☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » גוגל'ס דודלעך

גוגל'ס דודלעך

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #171
בלאט: 1 2 3

משמרת » מאנטאג יולי 30, 2012 8:18 pm

· #29988
יידל
יעצט ליגט אויף זר זהב א חוב אראפצונעמען זיין תגובה ווי ער ציטירט מיין תגובה מיטן אלטן בילד.

איך האב עס מסדר געווען

יידל » מאנטאג יולי 30, 2012 8:22 pm

· #29992
משמרת
יידל
יעצט ליגט אויף זר זהב א חוב אראפצונעמען זיין תגובה ווי ער ציטירט מיין תגובה מיטן אלטן בילד.

איך האב עס מסדר געווען


נאר איין הוספה האב איך: די קומענדיגע דורות, ווען זיי וועלן ליינען אלטע אשכולות אין קאווע שטיבל וועלן זיי נאך מיינען אז זר זהב האט געהאט הרהורים פונעם פארמעקטן צענזורירטן בילד, דארף איך דא קלאר שטעלן, to set the record straight, אז זר זהב האט קאמענטירט אויף די אריגינעלע בילד, און משמרת האט אריינגעשטעלט נאכדעם דעם פארמעקטן בילד צוליב די תקנות.

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 8:26 pm

· #29993
א דאנק אלע. בעטטער לעיט דען נעווער. הגם מיין זינד איז אפגעטון געווארן, וועלן חאטש אנדערע נישט דורכפאלן.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 8:27 pm

· #29995
יידל, פון מיר אויס איז עס געווען נאר בדרך צחות, היות זר שרייבט אז דאס האט אים געברענגט הרהורים......

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 8:37 am

· #30168
גוגל'ס היינטיגע אלימפיק דודל צייכנט אפ די קונץ פון מענער-רינגלעך:

יידל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:17 am

· #30528
די היינטיגע אלימפיק דודל לכבודו פון פעלד-האקי:

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:17 am

· #31164
על פי תקנות המקום האב איך האקומען מוראדיגע הירהורים פון דעם פילד האקי בילד...

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:37 am

· #31165
די היינטיגע אלימפיק דודל, לכבודו פון פינג פאנג/טיש טעניס:

יידל » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 3:46 pm

· #31570
די היינטיגע אלימפיק דודל צייכנט אפ מען שאט פוט:


אין ישראל איז לכבוד חמשה עשר באב געווען די פאלגענדע דודל וואס זיי האבן שוין בטעות ארויפגעלייגט א חודש צוריק:

יידל » מוצ"ש אוגוסט 4, 2012 10:36 pm

· #31611
מיט דעם פארגאנגענעם שבת'דיגען אלימפיק דודל, האט גוגל געפייערט פרויען'ס פאול וואלט:

גלות יוד » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:39 pm

· #32711
מיין שנעלסטע איז געווען 13.6 seconds טיילטס מיט אייער סקאר

יידל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:49 pm

· #32715
[ציטאט אראפגענומען]

אט איז די אלימפיק סייט לינק פאר הורדלס.

יידל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:51 pm

· #32716
נעכטן איז געווען אינדיפענדענס טאג אין באליוויע (די לאנד ווי יעקב עסטרייכער זיצט) אין גוגל האט געפייערט מיט א דודל:

קאמפיאטער » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:26 am

· #32816
היינט קענט איר שפילן באל(פווויייי)מיט גאגעל אליינס!!!!!!!!!!!

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 10:02 am

· #33327
די נעכטיגע אליפמיק דודל איז געווען - ווי קאמפיאטער האט דערמאנט - אן אינטערעקטיוו דודל, ווי מ'האט געקענט שפילן א געים פון ווארפן טאבעס און א בעסקעט.
📎 basket ball.png
אויב איר ווילט נאך שפילן דעם שפיל, קענט איר גיין דא. די איידערנעכטיגע "הורדלס" געים קען מען דא.

