☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הילף איבער מצות

הילף איבער מצות

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16988

אלפא » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:59 am

· #558805
הילף איבער מצות
שוין, חברה איך דארף הילף.

וואס איז?

איך בין אריין אין א לאקאלע מצה בעקעריי צו זען וועלכע מצות מ'גיימער קויפן דאס יאר (דאהי איז נישטא אזוי שטארק די קאמערציאנאלע בעקערייען ווי אין ארה"ב).
די ערשטע זאך שפאצירט זיך מיר אריין א קאמארנע אייניקעל און בעט פאר רבינו תם מצות - אין קאמארנע האט מען מקפיד געווען סיי אויף רש"י און סיי ר"ת, רא"ש איז דאך פשוט, זאגט ער..
דאן קומט אן איינער ער דארף שברים תרועה, דוקא תוך שלושים, געשניטן בכח גברא, געמאלן מיט יחודים, און מנופץ לשמה.
א דריטער איז מקפיד די ווייץ זאל נישט קומען פון א"י ווייל די ציונים זענען געפערליך, דאכט זיך איך האב אויך אים געזען א האלבע יאר צוריק זיך צוקריגן מיטן מוכר איבער דעם אויסגעדארטן שפאנישן לולב..
א בריסקער זוכט שווארץ מבית ומבפנים, און אויב מעגליך וויל ער שוין יעצט האבן ערב פסח מצות (מוקדם..), און פארשטייט זיך אויב איז עס א גאז אויוון איז עס פסול.
אן אנדערע זאגט ביי זיי האט מען מקפיד געווען נישט צו נוצן קיין אייזענע וועלגער העלצלעך און אז די פאפירן זאלן געטוישט ווערן נאך יעדע מצה און אז דער שיבער זאל האבן געווען אין מקוה, ובכלל וויל ער פון די בני תורה מצות (מיינסט ער פארהערט אלע ארבייטער? מ'דארף זיך נישט זארגן?).
אנדערע קומען אריין און ווערן גאר משגיח, זיי טיילן איין יעדעם וואס צו טון (כאילו זיי ווייסן נישט..), קוקן איבער יעדן'ס הענט (נארמאל טרעפן זיי אייביג עפעס א שטיקל הויט וועלכע זעט אויס ווי א טייגל..), און נעמען זיך וואנזיניג שרייען ווען א מצה ליגט ביים רעדלער מער ווי 3.7 סעקונדעס..

בקיצור, די חומרות מיט די נעמען פאר יעדע חומרא האבן מיר געמאכט שווינדלען נאך איידער איך האב בכלל עקספיעט צו זאגן א ווארט.

גיי איך צום בעה"ב און פרעג אים וויפיל עס קאסט א באקס מצות. א פשוט'ע שאלה! נישט אזוי?

דא הייבט זיך עס ערשט אן.
וואס דארפסטו? 1 פונטיגע אדער צוויי פונטיגע באקסעס?
קודם שלושים אדער תוך שלושים?
שלימות אדער שברים?
דוקא רש"י (-רחיים של יד)?
דארף עס זיין מיטן רא"ש'ס חומרא? וואס טוט זיך מיטן חת"ס'ס חומרא? (וואס איז דאס למען השם?)
אמעריקאנער אדער א"י'דיגער מעהל?
ווען נישט איך שטעל אים אפ פרעגן די פרייזן מיין איך ער וואלט נאך יעצט געשטאנען און אויסגערעכנט חומרות.

פאר רש"י, תוך שלושים, רא"ש, שלימות, אמעריקאנער, איז עס 48 פאר א פונט.
נישט רא"ש, 31.
מכונה, נאך ביליגער, קודם שלושים אויך אביסל ביליגער, שברים אויך ביליגער. און אזוי ווייטער.
(ווי א חכם מאך איך מיר שנעל דעם חשבון אז פאר שברים, קודם ל', מכונה, נישט בני תורה, נישט רא"ש, גייט ער מיר שוין דארפן צוצאלן כמעט..)


איך בין אנטלאפן.

_______________
יעצט ווענד איך מיר דא נאך הילף ביי די תלמידי חכמים אין שטעטל.

קען איינער מיר העלפן מסדר זיין און לייגן די אלע חומרות אין סדר?!
וואס קומט פאר וואס? וועלכע איז נאר א חומרא? וועלכע איז אן הלכה? און וואס איז א מנהג לכתחילה?
וואס דארף מען פאר די כזיתים און וואס דארף מען פאר די אנדערע טעג? דארפן די פרויען אויך אלע חומרות?

