☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרויען זינגערס אנקעטע

פרויען זינגערס אנקעטע

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17032
בלאט: 1 2

הכנה דרבה » זונטאג מאי 5, 2024 1:00 pm

· #560717
פרויען זינגערס אנקעטע
ווען האסטו אנגעפאנגען אויסהערן פרויען זינגערס?

א. נאכ׳ן זעהן א היתר אין קאוועשטיבל

ב. נאכ׳ן זעהן א היתר אין אן אנדערע סייט

ג. נאכ׳ן זעהן א היתר אין א ספר

ד. נאכ׳ן אליין דורכטוהן די סוגיא

ה. נאכ׳ן שוואכער ווערן אין חסידישע ענינים/הלכה/אידישקייט בכלליות

ו. איך הער נישט אויס פרויען זינגערס

ז. עפעס אנדערש

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 5:03 pm

· #560746
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

א גאסט אויף א וייל » זונטאג מאי 5, 2024 5:37 pm

· #560754
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

דער עקס » זונטאג מאי 5, 2024 5:43 pm

· #560755
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

קאווע איד » זונטאג מאי 5, 2024 5:43 pm

· #560756
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

נחום הסופר » זונטאג מאי 5, 2024 5:55 pm

· #560762
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

הכנה דרבה » זונטאג מאי 5, 2024 6:23 pm

· #560771
ד

מנחם מנדל » זונטאג מאי 5, 2024 6:48 pm

· #560775
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
@הכנה דרבה רעדסט בשעת ליינען קר"ש? דאן איז די ענטפער ו.

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 5, 2024 7:20 pm

· #560783
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

בד''כ

שמן למאור » זונטאג מאי 5, 2024 7:34 pm

· #560784
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ד. אנגעהויבן פון דא.

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7%95%D7%9C_%D7%91%D7%90%D7%99%D7%A9%D7%94_%D7%A2%D7%A8%D7%95%D7%95%D7%94

הגם וויקי קען אסאך מאל מאכן טעותים, זענען זיי געווענליך א גוטע ליקוט פון וואו אנצופאנגען.

שטריימל באקס » זונטאג מאי 5, 2024 7:47 pm

· #560787
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

אפטימיסטיש » זונטאג מאי 5, 2024 7:49 pm

· #560788
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

שטולענע אייער » זונטאג מאי 5, 2024 8:11 pm

· #560790
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
נאכן הערן א היתר פון א רב

חֶנְוָנִי » זונטאג מאי 5, 2024 8:26 pm

· #560793
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו. בדרך כלל
כאטש כ'וויל שטארק הערן האב איך נאכנישט געטראפן קיין נארמאלן היתר
אדרבה, איך וואלט שטארק אפרישיעטעד אויב איינער קען מיר יא טרעפן, איך זאל קענען הערן וויסנדיג אז איך בין נישט עובר אויף קיין שום איסור דערמיט

הכנה דרבה » זונטאג מאי 5, 2024 8:32 pm

· #560794
ס׳איז א געפערליכע איסור, לאז זיך נישט איינרעדן פון די קלים וואס ווילן דיר איינרעדן אז מ׳מעג. טיעף אינעווייניג ווייסן זיי אויך אז מ׳טאר נישט נאר זיי ווילן דיך האבן אלץ קאמפאני אין גיהנם, לאז זיך נישט אריינשלעפן!

berlbalaguleh » זונטאג מאי 5, 2024 8:44 pm

· #560795
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
חֶנְוָנִי #
ו. בדרך כלל
כאטש כ'וויל שטארק הערן האב איך נאכנישט געטראפן קיין נארמאלן היתר
אדרבה, איך וואלט שטארק אפרישיעטעד אויב איינער קען מיר יא טרעפן, איך זאל קענען הערן וויסנדיג אז איך בין נישט עובר אויף קיין שום איסור דערמיט
איך האב ערגעץ געזעהן אז דער איסור גייט נאר אן אויב מ'קען די פרוי פערזענליך. איך בין נישט זיכער אויב דאס איז ריכטיג.

