☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » וועלכער רבי איז א חכם

וועלכער רבי איז א חכם

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16917
בלאט: 1 2 3

ראדני » זונטאג אפריל 7, 2024 10:12 pm

· #558090
Re: וועלכער רבי איז א חכם
איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.

צקון לחש » זונטאג אפריל 7, 2024 10:17 pm

· #558092
Re: וועלכער רבי איז א חכם
היום #
@צקון לחש, די מיינס צו זאגן טפשות און פרומקייט?
און וואס מיינט דאס ע״פ חסידות?
עפעס א מקור? אדער לכה״פ א הסבר?

"איך בין א נאר און איך גלייב" (בעש"ט)

לך לך » זונטאג אפריל 7, 2024 10:17 pm

· #558093
Re: וועלכער רבי איז א חכם
ראדני #
איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.
🙄 🙄

שיינע איד » זונטאג אפריל 7, 2024 10:24 pm

· #558095
Re: וועלכער רבי איז א חכם
ראדני #
איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.
גם אני מצרף לכל הנ״ל 🤣

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 7, 2024 10:52 pm

· #558103
Re: וועלכער רבי איז א חכם
ראדני #
איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.
הה"ד ראשית חכמה יראת ה'

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 7, 2024 10:53 pm

· #558104
Re: וועלכער רבי איז א חכם
צקון לחש #
היום #
@צקון לחש, די מיינס צו זאגן טפשות און פרומקייט?
און וואס מיינט דאס ע״פ חסידות?
עפעס א מקור? אדער לכה״פ א הסבר?

"איך בין א נאר און איך גלייב" (בעש"ט)

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=556270#p556270

היום » זונטאג אפריל 7, 2024 11:05 pm

· #558107
Re: וועלכער רבי איז א חכם
.

היום » זונטאג אפריל 7, 2024 11:06 pm

· #558109
Re: וועלכער רבי איז א חכם
צקון לחש #
היום #
@צקון לחש, די מיינס צו זאגן טפשות און פרומקייט?
און וואס מיינט דאס ע״פ חסידות?
עפעס א מקור? אדער לכה״פ א הסבר?

"איך בין א נאר און איך גלייב" (בעש"ט)
קודם כל זאגסטו נישט נאך די גאנצע מימרא
עס גייט בערך אזוי, אז דער בעש״ט פארן הסתלקות האט געזאגט
״אז אפילו נאך אלע מיינע מדרגות און השגות, בין איך א נער און איך גלייב״
און די כוונה איז ארויס צו ברענגען די חשוב׳ס פון פשוטע אמונה, ווי א מענטש איז מפקיר און געט אויף אלעס וואס ער פארשטייט און איז משיג, און נעמט אהן אויף זיך פשוטע אמונה מיט א תמימות…

פיין?

יעצט זיי מיר מוחל און געב צו פארשטיין וואס די האסט געשריבן וועגן טפשות און ערליכקייט…
עס קלעבט מיר עפעס נישט דיע ווערטער…
און עס נאך אנהענגען אויפן בעש״ט והחסידות?

לדעתי והבנתי איז עס פינקט פארקערט, אוי ווי סאך שכל מען דארף האבן כדי צו זיין אן אמת׳ער ערליכער יוד.

היום » זונטאג אפריל 7, 2024 11:13 pm

· #558111
Re: וועלכער רבי איז א חכם
ע"ז הדרך זאגט מען נאך פונם אמרי חיים ז"ל
תמים תהיה עם ה' אלוקיך... יא, יא, אבער וואסערע חכם מחוכם דארף מען זיין צו קענען האבן דער תמימות...

לאכעדיג » זונטאג אפריל 7, 2024 11:37 pm

· #558118
Re: וועלכער רבי איז א חכם
די ווארט זאגט מען נאך פון ראפשיץ רב ז"ל.

