסטאג יוני 18, 2024 12:57 am

· #565274
Re:
א גוטע פוינט. הגם איך האלט אויך פון אפאר בעשויס, אבער איך קען נישט זאגן אז ס'האט מער א קיום אדער אז ס' איז דא בעסערע שלום בית

א גאסט אויף א וייל » דינסטאג יוני 18, 2024 1:05 am

· #565276
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
מען קען מיינען אז דער מאדערן ארטאדאקס אדער גוי וואס קען איעדע פרעקל פון זיין ווייב'ס גוף נאך פאר די חתונה האט א בעסערע לעבן ווייל ער האט געהאט א 250 יאריגע בעשוי....

עס האט זילטש מיטן בעשוי. מערידזש פארלאנגט שווערע ארבעט אויף זיך, און ליידער היינט איז א באקוועמע וועלט מיט אסאך חולי נפש, עס איז זייער שווער. קיינער וויל נישט אינוועסטירן אין זייער מערידזש וואס עס רעקווייערט. נאר משיח קען דא העלפןַ

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 18, 2024 1:09 am

· #565279
עטליעסט האבן אונז חסידים וועם צו בלעימען… 😉 😛

אבער, גראדע האט מיר איינער וואס טרעפט זיך אין דעם אשכול, געאישיט פריער אז ער וואלט ווען געזאגט ניין נאכן בעשוי. נאר…

פשט איז אז חלק פון די פראבלעם איז אונזער צוגאנג, אז אפגעזען פון ווי לאנג די בעשוי איז געווען, באקומט נישט די בחור/מיידל א אמת׳ע פרייע טשויס…

נאך די בעשוי איז דא א ריזיגע פרעשור אויפן בחור/מיידל צו זאגן ׳יא׳. און פיל מאל כאפן זיי נישט אדער פילן זיי נישט אז ס׳ווענטסעך אין זיי.

שמן למאור » דינסטאג יוני 18, 2024 1:09 am

· #565280
Re: Re:
כפתור #
איך האלט אויך פון אפאר בעשויס, אבער איך קען נישט זאגן אז ס'האט מער א קיום אדער אז ס' איז דא בעסערע שלום בית

אודאי קען א גוטע פאפער זיך באהאלטן פאר צוואנציג דעיטס אויך, אבער ס'איז שווערער ווי צען, און שווערער ווי צוויי. איז עס נישט אמת אז ווי מער מען פארברענגט מיט א מענטש אלס בעסער קען מען אים? ס'איז דא געוויסע זאכן וואס עפענען זיך אויף ווי מער שמועסן עס גייט אדורך. אודאי קען מען נישט אלעס ראטעווען, אבער ווי מער מען וואלט פארברענגט פאר דעם אלץ מער וואלט מען געקענט ראטעווען נישט גוטע מעטשעס.

צו קוקן אויב די ליטווישע מהלך האט א קיום, איז נישט קיין מהלך ווי שוין אויסגעשמועסט מערערע מאל. סיי ביי אונז און סיי ביי זיי גט מען זיך נישט נאר אויב ס'איז עק וועלט, און די פראצענטן פון 'עק וועלט' איז בערך די זעלבע אין יעדע סעסייעטי. די שאלה איז נאר וויפיל פראצענט לעבן דארטן מער צופרידן ווי אונז נאכן אנטרעפן א מער צוגעפאסטן פאר? עס לאזט זיך זאגן מסברא אז די פראצענטן זענען דארטן העכער. וכל המציל נפש אחת מישראל...

שמן למאור » דינסטאג יוני 18, 2024 1:15 am

· #565283
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
א גאסט אויף א וייל #
מען קען מיינען אז דער מאדערן ארטאדאקס אדער גוי וואס קען איעדע פרעקל פון זיין ווייב'ס גוף נאך פאר די חתונה האט א בעסערע לעבן ווייל ער האט געהאט א 250 יאריגע בעשוי....

