שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17024
שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
א פאר עסקנים ווילן מאכן א שבתון פאר עלטערע בחורים - גרושים און עלטערע מיידלעך - גרושות, צוזאמען, כדי צו געבן א מעגליכקייט אז זיי זאלן "קליקן" צווישן זיך און ס'זאל זיך מאכן עטליכע שידכוים.
אבער דאך ווילן זיי דאס טוהן אויף א שטייגער פון צניעות און ס'זאל נישט מתנגד זיין להלכה און צו די היימישע לעבנסשטייגער.
מ'בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט עצות און טיפס פאר אזא איווענט.
עס מוז נישט דווקא זיין א שבתון, קען אפשר זיין סתם א איין נאכטיגע "סינגלס" צוזאמקום וכדומה.
וויאזוי קען מען דאס אויסארבעטן עס זאל זיין טוב לשמים און טוב לבריות?
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
חמשה עשר באב, לא היה ימים טובים לישראל...

סוף טוב הכל טוב #

פארוואס נאר עלטערע?
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
צוויי #
חמשה עשר באב, לא היה ימים טובים לישראל...
פאר די וואס ווייסן נישט:
אט איז די משנה אין תענית (ד-ח):
אָמַר רַבָּן שִׁמְעוֹן בֶּן גַּמְלִיאֵל, לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב וּכְיוֹם הַכִּפּוּרִים,
שֶׁבָּהֶן בְּנוֹת יְרוּשָׁלַיִם יוֹצְאוֹת בִּכְלֵי לָבָן שְׁאוּלִין, שֶׁלֹּא לְבַיֵּשׁ אֶת מִי שֶׁאֵין לוֹ....
וּבְנוֹת יְרוּשָׁלַיִם יוֹצְאוֹת וְחוֹלוֹת בַּכְּרָמִים.
וּמֶה הָיוּ אוֹמְרוֹת? בָּחוּר, שָׂא נָא עֵינֶיךָ וּרְאֵה וכו'
יא! אום סאמע יום הקדוש האט מען דאס געטון! מ'האט נישט געשמעקט קיין CBD טאביק, נאר מ'האט געטון צו די זאך!
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
וליתר שאת עיין אין דעם
שמוציגע פרשה אשכולRe: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
דער פותח האשכול האט מסתמא געפרעגט א נארמאלע שאלה, לאמיר נישט צו שטארק פארפארן..
מיין דעה איז, אז די דרשות און מסיבה וכדו' זאלן זיין אויף אן אופן פון געהעריג מחיצה וכדו', אבער מיט רשימות פאר ביידע זייטן ווער עס באטייליגט זיך פון די אנדערע זייט, און מיט געלעגענהייטן זיך צו כאפן א שמועס פנים בפנים און אזעלכע בעשוי שטיבער וכדו'
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
צוויי #
דער פותח האשכול האט מסתמא געפרעגט א נארמאלע שאלה, לאמיר נישט צו שטארק פארפארן..
מיין דעה איז, אז די דרשות און מסיבה וכדו' זאלן זיין אויף אן אופן פון געהעריג מחיצה וכדו', אבער מיט רשימות פאר ביידע זייטן ווער עס באטייליגט זיך פון די אנדערע זייט, און מיט געלעגענהייטן זיך צו כאפן א שמועס פנים בפנים און אזעלכע בעשוי שטיבער וכדו'
א דאנק פאר די ערשטע זאכליכע ענטפער.
(פארוואס קען מען דא נישט האבן א נארמאלע שמועס?)
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
צוויי #
דער פותח האשכול האט מסתמא געפרעגט א נארמאלע שאלה, לאמיר נישט צו שטארק פארפארן..
מיין דעה איז, אז די דרשות און מסיבה וכדו' זאלן זיין אויף אן אופן פון געהעריג מחיצה וכדו', אבער מיט רשימות פאר ביידע זייטן ווער עס באטייליגט זיך פון די אנדערע זייט, און מיט געלעגענהייטן זיך צו כאפן א שמועס פנים בפנים און אזעלכע בעשוי שטיבער וכדו'
אפשר זאל חוץ דרשות און מסיבה, זיין פארשידענע ספעציעלע קורסעס אויף נושאים מיוחדים ווערן געגעבן אין קלאסרומס, און דארט זאל זיין א קלאס פון לאמיר זאגן צען מענטשן, 5 מענער און 5 פרויען. און מ'וועט צוזאמען דיסקוסירן די לעקציע, דארעך שאלות ותשובות בשעת די לעקציע און דערנאך. אזוי ארום וועט ווערן עפעס א קירוב הדעת, יעדער גייט האבן די ליסטע פון די גאנצע "קלאס" מיט רעזומעיס פארשטייט זיך, אזוי אז עפעס וועט זיך שוין מאכן.
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
רעדט מען פון בחורים און מיידלעך וועלכע זענען אינגאנצן חסידיש, אדער אביסל מער קיל?

