☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!

ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17046
בלאט: 1 2

עמרם » דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:14 am

· #562406
Re:
הכנה דרבה #
לאמיר מאכן חזרה, בעפאר ישראל האט אנגעפאנגען פאנדן חמאס איז חמאס געוועהן א פיצינקע ארגאניזאציע וואס וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין שאנס איבערצונעמען קאנטראל פון עזה.

יעדער פארשטייט אז זיי האבן נישט געפאנדט חאמאס ווייל זיי האבן געוואלט שטיצן טעראר, קלאר!!
נאר זיי האבן געהאלטן אז זיי גייען זיין בעסער ווי פאטאח, וואס למעשה פאר די עזה איינוואוינער זענען זיי טאקע געווען אביסל בעסער,
ווען ישראל וואלט געוויסט דעמאלטס צו וואס חאמאס גייט צוקומען וואלטן זיי קיינמאל נישט געפאנדט, קלאר ווי די טאג!!
סא וואס איז די טענה?

הכנה דרבה » דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:59 pm

· #562468
נאכאמאל חזרה, זיי האבן געהאלטן אז חמאס גייט זיין בעסער ווייל חמאס זוכט סתם טעראר און וועלן זיך קיינמאל נישט צושטעלן צו א צוויי שטאטן סעלושען אזוי וועלן זיי אויך זיין פטור פון זיך צושטעלן.

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:43 pm

· #562499
Re:
הכנה דרבה #
לאמיר מאכן חזרה, בעפאר ישראל האט אנגעפאנגען פאנדן חמאס איז חמאס געוועהן א פיצינקע ארגאניזאציע וואס וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין שאנס איבערצונעמען קאנטראל פון עזה.
ישראל האט אנגעהויבן "פאנדן" חמאס (ערלויבן פאר קטאר צו אריבערפירן געלט צו חמאס) נאר אין 2014. לאנג נאך וואס חמאס האט שוין קאנטראלירט עזה.

הכנה דרבה » דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:20 pm

· #562500
זייער שיין, יעצט פיר אויס... אביוויעסלי רעד איך נישט פון דעם נאר פון עפעס אנדערש, נישט אזוי? ווען איינער קומט מיט אינפארמאציע איבער וואס דו האסט קיינמאל בעפאר נישט געהערט אנשטאט שרייען להד"ם בעהט מקורות! איטס דעט איזי!

https://yizharb.podbean.com/e/%D7%A4%D7%A8%D7%95%D7%AA%D7%A7%D7%93%D7%95%D7%A9%D7%95%D7%AA-%D7%A4%D7%A8%D7%A7-21%D7%A2%D7%96%D7%94%E2%80%93-%D7%94%D7%A1%D7%99%D7%A4%D7%95%D7%A8/

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:31 pm

· #562502
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
דו רעדסט צו מיר?

בר גיורא » דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:34 pm

· #562504
Re: Re:
שאלתיאל #
הכנה דרבה #
לאמיר מאכן חזרה, בעפאר ישראל האט אנגעפאנגען פאנדן חמאס איז חמאס געוועהן א פיצינקע ארגאניזאציע וואס וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין שאנס איבערצונעמען קאנטראל פון עזה.
ישראל האט אנגעהויבן "פאנדן" חמאס (ערלויבן פאר קטאר צו אריבערפירן געלט צו חמאס) נאר אין 2014. לאנג נאך וואס חמאס האט שוין קאנטראלירט עזה.
גערעכט.
אבער זיי האבן בפועל געלאזט חאמאס זיך אויפבויען כדי צו זיין א קאונטער באלאנס פאר פאטאח.

@עמרם
אוודאי "וואלטען זיי עס נישט געטון ווען זיי וואלטען געוואוסט".
אבער די ישראלים האבען שוין א לאנגע רעקאורד פון פאנדען אפאזיציע גרופעס פון זייערע פיינט אפילו אויב אסטרטעגיש קומט זיי עס צירוק בייסען.
עיין ערך איראן.
אפגאניסטאן.
לבנון.
עזה.
סיריע.
און א דריי פערטעל פון אפריקע ווי דו קענסט טרעפען שב"כ פערסאנעל ארבעטען מיט מיליטאנטישע גאווערמענטס.

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:40 pm

· #562507
Re: Re:
פון וועלכע יארן רעדסטו? חמאס האט איבערגענומען קאנטראל אין עזה און פארטריבן פת"ח שוין אין 2007

בר גיורא » דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:42 pm

· #562508
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
1984 ביז 1999

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:45 pm

· #562509
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
בר גיורא #
1984 ביז 1999
די מדינה האט דעמאלטס געשיקט געלט פאר חמאס?

