א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16916
א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
קערעסטיר, א פלאץ ווי אידן בעטן זיך אויס פאר כל מיני ישועות, בני חיי ומזוני, שלא יכשלו בקליפת הציונות, און אלעס וואס אידן דארפן.
א חשוב'ער איד אנקומענדיג צום קבר איז אויפגעציטערט געווארן דערזענדיג א נאציוניסטישע פאן פלאטערן אויף די געביידע, ווארשיינליך אויפגעהאנגען דורך ציוניסטישע סימפאטיקער.
אים נישט לאזנדיג אראפנעמען די נאציוניסטישע פאן, האט ער למען תורתנו הקדושה און פאר די כבוד פון רבי ישעיה בן ר' משה זיך אוועקגעשטעלט און אויסגערופן אין לנו חלק בנחלה הציונים ימח שמם.
דער ציוניסטישער רשע מרושע האט זיך פיזיש מיט אים ארומגעאמפערט עטליכע מינוט און נאכן שווער צו'מזיק'ן גערופן פאליציי אז מען זאל דעם איד גאר ארעסטירן.
מיר האבן זיך גענומען פאר א פליכט צו אידענטיפעצירן דעם רשע, אים ברענגען צו גערעכטיגקייט און אים אנלערנען אחת דתו!
ווער ס'האט סיי וואספארא אינפארמאציע, ביטע קומט אין אישי.
📎 Screenshot_20240304-091924.png 📎 Screenshot_20240304-091833.png
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
ווי האט געהאנגען א ציוניסטישע דגל?
דעי אינגערמאן איז נישט קיין סאטמארער? ער וואלט דאך געדארפט ארויסלויפן, אזוי ווי סאטמאר רבי שרייבט "אין ספק בית אשר יש שם איזה זכר מאותו הדגל אסור ליכנס".
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
געהאנגען אויף די געביידע דארט
די חשובע אינגערמאן האט טאקע זאפארט אראפגעטאנצן פון שטח, און זיך געשטעלט אויף די גאס, און דארט האט יענער אים צושלאגן.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
פאליציי ארעסטירט דעם צושלאגענעם.
📎 Screenshot_20240304-095959.png
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
ער האט דעמאלט ארויסגענומען זיין נ"ק פאן זיך צוריקצוכאפן צו די קדושה?
נו שוין, פון די צווייטע בילד קוקט אויס אז די מעשה איז געווען אביסל אנדערש.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
@אסטראלאג אפשר שטעלט איר ארויף דעם ווידעא

עהההעעם…
ווער האט אנגעהויבן?

אסטראלאג #
מיר האבן זיך גענומען פאר א פליכט צו אידענטיפעצירן דעם רשע אים ברענגען צו גערעכטיגקייט און אים אנלערנען אחת דתו!
ווער ס'האט סיי וואספארא אינפארמאציע, ביטע קומט אין אישי.
נגד תקנות השטיבל?
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
היום #
עהההעעם…
ווער האט אנגעהויבן?
דו קענסט אים אפילו נישט. סטאם ארויפלייגן א שלעכטע בליק אויף א איד?

האניג #
@אסטראלאג אפשר שטעלט איר ארויף דעם ווידעא
ארבעט נישט. נאר די לינק
https://t.me/Krishkes/317?singleRe: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אסטראלאג #
היום #
עהההעעם…
ווער האט אנגעהויבן?
דו קענסט אים אפילו נישט. סטאם ארויפלייגן א שלעכטע בליק אויף א איד?
ארויפגעלייגט?
שלעכטע בליק?
קען יא, קען נישט?
איך פרעג בסך הכל!
נו? ווער?
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
בארואיגט אייך רעב איד
דא איז נישט קיין טשעט גרופע.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
נכון,
דא איז אבער יא אנגענומען צו פרעגן, טראכטן, מאכן טראכטן.
יא?
איז ווער האט זיך אנגעהויבן?
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
קוק די ווידעאו. זייער קלאר.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אסטראלאג #
קוק די ווידעאו. זייער קלאר.
מ'זעהט נישט וויאזוי די געשלעג הייבט זיך אן.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
דער איד האט בלויז געהאלטן א סיין און געבעטן מען זאל די ציוניסטישע פאן אראפנעמען פון דארט!!