_______________

אביסל אייגענע ריסורטש האב איך יא געמאכט (שלא לבייש..), עס קומט מיר אויס אזוי:

די געדאנק פון תוך שלושים איז א ב"ח וועלכע האלט עס איז לעיכובא (אנדערש ווי ביי סוכה וואו מ'קען מאכן אן הוספה לשמה בתוך שלושים..), אבער רוב אחרונים האבן עס נישט אנגענומען.
בכלל איז לכתחילה פאר די כזיתים צו נעמען פון ערב פסח מצות, אבער אין דעם טוט זיך שוין אויך געוויסע (גר"א והמסתעף) וועלכע האלטן אז עס איז יצא שכרו בהפסדו ווייל מ'יאגט זיך, לעומת דער חת"ס וועלכע האט צומאל גאר געבאקען אויף יו"ט אליין פארן סדר (- ווען עריו"ט איז שבת). אין דעם איז נכלל די שמועס צו פארן צווייטן סדר איז אן אויפטוה מצות פון י"ד (ווייל על הצד עס איז די ערשטע נאכט איז י"ד נישט עריו"ט).

רחיים של מכונה ווס יד האט צוויי נקודות, איינס איז די נושא פון לשמה, אזויווי ביי מאשין מצות - וואו מ'דארף זיך פארלאזן אז דרוקן דעם קנעפל איז גענוג אז די גאנצע מערכה זאל הייסן לשמה, דאן איז דא די געדאנק אז עס קען ווערן אנגעהיצט מער ווי הענט מילעכלעך. אבער למעשה איז די וועלט מקיל דערין - הגם אסאך זוכן יא (עכ"פ פאר זיך אליין) רש"י.

שלימות ווס שברים ווענד זיך כמובן צו מ'דארף עס פאר א סעודה אדער לחם משנה וכדו'.

רא"ש מצות, דא הייבט זיך אן די עיקר שוועריקייטן! פון איין זייט שטייט אין גמ' דעם שיעור פון א מיל (18 מינוט כמקובל, יש מקילים יותר ויש חולקים..), וואס דאס נעמט בפשטות אריין ווען די טייג שטייט אן דעם וואס מ'באארבייט עס, ווייל ווען מ'ארבייט מיט דעם מעג עס אפי' נעמען אגאנצן טאג. דא קומט אבער די רא"ש און טענה'ט אז איינמאל מ'האט אנגעפאנגען צו ארבייטן דערמיט (קנעטן נישט אריינגערעכנט) איז עס שוין אנגעווארעמט און עס קען ווערן חמץ מיטן שטיין אומבארירט אפי' נאר פאר איין רגע.
און דא הייבט זיך אן, וואס פונקטליך מיינט איין רגע? גייט די חומרא בכלל אן ביי דינע מצות אזוי ווי אונז מאכן? א.א.וו. און רוב אחרונים באופן כללי נעמען נישט אן דעם רא"ש בוכשטעבליך, (עי' פסקי תשובות כמה אופנים בזה).
מיר איז סתם אזוי אינטרעסאנט בעת וואס אין גמ' זעט מען אז די מציאות פלעגט זיין 'הוא מסיק ואשתו אופה' איז לכאו' ממה נפשך נישט געווען אזויווי די היינטיגע חומרות - ווייל אדער האט מען מיטן גאנצן טייג געמאכט איין מצה און אזוי ארום אויסגעמיטן עס זאל בלייבן שטיין אומבאארבייט אבער דאן איז עס געווען א דיקערע מצה ווי דאס וואס אונז האמיר - מער אזא תימנ'ע סארט (בכלל שטומט דאס בעסער מיט דעם 'כורך פסח מצה ומרור' ואכמ"ל..), אדער האט מען יא געמאכט קלענערע שטיקלעך און זיי געלאזט אומבארירט - וואס וואלט נישט קוואליפיצירט היינט צום טיטל 'רא"ש מצות'...

לגבי אייזענע וועלגערלעך, פאפירן, האלץ אין די אויוון, א"י'דיגע מעהל, און די אלע אזעלכע שאר ירקות. דאס האט שוין מער מיט די סארט הוט אדער קאליר זאקן וואס מ'גייט שבת, כמדומה..

____________

מ'קען פארשטייט זיך גיין אסאך ברייטער און טיפער, סיי דורכצוטון די סוגיא און די שיטות אליין (בנדון לשמה, מצות שמירה, נפ"מ בין הכזיתים לשאר כל הימים, וכו'), און סיי לגבי די ראנגן פון אלע חומרות ומנהגים.
דערפאר טאקע לייג איך עס דא אין תורה ומחשבה אז ווער עס האט מוסיף צו זיין תוכן - סיי הלכה'דיג און סיי מחשבה'דיג - זאל זיך ביטע אנרופן ווארעם.

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:18 am

· #558808
Re: הילף איבער מצות
מאשין מצות איז די איינציגע מצה וואס מ'קען מחמיר זיין אויף שיטות הרא"ש אויף א קאמארציעלע פארנעם. לא נתנה תורה למלאכי השרות, אבער מיט א מאשין איז מען אפשר לדייק בבחינות מלאך שלא להפסיק אף רגע מלעסוק עם העיסה.

אלפא » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:23 am

· #558809
Re: הילף איבער מצות
אויך וויל איך אויב מעגליך אפעלירן צו די סייענטיסטן דא אין שטיבל (@דיכטער, @מי אני, @יידל, @וועם איך האב אויסגעלאזט זאל זיך אליין צושרייבן...,) פארשטיין צו געבן די כעמיסטרי פון 'חימוץ', און וויאזוי עס גייט אין איינקלאנג מיט די אכטצן מינוט געזעץ, נעווערמיינד דעם רא"ש...