פאר גרושים וגרושות איז מער דא א טשאנס אז אזא זאך זאל זיין סוקסעספול, ווי נישט ווי מען איז שוין גרייט צו טוען עפעס מער אוט אף די באקס, די זעלבע ווי ביי סעקאנד מערידזש וועלן רוב דעיטן, משא"כ פאר סתם בחורים ובתולות.

מנחם מנדל #

ער רעדט דאך דא פון עלטערע בחורים און מיידלעך
ס'דארף טאקע זיין עלטערע ממש אדער קרוב לזה וואס זענען טאקע אפן צו די געדאנק אין די דרגה פון גרושים וגרושות

ליין איבער וואס ער שרייבט.
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
כרם זית #
רעדט מען פון בחורים און מיידלעך וועלכע זענען אינגאנצן חסידיש, אדער אביסל מער קיל?
פון חסידיש אינגאנצן ביז אביסל קיל.
אבער דאס דארף קענען זיין כשר פאר למהדרין מן המהדרין.
אזא איווענט דארף האבן א טעמע (theme בלעז) וואס איז אויסדרוקליך נישט איבער שידוכים והמסתעף, דערפאר איז א שבתון זייער א גוטע איידיע, ברענגטס אפאר אינטערעסאנטע בעלי דרשנים וואס גייען רעדן איבער רענדאם אינטערעסאנטע נושאים און דערנאך וועלן זיך שוין מאכן קופקעס וואו מ'וועט עס דורכשמועסן און בדרך אגב וועט מען מאכן קאננעקשנס. ווען איך בין געוועהן אין די יארן בין איך געוועהן ביי א שבתון פון "מאדערנע אידן" ווי מ'רופט זיי, גראדע די טעמע פונעם שבתון איז געוועהן קירוב רחוקים. געדענק איך ווי דער רעדנער האט גערעדט פרייטאג צו נאכטס ביים סעודה אזא שעה צוויי מיט הוכחות אויף גאט און אזעלכע סארטן זאכן, דער עולם האט אריינגעפרעגט און ס'האט זיך געטוהן א גאנצע דין ודברים אהין און צוריק, דערנאך זענען א גרופע חברה ואני בתוכם אויף געוועהן אגאנצע נאכט און דורכגעשמועסט אביסל אמונה ענינים אבער מער סתם שטותים, (גראדע זייער א געשמאקע שמועס געוועהן ווייל ס'געוועהן דאס ערשטע מאל וואס סיי איך האב עס דורכגעשמועסט מיט "מאדערנע אידן" און סיי איך האב געהערט די פרויערישע פערספעקטיוו אויף אמונה/כפירה) און ביי די וועי האט מען זיך באקענט איינער מיט'ן צווייטן.
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
סוף טוב הכל טוב #
א פאר עסקנים ווילן מאכן א שבתון פאר עלטערע בחורים - גרושים און עלטערע מיידלעך - גרושות, צוזאמען, כדי צו געבן א מעגליכקייט אז זיי זאלן "קליקן" צווישן זיך און ס'זאל זיך מאכן עטליכע שידכוים.
אבער דאך ווילן זיי דאס טוהן אויף א שטייגער פון צניעות און ס'זאל נישט מתנגד זיין להלכה און צו די היימישע לעבנסשטייגער.
מ'בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט עצות און טיפס פאר אזא איווענט.
עס מוז נישט דווקא זיין א שבתון, קען אפשר זיין סתם א איין נאכטיגע "סינגלס" צוזאמקום וכדומה.
וויאזוי קען מען דאס אויסארבעטן עס זאל זיין טוב לשמים און טוב לבריות?
בין איך די איינציגסטע וואס נעמט די אשכול מיט א grain of salt?
ניין

