☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » התורה כוללת כל הטובות שבעולם

התורה כוללת כל הטובות שבעולם

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17091

צקון לחש » זונטאג יוני 9, 2024 8:21 pm

· #564685
התורה כוללת כל הטובות שבעולם
בעקבות די הודעה איבער די דרשו פעסטיוועלס:
היכי דמי #
איך וואונדער זיך ערנסט פארוואס די מוסדות'ן און רבנים קומען נישט ארויס מיט אן איסור קעגן אזא מעמד ווי היינט.

איך שעץ זייער דרשו, איך גיי היינט צום מעמד אי"ה, און איך גלייב אז איך וועל הנאה האבן. איך האב גארנישט קעגן דעם.

איך פרוביר זיך אבער אריינלייגן אין די קאפ פון די מענטשן וואס האבן גע'אסר'ט די שירה קומזיץ אין וויליאמסבורג חול המועד, אסר'ן יעדע חול המועד פלעי, פארוואס קוקן זיי אן די היינטיגע מעמד אנדערש?

און אין פארברייטונג צום חג הקציר, וואס איז טראנספארמירט געווארן דורך חכמינו צו די הויכע ספערן פון זמן מתן תורתינו, האב איך געקלערט אויסצושמועסן די געוואלדיגע סגולת התורה, וואס אין אונזער געזעלשאפט דינט כפשוטו אלץ א מבוא צו כל הטובות שבעולם.

נעם למשל א קינד וואס זיין נשמה לעכצט צו מדע וחכמה, אבער אוודאי וועט מען אים נישט אינטראדוסען צו די שערי החכמה פון מתמטיקה, איז וואספארא האפענונג האט אזא קינד? ער זאל אנקומען צו סוכה דף ח. און דארט מעג ער פלוצלינג באקאנט ווערן מיט די אלע שיינע מושגים און טהעראמען...

ענליך איז מיט די אנדערע ענפי המדע וואס פעהלן אויס פאר יעדע מענטש באשר הוא אדם, צו זאל דאס זיין היסטאריע אדער אסטראנאמיע, די איינציגסטע האפענונג אז אונזערס א קינד זאל לעגיטימערהייט אנקלאפן אין די טויערן איז דורך תורתינו הק', אמאל איז עס סאפיסטיקירטע דף יומי מגיד שיעור און אמאל א מושקע'דיגע שטיקל ארטסקרול, און הופה די פינק ווערט אנגעצינדן. (איך בין מדייק אז די פינק ווערט אנגעצינדן, ווייל אזוי ווי א פייער, איין מאל ס'איז אנגעצינדן קען מען עס שוין נישט קאנטראלירן, אזוי אויך דער הציץ ונפגע'דיג, איין מאל ער אנטדעקט די פיעלדס אוו אינטערעסטס זיינע דאן וועט ער זיך - האפנטליך - נישט אפשטעלן ביי די אוטדעיטעד אינפארמעישאן פון די גמרא נאר וועט גיין מחיל אל חיל, מיט די כוח פון נייגער וואס איז שטערקער פון יעדע סארט פילטער און בלאקאדע, בעהשי"ת.)

ווייטער איז דא ס**ס עדיוקעישאן, וואס איך וויל נישט טראכטן וויאזוי אונזער קינדער וואלטן אויסגעזעהן ווען נישט מיר האבן די הייליגע גמרות און הלכות וואס טוהען מבאר זיין די אלע טאבו ענינים ברחל בתך הקטנה, כדרכה ושלא כדרכה.

און צוריק צו די שאלה איבער די דרשו פעסטיוועלס, איז דאך קלאר אז די צורך פאר ענטערטעינמענט איז וואס שטייט אונטער דעם, די זעלבע ווי די צורך פאר אויספלוג שטייט אונטער די קברים געפארעכצער, און טאקע ברוך ה' שנתן לנו את תורתו, און אזוי באקומען די סיומים / סעמי פיינעלס / התחלות א גושפנקא דהתירא, און ישישו וישמחו כל מבקשי חיים.

(איך גלייב שווער אז די קריעיטיוו גרעפיקער זעלבסט גלייבן אז דאס אז אידן וועלן וויסן וויפיל לאוין מען איז עובר ביים פארטרייבן א מאסיקטא אום שבת טוט בארעכטיגן אזעלכע פרעסטיזשעס מעמדים...)