דער ציוניסט וואס האט דאס אויפגעהאנגען, איז אגרעסיוו ארויפגעשפרינגען אויף אים פראבירענדיג צו צוכאפן די שילד, אבער ווען דער איד האט דאס שטארק אנגעכאפט נישט צולאזענדיג אים אוועקכאפן זיין סיין, האט זיך דער ציוניסט אויפגערעגט און אים אנגעבויקערט די ביינער!!

זייער קלאר פארציילט... איין זייט פון די מעשה!..
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אסטראלאג #
דער איד האט בלויז געהאלטן א סיין און געבעטן מען זאל די ציוניסטישע פאן אראפנעמען פון דארט!!
דער ציוניסט וואס האט דאס אויפגעהאנגען, איז אגרעסיוו ארויפגעשפרינגען אויף אים פראבירענדיג צו צוכאפן די שילד, אבער ווען דער איד האט דאס שטארק אנגעכאפט נישט צולאזענדיג אים אוועקכאפן זיין סיין, האט זיך דער ציוניסט אויפגערעגט און אים אנגעבויקערט די ביינער!!
זעהר גלייך.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
דערהויבענע איד #
זעהר גלייך.
המממ שנאת ישראל..?! וויאזוי קען א איד אזוי רעדן?

נישט גלייך! מ'האקט נישט איינעם אן די ביינער פארן פראטעסטירן! (אויב די מעשה איז געווען אנדערש איז עפעס אנדערש)
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אז די פאליציי האט ארעסטירט דעם געשלאגענער אנשטאט די שלעגער איי געסס ס'איז דא א צווייטע צד.
לכאורה נישטא קיין שום סיבה צו ארעסטירן דעם פראטעסטירער, ניין? אתמהה.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אסטראלאג #
המממ שנאת ישראל..?! וויאזוי קען א איד אזוי רעדן?
דער איד האקט זיך ארויס פון כלל ישראל!
בשעת וואס דאס אידישע פאלק פירט א מערכה קעגן רוצחים שונאי ישראל וואס ווילן נאר להשמיד להרוג ולאבד, און ס'שטעלט זיך א איד אין א פלאץ פון גויים, און שטעלט זיך ארויס אלץ א תומך פון די שונאי ישראל קעגן די אידישע פאלק, האט ער זיך אינגאנצן אפגעהאקט פון די אידישע פאלק.
שר"י

להודיע #

ווען מ'גייט פראטעסטירן מיט פרא-פאלעסטינער האסטו א פוינט, אבער מיט מוחה זיין קעגן א ציוניסטישע פאן אויף א ציון איז נישט קיין פארגלייך
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
סקעפטיקער #

📎 Screenshot_20240304-091924~2.png
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
ער איז פולקאם בארעכטיגט צו פראטעסטירן!!!!
ער איז געשטאנען אויף די גאס. נישט אויף קיין פריוואטע פראפערטי.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
עי' תגובת סקעפטיקער
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
נא, א פאלעסטינער פאן צו באוועגן זיי זאלן אראפנעמען די ציוניסטישע פאן - אז ער האלט אז דאס וועט עררייכן זיין ציהל איז פארוואס נישט.?!
דאס איז נישט קיין פרא פאלעסטינער פראטעסט, יעדער פארשטייט וואס ער וויל דארט.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
ס'פעלט בלי ספק א חלק פון די מעשה. פאר א סיבה האט אים די פאליציי ארעסטירט.

חב''ד הויזן #

קען זיין אז די אונגערישע פאליציי זענען undercover ציונים.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
דאס קען זיין...
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
איך קען נישט די מעשה דארט אין קערעסטיר, אבער ליידער שטייט מען יעצט אין א מצב ווען ס'איז א שעת מלחמה אין ארץ ישראל, אויב איינער פרובירט נאר איינעם זאגן א ווארט אז ער האלט נישט מיט די זייט פין די מדינה ווערט ער א נטורי קרתא אין א מינוט, און יעדער באשייגעצט אים נאר ווייל ער האט א מיינונג.
