☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » וועלכער רבי איז א חכם

וועלכער רבי איז א חכם

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16917
בלאט: 1 2 3

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:20 am

· #552683
וועלכער רבי איז א חכם
וועלכער רבי היינט צו טאגס איז א חכם, פשוט א קלוגער פארשטענדלעכער מענטש?
איך מיין נישט סתם אז ער איז נישט א שוטה משוטה פון שוטה'לאנד. נאר טאקע א פיקח, אזא איינער וואס סיי חסידים און סיי שונאים גייען מוזן מודה זיין קלוג איז ער.
איך פרעג נישט ווער איז גרעסער אין צדקות, אדער א גרעסערע בעל טובה.
אויך נישט ווער קען לערנען אדער ווער קען מער לערנען.

מר. קלונימוס » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:31 am

· #552687
Re: וועלכער רבי איז א חכם
מהר''א ט''ב

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:39 am

· #552690
אויב זוכסטו א חכם, פארוואס מוז ער אויך זיין א רבי?

ברוך שפינוזה » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:10 am

· #552702
דער סטאלינער, הגם ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט.

וחי בהם » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:36 am

· #552712
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נדבורנא ב"ב, פרמישלאן, זוטשקא, ספינקא דונולו

היום » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:41 am

· #552714
Re: וועלכער רבי איז א חכם
דער בית ישראל האט אמאל געזאגט פאר א חסיד וואס איז נישט געווען צופרידן פון זיין ענפער אויף דער חסיד׳ס שאלה, און האט איבערגעפרעגט מיט אלע צדדים.

״דל מיניה וואס איך בין דיין רבי, בין איך אויך טויזנט מאל קליגער״…
ודפח״ח

חב''ד הויזן » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:56 am

· #552717
Re: וועלכער רבי איז א חכם
וועלכע שונא גייט מודה זיין אז זיין בר פלוגתא איז א פיקח? כ'מיין ס'נישטא אזא זאך.

קראלי רבי הייסט א קלוגע אידן וואס מ'גייט זיך דורכרעדן.

גראדע איז דא וואס זאגן אז ויזניץ מרכז איז א פיקח.'חכם הוא להרע'.

למעשה די אלע פיקחות איז נישט א 'יא אדער ניין' ווייל אונז קוק מיר אן קלוג איינער וואס איז אפן און דאון טו עירטה, באמת קען זיין אז פילע רבי'ס זענען באמת קלוגע מענטשן. למשל ר' מאטל זילבער פון סטיטשין איז לכאורה א חכם מחוכם, אבער ער פארשטייט נאר צו זיינע נושאים.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:02 pm

· #552719
Re: וועלכער רבי איז א חכם
אין די מיטעלאלטער יארן האט מען געשאצט א חכם לויט וויפיל Ique די מענטש האט פארמאגט.

היינט צוטאגס אין די מאדערנע וועלט שאצט מען א חכם לויט וויפיל Emotional Health די מענטש פארמאגט.

דעריבער פאר איר שרייבט אייער רביס נאמען דא אינעם אשכול טראכט א מינוט צו ער קומט טאקע נאך די היינטיגע פרינציפן פון הייסן א חכם.

להודיע » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:20 pm

· #552729
Re: וועלכער רבי איז א חכם
אמשינאוו (ביידע)

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:22 pm

· #552730
Re: וועלכער רבי איז א חכם
להודיע #
אמשינאוו (ביידע)
זענען וואס פונקטליך???

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:23 pm

· #552732
Re: וועלכער רבי איז א חכם
וחי בהם #
נדבורנא ב"ב, פרמישלאן, זוטשקא, ספינקא דונולו
און וואס איז מיט די ליסטע??

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:24 pm

· #552733
Re: וועלכער רבי איז א חכם
מר. קלונימוס #
מהר''א ט''ב
א חכם פון די מה נשתנה.

היום » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:25 pm

· #552734
Re: וועלכער רבי איז א חכם
דער בעלזער האט, ווי מען פארציילט, אמאל געזאגט פאר איינעם,

״וואס האט מען דען נישט געשריבן און חוזק געמאכט פון מיר, אבער טיפש האט נאך קיינער נישט געשריבן״.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:28 pm

· #552737
Re: וועלכער רבי איז א חכם
היום #
דער בעלזער האט, ווי מען פארציילט, אמאל געזאגט פאר איינעם,

״וואס האט מען דען נישט געשריבן און חוזק געמאכט פון מיר, אבער טיפש האט נאך קיינער נישט געשריבן״.
ווען פילן און טעראפי איז נאך געווען אפגעפרעגט ביי די חסידים האט עס שוין רבי בערל געהאט איינגעפירט אין גרויסן ביי זיי אין בעלזא.