איך האב א פשוט'ן היתר. איך גיי נישט אויפזוכן ספעציפיש א פרוי וואס זינגט. נאר ווען ס'קומט אונטער מיש איך עס נישט אוועק.

עסקן בדברים » זונטאג מאי 5, 2024 9:26 pm

· #560804
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
הרב פיני דונער׳ס playlist (קליק אויבן רעכטס פאר די לינק צו די playlist)

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 9:31 pm

· #560805
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
עסקן בדברים #
הרב פיני דונער׳ס playlist (קליק אויבן רעכטס פאר די לינק צו די playlist)

what in the world???

עסקן בדברים » זונטאג מאי 5, 2024 9:37 pm

· #560808
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
רב חאצאצאק הקטן #
what in the world???
איך ווייז א playlist פון א רב וואס האט פרויען זינגערנס

מער וועגן איהם
https://rabbidunner.com/

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 9:48 pm

· #560813
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
רעפארם??? אדער ליטוואק???

עסקן בדברים » זונטאג מאי 5, 2024 9:54 pm

· #560816
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
אורטודוקסיש

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג מאי 5, 2024 9:58 pm

· #560819
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
סארי א נארמאלער איד הערט נישט מוזיק פון פרויען...

הכנה דרבה » זונטאג מאי 5, 2024 9:59 pm

· #560820
אפשר איז ער טאקע משוגע

שמן למאור » זונטאג מאי 5, 2024 10:30 pm

· #560825
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
רב חאצאצאק הקטן #
עסקן בדברים #
רב חאצאצאק הקטן #

רעפארם??? אדער ליטוואק???
אורטודוקסיש
סארי א נארמאלער איד הער נישט מוזיק פון פרויען...
ר' עובדיה יוסף האט געהערט ניגונים פון פרויען כידוע.

איז ער געווען משוגע אדער נישט קיין איד?

סקעפטיקער » זונטאג מאי 5, 2024 10:39 pm

· #560830
Re: פרויען זינגערס אנקעטע

היכי דמי » זונטאג מאי 5, 2024 10:47 pm

· #560834
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
איך פלעג זיין גאר שטארק אפגעהיטן און נישט געהערט פרויען זינגער, ביז איך האב אמאל געזעהן א שטיקל היתר אין א ספר. אבער סתם אזוי וועל איך נישט הערן.

מילך טראק » זונטאג מאי 5, 2024 10:49 pm

· #560835
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
איך הער נאר היימישע מוזיק ווייל דעיס בין איך צוגעוויאנט, גוישע מוזיק ציט מיר בככל נישט. און יודישע מוזיק איז כמעט נישטא קיין פרויען זינגערס,
דאכט זיך מיר אז קול באישה ערווה איז נאר ערווה בשעת התפילה

קהל'ס נער » זונטאג מאי 5, 2024 11:38 pm

· #560846
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
איך האב אנגעהויבען הערן פרויען זינגערס נאכן ליינען אין א תשובה ספר אז הרב עובדיה יוסף האט מתיר געוועהן קול אישה פון א פרוי וואס מען קען נישט, ומעשה רב אז הרב עובדיה איז געוועהן א שטארקע פען פון איינע פון די אראבישע פאפ-סטאר׳קעס.

אלפא » מאנטאג מאי 6, 2024 12:43 am

· #560861
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
מיכאל אברהם:
שלום הרב, מותר לשמוע זמרת שלא בהופעה חיה? בהנחה שראיתי תמונה שלה אי פעם.. אשמח למקורות.

