☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » גוגל'ס דודלעך

גוגל'ס דודלעך

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #171
בלאט: 1 2 3

יידל » מיטוואך מערץ 14, 2012 2:44 pm

· #1415
Re: גוגל'ס דודלעך

יאשיזאווא מיטן פאך אין די האנט. שכויח הרב אנאלאזירער.

יידל » מיטוואך מערץ 14, 2012 2:45 pm

· #1416
Re: גוגל'ס דודלעך
אז מ'רעדט שוין.... ס'האט מיר אלץ געבאדערט הלמאי גוגל צייכנט אפ געבורטסטאגן אבער קיינמאל קיין יארצייט?

יידל » מוצ"ש אפריל 14, 2012 11:11 pm

· #4565
Re: גוגל'ס דודלעך
יידל
אז מ'רעדט שוין.... ס'האט מיר אלץ געבאדערט הלמאי גוגל צייכנט אפ געבורטסטאגן אבער קיינמאל קיין יארצייט?

ברוין » דינסטאג אפריל 24, 2012 8:53 pm

· #7268
Re: גוגל'ס דודלעך
נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.

אברעמעל » דינסטאג אפריל 24, 2012 9:18 pm

· #7284
Re: גוגל'ס דודלעך
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט עס נישט אינווענטעד, ער האט געטראפן א פאטענט וויזוי זיך צו באניצן דערמיט.

פינטאו » מיטוואך אפריל 25, 2012 9:39 am

· #7432
Re: גוגל'ס דודלעך
ברוין
נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.

אויספלאץ.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:19 am

· #7440
Re: גוגל'ס דודלעך
אל תהי כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל לייק.

ברוין » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:06 am

· #7472
Re: גוגל'ס דודלעך
זייער גערעכט. איך וואלט דיר אויך געלייקט ווען איך קען ווען אבער פון א טעלעפאון קען מען נישט לייקן

יידל » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:33 pm

· #8970
Re: גוגל'ס דודלעך
לייגט גארנישט אריין אין גוגל, און דרוקט "I'm felling Lucky". די ריזאלטס זענען אלע גוגל'ס דודלעך מיום היווסדה.

יידל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:43 pm

· #11170
אין גריכלאנד און אין פראנקרייך איז פיר טעג צוריק געווען עלעקשאנס.
אין גריכלאנד האט גוגל געהאט די גוגל דודל:

און אין פראנקרייך די:


אין זיד קארעא האט גוגל צוויי טעג צוריק געפייערט "עלטערענ'ס טאג":

יידל » דאנערשטאג מאי 17, 2012 8:30 pm

· #13167
נעכטן האט גוגל אין מעקסיקא געהאט די פאלגענדע דודל אפצוצייכענען די 95'סטע געבורטסטאג פונעם מעקסיקאנער פאטאגראפירער יוהאן רולפא:


צוויי טעג צוריק איז אין פאראגוויי געווען זייער אינדיפענדענס דעי, לכבודם האט גוגל אין פאראגוועי ארויפגעלייגט די פאלגענדע דודל:

יידל » מיטוואך מאי 23, 2012 12:09 am

· #14379
נייע גוגל דודל לע"נ ראבערט מוג. <a class="postlink" href="http://g.co/doodle/nkuv6m">http://g.co/doodle/nkuv6m</a>

לעמיל » מיטוואך מאי 23, 2012 1:09 pm

· #14448
טאקע זייער זיס

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 23, 2012 8:03 pm

· #14625
חברה, דאס איז עצת היצר מכשיל צו זיין מיט מוזיק אין ספירה!

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 8:06 pm

· #14626
געפילטע פיש
חברה, דאס איז עצת היצר מכשיל צו זיין מיט מוזיק אין ספירה!

נאך א שעה בערך ווערט עס מותר. 😃

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 23, 2012 8:08 pm

· #14628
שמואל הלוי
געפילטע פיש
חברה, דאס איז עצת היצר מכשיל צו זיין מיט מוזיק אין ספירה!