די קעפעלע » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:25 pm

· #552750
Re: וועלכער רבי איז א חכם
סוף טוב הכל טוב #
וועלכער רבי היינט צו טאגס איז א חכם, פשוט א קלוגער פארשטענדלעכער מענטש?
איך מיין נישט סתם אז ער איז נישט א שוטה משוטה פון שוטה'לאנד. נאר טאקע א פיקח, אזא איינער וואס סיי חסידים און סיי שונאים גייען מוזן מודה זיין קלוג איז ער.
איך פרעג נישט ווער איז גרעסער אין צדקות, אדער א גרעסערע בעל טובה.
אויך נישט ווער קען לערנען אדער ווער קען מער לערנען.
איך מיין אז מען קען טוישען די נאמען פינעם אשכול.

ווער איז אייער רבי אדער פון וועלעכע חסידות זענט איר אנטלאפן

סבא דבהתא » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:49 pm

· #552761
Re: וועלכער רבי איז א חכם
כ”ק אדמו”ר מלאשאנץ שליט”א

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:51 pm

· #552763
Re: וועלכער רבי איז א חכם
סבא דבהתא #
כ”ק אדמו”ר מלאשאנץ שליט”א
ער איז אבער זייער א ווילדער מענטש און פארדעם גלייכן נישט מענטשן וויאזוי ער פירט א קעיס.

מילך טראק » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:01 pm

· #552768
Re: וועלכער רבי איז א חכם
איך קען אים נישט פערזענליך, אבער פאפא רבי קוקט אויס זייער סעקסעפול, האט א הערליכע בעל ביתישע קהילה, פארמעגליכע אינגעלייט זייער צו די זאך, אזוי שיין מסדר געווען זיין ברודער, זייער א גוטע רילעשין מיט זיינע חסידים, ועל כולם אין ווילאמסבורג, און ער טוט וואס ער וויל, הייסט זייער רעספעקטריט ביי רבנים,

אייז קריעם » מאנטאג מערץ 4, 2024 9:48 pm

· #552930
Re: וועלכער רבי איז א חכם
מונקאטשער הייסט א חכם.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 9:50 pm

· #552934
Re: וועלכער רבי איז א חכם
אייז קריעם #
מונקאטש
ער איז גוט געווען מיט טשארלס היינס און נאכמער איז ער גוט מיט זיין דאללער.

אפשר צוטירסטו ווי זיין חכמה שטעקט.

קורץ » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:38 pm

· #552947
Re: וועלכער רבי איז א חכם
לב טהור רבי, לויט א שכינות'דיגע אשכול, ער ווערט זאגאר אנגערופן מיט אט דעם טיטעל ציווישן זיינע חסידים

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג מערץ 4, 2024 11:39 pm

· #552974
Re: וועלכער רבי איז א חכם
איך מיין דער קאסאניער פון לינדן

היום » דינסטאג מערץ 5, 2024 1:56 am

· #552995
Re: וועלכער רבי איז א חכם
סוף טוב הכל טוב #
איך מיין דער קאסאניער פון לינדן
צוזאמען מיט זיין ברודער, דער פון הילקרעסט, דער שכן פון סקווירא!

שפילער » דינסטאג מערץ 5, 2024 2:01 am

· #552996
Re: וועלכער רבי איז א חכם
היום #
סוף טוב הכל טוב #
איך מיין דער קאסאניער פון לינדן
צוזאמען מיט זיין ברודער, דער פון הילקרעסט, דער שכן פון סקווירא!
און דער ברידער אין פארשעי

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 2:54 am

· #553004
Re: וועלכער רבי איז א חכם
לאכעדיג #
היום #
דער בעלזער האט, ווי מען פארציילט, אמאל געזאגט פאר איינעם,

״וואס האט מען דען נישט געשריבן און חוזק געמאכט פון מיר, אבער טיפש האט נאך קיינער נישט געשריבן״.
ווען פילן און טעראפי איז נאך געווען אפגעפרעגט ביי די חסידים האט עס שוין רבי בערל געהאט איינגעפירט אין גרויסן ביי זיי אין בעלזא.
וואו קום איך קיין בעלזא? איך געב דיר (בלי"נ) א מיליאן קאווע שטיבל קוינס אויב דו ברענגסט מיר א פיקטשער ווי איך בין אין בעלזא.

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 8:58 am

· #553014
Re: וועלכער רבי איז א חכם
סוף טוב הכל טוב #
איך מיין דער קאסאניער פון לינדן
וועגן זיין שטעטעל האט זיך אויסגעארבט צו ער איז בעצם א חכם?

