☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ד"ר מיכאל אברהם

ד"ר מיכאל אברהם

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16852

אלפא » זונטאג פעברואר 4, 2024 4:48 pm

· #548065
ד"ר מיכאל אברהם
איך וויל דא באשרייבן א פערזענליכקייט וועלכע איז נישט ווייניג ציטירט געווארן דא אין שטיבל, נישט נאר פאר די געוואלדיגע חידושים און רעיונות וועלכע ער ברענגט צום טיש נאר זיין מהות רעפלעקטירט גאר שטארק די גאנצע קאווע שטיבל סארט אידישקייט און בליק איבער חרדי'זם, ער איז א חידוש הן בעולם התורה והן ווען עס קומט צו פאליטישע און פילאזאפישע נושאים, וואו ער נעמט זיין שניידענדיגע מעסערל לייגט דאס צוזאם מיט זיין קלארן הסברה גאר וואונדערליך און צומאל שטוינענד.
עס וואלט זיך געפאסט אויף אים די ברכה שנתן מחכמתו ליריאיו, הגם מ'קען הערן סקעפטיציזם סיי איבער זיין חכמה (עמאציאנאלע - EQ) און אודאי איבער זיין יראה ווי אויסגעשמועסט שפעטער, אזוי צו אזוי איז ער זיך ווערד אן ארטיקל, און פאר ווער ס'קען אים נישט זאל זיך נעמען דאס פאר מאנאטן און אריינטונען אין זיינע ווערק.

ה"ה ד"ר מיכאל (דוד) אברהם - המכונה בלשון חיבה מיכי,
📎 Michael_Abraham.jpg ______

פערזענליכע לעבן און בייאגראפיע

דא קען מען זען זיין וויקיפידיע בלאט. איך וועל אבער שרייבן מער אנעקדאטאל פון מיין פערספעקטיוו.

מיכאל אברהם איז געבוירן אין חיפה בשנת תש"כ, ער האט געלערנט אין א ליסטע חרדישע ישיבות, געדינט אין צה"ל פאר א תקופה, שטודירט מאטעמאטיק, פיזיקס, און עלעקטריקעל ענדזשענירונג אין אוניברסיטת תל אביב און בר-אילן.
ער וואוינט היינט אין לוד, ער איז געווען א מגי"ש אין ישיבת ירוחם פאר א תקופה, און היינט איז ער א פראפעסאר אין בר-אילן אין די העכערע תורה שטודיעס.
נאכן דינען אין צה"ל איז ער געווארן ווייניגער פרום פאר א תקופה (לויט וויקיפידיע - פריי, ער לייקנט עס), שפעטער איז ער צוריק געווארן פרום און געלערנט אין כולל חזו"א א שטיק צייט.
ער איז אויך אויסגעקאכט אין פילאזאפיע וועלכע ער האט שטודירט אביסל אין אוניווערסיטעט און אביסל פאר זיך.
ערגעץ שרייבט ער אז זיינע קינדער זענען היינט צו טאגס נישט פרום (לינק געזוכט.)

מיט די יארן ער האט ארויסגעגעבן גאר אסאך חומר, זיין עיקר פלאטפארמע היינט איז זיין אייגענע וועבזייטל https://mikyab.net/ , דארטן לייגט ער בעצם אלעס ארויף, ער האט אבער גאר אסאך ווידיאו שיעורים אויך אויף זיין יוטוב קאנאל. ווי אויך געשריבענע שיעורים אויף אסאך מסכת אין ש"ס און הלכה סוגיות וואס מ'קען דאונלאודען.
אויף זיין וועבזייטל לייגט ער כסדר ארויף רעלעוואנטע און טיפזיניגע פאוסטס איבער אלס און אלעמען, יעדעס איינס איז א דיימאנט און מ'דארף דאס דורכטון מיט ישוב הדעת, און זיין ציל איז טאקע אז מ'זאל עס נעמען ערענסט און דורכאקערן א נושא ווי עס דארף צו זיין נישט געבן קיין אויבערפלעכליכע אנאליזן. מ'קען אים אויך אנפרעגן שאלות ווי ער ענטפערט תשובות כיד ה' הטובה עליו - און צומאל אפי' בייסיג - בבחינת יקוב הדין את ההר.
צוויי סעטס פון ספרים האט ער ארויסגעגעבן, די טרילוגיה, וועלכע איז א סעט פון 3 ספרים ארומנעמענדיג די פילאזאפיע אונטער אידישקייט (די ערשטע ספר איז איבער די ראציאנאל פון אמונה, די צווייטע איבער די תורה, און די דריטע איבער די מהלך פון הלכה), און זיין קווארטעט וועלכע איז א סעט פון פיר ספרים, וואס איך בין נישט באקאנט מיט זייערע תוכן אבער ווי ווייט איך פארשטיי זענען זיי א קאלעקציע פון פריערדיגע – איינצעלנע ספרים פון אים. ער האט אויך א קליינע מחברת איבער אמונה וועלכע איז היבש קורץ און שארף איבער וואס אמונה איז.

ער האט אויך געשריבן גאר אסאך אין אנדערע גליונות און קובצים, אלעס ליגט אונטער די קעפל 'כתבים' אויף זיין וועבזייטל. פאר אינטרעסאנטקייט, איז ער געווען אקטיוו אויף דעם פורום עצור כאן חושבים -וועלכע איז א שטיקל קרוב טאקע צו קאווע שטיבל- און אסאך אינספירירענדע מאמרים פון דארט קען מען טרעפן אויף זיין זייטל וואו ער האט זיי פלאצירט.

עד כאן הפאקטן.

_______

זיינע הויפט שטעלונגען.

ער האט זיך אנגעזאמעלט א שיין פארציע פאזיציעס איבער פארשידענע נושאים וועלכע ער נעמט אן מיט א פעסטקייט, געוויסע זענען מער יסודות'דיג, געוויסע קאנטריוועסאלע, און געוויסע סתם מיינונגען.

לאמיר אנהייבן ביי די יסודות'דיגע:

ג-ט:
זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה, און נישט סתם קיין 'בעליף' אזוי-צו-זאגן און נישט קיין געפילישע טענה. ער באצוט זיך צו ג-ט בדרך כלל מיט די קאסמאלאגישע ארגומענט, וועלכע לויטערט אז לאגיש מוז די בריאה האבן א זאך וועלכע האט עס געמאכט עקזיסטירן און די זאך מוז זיין עפעס אן אנדערע סארט זאך וואס אין עסענס פארלאנגט נישט קיין cause = ג-ט. (דא קען מען זען א דעבאטע פון אים איבער דעם).

ער לייקנט אז עס זאל זיין ראציאנאל צו האלטן פון השגחה פרטית, פון שכר ועונש, עולם הבא, משיח, און תחיית המתים, ער טענה'ט אז די באשעפער ווי עס קוקט אויס מישט זיך נישט אין די וועלט מער און עס נישטא קיין סיבה אנצונעמען אנדערש, דאווענען-תפלה איז לויט דעם אויך נישט מער ווי א ריטואל וועלכע טראגט נישט קיין סאך ווערד חוץ פון דאנקען דעם באשעפער. בנוגע צו אמאל זענען יא געשען ניסים האלט ער אז עס איז יתכן.
ער האלט אז יעדער איינער מוז אליין צוקומען צום אמונה מיטן דורכטון די נושא, און אז עס נישט שייך צו לייגן רעסטריקשאן'ס איבער דעם (אפי' די באשעפער אליין קען נישט..). ומענין לענין האלט ער אז ג-ט איז אויך געבינדן צו לאגיק פונקט ווי אונז.
אן קיין אמונה לויט אים איז מען נישט קיין איד (אינעם פראקטישן זין) ווייל הלכה קען זיך נאר בויען אויב איז דא א ג-ט המצוה.

דאס נעמט אונז צו זיין שטעלונג איבער יהדות.

