☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

121 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17102
בלאט: 1 2 3

מילך טראק » פרייטאג יוני 28, 2024 12:32 pm

· #566693
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
1.
די סיבה פארוואס ביי די חסידים דעיט מען נישט ווייל דעיטן מאכן ערגער די שלום בית וואס ווייניגער אלטס בעסער.

2.
דעיטן האט נישט קיין שום עפעקט, עס מאכט נישט ערגער אבער מאכט אויך נישט בעסער, סא סאיז נישט דא קיין שום סיבה/היתר פארוואס א בחור זאל דעיטן א פרעמדע מיידל.

3.
דעיטן מאכט בעסער שלום בית, אבער נישט אויסגעהאלטן/ ברענגט מיט מכשולות, אבער איז מותר, וועיגן ליכא דרכא אחרינא, נאר די בחור איז גרייט מוותר צו זיין אויף שלום בית, אבי נישט דארף דעיטן,

4.
דעיטן מאכט בעסער שלום בית, אבער נישט אויסגעהאלטן/ ברענגט מיט מכשולות, און סאיז אסור אפילו סגייט מאכן בעסער שלום בית,

5.
דעיטן מאכט בעסער שלום בית, אבער נישט אויסגעהאלטן/ ברענגט מיט מכשולות, אבער איז מותר, וועיגן ליכא דרכא אחרינא, די בחור איז גרייט נישט מוותר צו זיין אויף שלום בית, אבער ספאסט דאך נישט / ביי חסידים פירט מען נישט נישט צו דעיטן .

Yesh » מאנטאג יולי 1, 2024 2:26 pm

· #566926
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
ביי די אלע סיבות, פארוואס איז סעקאנד מערידש אנדערש?

yn.NY » מאנטאג יולי 1, 2024 4:36 pm

· #566940
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אברמי פון בארא פארק #
איך בין אויך א וויקטים פונעם קורצן בעשוי. מיין מעשה איז טיפיקעל, א קורצע בעשוי פון א שעה, מאסיווער פרעשור פון מיינע עלטערן און עלטערע געשוויסטער נאכן גאר שטארק קווענקלען, מיט נאך אביסל לחץ פון מיין רבי שליט"א כ" ק אדמור מ..... שליט"א און... מזל טוב דער שידוך איז געשען.

אבער.. דער מעשה האט ב"ה א העפי ענדינג, נאכן ביטער אריינפאלן מיט א זעלטענע שלעכטע פרוי שאכהמ"ל בזה, האב איך זיך גע'גט נאך גאר א קורצע צייט. ביים צוויטן מאל בין איך שוין געווען א היבש פאר יאר עלטער און קלוגער, און איך האב עס געטן די "גוי'אישע" וועג, איך בין ארויס א קנאפע 15-20 מאל מיט מיין ווייב איבער א משך פון מער ווי זעקס חדשים, און איך האב גאר גאר גוט קענען געלערנט מיין ווייב פארן חתונה האבן מיט איר.

אין א פאר חדשים ארום וועל איך אי"ה סעלברעיטן מיין 12טע אניווערסערי. איך ווינטש פאר אלע חסידים זאלן זיין אזוי גליקליך און צופרידן חתונה געהאט ווי איך בין ב"ה.

איז יא, אונזער בעשוי סיסטעם איז א שרעקליכע טראגעדיע און אן אנגייענדע בכיה לדורות.

דאנק גאט ב"ה אז ביזט אזוי שטארק אריינגעפאלן, אז דו האסט געהאט די מעגליכקייט זיך צו גט'ן (נישט געווינטשן פאר קיינעם, אבער כאטש האסטע זיך ארויסגעזען)

די גרעסטע וויקטימס זענען נישט דעי וואס גט'ן זיך! די גרעסטע וויקטימס זענען די 50% ביז 75% פראצענט וואס זענען "רעגולער" - מ'טוט וואס מ'האט צו טוען, מ'איז עוסק אין בויען דורות, מ'שמייכלט אפילו איינעם צום צווייטן ווען ס'פעלט זיך אויס... אבער ס'איז נישטא קיין שום אינערלכע קשר של אהבה! ס'אזויווי מ'וואלט ווען געשלאפן אין איין דארמעטארי...

