☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17015

שפילער » מוצ"ש אפריל 27, 2024 10:19 pm

· #560109
סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68629&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן

היכי דמי » מוצ"ש אפריל 27, 2024 10:48 pm

· #560111
Re: דער אייוועלט אשכול
שפילער #
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68629&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן
די עולם איז ממש נישט באזוך

פרימארגען » מוצ"ש אפריל 27, 2024 10:56 pm

· #560112
Re: דער אייוועלט אשכול
די תגובה המדובר

עמרם » מוצ"ש אפריל 27, 2024 11:17 pm

· #560113
Re: דער אייוועלט אשכול
שפילער #
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68629&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן
שוין נישטדא!!!

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 27, 2024 11:54 pm

· #560115
Re: דער אייוועלט אשכול
חלק פונעם אשכול ק/פ

אידישע וועלט פארומס
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
https://www.ivelt.com/forum/

א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68629

בלאט 1 פון 1
א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:22 pm
דורך מקובל אלוקי
Screenshot_20240428_041402_Chrome.jpg
Screenshot_20240428_041402_Chrome.jpg (222.33 KiB) געזען 401 מאל
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:23 pm
דורך זבולון חיים הלוי
מקובל אלוקי האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:22 pm
Screenshot_20240428_041402_Chrome.jpg
די צייט ער״ש איז געווען אין ניו יארק נאך פארן שקיעה

ממילא האק נישט קיין טשייניק
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:25 pm
דורך מקובל אלוקי
זבולון אנאנים האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:23 pm
מקובל אלוקי האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:22 pm
Screenshot_20240428_041402_Chrome.jpg
סאיז נאך פארן שקיעה

ממילא האק נישט קיין טשייניק
אויב מען קען נאך שרייבן אום פרייטאג אפריל 26, 2024 7:40

ווי קען זיין ןפארראכטן דורך luigler אום מוצ"ש אפריל 27, 2024 6:35 pm


???????????
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:26 pm
דורך זבולון חיים הלוי
אפשר האבן 2 מענטשן די פאסווארד

#דן לכף זכות
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:29 pm
דורך מקובל אלוקי
זבולון אנאנים האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:26 pm
אפשר האבן 2 מענטשן די פאסווארד

#דן לכף זכות
ווען די וואלסט געזען די תגובה וואס ער האט פארמעקט וואלסטו גארנישט דן געווען לכף זכות....
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:30 pm
דורך זבולון חיים הלוי
וויאזוי קען זיין די האסט עס געזען
ביסט אויך א מ…?
ח״ו
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:31 pm
דורך מקובל אלוקי
זבולון אנאנים האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:30 pm
וויאזוי קען זיין די האסט עס געזען
ביסט אויך א מ…?
ח״ו
ניין, איך בין נישט אין ניו יארק...
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:32 pm
דורך אינקוויזיציע
זבולון אנאנים האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:30 pm
וויאזוי קען זיין די האסט עס געזען
ביסט אויך א מ…?
ח״ו
ס'איז נישט אזוי שווער...

די צווייטע תגובה אין יענע אשכול האט נאך די ארגינעלע קעפל...

עפעס שמעקט דא זייער נישט גוט.
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:33 pm
דורך זבולון חיים הלוי
פארמאך די ניק און שיק אים ליפטערן לכורא.
איז עס די ערשטע מאל אין אייוועלטס היסטאריע?
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:36 pm
דורך באלד באלד
פארמאכט שון
Re: א מחלל שבת אויף אייוועלט!!!!!
געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2024 9:37 pm
דורך משה יצחקי
פחד פחדים!

ווי זענען די מנהלים?
אלע צייטן זענען לויט UTC-04:00
בלאט 1 פון 1
ערמעגליכט דורך phpBB® Forum Software © phpBB Limited

שעפטאל » מוצ"ש אפריל 27, 2024 11:58 pm

· #560116
Re: דער אייוועלט אשכול
שפילער #
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68629&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן
א תגובה געוועהן דארטן, גיי ווייס פון וועם...

ק/פ
מיינסט ביסט מחלל שבת
מיינסט אז ביסט חלילה קעגן דעם באשעפער

בשעת דיין נשמה זינגט קה אכסוף
דיין נשמה איז א חלק אלוק ממעל

דו מיינסט ס'פעהלט דיך אמונה
דו ביסט אמונה

איי. קַדשֵם בקדושת השבת המתאחדת בשם קדשך
--

די הייליגע בארדיטשוב'ער וואלט מן הסתם געטראפן א לימוד זכות.
אז ער האלט פון אנדערע זמנים. צו ער האלט ווי דעי וואס לאזן ניצן עלעקטריק אויף שבת.
אבער וואס איז מיטן הלכה אז מ'טאר נישט נוהג זיין היתר במקום ווי מ'האלט אז עפעס איז אסור?