נאך א שעה בערך ווערט עס מותר. 😃

ער.האט געוואלט אריינכאפען אלע וואס זענען נאך נישט נכשל געווארן פאר ס'צו שפעט...

איך אויך » מיטוואך מאי 30, 2012 6:07 am

· #15073
גארנישט סתם א רוסישער צירינג דיזיינער, דער רעדע איז פון פיטער קארל פאבערגעי אליינס, ווען די זאלסט האבען איינע פון זיינע אייער דארפסטו נישט זארגען וועגן חתונה מאכען עד סוף כל הדורות.

יידל » מיטוואך מאי 30, 2012 9:02 am

· #15083
דאס איז געווען מאי 25 אין ירדן לכבוד די ירדנישע אינדיפענדינס דעי:


מאי 26 אין קאלאמביע איז דאס געווען, לכבוד די 85'סטע געבורטסטאג פון ראפאעל עסקאלאנא


מאי 28 איז דאס געווען אין אוסטראליע, לרגל די 100'סטע געבורטסטאג פון מרת רובי פעין-סקאט

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 12:10 am

· #16351
נייע גוגל דודל אין פארעם פון א יו-טוב קליפ צייכנט אפ 79 יאר פונעם עפענונג פונעם ערשטן דרייוו-אין סינעמא.

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 12:26 am

· #16356
נאדיר

לאדיך אפ » מיטוואך יוני 6, 2012 12:46 am

· #16357
<a class="postlink" href="http://youtube.googleapis.com/v/TV7ppqSzfuY">http://youtube.googleapis.com/v/TV7ppqSzfuY</a>

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 10:11 am

· #16392

Lokshon Kugel » מיטוואך יוני 6, 2012 11:37 am

· #16420
יידל
נייע גוגל דודל אין פארעם פון א יו-טוב קליפ צייכנט אפ 79 יאר פונעם עפענונג פונעם ערשטן דרייוו-אין סינעמא.

הייתכן מען פייערט נישט D-DAY???

יידל » דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:37 pm

· #18012
אפאר פון די לעצטיגע דודלעך איבער די וועלט:

יוני 12 אין די פיליפינס לכבוד פיליפנס אינדיפענדענס דעי:


יוני 12 אין רוסלאנד לכבוד "רוסלאנד טאג"


יוני 12 אין בראזיל לכבוד דיא דאס נאַמאָראַדאָס (זייער ווערסיע פון ט"ו באב, אדער וואלענטין'ס טאג):


יוני 9 אין עסטרייך, דייטשלאנד און שווייץ לכבוד יוהאן גוטפריעד גאל'ס 200'טע געבורטסאג

יידל » דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:41 pm

· #18013
יוני 8, גוגל 4 דודל געווינער אין פוילן:


יוני 6 אין שוועדן לכבוד שוועדן נאציאנאלע טאג:


יוני 2 אין ענגלאנד אין אירע פיליאלעס (ניו זילאנד, אויסטראליע, גאנא, זיד אפריקע, קעניע, ניגעריע) לכבוד דעם קעניגען'ס יובעליום:

יידל » דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:45 pm

· #18015
יוני 2 אין איטאליע לכבוד ריפובליק טאג אין איטאליע:


יוני 1 אין כינע, גוגל 4 דודל געווינער:


מאי 31 אין רוסלאנד לכבוד די 100'טע אניווערסערי פונעם דערעפענונג פון די פושקין מוזעאם.

יידל » זונטאג יוני 17, 2012 11:26 am

· #18213
היינטיגע גוגל דודל צייכנט אפ פאטער'ס טאג. די גוגל צייכנט א טאטע (די L) וועלכע זיצט אויפן פאטעל, ווען פלוצים ברענגט אים אן עליען זיין קאווע. דער טאטע איז פארוואונדערט, אבער נישט פאר צי לאנג ווייל גלייך טאנצט דער זונ'דל (די E) ארויס מיט זיין רימאוט קאנטראל און דער זון מיטן טאטן האלדזן זיך.
📎 google doodle.PNG