די היינטיגע אלימיפק דודל איז אויך אן אינטערעקטיוו דודל. מ'קען גיין קאנואינג אין א שיפל. איר קענט שפילן דעם געים דא אפילו מארגן אויך.
📎 canoe slalom.png

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 12:27 pm

· #33374
יידל
די נעכטיגע אליפמיק דודל איז געווען - ווי קאמפיאטער האט דערמאנט - אן אינטערעקטיוו דודל, ווי מ'האט געקענט שפילן א געים פון ווארפן טאבעס און א בעסקעט.

אויב שוין לויטער אידיש שרייב "ווי מ'האט געקענט שפילען א שפיל פון ווארפן טאבעס אין א קארב".

יידל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:26 am

· #33631
אלימפיק אינטעראקטיווע דודל, איר קענן שפילן סאקער.
📎 soccer.png

יידל » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:48 pm

· #33915
שבת'דיגע אלימפיק גוגל רעפרעזענטירט ריטמאטישע גימנאסטיקס כידוע ליודעי חן:
📎 gymnastics-2012-hp.jpg

יידל » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:51 pm

· #33917
פרייטאג האט די גאנצע וועלט געקענט שפילן סאקער, אחוץ עקוואדאר וואו מען האט געפראוועט אינדיפענדענס (זעלבסשטענדיגקייט) און גוגל האט ארויסגעשטעלט א ספעציעלן דודל לכבוד החג. (דודל ענדלט זייער שטארק אין באליוויע'ס זעלבסשטענדיגקייט דודל)

יידל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:19 am

· #34034
זונטאג'דיגע אלימפיק דודל לכבוד די קלאזינג פון די אלימפיקס מארגן:

יידל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:35 am

· #35014
אין פארטוגאל האט גוגל געפייערט דעם 115'סטע געבורטסטאג פון דעם פארטוגעזישען ארכיטעקט קאסיאנא בראנקא, מיט א דודל:

יידל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:47 pm

· #35384
היינט איז געווען פאקיסטאנע זעלבסשטענדיגקייט טאג. גוגל האט זיי מכבד געווען מיט א דודל, צאמגעשטעלט פון "טראק ארט" - א פאקיסטאנע ארט:

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:26 am

· #35533
א גוגל דודל לכבוד די הונדערסטע געבורטסטאג פון דזשוליע טשיילד, אן אמעריקאנער טעלעוויזע קעכערין און קוך-בוך שרייבער, וואס איז בעיקר באקאנט פארן באקאנט מאכן די פראנצויזשע קוזין אין אמעריקע

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:38 am

· #35543
ווילי ריעל, דער גוגל דודלער פונעם היינטיגן דודל, שרייבט אז עס איז אים געווען א ספעציעלן כבוד צו מאלן דעם דודל, ווייל נאר בזכות טשיילד - וועמענס רעסעפיס זיין מאמע האט געקאכט - האט ער געהאט פיינע עסן אין זיין יוגנט... ריעל האט אויך פארעפנטליכט פריע סקעציעס פונעם דודל:
קודם האט עס אויסגעזען אזוי:



דערנאך האט ער באשלאסן צו באהאלטן די אותיות Google, און מאלן מרת. טשיילד אין א מער צוגעלאזענע פאזיציע



און אזוי האט ער זיך ארום געשפילט...







ביז ער איז צוגעקומען צום פיינעל דודל

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:47 am

· #35610
איך ווייס אז דא איז נישט דער ריכטיגער פלאץ, אבער איך גיי נישט עפענען א אשכול סתם פאר א קליינע תגובה'לע.
גוגל'ס קאמפעטישאן, BING, האט אויך יעדן טאג בילדער, אויף אן אנדער אופן ווי גוגל. ס'איז גרעסערע בילדער, אסאך מאל ריקנדיגע (לייוו) בילדער.
מען קען עס נישט קאפיען אדער סעיוון. און אפילו נישט צייגן דא.
דער פראבלעם איז אז אסאך מאל האבן זיי נישט איידעלע בילדער.
אבער רוב מאל איז עס אזוי הערליך, אז עס רייסט זיך ארויס א WOW פון מויל.
למשל הערבסט, קען מען זעהן ווי עס רעגענען בלעטלעך פון די ביימער. לעצטע יאר האב איך געקוקט דערויף נישט ווייניגער פון 15 מינוט און רילעקסד ביי דעם מיט א טיפן אטעם.
זיי טוישן אסאך מאל זייער בילד עטליכע מאל א טאג.