ער האלט אז אידישקייט באשטייט בלויז פון הלכה ותו לא. קבלה, חסידות, מחשבה, ומוסר, זענען שיינע פרפראות, אבער ווען א גר איז זיך מגייר איז נאר דא איין זאך אויפן טיש, גייסטו מקיים זיין הלכה אדער נישט?!
ווי געשמועסט פארלאנגט זיך א ג-ט בכדי די תורה זאל האבן א תוקף, און ער נעמט אן מעמד הר סיני אלס מערסט-מסתבר'דיגע געשעעניש, נאך וואס עס מוז זיין אז ג-ט זאל אונז מודיע זיין וואס ער וויל פון אונז דא, און די ציל קען זיכער נישט זיין פאר אונזערסוועגן (מוסר וכדו') ווייל אלץ דעם וואלטן מיר נישט געדארפט באשאפן ווערן אין ערשטן פלאץ. ער באצוט זיך נישט צו ביקורת המקרא מיט רעספעקט, סיי ווייל ארכילאגיע פארנעמט בכלל נישט קיין שטארקע חשיבות ביי אים (נאכדעם וואס עס איז מערסטנס שפעקולאציעס), און סיי ווייל אררויסנעמען פשטים און שפעקולאציעס פון די סקריפטורס זעלבסט פארנעמט נישט קיין חשיבות ביי אים אפי' אין תורה'דיגע נושאים.
ער איז בעד א מאדערנע צוגאנג צו אידישקייט, וואו מ'דארף נעמען אלעס אין באטראכט און נישט זיין פארמאכט. אבער עס קען נישט צוגיין ווי רעפארם וועלכע איגנארירן אדער דרייען הלכה וויאזוי זיי ווילן, עס מוז גיין לויט די כללי הלכה וואו מ'קען און מ'דארף טרעפן וועגן און התירים אויף אן אויסגעארבייטע הלכה'דיגן אופן. איין באקאנטע אזא קריטיק האט ער אויף הרב עידו פכטר איבער זיין סוכה תחת הגג וועלכע ער פראבירט צו מתיר זיין אזויווי @שאלתיאל צייכנט צו דא.

דת ומוסר:

איינער פון זיינע הויפט שטעלונגען איז איבער די נושא פון דת ומוסר, וואס ער האלט אז די צוויי האבן לגמרי נישט קיין שייכות, דת-אידישקייט איז ווי פריער געזאגט דא צו ערפילן אן העכערן ציל פארן באשעפערס וועגן וואס מיר פארשטייען נישט, און מוסר לויט אים האט מיט אידישקייט גארנישט, עס איז די זעלבע מאראלישע יסודות און פילאזאפיעס וועלכע עפלייען צום גוי עפלייד צו אונז. ובכלל איז די נושא פון 'מחשבת ישראל' ביי אים א פיקציע ווייל מחשבה קען נאר זיין אמת אדער שקר נישט 'אידיש' אדער גוי'איש..
וואס יא, מוסר און עטיקס האבן אויך נאר א תוקף מיט א ג-ט המצווה, און טאקע צומאל ווען עס איז דא קאנפליקטן צווישן מוסר און הלכה וואס אנדערע אקטן פארלאנגען זיך לויט די צוויי, איז לשיטתו נישט מוכרח אז אידישקייט איז אייביג גובר, אין געוויסע פעלער וועט מאראל גובר זיין נישט צו טון געוויסע הלכה'דיגע חיובים, ווייל ביסודו איז מוסר אויך עפעס וואס איז רצון ה' הגם נישט אין די פארעם פון תורה.

לימוד התורה:

תורה איז א קאמפליצירטע נושא ביי אים, פון איין זייט איז ביי אים פשוט אז נאר וואס איז נוגע פאר הלכה למעשה איז תורה, אלעס אנדערש -א שטייגער ווי אגדתא גמרות פון וואס מ'קען גארנישט ארויסנעמען- רופט ער גאר ביטול תורה. פארט איז דאך די הלכה אז תנ"ך איז בכלל 'תורה', קומט ער אויף מיט א חילוק צווישן תורה בחפצא און תורה בגברא, וואו געוויסע זאכן זענען אינהערענטלי תורה א שטייגער ווי תנ"ך – אפי' מ'קען על פי רוב אריינטייטשן וויאזוי מ'וויל וממילא האט עס נישט קיין וועליו- און פון די אנדערע זייט זענען דא זאכן וואס זענען תורה נאר בגברא וואס דורכ'ן עס לערנען קומט מען צו צו בעסערע הבנות אין די תורה/הלכה -א שטייגער ווי פילאזאפיע- וואס ווען מ'ליינט דאס איז מען אויך מקיים לימוד התורה בגברא.
ער איז קריטיקעל איבער די מהלכים וויאזוי רוב וועלט לערנט (הגם ער האט ע געוויסע הערכה פאר דעם בריסקן/ליטווישן מהלך) בפרט וויבאלד רוב וועלט טיילט אפ צווישן גמרא אין הלכה, גמרא לערנט מען בעיון אבער ווען עס קומט למעשה נעמט מען גארנישט ארויס דערפון נאר מ'קוקט אין משנ"ב אדער שו"ע. וואס חוץ פון דעם וואס די גאנצע סארט עיון איז נישט געבויט ריכטיג אויב איז די מטרה נישט הלכה למעשה (עס בלייבט אלץ א טעארעטישע מהלך הלימוד), האלט ער אבער אויך אז שו"ע האט נישט קיין סמכות, נאר יעדער 'בר הכי' דארף קענען אליין פסק'ענען מתוך הש"ס ופוסקים וויאזוי ער פארשטייט (די הגדרה פון בר הכי איז אויך עפעס וואס נאר א מענטש אליין ווייסט אויף זיך..). די גאנצע געדאנק פון 'זיך פארלאזן אויף א רב/שו"ע/גדול איז ביי אים מופרך.

חז"ל:

חז"ל לויט אים האבן א סמכות פורמלית, דהיינו אז זייער אווערשטעלן הלכה האט א תוקף אלס זיך אליין (מכח קבלת הקהל) אבער נישט קיין סמכות מהותית איבער דאס מציאות און איבער וויאזוי צו פארשטיין זאכן. ממילא ווען ס'קומט צו פלעצער ווי מ'זעט בחוש אז זיי האבן זיך טועה געווען איז נישט קיין פראבלעם צו האלטן אנדערש ווי זיי, קיין רוה"ק האבן זיי אודאי נישט פארמאגט, בס"ה האבן זיי געהאט דעם כח צו מאכן דרשות און מחדש זיין הלכות.
די זעלבע איז מיט די ראשונים – אויס נישט מער, אז זייער גאנצע כח ליגט אין סברא און אין די פאקט אז עס איז יתכן אז זיי האבן געוואוסט בעסער געוויסע פראקטישע פאקטן ווי אונז (מכח זייער נאנטקייט בזמן צו חז"ל), אבער אין סברא קען מען זיך פונקט אזוי דינגען מיט א ראשון אדער חז"ל אליין ווי מיט א צווייטן.

לאגיק:

אמת איז נאר דא ביי אים איינס. דהיינו אדער רעדט מען צום זאך אדער נישט, נישטא קיין אלו ואלו דברי אלקים חיים אין מציאות, ניטאמאל אין הלכה. וואס יא, ער געבט די רעכט צו האבן און רעספעקטירן א צווייטע מיינונג על אף איך האלט עס איז שטותים, ווייל נאר אזוי קען מען דערגיין דעם אמת, חוץ פון וואס אטאנומיע איז נישט עפעס וואס מ'מעג אוועקנעמען אפי' פון א שוטה.
אמת שטאמט ביי אים פון אינטואציע, וועלכע לויט אים פארלאנגט נישט קיין הסבר אדער הצדקה. און פון דארטן ארויף בויט זיך לאגיק. די איינציגסטע מיט וועלכע ער קען זיך נישט טענה'ן איז איינער וואס איז קאנסיסטענט מיט סקעפטיציזם, וואס לויט יענעם איז אינטואציע נישט מבוסס, וואס אויף אזא טענה קען ער נישט ענטפערן.