תניא בניחותא » זונטאג אפריל 7, 2024 11:45 pm

· #558123
Re: וועלכער רבי איז א חכם
די בעש”ט זאגט אז נאך אלע השגות (אפשר גאר דווקא נאך אלע השגות) איז ער נאך אלץ ווי א נער וואס גלייבט, דאס איז למעלה מטעם ודעת, לאפוקי סתם א נער וואס פתי יאמין לכל דבר, וואס דאס איז למטה מטעם ודעת.

סקעפטיקער » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:01 am

· #558132
Re:
הכנה דרבה #
אברהם שנית מן השמים #
די משוגעת אז אידישקייט איז א טיפשותדיגע גלויבינג און מעדארף זיין א טיפש מו בלייבן עהרליך איז די גרעסטע כפירה
לאו דווקא
איך מיין אז ער פארשטייט איר נישט, זי ווייסט פונקטליך וואס זי האלט, דאס איז די פשוט די שפראך וואס זי רעדט צו קענען זיין מקובל בין הבריות.

היום » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:06 am

· #558136
Re: וועלכער רבי איז א חכם
תניא בניחותא #
די בעש”ט זאגט אז נאך אלע השגות (אפשר גאר דווקא נאך אלע השגות) איז ער נאך אלץ ווי א נער וואס גלייבט, דאס איז למעלה מטעם ודעת, לאפוקי סתם א נער וואס פתי יאמין לכל דבר, וואס דאס איז למטה מטעם ודעת.
פיין ארויסגעברענגט!

איך מיין אז דער @צקון לחש, מישט פון א תמים/ תמימות
צו א טיפש/טיפשות…

בו בזמן ווען דער בעש״ט האט גאר שטארק מחשיב געווען דער תמימות׳דיגער עבודה פונעם פשוטער פויער, האט מען אבער נישט סובל געווען קיין דרך טיפשות בעבודת השם….

היום » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:22 am

· #558145
Re: וועלכער רבי איז א חכם
לאכעדיג #
די ווארט זאגט מען נאך פון ראפשיץ רב ז"ל.
זאל זיין דער ראפשיצער.

קען זיין אז איך האב נאך געהערט אז דער אמרי חיים האט נאך געזאגט פונעם ראפשיצער.

קען אויך זיין אז איך בין זיך טועה…

הכנה דרבה » מאנטאג אפריל 8, 2024 12:42 am

· #558150
Re: Re:
סקעפטיקער #
הכנה דרבה #
אברהם שנית מן השמים #
די משוגעת אז אידישקייט איז א טיפשותדיגע גלויבינג און מעדארף זיין א טיפש מו בלייבן עהרליך איז די גרעסטע כפירה
לאו דווקא
איך מיין אז ער פארשטייט איר נישט, זי ווייסט פונקטליך וואס זי האלט, דאס איז די פשוט די שפראך וואס זי רעדט צו קענען זיין מקובל בין הבריות.
יודקאווסקי איז דען נישט קיין בריה?

כספי » מאנטאג אפריל 8, 2024 1:00 am

· #558161
Re: וועלכער רבי איז א חכם
ארכיטקט #
דער איז זיכער א חכם
https://twitter.com/i/status/1775603867075457435
אויף אזעלכע פעלער זאגט ראטשנשטרייך, ס'האט אויסגעבראכן א קריג אין מיטל 'מזרח'...

מרדכי מרדכי » מאנטאג אפריל 8, 2024 6:48 pm

· #558346
Re: וועלכער רבי איז א חכם
די רבי דארף נישט זיין א חכם גענוג אז די גבאי איז קלוג.