און איך קען אויסכאפן דעם ווארט (@ברוך שפינוזא אלערט) אז לכאו' מאכט עס נישט באמת קיין סייענטיפישע סענס ממילא - אדער גאר מאכט די גאנצע זאך נישט קיין סענס. פארט וואלט געווען אינטרעסאנט צו פארשטיין סיי דאס מציאות וואס מיר ווייסן היינט, און סיי וויאזוי חז"ל האבן דאס אנגעקוקט וואס פונקטליך געשעט ביי דעם טרעשהאלט, און וויאזוי עס האט זיך מאניפעסטירט אלס 'אזא דין אזא'.

אלפא » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:25 am

· #558810
Re: הילף איבער מצות
יאסל ראקאווער #
מרשים מצות איז די איינציגע מצה וואס מ'קען מחמיר זיין אויף שיטות הרא"ש אויף א קאמארציעלע פארנעם. לא נתנה תורה למלאכי השרות, אבער מיט א מאשין איז מען אפשר לדייק בבחינות מלאך שלא להפסיק אף רגע מלעסוק עם העיסה.
לא דברה הרא"ש למלאכי השרת..
פארדעם איז אנגענומען ביי היבש אפאר פוסקים אז 'רגע' מיינט טאקע נישט קיין 'רגע כמימרא'..

מי אני » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:16 pm

· #558825
אלפא #
אויך וויל איך אויב מעגליך אפעלירן צו די סייענטיסטן דא אין שטיבל (@דיכטער, @מי אני, @יידל, @וועם איך האב אויסגעלאזט זאל זיך אליין צושרייבן...,) פארשטיין צו געבן די כעמיסטרי פון 'חימוץ', און וויאזוי עס גייט אין איינקלאנג מיט די אכטצן מינוט געזעץ, נעווערמיינד דעם רא"ש...
בקיצור נמרץ. אין א ווייצל (ווי אין יעדעס צומח) איז דא סטאַרטש, וועלכע עס האט געמאכט עפ״י פאָטאָסינטעטיס, וואו עס האט ע״י די ענערגיע פון די זון צאמגעשטעלט וואסער מאלעקיול מיט א קארבּאן דיאקסייד מאלעקיול, אין צו א צוקער מאלעקיול (מיט אַן אקסעדזשין מאלעקיול אלס א בּייפּראדוקט וועלכע עס לאזט ארויס און אונז נוצן). אינעם ווייצל (און אין די חמשת מיני דגן) איז דא אַן ענזיים בּעטאַ אמילעיס, וועלכע צוברעכט דעם צוקער מאלעקיול אין צו צוויי מאלעקיולס פון מאלטוֺיס. דערנאך טוהט די ענזיים מאלטעיס צוברעכן די מאלעקיול אין צו צוויי מאלעקיולס פון גלוקוֺיס; אלעס כדי צו געבן ענערגיע צום צומח. 📎 IMG_7109.jpeg ווען מ׳צומאלט דאס און מ׳לייגט צו שאור עסט דאס די גלוקוֺיס און עס געבט ארויס (אלס וועיסט) עטאנאל און קארבּאן דיאקסייד. 📎 IMG_7110.jpeg ווען מ׳לייגט צו וואסער צום געמאלענעם ווייצל, טוהט דאס אונטערעקטן מיט צוויי פּראָטיענס אינעם ווייצל, גליאדין און גלוטענין, וועלכע מאכן דאס שטארק באהאפטן און ״סטיקי״, וואס אט דאס איז טייג. דאס מאכט דאס מער וויסקיואס וועלכע טרעפּט די קארבּאן דיאקסייד, און מאכט דאס וואקסן. וזהו חמץ (הלכה נעמט אָן אז די שיעור חימוץ פון די וואקסן אויף וואס עס איז ‏מקפיד, איז במשך 18 מינוט). (בשעת׳ן באקן טוהט די היץ מסלק זיין די עטאנאל.) 📎 IMG_7111.jpeg ואפילו וואו עס איז נישטא קיין שאור ממש אינעם טייג, זענען אבער למעשה דא מאלעקיולס דערפון אין די לופט, און דאס וועט צוגעבן צו דעם כעמישן פראצעס פון חימוץ, הגם טאקע היפש שטאטער. ולכן בא׳ארבעט מען א גאנצע צייט די טייג, צו ארויסלאזן די קארבּאן דיאקסייד צו אנטלויפן, אז עס זאל נישט וואקסן.