עס האט זילטש מיטן בעשוי. מערידזש פארלאנגט שווערע ארבעט אויף זיך, און ליידער היינט איז א באקוועמע וועלט מיט אסאך חולי נפש, עס איז זייער שווער. קיינער וויל נישט אינוועסטירן אין זייער מערידזש וואס עס רעקווייערט. נאר משיח קען דא העלפןַ
פון וואו ווייסטו אז זיי האבן נישט א בעסערע לעבן? האסט געמאכט א סערוועי? האסט גענומען א פאול? ( מען רעדט נישט סתם בעסער, מען רעדט כמובן בעסער בין איש לאשתו)

אודאי פארלאנג מערידזש שווערע ארבעט, און אפילו צוויי מענטשן וואס האבן זיך ליב, פארשטייען זיך, און קערן איינער פארן אנדערן האבן אויך אסאך מאל מיינונגס פארשידנהייטן און אישוס וואס מען דארף אויסגלייכן, אבער כאטש איז דא די בעיס אויף וואס צו בויען.

מען קען באמת גאר שווער ארבעטן און מאכן כמעט אלע מערידזשעס 'ארבעטן', אבער ס'איז בערך ווי די משל פון דער וואס איז געקראכן א בארג פאר יארן און אנגעקומען אויבן נאכן ארבעטן אזוי שווער און געטראפן דארטן א קליינע אינגל - ווייל ער איז געבוירן דארטן אויפן בארג.

דערהויבענע איד » דינסטאג יוני 18, 2024 9:48 am

· #565309
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אנאנים: איך עפן אויף א סופפארט גרופע פאר אידן וואס זענען געגאנגען באנקראט. מ'קען זיך מעלדן אין אישי.

שמעון: דו מיינסט עפעס אז יעדער האט פרנסה? דו רעדסט זיך איין אז געלט מאכט א מענטש העפפי? דו ווייסט אז די גאנצע תאוה פאר געלט איז נישט מער ווי א דמיון?




נעקסטיים מיין איך אז @בתוך עמי זאל צולייגן נאך אן אפשען: ווער ס'ליידט נישט פון דעם און פילט נישט קיין צורך אין קיין גרופעס, קען זיך אויכעט נישט מעלדן אין אישי.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 18, 2024 9:52 am

· #565311
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
שמן למאור #
פון וואו ווייסטו אז זיי האבן נישט א בעסערע לעבן? האסט געמאכט א סערוועי? האסט גענומען א פאול? ( מען רעדט נישט סתם בעסער, מען רעדט כמובן בעסער בין איש לאשתו)

אודאי פארלאנג מערידזש שווערע ארבעט, און אפילו צוויי מענטשן וואס האבן זיך ליב, פארשטייען זיך, און קערן איינער פארן אנדערן האבן אויך אסאך מאל מיינונגס פארשידנהייטן און אישוס וואס מען דארף אויסגלייכן, אבער כאטש איז דא די בעיס אויף וואס צו בויען.

מען קען באמת גאר שווער ארבעטן און מאכן כמעט אלע מערידזשעס 'ארבעטן', אבער ס'איז בערך ווי די משל פון דער וואס איז געקראכן א בארג פאר יארן און אנגעקומען אויבן נאכן ארבעטן אזוי שווער און געטראפן דארטן א קליינע אינגל - ווייל ער איז געבוירן דארטן אויפן בארג.

👍 👍 👍

דערהויבענע איד » דינסטאג יוני 18, 2024 9:56 am

· #565314
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
א גאסט אויף א וייל #
מען קען מיינען אז דער מאדערן ארטאדאקס אדער גוי וואס קען איעדע פרעקל פון זיין ווייב'ס גוף נאך פאר די חתונה האט א בעסערע לעבן ווייל ער האט געהאט א 250 יאריגע בעשוי....
מען קען מיינען אז די וואס האבן א בעסערע לעבן פארדינען עפעס דערפון, סה''כ א בעסערע מעריזש און שוין.

מען קען מיינען אז די וואס גייען קוקן א הויז פארן קויפן זענען מער העפפ''י.

מ'קען מיינען אז די וואס האבן נחת פון די קינדער האבן נישט קיין דיסעפפוינטמענטס אין לעבן.


מ'קען געהעריג מיינען.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 18, 2024 10:14 am

· #565318
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
איך קען א מענטש וואס איז היינט א שטארק מאדערנער מענטש (מאדערן-ארטאדאקס). ער האט אפילו א רינגל (פון זיין סעקאנד מערידזש). ער איז אמאל געווען א סאטמאר'ער, חסיד'יש'ער יונגערמאן. אינדערוואכן איז ער געגאנגען א פלאטשיגס.