מ'פאלט אריין אין חתונה נאכט אן וויסן ווער מ'איז, און בום! האטס ענק ליב!.... די חתן רבי האט קלאר געזאגט...

און יא! דאס איז די סיבה פארוואס ס'איז דא אזויפיל גיטין היינט! פארפאלן, די יונגווארג איז ב"ה קליגער געווארן, ס'איז א אפענע וועלט היינט, זיי האלטן נישט ביים אפלעבן אזוי די 120 יאר (די ב"ה איז ח"ו נישט אויף די גיטין, ס'איז באמת א טראגעדיע וואס גייט פאר - עכ"פ ווילאנג מ'וועט נישט כאפן אז עפעס ערענסט דארף געשען מיט אונזער סיסטעם פון שידוכים).

yn.NY » מאנטאג יולי 1, 2024 4:39 pm

· #566941
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
Yesh #
ביי די אלע סיבות, פארוואס איז סעקאנד מערידזש אנדערש?

ס'איז טאקע נישט אנדערש, אין די גמרא'ס צייטן איז מען אויך ארויס בחורים מיט מיידלעך.

האסט שוין אמאל געהערט וועגן "חמשה עשר באב" סעלעבראציעס אין ירושלים עיה"ק בימי חז"ל?
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%9E%D7%A9%D7%A0%D7%94_%D7%AA%D7%A2%D7%A0%D7%99%D7%AA_%D7%93_%D7%97

כאפ א בליק אויפן פירוש הרמב"ם, די [פרעמדע] מיידלעך האבן געהעריק דיסקאססד "שיינקייט" מיט די בחורים

Yesh » מאנטאג יולי 1, 2024 5:10 pm

· #566950
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
yn.NY #
Yesh #
ביי די אלע סיבות, פארוואס איז סעקאנד מערידזש אנדערש?

ס'איז טאקע נישט אנדערש, אין די גמרא'ס צייטן איז מען אויך ארויס בחורים מיט מיידלעך.

האסט שוין אמאל געהערט וועגן "חמשה עשר באב" סעלעבראציעס אין ירושלים עיה"ק בימי חז"ל?

איך ווייס, נאר איך פרעג פון אונזער סיסטעם'ס קוק ווינקל, וויאזוי איז מען דאס מסביר?

אנטיגנוס » מאנטאג יולי 1, 2024 10:30 pm

· #566966
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
דעתי הקלושה איז ווי פאלגענד:
1. אונזער סיסטעם פון שידוכים איז אפגעפרעגט!
2. איך זאג עס, טראץ דעם וואס איך בין באמת דאנקבאר פאר די שידוכים סיסטעם וואס האט מיר געראטעוועט, אהן דעם וואלט איך לכאורה נישט גוט חתונה געהאט.
3. נאכן מיטהאלטן לעצטנס די לעכערליכע סעריע "ווארט" פון רשת 13 פיל איך אז אדער חתונה האבן נאכ'ן וואוינען צוזאמען פאר א תקופה, אדער דעיטן ווי חסידים. דעיטן ווי ליטווישע אין די האטעל לאבי'ס און טרינקען נאר וואסער, און זיך אויספרעגן כאילו מ'איז ביי א ארבעט אינטערוויו איז נישט אהין און נישט אהער.

פארשטייט זיך אז די נושא איז טיפער און מער קאמפליצירט ווי איך לייג עס אראפ, דאס איז בלויז מיין דעה בכלליות.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יולי 1, 2024 11:58 pm

· #566975
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אנטיגנוס #

אנטיגנוס: עפעס זאגסטו חידושים דא... אפשר וואלסטו געוואלט אביסל מער מסביר זיין?

וויאזוי האט די ״שידוכים סיסטעם״ דיר געראטעוועט? און פארוואס איז עס בעסער ווי די ליטפישע מהלך...??