אדרבה שפאצירט אריין אין א ביהמ"ד אין איינע פון די קליינע שטעטעליך וועט איר געוואר ווערן.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
מ'ווערט נישט א נטורי קרתא ווען מ'איז קעגן די מדינה, מ'ווערט א נטורי קרתא ווען מ'אידענטיפיצירט זיך מיט די אראבערס. סימפל.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
זאגסטו ווען ער שטייט ווען דארט מיט א סיין
A Jew is not a Zionist
A Zionist is not a Jew
אן די פאלעסטינע פלעג וואלסטו אויך מסכים געווען,
אבער וויבאלד ער האט געהאט א פלעג אויפן סיין בארעכסטו די מכות וואס ער האט געכאפט?
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
איך זעה נישט ווי ער האט געכאפט מכות?
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
פון די ווידיאוס זעט נישט אויס ווי זיי האבן אים סתם געשלאגן. איינער האט פראבירט ארויסצוכאפן די סיין, א צווייטער איז געקומען העלפן, און ווען ער האט עס שטארק אנגעכאפט האבן זיך אלע דריי חברה איבערגעדרייט.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אסטראלאג #
היום #
עהההעעם…
ווער האט אנגעהויבן?
דו קענסט אים אפילו נישט. סטאם ארויפלייגן א שלעכטע בליק אויף א איד?
פארוואס ביסטו נישט געגאנגען העלפן דיין ברודער? לוי סאא-מויד אל דאם ראייעיכאאא...! דו האסט געדארפט רופן שראאל דויד וייס און די טוינטער אנדערע כאווייראם צי קימאן העלפאן ימח שמו...!
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אסטראלאג: דו האסט געדארפט רופן די וואוילע קאזינס פון די כאמאס זיי זאלן זיך שלאגן מיט די ציונים.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
חב''ד הויזן #
אז די פאליציי האט ארעסטירט דעם געשלאגענער אנשטאט די שלעגער איי געסס ס'איז דא א צווייטע צד.
לכאורה נישטא קיין שום סיבה צו ארעסטירן דעם פראטעסטירער, ניין? אתמהה.
פון די קליפס קוקט אויס אז די פאליציי האט אין געוואלט אוועקפירן פון ווי ער איזה געשטאנען אבער ער האט זיך נישט געלאזט, האבן זיי אים ארעסטירט
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אסטראלאג #
דערהויבענע איד #
זעהר גלייך.
המממ שנאת ישראל..?! וויאזוי קען א איד אזוי רעדן?
נו, דו האסט שוין געקוקט אין שפיגל? אן געפרעגט דיך אליין?
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
טוט זעך אויף בענק און אויף טישן...
א חרדישע מיניסטער פון מדינת ישראל פון די ש"ס פארטיי, מיטן נאמען משה ארבל איז געווען און קערעסטיר.
אלס א מיניסטער האט ער געהאט שב"כ חברה, און באגלייטונג פון לאקאלע אינגארישע פאליציי.
די אינגערמאן וואס זעט זיך אויס נעמט מיט ווי ער גייט א סיין קעגן ציוניזם און אויך ארויף געלייגט א פאלעסטינע פלעג, האט ארויס גענומען זיין סיין און אנגעהויבן צו שרייען ווי נאר נטורי קרתא קען.
צוויי יודן וואס האט זיי געשטערט ווי דער יונגערמאן שרייט מיט א פאלעסטינער פלעג האבן עס געוואלט ארויס נעמען פון זיין הענט, ער זאל נישט אוסלערנען פאר די לאקאלע גוים זיך אנצונעמען פאר די אראבער, האלטט דיינע מחאות ביי דיר אינדערהיים.
פון זיך ארום אמפערן זענען זיי אלע דריי אראפ געפאלן.
די פאליציאנטן האבן אוועק געשלעפט די נטורי קרתא'ניק, וואס האט פארפירט דארט, עס זאל נישט ווערן דארט מער לעבעדיג.
זיי האבן איהם נישט ארעסטירט.
דעיס איז געווען ביי ר' ישעי'לעס הויז, נישט ביים קבר.
יעצט גיי איבער אלעס וואס איז דא געשריבן געווארן ביז אהער.
הוילע פוסטע דמיונות, נישט קיין פאן, נישט קיין ארעסט, נישט קיין געשלעגן, אין נישט קיין חשובע....