און יעצט ווען ס'קומט שבועות דארף מען טאקע וויסן צו שעצן און עפרישיעיטען די אוצר כל כלי חמדה וואס מיר האבן, וואס מיט אביסל אידישע קריעטיוועטי טוהען גוטע אידן, יוטיובער און סקול טיטשערס טרעפן וועגן וויאזוי צו עפענען דורך איר די טויערן פון חיים וחכמה.

אשרינו מה טוב חלקינו!

בעל אחריות » זונטאג יוני 9, 2024 8:37 pm

· #564688
Re: התורה כוללת כל הטובות שבעולם
נייס!
דערמאנט אביסל פון רביה"ק...

yesiknow » זונטאג יוני 9, 2024 8:52 pm

· #564689
Re: התורה כוללת כל הטובות שבעולם
זייער אינטערסאנטע אבזערוועיטאן, אזוי ווי שטענדיק ביזטו קלאר (צומישט) אין ברענגסט ארויס די אנדערע זייט (סטרא אחרא) ממש ווי געטריבען פון עפעס א לחש.

צו וווייסטו וויפיל שעות תורה עס איז צוגעקומען פאר אינזער גאט ריגארדלעס וואס די וואס זענען ביהיינט איט האבען אינזין כבוד געלט פעים צו אפשר יענע גמרות עס איז דאך אומשאצבאר .

איך וויל גלייבען אז רוב וואס זענען היינט געגאנגען האבן טועם געוועהן מער שעות תורה דורך ווערען א דרשו יוד (קיינמאל נישט געגליכען די טערם) זה לא כל כך פשוט חומר למחשבה.

איי לאוו יור לאנג אייטברעקס תגובות טענק יו לחשל

צקון לחש » זונטאג יוני 9, 2024 8:58 pm

· #564690
Re: התורה כוללת כל הטובות שבעולם
בעל אחריות #
נייס!
דערמאנט אביסל פון רביה"ק...
א דאנק פאר'ן קאמפלימענט... איך בין טאקע א מעריץ זיינער, כאטש ווייט נישט אזוי שטארק ווי ער זעלבסט 😃

שעפטאל » זונטאג יוני 9, 2024 9:00 pm

· #564691
Re: התורה כוללת כל הטובות שבעולם
צקון לחש #
בעל אחריות #
נייס!
דערמאנט אביסל פון רביה"ק...
א דאנק פאר'ן קאמפלימענט... איך בין טאקע א מעריץ זיינער, כאטש ווייט נישט אזוי שטארק ווי ער זעלבסט 😃
אזוי צו אזוי: זאג וידוי

צקון לחש » זונטאג יוני 9, 2024 9:02 pm

· #564692
Re: התורה כוללת כל הטובות שבעולם
yesiknow #
ממש ווי געטריבען פון עפעס א לחש.
👍

לעצם הענין וועלן מיר מוזן עגריען צו דיסעגריען, איך קען ב"ה גוט לערנען, און איך לערן גאנץ אסאך (בעבר מער ווי בהווה) סיי בקיאות און סיי עיון, און וואס זאל איך דיר זאגן, צו זאגן אז השי"ת האט עפעס אן אינטערעסע אין וואס די דור הגרעפיקס והעלונים פראקלאמירט אלץ די סאמע גרעסטע אידיאל טוט נישט צו שטארק מכבד זיין זיין ליבער נאמען, היל"ת הס מלהזכיר...

צקון לחש » זונטאג יוני 9, 2024 9:04 pm

· #564693
Re: התורה כוללת כל הטובות שבעולם
שעפטאל #
אזוי צו אזוי: זאג וידוי
אוי וויי... 😳

בעל אחריות » זונטאג יוני 9, 2024 9:15 pm

· #564694
Re: התורה כוללת כל הטובות שבעולם
שעפטאל #
צקון לחש #
בעל אחריות #
נייס!
דערמאנט אביסל פון רביה"ק...
א דאנק פאר'ן קאמפלימענט... איך בין טאקע א מעריץ זיינער, כאטש ווייט נישט אזוי שטארק ווי ער זעלבסט 😃
אזוי צו אזוי: זאג וידוי
נעה.. איי דאנט טינק סא...