ס'איז פארהאן א געדאנק וואס רופט זיך Speed Dating.
דאס הייסט אז מען קומט זיך צוזאם אויף א פראגראם וואס ארבעט מיט א סיסטעם ווי א יעדע פון די באטייליגטע באקומט די געלעגנהייט זיך אראפזעצן פאר א קורצע "דעיט" פון בערך 5 מינוט מיטן צד השני, דערנאך קלינגט א בעלל און מען דארף גיין צו די נעקסטע פאר 5 מינוט, וחוזר חלילה, ביים סוף פון די פראגראם האט א יעדער זיך געטראפן מיט 5-6 פאטענציאלע זיווגים און דערנאך פאלגט מען נאך דורכן פראגראם אויב מען וויל ווייטער גיין מיט איינעם.
דאס איז א געדאנק וואס קומט פון די אידישע מאדערן ארטאדאקס חדר, אויב קען מען דאס אויסארבעטן אויף א היימישע פארנעם קען עס שטארק בייהילפיג זיין.
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
ר' מענדל ראטה האט אויפגעברענגט די איידיע א יאר-צוויי צוריק
פון זיינע ווידיאוס שטעלט זיך גראדע ארויס א שטארקע קאווע שטיבל כאראקטער

מופת הדור #
סוף טוב הכל טוב #
א פאר עסקנים ווילן מאכן א שבתון פאר עלטערע בחורים - גרושים און עלטערע מיידלעך - גרושות, צוזאמען, כדי צו געבן א מעגליכקייט אז זיי זאלן "קליקן" צווישן זיך און ס'זאל זיך מאכן עטליכע שידכוים.
אבער דאך ווילן זיי דאס טוהן אויף א שטייגער פון צניעות און ס'זאל נישט מתנגד זיין להלכה און צו די היימישע לעבנסשטייגער.
מ'בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט עצות און טיפס פאר אזא איווענט.
עס מוז נישט דווקא זיין א שבתון, קען אפשר זיין סתם א איין נאכטיגע "סינגלס" צוזאמקום וכדומה.
וויאזוי קען מען דאס אויסארבעטן עס זאל זיין טוב לשמים און טוב לבריות?
בין איך די איינציגסטע וואס נעמט די אשכול מיט א grain of salt?
פארוואס?
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
עס קוקט אויס פון דיין שרייבן אז נאכ'ן דורך טוט די נושא פון שידוכים ביסטו אנטשלאסן אז דאס וועט העלפן, און די זוכסט הילף,
להוי ידוע, גרושים טרעפען זיך אויב זיי ווילן, און פאר עלטערע איז דא אין קרוינהייטס ווי מ'קען גיין עסן די סעודות שבת,
איך זע נישט אז דאס וועט לינדערן די פראבלעם

