☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » א פרישע ביכל קלאב

א פרישע ביכל קלאב

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16985
בלאט: 1 2

תרמב » מיטוואך אפריל 10, 2024 8:38 pm

· #558705
א פרישע ביכל קלאב
א גוטן חברה!

ס'קומט פסח און מיט דעם קומט א פארפלייצונג פון מאגאזינען און גליונות, אלע קאלירן און גרויסע פנימער אויף די דעקלעך, גראבע אנגעפאקטע בעגס מיט ביילאגעס, איך פלעג ערליך איינקויפן אסאך מאגאזינען ביז איך האב זיך אויסגעלערנט אז ס'איז נישט מוראדיג אינטערסאנט, זייער אסאך ארטיקלען זענען רעסייקלט, אפילו ס'איז געשריבן פון פריש איז עס די זעלבע נושא וואס דער צווייטער מאגאזין האט שוין געשריבן פאראיאר, על כל פנים איך האב אויפגעהערט צו קויפן די זאכן.

איך דארף דאך עפעס לייענען שבת און יום טוב ווען קאווע שטיבל און אייוועלט איז נישט אוועילעבל, האב איך זיך גענומען קויפן ביכער, דא אויף קאווע שטיבל איז דא א פיינע אשכול פון ביכער, גאר אסאך ביכער פון דארט האב איך געקויפט און געלייענט, יעצט קומט פסח וויל איך איינקויפן נאך ביכער, האב איך געקלערט אז איך וועל בעטן דעם עולם דא זאל העלפן מיט רעקאמאנדאציעס.

איך עפן א נייע אשכול אפילו ס'איז שוין דא אזא אשכול, ווייל איך ווייס אז אזוי וועט עס זיין מער אפעקטיוו, ביי די מאווי'ס האט מען געעפענט א פרישע מאווי קלאב אשכול האט עס געהאלפן אפילו ס'איז שוין געווען אזא אשכול.

בעט איך דעם עולם זיך אנצורופן ווארים, מיט אלע סארטן רעקאמאנדעישאנס, אלע נושאים, אידישקייט, ראמאנס, פיקציע, אידיש, ענגליש און העברעיש. און איך וועל גאר שטארק אפרישיעטן.

יישר כוח למפרע!

כרם זית » מיטוואך אפריל 10, 2024 8:58 pm

· #558709
Re: א פרישע ביכל קלאב
Wow יישר כח @תרמב. סהדי במרומים אז איך האב פינקט היינט געטראכט פון עפענען אזא אשכול!

די ערשטע זאך וועלכע איך צולינקן צו קובץ "המעיין" פון חודש ניסן. איך האב עס נאך נישט דורכגעלייענט אבער איך בין זיי מעמד על חזקתם אז זיי האבן אייביג עפעס אינטערעסאנט.

https://www.machonso.org/hamaayan/?gilayon=73

כספי » מיטוואך אפריל 10, 2024 9:26 pm

· #558712
Re: א פרישע ביכל קלאב
איך האב לעצטנס געליינט א נייע ביכל, מיטן נאמען 'מיסטעריעזע שריפטן', געשריבן דורך 'הרב שמואל פוקס', אלעס איבער די באוואסטע מגילת ים המלח, און אלעס ארום, עכט האב איך געהאט אין פלאן אפצושרייבן א לענגערע אפשאצונג אויפן ביכל, ביזדערווייל בין איך אבער נישט אנגעקומען, אפשר וועט עס נאך געשען
ס'האט גאר אסאך אינטרעסאנטע חלקים, קודם די עצם מעשה ווי וואס און ווען, נאכדעם צונעמט ער גאר אסאך טעאריעס, און יעדע טעאריע איז ער גוט מסביר, ער פאנגט אן פון די שורש און ער פארט ארום און ארום, ביז ער קומט צוריק. אינצווישן ווערט מען קלארער און גאר אסאך נושאים ווי למשל די איסיים וואס ער איז זייער פארנומען וכדו'
העכסט רעאקאמענדירט פאר איינער וואס האט ליב היסטאריע און טעאריעס.

חסרונות: דער שרייבער זעט אויס צו זיין א עילוי, וועגן דעם קען זיך מאכן אז ער חזר'ט איבער אפאר מאל זאכן וואס ער האט שוין געשריבן, אזוי אויך בשעת'ן ליינען דעם ביכל קומט מען נישט ארויס קלאר, ווייל ס'איז דא אזויפיל טעאריעס, און יעדע טעאריע האט אסאך חלקים און חילוקים וכו', סוף ביכל נעמט ער יא גוט צאם אלע טעאריעס וכו', אבער נאך אלץ קומט מען נישט ארויס אינגאנצן קלאר.
אויך איז ער ווי פארשטענדליך געבינדן צו אמיתת התורה, סאו ער איז נישט אינגאנצן אביעקטיוו

פון דא און ווייטער איז דא א שטיקל שמועס פון די חכמי השטיבל @יידל און @יאיר וכו', איבער די מגילות ים המלח

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:00 pm

· #558855
Re: א פרישע ביכל קלאב
איך זאג נאכאלץ (אזוי ווי כ'האב שוין געזאגט פון פריער) אז די סיפורי מעשיות פון דעם גרויסן אידיש שרייבער חיים גראדע (א געוועזענער תלמיד פון חזון אי"ש) וועלכער לייגט אראפ דאס אידישע לעבן אין די שטאט ווילנא צווישן די צוויי וועלט מלחמות.

איין ביכל הייסט "די קלויז און די גאס". די צווייטע הייסט "דער שטומער מנין". ער האט געשריבן נאך ביכלעך. איך האב נישט אלע אדורכגעליינט. נאר די צוויי אנטהאלטן וואונדערליכע מעשיות. און שילדערונגען פון דעם טאג טעגליכן לעבן פון די אידישע איינוואוינערס אין די שטאט וילנא. וואס מ'האט גערופן ירושלים ד'ליטא.