אויפן קעפל דארף שטיין: א יוד זיך שווער צושריגן ווען ער האט געשמעקט א ציוניסט.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אסטראלאג #
קערעסטיר, א פלאץ ווי אידן בעטן זיך אויס פאר כל מיני ישועות, בני חיי ומזוני, שלא יכשלו בקליפת הציונות, און אלעס וואס אידן דארפן.
א חשוב'ער איד אנקומענדיג צום קבר איז אויפגעציטערט געווארן דערזענדיג א נאציוניסטישע פאן פלאטערן אויף די געביידע, ווארשיינליך אויפגעהאנגען דורך ציוניסטישע סימפאטיקער.
אים נישט לאזנדיג אראפנעמען די נאציוניסטישע פאן, האט ער למען תורתנו הקדושה און פאר די כבוד פון רבי ישעיה בן ר' משה זיך אוועקגעשטעלט און אויסגערופן אין לנו חלק בנחלה הציונים ימח שמם.
דער ציוניסטישער רשע מרושע האט זיך פיזיש מיט אים ארומגעאמפערט עטליכע מינוט און נאכן שווער צו'מזיק'ן גערופן פאליציי אז מען זאל דעם איד גאר ארעסטירן.
מיר האבן זיך גענומען פאר א פליכט צו אידענטיפעצירן דעם רשע, אים ברענגען צו גערעכטיגקייט און אים אנלערנען אחת דתו!
ווער ס'האט סיי וואספארא אינפארמאציע, ביטע קומט אין אישי.
א שיינע מעשה פאר די סאטמארע צוהערער, א שאד עס איז נישט אמת אויך.
האסטו ארויף געלייגט און א פאבליק פארום א בילד פון א יוד וואס האט געוואלט צונעמען א פאלעסטינער פלעג פון א מענטש וואס גייט אנגעטוהן ווי א יוד און ווייזט פאר די גוי א דוגמא צו שטיצן רוצחים, איהם באטיטלט מיט מיאוסע נעמען, פארן מברר זיין וואס דארט איז געווען.
יעצט אז די ווייסט שוין די אמתע מעשה, לאמיר דיר פרעגן.
די ר.. וואס נעמט מיט זיך א פאלעסטינע פלעג ווי אימער אזש ביז קיין קערעסטיר, ווילסטו נישט לערנען אחת דתו?
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אינטערסאנט גראדע,
ס'קוקט אויס ווי די דגל פין דיין אזוי-גערופענע יודיש לאנד וואס וועקט אויף דאס אנטיסעמיטיזם ביי יעדן גוי אין די וועלט און פון די מדינה וואס טיילט מכות רצח פאר יעדע חרדישער יונגערמאן וואס איז מוחה אויף עפעס וואס די אזוי-גערופענע יודישע מדינה טוט אקעגן די "יודישע תורה", מיט זייער דגל האסטו נישט קיין שום פראבלעם,
אבער מיט א יונגערמאן וואס שלעפט זיך מיט א סיין פין ערגעץ (גראדע מיין איך ער איז א קערעסטירער אייניקל פון זיין שווער) מיט א פאן וואס דיר געפעלט נישט, דעמאלטס קימט אים מכות רצח? און אלעס פארוואס, ווייל דיר געפעלט עס נישט?
פארוואס איז זיין פאן דגל בלע"ז ווייניגער רציחה ווי דיין בלויע און ווייסע פענדעלע?
אלא מאי מוז מען זאגען אז דיך באדערט גאנץ ווייניג דעי פאן אדער יענער פענדעלע.
דיך דריקט און באדערט אז א חסידישער יונגערמאן, וואס וואלט זיך מוסר נפש געוועהן פאר א מנחה'לע מיט א מנין, שטייט דארט מיטן גאנצן חסידישן לבוש און שיקט א מעסעדזש אז נישט יעדער יוד גלייבט און איז פארקויפט פאר דיין ליבליכע מדינה, ס'איז פארהאנען וואס ווילן יעדער זאל וויסן וואס די רשעות פון ציוניסטישע באוועגונג דערלאנגען פאר די היימישע יודעלעך.