טובלכל #

אבער וויאזוי גייען זיך טרעפן מערערע עלטערע בחורים און מיידלעך, גרושים און גרושות, וועלכע מ'טראגט נישט אן קיין זאכן?
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
סוף טוב הכל טוב #
וויאזוי קען מען דאס אויסארבעטן עס זאל זיין טוב לשמים און טוב לבריות?
מיין פיעס אוו מיינד
אזוי ווי אסאך גוטע זאכן ביי כלל ישראל וואס גייט א טראפעלע ארויס פון די גראדע שטייפע ליניע וואס די סאכדעס ס׳ראבאנעם דארצעס הברית וקאנאדא וכל הרע-בנים למיניהם צווינגען ארויף אויפן פשוטן המון עם, ווערן פארשניטן אינגערהייט, נאך פאר סהאט געהאט צייט צו שפראצן.
די זעלבע איז מיט דעם פלאן, אפילו בעצם האט עס א תורה שטריך פון חמישה עשר באב, אבער די היסטאריע האט געוויזן אז אזעלכע סארט אקטיוויטעטן גייען נישט אריבער שטיל, די אמאונט אויף טעראר און כאאס וואס די לשם שמים׳ניקעס העלן אנמאכן, פון איבערדרייען די גאנצע היימישן אידנטום מיט פראטעסטן און עצרת׳ן ביז אקטיווע טעראר אקעגן די אנפירער, און וואס נישט, והרבה הרי זה משובח, והמטרה מקדש את האמצעים, וכל המרבה זוכה לשבעים בתולות בגן עדן.
על פי דרך הטבע זעה איך נישט קיין מהלך וויאזוי דעיס קען ארבעטן, אויב איינער קען פיגערן א מהלך וואס וועט נישט אונטערהייצן די עומדים בראש השטייסל , אדרבה ואדרבה, זאל משתף זיין מיטן ציבור, יראו ישרים וישמחו כי ישתקו
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
חֶנְוָנִי #
ר' מענדל ראטה האט אויפגעברענגט די איידיע א יאר-צוויי צוריק
פון זיינע ווידיאוס שטעלט זיך גראדע ארויס א שטארקע קאווע שטיבל כאראקטער
ער טענהט אז 30% גט'ן זיך און נאך 30% ווילן
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
שווער צו זיך עכט באקענען פון נאר איין שבתון, אבער עס וועט זיכער זיין א גרויסע תועלת.
איז נאך אזא זאך אין די היסטאריע קיינמאל נישט פארגעקומען?
איך ווייס נישט וועלכע מכשולות מרעדט
איך זעה נישט קיין סאך מיט וואס סזאל זיין אנדערש ווי עני שבתון ווי מענער און פרויען קענען שמועסן צוזאמען, די איינציגסטע חילוק איז אז סנאר דא סינגלס.
אפשר וואלט געווען פאסיג יעדער צו אריינגיין א גרויסע סכום אין עסקרא, אויב איינער פאלגט נישט אויס די גיידליינס

אפשר כדאי די שבת זאל זיין מיט עלטערן, אבער לאזן די קינדער רעדן און שמועסן, אין גרופעס און אפילו פריוואט (נישט אין קיין שטיב, פארשטייט זיך).

מילך טראק #

גוטע איידיע!
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
נעמען אזא האטעל וואס האט צווי אפטיילונגען ווי ארמון און האלידעי-אין אין סטעמפארד, צוטיילן די רומס פאר מענער עקסטער פרויען אבער די סעודות צוזאמען
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
msg_id=348506
Writing in English, as it's much easier for me.
I have a son, 20, he's very normal, chasidish, working.
If this works out, I'd definitely want him to join.
How can I make sure I'm kept informed?
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
עס ווערט גארנישט צושטאנד קומען דערפון, און אפ' אויב יא זעה איך נישט ווי די ישועה פאר כלל ישראל, עס איז פשוט א לאטע אויף א לאטע, ריכטיג וואלט געווען פשוט צו דריקען די ריסעט קנעפל און וועלט וואלט געווארן וועלט.
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
מנחם מנדל #
פאר גרושים וגרושות איז מער דא א טשאנס אז אזא זאך זאל זיין סוקסעספול, ווי נישט ווי מען איז שוין גרייט צו טוען עפעס מער אוט אף די באקס, די זעלבע ווי ביי סעקאנד מערידזש וועלן רוב דעיטן, משא"כ פאר סתם בחורים ובתולות.
פאר גרושים/ות קען עס שווער ארבעטן, ווייל זיי ווילן זיך נישט טרעפן מיט זייער X
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
MickyMouse #
אפשר כדאי די שבת זאל זיין מיט עלטערן, אבער לאזן די קינדער רעדן און שמועסן, אין גרופעס און אפילו פריוואט (נישט אין קיין שטיב, פארשטייט זיך).
אישי האט געשריבן:
Askunim/shadchunim can match up families to sit on the same table, a family of a boy with a family of a girl, so they can all shmooze during the meal.
Boy+girl can start out sitting on opposite ends, and move next to each other if they so choose to have a more intimate conversation, or even move to a private table in the dining room for the rest of the meal.
You can potentially have 6 different settings, meaning you're set up with 6 different families over a Shabbos, staring with Toyamayu, Friday night, Shabbos morning, shalashides, mlava malka and Sunday breakfast.
I'm worried with chasidish boys and girls, who haven't dated or had much interaction with the opposite gender, they might think they're in love after their first date. It's a common occurrence in our circles.
I'm guessing, if one has an opportunity to speak with more than one person, they can think of who they actually connected more over the others.
Re: שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג
מ'דארף עס א נאמען געבן שבת גרשתנו. אדער שבת בחרתנו.