☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » אנקעטע: בילדער פון פרויען

אנקעטע: בילדער פון פרויען

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #102

ידען » דינסטאג מערץ 6, 2012 8:46 pm

· #745
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
אן אשכול איבער די אויסגעהאלטנהייט פון צניעות׳דיגע פרויען פעלט זיך אויס פאר מ׳קען אפגעבן די שטימע.

געט א בליק אינעם jewish press וואס איז אן ארטאראקסישע בלאט און אינעם אלגעמיינער וואס איז א היימיש אידישער און ערליכער צייטונג און האבן אלע יארן געדרוקט בילדער פון פרויען.

בכלל ווינדערט מיר אפט ווען איך זע אז פון די וואס האבן גאר א פראבלעם פון נשים וואס זענען צוגעמאכט פון אלע זייטן, פיל מער ווי די הלכה פארלאנגט, אבער צו זען א youtube clip האבן זיי נישט קיין שום דאגה תו באטראכטן.

עס איז פארשטאנדיג אז היימישע צניעות׳דיגע בילדער זענען נישט תמיד אזוי רייצנד ווי אנטבלויזטע פריצות...

מומחה » דינסטאג מערץ 6, 2012 9:05 pm

· #746
אויב זענען YouTube לינקס ערלויבט, דאן וואס אז די שאלה דא? די סייט איז לכאורה פאר די וועלכע האבן נישט קיין פילטער, און די וואס האבן יא, זאלן ווארטן אביסל ביז די סייט וועט געבלאקט ווערן

John Doe » דינסטאג מערץ 6, 2012 10:23 pm

· #755
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין 100% איינשטימיג.

משה זוכמעך » דינסטאג מערץ 6, 2012 10:45 pm

· #760
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
אוי לעינים שכך רואות!

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 6, 2012 11:00 pm

· #769
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
שיין וועל מיר אויסזעהן אויב אלע הלכות וועט מען אזוי פסק'נען, מיט א אנקעטע אין קאוע שטיבל... איך האלט אז דער וואס איז אחראי אויף דעם סייט דארף פרעגן א שאלה פון זיין אייגענעם מורה הוראה, אדער עכ"פ א פראמינענטער אנגענומענער דעת תורה.

מאכן אנקעטעס און הערן דעם דעת הציבור איבער אזעלכע האקעלע ענינים, איז לדעתי נישט אויסגעהאלטן.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 6, 2012 11:07 pm

· #770
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
שמואל הלוי
שיין וועל מיר אויסזעהן אויב אלע הלכות וועט מען אזוי פסק'נען, מיט א אנקעטע אין קאוע שטיבל... איך האלט אז דער וואס איז אחראי אויף דעם סייט דארף פרעגן א שאלה פון זיין אייגענעם מורה הוראה, אדער עכ"פ א פראמינענטער אנגענומענער דעת תורה.

מאכן אנקעטעס און הערן דעם דעת הציבור איבער אזעלכע האקעלע ענינים, איז לדעתי נישט אויסגעהאלטן.

אדרבה! זייט מיר מוחל, מאכט מיר אויף א שלחן ערוך און ווייזט מיר ווי ס'שטייט אז מ'טאר נישט.

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 6, 2012 11:15 pm

· #772
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
וואס מיינען די ווערטער "די הנהלה נעמט אן"? קען מען דען אליין אננעמען צו ס'איז יא אדער נישט א פראבלעם מצד הלכה? אפשר נעמט דער דיין אן אנדערש?

גוגל-הדור » מיטוואך מערץ 7, 2012 12:00 am

· #784
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
אלס דיין און מורה הוראה פסק'ן איך אז אין דעם ענין פון תמונות נשים צנועות פאר גולשים אויף'ן נעץ יש מקום להקל, ובפרט אז דורך דעם וועלן זיי אפשר גאר נזהר זיין פון קוקן אויף עפעס ארגערס ח"ו.