רב חאצאצאק הקטן » מאנטאג אפריל 8, 2024 7:41 pm

· #558353
Re: וועלכער רבי איז א חכם
פונעם אלטן דור
אדמור מלויבאוויטש זצ"ל

סמיילי » דינסטאג אפריל 9, 2024 12:51 am

· #558412
Re:
ברוך שפינוזה #
דער סטאלינער, הגם ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט.
קום אריין קלאר

אברהם שנית מן השמים » דינסטאג אפריל 9, 2024 2:47 am

· #558420
Re: וועלכער רבי איז א חכם
מרדכי מרדכי #
די רבי דארף נישט זיין א חכם גענוג אז די גבאי איז קלוג.
די רבי דארף זיין געניג קליג צו פאלגן די גבאי!

זאקן » דינסטאג אפריל 9, 2024 9:31 am

· #558429
Re: וועלכער רבי איז א חכם
מ׳קען שוין מאכן א אשכול ״וועלכע גבאי איז א חכם״ איך מיין די גאנצע וועג ווי אזוי א רבי פירט זיך אויף אין פובליק ווענדט זיך אסאך אין די גבאי, די גבאי פון מאנרא וואס ציפט די רבי ווען ס׳איז ויפתח את פי האתון איז די געווינער.

yesiknow » דינסטאג אפריל 9, 2024 9:55 am

· #558432
Re: וועלכער רבי איז א חכם
היום #
תניא בניחותא #
די בעש”ט זאגט אז נאך אלע השגות (אפשר גאר דווקא נאך אלע השגות) איז ער נאך אלץ ווי א נער וואס גלייבט, דאס איז למעלה מטעם ודעת, לאפוקי סתם א נער וואס פתי יאמין לכל דבר, וואס דאס איז למטה מטעם ודעת.
פיין ארויסגעברענגט!

איך מיין אז דער @צקון לחש, מישט פון א תמים/ תמימות
צו א טיפש/טיפשות…

בו בזמן ווען דער בעש״ט האט גאר שטארק מחשיב געווען דער תמימות׳דיגער עבודה פונעם פשוטער פויער, האט מען אבער נישט סובל געווען קיין דרך טיפשות בעבודת השם….
גם בתמימות אסור להיות שוטה. רבי נחמן מברסלב

היימלינד » דינסטאג אפריל 9, 2024 12:17 pm

· #558442
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נישט געטראפען א בעסערע אשכול דערפאר
https://www.bechatzros.com/post/841065844
איינער מיט מער דעטאלען ?

חב''ד הויזן » דינסטאג אפריל 9, 2024 12:49 pm

· #558446
Re: וועלכער רבי איז א חכם
זאקן #
מ׳קען שוין מאכן א אשכול ״וועלכע גבאי איז א חכם״ איך מיין די גאנצע וועג ווי אזוי א רבי פירט זיך אויף אין פובליק ווענדט זיך אסאך אין די גבאי, די גבאי פון מאנרא וואס ציפט די רבי ווען ס׳איז ויפתח את פי האתון איז די געווינער.
נע, די גבאי פון וויליאמסבורג איז פיל בעסער, ער ציפט דעם רבי'ן נאך פאר ער עפנט דאס מויל 🙂 ציפן לאחר המעשה איז נישט קיין קונץ...

שיינע איד » דינסטאג אפריל 9, 2024 1:36 pm

· #558450
Re: וועלכער רבי איז א חכם
אפשר קען מען עפענען א אשכול וועלכע רבי איז די גרעסטע נער?

kolal1 » דינסטאג אפריל 9, 2024 1:44 pm

· #558451
Re: וועלכער רבי איז א חכם
זאקן #
מ׳קען שוין מאכן א אשכול ״וועלכע גבאי איז א חכם״ איך מיין די גאנצע וועג ווי אזוי א רבי פירט זיך אויף אין פובליק ווענדט זיך אסאך אין די גבאי, די גבאי פון מאנרא וואס ציפט די רבי ווען ס׳איז ויפתח את פי האתון איז די געווינער.
ביסט מכובד עס צו עפענען קען זיין אינטערסאנטער ווי די אשקול

שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:42 am

· #558779
Re: וועלכער רבי איז א חכם
אבער געדענק אנצורופן יעדן רבי'ן מיט א טיטל, כפי תקנות השטיבל....