פארוואס דער ראדיקאלער טשענדזש איז אריינגעקומען ביי איהם ווייס איך נישט. איך האב איהם דאמאלס נישט געקענט. נאר היינט איז ער א שומר שבת און אן ארטאדאקסיש'ער איד.

דאס ווייזט אז מ'מוז נישט דוקא ווערן או. טי. די. כדי צו פארברייטערן דעם פערספעקטיוו אויפ'ן לעבן.

די מענטשן וועלכע ווערן או. טי. די. קומט עס געוויינליך מיט א סאך פעין. און טשאלענדזשעס וואס זיי טרעפן אן. סיי אין די משפחה לעבן אדער אין די ישיבה/סקול.

א גוט יאר » דינסטאג יוני 18, 2024 10:28 am

· #565321
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
איך האב געהאט א שעה אהאלב בעשוי, און געהאט נאכדעם די גאנצע טשויס צו איך בין מסכים אדער נישט, מיינע עלטערן האבן מיך באמת געלאזט זאגן ניין,
און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

און איך בין נאר געזיצן מיט מיין ווייב, נישט געהאט קיין בעשוי מיט א צווייטן.

הערשער » דינסטאג יוני 18, 2024 11:15 am

· #565323
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
א גוט יאר #
איך האב געהאט א שעה אהאלב בעשוי, און געהאט נאכדעם די גאנצע טשויס צו איך בין מסכים אדער נישט, מיינע עלטערן האבן מיך באמת געלאזט זאגן ניין,
און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

און איך בין נאר געזיצן מיט מיין ווייב, נישט געהאט קיין בעשוי מיט א צווייטן.
סעים היר, איך זאג נישט אז ביי יעדעם איז עס גוט אזוי, איך זאג נאר אז ביי מיר האט עס געארבעט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 18, 2024 11:20 am

· #565324
א גוט יאר #
און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

לאקי יו!
איך וויל דו זאלסט וויסען צו עפרישיעטן אז דו האסט זוכה געווען צו א ריכטיגע אשת חיל.

עספעשעלי דארפסטו זיין דאנקבאר צו איר אז זי לאזט דיר גיין אויף ק״ש... 🙂

א גוט יאר » דינסטאג יוני 18, 2024 11:28 am

· #565325
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
א גוט יאר #
און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

לאקי יו!
איך וויל דו זאלסט וויסען צו עפרישיעטן אז דו האסט זוכה געווען צו א ריכטיגע אשת חיל.

עספעשעלי דארפסטו זיין דאנקבאר צו איר אז זי לאזט דיר גיין אויף ק״ש... 🙂
ווער זאגט דיר זי ווייסט?

היימלינד » דינסטאג יוני 18, 2024 11:39 am

· #565327
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
צ/ק
נישט געוויסט אז די האלבע שעה בעשויס גייען נאך אהן אינדרויסען פון מאה שערים
אין מיינע צייטען - היבש ביסל יאר צוריק - איז 2-3 בעשויס (אהן קיין זייגער) געווען נארמאל אין די חסידישע קרייזען [אפשר נישט וומסב"ג], כ'האב פארשטאנען אז היינט איז אסאך מער.

די פוינט וואס איינער האט ארויסגעברענגט אז אמאל באקומט מען לחץ נישט צו זאגן ניין איז טאקע ריכטיג אבער נישט אייביג קומט עס פון די עלטערען אסאך מאל קען די בחור נישט עס נישט טוען מחמת כמה סיבות, למשל פיער פרעשור ער וויל שוין זיין א חתן, ער שעמט זיך צוריק פארן קיין אר"י נישט אלץ חתן וכהנה רבות, אוודאי איז דא אן אחריות אויף די עלטערען איהם צו העלפען מאכען א דיזישען מיט ישוב הדעת אבער נישט אייביג דארף מען זיי [אדער די סיסטעם] בלעימען אויף אלע פראבלעמען אין לעבן.

היימלינד » דינסטאג יוני 18, 2024 11:41 am

· #565328
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
צום עצם ענין האט מיר אמאל אן אמעריקאנער איד פארגעהאלטען וויאזוי קענען א שידוך טוען מיט אזא איינעם וועמען איר קענט קוים פאר אפאר טעג, אבער תוך כדאי דיבור האט ער זיך אליין אנגערופען אז מיר האלטן די מער מאדערענע אויכעט פאר היתכן מ'האט חתונה מיט איינעם וועם מ'קען קוים פאר אפאר חדשים...