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:33 pm

· #558867
רוב ערליכע אידן עסן מאשין מצות, פון דארט און ווייטער איז ווי דו זאגסט אז ס'האט מער מיט די סארט הוט אדער קאליר זאקן וואס מ'גייט שבת. אין פאקט איז נישט דא גענוג low-wage ארבעטער צו קענען סופלייען גענוג מאשין מצות פאר אלע אידן. אין ארץ ישראל האב איך אפילו געזעהן ווי דער פרומער עולם עסט "מצות מכונה חבורה", פרעג מיך נישט וואס דאס מיינט ווייל איך ווייס נישט. אנדערע פרומאקעס עסן האנט מצות ביים סדר ווייל ס'דארף זיין געבאקן לשמה, אבער סתם אזוי גאנץ יום טוב עסט מען די געהעריגע מצות.

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:39 pm

· #558869
Re:
מי אני #
(הלכה נעמט אָן אז די שיעור חימוץ פון די וואקסן אויף וואס עס איז ‏מקפיד, איז במשך 18 מינוט).
אויב געדענק איך גוט נעמט מען אן להלכה אז די טייג דארף ווערן אזוי אנגעבלאזן ביז ס'באקומט שפאלטענעס ווי די הערנער פון א היישעריק, די 18 מינוט איז נאר אזא בחינה ווי חזקה דרבה ביי בר מצוה.

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:46 pm

· #558870
Re: הילף איבער מצות
אלפא #
דאן איז עס געווען א דיקערע מצה ווי דאס וואס אונז האמיר - מער אזא תימנ'ע סארט (בכלל שטומט דאס בעסער מיט דעם 'כורך פסח מצה ומרור' ואכמ"ל..)
אגב, די תימנ'ע לייגן זאלץ אין די מצות, אפאר יאר צוריק חול המועד האב איך באזוכט ביי א חבר וואס האט געהאט אזעלכע מצות (ער האט א שטיקל תימנ'ע העריטעדש) און ס'גאנץ געשמאק געוועהן.

חדשים » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:47 pm

· #558871
Re: הילף איבער מצות
מי אני, הערליך.

סייענטיפיקלי, ווילאנג דויערט פון ווען מען לייגט צו וואסער ביז עס זאל אנפאנגן צו וואקסן?

הכנה דרבה » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:53 pm

· #558877
ס'איז אזויווי דו זאלסטו פרעגן ווילאנג דויערט פון ווען מ'שניידט די האר ביז עס זאל אנפאנגן צו וואקסן, סייענטיפיקלי. ווילאנג דויערט פון ווען מ'צינדט אן דעם עיר קאנדישאן ביז ס'זאל אנפאנגען קאלט צו ווערן?

מי אני » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:55 pm

· #558879
הכנה דרבה #
מי אני #
(הלכה נעמט אָן אז די שיעור חימוץ פון די וואקסן אויף וואס עס איז ‏מקפיד, איז במשך 18 מינוט).
אויב געדענק איך גוט נעמט מען אן להלכה אז די טייג דארף ווערן אזוי אנגעבלאזן ביז ס'באקומט שפאלטענעס ווי די הערנער פון א היישעריק, די 18 מינוט איז נאר אזא בחינה ווי חזקה דרבה ביי בר מצוה.
יא יא. עפ״י המשנה בפסחים מח: איז לחכמים קרני חגבים לא החמיצה כל צורכו, משא״כ ווען ס׳איז נתערבו הסדקים זה בזה ע״ש. אבער דער מחבר (או״ח סימן תנט סעיף ב), וואו ער פסק׳נט די שיעור פון 18 מינוט טאמער האט מען דאס נאך נישט עורך געווען און עס איז בלא עבודה, פסק׳נט ווי ר׳ מאיר דארט בפסחים אז קרני חגבים איז חמץ גמור ואפילו בלא נתערבו הסדקים ע״ש.
חדשים #
מי אני, הערליך.

סייענטיפיקלי, ווילאנג דויערט פון ווען מען לייגט צו וואסער ביז עס זאל אנפאנגן צו וואקסן?
עס וועט זיך ווענדן אין וויפיל וואסער, ווי הייס, וויפיל שאור אא״וו. די ריעקשאנס פאסירן גראד ‏(ווען עס זענען דא די קאנדישאנס פאר די עקטיוועישאן ענערגיע וכו׳); עס ווענדט זיך אבער אין די צאל ‏מוֺילס פון די כעמישע באשטיינדלען מ׳האט, דאס צו זעהן על הכלל כולו.

חדשים » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:03 pm

· #558884
Re:
הכנה דרבה #
ס'איז אזויווי דו זאלסטו פרעגן ווילאנג דויערט פון ווען מ'שניידט די האר ביז עס זאל אנפאנגן צו וואקסן, סייענטיפיקלי. ווילאנג דויערט פון ווען מ'צינדט אן דעם עיר קאנדישאן ביז ס'זאל אנפאנגען קאלט צו ווערן?
כאפ נישט די שייכות.

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:40 pm

· #558891
Re: הילף איבער מצות
עס געשעהט גלייך, עס צו זעהן און שפירן נעמט צייט

חדשים » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:40 pm

· #558899
Re: הילף איבער מצות
אויב אזוי, וואס געשעהט ביי אכצן מינוט (אדער די אנדערע שיעורים) אז דעמאלטס ווערט עס חמץ? די חכמים האבן געהאט מקובל אז דאס איז די חמץ וואס די תורה רעדט?