ישר כח!!

קל לזכור » דינסטאג יולי 2, 2024 8:43 am

· #566980
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
דער מלבי"ם אין פרשת כי תצא איז שוין מסביר פארוואס די שכל איז מחייב אונזער סיסטעם און די סיבה פארוואס עס איז דא מער גיטין דורך אונזער סיסטעם, וז"ל:

והיה אם לא תמצא חן בעיניו כי מצא בה ערות דבר. כבר כתבתי שלשון 'מציאה' יורה שנתגלה הדבר לעיני האדם בבת אחת, לכן יש להתבונן אחר שכבר לקחה לאשה ובא עליה אין ספק שראה אותה מקודם ומצאה חן בעיניו וע"כ לקחה, ואם יכוון הכתוב לומר שאבדה החן היה כותב בלשון המורה ע"ז.

לכן מכאן תשובה להמתלוצצים מאבותינו שהיה דרכם בקחתם נשים לבניהם, חקרו רק על המשפחה ועל הנהגת אביה ואמה ועל מדות הנערה, ורק קודם הנשואין היה החתן רואה את פני הנערה, אבל נביטה צור מחצבתנו, אברהם אבינו ע"ה כשרצה לקחת אשה לבנו יחידו אשר אהבו העיקר היה אצלו רק משפחת הנערה וארצה, וחפץ שתהיה ממשפחתו ומבית אביו שידע צניעותם. ויותר מזה, שסמך בזה על עבדו זקן ביתו ולא שלח את בנו עמו. וכתיב שם ויביאה יצחק האהלה שרה אמו, ואח"כ ויקח את רבקה ותהי לו לאשה, ואח"כ ויאהבה.

וכן היה מנהג בנ"י בשבתם על אדמתם. ואהבתם היתה כנטיעת עץ אשר הוא מגרגיר קטן, וע"י מים יתדבק בארץ, ובכל יום יגדל ויתעבה יותר, כן היתה אהבתם, שבתחלה היתה רק זיק האהבה שתול על תלמי לבו, וע"י כשרון המעשה נתוסף בו כל יום אהבה. ונמצא שעיקר האהבה היתה נגלית רק אחר הנשואין.

וז"ש והיה אם לא תמצא וגו', שע"י שמצא בה ערות דבר, שהוא דבר גנאי ומאוס, או מומין שבסתר או איזה פריצות - לא תמצא חן הנחוץ לה שתמצאנה, וגם השכל יחייב שטוב היה מנהג אבותינו, שאחרי שקודם הנשואין לא ידע האיש בבירור מזג האשה, וכן האשה; לכן בהכרח היה אצלם ההסכם, שנכון גם אם יהיה ע"ד הממוצע.

אבל כפי מנהג החדש, יתלמדו הבנים מקודם איך לתפוס בלבבם זא"ז, שיראו זל"ז אהבה אשר אין על עפר יסודה, ורק במשלים ובמחזות על במת ישחק. ולכן כשיתוודע להם אח"כ שהטעו זא"ז, תתקרר אהבה מעט מעט, עד שיתכן שתהיה לאין ואפס. ואשר שאז היה הגרושין מצוי יותר, יש טעם אחר בזה, כי אז אחרי שראו שלא יחיו באהבה, עוד חשו יותר מזה לתכונת הבנים שיולדו, שלא יהיו בני שנואה, וד"ל.

אנטיגנוס » דינסטאג יולי 2, 2024 10:38 am

· #566982
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
בְּתוֹךְ עַמִּי #
אנטיגנוס #
דעתי הקלושה איז ווי פאלגענד:
1. אונזער סיסטעם פון שידוכים איז אפגעפרעגט!
2. איך זאג עס, טראץ דעם וואס איך בין באמת דאנקבאר פאר די שידוכים סיסטעם וואס האט מיר געראטעוועט, אהן דעם וואלט איך לכאורה נישט גוט חתונה געהאט.
3. נאכן מיטהאלטן לעצטנס די לעכערליכע סעריע "ווארט" פון רשת 13 פיל איך אז אדער חתונה האבן נאכ'ן וואוינען צוזאמען פאר א תקופה, אדער דעיטן ווי חסידים. דעיטן ווי ליטווישע אין די האטעל לאבי'ס און טרינקען נאר וואסער, און זיך אויספרעגן כאילו מ'איז ביי א ארבעט אינטערוויו איז נישט אהין און נישט אהער.