יידל » זונטאג יוני 17, 2012 11:33 am

· #18214
אויך יו-טוב האט היינט געמאכט א ספעציעלן "יודל" (Yoodle) לכבוד פאטער'ס טאג:

יידל » זונטאג יוני 24, 2012 10:18 am

· #19492
יוני 21 אין רוסלאנד לכבוד וויקטאר ראבערטאוויטש טסוי'ס 50'טע געבורטסטאג:


יוני 21, אלוועלטליך, לכבוד יורי קאנדרעטיוק'ס 115'סטע געבורטסטאג:


יוני 23 אלוועלטליך, לכבוד די 100'סטע געבורטסטאג פון עלען טורניג וועלכע האט דעוועלאפט דעם "טורניג מאשין" בעפאר ס'בכלל געווען קאמפיוטערס אויף די וועלט:

יידל » זונטאג יוני 24, 2012 10:21 am

· #19495
שבת איז געווען פאטער'ס טאג אין פוילן. גוגל האט עס געפייערט מיט א דודל:

יידל » פרייטאג יוני 29, 2012 11:41 am

· #20787
נעכטען איז געווען די 145'סטע געבורטסטאג פון לואידזשי פיראנדעלא, אן איטאליענישער שרייבער און דראמאטיסט וועלכער האט באקומען די נאבל פרייז פאר ליטעראטור אין 1934. גוגל האט אפגעצייכנט דעם טאג מיט א ספעציעילן דודל וועלכע האט ערשיינט אויף גוגל'ס היים בלאט אין איטאליע:


אין ראמעניע האט גוגל אפגעצייכנט נעכטן די 100'סטע געבורטסטאג פון סערדזשיו טשעליבידאק, א באקאנטער רומענישער מוזיקאלישער קאנדאקטער:


אין פראנקרייך און אין בעלגיע איז אפגעצייכנט געווארן נעכטן די 300'סטע געבורטסטאג פון דעם פראנצויזשען פילאזאף זשאן זשאק ראסו:

יידל » פרייטאג יוני 29, 2012 11:45 am

· #20789
[ציטאט אראפגענומען]

דא קענסטו טרעפן אביסל הסבר.

יידל » מוצ"ש יוני 30, 2012 11:18 pm

· #20879
פרייטאג האט גוגל אין מעקסיקא אפגעצייכנט די הונדערסטע געבורטסטאג פון האזע פאבלא מאנקאיא גארסיא, א מעקסיקאנער מוזיקאנט.


אינעם טשעכישען רעפובליק איז אפגעצייכנט געווארן 219 יאר פונעם טשעכישן און עסטרייכן אינווענטאר דזשאסעף רעזעל'ס געבורטסטאג.

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 9:27 am

· #21109
נעכטן יולי דער ערשטער איז געווען "קאנאדע טאג" אין קאנאדע. גוגל אין קאנאדא האט ארויסגעשטעלט דעם פאלגענדעם בילד אלס דודל:


אינעם בילד זעט מען א ביווער זיצן אויף איר דאמבע אנגעטון אין א קרוי און פאכענדיג א קאנאדישער פאן, און אינעם הונטערגרונט זעט מען אזוינע בושעלעך און אין די ווייטע הונטערגרונט זעט מען בערג. דער ביווער איז די נאציאנאלע סימבאל פון קאנאדא, און די קרוין וואס עס טראגט סימבאליזירט די שייכות פון קאנאדא מיט די קעניגליכע פאמיליע אין ענגלאנד. די בערג פון אונטען ווייזן אויף בריטיש קאלאמביע, אלבערטא און יוקאן, פראווינצן וועלכע זענען געווען צעטיילט און קאנאדע טאג צייכנט אפ זייער פאראייניגונג. דער גוגל האט געמאכט ווילי ריעל, 32, וועלכער דודלט שוין פאר כמעט א יאר.