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:44 pm

· #558900
Re: הילף איבער מצות
חדשים #
אויב אזוי, וואס געשעהט ביי אכצן מינוט (אדער די אנדערע שיעורים) אז דעמאלטס ווערט עס חמץ? די חכמים האבן געהאט מקובל אז דאס איז די חמץ וואס די תורה רעדט?
די תורה רעדט ווען די חמץ איז ניכר, און אכצן מינוט איז די שיעור

צוקוועטשטע איילבירטן » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:49 pm

· #558902
Re: הילף איבער מצות
הכנה דרבה #
אלפא #
דאן איז עס געווען א דיקערע מצה ווי דאס וואס אונז האמיר - מער אזא תימנ'ע סארט (בכלל שטומט דאס בעסער מיט דעם 'כורך פסח מצה ומרור' ואכמ"ל..)
אגב, די תימנ'ע לייגן זאלץ אין די מצות, אפאר יאר צוריק חול המועד האב איך באזוכט ביי א חבר וואס האט געהאט אזעלכע מצות (ער האט א שטיקל תימנ'ע העריטעדש) און ס'גאנץ געשמאק געוועהן.
איך פלאן עס צו עסן היי יאר ביי כורך צום ערשטן מאל

צוקוועטשטע איילבירטן » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:50 pm

· #558903
Re: הילף איבער מצות
חדשים #
מי אני, הערליך.

סייענטיפיקלי, ווילאנג דויערט פון ווען מען לייגט צו וואסער ביז עס זאל אנפאנגן צו וואקסן?
לויט הרב בר חיים, נישט אינטער א שעה ער טענה'ט אז ער האט עס דורכגעטוהן סייענטיפיקלי

אייניקעל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:56 pm

· #558904
Re: הילף איבער מצות
לעניות דעתי
די עיקר סיבה פארוואס פסח גייט מען אווערבאורד מיט חומרות ובפרט ווען ס'קומט צו מצה באקן, איז ווייל ס'פעלט אונז די עיקר און דאס איז די קרבן פסח, אונזער נשמה וואס איז דארשטיג פאר אסאך מער שטורעמט אונטערן אויבערפלאך און עס קומט ארויס אין די פארם פון חומרות.

איינמאל די קרבן פסח וועט צוריק קומען וועלן רוב חומרות גיין, עס וועט אויסזעהן ווי בזמן שבית המקדש היה קיים, דיקע ווייכע פיטא מצות און געגעסן בחבורה (שטארק געמישט) כרצון הבורא.

אייניקעל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:05 pm

· #558905
Re: הילף איבער מצות
אפאר סרטונים פון פארשידענארטיגע מצות באקן







אייניקעל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:10 pm

· #558906
Re: הילף איבער מצות
נאך

הרב דוד בר חיים מסביר כיצד להכין מצות בית


הרב דוד בר חיים מסביר כיצד לעשות מצות באיתמר


אפיית מצות ע"י ארגון תורני תורת משה


אפיית מצות ישיבת רועה ישראל יצהר


הרב דוד בר חיים האם באמת צריכים לאפות תוך 18 דקות


Harav Dovid Bar Hayim

חדשים » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:28 pm

· #558909
Re: הילף איבער מצות
סקעפטיקער #
חדשים #
אויב אזוי, וואס געשעהט ביי אכצן מינוט (אדער די אנדערע שיעורים) אז דעמאלטס ווערט עס חמץ? די חכמים האבן געהאט מקובל אז דאס איז די חמץ וואס די תורה רעדט?
די תורה רעדט ווען די חמץ איז ניכר, און אכצן מינוט איז די שיעור
פון ווי קומט די הגדרה? פארוואס דוקא ווען עס איז ניכר? איז עס א שיעור פונקט ווי א כזית וכדומה?

טמיר » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:37 pm

· #558910
Re: הילף איבער מצות
כידוע אז אין מציאות גייט נישט אהן די דין פון אין בי"ד יכול לבטל וכו', נאר מ'נעמט אהן לויט די חכמי הטבע פון די דור. האב איך אפגעפרעגט ביים גדול הדור עיאיי, אויב טייג אהנע שאור אדער אנדערע לעווענדערס קען ווערן חמץ. וזה תשובתו:
Technically, dough made with only water and flour cannot rise on its own without any leavening agents. This is because the gluten network in the dough is not strong enough to trap air bubbles, and there is no chemical reaction to produce carbon dioxide gas, which is necessary for rising.

However, there is a phenomenon called "auto-leavening" where a mixture of flour and water can exhibit a small amount of rise due to the natural presence of microorganisms like bacteria and wild yeast on the flour. This process is very slow and typically only occurs over several days or weeks, resulting in a small, uneven rise.