יעצט האבן זיי א שיינע באטער-פליי, וואס שאקלט מיט די פליגלען. זייער קיוט.
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.bing.com">www.bing.com</a><!-- w -->

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:51 pm

· #35947
שמעקעדיג
איך ווייס אז דא איז נישט דער ריכטיגער פלאץ, אבער איך גיי נישט עפענען א אשכול סתם פאר א קליינע תגובה'לע.
גוגל'ס קאמפעטישאן, BING, האט אויך יעדן טאג בילדער, אויף אן אנדער אופן ווי גוגל. ס'איז גרעסערע בילדער, אסאך מאל ריקנדיגע (לייוו) בילדער.
מען קען עס נישט קאפיען אדער סעיוון. און אפילו נישט צייגן דא.
דער פראבלעם איז אז אסאך מאל האבן זיי נישט איידעלע בילדער.
אבער רוב מאל איז עס אזוי הערליך, אז עס רייסט זיך ארויס א WOW פון מויל.
למשל הערבסט, קען מען זעהן ווי עס רעגענען בלעטלעך פון די ביימער. לעצטע יאר האב איך געקוקט דערויף נישט ווייניגער פון 15 מינוט און רילעקסד ביי דעם מיט א טיפן אטעם.
זיי טוישן אסאך מאל זייער בילד עטליכע מאל א טאג.

יעצט האבן זיי א שיינע באטער-פליי, וואס שאקלט מיט די פליגלען. זייער קיוט.
<a class="postlink" href="http://www.bing.com">http://www.bing.com</a>

דא האסטו אים אלס ווידעא <a class="postlink" href="http://www.bing.com/az/hprichv/?p=Butterfly_Clipcanvas_223479_EN-US.ogv">http://www.bing.com/az/hprichv/?p=Butte ... _EN-US.ogv</a>

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:05 pm

· #36009
יישר כח סיי פארן לינק און סיי פארן לייק.
א לייק פון יידל מיינט אסאך פאר מיר!

ווי אזוי קומט מען אן דערצו?
בלייבט די ווידיאו דארט לעולם דאוועד?
קען מען זעהן אלע זייערע לייוו-פיקטשערס/ ווידעאוס?

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:15 pm

· #36012
שמעקעדיג
ווי אזוי קומט מען אן דערצו?

איך האב עס געטון דורך רייט קליקן און דרוקן אויף "inspect elements".
שמעקעדיג
בלייבט די ווידיאו דארט לעולם דאוועד?

כ'ווייס נישט, אבער כ'מיין אז יא.
שמעקעדיג
קען מען זעהן אלע זייערע לייוו-פיקטשערס/ ווידעאוס?

כ'האב נישט קיין השגה. כ'האב נישט געוואוסט פון דעם ביז היינט, מ'וועלמיר עס בודק זיין אי"ה.

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 10:35 am

· #36137
דרום קארעא האט געפראוועט נעכטען נאציאנאל באפרייאונגס טאג. גוגל האט צוגעשטעלט א דודל וואס באשטייט פון א טיגער, די נאציאנאלע חיה פון זיד קארעא, און קינדערלעך מיט שיפע אויגן און זיד קארעאנער פענדלעך אין די הענט:




אינדיע זעלבסשטענדיגקייט טאג איז אויך געפאלן נעכטן. גוגל איז נישט שולדיג געבליבן, און זיי האבן פארעפנטליכט א דודל מיט אן אינדיאנער בלויער פיקאק אלס די דזשי:

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:39 pm

· #36903

דאס איז געווען די דודל פרייטאג אויף גוגל'ס היימבלאט אין אידיאנעזיע, לכבוד זייער זעלבסשטענדיגקייט טאג. די דודל צייכנט פיר "מנהגים" וואס מ'פירט זיך אין אינדיאנעזיע לכבוד דעם גרויסן טאג: זאק רעיסעס, קריכן אויף ביימער, אויפהענגן פרוכט הויך, עסן קרופוק - אן אינדינעזישע קרעקער.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:41 am

· #37735
אפשר זאל מען עפענען א נייע אשכול פון בינג'ס בילדער (דודלעך? ווי אזוי רופט מען עס?)