ער שילדערט דארט אלע איינוואוינערס פון לייבע לייזער'ס הויף. די גאר פרומע ווי ר' חזקיה טייטלבוים דער שלאסער. און משה'לע מונוואס דער פרייער הפקר יונג און ליידיגגייער. און אלעס אינצווישן.

אויך פארציילט ער פארוואס דער "שטומער מנין" האט אזוי געהייסן. און די אלע כאראקטערס וועלכע האבן געהאט א שייכות מיט דעם פלאץ.

נאך א מעשה וואס ער פארציילט איז ווי א פאר אלטע זיידעס בעל בת'ישע אידן זענען געזיצן אין א ביהמ"ד, קלויז ישן. דארט האבן זיי פארברענגט די טעג. און וויאזוי די זקנים האבן זיך געספראוועט מיט דעם אנקום פון "אסיען"/ הערבסט. און אינמיטן די ברענעדיגע פראסט פון ווינטער האבן א פאר אידישע קינדערלעך, תינוקות שנשבו וועלכע זענען געגאנגען אין א אידישע שול. וואו מ'האט נישט געלערנט חומש מיט רש"י און שמע ישראל. פארבלאנדזשעט אין קלויז ישן. וואו ס'איז געווען פיין ווארעם. און א יעדער פון די זקנים האט "אדאפטירט" איינעם אדער צוויי פון די קינדער און זיי געגעבן ממתקים. לעקעך און קענדיס. און זיי האבן געלערנט מיט די אידישע קינדער תורה.

ווען ס'איז געווארן א ביסל ווארימער זענען שוין די קינדערלעך נישט געקומען אין ביהמ"ד. די אלטע לייט האבן זיך שטארק געבענקט נאך זיי. איינע פון די מאמעס פון די קינדער וועלכע איז נישט געווען א ל"ו צדיקת האט זיך באקלאגט אז די זיידעס ווילן מאכן זיערע קינדער "פרום".

די אידשע פובליקאציעס וואלטן געקענט אנהייבן באשרייבן די מעשיות. ס'איז נאר דא איין פראבלעים. דער מחבר האט נישט זייער שטארק מקפיד געווען אייביג צו שרייבן בלשון נקיה.

ווען מ'זאל עס קענען אויסרייניגן (פילטערן) און ארויסנעמען געוויסע חלקים וואלט דאס געווען אן אומשאצבארער אוצר.

בר גיורא » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:59 pm

· #558862
Re: א פרישע ביכל קלאב
א געוואלדיגע געדאנק אויצפרישען די בוק קלאב דא.
אפשר זאל מען גרינדען א געהעריגע היימישע בוק קלאב, ווי יעדע וואך וועט מען ליינען צוזאמען א געוויסע בוך (קען זיין א דיגיאטלע) און דיסקוסירען נאכדעם.

אגב, לעצטענס געליינט 2 גאר אינטרעסאנטע ביכער.
1) Chip War איבער די היסטאריע פון די קאמפיוטער טשיפ דעוועלאפמענט. די פאור דינאמיקס די לעצטע 50 יאר וואס איז אין א גרויס חלק אנגעבינדען אין קאמפיוטינג. אויך צינעמט ער די גלאבאלע טשיפ סופליי טשעין, וואס געשעט אויב 1 חלק פון די טשעין ארבעט נישט (אזוי ווי סאיז געשען 2 יאר צוריק), און די טעכנישע חלק וויאזוי טשפיס ארבטען און ווערן געבויט. סאיז ממש אומגלויבלעך ווי ווייט מאיז געקומען פון 30 יאר צוריק אין די הינזיכט.

2)Mavericks, Mystics & False Messiahs, געשריבען ביי פיני דאנער, ווי ער דעקט אויף גאר אנטרעסאנטע שטיקלעך פון אידישע היסטאריע אזוי ווי שבצי צבי, גט מקליווע, און נאך.
כוועל דארפען שרייבען עקסטער וועגן די ביכער אין עברית.

בהצלחה!

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:34 am

· #558963
Re: א פרישע ביכל קלאב
Bad therapy געשריבן דורך Abigail Shriar.

א בוך וואס צושאקלט שטארק די היינטיגע מהלך צו קינדער טערעפי.

ס'האט מיר געטוישט מיין גאנצע צוגאנג צו טעראפי, און ס'העלפט מיר שטארק אין לעבן.

בר גיורא » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:42 am

· #558969
Re: א פרישע ביכל קלאב
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים.
כהאב הנאה אז האסט ארויפגעברענגט רונן ברגמן.
ער האט שוין געשריבען כמעט 10 ביכער, רוב איז נאר דא אין עברית. איך וואלט שטארק רעקאמענדירט זיין מערסט פאפולערע בוק "Rise and kille first" איבער די מוסד. און ווי ער דעקט אויף אסאך מוסד אפעראציעס און בכלל ווי אזוי די גאנצע איזראעלי שפיאנאזש ארבעט.

ווי אויך איז דא א בוך "Spies of no coutry" פון Matti Friedman וואס שרייבט איבער די ערשטע איזראעלי שפיאנען פון פאר, און בשעת די לאנד האט זיך געגרינדעט.
איך האב עס דורכגעליינט און 1 אטעם. סאיז א געהעריגע דראמא בוך.

תרמב » זונטאג אפריל 21, 2024 4:51 pm

· #559838
Re: א פרישע ביכל קלאב
שכוח יעדער איינער פארן ארויסהעלפן מיט עצות איך זאל האבן וואס צו לייענען פאר פסח.

איך האב געקויפט עטליכע פון די פארגעשלאגענע ביכער.

אבער מ'קען נאך ארויסהעלפן דעם קלאב ווייטער, מ'דארף דאך האבן וואס צו לייענען נאך פסח אויך.
📎 WhatsApp Image 2024-04-21 at 4.47.15 PM.jpeg

Nanach » זונטאג אפריל 21, 2024 5:23 pm

· #559857
Re: א פרישע ביכל קלאב
ווי קען מען באקומען נאחז בסבך און אמעריקה (אנליין)

חדשים » זונטאג אפריל 21, 2024 5:24 pm

· #559858
Re: א פרישע ביכל קלאב
הארטע קאפי ביי טובי’ס

Nanach » זונטאג אפריל 21, 2024 5:37 pm

· #559860
Re: א פרישע ביכל קלאב
איך בין נישט אין ניו יארק, ווי קען איך עס באשטעלן אנליין?