_______

זיינע קאנטראוועסאלע שטיקלעך:

אויב זענען די פריערדיגע נישט גענוג אייגנארטיג, האט ער די פאר פלעצער וואו ער גייט נאך שטערקער.
בעיקר איז עס ארום די נושא פון חרדים און חרדיזם וועלכע אלס א געוועזענע רייסט ער שטארק אראפ.
לגבי קאראנע ווירוס איז דא זיין באקאנטע העסליכן ארטיקל וויאזוי די חרדים פירן זיך אויף.
ביי די אסון מירון האט ער אפען ארויסגעוויזן זייער ווייניג סימפאטיע.
און ער שרייבט אויך וועגן די פענאנים פון אנוסים אין די חרידישע געמיינדע און איבער אונזער צוגאנג צו די אינטערנעט.

ער האט איין ארטיקל וואס רופט זיך "על תיוגים ודיונים, או האם אני אפיקורס?", וואו ער באציט זיך צו די נושא וויאזוי מ'מעג האלטן, טראכטן, אדער זאגן געוויסע מיינונגען, וועלכע גרעניצן זיך מיט כפירה.
עס איז זייער א יסודות'דיגע ארטיקל פון אים (מיין פריוואטע טיר אריין צו זיינע ווערק..), און אין איין ווארט ברענגט ער ארויס אז א מענטש האט די לאגישע רעכט צו אדורכטון א נושא וויאזוי ער וויל, ובפרט ווען עס איז בנוגע יסודות'דיגע נושאים וויאזוי און וואס צו גלייבן, וואו עס איז נישט שייך צו לייגן קיין לימיטאציעס איבער וועלכע מיינונגען מ'מעג ליינען, הערן, האלטן, און זאגן. ער טענה'ט אז לעיבלס איז גארנישט מחייב, און פאר וועם עס געפעלט נישט אדער קוקט אים אן ווי אן אפיקורס זאל זיך טאקע מונע זיין פון טרינקן זיין וויין אדער מצרף זיין צו מנין, אבער מער פון דעם איז נישטא קיין מקום פאר הלכה אריינצורעדן בענייני אמונה ודעות. די וועלכע האלטן אז יא זענען זיך פשוט טועה!

_______

אלגעמיינע שטעלונגען:

ער האט כמובן פילצאליגע שיטות און כל מיני נושאים, איך וועל דא אבער פראבירן כי רוכלא ליתני וליזיל די וועלכע ליגן מיר אויפן געדאנק.

ער איז מתיר סמארטפאן בשופי, און איז מתיר צו קוקן מראות לא צנועים אין א מאווי.

לימוד תורה לנשים, איז ער זייער שטארק בעד אז זיי זאלן האבן א גלייכע טייל אין לימודים, הגם ער אנערקענט אז במציאות זענען דא ווייניגער פרויען וואס זענען מוכשר דערפאר האלט ער אבער אז עס פאסט זיך נישט קיין הלכה'דיגע רעסטריקשאנס דערויף. ווי אויך זענען זיי למעשה נישט מחויב מיט די הלכה'דיגן חיוב וואס מענער האבן (קר"ש שחרית וערבית וכו'). יעו"ש.

פאליטיק אין מדנ"י: בעצם איז ער א שטארקע לינקע, ביבי איז ביי אים שפיץ קארופטירט. איבער די בג"ץ רעפארם האט ער אויך געשריבן זייער שטארק, הגם ער איז געווען קריטיקעל איבער די צוגאנג פון די לעצטיגע פסק אין בג"ץ איבער דעם.
די מלחמה מיט עזה, איז ער זייער דערקעגן, ער טענה'ט אז חוץ פון וואס עס איז שקר אז מ'גייט באיזה אופן ערייכן אלע דריי צילן וועלכע די מיליטער האט פאר זיך ביינזאם (עלימינירן כאמאס, ראטעווען אלע חטופים, און זיכער מאכן אז עזה בלייבט פארזיכערט), איז עס אויך אומעטיש פאר די חטופים פאר וועלכע די גאווערמענט האט אן עקסטערע רעספאנסיביליטי – מער ווי ביי גלעד שליט – אפי' עס וואלט געגאנגען אויף די קאסט פון אויסטוישן פאר כאמאס רוצחים פון תפיסות.

ער קריטיקירט אפט די דאגמעס וועלכע די ליבעראלע האבן. ראסיזם איז א גוטע ביישפיל וואו ער טענה'ט אז עס איז אומדעפינירט און נישט קיין עטישע פראבלעם.

ער האט א שיינע פשט אין די התפתחות פונעם תורה שבעל פה, עס דרייט זיך ארום די מחלוקת צווישן ר' אליעזר און ר' יהושע וואס די גמ' פאשרייבט צום 'אותו היום' ווען מ'האט געווארפן ר' גמליאל פון די נשיאות, מ'האט געלערנט מסכת עדיות, און מ'האט זיך גע'טענה'ט איבער די תנור עכנאי, וואס ביז אהין איז די תורה אריבער נאר במסורה, און ר' יהושע איז אויפגעקומען מיט די רעוואלוציע פון קענען מחדש זיין הלכות אן עס מקבל זיין נאך וואס קבלה אליינס האט געשאפן פראבלעמען מיט תלמידים שלא שמשו כל צרכם. אלע האבן מיטגעשטומט מיט אים (אפי' ר' גמליאל לבסוף) חוץ פון ר' אליעזר וואס איז לכבוד דעם געווען כל ימיו בנידוי. עס האט זיך אבער באפעסטיגט מיט ר' עקיבא (וכלן לא נשנו אלא אליבא דר' עקיבא בן יוסף..) וועלכע איז למעשה געווען א תלמיד סיי פון ר' יהושע און סיי פון ר' אליעזר, און האט משלב געווען די גוטע חלקים פון ביידע.

ער איז בדעה אנקעגן דעטערמעניזם, און האלט אז בחירה איז א פאקט.

ער גלייכט נישט קיין פסיכאלאגיע אדער בכלל סאציאלע סייענסעס (ער פאררופט זיך ערגעץ גאר אן אוטיסט).

ער קריטיקירט אביסל ישיעהו ליבוביץ'ס געדאנקען. און ער קריטיקירט שטארק יובל נח הררי'ס געדאנקען.

איבער להט"ב איז ער היבש ליבעראל, און ער האלט זיי פאר אנוסים ע"פ תורה ואונס רחמנא פטריה...

ער האט אן ארטיקל ווי ער צונעמט די דאקומענטרי און טענה פון מעט וואלש אז מ'קען נישט מגדיר זיין 'פרוי' - "what is a woman"

ער האט א שיינע מאמר איבער די חזו"א מהלך אין עלעקטריק און פארוואס איבער די גדר פון בונה. ובכלל צונעמט ער זייער אסאך הלכה'דיגע סוגיות וגדרים מיט א הפלא'דיגן געשמאק.

ער האט א סעריע מאמרים וואס פילאזאפיע איז.

דין ומשפט איבער א מענטש קען נאר געמאכט ווערן לויט די מענטש'ס אייגענע שטעלונגען אין מאראל.

ער איז זייער בייז מיט די שטעלונג און נעגאטיווע וועליו וואס חרדים האבן לגבי גוים. ער בויט זיך אויף א מאירי און איז ביי די מיינונג אז גוים זענען פונקט די זעלבע חשוב ווי אידן (חוץ לגבי דעם אז ג-ט האט זיי נישט אויסגעוועלט צו האלטן דת..)

און דאס איז עס פאר יעצט..

_______

לסיכום:

דא האנדלט זיך לכל הדעות פון א יחיד א חד בדרא בידיעת והקפת התורה. קיינער האט אים נאכנישט אראפגעריסן אלס עם הארץ אדער שוטה..
נאר וואס? מ'קען אביסל דן זיין איבער געוויסע פון זיינע איידעאלאגיעס וועלכע נעמען אריין (-אדער נעמען נישט אריין..) די עמאציאנאלע זייט פון געוויסע נושאים, און ער געבט דערפאר ווייניג וועליו בכלליות, און אין אסאך פעלער איז מסתבר צו זאגן אז ער פארפעלט צו פארשטיין די נושא לעמקו לכבוד דעם.

צו ער איז אן אפיקורס אדער נישט דארף מען לויט אים לאזן פאר יעדעם איינעם אליינס אפצומאכן, דאס איז אבער זיכער אז ער איז נישט אנגענומען אין די מעין-סטריעם חרדישע צירקלען און נישט יעדער קוקט אים אן אלס די 'רב דומה למלאך השם' מילד גערעדט.