היינט האבן זיי א שיין בילד, אבער כ'ווייס נישט וואס דאס איז.
אפשר בערג, קוקנדיג פון אויבן?
📎 Bing_02.jpg

יידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:07 am

· #37743
שמעקעדיג, מ'קען מאכן אן אשכול "בינג'ס בילדער".
דאס איז א בילד פון די שפיץ פון מאונט קילימאנדזשארא אין טאנזיע. אויף זייער היים בלאט האט בינג דעם בילד און פיר קעסטלעך אויפן בילד וואס אויב מ'האווערט דעם מויזל אויף זיי ווייזן זיי רענדאם פאקטן איבער דעם בילד. פאלגנד זענען די פיר פאקטן:
1. איר קוקט אויף אן אייז-פעלד בלויז 200 מייל פונעם קו-המשוה
2. דאס איז איינס פון 7 בערג-שפיצן וועלכע זענען אויף די ליסטע פון קריכערס.
3. געוויסע סייענטיסטן זאגן אז די בארג פארלירט איר נאטורליכע שיין, און געוויסע האלטן אז נישט.
4. ערנסט העמינגוועי האט געשריבן איבער די שניי אויף דעם בארג, איינע פון די גרינגסטע שפיצן אנצוקומען צו אין די וועלט.

יידל » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:18 am

· #38321
גוגל דודל אין מעקסיקא נעכטן לכבוד קאנסועלא וואלעסקעז'ס 96סטע (אדער 88סטע לויט אנדערע) געבורטסטאג

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:45 pm

· #39054
יידל כ'מיין אז דו וואלסט הנאה געהאט פון בינג'ס בילד היינט.
די וויסענשאפטלער גלייכן די סארט בילדער.
אפשר ברענג עס אראפ דא (איך ווייס נישט ווי אזוי דו טוסט עס).

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:36 pm

· #39520
היינט איז דא אויף בינג א הערליכע רילעקסינג סינערי, מיט וואסערפאלן.
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.bing.com">www.bing.com</a><!-- w -->

גדעון » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:22 pm

· #39531
א פרישע חכמה פון גוגל, לייג די מייזל אויף די i'm feeling lucky
פון די גוגל היים פעיזש

יידל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:11 pm

· #39848
שמעקעדיג
יידל כ'מיין אז דו וואלסט הנאה געהאט פון בינג'ס בילד היינט.
די וויסענשאפטלער גלייכן די סארט בילדער.
אפשר ברענג עס אראפ דא (איך ווייס נישט ווי אזוי דו טוסט עס).

א בילד פון א פייל קרעב.


שמעקעדיג
היינט איז דא אויף בינג א הערליכע רילעקסינג סינערי, מיט וואסערפאלן.
<a class="postlink" href="http://www.bing.com">http://www.bing.com</a>

דא האסטו דעם ווידעא. עס איז געכאפט פון פליטווייס נאציאנאלע פארק אין קראטיע.
אפשר איז טאקע בעסער צו עפענען א באזונדערע בינג'ס בילדער אשכול, און מ'וועלמער פרובירן צו לייגן די שיינע בילדער וואס בינג לייגט.

לעצטיגע דודלעך:
דאנערשטאג, אוגוסט 23, אין רוסלאנד: דער באקאנטער רוסישער שרייבער אלעקסאנדער גרין'ס 132'סטע געבורסטאג


אין כינע: כינעזער וועלענטיינס טאג, מיט א מעלעריי פון דריי מעגפיי פויגלעך וועלכע סימבאליזירן פרייליכקייט אין כינעזע קולטור.