אלפא » זונטאג אפריל 21, 2024 6:08 pm

· #559864
Re: א פרישע ביכל קלאב
די ספר מבריסק עד קוסובה איז היבש אייגנארטיג און אינטרעסאנט, עס איז סתם אזוי א גוטע ליקוט פאר מקורות איבער געוויסע קאנטראווערסאלע נושאים (טעותים אין חז"ל, עוואלוציע ויהדות, פיליזאפישע מושגים, וכו'). פון זיין פעדער האט מען שוין אבער געהערט בעסערס.

איך זוך מיט ליכט מיכאל אברהם'ס טרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??

צקון לחש » זונטאג אפריל 21, 2024 7:15 pm

· #559869
Re: א פרישע ביכל קלאב
אלפא #
איך זוך מיט ליכט מיכאל אברהם'ס טרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??
אלפא זוכט ווארשיינליך א שליח קיין אייראפע אבער מענין לענין -
איך וואונדער זיך שוין לאנג צו דען איז נישטא אין אמעריקא גענוג א גרויסע קלייענטעל פאר א געשעפט וואס זאל נארמאל פארקויפן אויפגעכאפטע העברעאישע ביכער?

Nanach » זונטאג אפריל 21, 2024 7:20 pm

· #559870
Re: א פרישע ביכל קלאב
וואספארא אידישע ביכער איז עוועילעבל אף עמעזאן פאר די אשת חיל (פרינטעד ביי עמעזאן) איך האב מיר יעצט דערמאנט צו באשטעלן און איך וויל עס נאך אויף יום טוב (די וועקערס האב איך שוין)

טליתנאה » זונטאג אפריל 21, 2024 9:29 pm

· #559874
Re: א פרישע ביכל קלאב
צקון לחש #
אלפא #
איך זוך מיט ליכט מיכאל אברהם'ס טרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??
אלפא זוכט ווארשיינליך א שליח קיין אייראפע אבער מענין לענין -
איך וואונדער זיך שוין לאנג צו דען איז נישטא אין אמעריקא גענוג א גרויסע קלייענטעל פאר א געשעפט וואס זאל נארמאל פארקויפן אויפגעכאפטע העברעאישע ביכער?
steimatzky.co.il
שיפינג איז רעלאטיוו ביליג, איך פיר מיך צו קויפן 3-4 ביכער יעדע פאר חדשים, איבער 300 ש"ח איז פרי שיפינג

נעקסט לעוועל » זונטאג אפריל 21, 2024 10:37 pm

· #559877
Re: א פרישע ביכל קלאב
אלפא #
איינער א שליח??
אויב רעלעווענט קענסט דעליווערן צו מיר אין ירושלים
ביז די טרעפסט א שליח
(געוויסע אניודשעל ספרים/בוקס זענען נאר עוועילעבל פאר א קורצע וויילע אויפן וועבזייטל, דערנאך דארף מען זיך שוין טייל מאל דערשנאפענען צו די געשעפטן לענגאויס די יפו שטראסע און האפן אז עמיצער וועט עס נאך האבן אין סטאק)

ובזה הצעתי שלוחה, אויב עמיצער דארף עפעס א ספר/בוק פון די מארקעט דא אינעם הייליג לענדל, קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי, כהעל פרובירן צו ארויסהעלפן זיכן און די לאקאלע געשעפטן.

חדשים » זונטאג אפריל 21, 2024 11:26 pm

· #559884
Re: א פרישע ביכל קלאב
טליתנאה #
צקון לחש #
אלפא #
איך זוך מיט ליכט מיכאל אברהם'ס טרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??
אלפא זוכט ווארשיינליך א שליח קיין אייראפע אבער מענין לענין -
איך וואונדער זיך שוין לאנג צו דען איז נישטא אין אמעריקא גענוג א גרויסע קלייענטעל פאר א געשעפט וואס זאל נארמאל פארקויפן אויפגעכאפטע העברעאישע ביכער?
steimatzky.co.il
שיפינג איז רעלאטיוו ביליג, איך פיר מיך צו קויפן 3-4 ביכער יעדע פאר חדשים, איבער 300 ש"ח איז פרי שיפינג
איך זע נישט דארט דאס וואס אלפא זוכט. האסט אפשר א לינק?

לבונה זכה » זונטאג אפריל 21, 2024 11:37 pm

· #559895
Re: א פרישע ביכל קלאב
איך זוך שוין לאנג א סעלושאן פאר ביכער און ספרים וועלכע איך דארף שוין נישט, אבער מעגליך אן אנדערער וואלט זיך צוגעכאפט צו זיי. יעדע געגנט דארף וועהן א לייברערי ווי מענטשן קענען אויפגעבען זיייערע גענוצטע ספרים-ביכער פאר אנדערע צו נעמען אומבאצאלט. אזא סארט פינטערס ספרים געשעפט אבער אן אפצאל. אפשר מאכן א וואטסעפפ טשענעל.