_______

ברכה והצלחה.

דא האב איך מתקן געווען די מאמר לויט די הערות וואס ער האט מיר געשיקט..

ברוך שפינוזה » זונטאג פעברואר 4, 2024 6:19 pm

· #548072
אלפא #

ער איז מתיר סמארטפאן בשופי, און איז מתיר צו קוקן מראות לא צנועים אין א מאווי.
האסט דאס לכאורה געמיינט סארקאסטיש, בין איך טאקע נייגעריג וואס האלט ער וועגן פרויען דרייוון און זיך גאלן? וואס איז מיט דאווענען אן שתי כיסויים? אה, און לינקס אויף רעכטס? 😂 😂 😂

כרם זית » זונטאג פעברואר 4, 2024 6:55 pm

· #548078
Re: ד"ר מיכאל אברהם
יישר כח פאר אזא באלערנדע פאוסט!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 4, 2024 9:03 pm

· #548098
Re: ד"ר מיכאל אברהם
אלפא: ייש"כ. איך האב נאכנישט אוספעיעט (כלשון ה'אלטע אידישע ליכט. פי' אויס-געפייעט) אדורכצוארבעטן דעם גאנצן ארטיקל. נאר פון דעם (ערשטן) ביסל וואס כ'האב יא אדורכגעליינט זעהט מיר אויס אז דער איד איז א שטארקער מאמין ומכיר במציאת השי"ת. ער טוט עס אויף די העכסטע מדריגה. אזוי ווי דער חובת הלבבות שרייבט אין די הקדמה אז די גרעסטע מעלה פון אמונה איז צו קומען דערצו דורך חקירה. נאר נישט א יעדער קען צו קומען צו דעם. איך בין מסתפק מיט אמונה פשוטה אן חקירות.

מיט איין זאך ביניך נישט מסכים מיט איהם (ד"ר מיכי). דאס אז ער איז נישט מכיר אין דעם פענאמען פון "השגחה פרטית". איך מיין ער האט פארזעהן א פשוט'ן מאמר אין זוה"ק. דער בעל חובת הלבבות ברענגט עס אויך (שער הביטחון?)..."רגלוהי דבר נש אינון ערבין ליה. לאתר דמיתבעי, תמן מובילין יתיה"...ד.מ.(דאס מיינט, פאר אסטראלאג). אויך.. זוהר איז אן אינטרעסאנט, מיסטעריעז ספר. געשריבן אין די אראמישע שפראך. ס'נישט פאר דיר. אפשר אויך נישט פאר דיין רבי'ן.). א בפירוש'ע ראיה אויף השגחה פרטית אז ס'איז דא א העכערער כח וואס קאנטראלירט זאכן און געשעהענישן איבער וואס דער מענטש האט נישט קיין שליטה.

סקעפטיקער » זונטאג פעברואר 4, 2024 9:54 pm

· #548106
Re: ד"ר מיכאל אברהם
berlbalaguleh #

😂 😂 😂 שיק אים עס אריין, אפשר וועט ער ווערן איבערצייגט

סוף טוב הכל טוב » זונטאג פעברואר 4, 2024 9:55 pm

· #548107
Re: ד"ר מיכאל אברהם
berlbalaguleh #
אלפא: ייש"כ. איך האב נאכנישט אוספעיעט (כלשון ה'אלטע אידישע ליכט. פי' אויס-געפייעט) אדורכצוארבעטן דעם גאנצן ארטיקל. נאר פון דעם (ערשטן) ביסל וואס כ'האב יא אדורכגעליינט זעהט מיר אויס אז דער איד איז א שטארקער מאמין ומכיר במציאת השי"ת. ער טוט עס אויף די העכסטע מדריגה. אזוי ווי דער חובת הלבבות שרייבט אין די הקדמה אז די גרעסטע מעלה פון אמונה איז צו קומען דערצו דורך חקירה. נאר נישט א יעדער קען צו קומען צו דעם. איך בין מסתפק מיט אמונה פשוטה אן חקירות.

מיט איין זאך ביניך נישט מסכים מיט איהם (ד"ר מיכי). דאס אז ער איז נישט מכיר אין דעם פענאמען פון "השגחה פרטית". איך מיין ער האט פארזעהן א פשוט'ן מאמר אין זוה"ק. דער בעל חובת הלבבות ברענגט עס אויך (שער הביטחון?)..."רגלוהי דבר נש אינון ערבין ליה. לאתר דמיתבעי, תמן מובילין יתיה"...ד.מ.(דאס מיינט, פאר אסטראלאג). אויך.. זוהר איז אן אינטרעסאנט, מיסטעריעז ספר. געשריבן אין די אראמישע שפראך. ס'נישט פאר דיר. אפשר אויך נישט פאר דיין רבי'ן.). א בפירוש'ע ראיה אויף השגחה פרטית אז ס'איז דא א העכערער כח וואס קאנטראלירט זאכן און געשעהענישן איבער וואס דער מענטש האט נישט קיין שליטה.
רגלוהי דבר נש אינון ערבין ליה איז א גמרא אין דעם בבלישן תלמוד!

סקעפטיקער » זונטאג פעברואר 4, 2024 10:09 pm

· #548111
Re: ד"ר מיכאל אברהם
סוף טוב הכל טוב #

ווי @אלפא האט שוין מסביר געווען האלט מיכי אז חז"ל האבן בלויז א פארמאלע סמכות צו זאגן וואס מ'דארף טוהן, אבער זיי האבן נישט קיין אומגעווענליכע ידיעות צו וויסן זאכן וואס איז נישט קלאר מקובל פון הר סיני אדער פון די נביאים, ממילא איז די גמרא/חובת הלבבות/זוהר נישט רעלאוואנט

סקעפטיקער » זונטאג פעברואר 4, 2024 10:14 pm

· #548115
Re: ד"ר מיכאל אברהם
[ציטאט אראפגענומען]
לפי ידיעתי איז עס נישט ריכטיג

ברוך שפינוזה » זונטאג פעברואר 4, 2024 10:34 pm

· #548121
סקעפטיקער #
ווי @אלפא האט שוין מסביר געווען האלט מיכי אז חז"ל האבן בלויז א פארמאלע סמכות צו זאגן וואס מ'דארף טוהן, אבער זיי האבן נישט קיין אומגעווענליכע ידיעות צו וויסן זאכן וואס איז נישט קלאר מקובל פון הר סיני אדער פון די נביאים, ממילא איז די גמרא/חובת הלבבות/זוהר נישט רעלאוואנט
די גמרא איז יא רעלעוואנט ווייל ווילאנג דו האסט נישט קיין ראיה קעגן א גמרא קענסטו עס נישט אפווענדן מסברא. דאס נעמען א געדאנק וואס איינער האט געשריבן און עס אוועקמאכן סתם אין דער וועלט אריין ווייל איך וויל אויך האבן אן אפיניאן איז א גרויסע טפשות, קיינע נאבעל פרייז געווינער זענען פון דעם school of thought נאכנישט ארויסגעקומען. ווען איינשטיין האט נישט געפאלן א הייפאטאסיס מיט וואס א צווייטער איז אויפגעקומען האט ער זיך נישט סתם אויפגעשטעלט ווי א לץ א פילאזאף אויף א סטעידש און געגעבן אזא מאך אוועק מיט א טראציגן שמייכל, פארקערט, ער האט זיך יארן געמוטשעט צו טרעפן א הסבר פארוואס מ'קען דעם הייפאטעסיס נישט אננעמען, דערפאר איז ער אויסגעוואקסן וואס ער איז אויסגעוואקסן. אבער דער זאגט דאך אליינס אז ער גלייכט נישט קיין סאציאלע סייענסעס, און לכאורה לויט זיינע שיטות קוקט טאקע אויס ווי ער איז פיין אויפ'ן ספעקטרום, זוי צופיל ערווארט איך נישט פון אזא איינעם. (דער אשכול עפענער לינקט דארט צו מיכי'ס אן ארטיקל "האם פסיכולוגיה היא מדע?", וואס איז זיכער איז זיכער "פילוסופיה אינו מדע ולא מקצתיה" 😛 😈)

סוף טוב הכל טוב » זונטאג פעברואר 4, 2024 10:48 pm

· #548124
Re: ד"ר מיכאל אברהם
איך מיין אז מ'וועט איהם שיקן אן איינלאדענונג וועט ער גערן קומען דא, עכ"פ אויף אן איינמאליגע אינטערוויו
ווער איז גענוג נאנט איהם צו אינווייטן?