In summary, while it is theoretically possible for a flour-water mixture to exhibit some rise due to auto-leavening, it is not a reliable or significant enough effect to produce
a substantial rise like yeast-based dough.
קומט אויס לפי"ז אז פאר טייג אהן שאור דויערט טעג אדער וואכן צי ווערן חמץ, און אפילו אויב יא איז משמע אז ס'איז נאר חמץ נוקשה. איי אין חז"ל / פוסקים איז מבואר נישט אזוי? נא, העט מען ארויסשלעפן פון די זאק תירוצים, נשתנו הטבעים, אנדערע מעהל (וואס איז מסתם טאקע אזוי), וכו'.

דארף איך, ליתר שאת, נאר גיין נעמען א חתימה פון רז"ל פילאפף, איך בין זיכער ער וועט עס גלייך אויפכאפן, ער האט דאך א גוט קעפל.

ויאכלו ענוים וישבעו פון אלע מצות און קרעקערס וואס מ'פארקויפט אגאנץ יאר אויך. און אז מ'וויל דוקא האבן די טרעדישענל מצה דארף עס נישט זיין מיט אזא פרעשור. מ'קען שרייען "א מצה אין אויבן" מיט א רואיגקייט וואוסענדיג אז מ'האט נאך אפאר טעג לפחות ביז ס'קומט לידי חשש.

אייניקעל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:53 pm

· #558914
Re: הילף איבער מצות
https://www.veganbakerymiami.com/products/einkorn-bread-ancient-grain-bread

דאס איז א אינטערעסאנטע חמצ'דיגע 48-שעה זויערטייג ברויט (האט נישט קיין הכשר) געמאכט מיט אור אלטע ווייץ (איינקוירן)

ס'איז אינטערסאנט וויאזוי זיי מאכן עס יערן אן קיין זויערטייג-שאור אדער הייוון.

זיי שרייבן:
וויאזוי יערט די ברויט? דאָס איז אונדזער ספּעציעלע סוד. איר וועט כּמעט קיינמאָל געפֿינען אַ ברויט אין קיין בעקערייַ אָן הייוון, זויערטייג סטאַרטער, זענטהאַם גאמי אָדער סעליאַלאָוס. מיר זאָרגן פֿאַר אונזער טייג ווי אַ בעיבי. אונטער שלימות'דיגע תנאָים, קען ברויט פערמאַנטירן מיט די בלויזע הייוון פון די לופט.

אייניקעל » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:00 pm

· #558916
Re: הילף איבער מצות
דא אין פניני הלכה פון הרב אליעזר מלמד איז נאכגעברענגט פארשידענע חומרות וואס מען דארף זיין געווארענט לויטן שולחן ערוך בשעת'ן קנעטן און באקן

בלשון הקודש:
https://ph.yhb.org.il/04-12-07
https://ph.yhb.org.il/04-12-08

באנגלית:
https://ph.yhb.org.il/en/04-12-07

דיכטער » מוצ"ש אפריל 13, 2024 6:32 pm

· #559040
Re: הילף איבער מצות
@אלפא זייער גוט געשריבן און שיין אראפגעלייגט. איך האב נישט וואס צוצולייגן נאכדעם וואס די רוזן צווישן אונז האבן שוין אפגעגעבן זייער רייד. איך קען דיך נאר זאגן אלפא, אז דו האסט צום סוף פון דיין ארטיקל גאנץ פיין מסדר געווען די בעיסיקס פון די חומרות און הידורים שונים אנבאלאנגט די מצות.

א קלייניקייט נאר. אויסער דער שטוינענדע אינטערעסאנטקייט דערפון, ווען עס קומט צו דעם שיעור חימוץ איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא להלכה וויאזוי דער וואוסנשאפט אונטער דעם שפילט זיך טעכניש אפ, ווייל עס איז דאך א הלכה׳דיגע פראבלעם דעריבער דארף דער צוגאנג דערצו זיין הלכה׳דיג. דאס הייסט אז איינער וועט באקוקן א מצה אונטער א מיקראסקאפ און טרעפן זויערטייג אין דעם, וועט עס טראץ דעם, זיין א מהודר׳דיגע מצה לכל הדעות, טאמער עס איז געבאקן געווארן כדין.

נפה » זונטאג אפריל 14, 2024 3:37 pm

· #559123
Re: Re:
הכנה דרבה #
מי אני #
(הלכה נעמט אָן אז די שיעור חימוץ פון די וואקסן אויף וואס עס איז ‏מקפיד, איז במשך 18 מינוט).
אויב געדענק איך גוט נעמט מען אן להלכה אז די טייג דארף ווערן אזוי אנגעבלאזן ביז ס'באקומט שפאלטענעס ווי די הערנער פון א היישעריק, די 18 מינוט איז נאר אזא בחינה ווי חזקה דרבה ביי בר מצוה.
עס איז נישט ממש ווי חזקה דרבא, ביי חזקה דרבא אויב מען איז בודק אין מען טרעפט נישט קיין ב' שערות איז ער א קטן (געווענטליך גייט מען נישט זאגן שמא נשרו), משא"כ ביי שיעור חימוץ איז א שיעור מיל אפי' מען ווייסט אז עס נישט נסדק געווארן.