רבוש"ע, דיינע קינדערלעך בעהטן זיך פאר די גאולה
זיי ווייסן אמאל ניטאמאל ווי אזוי צו בעהטן
שאינו יודע לשאול את פתח לו נועם ורצון

חב''ד הויזן » זונטאג אפריל 28, 2024 12:10 am

· #560117
Re: דער אייוועלט אשכול
וואס איז געווען די תגובה/אשכול אויף וואס זיי באציען זיך? קוקט אויס פון זייערע ווערטער עפעס שרעקליך.

שפילער » זונטאג אפריל 28, 2024 12:13 am

· #560118
Re: דער אייוועלט אשכול
חב''ד הויזן #
וואס איז געווען די תגובה/אשכול אויף וואס זיי באציען זיך? קוקט אויס פון זייערע ווערטער עפעס שרעקליך.
די תגובה האט מען געטראפן פארמעקט מוצאי שבת אבער די קעפל פונעם תגובה איז געשטאנען עפעס female

ששון ושמחה » זונטאג אפריל 28, 2024 12:19 am

· #560120
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
די חילול שבת אשכול
📎 Screenshot_20240428_041402_Chrome.jpg

שעפטאל » זונטאג אפריל 28, 2024 12:21 am

· #560121
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
די קעפל פונעם ארגינעלן אשכול איז געוועהן בערך אזוי. מאדערנע דעיטינג ריעל פרויען

(ס'איז נאך געוועהן אפן נאכדעם וואס די מחלל שבת אשכול האט זיך געפענט מוצ"ש. ס'האט נאך געהאט דעם ארגינעלן קעפל אינעם רעפליי תגובות דארטן)

אשרי העם » זונטאג אפריל 28, 2024 2:27 am

· #560125
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
סאיז א פחד

מנחם מנדל » זונטאג אפריל 28, 2024 2:50 am

· #560127
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
ששון ושמחה #
די חילול שבת אשכול
איר זענט מקובל אלוקי פון אייוועלט?...

היכי דמי » זונטאג אפריל 28, 2024 3:27 am

· #560129
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
צייט פאר רבנים צו אסרן איי וועלט איצט.

שמן למאור » זונטאג אפריל 28, 2024 10:56 am

· #560135
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
קען איינער אריינקומען אביסל קלארער מיט די מעשה דא? עס זעט אויס ווי די אשכול איז געעפנט געווארן דארטן בערך 7:40 דאס איז ממש געציילטע מינוטן נאכן זמן דא אין ניו יארק. מה כל הרעש? אין קאליפארניע איז די זמן דריי שעה שפעטער.

מילך טראק » זונטאג אפריל 28, 2024 11:13 am

· #560140
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
אין ניו יארק איז עס אויך פאר די שקיעה, אבער סאיז פאראכטן געווארן שבת נאכמיטאג 6 אזייגער

פארוואס? » זונטאג אפריל 28, 2024 11:30 am

· #560148
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
מ'קען מלמד זכות זיין פארשידענע וועגן:

1). צוויי מענטשן באזונדערע טיימ-זאון'ס האבן גענוצט די זעלבע אקאונט. (און אויב זעהט מען זי זעלבע איי-פי אדרעס, וועט מען איינזעצן אז זיי שעירן א ווי-פי-ען).

2). בכניסת השבת האט ער געהאלטן כשיטת רבינו תם און דערנאך האט ער דורכגעטאן די סוגיא במשך'ן שבת אז מוצאי שבת איז איהם שוין נתברר געווארן אז שיטת הגאונים איז ריכטיג און ער האט זיך מקבל געווען מכאן ואילך צו זיך פיהרן כשיטת הגאונים.

3). ער האט געדריקט דעם "שיק" קנעפל פארן זמן און די אינטערנעט האט געארבעט זייער שטאט אז עס האט גענומען עטליכע מינוטן ביז עס איז אנגעקומען צו די אייוועלט סערווער.

4). ער האט גענוצט א עפפ, (כמבואר כאן: https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=7277).

5). ער איז געווען א חולה שאין בו סכנה און זיך סומך אויף דעם אז עלעקטריק איז מדרבנן, (וכ"ש ל.ע.ד).

6). ער האט שובת געווען בתוך התחום פונעם קו התאריך (דעיט ליין), און ער איז אריבער די ליין במשך'ן שבת.