ברוך שפינוזה » זונטאג פעברואר 4, 2024 11:02 pm

· #548131
[ציטאט אראפגענומען]
אלץ חרדישער פונדאמענטאליסט ווי קוקסטו אן אזא איינעם ווי דר. מיכי וועם דו האלטסט פאר א מבקש האמת אבער דאך איז ער נישט צוגעקומען צו די זעלבע מסקנות וואס דו האלטסט פאר אמת?

איך האב אויך מיינע מענטשן וועם איך האלט פאר מבקשי האמת אבער זיי האבן געצויגן אנדערע מסקנות ווי מיר אין געוויסע זאכן וואו איך האלט אז די יצר האפיניען האט זיי אריינגעשלעפט אין א קארנער פון וואו זיי קענען נישט ארויסקריכן, דא רעדט מען דאך אבער פון "רוב פון זיינע מסקנות", דאס שוין א שטיקל סטרעטש לכאורה.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 5, 2024 3:05 am

· #548168
Re: ד"ר מיכאל אברהם
סקעפטיקער #
berlbalaguleh #
מיט איין זאך ביניך נישט מסכים מיט איהם (ד"ר מיכי). דאס אז ער איז נישט מכיר אין דעם פענאמען פון "השגחה פרטית". איך מיין ער האט פארזעהן א פשוט'ן מאמר אין זוה"ק. דער בעל חובת הלבבות ברענגט עס אויך (שער הביטחון?)..."רגלוהי דבר נש אינון ערבין ליה. לאתר דמיתבעי, תמן מובילין יתיה"...ד.מ.(דאס מיינט, פאר אסטראלאג). אויך.. זוהר איז אן אינטרעסאנט, מיסטעריעז ספר. געשריבן אין די אראמישע שפראך. ס'נישט פאר דיר. אפשר אויך נישט פאר דיין רבי'ן.). א בפירוש'ע ראיה אויף השגחה פרטית אז ס'איז דא א העכערער כח וואס קאנטראלירט זאכן און געשעהענישן איבער וואס דער מענטש האט נישט קיין שליטה.
😂 😂 😂 שיק אים עס אריין, אפשר וועט ער ווערן איבערצייגט
איך בין נישט קיין סקעפטיקער. איך בין א פשוט'ער, תמימות'דיגער אונגערישער (פאפא'ער) איד. אויך האלט איך נישט אז ס'איז מיין תפקיד איהם צו איבערצייגן איין וועג אדער אן אנדערן. מיינע דאגות זענען וויאזוי צו באצאלן רענט/מארטגידזש און די פעימענטס אויף מיין קאר.

א ראיה האסטו אז איך בין א תמימות'דיגער איד. איך כאפ נישט אז דו ביסט סארקאסטיש און דו מאכסט ליצנות...!

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 5, 2024 3:11 am

· #548169
Re:
ברוך שפינוזה #
סקעפטיקער #
ווי @אלפא האט שוין מסביר געווען האלט מיכי אז חז"ל האבן בלויז א פארמאלע סמכות צו זאגן וואס מ'דארף טוהן, אבער זיי האבן נישט קיין אומגעווענליכע ידיעות צו וויסן זאכן וואס איז נישט קלאר מקובל פון הר סיני אדער פון די נביאים, ממילא איז די גמרא/חובת הלבבות/זוהר נישט רעלאוואנט
די גמרא איז יא רעלעוואנט ווייל ווילאנג דו האסט נישט קיין ראיה קעגן א גמרא קענסטו עס נישט אפווענדן מסברא. דאס נעמען א געדאנק וואס איינער האט געשריבן און עס אוועקמאכן סתם אין דער וועלט אריין ווייל איך וויל אויך האבן אן אפיניאן איז א גרויסע טפשות, קיינע נאבעל פרייז געווינער זענען פון דעם school of thought נאכנישט ארויסגעקומען. ווען איינשטיין האט נישט געפאלן א הייפאטאסיס מיט וואס א צווייטער איז אויפגעקומען האט ער זיך נישט סתם אויפגעשטעלט ווי א לץ א פילאזאף אויף א סטעידש און געגעבן אזא מאך אוועק מיט א טראציגן שמייכל, פארקערט, ער האט זיך יארן געמוטשעט צו טרעפן א הסבר פארוואס מ'קען דעם הייפאטעסיס נישט אננעמען, דערפאר איז ער אויסגעוואקסן וואס ער איז אויסגעוואקסן. אבער דער זאגט דאך אליינס אז ער גלייכט נישט קיין סאציאלע סייענסעס, און לכאורה לויט זיינע שיטות קוקט טאקע אויס ווי ער איז פיין אויפ'ן ספעקטרום, זוי צופיל ערווארט איך נישט פון אזא איינעם. (דער אשכול עפענער לינקט דארט צו מיכי'ס אן ארטיקל "האם פסיכולוגיה היא מדע?", וואס איז זיכער איז זיכער "פילוסופיה אינו מדע ולא מקצתיה" 😛 😈)
נאר פון וואו ברענגסטו א ראיה אז ער איז אויפ'ן ספעקטרום? ער האט דאך (זיכער) נישט גענומען קיין וואקסינען אלס קינד.

אלפא » מאנטאג פעברואר 5, 2024 4:30 am

· #548171
Re: ד"ר מיכאל אברהם
berlbalaguleh #
אלפא: ייש"כ. איך האב נאכנישט אוספעיעט (כלשון ה'אלטע אידישע ליכט. פי' אויס-געפייעט) אדורכצוארבעטן דעם גאנצן ארטיקל. נאר פון דעם (ערשטן) ביסל וואס כ'האב יא אדורכגעליינט זעהט מיר אויס אז דער איד איז א שטארקער מאמין ומכיר במציאת השי"ת. ער טוט עס אויף די העכסטע מדריגה. אזוי ווי דער חובת הלבבות שרייבט אין די הקדמה אז די גרעסטע מעלה פון אמונה איז צו קומען דערצו דורך חקירה. נאר נישט א יעדער קען צו קומען צו דעם. איך בין מסתפק מיט אמונה פשוטה אן חקירות.

מיט איין זאך ביניך נישט מסכים מיט איהם (ד"ר מיכי). דאס אז ער איז נישט מכיר אין דעם פענאמען פון "השגחה פרטית". איך מיין ער האט פארזעהן א פשוט'ן מאמר אין זוה"ק. דער בעל חובת הלבבות ברענגט עס אויך (שער הביטחון?)..."רגלוהי דבר נש אינון ערבין ליה. לאתר דמיתבעי, תמן מובילין יתיה"...ד.מ.(דאס מיינט, פאר אסטראלאג). אויך.. זוהר איז אן אינטרעסאנט, מיסטעריעז ספר. געשריבן אין די אראמישע שפראך. ס'נישט פאר דיר. אפשר אויך נישט פאר דיין רבי'ן.). א בפירוש'ע ראיה אויף השגחה פרטית אז ס'איז דא א העכערער כח וואס קאנטראלירט זאכן און געשעהענישן איבער וואס דער מענטש האט נישט קיין שליטה.
דו האסט א צווייטע ראי' פאר השגחה פרטית (אדער אז תפילה העלפט וכו' וכו'), וועלכע מ'קען זיך עס איבערצייגן בחוש אויך, אדער דו בויסט זיך נאר אויף דעם זוהר (-וואס קומט לדעתו נישט פון ר שמעון אפי')?
דאס אז ס'דא זאכן וואס מ'האט נישט קיין שליטה (נניח..) וויזט בכלל נישט אויף השגחה, עס זענען דא גענוג פשוט'ערע וועגן דאס צו פארשטיין.

אלפא » מאנטאג פעברואר 5, 2024 4:42 am

· #548172
Re: ד"ר מיכאל אברהם
[ציטאט אראפגענומען]
ייש"כ.