נעקסט לעוועל » זונטאג אפריל 21, 2024 11:48 pm

· #559902
Re: א פרישע ביכל קלאב
לבונה זכה #
איך זוך שוין לאנג א סעלושאן פאר ביכער און ספרים וועלכע איך דארף שוין נישט, אבער מעגליך אן אנדערער וואלט זיך צוגעכאפט צו זיי. יעדע געגנט דארף וועהן א לייברערי ווי מענטשן קענען אויפגעבען זיייערע גענוצטע ספרים-ביכער פאר אנדערע צו נעמען אומבאצאלט. אזא סארט פינטערס ספרים געשעפט אבער אן אפצאל. אפשר מאכן א וואטסעפפ טשענעל.
עפן א נייע אשכול פאר דעם
ווי יעדער וועט קענען ארויפלייגן זיינע ביכער וואס ער דארף שוין נישט, זה נהנה וזה לא חסר
איי, גילוי?
עפן א אנאנימעס פי או באקס, די לוקח צאלט שיפינג, וחסל סידור פסח

טליתנאה » מאנטאג אפריל 22, 2024 12:23 am

· #559907
Re: א פרישע ביכל קלאב
חדשים #
טליתנאה #
צקון לחש #
אלפא #
איך זוך מיט ליכט מיכאל אברהם'ס טרילוגיה (פרינט עדישאן), אבער ווי ווייט איך ווייס קען מען עס נאר באקומען אין ארץ ישראל.
איינער א שליח??
אלפא זוכט ווארשיינליך א שליח קיין אייראפע אבער מענין לענין -
איך וואונדער זיך שוין לאנג צו דען איז נישטא אין אמעריקא גענוג א גרויסע קלייענטעל פאר א געשעפט וואס זאל נארמאל פארקויפן אויפגעכאפטע העברעאישע ביכער?
steimatzky.co.il
שיפינג איז רעלאטיוו ביליג, איך פיר מיך צו קויפן 3-4 ביכער יעדע פאר חדשים, איבער 300 ש"ח איז פרי שיפינג
איך זע נישט דארט דאס וואס אלפא זוכט. האסט אפשר א לינק?
אה אנטשולדיגט, איך האב ריפלייט אין דזשענערעל אויף ביכער אויף עברית נישט אויף מיכאל אברהם'ס ספעציפיש

אלע צוזאמען » מאנטאג אפריל 22, 2024 11:25 am

· #559949
Re: א פרישע ביכל קלאב
נעקסט לעוועל #
לבונה זכה #
איך זוך שוין לאנג א סעלושאן פאר ביכער און ספרים וועלכע איך דארף שוין נישט, אבער מעגליך אן אנדערער וואלט זיך צוגעכאפט צו זיי. יעדע געגנט דארף וועהן א לייברערי ווי מענטשן קענען אויפגעבען זיייערע גענוצטע ספרים-ביכער פאר אנדערע צו נעמען אומבאצאלט. אזא סארט פינטערס ספרים געשעפט אבער אן אפצאל. אפשר מאכן א וואטסעפפ טשענעל.
עפן א נייע אשכול פאר דעם
ווי יעדער וועט קענען ארויפלייגן זיינע ביכער וואס ער דארף שוין נישט, זה נהנה וזה לא חסר
איי, גילוי?
עפן א אנאנימעס פי או באקס, די לוקח צאלט שיפינג, וחסל סידור פסח
הונדערט פראצענט מיט דיר, יעצט פאר פסח האט מען ארויסגעווארפן אסאך גוטע ביכער וואס אנדערע וואלטן געקענט הנאה האבן.

הכנה דרבה » מאנטאג אפריל 22, 2024 4:09 pm

· #559984
אז מ׳האט ערווענט העררי׳ס בוך

יש עתיד » מאנטאג מאי 6, 2024 8:26 pm

· #561053
Re: א פרישע ביכל קלאב
קען מיר איינער רעקאמענדירן אפאר גוטע פסיכאלאגיע און סעלף-העלפ ביכער?

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 8:31 pm

· #561054
Re: א פרישע ביכל קלאב
Thinking fast and slow

No excuses Brian Tracy

Atomic habits

יש עתיד » מאנטאג מאי 6, 2024 9:20 pm

· #561057
Re: א פרישע ביכל קלאב
א דאנק.

Aromic Habits דורך James Clear איז טאקע א מעסטערפיעס, דאס האב איך שוין דורכגעליינט מער-ווייניגער און עס האט מיר גאר שטארק געכאפט, נישט קיין וואונדער עס האט שוין פארקופט 15 מיליאן קאפיעס, און איז מן הסתם די מערסט פארקויפטע אזא בוך די לעצטע צוויי-צענדליגע יארן.
ס'טייטשט, סתם זאגן איין צופרי איך שטיי אויף און איך הער אויף צו עסן איבריגע זאכן, אדער איך הער אויף צו בטל'ן צייט אויף סאושעל מידיע, איך נעם מיך פאר דאס און יענס, דאס גייט גארנישט טוישן, ברענגט ער אריין די זאך פון געוואוינהייטן, 'Habits', און וויאזוי מען קען מאכן סיי וואספארא זאך אן צופיל מיה, א געוואוינהייט.
זיין הויפט נקודה איז אז טאמער לאמיר זאגן אן עראפלאן פליט ארויס פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס, און אינמיטן וועג פארקירעוועט ער דעם וועג מיט בלויז א האלבע מייל טוערדס דרום זייט, טאקע א פיצינקעלע חילוק, אבער צום סוף וועט ער זיך טרעפן לאנדן אין מעקסיקא אדער ווייס איך וואו.
אזוי אויך אז א מענטש וועט אנפאנגען צו טוישן א זאך מיט 1% (גאר ווייניג), וועט ער סוף יאר זיין פאראויס מיט 365% אין יענעם הינזיכט! אזוי גייט ער דארט אריין בפרטי פרטים.

די 2 אנדערע זעהט אויך אויס צו זיין העכסט אינטרעסאנט, העמיר עס בעז"ה דורכליינען.

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 9:27 pm

· #561058
Re: א פרישע ביכל קלאב
ער האט נאך אפאר וויכטיגע נקודות. ווי למשל אז יעדער פעולה דארף קביעות. ד''ה א צייט און פלאץ געאייגנט נאר אויף דעם און נאך אפאר אזעלכע פוינטס. ס'זענען דא צענדליגע שיינע סאָמערי ווידעאס אויף יוטוב פון דער ביכל.