זאקן » דינסטאג מערץ 5, 2024 9:33 am

· #553018
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נאך א מזל די פרעגסט וועלכע רבי איז א חכם, אזוי האסטו נישט קיין ענטפערס אין די אשכול, ווען די פרעגסט וועלכע רבי איז א נער וואלט שוין געווען מער ווי טויזענט ענטפערס אין די אשכול.

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 3:53 pm

· #553104
Re: וועלכער רבי איז א חכם
berlbalaguleh #
וואו קום איך קיין בעלזא? איך געב דיר (בלי"נ) א מיליאן קאווע שטיבל קוינס אויב דו ברענגסט מיר א פיקטשער ווי איך בין אין בעלזא.
איך האב געמיינט רבי בערל פון בעלזא
נישט רבי בערל דער בעל עגלה.

אנטשולדיג פאר די אומפארשטענדעניש.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 5, 2024 4:06 pm

· #553107
Re: וועלכער רבי איז א חכם
לאכעדיג #
berlbalaguleh #
וואו קום איך קיין בעלזא? איך געב דיר (בלי"נ) א מיליאן קאווע שטיבל קוינס אויב דו ברענגסט מיר א פיקטשער ווי איך בין אין בעלזא.
איך האב געמיינט רבי בערל פון בעלזא
נישט רבי בערל דער בעל עגלה.

אנטשולדיג פאר די אומפארשטענדעניש.
איך וויל נישט זאגן וואס די סאטמאר/נט"ק לאנדאן צייטונג האט געשריבן. ניין נישט דער איד. בשעת די ברענעדיגע מחלוקה (אין יארע תשמ"א) זענען ארויסגעקומען א פאר (קליינע) צייטונגען ענליך צו דעם פנים חלשות פון חיים שאולזאן. זיי האבן זיך פארמאכט נאכדעים וואס די היץ איז א ביסל אראפגעגאנגען

פרייליכע איד » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:48 pm

· #553141
Re: וועלכער רבי איז א חכם
וועלכער חכם אדער נארמאלער מענטש וויל דען זיין א רבי.....?

לאכעדיג » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:51 pm

· #553142
Re: וועלכער רבי איז א חכם
פרייליכע איד #
וועלכער חכם אדער נארמאלער מענטש וויל דען זיין א רבי.....?
זייער אסאך נערמאלע און קלוגע מענטשען ווילן זיין א רבי.

וואס טוט מען נישט פאר כבוד און געלט.

די דארפסט זיך נישט לערנען דערפאר און דיינע חסידים וועלן פארטיידיקן אלע דיינע אומרעכטן.

אבער רוב מענטשן זענען נישט באשאנקען געווארן מיט א טאטע וואס ווען ער שטארבט פאלט אים אריין אין די הענט אזא אפציע.

יום טוב ליפמאן צונז » דינסטאג מערץ 5, 2024 8:10 pm

· #553159
Re: וועלכער רבי איז א חכם
באבוב 48 + באבוב 45 ביידע געריבענע חברה. א שאד זיי קענען נישט שלום מאכן.

רימון » דינסטאג מערץ 5, 2024 10:33 pm

· #553195
Re: וועלכער רבי איז א חכם
זאבילטוב, בראד, בעלעד, פוזנא.

שמן למאור » דינסטאג מערץ 5, 2024 10:38 pm

· #553196
Re:
ברוך שפינוזה #
דער סטאלינער, הגם ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט.
מען רעדט פון חכמים נישט אויבער חכמים.

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג מערץ 5, 2024 10:40 pm

· #553198
Re: וועלכער רבי איז א חכם
לאמיך פרעגן די שאלה אזוי:
מיט וועלכע רבי וואלסטו זיך מתייעץ געווען ווען ער וואלט געווען סתם א באלעבוס?

ברוך שפינוזה » דינסטאג מערץ 5, 2024 11:02 pm

· #553200
שמן למאור #
ברוך שפינוזה #
דער סטאלינער, הגם ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט.
מען רעדט פון חכמים נישט אויבער חכמים.
ער איז סיי א חכם און סיי אן אויבערחכם.