איך וועל טאקע מודה זיין, איך האב נאכנישט געליינט קיין איינס פון זיינע ספרים דיירעקט. אלעס וואס איך שרייב איז וואס איך האב ארויסגענומען פון זיינע מאמרים, פוסטים, ותשובות. עס איז טאקע יתכן אז געוויסע נקודות וואלט איך ארויסגעברענגט אדער געשריבן אביסל אנדערש און בעסער ווען איך בין ווען יא באקאנט מיט זיינע ספרים אליין.

דעטערמאניזם לייקנט ער קלאר אין זיין פוסט וואס איך צייכן צו.

אלפא » מאנטאג פעברואר 5, 2024 8:34 am

· #548177
Re:
ברוך שפינוזה #
סקעפטיקער #
ווי @אלפא האט שוין מסביר געווען האלט מיכי אז חז"ל האבן בלויז א פארמאלע סמכות צו זאגן וואס מ'דארף טוהן, אבער זיי האבן נישט קיין אומגעווענליכע ידיעות צו וויסן זאכן וואס איז נישט קלאר מקובל פון הר סיני אדער פון די נביאים, ממילא איז די גמרא/חובת הלבבות/זוהר נישט רעלאוואנט
די גמרא איז יא רעלעוואנט ווייל ווילאנג דו האסט נישט קיין ראיה קעגן א גמרא קענסטו עס נישט אפווענדן מסברא. דאס נעמען א געדאנק וואס איינער האט געשריבן און עס אוועקמאכן סתם אין דער וועלט אריין ווייל איך וויל אויך האבן אן אפיניאן איז א גרויסע טפשות, קיינע נאבעל פרייז געווינער זענען פון דעם school of thought נאכנישט ארויסגעקומען. ווען איינשטיין האט נישט געפאלן א הייפאטאסיס מיט וואס א צווייטער איז אויפגעקומען האט ער זיך נישט סתם אויפגעשטעלט ווי א לץ א פילאזאף אויף א סטעידש און געגעבן אזא מאך אוועק מיט א טראציגן שמייכל, פארקערט, ער האט זיך יארן געמוטשעט צו טרעפן א הסבר פארוואס מ'קען דעם הייפאטעסיס נישט אננעמען, דערפאר איז ער אויסגעוואקסן וואס ער איז אויסגעוואקסן. אבער דער זאגט דאך אליינס אז ער גלייכט נישט קיין סאציאלע סייענסעס, און לכאורה לויט זיינע שיטות קוקט טאקע אויס ווי ער איז פיין אויפ'ן ספעקטרום, זוי צופיל ערווארט איך נישט פון אזא איינעם. (דער אשכול עפענער לינקט דארט צו מיכי'ס אן ארטיקל "האם פסיכולוגיה היא מדע?", וואס איז זיכער איז זיכער "פילוסופיה אינו מדע ולא מקצתיה" 😛 😈)
ערשטנס האב איך הנאה אז אונזער ר' ברוך איז געווארן א רעכטע דא..

לעצם הענין.
צו ער איז אויפן ספעקטרום אדער נישט מאכט נישט אויס (חוץ ל-אד הומינם..) ווייל זיינע טענות זענען שטארקע און באגרינדעטע אין יעדע נושא כמעט.
ער ווארפט נישט אפ די 'השגחה הייפאטעסיס' ער טענה'ט נאר אז עס איז בכלל נישט קיין הייפאטעסיס טו בעגין וויז.. נישט בחוש און נישט אין די תורה זעט מען דעם פענאמענאן אלץ פאקט, און דאס אז חז"ל האבן זיך אזוי איינגערעדט קען מען גרינג לייגן אויף די ליסטע פון נאך זאכן וואס זיי האבן געמיינט.. (דאכט זיך דו ביסט אביסל באהאוונט מיט אזא ליסטע).
ער האט טאקע אפאר לענגערע אנאליזן איבער די כח און לימיטאציעס פון פילאזאפיע, ער האט קיינמאל נישט געזאגט עס איז א 'מדע', אדרבה אויב עפעס איז מדע געבויט אויף דעם.. יעו"ש

אלפא » מאנטאג פעברואר 5, 2024 8:39 am

· #548178
Re: ד"ר מיכאל אברהם
סוף טוב הכל טוב #
איך מיין אז מ'וועט איהם שיקן אן איינלאדענונג וועט ער גערן קומען דא, עכ"פ אויף אן איינמאליגע אינטערוויו
ווער איז גענוג נאנט איהם צו אינווייטן?
איך האב אים קאנטאקטעד. עס איז דא א פראבלעם אז ער פארשטייט נישט קיין ווארט אידיש (- און ער קען נישט צופיל דעם פלאץ דא), און איך קען נישט קיין גוטע עברית צו קענען קאמיוניקירן דערין.
אדרבה אויב די עולם וויל, קען מען מיר שיקן שאלות וואס מ'וויל אים פרעגן (אדער וואס מ'וויל זאל ווערן געפרעגט) אין אישי, איך גיי פראבירן צו מסדר זיין אויף עפעס א מהלך עס זאל קענען ארויפגיין מיט זיינע תשובות/הערות. אולי באופן אינטערוויו. (איך בין נישט קיין גוטע אינטערוויער, איך נעם אן הילף פון ווער עס וויל זיך אנטראגן)

ער איז זייער צוגעלאזן אין אזעלכע פעלער. ער קען אפי' אויפהייבן א טעלעפאן טאמער איינער וויל כאפן א פערזענליכע שמועס מיט אים..

ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 5, 2024 9:58 am

· #548188
Re: ד"ר מיכאל אברהם
@אלפא: זאג וואסערע שטותים דו ווילסט נאר פליז רוף מיר נישט קיין רעכטער. דאס אז ער איז אויפ׳ן ספעקטרום מאכט שוין איינמאל אויס ווייל פילאזאפיע און רעליגיע, די תחומים אין וואס ער קען זיך כלומפרשט אויס, זענען איבער די היומען עקספיריענס, און אויף צו קענען זאגן א דעה דערין דארף מען קענען ריעלעיטן צו היומענס, א זאך וואס מענטשן אויפ׳ן ספעקטרום קענען נעבעך נישט אינגאנצן.

אלפא » מאנטאג פעברואר 5, 2024 10:13 am

· #548189
Re: ד"ר מיכאל אברהם
זאג וואס דו ווילסט, נאר רוף נישט מיינע ווערטער שטותים.. 🙂
[אגב, איך זאג רעכט - ווייל דו מאכסט אוועק אן 'אפיקורס'..]

איך בין מסכים ביסודו (אזויווי איך ברענג ארויס ביים ענדע) אז ער פארפעלט צו פארשטיין געוויסע מושגים איבער הומעניזם און זאכן וואס רעלעיטן דערצו. רעליגיע אין דעם זין האט צוויי חלקים, די טעאלאגישן חלק איז ריין פילאזאפיע וואו יעדער מיט א קאפ מעג אריינרעדן, אבער טאקע די היסטארישן און סאסייעטל קאנטעקסט דארף אויך גענומען ווערן אין באטראכט.
די נושא פון השגחה ספעציפיש, וואס איבער דעם איז געווען די נדון דא, האט נישט ממש מיט געפילן/הומעניזם, עס איז אן עמפירישע שאלה אין וואס די גמרא קען אריינרעדן פונקט ווי אים (לשיטתו..)

ברוך שפינוזה » מאנטאג פעברואר 5, 2024 10:17 am

· #548190
איין טעות מאכסטו, טעאלאגיע איז נישט איבער עמפירישע פאקטן.