לאכעדיג » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:29 am

· #558781
Re: וועלכער רבי איז א חכם
חב''ד הויזן #
נע, די גבאי פון וויליאמסבורג איז פיל בעסער, ער ציפט דעם רבי'ן נאך פאר ער עפנט דאס מויל 🙂 ציפן לאחר המעשה איז נישט קיין קונץ...
ריכטיג. און רבי משה גבאי איז טאקע די מלך הגבאים.

חב''ד הויזן » דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:55 am

· #558787
Re: וועלכער רבי איז א חכם
לאכעדיג #
ריכטיג. און רבי משה גבאי איז טאקע די מלך הגבאים.
געווען...

משה גבאי איז מסתמא געווען די מאכטפולסטע מענטש ביים היימישן כלל ישראל זינט די צווייטע וועלט מלחמה. סאטמאר האט דאן - אפיציעל צו אומאפיציעל - געפירט די וועלט און ער איז געווען די אויסשליסליכע בעל הבית פון סאטמאר אלוועלטליך.

אקטיווע שרייבער » פרייטאג אפריל 12, 2024 3:35 am

· #558940
Re: וועלכער רבי איז א חכם
חב''ד הויזן #
לאכעדיג #
ריכטיג. און רבי משה גבאי איז טאקע די מלך הגבאים.
געווען...

משה גבאי איז מסתמא געווען די מאכטפולסטע מענטש ביים היימישן כלל ישראל זינט די צווייטע וועלט מלחמה. סאטמאר האט דאן - אפיציעל צו אומאפיציעל - געפירט די וועלט און ער איז געווען די אויסשליסליכע בעל הבית פון סאטמאר אלוועלטליך.
א זעלטענע פאליטישע כאראקטער אשר לא היה מקדם.

מילך טראק » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:08 am

· #558959
Re: וועלכער רבי איז א חכם
איך קוק אהן משה גבאי ווי א שטיקל דורכפאל, ער האט פראבירט צו פירן סאטמאר פאר פופצן יאר מיט טאראר און א שטייפע האנט, למעשה האט ער גענדיגט מיט די סקריקום און ליבעראלן וועם ער האט אלע יארן אזוי געהאסט, ער איז בככל נישט העפי מיט די גאנצע מהלך פון מהרז"ל

אמר אבא » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:26 am

· #558961
Re: וועלכער רבי איז א חכם
כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א

חב''ד הויזן » פרייטאג אפריל 12, 2024 12:37 pm

· #558981
Re: וועלכער רבי איז א חכם
מילך טראק #
איך קוק אהן משה גבאי ווי א שטיקל דורכפאל, ער האט פראבירט צו פירן סאטמאר פאר פופצן יאר מיט טאראר און א שטייפע האנט, למעשה האט ער גענדיגט מיט די סקריקום און ליבעראלן וועם ער האט אלע יארן אזוי געהאסט, ער איז בככל נישט העפי מיט די גאנצע מהלך פון מהרז"ל
היינט איז ער אפשר א דורכפאל (זיכער קאמפערד צו וואס ער איז אמאל געווען) אבער ס'נעמט נישט אוועק פון זיין סוקסעס במשך איבער צוואנציג יאר.

איך גלייב אז ווען ער וויל וואלט ער נאך געקענט היינט זיין פיל מער אינוואלווד אין די קאמפעני, ער האט זיך מסתמא אליינס ארויסגעלאזט פון די טעגליכע מחריקות און אנגעהויבן זיך אהערצושטעלן ווי א נארמאלע מענטש/נגיד, #לעגענדארע משב"ק אדמורי סאטמאר סטייל...

דאס איז זיכער אז דעי מענטש איז א שטיק היסטאריע. איך וואלט אים חונט געווען לאחר מו"א און אריינגעלייגט אין א מעזיאום...