בר גיורא » דינסטאג מאי 7, 2024 5:35 pm

· #561209
Re: א פרישע ביכל קלאב
די נייע בוך פון טוביה טענענבוים "חרדי וטוב לו" איבער מאה שערים היינט ארויסגעקומען אין ענגליש. (געליינט אין עברית, געוואלדיגע ארבעט)
ער האט זיך געדרייט אין מ"ש פאר כמעט א יאר און זיך געטראפען מיט אפאר רבי'ס דארט. בעיקר שרייבט ער איבער זייעל lifestyle און מהלך המחשבה.
אין ענגליש הייסט עס Careful, Beauties Ahead!
https://gefenpublishing.com/product.asp?productid=3417

לויפט און קויפט

היימלינד » דינסטאג מאי 7, 2024 5:46 pm

· #561212
Re: א פרישע ביכל קלאב
בר גיורא #
די נייע בוך פון טוביה טענענבוים "חרדי וטוב לו" איבער מאה שערים היינט ארויסגעקומען אין ענגליש. (געליינט אין עברית, געוואלדיגע ארבעט)
ער האט זיך געדרייט אין מ"ש פאר כמעט א יאר און זיך געטראפען מיט אפאר רבי'ס דארט. בעיקר שרייבט ער איבער זייעל lifestyle און מהלך המחשבה.
אין ענגליש הייסט עס Careful, Beauties Ahead!
https://gefenpublishing.com/product.asp?productid=3417

לויפט און קויפט
איך האב מיר אמאל געטראפען מיט דעם ר' טעביען, ער איז א זיסער לץ און שרייבט זייער סארקאסטיש, איז פאר די נאיווע דא זייטס נישט מדייק אין די בוך ווי אין א ראשון להבדיל, ענדז'ויט עס מיט א גרעין אוו סאלט.

בר גיורא » דינסטאג מאי 7, 2024 9:51 pm

· #561238
Re: א פרישע ביכל קלאב
פאר די דאזיגע וואס זענען אינרטרעסירט אין געא-פאליטיקס. איך האב יעצט געענדיגט א בוק "World Order" פון הענרי קיסינדזשער זי"ע. כידוע פון די גרעסטע אנאליטיקער אין פאליטיק. ווי ער צינעמט יעדע region באזונדער, די היסטאריע און דינעמיקס, ווי אזוי יעדע לאנד און קולטור די לעצטע 1000 יאר פארשטייט די וועלט. און זייער prisam אויף די איבריגע וועלט.

בר גיורא » דאנערשטאג יוני 13, 2024 6:10 pm

· #564867
Re: א פרישע ביכל קלאב
תרמב #
אינטערסאנט קיינער האט נאך נישט דערמאנט די ביכל מלכים ג' פון יוכי ברנדס, זי באשרייבט די גאנצע לעבן פון מיכל די טאכטער פון שאול און ווייב פון דוד, זי לייגט צו דארט גאנצעטע געביידעס פון דמינות, אבער ס'איז זייער אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי זי לייגט אראפ די גאנצע לעבן דארט, די מעשה פון דוד בת שבע ועוד, זי לייגט אראפ דוד המלך אלס א געפערליכע אכזר, איין זאך וואס זי ברענגט שטארק ארויס איז אז אסאך וואס איז פארגעקומען אין תנך איז באשריבן געווארן צו אראפלייגן נערעטיוו'ס, זי לייגט אראפ אז בת שבע האט נישט געהאט קיין קינד, ס'איז נאר געווען א שפיל אז דער עולם זאל זעהן אז דוד המלך ווערט באשטראפט פאר'ן הרגענען אוריה החתי, און דאן האט ער געקלאגט אז זיין קינד איז קראנק, און די גאס האט געהאט מיטגעפיל.

בקיצור איך קען נישט איבערשרייבן די גאנצע ביכל, אבער איך וואלט שטארק גערוטן שמן למאור צו כאפן א בליק דארט, לויט ווי ער האט באשריבן די מעשה דא, שפיר איז אז ער וועט שטארק הנאה האבן צו לייענען אזא ביכל, ס'איז דא צו באקומען אין ענגליש, ס'הייסט The Secret Book of Kings: A Novel. ס'איז דא צו באקומען אויף אמאזאן.
דורך געליינט שבועות ביינאכט (לכבוד די יארצייט..) איינער וואס קען גוט און אפרישיעט די מעשיות און "מצב רוח"/Vibe פון תנך, וועט עס זייו זייער אינטרעסאנט. (איך האב עס נישט געקענט אראפלייגען און געליינט בנשימה אחת).

די ציל פון די בוך איז נישט אראפצילייגען כאראקטערס אין א נעגעטיווע בליק, נאר מער צי מסביר זיין וואזוי זאכן "וואלטען געקענט געשעהן" אויב מנעמט ארויס די נערעטיוו בייעס און מלערענט אפ די מעשה אביעקטיוו. די בוק איז אפציעל אויסגעשטעלט ווי א נאוועל Vs אן אלטערנטיווע ווערסיע צי תנך.

זי האט שוין געשריבען עטליכע ביכער בסגנון זה, איך האב געליינט איינס "כשאלוהים היה צעיר" און ספר בראשית. סגעט א געוויסע פערספעקטיוו, אבער מדארף עס וויסען וויאזוי צי עסן, און צילייגען געווירצען...

מר שושני » דאנערשטאג יוני 13, 2024 10:48 pm

· #564871
Re: א פרישע ביכל קלאב
דעם שבועות איז מיר דאס ערשטע מאל אויסגעקומען צו ליינען דאס ביכל 'ותינוק ללמדו ספר' פון קטלא קניא.

דאס אז איך האב נישט ארויסגענומען אפילו איין חידוש דערפון איז דער גרעסטער הוכחה ווי ווייט ער איז 'זשאסט סטעיטינג די אבוויעס', און אין וואספארא חורבן אונז זענען אז שוין 2024 און עוד אנו מצפים לישועה.

זיין גאלדענע פעדער און הומאריסטישע לשון האט מיר אריינגעברענגט א שמחת יום טוב.