שלום נועם.
אפתח בזה שהבקשה למקורות מעידה על תפיסה לא נכונה של ההלכה הזאת. אין מקורות לזה, שכן כל דין קול באישה ערווה הוא תוצאה של פרשנויות כאלה או אחרות והערכות מציאות שיש לגביהם מחלוקות. גם הפוסקים שגיבשו עמדה לגבי זה לא התבססו על מקורות (גם אם הביאו מקורות לאילוסטרציה). כמובן שאם אתה מחפש מדברי פוסקי זמננו תוכל למצוא כאלה בחיפוש ברשת, אבל אני לא עוסק בזה.
נקודת המוצא שלי היא שמדובר באיסור שטעמו בד"כ לא קיים היום. שמיעת זמרת במציאות ימינו לא מעורר בהכרח הרהורי עבירה. זה חלק מהעולם שלנו. לכן זוהי הלכה פורמלית ואם יש צדדים להקל אז בהחלט סביר להקל. בפשטות מדובר באיסור דרבנן, ולכן ספק לגביו יכול להתיר אותו. וגם באיסור תורה כשיש ספק ספיקא יש מקום להקל. כשלא רואים וכשהקול עובר דרך תווך אלקטרוני יש מקום להקל. גם לגבי הופעה חיה ממש לדעתי יש מקום להתיר כל עוד זה לא משהו פרובוקטיבי אלא הולכים כדי לשמוע מוזיקה טובה.

כרם זית » מאנטאג מאי 6, 2024 1:35 am

· #560864
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ג.

נאכן זיך אנשטויסן אין א פארשטופטער ספר ווי עס ווערט געברענגט אז שלמה המלך פלעגט אויסהערן פרויען זינגערינ'ס (קהלת ב, ח.). איינער ווייסט צי די מקור איז קראנט?

שאלתיאל » מאנטאג מאי 6, 2024 1:42 am

· #560867
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
איך האב אנגעהויבן הערן פרויען זינגען נאכן ליינען אין א הייליגע אלטע בוך איבער א אידישע נביאה וואס האט געזינגען שירה פאר כלל ישראל 😉

אלפא » מאנטאג מאי 6, 2024 2:03 am

· #560871
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
שאלתיאל #
איך האב אנגעהויבן הערן פרויען זינגען נאכן ליינען אין א הייליגע אלטע בוך איבער א אידישע נביאה וואס האט געזינגען שירה פאר כלל ישראל 😉

אויף דעם שטייט דאך (-דענק איך נישט וואו) איז געקומען דעם 'תוף בידה' צו פארשטילערן איר קול...

צומישט און צוחישט » מאנטאג מאי 6, 2024 2:14 am

· #560872
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
אלפא #
שאלתיאל #
איך האב אנגעהויבן הערן פרויען זינגען נאכן ליינען אין א הייליגע אלטע בוך איבער א אידישע נביאה וואס האט געזינגען שירה פאר כלל ישראל 😉

אויף דעם שטייט דאך (-דענק איך נישט וואו) איז געקומען דעם 'תוף בידה' צו פארשטילערן איר קול...
ער רעדט לכאו' פון ותשר דבורה

מנחם מנדל » מאנטאג מאי 6, 2024 2:17 am

· #560873
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
אלפא #
מיכאל אברהם:
שלום הרב, מותר לשמוע זמרת שלא בהופעה חיה? בהנחה שראיתי תמונה שלה אי פעם.. אשמח למקורות.

שלום נועם.
אפתח בזה שהבקשה למקורות מעידה על תפיסה לא נכונה של ההלכה הזאת. אין מקורות לזה, שכן כל דין קול באישה ערווה הוא תוצאה של פרשנויות כאלה או אחרות והערכות מציאות שיש לגביהם מחלוקות. גם הפוסקים שגיבשו עמדה לגבי זה לא התבססו על מקורות (גם אם הביאו מקורות לאילוסטרציה). כמובן שאם אתה מחפש מדברי פוסקי זמננו תוכל למצוא כאלה בחיפוש ברשת, אבל אני לא עוסק בזה.
נקודת המוצא שלי היא שמדובר באיסור שטעמו בד"כ לא קיים היום. שמיעת זמרת במציאות ימינו לא מעורר בהכרח הרהורי עבירה. זה חלק מהעולם שלנו. לכן זוהי הלכה פורמלית ואם יש צדדים להקל אז בהחלט סביר להקל. בפשטות מדובר באיסור דרבנן, ולכן ספק לגביו יכול להתיר אותו. וגם באיסור תורה כשיש ספק ספיקא יש מקום להקל. כשלא רואים וכשהקול עובר דרך תווך אלקטרוני יש מקום להקל. גם לגבי הופעה חיה ממש לדעתי יש מקום להתיר כל עוד זה לא משהו פרובוקטיבי אלא הולכים כדי לשמוע מוזיקה טובה.
קודם זאגט ער עלעקטראניש מעג מען הערן, נאכדעם טענה'ט ער אפילו לייוו מעג מען אויב גייט מען צו הערן גוטע מוזיק...