מילך טראק » פרייטאג אפריל 12, 2024 1:40 pm

· #558984
Re: וועלכער רבי איז א חכם
פון א אנדערע קוק ווינקל, במשך 20 יאר האט ער פראבירט צו בויען זיין רעשים און אינטערדרוקן זיינע שונאים, למעשה איז זיי רעשים געפאלן און די שונאים האבן זיך געהויבן די קעפ.

דעמאלטס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אסאך פון זיינע חסידים זענען געווען אונטערדריקט און האבן אינעוויניג געהאסט

הייליגע קוה » מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:41 pm

· #559053
Re: וועלכער רבי איז א חכם
ראדני #
איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.
פאפא רבי איז אפשר א וואוילע איד אבער דאס מאכט אים נאך נישט פאר קיין חכם, אפשר פאר איינער פון די חכמי כעלעם, ער האט אסאך מעלות אבער חכמה איז זיכער נישט איינס פון זיי.

מילך טראק » מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:20 pm

· #559060
Re: וועלכער רבי איז א חכם
איך קען אים נישט פערזענליך, אבער פאפא רבי קוקט אויס זייער סוקסעספול, האט א הערליכע בעל בתישע קהילה, פארמעגליכע אינגעלייט, זייער צו די זאך, אזוי שיין מסדר געווען זיין ברודער, זייער א גוטע רילעשין מיט זיינע חסידים, ועל כולם אין ווילאמסבורג, און ער טוט וואס ער וויל, הייסט זייער רעספעקטירט ביי רבנים.

שיינע איד » זונטאג אפריל 14, 2024 1:50 am

· #559076
Re: וועלכער רבי איז א חכם
אז פאפא רב איז א חכם וויל איך זיין א נער

שפילער » זונטאג אפריל 14, 2024 1:59 am

· #559077
Re: וועלכער רבי איז א חכם
שיינע איד #
אז פאפא רב איז א חכם וויל איך זיין א נער
זאג דו האסט עים אמאל געטעסט זיין איי קיו ?אפשר איז די גאנצע "נישט זיין קיין חכם וואס די גאס שמיעסט" איז פלעין סאטמאר פראפאגאנדע וואס דו קויפסט אפ....

מופת הדור » זונטאג אפריל 14, 2024 2:06 am

· #559079
Re: וועלכער רבי איז א חכם
הייליגע קוה #
ראדני #
איך האלט אז פאפא רבי איז א חכם, ניין א חכם מיינט נישט איינער וואס דרייט איבער די וועלט מיט אריזאנע ווייץ, צומת הגידים און שרייט און טוט.
א חכם מיינט א איד מיט א שכל הישר ער דאווענט און לערנט און דינט דער אייבערשטער מיט אן אמת.
האסט בעסיקלי געטייטשט און אידיש די באקאנטע משנה "סייג לחכמה שתיקה" און דאס איז פאפא רב .
וועט ער "האלטן, טוהן,שתדל'ן,אויפקומען,בעטן,מעורר זיין וכו' וכו' וכו' וועל איך וויסן אויב ער איז א חכם צו נישט

עבד ה' » מאנטאג אפריל 15, 2024 3:52 pm

· #559232
Re: וועלכער רבי איז א חכם
קען זיין א חכם איז ער אבער גאר גאר א שווערע מענטש מיט אסאך משוגעת'ן, ווי מהאט געקענט שטארק זעהן איז ווען ער איז געזיצן שבעה עטליכע יאר צוריק נאך די מאמע האט ער יעדע מאל אריינגעהאקט אינמיטן זיין ברודער, און נאר ער האט געמעגט רעדן.

אקטיווע שרייבער » מאנטאג אפריל 15, 2024 4:30 pm

· #559239
Re: וועלכער רבי איז א חכם
ווער דארף נאך א נער מיט פאפא קליגשאפט…
בלאט: 1 2 3