7). ער איז געווען אויף די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, זיינע טעג זענען געווען קלענערע. ממילא האט ער א קלענערע שבת.

8). ער איז געפלויגן קרוב צו די ספיד אויף לייט, זיין צייט איז אנדערש ווי אונזערע.

9). א גר צווישן טבילה און מילה. (מ'קען נישט איינזעצן א גוי גמור, ווייל ער וואלט נישט געקענט ענטפערן די שאלה ביים אויפסיינען אין ק"ש).

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 28, 2024 11:49 am

· #560151
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
היכי דמי #
צייט פאר רבנים צו אסרן איי וועלט איצט.
היפאקריטס...!

מילך טראק » זונטאג אפריל 28, 2024 12:06 pm

· #560157
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
פארוואס? #

9). א גר צווישן טבילה און מילה. (מ'קען נישט איינזעצן א גוי גמור, ווייל ער וואלט נישט געקענט ענטפערן די שאלה ביים אויפסיינען אין ק"ש).
צ"ל איי וועלט

מילך טראק » זונטאג אפריל 28, 2024 12:18 pm

· #560159
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
א קטן שהגיע לחינוך וואס איז נאר א דרבנן, שבות דשבות,
ער נוצט נישט קיין אינטרנט נאר דרוך א שבת גוי,
כתיבה בדבר שאינו מתקיים, (איי וועלט..)
ער האט א גוי אין אינדיע וואס קאנטראלירט זיינע סאשול מידיע אקאנטס,
ער איז געווארן געהעקט,
ההולך במדבר ואינו יודע מתי הוא שבת, מונה שבעה ימים מיום שנתן אל לבו שכחתו ומקדש השביעי בקידוש והבדלה

סוף טוב הכל טוב » זונטאג אפריל 28, 2024 12:18 pm

· #560160
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
חילול שבת איז די קליינע עבירה, דער איקער איז דער געפערליכער קעפל פון די מאדערנע פרויען . נאר אויף אייוועלט קען מען דאס נישט ארוסשראבן, האבן זיין עס מלביש געווען אין חילול שבת

צועקים וזועקים » זונטאג אפריל 28, 2024 12:27 pm

· #560162
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
ער האט געשיקט א לינק צו א דעיטינג סייט.

שעפטאל » זונטאג אפריל 28, 2024 12:34 pm

· #560165
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
קלאר שטעלונג פון די הנהלה דארטן

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68640

ז"ל תורף התגובה:

מיר ארבעטן נאך קלארצושטעלן די פרטים, אבער לויט די אינפארמאציע וואס מיר זענען דורכגעגאנגען איז דאס לויט אלע ווארשיינדליכקייטן געטון געווארן דורך פרעמדע וואס האבן געלייגט אן האנט אויפן ניק נאך וואס יענעמס פעסווארד איז געהעקט געווארן, און נישט דורך א מחלל שבת ח״ו. (די תגובה איז עווענטועל געמעקט געווארן דורך א צווייטער וואס האט באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל ווען ביי יענעם איז שוין געווען נאך שבת)
עכ"ל
--

יעצט קען מען זיך ב'רואיג'ן ס'נישט יענעם, ס'איז סך הכל העקער'ס..

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 28, 2024 12:39 pm

· #560167
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
פארוואס? #
מ'קען מלמד זכות זיין פארשידענע וועגן:

1). צוויי מענטשן באזונדערע טיימ-זאון'ס האבן גענוצט די זעלבע אקאונט. (און אויב זעהט מען זי זעלבע איי-פי אדרעס, וועט מען איינזעצן אז זיי שעירן א ווי-פי-ען).

2). בכניסת השבת האט ער געהאלטן כשיטת רבינו תם און דערנאך האט ער דורכגעטאן די סוגיא במשך'ן שבת אז מוצאי שבת איז איהם שוין נתברר געווארן אז שיטת הגאונים איז ריכטיג און ער האט זיך מקבל געווען מכאן ואילך צו זיך פיהרן כשיטת הגאונים.

3). ער האט געדריקט דעם "שיק" קנעפל פארן זמן און די אינטערנעט האט געארבעט זייער שטאט אז עס האט גענומען עטליכע מינוטן ביז עס איז אנגעקומען צו די אייוועלט סערווער.

4). ער האט גענוצט א עפפ, (כמבואר כאן: https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=7277).

5). ער איז געווען א חולה שאין בו סכנה און זיך סומך אויף דעם אז עלעקטריק איז מדרבנן, (וכ"ש ל.ע.ד).