טינקלקייט » מיטוואך יוני 26, 2024 12:12 am

· #566268
Re: א פרישע ביכל קלאב
ווייסט איינער ווי איך קען פארשאפן די ביך "חרדי וטוב לו" אויף א פדפ?
געשריבן דורך טוביה טננבום א היימישע פון ירושלים אפגעפארן אין זיינע אינגע יארן צוריקגעקומען וואוינען אין ירושלים פאר א יאר צו ביישרייבן אלע מינע חרדים אין זייער לעבן זייער אמתדיק אין א זיסן שפראך
איך האב עס געלייענט אין עס איז ווערט
איך זיך די פדפ פאר א חבר

מר שושני » מיטוואך יוני 26, 2024 1:09 am

· #566291
Re: א פרישע ביכל קלאב
טינקלקייט #
ווייסט איינער ווי איך קען פארשאפן די ביך "חרדי וטוב לו" אויף א פדפ?
געשריבן דורך טוביה טננבום א היימישע פון ירושלים אפגעפארן אין זיינע אינגע יארן צוריקגעקומען וואוינען אין ירושלים פאר א יאר צו ביישרייבן אלע מינע חרדים אין זייער לעבן זייער אמתדיק אין א זיסן שפראך
איך האב עס געלייענט אין עס איז ווערט
איך זיך די פדפ פאר א חבר
זאג פארן חבר ער קען אליין ארויפקומען בעטן. און אויב ער שעמט זיך אז ער וויל עס נישט קויפן קען ער ארויפקומען דא און זאגן אז ער האט שוין געליינט און ער דארף עס נאר פאר א חבר.. 🤪

Just kidding around

צקון לחש » מיטוואך יוני 26, 2024 9:50 am

· #566322
Re: א פרישע ביכל קלאב
.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 28, 2024 1:04 am

· #566661
Re: א פרישע ביכל קלאב
ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א ביכל מיט דעם נאמען...Uncomfortable conversations with a Jew...!

די מחבר/ת פונ'ם בוך איז א אידישע פרוי מיט'ן נאמען נועה תשבי. זי האט פארצייכנט שמועסן וואס זי האט געהאט מיט אן אפריקאנער אימיגראנט (פון ניידזשיריע) און געוועזענעם פוטבאל שפילער, אטשא עמאנועל. ער האט א שוי וואו ער ברענגט ארויף פארשידענע מענטשן און מ'קען פרעגן סיי וועלכע שאלות אדער קשיות. נאר ס'מוז קומען פון נייגעריגקייט. נישט פון שנאה.

ער האט איהר געפרעגט פארשידענע "אומ-באקוועמע" שאלות איבער אידן. זיי האבן אלעס אדורכגעארבעט. זי האט געענטפערט אויף אלע זיינע שאלות און ספיקות. אויך פרע-דזשודיס וואס ער'ט געהאט איבער אידן. זאכן וואס איז נישט פאליטיקלי קארעקט צו פרעגן.

זייער אן אינטרעסאנטער בוך. למשל ער האט איהר געפרעגט איבער פארשידענע איינרעדענישן וואס די גויים האבן געהאט אדער האבן נאכאלץ איבער אידן.

א פאר פון די תירוצים זענען גאנץ שוואך און הינקען היבש אונטער. זי איז נישט קיין פראפעסאר פון היסטאריע. אבער דאך. ס'איז אינטרעסאנט צו ליינען.

בר גיורא » פרייטאג יוני 28, 2024 9:46 am

· #566675
Re: א פרישע ביכל קלאב
איינער קען רעקאמענדירען א גוטע היסטארישע נאוועל?

יש עתיד » פרייטאג יוני 28, 2024 4:38 pm

· #566721
Re: א פרישע ביכל קלאב
בר גיורא #
איינער קען רעקאמענדירען א גוטע היסטארישע נאוועל?
'היסטארישע נאוועל' מיינט א נאוועל וואס רעדט איבער א געוויסע פונקט אין היסטאריע, אדער א נאוועל וואס איז געשריבן הונדערטער יארן צוריק און די נאוועל זעלבסט איז היסטאריש?

(נישט אז איך האב שוין געליינט אפי' איינס פון די צוויי, סתם נייגעריג די אפטייטש)

צקון לחש » פרייטאג יוני 28, 2024 4:53 pm

· #566723
Re: א פרישע ביכל קלאב
בר גיורא #
איינער קען רעקאמענדירען א גוטע היסטארישע נאוועל?
A Tale of Two Cities איז פון די מערסטע פארקויפטע ביכער, עס איז איבער די תקופה פון די פראנצויזישע רעוואלוציע (איך האב עס נאכנישט געליינט)

בונה של טוב » פרייטאג יוני 28, 2024 6:35 pm

· #566732
Re: א פרישע ביכל קלאב
יש עתיד #
קען מיר איינער רעקאמענדירן אפאר גוטע פסיכאלאגיע און סעלף-העלפ ביכער?
די איינרעדעניש פון ״נארמאל״


פון א אידישן דאקטער וועלכער האט אויך מחבר געווען א וואונדערבארע ביכל וועגן עדיקשן ״in the realm of hungry ghosts” און נאך א געוואלדיגע ביכל וועגן Adhd מיט׳ן נאמען: scattered minds

https://www.amazon.ca/T𝐡e-M𝐲𝐭h-No𝐫𝐦al-Illness-Notebook/dp/B0BMSQN3NC/ref=mp_s_a_1_2?crid=V59NO0TDJLC1&dib=eyJ2IjoiMSJ9.mO0q1HMPLig2Gg48-kTkUo7CynhDVGfsJiHUaVIHpDXLck1TxhAzYlKI2IuBGuq4kZh5qeB9CzNZf2ZAJqaFwu_UTFM6zha5HD4NWC4VSimd23jutYDSLbcebH-HEaVpyyynzE6BxkiMjKcat4I89Gs9UxVl0IGPkMJLmkcXWR9g2eayYYb3WrT61Xjsz2ZyHiWCuQZXAIBHuORNY64XKw.P6P8aeUL7Bg7ku-6rpoNkG6MQu4MfKE-l268zbV9F4M&dib_tag=se&keywords=the+myth+of+normal+book&qid=1719613236&sprefix=the+myth+of+normal%2Caps%2C281&sr=8-2
📎 6CB94F5A-2E7D-43DE-8A2A-27771F66F547.jpeg