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 18, 2024 11:44 am

· #565329
א גוט יאר: דאן וואס זיכסטו דא??

אסאך אינגעלייט הייבן אָן וועלן געוויסע טשעינדזשעס אין לייף נאך ליינען ק״ש.
וויזוי ווייסטו וויאזוי זי גייט דאן ריעקטן?

[פשוט׳ע אויפריכטיגע עדווייס פאר א גוטע חבר]

מנחם מנדל » דינסטאג יוני 18, 2024 11:45 am

· #565330
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
לדעתי איז די פוינט נישט אזוי ווייט די בעשוי, ווי לאנג עס איז, אין וויפעל, טייל וועלן לאזן זייערע קינדער אפילו האבן פינעף בעשוי'ס אבער קיין פרייע באשלוס וועט מען אים נישט געבן.

פארשטייצעך די טאטע מאמע וועלן זאגן עס איז דיין באשלוס...
אבער די בחור ווייסט גאנץ קלאר אז ער האט גאנץ א קנאפע ווארט דא ווי כאילו עס איז נישט זיין לעבנ'ס באשלוס...

וויאזוי גייט די ווערטעל, א טאטע מאמע שטיפן אריין דעם בחור'ל אין קאר צום בעשוי, דער בחור פרעגט , טאטי ווי גייט מען? נאכאיינמאל די פרעגסט קומסטע נישט מיט ענטפערט די טאטע מיט רעגעניש...

אין די וועג וויאזוי מען טוט עס איז קודם מיט ברעינוואזשינג פין די מאמע, אז דאס איז די בעסטע מיידל פין בית רחל, אבער מאמי זי איז נישט אזוי שיין זי איז אביסל גראב... די ביסט אינגאנצען משוגע וואס ווייסטו א תמימות'דיגע בחור'ל וואס שיין מיינט... ביסט נאריש דאס איז דאך די בעסטע שידוך..
פארשטייצעך אויפן וועג צום בעשוי רופט שוין די מאמע אלע קאנטרי פרענדס אז זי טוט א שידוך מיט טראני גאלדבערגער...

אין באמס מזל טוב, נאך פאר וואס טרעפט ער זיך מיט צוויי פיצלעך וואס וויינען אין עפעס א פרוי וואס ער קען נישט אנקוקן..
די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אין קאממען איז אז ביידע רעדן אידיש..

אין אזוי ווערן טעגליך אומשולדיגע לעבנס חרוב ונחרב.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 18, 2024 11:48 am

· #565331
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
מנחם מנדל #
אין באמס מזל טוב, נאך פאר וואס טרעפט ער זיך מיט צוויי פיצלעך וואס וויינען אין עפעס א פרוי וואס ער קען נישט אנקוקן..
די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אין קאממען איז אז ביידע רעדן אידיש..

אין אזוי ווערן טעגליך אומשולדיגע לעבנס חרוב ונחרב.

:אויוויי: :אויוויי: :אויוויי:

אנטוישטער יונגערמאן » דינסטאג יוני 18, 2024 12:28 pm

· #565340
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
א גאסט אויף א וייל #
מען קען מיינען אז דער מאדערן ארטאדאקס אדער גוי וואס קען איעדע פרעקל פון זיין ווייב'ס גוף נאך פאר די חתונה האט א בעסערע לעבן ווייל ער האט געהאט א 250 יאריגע בעשוי....

עס האט זילטש מיטן בעשוי. מערידזש פארלאנגט שווערע ארבעט אויף זיך, און ליידער היינט איז א באקוועמע וועלט מיט אסאך חולי נפש, עס איז זייער שווער. קיינער וויל נישט אינוועסטירן אין זייער מערידזש וואס עס רעקווייערט. נאר משיח קען דא העלפןַ
ס׳זיכער אז בעשוי איז נישט די ענד אל בּי אל סעלושן, ווען ס׳דא אסך מער חלקים פון אונזער הכנה און פערספעקטיוו אויף מערידש וואס דארף א גרויסע תיקון.

אבער ״אדער גאר, אדער גארנישט״ צוגאנג העלפט זיכער נישט.