גוגל-הדור » מיטוואך מערץ 7, 2012 12:08 am

· #786
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
בדרך אגב, פשוט אויף זיכער צו מאכן אז די הנהלה וועט מאכן די ריכטיגער החלטה ווי וואס מיין דעת תורה האט גע'פסק'ענט און פאר די ריכטיגער סיבה, אויף צו פאלגן דעם דיין און נישט אויף דעם פאלשן דעמאקראטישן סיסטעם, האב איך אריין געקנעפלט מיט נאך דריי ניקס אויף דעם זייט פון נישט מפרסם זיין בכלל קיין בילדער פון נשים. ובזכות זה וואס די מנהלי הפארום פאלגן אויס דעת תורה אהנע פשרות יזכו לראות בהתפשטות הפארום באיכות ובכמות עד למטה מעשרה טפחים ממש!

דבילה » מיטוואך מערץ 7, 2012 12:39 am

· #789
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
ווי קומט אריין דא א שאלה בכלל. וואס איז דאס אנדערש פון א חתונה אליין! כמעט נישט דא א אידישע קהלה וואס איז מחמיר אויף צודעקן דעם כלה ביים מצוה טאנץ.

amechiya » מיטוואך מערץ 7, 2012 10:40 am

· #815
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
דבילה
ווי קומט אריין דא א שאלה בכלל. וואס איז דאס אנדערש פון א חתונה אליין! כמעט נישט דא א אידישע קהלה וואס איז מחמיר אויף צודעקן דעם כלה ביים מצוה טאנץ.

דאס הייסט אז מען מעג זיצן מיט אן אפענע מחיצה מענער און פרויען ווייל ביים מצוה טאנץ זיצט מען צוזאמען?

amechiya » מיטוואך מערץ 7, 2012 10:48 am

· #816
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
לאמיר אייך זאגן איין זאך, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען, גייט עס ווען געבלאקט דורך דזשעי נעט, גייט עטץ אויטאמאטיש פארלירן מיטגלידער.

chasid » מיטוואך מערץ 7, 2012 10:50 am

· #817
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
amechiya
לאמיר אייך זאגן איין זאך, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען, גייט עס ווען געבלאקט דורך דזשעי נעט, גייט עטץ אויטאמאטיש פארלירן מיטגלידער.

און אפי' דזשעי נעט גייט עס נישט בלאקן, גייט עס פארלירן מיטגלידער, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען.

ידען » מיטוואך מערץ 7, 2012 11:35 am

· #822
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
chasid
amechiya
לאמיר אייך זאגן איין זאך, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען, גייט עס ווען געבלאקט דורך דזשעי נעט, גייט עטץ אויטאמאטיש פארלירן מיטגלידער.

און אפי' דזשעי נעט גייט עס נישט בלאקן, גייט עס פארלירן מיטגלידער, טאמער גייט די זייטל לאזן לייגן בילדער פון פרויען.

ערשטע מאל איך הער אז פרויען טרייבן אוועק מענער...

עס געפעלט מיר דער טראסק וואס מען מאכט דא איבער די פרויען. עס זעט מיר אויס אז מען איז דן אויב מען זאל לאזן פארנאגראפיע אין דעם פורום.

chasid » מיטוואך מערץ 7, 2012 11:40 am

· #824
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
ס'געפעלט דיר נישט אז אידן ווילן האבן א פלאץ זיך אויסצולופטערן וואס איז אויסגעהאלטן 100%??