בונה של טוב » פרייטאג יוני 28, 2024 8:34 pm

· #566740
Re: א פרישע ביכל קלאב
Nanach #
וואספארא אידישע ביכער איז עוועילעבל אף עמעזאן פאר די אשת חיל (פרינטעד ביי עמעזאן) איך האב מיר יעצט דערמאנט צו באשטעלן און איך וויל עס נאך אויף יום טוב (די וועקערס האב איך שוין)
אויב מיט׳ן שרייבן ״אידישע״ מיינסטו צו זאגן ס׳זאל זיין אין די אידישע שפראך, ווייס איך נישט אויב דו וועסט טרעפן אויף אמאזאן היימישע אידישע ליין מאטריאל

אבער אויב מיינסטו דערמיט ״אידישע״ ליין-מאטריאל און נישט גוי׳שע דעמאלס וואלט זי מן הסתם געקענט הנאה האבן פון נעמי רגן׳ס ביכער (א פאפולערע שרייבערין אין ארץ ישראל)

זי איז די מערסטע באקאנט מיט אירע שפאנענדע און רילעיטעבל ביכער: Sotah און Jephte’s Daughter

אבער דאס האב איך געהערט איז זייער א גוטע:
📎 F443412D-E7C2-4540-938C-6FB24A15E0D1.jpeg

שאלתיאל » מוצ"ש יוני 29, 2024 5:52 pm

· #566745
Re: א פרישע ביכל קלאב
בר גיורא #
איינער קען רעקאמענדירען א גוטע היסטארישע נאוועל?
איך האב הנאה געהאט צו ליינען magellan פון סטעפאן צווייג א היסטארישע נאוועל איבער Ferdinand Magellan

בר גיורא » מוצ"ש יוני 29, 2024 6:31 pm

· #566746
Re: א פרישע ביכל קלאב
שאלתיאל #
בר גיורא #
איינער קען רעקאמענדירען א גוטע היסטארישע נאוועל?
איך האב הנאה געהאט צו ליינען magellan פון סטעפאן צווייג א היסטארישע נאוועל איבער Ferdinand Magellan
שכוח.
Sounds interesting

Nanach » זונטאג יוני 30, 2024 2:33 am

· #566787
Re: א פרישע ביכל קלאב
בונה של טוב #
Nanach #
וואספארא אידישע ביכער איז עוועילעבל אף עמעזאן פאר די אשת חיל (פרינטעד ביי עמעזאן) איך האב מיר יעצט דערמאנט צו באשטעלן און איך וויל עס נאך אויף יום טוב (די וועקערס האב איך שוין)
🙂 אויב מיט׳ן שרייבן ״אידישע״ מיינסטו צו זאגן ס׳זאל זיין אין די אידישע שפראך, ווייס איך נישט אויב דו וועסט טרעפן אויף אמאזאן היימישע אידישע ליין מאטריאל

אבער אויב מיינסטו דערמיט ״אידישע״ ליין-מאטריאל און נישט גוי׳שע דעמאלס וואלט זי מן הסתם געקענט הנאה האבן פון נעמי רגן׳ס ביכער (א פאפולערע שרייבערין אין ארץ ישראל)

זי איז די מערסטע באקאנט מיט אירע שפאנענדע און רילעיטעבל ביכער: Sotah און Jephte’s Daughter

אבער דאס האב איך געהערט איז זייער א גוטע:
שכוח.
אבער ניין, איך האב געמיינט אידישע שפראך.
עניוועיס איז שוין לאנג נאך יום טוב 😉

אנטוישטער יונגערמאן » זונטאג יוני 30, 2024 10:14 am

· #566808
Re: א פרישע ביכל קלאב
יש עתיד #
א דאנק.

Aromic Habits דורך James Clear איז טאקע א מעסטערפיעס, דאס האב איך שוין דורכגעליינט מער-ווייניגער און עס האט מיר גאר שטארק געכאפט, נישט קיין וואונדער עס האט שוין פארקופט 15 מיליאן קאפיעס, און איז מן הסתם די מערסט פארקויפטע אזא בוך די לעצטע צוויי-צענדליגע יארן.
ס'טייטשט, סתם זאגן איין צופרי איך שטיי אויף און איך הער אויף צו עסן איבריגע זאכן, אדער איך הער אויף צו בטל'ן צייט אויף סאושעל מידיע, איך נעם מיך פאר דאס און יענס, דאס גייט גארנישט טוישן, ברענגט ער אריין די זאך פון געוואוינהייטן, 'Habits', און וויאזוי מען קען מאכן סיי וואספארא זאך אן צופיל מיה, א געוואוינהייט.
זיין הויפט נקודה איז אז טאמער לאמיר זאגן אן עראפלאן פליט ארויס פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס, און אינמיטן וועג פארקירעוועט ער דעם וועג מיט בלויז א האלבע מייל טוערדס דרום זייט, טאקע א פיצינקעלע חילוק, אבער צום סוף וועט ער זיך טרעפן לאנדן אין מעקסיקא אדער ווייס איך וואו.
אזוי אויך אז א מענטש וועט אנפאנגען צו טוישן א זאך מיט 1% (גאר ווייניג), וועט ער סוף יאר זיין פאראויס מיט 365% אין יענעם הינזיכט! אזוי גייט ער דארט אריין בפרטי פרטים.