סקעפטיקער » מאנטאג פעברואר 5, 2024 11:03 am

· #548195
Re:
ברוך שפינוזה #
איין טעות מאכסטו, טעאלאגיע איז נישט איבער עמפירישע פאקטן.
אדער איז דאס גאר דיין טעות

או יאמר, אז מ'קען עס אנקוקן פון ביידע זייטן. און דר. מיכי באציעט זיך איבער די עמפירישע פאקטן

אלפא » מיטוואך פעברואר 7, 2024 10:09 am

· #548534
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נאכן שיקן די מאמר צו אים אליין פאר הערות און הסכמה, האט ער צוריקגעשיקט די פאלגענדע תיקונים:

איבער דאס
ווי ווייט איך פארשטיי זענען זיי (- זיין קוורטט) א קאלעקציע פון פריערדיגע – איינצעלנע ספרים פון אים.
האט ער געשריבן - לא. יש הרבה ספרים אחרים. אלו נכתבו מראש כקוורטט של ארבעה ספרים. יש בהם תיאור של העימות האנליטי-סינתטי במישורים שונים (מדע, דת, פסיכולוגיה)

-----

איבער דעם
זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה
- לא אמפירית. הגיונית.
(אין איינקלאנג מיט ברוך'ס טענה לכאו'.)

-----

איבער דעם
השגחה פרטית, שכר ועונש, עולם הבא, משיח, און תחיית המתים
- איני דוחה את זה. אין לי עמדה, כי אני לא יודע האם זה בא במסורת.
- א וויכטיגע תיקון.
(- ר' בערל, נאך דא שאנסן..)

-----

איבער דעם
בעצם איז ער א שטארקע לינקע, ביבי איז ביי אים שפיץ קארופטירט
- ממש לא. אני איש ימין. אבל אכן מתנגד מאד לביבי.
אינטרעסאנט!

-----

איבער דעם
די מלחמה מיט עזה, איז ערזייער דערקעגן, ער טענה'ט אז חוץ פון וואס עס איז שקר אז מ'גייט באיזה אופן ערייכן אלע דריי צילן...
- אני לא נגד. אני כן חושב שהמטרות סותרות.

-----

איבער דעם
(ער פאררופט זיך ערגעץ גאר אן אוטיסט)
- מטפורית כמובן.
די 🙂 מיילי 🙂 לייג איך שוין צו!

סקעפטיקער » מיטוואך פעברואר 7, 2024 12:27 pm

· #548566
Re: ד"ר מיכאל אברהם
אלפא #
איבער דעם
זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה
- לא אמפירית. הגיונית.
(אין איינקלאנג מיט ברוך'ס טענה לכאו'.)
ער איז שיין מסביר די נקודה אין די מחברת דף 9 אונטערן קעפל "האם אמונה באלוהים היא טענה מדעית?"

ברוך שפינוזה » מיטוואך פעברואר 7, 2024 6:24 pm

· #548656
Re: ד"ר מיכאל אברהם
אלפא #
איבער דעם
זיין מהלך אין אמונה איז גאנץ קלאר. קודם וואו ער ברענגט ארויס אז עס איז א ריינע עמפירישע טענה
- לא אמפירית. הגיונית.
(אין איינקלאנג מיט ברוך'ס טענה לכאו'.)

-----

איבער דעם
השגחה פרטית, שכר ועונש, עולם הבא, משיח, און תחיית המתים
- איני דוחה את זה. אין לי עמדה, כי אני לא יודע האם זה בא במסורת.
- א וויכטיגע תיקון.
(- ר' בערל, נאך דא שאנסן..)
א דאנק פאר'ן אויסקלארן די צוויי פונקטן וואס האבן מיך דאס מערסטע געקראצט פונעם גאנצן פאוסט, אטע דאס הייסט גערעדט צום זאך.

איין נקודה איז נאך געבליבן אויסצוקלארן, דו האסט געשריבן:
לאגיק:

אמת איז נאר דא ביי אים איינס. דהיינו אדער רעדט מען צום זאך אדער נישט, נישטא קיין אלו ואלו דברי אלקים חיים אין מציאות, ניטאמאל אין הלכה. וואס יא, ער געבט די רעכט צו האבן און רעספעקטירן א צווייטע מיינונג על אף איך האלט עס איז שטותים, ווייל נאר אזוי קען מען דערגיין דעם אמת, חוץ פון וואס אטאנומיע איז נישט עפעס וואס מ'מעג אוועקנעמען אפי' פון א שוטה.
אמת שטאמט ביי אים פון אינטואציע, וועלכע לויט אים פארלאנגט נישט קיין הסבר אדער הצדקה. און פון דארטן ארויף בויט זיך לאגיק. די איינציגסטע מיט וועלכע ער קען זיך נישט טענה'ן איז איינער וואס איז קאנסיסטענט מיט סקעפטיציזם, וואס לויט יענעם איז אינטואציע נישט מבוסס, וואס אויף אזא טענה קען ער נישט ענטפערן.
ס'זעהט אויס ווי דו האסט דא געמאכט א שטיקל טשולענט פון לאגיק מיט אמת, אמת קען נאר זיין איין אבער לאגישע מסקנות דארף צו קענען זיין מער פון איין, נישט אזוי? צ.ב. לאגיש קען מען ציען א מסקנא סיי אז ס'איז דא א גאט און סיי אז ס'נישט דא קיין גאט, לאגישע מסקנות זענען אינפיניט, אזוי האבן אביי און רבא אונז אויסגעלערנט 🙂 אויב טוסטו צו דעם צושטימען ווערט יעצט די קשיא וואס איז די "אמת" אויף וואס מ'דארף א מיכי אברהם צו זאגן אז ס'קען נאר זיין איין? מ'רעדט דאך זיכער נישט איבער אזעלכע שאלות צו די הימל איז (אדער זעהט אויס ווי) בלוי אדער פערפל ווייל איינער וואס האט א ספק דערין איז זיין אינטואציע נישט גענוג מבוסס אז ס'זאל זיין מיט וועם צו גיין צום טיש, אדער אפשר מיינסטו טאקע דאס ארויסצוברענגען?

אלפא » מיטוואך פעברואר 7, 2024 6:31 pm

· #548658
Re: ד"ר מיכאל אברהם
איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין שאלה.
לאגיק איז א ליידיגע פראצעדור (-פון הנחות צו מסקנות) וועלכע קען ענטהאלטן אן אמת'ע תוכן און א פאלשע תוכן.
אינטואציע - די באזע פון אלע לאגישע הנחות - איז וואס ער רופט אמת, און ער האלט עס איז נאר דא איין סארט דערפון. אנדערש ווי פלוראליסטס/עמאטיוויסטס/עמפיריסיסטס וועלכע האלטן אדער אז אינטואציע איז נישט בהחלט אמת (- סקעפטיקס) אדער אז יעדער האט זיך זיין אמת. ער לייקנט אזא אפציע.
דאס איז מיין הבנה.

צפת » מיטוואך פעברואר 7, 2024 9:00 pm

· #548693
Re: ד"ר מיכאל אברהם

אלפא » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:17 am

· #549747
Re: ד"ר מיכאל אברהם
איינס פון מיכאל אברהם'ס עיקר ארגומענטן לגבי אמונה איז די פאקט אז מיר בויען אלעס ארום אינטואציע, דהיינו, די גאנצע סייענטיפישע מעטאד - וואס קאנסטוטוט אלס טעאריע אדער עווידענס, די מאטעמאטישע אקסיומס, און אלעס אין פילאזאפיע, איז געבויט אויף אינדאקטיוו לאגיק (- מסביר זיין עפעס וואס מ'ווייסט נישט מיט עפעס וואס מ'ווייסט) וועלכע איז געבויט אויף אונזער טראסט אין אונזער אינטואציע וועלכע פירט אונז אזוי צו האלטן. וממילא איז לויט ווי ער טענה'ט נישט ווייניגער ראציאנאל זיך צו פארלאזן דערויף לגבי די עקזיסטענס פון א 'סיבה ראשונה שאין לו סיבה'. (ער טענה'ט עס נישט אלץ זיכערע פאקט נאר אלס מערסט פראבאבל..)

די זעלבע זאגט ער בנוגע די בריק צווישן א דאיסטישע ג-ט (- א ג-ט וואס האט נאר באשאפן די וועלט) און א טעאיסטישע ג-ט (-וועלכע טיילט איין מצוות און עבירות), אז מיט אינטואציע איז ראציאנאל אנצונעמען אז א ג-ט וואלט געהאט א סיבה צו באשאפן דעם וועלט און אז ער וואלט אונז מודיע געווען די סיבה, וממילא איז מעמד הר סיני א ראציאנאלע שטעלונג צו גלייבן - הגם ווייטער נישט מוכרח.