בר גיורא » דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:48 pm

· #562510
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
שאלתיאל #
בר גיורא #
1984 ביז 1999
די מדינה האט דעמאלטס געשיקט געלט פאר חמאס?
ניין.
אבער געגעבען רשות פאר יאסין צו עפענען די ארגניזאציע.
נישט צו פארדרייען די שמועס, אבער פון
איראן קאנטרא.
אמ"ל.
צד"ל.
האסטו שוין געהערט?

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:53 pm

· #562512
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
ניין.
כ'מיין מען זאל עפענען א עקסטערע אשכול.

אבימלך » דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:27 pm

· #562514
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
@בר גיורא אז די האסט גוטע סחורה פון די היסטאריע אפשר ביסטו אונז מהנה (אין א נייע אשכול)

בר גיורא » דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:30 pm

· #562516
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!

הכנה דרבה » דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:44 pm

· #562517
בר גיורא #
די ישראלים האבען שוין א לאנגע רעקאורד פון פאנדען אפאזיציע גרופעס פון זייערע פיינט אפילו אויב אסטרטעגיש קומט זיי עס צירוק בייסען.
אגב, די סארט מדיניות איז נישט ישראל׳ס א חידוש, זיי האבן זיך עס געלערנט פון אמעריקע.

בר גיורא » דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:16 pm

· #562521
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
נכון.
און די ישראלים האבען א מנהג ישן איבערצומאכען די זעלבע טעותים פון אמעריקע...
אזוי ווי זיי טוען יעצט אין עזה.

הכנה דרבה » דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:20 pm

· #562522
אדער איז עס בכלל נישט קיין טעות 🙂

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 17, 2024 1:30 pm

· #562582
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
בר גיורא #
נכון.
און די ישראלים האבען א מנהג ישן איבערצומאכען די זעלבע טעותים פון אמעריקע...
אזוי ווי זיי טוען יעצט אין עזה.
אגב: איך הער אז מ'זוכט איינעם פאר די פאזיציע פון הויפט גענעראל אין די ישראל'ישע מיליטער. דו קענסט דיך אנטראגן פאר די פאסטן. מיט דיין מיליטערישע קנעטעניס (אדער מיט די הילף פון די סיטרא אחרא) וועללן זיי גרינג באזיגן די אראבערס.

בר גיורא » פרייטאג מאי 17, 2024 1:38 pm

· #562584
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
משלאגט זיך שוין אין די מטכ"ל פון אקטאובער 8 ווער סגייט איבערנעמען.
זייט נישט באזארגט, עופר ווינטער גייט עס זיכער נישט זיין..

בר גיורא » פרייטאג מאי 17, 2024 3:49 pm

· #562589
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
זייער אן אינטרעסאנטע סקר
"C:\Users\mefis\Downloads\סקר.jpg"
📎 סקר.jpg

שמן למאור » מאנטאג מאי 27, 2024 3:51 pm

· #563412
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
📎 Screenshot_20240527_154932.jpg

חס ושלום » דינסטאג מאי 28, 2024 7:58 pm

· #563568
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
אייזיק שפירא #
נישט קיין חילוק וואס זיינע כוונות זענען געווען
למעשה האט ער מקיים געווען א מצוות עשה דאורייתא און מקדיש שם שמים געווען ברבים ווייזענדיג פאר די גאנצע וועלט אז אלץ איד שטאלצירט ער זיך מיט די אייבערשטערס מצוות
(און מתוך שלא לשמה בא לשמה)

די לינקע ציונים וואס האבן געגרינדעט די מדינה האבן געוואלט אויסרייסן יעדע זכר פון תורה און מצוות און ב''ה אז היינט טוט די ראש ממשלה אליינס אהן תפילין און שטאלצירט זיך מיט די הייליגע מצוה
די קידוש השם איז גאר גרויס
בס

רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג מאי 31, 2024 3:31 pm

· #563921
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
חס ושלום #
אייזיק שפירא #
נישט קיין חילוק וואס זיינע כוונות זענען געווען
למעשה האט ער מקיים געווען א מצוות עשה דאורייתא און מקדיש שם שמים געווען ברבים ווייזענדיג פאר די גאנצע וועלט אז אלץ איד שטאלצירט ער זיך מיט די אייבערשטערס מצוות
(און מתוך שלא לשמה בא לשמה)

די לינקע ציונים וואס האבן געגרינדעט די מדינה האבן געוואלט אויסרייסן יעדע זכר פון תורה און מצוות און ב''ה אז היינט טוט די ראש ממשלה אליינס אהן תפילין און שטאלצירט זיך מיט די הייליגע מצוה
די קידוש השם איז גאר גרויס
בס
וואס מיינט "בס".

מילך טראק » זונטאג יוני 2, 2024 11:26 am

· #564004
Re: ראש ממשלת ישראל - בנימין נתניהו, מיט תפלין!!
רב חאצאצאק הקטן #

וואס מיינט "בס".
אפאל פון א אקס
בלאט: 1 2