פארשטייט זיך אז די נושא איז טיפער און מער קאמפליצירט ווי איך לייג עס אראפ, דאס איז בלויז מיין דעה בכלליות.

אנטיגנוס: עפעס זאגסטו חידושים דא... אפשר וואלסטו געוואלט אביסל מער מסביר זיין?

וויאזוי האט די ״שידוכים סיסטעם״ דיר געראטעוועט? און פארוואס איז עס בעסער ווי די ליטפישע מהלך...??

ישר כח!!
אוודאי געוויס

די שידוכים סיסטעם האט מיר געראטעוועט, פשוט ווייל עס האט מיר געגעבן מיין ווייב אויף א גאלדענע טאץ,
און אויסגעקראסט די גאנצע לענגערע דעיטן אדער ווער רעדט נאך פון אנהייבן מיט מיידלעך
וואס אין יענע צייט בין איך בין בכלל נישט געווען עמאשענלי רייף דערצו.

אבי גערעדט » דינסטאג יולי 2, 2024 10:54 am

· #566983
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אנטיגנוס #
די שידוכים סיסטעם האט מיר געראטעוועט, פשוט ווייל עס האט מיר געגעבן מיין ווייב אויף א גאלדענע טאץ,
און אויסגעקראסט די גאנצע לענגערע דעיטן אדער ווער רעדט נאך פון אנהייבן מיט מיידלעך
וואס אין יענע צייט בין איך בין בכלל נישט געווען עמאשענעלי רייף דערצו.

געוואלט זאגן די זעלבע, איך האב נישט פארקויפט גארנישט ספעציעל אלס בחור, איך בין נישט כאריזמאטיש, איך וואלט געהאט זייער א שווערע צייט מיט דעיטן, אבער די סיסטעם האט מיר צוגעשטעלט גאר א פיינע אשת חיל ברוך השם. יא, מיר האבן זיך געהאט אונזערע שוועריקייטן, אבער וועלכע מערידזש האט דען נישט?

איך פלאן אי"ה צו טון די זעלבע מיט מיינע קינדערלעך בעז"ה, אבער איך וועל זיי אי"ה צוגרייטן דערצו ווי ס'דארף צו זיין און זיי טרענירן וויאזוי צוצוטרעטן צום באשוי און זיי געבן קוראזש צו באמת אליינס מאכן א דעסיזשען, קיין חילוק ווי לאנג ס'וועט געדויערן און וויפיל לחץ ס'וועט זיין.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יולי 2, 2024 11:20 am

· #566985
איך קען גראדע אויך רילעטן צו דעם.
אלץ צוריק געצויגענער - עטליעסט בעפאר מיין טרינק - וואלטיך מסתמא נישט אזוי שנעל געגאנגען דעיטן, אויב בכלל...

למעשה, איז טאקע שווער צו וויסן אויב רוב ׳סיסטעם׳ מערידזשעס איז מצליח אדער נישט... לויט די מגיבים דא אין דעם אשכול זעט מען אז ס׳איז יש ויש, ס׳דא וואס זענען זייער צופרידען און ס׳דא וואס זענען זייער ״נישט״ צופרידן.

_ _
ס׳דא איינע פון די באקאנטע בעל ה׳קאנפידענט׳ קורסעס, וואס טרענירט זיין סעיל׳ס טיעם צו פרעגן דעם אינגערמאן וואס טענה׳ט אז ער האט שלום בית (דעריבער דארף ער נישט די קורס), אויב זיין ווייב האלט אויך אזוי...

און איך בין טאקע מסופק צו אלע וואס זאגן אז זיי זענען צופרידן צו ס׳איז טאקע אזוי, אדער זיי ווייסן פשוט נישט פון עפעס בעסער.