און דער דאזיגער ליידיגייער וואס איז געקומען צו פארן קיין קערעסטיר, און לכאורה ניטאמאל מיטגענומען זיין הוט און רעקל, קען דאס נישט דערליידן, היתכן איינער האט א אנדערע מיינונג פין אים,
דא קומט אריין זיינע ידים ידי עשו,
ווי האט דער פאנאטישער משה רבינו געזאגט פארן אויפגעקלערטן ווען ער האט געהויבן זיין האנט,
נישט מער אין נישט ווייניגער, "רשע למה תכה רעך",
נאכאמאל, איך האלט גראדע אנדערש ווי דעם יונגערמאן מיטן פאלעסטינער פענדל, אבער הייבן הענט אויף א צווייטן ווייל מיר געפעלט נישט וואס יענער טוט איז בכלל נישט עפעס וואס האט מיט יודישקייט אדער ערליכקייט, ס'איז סתם א רשעות און גארנישט מער.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
ווי האסטו געזען איך זאל זאגן אז עס קומט איהם מכות?
און ווי האסטו געזען איינער זאל איהם האבן געגעבן מכות?
די מעשה וואס איז דא פארציילט געווארן איז אפשר צוואנציג פראצענט אמת.
איך האב ס"ה פארציילט וואס די מעשה איז געווען, און געפרעגט דעם איינעם וואס זיכט אויסצופראקן א צווייטנס נאמען, מיט א מעשה וואס איז געבויט אויף לגיונות און דמיונות, צו ער איז מוחה און מבזה יעדער צעהיצטע מענטש וואס האט א שוואכע מינוט? אדער נאר ווען עס שטימט מיט זיין שיטה?
ווער רעדט פון פרייע ציונים בכלל? וואס האב איך מיט זיי און וואספארא השפעה קענען שוין פרומע יודן האבן אויף זיי?
נישט יעדער מענטש וואס וואלט זיך מוסר נפש געווען פאר א מנחה איז גערעכט מיט יעדער צוהיצטע זאך וואס ער טוט.
און נישט יעדער מענטש וואס גייט נישט און שפאן מיט דיינע מחאות און קאפריזן ווערט אויטאמאטיש א ליידיגייער.
די מעשה איז געווען מיט דריי פרומע יודן און קיינער האט קיינעם נישט געשלאגן.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
דא זענען דא גוטע און שלעכטע. א יעדער האט זיך זיין גוטער און זיין שלעכטער. נאר ביי א נארמאלן איד זענען די וועלכע אידענטיפיצירן זיך מיט די רוצחים בשעת אידיש בלוט גיסט זיך ווי וואסער נישט פון די גוטע זייט.
דער גרעסטער לימוד זכות אויף זיי איז אז זיי זענען שוטים. נאר איך זאג אז זיי זענען רשעים. אפשר שוטים אויך. אבער רשעים זיכער.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
איך בין דארט געווען בשעת מעשה, די מעשה איז געווען אזוי @אתרוגים זאגט, אז משה ארבל איז געקומען צו ר' ישעילעס הויז, און זיך געפיקטשער מיטן ארטיגן מעיאר.
ער איז נאכדעם ארויף צום ציון, אזוי אויך צוויי מענטשן וואס זייערע געשוויסטער זענען פארכאפט אין עזה
די סאטמארע יודן זענען ארויס פון ציון בשעת מעשה, וגם אני בתוכם, מיר זענען געווען אויבן אין כהנים שטיבל, אינמיטן האבן מיר געכאפט א ריקוד אויפן ניגון השם הוא מלכנו... ער האט זיך זעט אויס דערשראקן און איז שנעל ארויס פון ציון....
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #
אינטערסאנט גראדע
ס'קוקט אויס ווי די דגל פין דיין אזוי-גערופענע יודיש לאנד וואס וועקט אויף דאס אנטיסעמיטיזם ביי יעדן גוי אין די וועלט און פון די מדינה וואס טיילט מכות רצח פאר יעדע חרדישע יונגערמאן וואס איז מוחה אויף עפעס וואס די אזוי-גערופענע יודישע מדינה טוט אקעגן די "יודישע תורה", מיט זייער דגל האסטו נישט קיין שום פראבלעם.
הרב בני יואל, לאמיר אייך עפעס מסביר זיין וואס מ'האט דיר קיינמאל נישט אויסגעזאגט.