און ער טענה'ט אז עס איז נישטא קיין הרהורי עבירה היינט, דאס פארשטיי איך נישט אזוי גוט איך בין נאכנישט אזוי אויסגעארבעט אז איך זאל נישט האבן קיין הרהורי עבירה ווען איך זאל ווען גיין צו א קאנצערט פון שאקירא אדער סוויפט,

מען דארף ווען לכאורה מחלק זיין ווייל רוב היינטיגע מוזיקאלישע סטארס פארקויפן מער די שמוץ ווי מוזיק, און זייערע ניגונים זענען פיל מיט תועבה וואס איז אסור ניטאמאל אלץ קול באשה, בקיצור אפילו איינער וואס הערט יא ווייל ער האלט אז עס איז אויסגעהאלטן, ברויך נוצן זיין שכל און זיך נישט אליין נארן..

רב חאצאצאק הקטן » מאנטאג מאי 6, 2024 8:07 am

· #560889
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
שמן למאור #
רב חאצאצאק הקטן #
עסקן בדברים #
רב חאצאצאק הקטן #

רעפארם??? אדער ליטוואק???
אורטודוקסיש
סארי א נארמאלער איד הער נישט מוזיק פון פרויען...
ר' עובדיה יוסף האט געהערט ניגונים פון פרויען כידוע.

איז ער געווען משוגע אדער נישט קיין איד?
דו ביסט ספרדי???

צפור בודד » מאנטאג מאי 6, 2024 8:57 am

· #560892
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
אשריך ישראל! איך גלייב נישט מיינע אייגענע אויגן. קיין איין ענטפער זאגט נישט "איך האב אנגעהויבן הערן ווען יצרי תקפי, ווען איך האב מיך אומגעקוקט און איך האב געזען אז מונה איז נישט ממש דער וועלט'ס מייסטער, מיכאל שניצלער קען זיין בא'טעמ'ט אבער דאך שירה בגויים תאמין און איך האב אנגעדרייט אמאל דער ראדיא און פון דארט האט זיך עס שנעל פארקייקלט צום באקאנטן היתר דרב הונא."

אפשר בין איך נישט אויפן גוטן פלאץ.

שמן למאור » מאנטאג מאי 6, 2024 9:34 am

· #560895
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
רב חאצאצאק הקטן #
שמן למאור #
רב חאצאצאק הקטן #
עסקן בדברים #

אורטודוקסיש
סארי א נארמאלער איד הער נישט מוזיק פון פרויען...
ר' עובדיה יוסף האט געהערט ניגונים פון פרויען כידוע.

איז ער געווען משוגע אדער נישט קיין איד?
דו ביסט ספרדי???
גראדע נישט, און וועגן דעם איז וואס?

א גוט יאר » מאנטאג מאי 6, 2024 10:33 am

· #560898
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

בד''כ

ווייסעכניש » מאנטאג מאי 6, 2024 10:38 am

· #560899
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו.

הכנה דרבה » מאנטאג מאי 6, 2024 11:34 am

· #560907
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
שמן למאור #
רב חאצאצאק הקטן #
שמן למאור #
רב חאצאצאק הקטן #

סארי א נארמאלער איד הער נישט מוזיק פון פרויען...
ר' עובדיה יוסף האט געהערט ניגונים פון פרויען כידוע.

איז ער געווען משוגע אדער נישט קיין איד?
דו ביסט ספרדי???
גראדע נישט, און וועגן דעם איז וואס?
ווער האט געגעבן ר׳ עובדיה דעם היתר, איז ער דען געוועהן אן אשכנזי?