יעדע שינוי קען זיין א הילף: טרעפן א מיידל מער ווי איין מאל פאר מען signed up צו זיין מיט איר פאר די רעסט אוו יאר לייף איז פשוט קאָמען סענס. אוודאי וועט עס נישט לעזן אלע פראבלעמען (ווער רעדט נאך ווען די חתן כלה זענען יונג און ווייסן קוים פון חייכם וימיכם)
אבער עס מאכט זיכער א חילוק צו וויסן אויב דו קליקסט מיט יענעם.

זיך צו היטן פון א קאנטראלער דארף מען פארשטיין red flags און זיין גוט אינפארמירט. עס זענען היינט דא אידישע ארגאניזעישנס וואס לערנען אויס וויאזוי צו דערקענען מענטשן וואס זענען קאנטראלערס/עביאזערס א.ד.ג.

שטעל זיך פאר איינער ליגט אינמיטן בית מדרש צובליטיגט און דו קענסט נישט קיין first aid וועסטו אוועקוואקן ווייל דו קענסט אים סייווי נישט העלפן? אודאי נישט, וועסט פרובירן צו טון וואס אוממער דו קענסט יא, צו פארגרינגערן דעם חולה, רופן הצלה, ווארטן מיט אים און ווייזן אז די קעירסט.

יעדע ביסל הילף מאכט א חילוק

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 18, 2024 3:24 pm

· #565388
איך בין מציע אז מ׳זאל מאכן אן אפיציעלע ליסט פון טאפיקס פארן בחור און מיידל, זיי צו גיידן פון וואס צו רעדן ביי די בעשוי.

וואס האלטן ענק, ס׳איז א מהלך? ס׳קען ארבייטן/אויפטון?

תשפג » דינסטאג יוני 18, 2024 4:59 pm

· #565411
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
איך בין מציע אז מ׳זאל מאכן אן אפיציעלע ליסט פון טאפיקס פארן בחור און מיידל, זיי צו גיידן פון וואס צו רעדן ביי די בעשוי.

וואס האלטן ענק, ס׳איז א מהלך? ס׳קען ארבייטן/אויפטון?
ס׳נישט קיין תיקון השלם, אבער נאך א move in the right direction.

האי פרושא » דינסטאג יוני 18, 2024 5:00 pm

· #565412
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
א גוט יאר #
איך האב געהאט א שעה אהאלב בעשוי, און געהאט נאכדעם די גאנצע טשויס צו איך בין מסכים אדער נישט, מיינע עלטערן האבן מיך באמת געלאזט זאגן ניין,
און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

און איך בין נאר געזיצן מיט מיין ווייב, נישט געהאט קיין בעשוי מיט א צווייטן.
איך האב נישט געהאט קיין ברירה אין איך לעב אויך גוט מיט מיין ווייב

אונזער סיסטעם איז אנגעקאקט אבער בעסער ווי די ליטפישע ווי אלעס איז אפיציעל (די גוישע איז אז מען נעמט פאר צייטווייליג סייווי...)

שמן למאור » דינסטאג יוני 18, 2024 5:24 pm

· #565421
Re: Re:
א גוט יאר #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
א גוט יאר #
און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

לאקי יו!
איך וויל דו זאלסט וויסען צו עפרישיעטן אז דו האסט זוכה געווען צו א ריכטיגע אשת חיל.

עספעשעלי דארפסטו זיין דאנקבאר צו איר אז זי לאזט דיר גיין אויף ק״ש... 🙂
ווער זאגט דיר זי ווייסט?
איך זע שוין פינקטליך... דו האסט טאקע גוט חתונה געהאט. 'זי' איז דער וואס איז אריינגעפאלן...

Yesh » דינסטאג יוני 18, 2024 5:32 pm

· #565424
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
ממש אזוי געפערלעך אז דו ווייב ווייסט נישט אז ער איז דא?

Yesh » דינסטאג יוני 18, 2024 5:34 pm

· #565427
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
נישט יעדע בית רחל מיידל פארנעמט דאס

א גוט יאר » דינסטאג יוני 18, 2024 5:36 pm

· #565428
Re: Re:
שמן למאור #
א גוט יאר #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
א גוט יאר #
און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

לאקי יו!
איך וויל דו זאלסט וויסען צו עפרישיעטן אז דו האסט זוכה געווען צו א ריכטיגע אשת חיל.