ער מאכט א טיפע שניט בכלליות צווישן אינטואציע - וועלכע איז אוניווערסאלי באגלייבט, און געפילן וועלכע זענען סוביעקטיוו און קענען דערפאר נישט אריינרעדן אין די 'אמת'..

אויך איז ער aware איבער די חילוק אז סייענס איז פאלציפירבאר וואס דאס געבט עס מער נאמנות משא"כ אמונה און פילאזאפיע, אבער בסופו של דבר טענה'ט ער אז ביידע נעמען זייערע קלעימס פון אינטואציע, וממילא האט עס מער ווייניגער די זעלבע ווערד.

עס הערט זיך אפשר ריכטיג זיינע ארגומענטן (הגם לאו דוקא קאנווינסינג..) אבער עס פילט זיך עפעס נישט ריכטיג -אינטואטיוולי- אין די צושטעל פון אונזער סייענטיפישע און טעגליכע אינטואציעס צו עקסטרעארדינערי 'אינטואציעס' איבער ג-ט וכדו'. ליבי אומר לי אז זאכן וואס מיר עקספיריענסן דיירעקט -הגם במקצת געבויט אויף אינטואציע- אדער אזעלכע הייפאטעזיעס ווי גראוויטעט א.ד.ג. זענען מער 'ראציאנאל' און מאכן מער סענס צו שפעקילירן ווי צו שפעקילירן וואס טוט זיך אינדרויסן פון מקום וזמן - ווי לאגיק קען גאר האבן אנדערע כללים און די גאנצע פרעסעפציע פון סיבה ומסובב קען זיין הוילע דמיונות, עס פילט זיך צו מיר נאריש צו דן זיין וויאזוי ג-ט 'וואלט זיך אויפגעפירט' און נאך האלטן אז עס מאכט סענס די גאנצע טעזע...

איינער איז מיט מיר? קען עס איינער אפשר בעסער ארטיקולירן?

אלפא » מיטוואך יולי 3, 2024 3:06 pm

· #567095
Re: ד"ר מיכאל אברהם
נאך לאנגע הקדמות פון מסביר זיין וואס אינטואישאן איז, און וואס אינטעלעקטואליזם טוט, איז מיכאל אברהם צוגעקומען צום הויכפונקט, ווי מיט זיין פרישע פוסט שפרייט ער אויס אלע שמוץ וועש פון די חרדים פאר יעדעם צו קענען אויסשמעקן.

https://mikyab.net/posts/87637/

ער גייט אריין בפרטיות וויאזוי די חרדישע געדאנקענגאנג - פון דעם עמך איד ביז דעם לא תסור'דיגן דעת תורה - איז נישט מער ווי אן אינטעלעקטואליזאציע פונעם רעאליטעט, וואו מ'קוקט אן און מ'איגנארירט דעם דרויסענדיגע מציאות ממש ווי א קליין קינד שאין בו דעת, און וויאזוי דאס שטעלט אהער א פאראלעל אוניווערס וואס איז אולי קאהירענט מתוכו אבער מיטן פיזישן וועלט האט עס נישט קיין שייכות...

ליינט און האט הנאה!

שבת אחים » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:04 pm

· #567234
Re: ד"ר מיכאל אברהם
יישר כח פארן פותח האשכול הרב @אלפא. זייער א אינטערסאנטע קאלירפולע פיגור מיט אייגענארטיגע שיטות.

קען איינער אויסקלארן זיין שיטה אין דעטערמעניזם, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא אז א מענטש האט יא א בחירה, רוב שטודיעס האבן געוויזן פארקערט, און רוב היינטיגע טראכטער און סייענטיסטן אין די פיעלד זענען מעהר ווייניגער איבערצייגט אז אונז זענען פשוט געפראוגרעמטע מאשינען גרייט אויסצופירן די ווילע צום לעבן.

אויך קריג איך מיך מיט אים במחילת כבודו, וועגן די מלחמה אין עזה. איך פארשטיי נישט וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא, די ישראלים האבן נישט קיין אנדערע ברירה ליידער. און מ׳קען אריינגיין אין די פרטים אין די ריכטיגע אשכול וואס איז געאייניגט דערפאר.

אלפא » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:27 pm

· #567242
Re: ד"ר מיכאל אברהם
שבת אחים #
קען איינער אויסקלארן זיין שיטה אין דעטערמעניזם, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא אז א מענטש האט יא א בחירה, רוב שטודיעס האבן געוויזן פארקערט, און רוב היינטיגע טראכטער און סייענטיסטן אין די פיעלד זענען מעהר ווייניגער איבערצייגט אז אונז זענען פשוט געפראוגרעמטע מאשינען גרייט אויסצופירן די ווילע צום לעבן.

ער האט א גאנצע ספר 'מדעי החופש' איבער דעטערמעניזם, (איך האב עס נישט געליינט - קען איך דיר נישט ענטפערן ספעציפיש).

טור 645 און 646 שמועסט ער אויך אויס די נושא לעצטנס.

איין וויכטיגע נקודה מאכט ער קלאר, אז נישט אייביג און אין יעדע נושא איז 'סייענס' אדער 'סייענטיסטן' בכלל א מאן דאמר, ער האלט אז די נושא (אזויווי די שאלה צו עס איז דא א ג-ט) איז א פילאזאפישע נושא און עס רירט אן beyond די סייענס ארענע..

בכלל קענסטו אריינלייגן אין די סורטש ענדזשין אויף זיין סייט די ווארט מדעי החופש אדער דטרמניזם (אדער סיי וועלכע ווארט דו ביסט אינטרעסירט) און עס וועלן ארויפקומען די אלע פלעצער וואו ער רעדט ארום דערפון - אין א פוסט, מאמר, אדער תשובה לשואל..

ווי אויך קענסטו אים אליין אנפרעגן סיי וועלכע קשיא אדער שאלה און ער וועט דיר גערן ענטפערן..

סקעפטיקער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 3:32 pm

· #567246
Re: ד"ר מיכאל אברהם
שבת אחים #
קען איינער אויסקלארן זיין שיטה אין דעטערמעניזם, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צו די מסקנא אז א מענטש האט יא א בחירה, רוב שטודיעס האבן געוויזן פארקערט, און רוב היינטיגע טראכטער און סייענטיסטן אין די פיעלד זענען מעהר ווייניגער איבערצייגט אז אונז זענען פשוט געפראוגרעמטע מאשינען גרייט אויסצופירן די ווילע צום לעבן.
איך האב אויסגעהערט זיינע יוטוב שיעורים אין דעם נושא, ער בויעט בעיקר אויף די אינטואישאן. בנוגע די שטודיעס טענה'ט ער אז יעדער איז מודה אז עס זענען דא זאכן וואס זענען משפיע אויף א מענטש צו האבן א געוויסע גרעניץ, אבער דאס מיינט נישט אז ער האט בכלל נישט קיין בחירה.

בר גיורא » דינסטאג יולי 16, 2024 6:23 pm

· #568205
Re: ד"ר מיכאל אברהם
אלפא #
נאך לאנגע הקדמות פון מסביר זיין וואס אינטואישאן איז, און וואס אינטעלעקטואליזם טוט, איז מיכאל אברהם צוגעקומען צום הויכפונקט, ווי מיט זיין פרישע פוסט שפרייט ער אויס אלע שמוץ וועש פון די חרדים פאר יעדעם צו קענען אויסשמעקן.

https://mikyab.net/posts/87637/

ער גייט אריין בפרטיות וויאזוי די חרדישע געדאנקענגאנג - פון דעם עמך איד ביז דעם לא תסור'דיגן דעת תורה - איז נישט מער ווי אן אינטעלעקטואליזאציע פונעם רעאליטעט, וואו מ'קוקט אן און מ'איגנארירט דעם דרויסענדיגע מציאות ממש ווי א קליין קינד שאין בו דעת, און וויאזוי דאס שטעלט אהער א פאראלעל אוניווערס וואס איז אולי קאהירענט מתוכו אבער מיטן פיזישן וועלט האט עס נישט קיין שייכות...

ליינט און האט הנאה!
נייס!!
צום פינטעל..
מברויך עס איבערזעצן אין אידיש.