שרגא » מיטוואך מערץ 7, 2012 11:48 am

· #825
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
דער דיון איז נישט דא איבער די הלכה צי מ'מעג צי מ'טאר נישט, מען גייט נישט אריין צי עס איז דאורייתא אדער א דרבנן , דעם חילוק צווישן א צניעות'דיגע פרוי אדער נישט און צווישן ראיה און הסתכלות. אויב יא, קומט נישט קיין אנקעטע, נאר אן אשכול איבער א בירור הלכה. נאר וואס דען? פשוט די ערשטע בליק פון די מיטגלידער אויף א היימישן פארום צי עס קומט מיט בילדער פון נשים, אפילו צניעותדיגע, צי נישט.
יעצט רוב זענען געוואוינט אז נישט און זיי ווילן דאס נישט. דאס איז דער גדר אין חרדישע צייטונגען, און דאס זעלבע ערווארט מען דא אויך. (יא, אסאך פון די אלע "ניין-זאגערס" און אויך פון די אנדערע "היימישע פארומס" בין איך חושד האלטן זיך נישט אפ פון גיין אויף אנדערע גויאישע נייעס-וועבזייטלעך וואו מ'קען זען בילדער פון פרויען, און טאקע נישט פון דעם צניעות'דיגסטן סארט, און אפילו אויף יו-טוב, אבער למעשה אין דעם אידישן קווארטאל וואו עס איז מעגליך וויל מען כאטש האלטן די גדרים און פארוואס זאל מען עס דא ברעכן און נישט מאכן דעם גדר.)
און באמת איז עס לכ' טאקע צוליב דעם אויך הארבער עפ"י הלכה פאר חסידים וואס זענען נישט געוואוינט בכלל צו קוקן אויף נשים, ווייל עס קען אונז טאקע ענדערש ברענגען צו הרהורים.
אויך איז זיכער דא דער ספק, איבערהויפט ווען דער פאקט איז אז רוב ווילן דאס נישט פאר א סיבה, אז איינער וועט הנאה האבן פון דעם בילד, וואס צו קוקן ליהנות איז דאך זיכער אן איסור גמור לכל הדיעות. איז אויך אלס ספק דארף מען זיך אפהאלטן.
און אויב עס הייבט זיך אן מיט נאר צניעות'דיגע פרויען, וועט זיך אנהייבן יעדן טאג פרישע אנקעטעס צי "איז די פאלגנדע בילד נאך אין גדר פון צניעותדיג אדער נישט?".
נאך א פונקט: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)

יידל » מיטוואך מערץ 7, 2012 12:15 pm

· #833
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
שרגא, דיין לעצטע פוינט איז אמת לאמיתו. 👍

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 7, 2012 1:00 pm

· #841
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
מ'דארף ממש זיין אן עקסטרעמיסט צו וואטן אויף יא? גייט איר אויפן גאס מיט פארמאכטע אויגן אויך?
דעיע וואס וואטן פאר די פארווישטע פנימ'ער איז אינטרעסאנט, אויב טאר מען נישט פנימ'ער ווער גיט דיר א היתר אויף בגדי צבעונים?

שרגא » מיטוואך מערץ 7, 2012 1:07 pm

· #842
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
געפילטע פיש
מ'דארף ממש זיין אן עקסטרעמיסט צו וואטן אויף יא? גייט איר אויפן גאס מיט פארמאכטע אויגן אויך?

סתם פירקלען ווערטער איז א קליינער קונץ. אויב קענסט, שרייב קלאר יעדע פון מיינע פונקטן פארוואס זיי זענען נישט ריכטיג. און אויף דיין באמבע קשיא, האסט שוין אמאל געהערט פון איכא דרכא אחרינא?

מוראדיג » מיטוואך מערץ 7, 2012 1:37 pm

· #848
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
דבילה
ווי קומט אריין דא א שאלה בכלל. וואס איז דאס אנדערש פון א חתונה אליין! כמעט נישט דא א אידישע קהלה וואס איז מחמיר אויף צודעקן דעם כלה ביים מצוה טאנץ.

בכלל נישט קיין שאלה? סאו דיין טאטע וואס גייט יא צו א מצוה טאנץ (און מוז בכלל נישט קוקן אויף די כלה), וועט זיכער אויך קוקן אויף א בילד פון די כלה?
און די אלע ערליכע אידן וואס גייען אויפ'ן גאס קוים צוויי פיס אוועק פון פריצות'דיגע נשים, וואלטן אויך געקוקט אויף זייער בילד?

געפילטע פיש » מיטוואך מערץ 7, 2012 2:03 pm

· #856
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
שרגא
דער דיון איז נישט דא איבער די הלכה צי מ'מעג צי מ'טאר נישט, מען גייט נישט אריין צי עס איז דאורייתא אדער א דרבנן , דעם חילוק צווישן א צניעות'דיגע פרוי אדער נישט און צווישן ראיה און הסתכלות. אויב יא, קומט נישט קיין אנקעטע, נאר אן אשכול איבער א בירור הלכה. נאר וואס דען? פשוט די ערשטע בליק פון די מיטגלידער אויף א היימישן פארום צי עס קומט מיט בילדער פון נשים, אפילו צניעותדיגע, צי נישט.