בכלל, די גאנצע איסור קומט דאך פון ר׳ יוסף קארו וואס איז דאך אויך געוועהן א ספרדי, הספרדי שאסר הוא הספרדי שהתיר

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 6, 2024 12:44 pm

· #560914
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
עס איז לכאורה פשוט אז קיינער דארף נישט קיין היתר, ווייל די איסור דארף באוויזן ווערן, נישט די היתר.

בכללות, פריצות איז ווען א פרוי עפענט זיך אויף צום רבים, אדער א פרעמדע מענטש, און לאזט יענעם אריין ביי איר. דאס איז דורך אויפדעקן חלקים פון די גוף, אדער דורך זינגן פאר אים. א רעקארדינג האט דאס נישט, און ממילא הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה.

מעורר זיין הרהורים איז נאך אן איסור. ווען יענער זינגט דברי חשק ונבלה, סיי א מאן סיי א פרוי, טאר מען נישט אויסהערן אלס ולא תתורו. אבער מיט קול באשה ערוה האט עס נישט.

איך הער געווענדליך נישט קיין גויישע מוזיק בכלל, ווארום בדרך כלל איז עס דברי חשק ונבלה. קלאסישע מוזיק הער איך יא. אידישע פרויען וואס זינגן נישט דברי חשק ונבלה וועל איך יא אויסהערן, ווי אמאל. ווייל מיין טעיסט איז מער אין פארצייטישע מוזיק, א שטייגער ווי חב"ד וכדו'.

א גוט יאר » מאנטאג מאי 6, 2024 12:48 pm

· #560915
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ליטוואק פון בודאפעסט #

וועלכע אידישע פרוי זינגערן וואלסטו רעקעמענדירט?

הכנה דרבה » מאנטאג מאי 6, 2024 12:51 pm

· #560916
The Barry sisters lol

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 6, 2024 12:53 pm

· #560917
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
א גוט יאר #
ליטוואק פון בודאפעסט #
עס איז לכאורה פשוט אז קיינער דארף נישט קיין היתר, ווייל די איסור דארף באוויזן ווערן, נישט די היתר.

בכללות, פריצות איז ווען א פרוי עפענט זיך אויף צום רבים, אדער א פרעמדע מענטש, און לאזט יענעם אריין ביי איר. דאס איז דורך אויפדעקן חלקים פון די גוף, אדער דורך זינגן פאר אים. א רעקארדינג האט דאס נישט, און ממילא הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה.

מעורר זיין הרהורים איז נאך אן איסור. ווען יענער זינגט דברי חשק ונבלה, סיי א מאן סיי א פרוי, טאר מען נישט אויסהערן אלס ולא תתורו. אבער מיט קול באשה ערוה האט עס נישט.

איך הער געווענדליך נישט קיין גויישע מוזיק בכלל, ווארום בדרך כלל איז עס דברי חשק ונבלה. קלאסישע מוזיק הער איך יא. אידישע פרויען וואס זינגן נישט דברי חשק ונבלה וועל איך יא אויסהערן, ווי אמאל. ווייל מיין טעיסט איז מער אין פארצייטישע מוזיק, א שטייגער ווי חב"ד וכדו'.
וועלכע אידישע פרוי זינגערן וואלסטו רעקעמענדירט?

חֶנְוָנִי » מאנטאג מאי 6, 2024 2:50 pm

· #560940
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ליטוואק פון בודאפעסט #
עס איז לכאורה פשוט אז קיינער דארף נישט קיין היתר, ווייל די איסור דארף באוויזן ווערן, נישט די היתר.

בכללות, פריצות איז ווען א פרוי עפענט זיך אויף צום רבים, אדער א פרעמדע מענטש, און לאזט יענעם אריין ביי איר. דאס איז דורך אויפדעקן חלקים פון די גוף, אדער דורך זינגן פאר אים. א רעקארדינג האט דאס נישט, און ממילא הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה.

מעורר זיין הרהורים איז נאך אן איסור. ווען יענער זינגט דברי חשק ונבלה, סיי א מאן סיי א פרוי, טאר מען נישט אויסהערן אלס ולא תתורו. אבער מיט קול באשה ערוה האט עס נישט.