אין מעקסיקא איז נעכטן געווען וואלן טאג און גוגל האט לכבוד דעם געלייגט די וואלן דודל:

Shmilly » מיטוואך יולי 4, 2012 9:18 am

· #21604
July 4
📎 google july 4.JPG

יידל » דינסטאג יולי 10, 2012 10:46 am

· #22939
אין קאנאדע איז יולי 4 געפייערט געווארן 111 יאר זינט די איינשווערונג פונעם הארטלאנד בריק. די הארטלאנד בריק איז די לענגסטע בריק מיט א דאך אין ווענט איבער די וועלט. דא איז א בילד פונעם בריק :


און דא איז א בילד פונעם גוגל דודל:


יולי 5 איז געווען אינדיפענדענס טאג אין ווענעזואלע:


און אין אלדזשעריע:


יולי 6 איז אין מעקסיקא אפגעצייכנט געווארן 172 יאר פונעם באקאנטעם מעקסיקאנער מעלער און ארטיסט האזע מאריא וועלאסקא'ס געבורטסטאג.


יולי 7 איז אין בעלערוס אפגעצייכנט געווארן 130 יאר פון דעם בעלערוסישן פאעט און שרייבער יאנקא קופאלא'ס געבורטסטאג:


יולי 8 איז אין דעם טשעכישן רעפובליק אפגעצייכנט געווארן 165 יאר פון פראנציזשעק קריטשיג'ס געבורטסטאג.


נעכטן, יולי 9 איז געווען אינדיפענדענס טאג אין ארגענטינא:

יידל » מוצ"ש יולי 14, 2012 10:47 pm

· #24128
שבת האט גוגל געפייערט דעם 150'סטען געבורטסאג פונעם בארימטען מעלער גוסטאוו קלימט. פארן דודל האט גוגל אויסגעקליבן קלימט'ס באריטן מעלעריי "דער קיש", וועלכע טייל האלטן איז נאך שענער ווי די וועלט'ס מערסט-בארימטע מעלעריי: דע ווינטשי'ס "מאנא ליסא".
אט איז גוגל'ס דודל:

יידל » זונטאג יולי 15, 2012 12:46 pm

· #24232
נעכטן איז געווען אין פראנקרייך דער פראנצויזישער נאציאנאלער טאג. גוגל אין פראנקרייך האט געפייערט מיט א ספעציעלן דודל:

זר זהב » זונטאג יולי 15, 2012 12:47 pm

· #24233
שקויעך יידל זייער שיין.

יידל » זונטאג יולי 15, 2012 12:54 pm

· #24235
יידל
שבת האט גוגל געפייערט דעם 150'סטען געבורטסאג פונעם בארימטען מעלער גוסטאוו קלימט. פארן דודל האט גוגל אויסגעקליבן קלימט'ס באריטן מעלעריי "דער קיש", וועלכע טייל האלטן איז נאך שענער ווי די וועלט'ס מערסט-בארימטע מעלעריי: דע ווינטשי'ס "מאנא ליסא".
אט איז גוגל'ס דודל:


גוגל האט פארעפנטליכט בילדער ווי די קלימט דודלער מאלעוועט דעם דודל מיט אויל פעינטס אין איר אפיס:
📎 klimt-process-3.jpg

📎 klimt-process-2.jpg

📎 klimt-process-1.jpg

ידען » זונטאג יולי 15, 2012 1:04 pm

· #24237
יידל ישר פאר די אלע ידיעות וואס דו לייגסט אונז דא אלעמאל אראפ.

די לעצטע בילד פון קלימט פארשטיי איך נישט פונקט ווי איך פארשטיי נישט די אלע אנדערע ארט. וואס מאכט עס פאר די שענסטע בילד אין די וועלט?

יידל » זונטאג יולי 22, 2012 12:18 am

· #26764
ידען, זעט אויס אז דער עולם פארשטייט נישט צו קונסט...

נייע דודלעך פון ארום די וועלט:
אין בראזיל איז פרייטאג, יולי דער 20 געפייערט געווארן די 139'סטע געבורטסאג פון אלבערטא סאנטאס-דומאו. ער איז באקאנט אלס איינער פון די פיאנירן אין די פעלד פון אוויאציע, און האט אויפגעטון גדולות ונצורות צו מאכן פליען א רוטינע זאך.
אט איז די דודל:

אט איז א בילד פון סאנטאס-דומאו:

און זיין פליגער

די דודל איז צוזאם געשטעלט פון א בילד פון סאנטאס-דומאו, און זיין פליגער אינעם הינטערגרונט.