אבער די פוינט איז ווי אפאר האבן שוין ארויסגעברענגט, ס'פעלן נישט רבנים און רבי'ס וואס זענען קלוג, כלומר זיי האבן א הויעכע IQ און קענען פירן אן אינטעלעקטואלע שמועס, אבער וואס פעלט געווענליך פון דיזע קלוגע רבי'ס איז שכל, וואוסן וואו איין און וואו אויס, וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט. אדרבה, אסאך מאל ביי די סארטן מענטשן ארבעט עס פארקערט, לפום חורפא שבשתא, ווי גרעסער די גאון אלץ גרעסער די שגעון. די כלל איז אלץ אז עצות נעמט מען נאר פון א מענטש וואס דו ווילסט ווי איהם אויסקוקן, נעם דעם רבי ביי וועם דו ווילסטו זיך שואל זיין און פרעג זיך צו וויל איך אז מיין לעבן זאל אויסקוקן ווי זיינער? איך רעד נישט פון זיין גאלדענע בעקישע און אכט שטאק פארענטשעס ווייל דאס גייסטו סייווי קיינמאל נישט האבן, איך רעד פון זיין שלום בית, רילעישנשיפ מיט זיינע קינדער, פרוביר זיך פארצושטעלן ווי זיין באנק אקאונט וואלט ווען אויסגעקוקט ווען ער איז ווען א פשוט'ער בעלעבאס. איך ווייס נישט צו ס'בלייבט איבער אפילו איין רבי וואס ערפילט אלע קרייטעריע.

יין שרף » מיטוואך מערץ 6, 2024 12:26 am

· #553228
Re: וועלכער רבי איז א חכם
הג"ר חיד"ו ווייס

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מערץ 6, 2024 9:32 am

· #553256
Re: וועלכער רבי איז א חכם
אקיצור די מצב איז צרות...
מיט ראשי יעשיוועס מיין איך איז די מצב היפש בעסער, אבער אויך נישט פערפעקט.

הגאון הצדיק » מיטוואך מערץ 6, 2024 9:45 am

· #553260
Re: וועלכער רבי איז א חכם
וחי בהם #
נדבורנא ב"ב, פרמישלאן, זוטשקא, ספינקא דונולו
איך קען זיך נישט אנהעלטען פון לאכען

ווער פון זיי איז נארמאל??????????
אז קלוג זאגסטו מיך......


צודרייטע מענטשן

אויף פיר רבי'ס וואלט איך געזאגט אז זיי זענען פקחים און אנשים מחוכמים
די דריי שוואגער'ס ר' בערל פון ירושלים די זון פון בילגערייא רב, מענדל'ע די שוואנץ, און ר' אהרן פון קרית יוא'
טאקע די דריי זענען חכמים להרע
דעם פערטן איז ר' בן ציון באבוב'ער


דאס זאגט אייך איינער וואס קען א גרויסע טייל פון די רבי'ס היינטיגע דור
א חלק אישית'דיג געטראפן מיט זיי און די אנדערע חלק האב איך פאברענגט שעות מיט זייערע נאנטע קרובים - איינקליך / נעפיוס, ברידערס (ליין שונאים) וכדו'

צפת » מיטוואך מערץ 6, 2024 9:51 am

· #553261
Re: וועלכער רבי איז א חכם
פון די ויז'ניצע רבי'ס, הייסט עס אז ר' ישראל פון מאנסי איז דער גרעסטער חכם און פראקטישער מענטש.

איך ווייס נישט פארוואס עטליכע דא האבן דערמאנט ר' מענדעלע פון בני-ברק אלס חכם, ער איז דאך פון די גרעסטע טפשים בדורינו. קוק ווי אזוי ער האט זיך אליין אריינגעפירט אין באד. ער וואלט געקענט זיין היינט פון די גרעסטע רבי'ס אינעם דור. זיין טפשות האט אים זעלבסט באגראבן. אויסער דעם איז ער באקאנט פאר אלע וואס קענען אים פערזענליך, און פאר די וואס רעדן זיך דורך מיט אים אין פערזענליכע ענינים, אלס גרויסער נאר.

מילך טראק » מיטוואך מערץ 6, 2024 10:02 am

· #553264
Re: וועלכער רבי איז א חכם
גרינגער צו מאכן ברענג איך די משנה שבעה דברים בחכם

מאך א טשעק ליסט, וועלעכע רבי קען פעסן די 7 זאכן נאכדעם וועט זיין גרינגער אויסצוועילן

אינו מדבר בפני מי שהוא גדול ממנו בחכמה ובמנין לב,
ואינו נכנס לתוך דברי חבירו,
ואינו נבהל להשיב,
שואל כענין ומשיב כהלכה,
ואומר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
ועל מה שלא שמע, אומר לא שמעתי,
ומודה על האמת

מרדכי מרדכי » מיטוואך מערץ 6, 2024 10:35 am

· #553268
Re: וועלכער רבי איז א חכם
צפת #
פון די ויז'ניצע רבי'ס, הייסט עס אז ר' ישראל פון מאנסי איז דער גרעסטער חכם און פראקטישער מענטש.