אמת לאמתו
שרגא
יעצט רוב זענען געוואוינט אז נישט און זיי ווילן דאס נישט

די נאמבערס סעי אדערווייז.
שרגא
דאס איז דער גדר אין חרדישע צייטונגען, און דאס זעלבע ערווארט מען דא אויך. (יא, אסאך פון די אלע "ניין-זאגערס" און אויך פון די אנדערע "היימישע פארומס" בין איך חושד האלטן זיך נישט אפ פון גיין אויף אנדערע גויאישע נייעס-וועבזייטלעך וואו מ'קען זען בילדער פון פרויען, און טאקע נישט פון דעם צניעות'דיגסטן סארט, און אפילו אויף יו-טוב, אבער למעשה אין דעם אידישן קווארטאל וואו עס איז מעגליך וויל מען כאטש האלטן די גדרים און פארוואס זאל מען עס דא ברעכן און נישט מאכן דעם גדר.)

אז די ווילסט מאכן גדרים, גוד פאר יו, צווינג אבער נישט ארויף דיין מיינונג אויף אנדערע.

שרגא
און באמת איז עס לכ' טאקע צוליב דעם אויך הארבער עפ"י הלכה פאר חסידים וואס זענען נישט געוואוינט בכלל צו קוקן אויף נשים, ווייל עס קען אונז טאקע ענדערש ברענגען צו הרהורים.

איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא מין הלכה, אדרבא, טאמער זהירות ברענגט צו מכשולות מה הועילו חכמים בתקנתם? אפשר איז טאקע כדאי מבטל צו זיין דעי זהירותן.
ראה חטא עץ הדעת "וּמִפְּרִי הָעֵץ אֲשֶׁר בְּתוֹךְ הַגָּן אָמַר אֱ־לֹקים לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ וְלֹא תִגְּעוּ בּוֹ פֶּן תְּמֻתוּן"

שרגא
אויך איז זיכער דא דער ספק, איבערהויפט ווען דער פאקט איז אז רוב ווילן דאס נישט פאר א סיבה, אז איינער וועט הנאה האבן פון דעם בילד, וואס צו קוקן ליהנות איז דאך זיכער אן איסור גמור לכל הדיעות. איז אויך אלס ספק דארף מען זיך אפהאלטן.
און אויב עס הייבט זיך אן מיט נאר צניעות'דיגע פרויען, וועט זיך אנהייבן יעדן טאג פרישע אנקעטעס צי "איז די פאלגנדע בילד נאך אין גדר פון צניעותדיג אדער נישט?".

פארדעם האבן מיר א שולחן ערוך.
שרגא
נאך א פונקט: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)

מיט דעם קען זיין ביזט גערעכט אבער אלע וואס האבן געוואוט ווייסן דאס אויך און אעפ"כ האבן זיי געוואוט אויף יא.

שרגא » מיטוואך מערץ 7, 2012 2:42 pm

· #858

רוב היימישע אידן זענען געוואוינט נישט צו זען אין היימישע פלעצער בילדער פון נשים. איך זע נישט וועלכע נאמבערס סעי אדערווייז. אויב רעדסטו פון דעם היגן אנקעטע, האלט עס דערווייל ביי האלב, און זיי אלע וועלן אויך מודה זיין אז אויב וועט דא זיין נשים וועט דאס זיין די ערשטע היימיש-אידישע פלאץ וואס טוט דאס.

איך האב נישט גערעדט פון צווינגען אדער נישט, איך האב געפרעגט פארוואס מען זאל דא ברעכן א גדר וואס איז נאכנישט געבראכן געווארן אויף קיין שום אנדערע היימיש-אידישע פלאץ. אויך האב איך מסביר געווען אז נשים קען מען זען גענוג איבער'ן גאנצן נעט אויב איינער וויל, סאו פארוואס זאל עס דוקא אויספעלן דא? חוץ אויב איז טאקע דא דער ציל זיך אויסצוגעבן און מען וויל טאקע דוקא פארטרייבן די אביסל ערנסטע סארט, דאן פארשטיי איך.