אין קאלאמביע איז יולי 20 א דערהויבענע טאג. עס איז "זעלבסשטענדיגקייט טאג"
גוגל'ס דודל לכבוד המאורע:

די דודל איז געצייכנט געווארן דורכן קאלאמביען ארטיסט ארמענדא ווילעגאס. עס איז צוזאם געשטעלט פון די קאלירן פונעם קאלאמבישער פאן אינעם הינטערגרונט

און א בילד פון סיימאן באליוואר, דער מענטש וואס האט באפרייט קאלאמביע פון די שפאניער, אויף די לינקע זייט

מער איבער די ארט וואס ליגט אינעם דודל (וואס ליגט אונטער די דריי קאלירן און וואס יעדע פון זיי רעפרעזענטירט, און וואס די חיות אין יעדע קאליר רעפרעזענטירט), ליינט דא.

נעכטן, שבת קודש, איז געווען אין בעלגיע "נאציאנאל טאג". גוגל האט זיי מכבד געווען מיט א דודל:

די עסן רעפרעזענטירן אלע באליבטע עסן אין בעלגיע. פון רעכטס צו לינקס: א וואפל און אויף דעם סטראבעריס, ברוסעל געוויקסן (דאס איז סתם א ווערטער-שפיל ווייל בריסעל איז די הויפשטאט פון בעלגיע), טשאקאלאדע, ענדייווס, פרענטש פרייס (מיט א קליין בעלגישע פענדל), און א טעפל מאסעל פישלעך.

יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 12:14 am

· #27794
גוגל האט פארעפנטליכט א נייע דודל לכבוד די 115'סטע געבורטסטאג פון פרוי אמעליע עירהארט:

יידל » פרייטאג יולי 27, 2012 11:47 am

· #29237
[ציטאט אראפגענומען]

יידל » פרייטאג יולי 27, 2012 11:50 am

· #29238
אין פינלאנד, לכבודו פונעם חגא Jaakonpäivä יולי 25, האט גוגל געהאט די פאלגענדע דודל:

יידל » זונטאג יולי 29, 2012 1:28 pm

· #29438
נעכטן, שבת האט גוגל געהאט דעם פאלגנדעם אלימפישן דודל, לכבוד די פיילן-שיסן פארמעסטן ביי די אלימפיקס שפילן אין לאנדאן:


היינט, זונטאג האט גוגל געהאט א נייע אלימפישע דודל, לכבוד די דייווינג פארמעסטן ביי די אלימפיקס שפילן:
📎 olympics-diving-2012-hp.jpg

אין פערו האט גוגל געפייערט דעם פארגאנגענעם שבת פערו'ס זעלבסשטענדיגקייט טאג:

יידל » מאנטאג יולי 30, 2012 7:45 pm

· #29968
[ציטאט אראפגענומען]

לכבוד די פענסינג ביי די אלימפיק שפילן.

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 7:46 pm

· #29969
[quote="יידל"]היינט, זונטאג האט גוגל געהאט א נייע אלימפישע דודל, לכבוד די דייווינג פארמעסטן ביי די אלימפיקס שפילן:
📎 loading=
מיר געברענגט הרהורים.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 7:50 pm

· #29972
איך מיין אז לויט די רוב דעת בעלי בתים און תקנות פון שטיבל, זענען אזעלכע שרעקליכע בילדער נישט ערלויבט.

יידל » מאנטאג יולי 30, 2012 8:12 pm

· #29986
אנטשולדיגט, כ'האב בכלל נישט אויפגעמערקט דעם אומאיידעלן כאראקטער פונעם בילד.
איך האב פארראכטן מיין בילד. יעצט ליגט אויף זר זהב א חוב אראפצונעמען זיין תגובה ווי ער ציטירט מיין תגובה מיטן אלטן בילד.
בלאט: 1 2 3