איך ווייס נישט פארוואס עטליכע דא האבן דערמאנט ר' מענדעלע פון בני-ברק אלס חכם, ער איז דאך פון די גרעסטע טפשים בדורינו. קוק ווי אזוי ער האט זיך אליין אריינגעפירט אין באד. ער וואלט געקענט זיין היינט פון די גרעסטע רבי'ס אינעם דור. זיין טפשות האט אים זעלבסט באגראבן. אויסער דעם איז ער באקאנט פאר אלע וואס קענען אים פערזענליך, און פאר די וואס רעדן זיך דורך מיט אים אין פערזענליכע ענינים, אלס גרויסער נאר.
קיינער דא האט נישט דערמאנט ר' מענדל אלס א חכם.
עס איז דא גענוג אשכולות ווי מען קען עם אראפרייסן.

מילך טראק » מיטוואך מערץ 6, 2024 10:49 am

· #553269
Re: וועלכער רבי איז א חכם
מרדכי מרדכי #
הגאון הצדיק #
[
די דריי שוואגער'ס ר' בערל פון ירושלים די זון פון בילגערייא רב, מענדל'ע די שוואנץ, און ר' אהרן פון קרית יוא'
טאקע די דריי זענען חכמים להרע
דעם פערטן איז ר' בן ציון באבוב'ער

סבא דבהתא » מיטוואך מערץ 6, 2024 1:33 pm

· #553298
Re: וועלכער רבי איז א חכם
ווען ר אהרן איז א חכם וואלט ער געווען די מושל בכיפה היינט אין די חסידישע וועלט, נאר צוליב זיינע גרויסע טיפשות איז ער קוים פון האלב סאטמאר

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך מערץ 6, 2024 1:40 pm

· #553299
Re: וועלכער רבי איז א חכם
לאו דווקא. א חכם מיינט נישט איינער וואס איז זיך נישט טועה ווען עס קומט זיך צוליב זיינע אייגנע נגיעות.
איך וויל וויסן ווער איז גענוג א גרויסער חכם, אז אפילו ווען ער איז נישט רבי וואלט איינער זיך שואל עצה געווען מיט עיהם.

אברהם שנית מן השמים » מיטוואך מערץ 6, 2024 7:43 pm

· #553375
Re: וועלכער רבי איז א חכם
חכם קענען מיינען book smart סעקען מיינען פראקטיש חכמת החיים ואו מרופט עס סעקען מיינען נאבעל זיך שיין פארשטיין מיט מענטשען ברויך מען אויס שמוסען וואס זיך מען דא

פונדאַמענטאַל » מיטוואך מערץ 6, 2024 10:17 pm

· #553451
Re: וועלכער רבי איז א חכם
איך האב נישט קיין ספעציעלע באקאנטשאפט מיט אדמורים, און פון אויבן אויף זעה איך נישט קיין שייכות פונעם מושג 'אדמור' צו די מושג 'חכמה'. איך זעה נישט קיין סיבה פארוואס אדמורים זאלן ווען האבן ספעציעלע חכמה, מער ווי נישט-אדמורים.
און דער עיקר נקודה איז שוין מבואר אין מיין אונטערשריפט👇

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 9:33 am

· #553514
Re: וועלכער רבי איז א חכם
יין שרף #
הג"ר חיד"ו ווייס
ער האט געלט אויך צו בעקן זיין "חכמה".

לאכעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 10:20 pm

· #553756
Re: וועלכער רבי איז א חכם
טשערנאביל. עמך מענטשן אין בארא פארק גייען צו אים ווען זיי ווילן זיך אויסשמועסן און זיך אדורך רעדן מיט א רבי.

כספי » זונטאג מערץ 10, 2024 1:55 am

· #553951
Re: וועלכער רבי איז א חכם
לויט וויפיל איך האב געהערט און פארשטאנען הייסט עס אז דער מונקאטשער רבי דער סקווערער רבי און דער בעלזער רבי און (להבדיל) דער אמשינאווער רבי פון בית וגן דארפן צו זיין גאר שטארקע חכמים, אבאוו די עוורידזש חכמים

נאכדעם איז דא נאך רבי'ס וואס זענען קלוגער פון אסאך מענטשן אין ביהמ"ד, אבער נישט אויסטערליש קלוג, דאס נעמט אריין סטמאר מהרז"ל, וויזשניץ מאנסי, סלונים וסלאנים, ודומיהן
בלאט: 1 2 3