6). ער האט שובת געווען בתוך התחום פונעם קו התאריך (דעיט ליין), און ער איז אריבער די ליין במשך'ן שבת.

7). ער איז געווען אויף די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, זיינע טעג זענען געווען קלענערע. ממילא האט ער א קלענערע שבת.

8). ער איז געפלויגן קרוב צו די ספיד אויף לייט, זיין צייט איז אנדערש ווי אונזערע.

9). א גר צווישן טבילה און מילה. (מ'קען נישט איינזעצן א גוי גמור, ווייל ער וואלט נישט געקענט ענטפערן די שאלה ביים אויפסיינען אין ק"ש).
א ריכטיגע בארדיטשוב'ער קאפיטל.

נאר דאס מיינט נישט אז דער באדיטשוב'ער רב זצ"ל איז נישט געווען קיין מוכיח. פארקערט ער האט געזאגט זייער א סאך מוסר. ווי ס'זענען דא כמה מעשיות. ס'איז דאך באוויסט אז פון די שטאט פון זיין ערשטע רבנות זעליחוב האט מען איהם פארטריבן ווייל ער האט זיי געזאגט צו פיהל מוסר.

נאר איך קען מלמד זכות זיין. ס'זענען דא אידן וואס וואוינען אין אן אנדערע טיים זאון. למשל דא אויף קאוע שטיבל איז דא א חשוב'ער ניק וואס זיינע תגובות קומען אריין מיט א "טיים סטעמפ" פון שב"ק נאכמיטאג. נאר ער וואוינט מסתמא אין לאנדאן אדער מאנטשעסטער, וואס איז אפגערוקט פון די איסטערן טיים זאון מיט זעקס שעה.

מילך טראק » זונטאג אפריל 28, 2024 12:40 pm

· #560169
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
סא צוויי העקערס ?

קליינע צדיק » זונטאג אפריל 28, 2024 12:43 pm

· #560170
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
😎 ווען קען מען ערווארטן קול קורא'ס??

צועקים וזועקים » זונטאג אפריל 28, 2024 12:48 pm

· #560171
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
וואס איז די שמחה דא? שמעקט מאדנע...

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2024 5:03 pm

· #560303
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
אנאנים: אין אונזערע קלאסישע שריפטן (תלמוד) ווערט עס אנגערופן..."מתכבד בקלון חבירו"...!

יאנקל בעל העגלה » מיטוואך מאי 1, 2024 10:19 pm

· #560371
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
שפילער #
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68629&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן
כמיין.. וואס טראכטן זיי, אז סאיז נישט דא קיין מחללי שבתות אין די היימישע קאמיונעטי, אדער א מחלל שבת ווייסט נישט וואס מענפערט נאכן מאכן א ברכה...?!

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2024 2:01 am

· #560420
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
שפילער #
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68629&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן

הרב @שפילער, פאר וואס קען מען דיר נישט שיקן קיין פריוואטע הודעות?

ביטע טשעק דיינע פרעפערענצן אין באנוצערס קאנטראל פאנעל (אונטער דיין ניק נאמען, אויף די לינקע זייט אויבן)
📎 קאנטראל פאנעל.jpg

שפילער » דאנערשטאג מאי 2, 2024 9:40 am

· #560439
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
סהאט נישט מיט מיר...

א גוט יאר » פרייטאג מאי 3, 2024 4:23 am

· #560587
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
יאנקל בעל העגלה #
שפילער #
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68629&start=50

איינער קען זאל זיי מסביר זיין אז איינער איז אויפן פאן איז נישט עכט א מחלל שבת זיי קענען זיך באריהיגן
כמיין.. וואס טראכטן זיי, אז סאיז נישט דא קיין מחללי שבתות אין די היימישע קאמיונעטי, אדער א מחלל שבת ווייסט נישט וואס מענפערט נאכן מאכן א ברכה...?!
א מחלל שבת האט בעסערס וואס צו טוהן חוץ זיצן אויף אייוועלט...

יאנקל בעל העגלה » פרייטאג מאי 3, 2024 9:27 am

· #560599
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
נישט אמת, ס'דא מחללי שבתות וואס גלייכן נאכאלץ אייוועלט,

חב''ד הויזן » פרייטאג מאי 3, 2024 9:57 am

· #560602
Re: סקאנדאל נאך חילול שבת אויף אייוועלט
א גוט יאר
א מחלל שבת האט בעסערס וואס צו טוהן חוץ זיצן אויף אייוועלט...

דו מיינסט מחללי שבתות האבן א אנדערע טעיסט ווי דיר?