אויב אזוי דארפסטו איבערלערנען די הלכות. אויסער די שאלה אויף דעם עצם זען, איז דאך קלאר אז אויב עס ברענגט לידי הרהור איז אן איסור דאורייתא. שוין געזען די מעשה אין די גמרא וואו מען האט געפסקנט אז "ימות ולא יראינה"? ווייסטו אז המסתכל אפילו באצבע קטנה של אישה 'ונתכוין ליהנות ממנה' כאילו נסתכל בבית התורף שלה?
מה הועילו חכמים בתקנתם? קוק וויאזוי רוב היימישע אידן ווערן ב"ה נישט נכשול (און אויב ווייסטו וואס טוט זיך אין די אנדערע זייט וועלט, ווייסטו דעם אנדערן האלב אז ביי אונז איז שוין איינמאל הועילו חכמים בתקנתם). מבטל זיין די זהירות? ס'הייסט מ'זאל לאזן גענוג מאל נכשול ווערן, ווייל נאכדעם וועט מען עס שוין נישט שפירן... דאס אויסער דעם וואס נאכדעם גייט מען דאך נאר צום נעקסטן שטאפל, ווייל דאס באפרידיגט נישט.

הא? וואס איז נאכאמאל דיין תירוץ פארוואס מען זאל ברענגען בילדער אויב וועלן מענטשן אפשר הנאה האבן פונעם בילד, וואס דאן איז אן איסור גמור. און לכ' די בילדער וואס מען וועט וועלן ברענגען, וועלן דאך ווארשיינליך זיין ראוי הנאה צו האבן... האסטו אויך נישט געכאפט מיין פראגע: אויב לאזט מען נאר צניעותדיגע בילדער, וועט מען אנהייבן יעדן טאג "מעיין זיין" אויף די בילדער צי זיי זענען גענוג צניעותדיג? און דערווייל וועט עס אויך ליגן פאר יעדן צו זען ביז די אנקעטע איז געענדיגט? און נאך דעם אלעם, וואס וועט דער שולחן ערוך העלפן, די גדרים קען אויך האבן מיט'ן אינדיווידועלן מענטש

דאס אז אנדערע וואוטן זע איך, אבער מיט דעם האסטו, אדער זיי, נאכנישט פארענטפערט מיין פראגע: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)

קרעקער » פרייטאג מערץ 9, 2012 1:12 pm

· #928
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
איך שטים
פארבאטען

דבילה » מוצ"ש מערץ 10, 2012 11:10 pm

· #952
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
לויט ווי איך פארשטיי איז שרגא מסכים אז דער וואס קוקען יא אויף בילדער פון פרויען שלא בדרך הסתכלות און שלא ע"מ להנות זענען נישט קיין עבריינים. די עיקר שאלה איז צו שרגא ובדומה לו וואס זענען יא מקפיד אפילו אויף געווענליכע ראיות וועלן זיך פילן באקוועם. טא, אויף דעם איז דער עצה פשוט. אויב איינער וויל עפענען אן אשכול מיט א נושא וואס פארלאנגט זיך בילדער פון פרויען דערין, קען ער דאך שרייבן אין די קעפל א זהירות פאר די מקפידים און שלום על ישראל.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 11, 2012 5:31 pm

· #1092
Re: אנקעטע: בילדער פון פרויען
שרגא

רוב היימישע אידן זענען געוואוינט נישט צו זען אין היימישע פלעצער בילדער פון נשים. איך זע נישט וועלכע נאמבערס סעי אדערווייז. אויב רעדסטו פון דעם היגן אנקעטע, האלט עס דערווייל ביי האלב, און זיי אלע וועלן אויך מודה זיין אז אויב וועט דא זיין נשים וועט דאס זיין די ערשטע היימיש-אידישע פלאץ וואס טוט דאס.

טאמער ביי דיר מיינט "היימיש" סאטמער ביזטו גערעכט.

שרגא

איך האב נישט גערעדט פון צווינגען אדער נישט, איך האב געפרעגט פארוואס מען זאל דא ברעכן א גדר וואס איז נאכנישט געבראכן געווארן אויף קיין שום אנדערע היימיש-אידישע פלאץ. אויך האב איך מסביר געווען אז נשים קען מען זען גענוג איבער'ן גאנצן נעט אויב איינער וויל, סאו פארוואס זאל עס דוקא אויספעלן דא? חוץ אויב איז טאקע דא דער ציל זיך אויסצוגעבן און מען וויל טאקע דוקא פארטרייבן די אביסל ערנסטע סארט, דאן פארשטיי איך.