די גאנצע פראבלעם פון די פאן איז בעיקר נאר אין קרית יואל אפשר אין וויליאמסבורג אויך, בקיצור, נאר סאטמאר רבי האט געהאט א פראבלעם דערמיט, דאס וואס מ'האט אייך אלעמאל געזאגט אז "די גאנצע וועלט זעהט שוין איין אז די סאטמארער רבי איז גערעכט געווען" איז א פלעינע ליגנט! איך ווייס אז ס'קוקט אויס פאני, אבער אזוי איז עס.
ממילא זייער אסאך אידן פארשטייען בככל נישט וואס די פראבלעם מיט די פאן איז בכלל.
פון די אנדערע זייט, א פאלעסטינע פאן איז אביסל אזויווי א האקענקרייץ,
יעצט שטעל דיר פאר ווען איינער קומט מיט אין בני יואל מיט א האקענקרייץ וועט מען אים עס אוועקכאפן, און ס'איז נישט ווייל יענער איז א רשע.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אסטראלאג #
קערעסטיר, א פלאץ ווי אידן בעטן זיך אויס פאר כל מיני ישועות, בני חיי ומזוני, שלא יכשלו בקליפת הציונות, און אלעס וואס אידן דארפן.
א חשוב'ער איד אנקומענדיג צום קבר איז אויפגעציטערט געווארן דערזענדיג א נאציוניסטישע פאן פלאטערן אויף די געביידע, ווארשיינליך אויפגעהאנגען דורך ציוניסטישע סימפאטיקער.
אים נישט לאזנדיג אראפנעמען די נאציוניסטישע פאן, האט ער למען תורתנו הקדושה און פאר די כבוד פון רבי ישעיה בן ר' משה זיך אוועקגעשטעלט און אויסגערופן אין לנו חלק בנחלה הציונים ימח שמם.
דער ציוניסטישער רשע מרושע האט זיך פיזיש מיט אים ארומגעאמפערט עטליכע מינוט און נאכן שווער צו'מזיק'ן גערופן פאליציי אז מען זאל דעם איד גאר ארעסטירן.
מיר האבן זיך גענומען פאר א פליכט צו אידענטיפעצירן דעם רשע, אים ברענגען צו גערעכטיגקייט און אים אנלערנען אחת דתו!
ווער ס'האט סיי וואספארא אינפארמאציע, ביטע קומט אין אישי.
שלאגן טאר מען נישט, אבער סאיז נישט אזוי שלעכט אז דער אינגערמאן כאפט פעטש, זיכער נאך די אקטאבער זיבן שחיטה
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
יאנקל בעל העגלה #
שלאגן טאר מען נישט, אבער סאיז נישט אזוי שלעכט אז דער אינגערמאן כאפט פעטש, זיכער נאך די אקטאבער זיבן שחיטה
ער איז נישט שולדיג, ער איז א תינוק שנשבה, ער מיינט אז ס'איז א מצווה, מ'דארף אים שיין מסביר זיין.
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
מילך טראק #
הרב בני יואל, לאמיר אייך עפעס מסביר זיין וואס מ'האט דיר קיינמאל נישט אויסגעזאגט.
די גאנצע פראבלעם פון די פאן איז בעיקר נאר אין קרית יואל אפשר אין וויליאמסבורג אויך, בקיצור, נאר סאטמאר רבי האט געהאט א פראבלעם דערמיט, דאס וואס מ'האט אייך אלעמאל געזאגט אז "די גאנצע וועלט זעהט שוין איין אז די סאטמארער רבי איז גערעכט געווען" איז א פלעינע ליגנט! איך ווייס אז ס'קוקט אויס פאני, אבער אזוי איז עס.
ממילא זייער אסאך אידן פארשטייען בככל נישט וואס די פראבלעם מיט די פאן איז בכלל.
פון די אנדערע זייט, א פאלעסטינע פאן איז אביסל אזויווי א האקענקרייץ,
יעצט שטעל דיר פאר ווען איינער קומט מיט אין בני יואל מיט א האקענקרייץ וועט מען אים עס אוועקכאפן, און ס'איז נישט ווייל יענער איז א רשע.