א גוט יאר » דינסטאג יולי 2, 2024 12:38 pm

· #566987
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אינזערע בחורים וואלטן געווען זייער אומבאקוועם צו דעיטן,
קודם ווייל זייער אסאך זענען צוריקגעצויגענע
און ביז יעצט האט ער נישט געהאט קיין פארקער מיט קיין איין מיידל

ס'האט מיר דערציילט א גוטע חבר מיינער וואס איז שוין נעבעך נמאס געווארן פון אידישקייט,
ער האט זיך געטראפן ביי א פארטי מיט נקיבות, און זיי האבן זיך זייער געפרייט צו אים, און געוואלט האגן, קישן וכו'
ער האט ממש נישט געקענט,
ער האט זיך געריסן מיט זיך ביז ער האט געפויעלט ביי זיך אז ער איז מער נישט קיין בחור פון ישיבה...
היינט איז ער זייער צופרידן מיט זיי אין בעט...

משא"כ בעשוי,
דו האסט דיינע עלטערן אינדרויסן, ס'נישט פאר צו לאנג, קיינער זעהט זיי נישט וכו'

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יולי 2, 2024 10:46 pm

· #567016
קל לזכור #
די מלבים אין פרשת כי תצא איז שוין מסביר פארוואס די שכל אחז מחייב אונזער סיסטעם און די סיבה פארוואס עס איז דא מער גיטין דורך אונזער סיסטעם, וז"ל:

מ׳קען מחלק זיין היינטיגע צייטן פון אמאל, וויבאלד די מהות פון מערידזש האט זיך דראסטיש געטוישט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יולי 2, 2024 10:50 pm

· #567017
זעי איך יעצט אז מ׳האט שוין אמאל אויסגעליפטערט די נושא האשכול, דא:
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=12821

שעפטאל » מיטוואך יולי 3, 2024 7:56 am

· #567032
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
א גוט יאר #
אינזערע בחורים וואלטן געווען זייער אומבאקוועם צו דעיטן,
קודם ווייל זייער אסאך זענען צוריקגעצויגענע
און ס'איז דא מיידלעך וואס וועלן זיך בא'פריינד'ן מיט א צוריקגעצויגענע
א גוט יאר #
און ביז יעצט האט ער נישט געהאט קיין פארקער מיט קיין איין מיידל
דאס איז א חלק פונעם פראבלעם, ווען מ'וואלט נישט אזוי אפגעטיילט ביידע וועלטן וואלט געוועהן גרינגער צו טרעפן א שידוך.

אפשר קען מען ברעכן די פחד מיטן זיך בא'פריינד'ן מיט א מיידל וואס מ'פלאנט נישט חתונה צו האבן, דערנאך קען מען זיך שוין ערלויבן צו גיין מיט מער צוגעפאסטע.

דעיטן דארף נישט זיין מיט'ן ארויסגיין עפענען דעם טיר פונעם קאר.. דעיט'ן מיינט זיך בא'פריינד'ן, (ס'דא גענוג סינגל'ס שבתים ווי מ'קען זיך באקענען מיט א בחורה טובה,) ביז פון חברים ווערט עס אז מ'איז צוזאמען (המכונה גירל פרענד).
ווי האט יענער געזאגט, מ'דארף טרענ*ן בעפארן חתונה. (שטייצעך נאכן שיקן אין מקוה)

א גוט יאר » מיטוואך יולי 3, 2024 1:06 pm

· #567058
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
שעפטאל #

דו האלסט אז מ'דארף טאקע טרענ*ן פארן חתונה?
אויב יא, ווי בין איך געווען...?