די 2 אנדערע זעהט אויך אויס צו זיין העכסט אינטרעסאנט, העמיר עס בעז"ה דורכליינען.
כ׳האב עס נאכנישט געליינט, אבער כ׳געהערט פון אנדערע אויך אז ס׳דארף זיין א געוואלדיגע בוך

פאר איינעם דא וואס האט א פראבלעם ווי מיר: אז ס׳שווער צו קאנצענטרירן פאר לאנג, בפרט אויף ענגליש (adhd בלע״ז) איז דא אפשר א שטיקל לעזונג, ווייל די גאנצע ביכל איז עוועילעבל אויף אודיא (audio) אומזיסט אויף YouTube
ער הייבט אן מיט אן אינטרעסאנטע מעשה וויאזוי ער איז צוגעקומען צו שרייבן דעם ביכל

סקעפטיקער » זונטאג יוני 30, 2024 1:39 pm

· #566830
Re: א פרישע ביכל קלאב
בר גיורא #
די נייע בוך פון טוביה טענענבוים "חרדי וטוב לו" איבער מאה שערים היינט ארויסגעקומען אין ענגליש. (געליינט אין עברית, געוואלדיגע ארבעט)
ער האט זיך געדרייט אין מ"ש פאר כמעט א יאר און זיך געטראפען מיט אפאר רבי'ס דארט. בעיקר שרייבט ער איבער זייעל lifestyle און מהלך המחשבה.
אין ענגליש הייסט עס Careful, Beauties Ahead!
https://gefenpublishing.com/product.asp?productid=3417

לויפט און קויפט

moody » זונטאג יוני 30, 2024 4:02 pm

· #566844
Re: א פרישע ביכל קלאב
אליעזר ברודט פראסעסט ספרים/ביכער באשטעלוגען פון א"י קיין נו יארק, ווען איך האב באשטעלט דורך עיהם פאר 3 יאר צירוק האט ער געטשארדשט,אויב די זכרון ארבייט, אויסער די קאסט פונעם ספר, 6 דאללער פער ספר אויב פיקט מען עס אויף אין בארא פארק, דיירעקט שיפינג קאסט נאך אביסל.

היימלינד » זונטאג יוני 30, 2024 4:08 pm

· #566847
Re: א פרישע ביכל קלאב

אלפא » מאנטאג יולי 1, 2024 8:57 am

· #566896
Re: א פרישע ביכל קלאב
סקעפטיקער #



צוויי אינטרעסאנטע נקודות וואס ער באמערקט בתוך הדברים:

1. ער לייקנט אז ביי אונז לערנט מען 'גארנישט'.. אפי' ער האט זיך געדארפט מוטשענען מיט זיינע מאטעמאטיק קלאסן ווען ער איז געגאנגען שטודירן, טענה'ט ער אז וויסן רשב"א'ס ריטב"א'ס מיט שערי יושר'ס איז אויך ווערדפול.
ובנוגע דאס אז זייער אסאך תלמידים קענען נישט גארנישט, זאגט ער אז צו באקומען א PhD אין אוניווערסיטי איז אויך נישט קיין גאראנטי אז מ'איז א 'למדן' פער סע, עס זענען דא זייער אסאך אידיאטן מיט PhD'ס פונקט אזויווי ביי אונז מיט רבנים...

2. לגבי די חילוק צווישן די אמעריקאנער און ארץ ישראל'דיגע חרדי'שע מענטאליטעט זאגט ער (זייער generalized און אנעקדאטאל) אז אין אמעריקע איז אלעס געלט, די גאנצע אידישקייט איז זייער געצוימט צו א פארטיי און איז נישט מער ווי א פראקטישע לייף סטייל, מ'וואוינט צווישן גוים, און ווילאנג מ'איז אפגעזונדערט פון זיי און אנגעהאנגען אין 'דעם פארטיי & co' האט מען געטיקט דעם באקס. ער טענה'ט אז זייער אסאך חרדים אין אמעריקע גלייבן נישטאמאל אין ג-ט אדער וויסן אפי' נישט וואס דאס דארף צו מיינען.
משא"כ אין א"י, סיי איז די אידישקייט מער אריינגעבאקן און אמת'דיג/אטענטיש, און סיי קוקט מען זיך אן בתוך די גאנצע מערכה פון א ריזיגן כלל ישראל נישט דוקא געצוימט און אנגעוואנדן אין א פארטיי..

ודפח"ח.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 1, 2024 7:33 pm

· #566955
Re: א פרישע ביכל קלאב
סקעפטיקער #
בר גיורא #
די נייע בוך פון טוביה טענענבוים "חרדי וטוב לו" איבער מאה שערים היינט ארויסגעקומען אין ענגליש. (געליינט אין עברית, געוואלדיגע ארבעט)
ער האט זיך געדרייט אין מ"ש פאר כמעט א יאר און זיך געטראפען מיט אפאר רבי'ס דארט. בעיקר שרייבט ער איבער זייעל lifestyle און מהלך המחשבה.
אין ענגליש הייסט עס Careful, Beauties Ahead!
https://gefenpublishing.com/product.asp?productid=3417

לויפט און קויפט
סקעפטיקער: ייש"כ פאר צו לינקן. ליינענדיג די "פייערליכע" ריוויס. ספעציעל פון די דייטשע צייטונגען איז מיר בייגעפאלן א דיוק. פארוואס

אנטוישטער יונגערמאן » דינסטאג יולי 2, 2024 7:40 pm

· #567005
Re: א פרישע ביכל קלאב
אסך האבן שוין אויסגעלויבט דאס ביכל אז ס׳האט זיי א געוואלד ארויסגעהאלפן מיט גאר גוטע social skills
אויב דו ארבעטסט מיט מענטשן (נישט סתם פאר זיך אויף עמעזאן) דעמאלס קען דאס בוך לכאורה טוישן דיין טאג כרחוק מזרח ממערב - ווייל ס׳געט פראקטישע איידיעס:
*וויאזוי דו קענסט מיט גוטנס באקומען וואס דו ווילסט פון דיינע ארבעטער,
*וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט אומצופרידענע קאמפלעינינג קאסטומערס,
*אפילו מיט די בני בית קען עס אפשר אריינגעבן א נייע געדאנקען גאנג וויאזוי צוצוגיין ווען ס׳מאכט זיך א וויכוח

How to Win Friends and Influence People
by Dale Carnegie

https://www.amazon.ca/How-Win-Friends-Influence-People/dp/1508241880/ref=asc_df_1508241880/?tag=googleshopc0c-20&linkCode=df0&hvadid=292914274695&hvpos=&hvnetw=g&hvrand=4376047260900011101&hvpone=&hvptwo=&hvqmt=&hvdev=t&hvdvcmdl=&hvlocint=&hvlocphy=9000440&hvtargid=pla-527089922078&psc=1&mcid=c7e4f78a58953989a853cceeba31a8c9
בלאט: 1 2