לכאורה פארפארסטו ווייטער מיט דיין אייגענע מיינונג יעצט
א האקען קרייץ, ווי ווייט איך ווייס, איז געוועהן א סימבּאל פון הרג'ענען יעדן מזרע ישראל.
א פאלעסיענע פאן איז בכלל נישט די זעלבע סימבאל.
לויט ווי איך ווייס וויל דער אראבער נישט הרג'ענען יעדען יוד.
זיי שלאגען זיך טאקע נאר מיט די דאזיגע וואס טרייען זיך צו רייצן מיט זיי, און טאקע מיט די מדינת ישראל פלעג.
אדרבה,
קוק ווי שיין די יודעלעך לעבן אין איראן אינאיינעם,
קוק ווי שיין די יודעלעך האבן געוואוינט אין תימן ביז די שלוחים פין די מדינה זענען אנגעקומען מיט די ואשא אתכם על כנפי נשרים איינרעדענישן און דעמאלטס האט זיך די צרות אנגעפאנגען.
כאפּ א בליק אויף היסטאריע וואס הייבט זיך אן טאקע מיט "רק בדם",
וויפיל יודיש בלוט דאס האט שוין געמאנט פין כלל ישראל.
יעצט אויב מיינסטו אז נאר אין וויליאמסבורג אדער אין קרית יואל איז דא א פראבלעם מיטן פלעג,
אדרבה,
אויסער אין א ליובאוויטשער שטיבל אין די מרחקים, וואו נאך וואלסטו געזאגט איז דא א מדינה פלעג אין בית המדרש וועלכע עס דרייען זיך שומרי תורה ומצוות?
אין איך מיין דוקא א בית מדרש וואס וואלט נישט געלייגט א רעגן בויגן פלעג אונטער דעם.
כ'וועל דיר זאגען א סוד, ווער נישט ברוגז: ס'איז נישטא קיין סך.
יעדער ווייסט וויפיל יודישקייט איז א פריאריטעט אין מדינת "ישראל".
יעדער וואס איז אמאל געוועהן אינעם הייליג לאנד ווייסט פונקטליך וויפיל די מדינה האט מיט יודישקייט איינגעשטויסן און וויפיל דער סאטמער רבי איז נישט גערעכט געווען.

איהר זאגט זייער שטארקע זאכן, און ס'קען אפילו זיין איר זענט גערעכט, אבער דעי אידן ווייסן נישט פון דעם, זיי ווייסן נאר אז יעדן טאג פראבירן אראבער צו הרג'ענען אידן און די צה"ל ראטעווען זיי,
סא איהר דארפט זיי קודם אויפקלערן אז ווען זיי זעהען אן אראבער זאלן זיי נישט מורא האבן ווייל זייער זיידע איז געווען זייער גוט צו יודן.
א בני יואל #
יעצט אויב מיינסטו אז נאר אין וויליאמסבורג אדער אין קרית יואל איז דא א פראבלעם מיטן פלעג,
אדרבה,
אויסער אין א ליובאוויטשער שטיבל אין די מרחקים, וואו נאך וואלסטו געזאגט איז דא א מדינה פלעג אין בית המדרש וועלכע עס דרייען זיך שומרי תורה ומצוות?
אין איך מיין דוקא א בית מדרש וואס וואלט נישט געלייגט א רעגן בויגן פלעג אונטער דעם.
כ'וועל דיר זאגן א סוד, ווער נישט ברוגז: ס'איז נישטא קיין סך.
איך האב דווקא נישט געשריבן אז אלע בתי מדרשים האבן א דגל, איך האב געשריבן אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט (עיין אגרות משה).
ס'איז פונקט ווי א אמעריקאנער פאן.
א בני יואל #
יעדער ווייסט וויפיל יודישקייט איז א פריאריטעט אין מדינת "ישראל".
יעדער וואס איז אמאל געוועהן אינעם הייליג לאנד ווייסט פונקטליך וויפיל די מדינה האט מיט יודישקייט איינגעשטויסן און וויפיל דער סאטמער רבי איז נישט גערעכט געווען.
איך בין בכלל נישט דא דיר צו מאכן אויס סאטמארער, איך וויל נאר דיר מסביר זיין אז נישט יעדער קוקט אהן די מדינה ווי א פראבלעם.