[NAMELESS] » פרייטאג יולי 5, 2024 5:20 pm

· #567398
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
שעפטאל #
און ס'איז דא מיידלעך וואס וועלן זיך בא'פריינד'ן מיט א צוריקגעצויגענע
צוויי צוריקגעצויגענע מיינט נישט אז סאיז א match, סדא א גאנצע personality אינטער די צוריקגעצויגנקייט

שטולענע אייער » מוצ"ש יולי 6, 2024 11:39 pm

· #567415
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
א גוט יאר #
שעפטאל #
א גוט יאר #
אינזערע בחורים וואלטן געווען זייער אומבאקוועם צו דעיטן,
קודם ווייל זייער אסאך זענען צוריקגעצויגענע
און ס'איז דא מיידלעך וואס וועלן זיך בא'פריינד'ן מיט א צוריקגעצויגענע
א גוט יאר #
און ביז יעצט האט ער נישט געהאט קיין פארקער מיט קיין איין מיידל
דאס איז א חלק פונעם פראבלעם, ווען מ'וואלט נישט אזוי אפגעטיילט ביידע וועלטן וואלט געוועהן גרינגער צו טרעפן א שידוך.

אפשר קען מען ברעכן די פחד מיטן זיך בא'פריינד'ן מיט א מיידל וואס מ'פלאנט נישט חתונה צו האבן, דערנאך קען מען זיך שוין ערלויבן צו גיין מיט מער צוגעפאסטע.

דעיטן דארף נישט זיין מיט'ן ארויסגיין עפענען דעם טיר פונעם קאר.. דעיט'ן מיינט זיך בא'פריינד'ן, (ס'דא גענוג סינגל'ס שבתים ווי מ'קען זיך באקענען מיט א בחורה טובה,) ביז פון חברים ווערט עס אז מ'איז צוזאמען (המכונה גירל פרענד).
ווי האט יענער געזאגט, מ'דארף טרענ*ן בעפארן חתונה. (שטייצעך נאכן שיקן אין מקוה)
דו האלסט אז מ'דארף טאקע טרענ*ן פארן חתונה?
אויב יא, ווי בין איך געווען...?
איך ווייס נישט ווי ערענסט שעפטאל איז געווען מיט יענעמס געזאגאכץ, אבער וואס איז אזוי שלעכט צו מינגלען אביסל? פונקט האב איך באמערקט די פאלגענדע נייעסל אין א אויסגאבע וואס ווערט צירקולירט אין פייוו טאונס: 📎 IMG_3343.jpeg אויך איז דא עפעס א אנדערע אויסגאבע וואס עס שטייט דארט אזוי:
אמר רבן שמעון בן גמליאל, לא היו ימים טובים לישראל כחמישה עשר באב וכיום הכיפורים, שבהן בנות ירושלים יוצאות בכלי לבן שאולין, שלא לבייש את מי שאין לו. כל הכלים טעונין טבילה. ובנות ירושלים יוצאות וחולות בכרמים. ומה היו אומרות? בחור, שא נא לג עיניך וראה, מה אתה בורר לך. אל תתן עיניך בנוי, תן עיניך במשפחה.
זעט זיך אויס אז בעצם איז דאס שוין אן אלטער מנהג אז בחורים זוכן זיך צו באפריינדען מיט מיידלעך כדי צו טרעפן פאסיגע שידוכים און ערליכע אידן פירן זיך שוין טויזענטער יארן עד היום הזה, נאר ביי אונז חסידים איז דאס באיזה אופן פארגעסן געווארן, דארף מען עס זען צוריק מחדש צו זיין בס״ד

געדאנקן » דינסטאג יולי 16, 2024 7:41 pm

· #568215
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
אורות #
א האלבע שעה איז זייער לאנג
מיינס האט געדויערט 12 מינוט!
טאקע?
און ביסט למעשה צופרידן היינט?

אורות » פרייטאג יולי 19, 2024 2:41 pm

· #568334
Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)
געדאנקן #
אורות #
א האלבע שעה איז זייער לאנג
מיינס האט געדויערט 12 מינוט!
טאקע?
און ביסט למעשה צופרידן היינט?
ווענט זיך אין וועלכע גיסטע איך שטיי אויף

געדאנקן » מאנטאג יולי 22, 2024 10:59 pm

· #568551

זיי מסביר...
בלאט: 1 2 3