טאקע פארדעם, ווען דער עולם וויל דען נאך א ראן אוו די מיל פלאץ וואלטן זיי געכענט בלייבן אין ביהמ"ד אדער אין קרעטשמע, סך הכל וויל מען א נארמאל פלאץ ווי מ'זאל קענען פארברענגען מיט נארמאלע מענטשען אן דעי אלע עקסטרעמע משוגעתן וואס האבן אויסגעשפראצט די לעמטע פאר צענדליג יארן. איי קען אנלי ספיק פאר מייסעלף, אבער אזא פילינג האב איך.

שרגא

אויב אזוי דארפסטו איבערלערנען די הלכות. אויסער די שאלה אויף דעם עצם זען, איז דאך קלאר אז אויב עס ברענגט לידי הרהור איז אן איסור דאורייתא. שוין געזען די מעשה אין די גמרא וואו מען האט געפסקנט אז "ימות ולא יראינה"? ווייסטו אז המסתכל אפילו באצבע קטנה של אישה 'ונתכוין ליהנות ממנה' כאילו נסתכל בבית התורף שלה?
מה הועילו חכמים בתקנתם? קוק וויאזוי רוב היימישע אידן ווערן ב"ה נישט נכשול (און אויב ווייסטו וואס טוט זיך אין די אנדערע זייט וועלט, ווייסטו דעם אנדערן האלב אז ביי אונז איז שוין איינמאל הועילו חכמים בתקנתם). מבטל זיין די זהירות? ס'הייסט מ'זאל לאזן גענוג מאל נכשול ווערן, ווייל נאכדעם וועט מען עס שוין נישט שפירן... דאס אויסער דעם וואס נאכדעם גייט מען דאך נאר צום נעקסטן שטאפל, ווייל דאס באפרידיגט נישט.

כ'קען די הלכות גאנץ גוט, ראיה בעלמא איז קיין שום שאלה נישט, הסתכלות לשם הנאה איז אסור ביי אן אשת איש. שאלה הייבט זיך אן ביי ערוה בעששית, וואס איז אסור, אבער דא רעדט מען נישט פון קיין ערוה און נישט פון קיין עששית. א בילד אפילו פון א ערוה לויט טייל פוסקים מעג מעןדאווענען און אפילו זיך בוקן לנגד אותו צד, ווער רעדט נאך פון א צניעותדיגע כלה נאה וואס ס'איז א מצוה משבח זיין איר שיינקייט בפני בעלה כדי לחבבה בעיני. (עקסיוז מיין "ניוול פה"...)

שרגא

הא? וואס איז נאכאמאל דיין תירוץ פארוואס מען זאל ברענגען בילדער אויב וועלן מענטשן אפשר הנאה האבן פונעם בילד, וואס דאן איז אן איסור גמור. און לכ' די בילדער וואס מען וועט וועלן ברענגען, וועלן דאך ווארשיינליך זיין ראוי הנאה צו האבן... האסטו אויך נישט געכאפט מיין פראגע: אויב לאזט מען נאר צניעותדיגע בילדער, וועט מען אנהייבן יעדן טאג "מעיין זיין" אויף די בילדער צי זיי זענען גענוג צניעותדיג? און דערווייל וועט עס אויך ליגן פאר יעדן צו זען ביז די אנקעטע איז געענדיגט? און נאך דעם אלעם, וואס וועט דער שולחן ערוך העלפן, די גדרים קען אויך האבן מיט'ן אינדיווידועלן מענטש

נא, מעיין זיין לצורך הלכה מעג מען דאך, תורה היא וללמוד אני צריך!

שרגא

דאס אז אנדערע וואוטן זע איך, אבער מיט דעם האסטו, אדער זיי, נאכנישט פארענטפערט מיין פראגע: אויב אפילו נאר האלב מיטגלידער ווילן נישט מען זאל לייגן קיין בילדער, קומען זיי לכ' פריער, פשוט ווייל אויב גייט מען יא לייגן בילדער, וועלן זיי מער נישט קענען אריינקומען דא. ווידער די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מען זאל לייגן בילדער, קענען ווייטער קומען אפילו אן בילדער (און העכסטנס האבן זיי גענוג וואו צו קוקן ערגעץ אנדערש.)

מיט דעם לאגיק קענסטו אפפרעגען יעדע אנקעטע, אויב פאר איין צד גייט עס מער לנפשם ווי די צווייטע צד.