הכנה דרבה » זונטאג אפריל 14, 2024 5:26 pm

· #559146
ביי ביידע גייט מען לחומרא

קהל'ס נער » זונטאג אפריל 14, 2024 8:16 pm

· #559159
Re: הילף איבער מצות
א וועג צי מעסטן שיעור חימוץ איז לויט די צייט שלא הספיקו בציקם להחמיץ פון די יוצאי מצרים.

איז לויט טשעט-גפט צו באקען א מצה אין א זאק אונטערן זון אין די מדבר נעמט בערך דריי שעה אבער אין אפטימעל קאנדישענס דהיינו נידריגע הומידיטי, עקסטרים הויכע טעמפראטור, מיט א היץ קאנדאקטינג (טראגעדיג?) זאק און גאר דין אויסגעוועלגערטע טייג, וועט עס נאך אלץ נעמען 30 מינוט.

קומט אויס נניח אז זיי האבן געקענט איינקנעטען און אויסוועלגערן די טייג און א סקונדע, און די מדבר איז טאקע געוועהן די הייסטע מעגליך, די הומידיטי (נאסקייט?) די נידריגסטע מעגליך, זיי האבן אריינגעלייגט די טייג אין דיימאנטענע זעק (וואס דיימאנט איז די מערסט קאנדאקטיווער מאטריאל (פרעג מיך נישט וויאזוי, פארוואס און פון ווי זיי האבן געהאט דיימאנטענע זעק)) האט נאך אלץ גענומען א האלבע שעה אז די מצה זאל זיך אפבאקען.

עכ״פ פאר א האלבע שעה איז זיכער נישט געוועהן קיין שיעור חימוץ, וואס ס׳פשוט אז ס׳געוועהן אסאך מער פון דעם ובפרט אז זיי האבן דאך נישט געוויסט אז ס׳גייט ווערן מצה האבן זיי זיך בכלל נישט געיאגט ביים איינקנעטן די טייג.

אגב די סייענטיפישע חלק פון שיעור חימוץ קומט נישט עכט אריין דא, ווייל מען קען אייביג זאגן אז מען רעדט פון די שיעור חימוץ פון די יוצאי מצרים און נישט פון די סייענטיפישע שיעור חמץ, וואס איז גראדע נישט קיין באבע תירוץ, ווייל אויב די סיבה אויף איסור חמץ איז אלץ שלא היספיקו בציקם להחמיץ איז נישט מער פון יושר זיך צו רעכענען מיט זייער שיעור חימוץ.

טמיר » זונטאג אפריל 14, 2024 8:43 pm

· #559166
Re: הילף איבער מצות
קהל'ס נער #
א וועג צי מעסטן שיעור חימוץ איז לויט די צייט שלא הספיקו בציקם להחמיץ פון די יוצאי מצרים.

איז לויט טשעט-גפט צו באקען א מצה אין א זאק אונטערן זון אין די מדבר נעמט בערך דריי שעה אבער אין אפטימעל קאנדישענס דהיינו נידריגע הומידיטי, עקסטרים הויכע טעמפראטור, מיט א היץ קאנדאקטינג (טראגעדיג?) זאק און גאר דין אויסגעוועלגערטע טייג, וועט עס נאך אלץ נעמען 30 מינוט.

קומט אויס נניח אז זיי האבן געקענט איינקנעטען און אויסוועלגערן די טייג און א סקונדע, און די מדבר איז טאקע געוועהן די הייסטע מעגליך, די הומידיטי (נאסקייט?) די נידריגסטע מעגליך, זיי האבן אריינגעלייגט די טייג אין דיימאנטענע זעק (וואס דיימאנט איז די מערסט קאנדאקטיווער מאטריאל (פרעג מיך נישט וויאזוי, פארוואס און פון ווי זיי האבן געהאט דיימאנטענע זעק)) האט נאך אלץ גענומען א האלבע שעה אז די מצה זאל זיך אפבאקען.

עכ״פ פאר א האלבע שעה איז זיכער נישט געוועהן קיין שיעור חימוץ, וואס ס׳פשוט אז ס׳געוועהן אסאך מער פון דעם ובפרט אז זיי האבן דאך נישט געוויסט אז ס׳גייט ווערן מצה האבן זיי זיך בכלל נישט געיאגט ביים איינקנעטן די טייג.

אגב די סייענטיפישע חלק פון שיעור חימוץ קומט נישט עכט אריין דא, ווייל מען קען אייביג זאגן אז מען רעדט פון די שיעור חימוץ פון די יוצאי מצרים און נישט פון די סייענטיפישע שיעור חמץ, וואס איז גראדע נישט קיין באבע תירוץ, ווייל אויב די סיבה אויף איסור חמץ איז אלץ שלא היספיקו בציקם להחמיץ איז נישט מער פון יושר זיך צו רעכענען מיט זייער שיעור חימוץ.
אמאל איז די זון געווען אסאך הייסער. מ'זעהט אפילו אזאלכע טינקעלע דאטס אין די זון, דאס זענען חלקים וואס האבן שוין אויסגעברענט.