פרייטאג, אוגוסט 24 אין אוקריינע: אוקריינע זעלסבשטענדיגקייט טאג, מיט א בילד פון א ווייסע חסידה, א גאר פאפולערע פויגל אין אוקריינע


שבת, אוגוסט 25 אין אורעגוויי: אורעגוויי זעלבסשטענדיגקייט טאג


היינט, אוגוסט 26 אין באכרעין, אפגאהניסטאן, סאודיע אראביע, אלעדזשעריע, ליביע, פאראייניגטע אראבישע עמירעטס, עגיפטן, פאלעסטינישע טערעטאריעס, לבניון, קאטאר, מאראקא, ירדן, טוניזיע, אמען, איראק און קאוועיט: מוחאמאד אל ראזי'ס 1147'סטע געבורטסטאג. עס איז פאסיג אנצומערקן אז דער רמב"ם שרייבט אין מורה נבוכים (חלק ג פרק יב) "ולאלראז"י ספר מפורסם קראהו ספר אלהות כלל בו משגעונותיו וסכלותיו הרבה", און ער איז מאריך דארט צו אטאקירן אל ראזי. אזוי אויך אין א בריוו צו שמואל אבן תבון (דער איבערזעצער פונעם מורה) שרייבט דער רמב"ם אז ווען ס'קומט צו פילאזאפיע קען מען זיך נישט פארלאזן אויף אל ראזי ווייל ער איז נישט מער ווי א פשוט'ער דאקטאר. עס קען זיין אז צוליב דעם האט גוגל נישט געלייגט דעם דודל נאר אין די פאלעסטינע שטחים און נישט אין ישראל... אל ראזי ווערט אויך ציטירט דורך ר' משה אבן עזרא אין זיין ספר ערוגת הבשם און דורך נתנאל אל-באגדאדי.
.

יידל » זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:35 pm

· #39858
שמעקי, כ'האב געעפנט אן אשכול לכבודך "בינג'ס בילדער".

Shmilly » פרייטאג אוגוסט 31, 2012 1:29 pm

· #41898
Maria Montessori
📎 google.jpg

לעמיל » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 1:24 pm

· #44450
וואס איז פשט פון די היינטיגע דודל?

יידל » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 2:24 pm

· #44484
שוין א לאנגע צייט וואס מיר האבן נישט איבערגעקוקט די דודלס, ס'העכסט צייט.

אוגוסט 27 אין מאלדאוויע לכבוד זייער זעלבסשטענדיגקייט טאג



אוגוסט 27 אין מדינת ישראל לכבוד די ערשטע טאג פון שולע



אוגוסט 31 אין מאלאזיע לכבוד זייער זעלבסטשטענדיגקייט טאג


אוגוסט 31 איבער די וועלט (דאס האט שוין Shmilly געברענגט אויבן) לכבוד די 142'סטע געבורטסטאג פון מאריא מאנטעסארי אן איטאליענישע דאקטער און מחנכת. זי האט אויסגעארבעט א חינוך סיסטעם וואס ווערט היינט צוטאגס גענוצט אין טויזענטע שולעס ארום די וועלט, די סיסטעם ווערט גערופן אויף איר נאמען "מאנטעסארי חינוך". די גוגל דודל ווייזט שפילצייג וועלכע ווערן גענוצט צו ערציען קינדער אינעם מאנטעסארי חינוך סיסטעם.


סעפטעמבער 1 אין פולין און אין רוסלאנד לכבוד די ערשטע טאג פון שולע


סעפטעמבער 3 אין פערו לכבוד די 92'סטע געבורטסטאג פון שאבוקא גראנדא, א פערואוויען זינגערין.