עספעשעלי דארפסטו זיין דאנקבאר צו איר אז זי לאזט דיר גיין אויף ק״ש... 🙂
ווער זאגט דיר זי ווייסט?
איך זע שוין פינקטליך... דו האסט טאקע גוט חתונה געהאט. 'זי' איז דער וואס איז אריינגעפאלן...
פארשטיי איך נישט,
ס'ווייב ברויך וויסן פינקטלעך ווען איך גיי אין ביהכ"ס אין ארבעט...?
און וואס איז מיט בלאזן די נאז..., ברויך איך אויך מיטטיילן...?

דיין ווייב ווייסט אז דו שרייבסט דא?

א גוט יאר » דינסטאג יוני 18, 2024 5:36 pm

· #565429
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
Yesh #
נישט יעדע בית רחל מיידל פארנעמט דאס
וואס?

אורות » דינסטאג יוני 18, 2024 5:52 pm

· #565431
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
א האלבע שעה איז זייער לאנג
מיינס האט געדויערט 12 מינוט!

א גוט יאר » דינסטאג יוני 18, 2024 5:56 pm

· #565433
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אורות #
א האלבע שעה איז זייער לאנג
מיינס האט געדויערט 12 מינוט!
וואט דע פ...

טאקע?!
ווער איז אריינגעקומען נאך 12 מינוט עס צושטערן...?

שמן למאור » דינסטאג יוני 18, 2024 5:58 pm

· #565434
Re: Re:
א גוט יאר #
שמן למאור #
א גוט יאר #
בְּתוֹךְ עַמִּי #


לאקי יו!
איך וויל דו זאלסט וויסען צו עפרישיעטן אז דו האסט זוכה געווען צו א ריכטיגע אשת חיל.

עספעשעלי דארפסטו זיין דאנקבאר צו איר אז זי לאזט דיר גיין אויף ק״ש... 🙂
ווער זאגט דיר זי ווייסט?
איך זע שוין פינקטליך... דו האסט טאקע גוט חתונה געהאט. 'זי' איז דער וואס איז אריינגעפאלן...
פארשטיי איך נישט,
ס'ווייב ברויך וויסן פינקטלעך ווען איך גיי אין ביהכ"ס אין ארבעט...?
און וואס איז מיט בלאזן די נאז..., ברויך איך אויך מיטטיילן...?

דיין ווייב ווייסט אז דו שרייבסט דא?

כ'האב געמאכט א ווערטל, אבער אין יעדע ווערטל ליגט א שטיקל אמת. שוין לאמיר נישט אריינגיין צי טיף אין די נושא.

א גוט יאר » דינסטאג יוני 18, 2024 6:01 pm

· #565436
Re: Re:
שמן למאור #
א גוט יאר #
שמן למאור #
א גוט יאר #

ווער זאגט דיר זי ווייסט?
איך זע שוין פינקטליך... דו האסט טאקע גוט חתונה געהאט. 'זי' איז דער וואס איז אריינגעפאלן...
פארשטיי איך נישט,
ס'ווייב ברויך וויסן פינקטלעך ווען איך גיי אין ביהכ"ס אין ארבעט...?
און וואס איז מיט בלאזן די נאז..., ברויך איך אויך מיטטיילן...?

דיין ווייב ווייסט אז דו שרייבסט דא?

כ'האב געמאכט א ווערטל, אבער אין יעדע ווערטל ליגט א שטיקל אמת. שוין לאמיר נישט אריינגיין צי טיף אין די נושא.
איך כאפ נישט
אז דו ווילסט אריינגיין טיפער קענסטו אישי'ען...

סקעפטיקער » דינסטאג יוני 18, 2024 6:15 pm

· #565440
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אורות #
א האלבע שעה איז זייער לאנג
מיינס האט געדויערט 12 מינוט!
מיינס איז אויך געווען בערך אין די רעינדזש

whatever » דינסטאג יוני 18, 2024 8:04 pm

· #565458
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
איך בין מציע אז מ׳זאל מאכן אן אפיציעלע ליסט פון טאפיקס פארן בחור און מיידל, זיי צו גיידן פון וואס צו רעדן ביי די בעשוי.