ווייס איך נאר נישט וויאזוי די מענטשן וואס האבן געהאלטן די זעק האבן דורכגעלעבט די היץ. ס'מוז זיין אז ס'געווען בדרך נס, וממילא איז אלעס מיושב

קלמישל » מאנטאג אפריל 15, 2024 10:34 pm

· #559278
Re: הילף איבער מצות
תוך ל' איז פשוט פרישער...

אשרי העם » מאנטאג אפריל 15, 2024 11:50 pm

· #559284
Re: הילף איבער מצות
ביים סדר עסט מען אחר פורים

עבד ה' » דינסטאג אפריל 16, 2024 2:13 pm

· #559325
Re: הילף איבער מצות
קלמישל #
תוך ל' איז פשוט פרישער...
עס דאכט זיך מיר אז עס איז אויך דא א ענין צו האבן און די דרייסיג טעג ע''פ הלכה

אלפא » פרייטאג אפריל 19, 2024 12:33 pm

· #559682
חומרות איבער מצות
נעכטן אין בעקעריי איז געווען גאנץ אינטרעסאנט. צוויי אידן שפאצירן אריין זיי ווילן מסדר זיין א חבורה פאר זייערע מצות.

איינער דארף גארנישט, ער וויל איין זאך - כשר'ע מצות, און ביי אים אין בעלזא זאגט ער איז מען אפי' נישט מקפיד אויף די אכטצן מינוט - דריי און צוואנציג איז פונקט אזוי כשר (-אינטרעסאנט אז בעלזא האט פונקט דא געטראפן וואו נישט צו האבן קיין קפידא...)

דער צווייטער הייבט אן ארומצושפאצירן זיבן מאל כנגד די שבע בנות צלפחד, צום אלעם ערשט האט ער אנטדעקט אז געוויסע חברה דרייען איבער די מצה אינמיטן וועלגערן. האט ער אנגעהויבן מיט א טאנטרום, זיין טאטע האט געהאט איין זייטיגע מצות וויל ער אויך נאר דאס! געווען איז דארט א ספרדי'שער ארבייטער וועלכע אין זיין אינסטינקט דרייט ער איבער די מצות אויך אינמיטן די ארבייט, דער רבי'לע האט זיך פאר גארנישט בארואיגט - ווען ער זאגט עס דארף זיין אויף איין זייט איז איין זייט (ווען א איד זאגט קאלבל איז עס א קאלב נישט קיין הינט...). ער האט געמאכט קולות אויף דעם ספרדישן ארבייטער, מאנכע האבן אים אפי' באצייכנט אלץ ראסיסט. אבער ער ווייסט פון גארנישט, זיין קאפ איז אים געווייערט איינזייטיג.

ער האט אויך געוואלט אז מ'זאל נישט רעדן בשעת'ן ארבייטן מיט זיינע מצות, און פאר דעם איז ער געווען גרייט צו געבן א טיפ פאר יעדן ארבייטער.
נאך שיין פון אים אז אטעמען האט ער יא געלאזט און אז ער האט נישט מקפיד געווען אז יעדער ארבייטער זאל זיך גליען די הענט.

וואס איז מיר אבער אינטרעסאנט איז וויאזוי עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם צו שרייען אויף אידן ברבים - מעגליך גאר פארשעמען, ווילאנג זיינע מצות ענדלען צו זיין טאטעס מצות. פארוואס פארשטייט ער אז קיין קליינליכע חומרות טאר ער נישט אויפגעבן אבער אויף א צווייטנס געפיל און רעספעקט מעג מען לכתחילה שפאצירן.
די ראשי תיבות פון 'פרום' האט באקומען א שטערקערע באדייט, אבער פון די אנדערע זייט איז אינטרעסאנט וויאזוי אידן וואס איך קען באמת אלץ מדקדקים בקלה וחמורה נעמען נישט אין באטראכט ריכטיג דעם משקל החסידות.

אז מ'רעדט שוין. א דריטער האט געהאט א חומרא נישט איבערצונוצן דעם קנעט-שיסל פאר מער ווי איין מיירע, וואס מיינט אז מ'האט עס אויסגעוואשן און גענומען א פרישע אפאר מאל אין יעדע 18 מינוט גאנג. עס איז לכאו' אבער אן אמעראצעס, ווייל סיי דער קנעטער אליין בלייבט יא מיט שמוציגע הענט פונעם פריערדיגן טייג וועלכע ער וואשט נישט אפ אינצווישן, און בעיקר ווייל אפי' לויטן רא"ש אליין איז די געדאנק נאר אז איינמאל מ'הייבט אן צו באארבייטן דעם טייג ווערט עס גלייך (אדער שנעלער) חמץ, איידער דעם אבער גייט דאך ארויף דעם שיעור פון א מיל. דא אבער זענען זיי מקפיד שוין ביים קנעטער אז עס איז מעגליך מחמיץ, וואס אם כן לא שבקת רוחא פארן גמ' שיעור פון א מיל בכלל צו חל זיין - און אפי' דער רא"ש האט נישט געהאלטן אזוי.