סעפטעמבער 4 אין באחריין, אפגאניסטאן, סאודי אראביע, אלדזשעריע, די פאראייניגטע אראבישע עמירעטס, עגיפטען, די פאלעסטינע שטחים, לבנון, קאטאר, מאראקא, ירדן, טוניזיע, אומאן, איראק און קואוועט, לכבוד די 1940'סטע געבורטסטאג פון אבו אל-ראחיין מוחאמאד אבן אחמד אל-בירוני, א פערסישער און מוסלאמענישער חכם און געלערנטער און צענדליגע מקצועות. עס זענען דא וואס זאגן אז דער רמב"ם וועלכער קריטיקירט שארף אסטראלאגיע (חכמת המזלות) האט אסאך מאל געצילט זיינע ווערטער אנטקעגן אל-בירוני וועלכער איז געווען אן אנערקענטער אסטראלגיסט, אזוי ווי דער דודל ווייזט טאקע.


היינט סעפטעמבער 7 איז 46 יאר זינט די ערשטע עפיזאד פונעם בארימטען סייענס-פיקשאן טעלעוויזע שאו "סטאר טרעק" איז געוויזן געווארן. לכבוד דעם מאורע האט גוגל צוגעשטעלט אן אינטערעקטיוו דודל.

ידען » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:40 am

· #48704
מזל טוב גוגל
📎 image.jpg

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:15 pm

· #48730
מזל טוב פארן פערצענטן געבורץ טאג, קאנגראצעלאציעס.

gehlungen » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:42 am

· #63674
[ציטאט אראפגענומען]

Can I make this for my homepage for GOOGLE ?

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:30 pm

· #63751
gehlungen
[ציטאט אראפגענומען]

Can I make this for my homepage for GOOGLE ?

איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. דו ווילסט אז ווען דו גייסט צו גוגל זאלסטו אלץ זען דעם דודל אנשטאט גוגל'ס געווענליכע לאגא?

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:20 pm

· #70242

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:50 pm

· #74324
די פארטי איז אווער, די עולם שטייט אויף איבערגעהאנגען, מ'פראבירט אויפצוקלינען די מעסס ציווישן איין טיילענאל און צווייטען, די הונט שלאפט א אויסגעמוטשעטער, און דער יוקל זיצט נאך אלס אויפן קאמפיוטער זינט פאר אלעס האט זיך אנגעהויבן.

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:57 pm

· #74327
יעצט כאפ איך אז דאס איז שוין גארנישט קיין יוקל, דאס איז ראדינ'ס "דער טראכטער", איך ווייס נאר נישט ווי ער קומט אריין דא.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:52 am

· #80255
גוגל האט עפעס שוין ווייטער,
כ'ווייס נישט וואס דאס איז.
קען איינער עקספלעינען?
📎 Google_1-16-12.jpg

יידל » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 4:47 pm

· #83986
שמעקעדיג
גוגל האט עפעס שוין ווייטער,
כ'ווייס נישט וואס דאס איז.
קען איינער עקספלעינען?

פרענק זאמבאוני האט ערפינדען א מאשין וועלכע לייגט אראפ א גראדע שיכט פון וואסער וואס ווערט גלייך פארפרוירן אזוי אז עס איז פלאך אן קיין קריצן און באמפס. די מאשין ווערט בעיקר באניצט צו מאכן די אייז פאר אייז-סקעיטינג רינקס וכדומה. כאטש די מאשינען הייסן עכט "אייז ריסוירפערסערס" רופט מען זיי "זאמבואני'ס" אזוי ווי ריפרידזשערעטארס רופט מען "פרידזשידעיר" על שם די ערשטע קאמפעני וואס האט דאס פראדעצירט. די גוגל האט אפגעצייכנט 212 יאר זינט זאמבאוני'ס געבורט אין יאנואר 16, 1901.

די דודל איז אן "אינטערעקטיוו דודל" אין וועלכע מ'שפילט א געים ווי קינדער (אדער ערוואקסענע) גייען ארויס סקעיטינג אויף די אייז און דערנאך דארף מען נוצן דעם זאמבאוני צו גלאט מאכן די אייז נאכמאמאל. דא זענען אינסטרוקציעס וויאזוי צו שפילן, און דא קענסטו שפילן דעם געים. אגב, דער דודל-געים האט באקומען די גוגל דודל סיעל אף קוואליטעט.
בלאט: 1 2 3