וואס האלטן ענק, ס׳איז א מהלך? ס׳קען ארבייטן/אויפטון?
ס'איז זיכער אז אויב מ'רעדט זאכליכע זאכן, איז עס אביסל מער ערערענסט ווי סתם א בחור און א מיידל זיצן זיך קעגן איבער איינעם דעם צווייטען
ביי מיין צווייטע (!) בעשוי, האט מען מיר אנגעזאגט אז איך זאל רעדן וועגן די צודעק אויפ'ן שייטל... זי האט שוין לאנג געטוישט זייט דעמאלטס, אבער ס'האט געשטעלט די טאון אז דא זיצן ערענסטע מענטשן וואס גייען מאכן א לייף דיסישען

שאלתיאל » דינסטאג יוני 18, 2024 8:21 pm

· #565461
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
איך וויל אביסל אויסקלארן מיינע מחשבות איבער דעם נושא:

איך ווייס נישט צו די קורצע בעשוי איז די נקודה אויף וואס מען דארף פאקוסען ווען מען רעדט פון די פראבלעם פון נישט צוגעפאסטע קאפלעך.

מען רעדט דא פון ארום 20- יעריגע בחורים/מיידלעך וואס האבן נאכנישט אוועקגעשטעלט זייער פערסאנעליטי, זיי קענען נישט זיך אליינס און האבן א קנאפן מושג וואס זיי ווילן באמת פון לעבן. אפילו אויב זיי ווייסן יא וואס זיי ווילן וועט זיך עס בדר"כ טוישן אין די קומענדיגע יארן (ביי איינער מער ביי איינער ווייניגער). צו טראכטן אז די יונגע קינדער קענען אויסגעפינען צו די מדוברת איז צוגעפאסט צו זיי און צו זי איז דאס איין און איינציגסטע בת זוג מיט וואס ער/זי וועלן לעבן פון יעצט ביז די 120 גליקליך און צופרידן און אז די מערידזש זאל טאקע מצליח זיין איז גאנץ אבסורד און נישט ריאליסטיש.
צולייגן נאך מיטונגען און זיך טרעפן פאר א לענגערע תקופה וועט נישט העלפן קיין סאך, חוץ פון פעיקן און שמייכלען איינס צום אנדערן וועט דאס נישט העלפן צו מברר זיין באמת איינער פארן אנדערן אויך נישט צושטעלן א ליסט מיט נושאים צו אויסשמועסן.

איז וואס טוט מען אז א אינגערמאן זאל זיך נישט טרעפן א שטיק צייט נאכן חתונה סטאק מיט א פרוי וואס ער קען נישט ליידן און מיט וועלכע ער וואלט קיינמאל נישט חתונה געהאט מלכתחילה ווען ער קען זיך אדער איר בעסער?

איך מיין אז די לעזונג וועט נישט קומען דורך פראבירן פארבעסערן די פראצעדור אליין פון זיך באקענען אין שידוכים ביים יונגן עלטער. מען דארף אנערקענען אז חתונה האבן יונג מיט איין פרוי פאר א גאנץ לעבן וועט אייביג אויסשטיין די ריסק פון קריצונגען שפעטער. די איינציגסטע ברירות וואס איז דא איז:
1. אדער נארמאליזירן חתונה האבן אין א שפעטערדיגער עלטער ווען מען איז מער רייף און נאכן זיך סעטלן בדעת במחשבה ובמעשה.
2. אדער נארמאליזירן בירט קאנטראל און האבן קינדער שפעט + נארמאליזירן די אפציע זיך צו גט'ן אויב מען געפינט אויס אז מען איז נישט צוגעפאסט. איך קען נישט די דאטא אבער איך מיין אז די סעקאנד מערידזש קאפלעך זענען אסאך מער סוקסעספול ווי די ערשטע. און ס'איז נאטורליך אזוי.

ביידע זענען טוישונגען וואס איז לכאורה נישט ריאליסטיש אבער אן אנדערע לעזונג איז לדעתי נישטא.

yesiknow » דינסטאג יוני 18, 2024 8:26 pm

· #565465
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
זייער שיין ארוסגעברנגט שאלתיאל,אפשר האבען צוויי אויפאיינמאל (לשיטתך אז מען נארמאלאזיררען וואס עס פעלט אויס) וועלען זיי פיין ביהעבען...
זיי וועלען זיך פיין צושטעלען והכל על מקומו יבוא בזמנו ובעתו .
זיי זאגען די צווייטע מעריטש איז געווענליך נישט בעסער

איך אויך » דינסטאג יוני 18, 2024 9:52 pm

· #565484
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
זאגסט דאך אז די עצה איז מען זאל האבען די ערשטע מיט די צווייטע running concurrently.
בלאט: 1 2 3