איך הער געווענדליך נישט קיין גויישע מוזיק בכלל, ווארום בדרך כלל איז עס דברי חשק ונבלה. קלאסישע מוזיק הער איך יא. אידישע פרויען וואס זינגן נישט דברי חשק ונבלה וועל איך יא אויסהערן, ווי אמאל. ווייל מיין טעיסט איז מער אין פארצייטישע מוזיק, א שטייגער ווי חב"ד וכדו'.
אידישע (היימישע) פרויען זינגער האבן אבער א פראבלעם אז זיי זענען פשוט אומאויסהערבאר, זיי האבן קיין אהנונג איבער די טעאריע פון ריכטיג זינגען מ'זאל קענען הנאה האבן דערפון, נישט קיין חילוק ווי לאנג דער שייטל איז זינגען זיי ווי אינעם בית רחל אודיטאריום, ווי ווייט איך האב עס אויסגעטשעקט

איינמאל מ'טרעט שוין ארויס פון גאר היימישע פרויען זינגערס, טרעפט מען זיך שוין ווייטער אן מיט ליבע געזאנגען ווי @הכנה דרבה האט דערמאנט די בעררי סיסטערס בדרך צחות, און איך ווייס אז ליבע איז נישט אסור, אבער ווען זיי זינגען איבער ליבע גייט עס שוין אריין אין פארשידענע קאמפליקאציעס שאי אפשר לפורטם כי רבים הם, ווי ר' בערל וואלט געשריבן אז ס'קען זיך גרעניצן מיט ציונות ממש

בקע לגלגולת » מאנטאג מאי 6, 2024 3:07 pm

· #560941
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
קהל'ס נער #
איך האב אנגעהויבען הערן פרויען זינגערס נאכן ליינען אין א תשובה ספר אז הרב עובדיה יוסף האט מתיר געוועהן קול אישה פון א פרוי וואס מען קען נישט, ומעשה רב אז הרב עובדיה איז געוועהן א שטארקע פען פון איינע פון די אראבישע פאפ-סטאר׳קעס.
וואס איז די גדר פון "וואס מען קען נישט" ?

בעסער » מאנטאג מאי 6, 2024 4:24 pm

· #560960
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
ו

רב חאצאצאק הקטן » מאנטאג מאי 6, 2024 4:31 pm

· #560965
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
שמן למאור #
רב חאצאצאק הקטן #
שמן למאור #
רב חאצאצאק הקטן #

סארי א נארמאלער איד הער נישט מוזיק פון פרויען...
ר' עובדיה יוסף האט געהערט ניגונים פון פרויען כידוע.

איז ער געווען משוגע אדער נישט קיין איד?
דו ביסט ספרדי???
גראדע נישט, און וועגן דעם איז וואס?
ווייל ס'איז אינטראסאנט צו זיין האלב אשכנזי האלב ספדי.

שמן למאור » מאנטאג מאי 6, 2024 5:05 pm

· #560991
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
רב חאצאצאק הקטן #
שמן למאור #
רב חאצאצאק הקטן #
שמן למאור #

ר' עובדיה יוסף האט געהערט ניגונים פון פרויען כידוע.

איז ער געווען משוגע אדער נישט קיין איד?
דו ביסט ספרדי???
גראדע נישט, און וועגן דעם איז וואס?
ווייל ס'איז אינטראסאנט צו זיין האלב אשכנזי האלב ספדי.

איך בין אינגאנצן אן אשכנזי, אבער דא נעם איך אן די פסק פון ר' עובדיה.

רב חאצאצאק הקטן » מאנטאג מאי 6, 2024 5:24 pm

· #560996
Re: פרויען זינגערס אנקעטע
שמן למאור #
רב חאצאצאק הקטן #
שמן למאור #
רב חאצאצאק הקטן #

דו ביסט ספרדי???
גראדע נישט, און וועגן דעם איז וואס?
ווייל ס'איז אינטראסאנט צו זיין האלב אשכנזי האלב ספדי.

איך בין אינגאנצן אן אשכנזי, אבער דא נעם איך אן די פסק פון ר' עובדיה.
אלע פסקים אדער נאר דיע...
בלאט: 1 2