☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16916
בלאט: 1 2

מילך טראק » דינסטאג מערץ 5, 2024 10:40 pm

· #553197
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אגרות משה א"ח א' מ"ו:

בענין ביהכ"נ שהועמדו שם הדגלים מאה"ב וממדינת ישראל שבשביל זה אין רוצים אחדים להתפלל שם אם יש בזה ממש

י"ט תמוז תשי"ז

מע"כ ידידי הרב הגה"צ מוהר"ר ישכר בעריש היילפערן שליט"א הנקרא אדמו"ר מריישא ובייטש.
הנה בדבר ביהכ"נ שנבנה כדין לקדושת ביהכ"נ וכבר התפללו בו הוא בקדושתו אף אם נעשה שם עבירה ממש ועניני קלון, כמפורש במג"א בההיא עובדא שמצאו שהשמש עשה בביהכ"נ עבירת זנות שמ"מ לא נתחללה קדושת ביהכ"נ בכך. ומוכרחין לומר שאף בשעת העבירה לא ירדה מקדושתה, דאם ירדה מי הקדישה אח"כ, דהא הנידון היה תיכף כשנעשתה העבירה אם יתפללו שם כבמעלת קדושת ביהכ"נ, אלא ודאי דהקדושה שנעשה בביהכ"נ אינה יורדת שוב אף שלא מתנהגים שם בקדושה ואף כשעושים שם עבירות ועניני קלון. וא"כ אף אם נימא דהעמדת הדגלים בביהכ"נ הוא דבר איסור לא נתחללה הקדושה בכך ועדיף להתפלל שם מלעשות מנין במקום חול כמו בכל ביהכ"נ.

ובעצם לא מובן איזה איסור ממש יש בהעמדת הדגלים, הא ליכא איסור להכניס דברים שהם חולין אף שאין בהן שום צורך להביהכ"נ אף בנבנו בלא תנאי וכל שכן בנבנו על תנאי כבתי כנסיות שלנו, ואף שאלו שעשו זה לדגל וסימן למדינת ישראל היו רשעים, מ"מ הא לא החזיקו זה לדבר קדוש, שנימא שיהיה חשש גרירה דעבודה זרה, וידוע לכל שעשו זה לסימן בעלמא והוי זה ככל דבר חול. וגם דגל ארה"ב שהוא ג"כ שם מוכיח שלא הכניסו זה בשביל שמחשיבין זה לדבר קדוש אלא שהוא לסימן על מנהלי ביהכ"נ שמחבבין מדינה זו ומדינת ישראל וחפצו להראות זה במקום רואים. ולכן אף שודאי לא מן הראוי הוא להכניס בביהכ"נ שהוא מקום קדושה, וכ"ש שאין להניחו שם בקביעות וכ"ש לא אצל ארון הקודש, אבל איסור ממש לא שייך לומר ע"ז אלא שהוא ענין הבל ושטות, ואם אפשר באופן של שלום לסלקם מביהכ"נ היה זה דבר טוב, אבל לעשות מחלוקת בשביל זה אסור. ואם היה כח בלא מחלוקת לעקור ענין הדגל כדי שלא יהיה זכרון למעשה הרשעים היה ג"כ אולי נכון לעשות, אבל ח"ו לעשות מחלוקת בזה.

ולכן אלו שרוצים לעשות בשביל זה מנין במקום אחר וחושבים שעושים בזה דבר גדול אין עושים כהוגן ורק הוא ענין פוליטיקא מצד כח היצר והשטן אשר בעוה"ר מרקד בינן עד אשר ירחם ה' וישלח לנו הגואל צדק ויערה עלינו רוח ממרום ללכת בדרך התורה והאמת לבלי לנטות ימין ושמאל.

ידידו, משה פיינשטיין

ים רויבער » מיטוואך מערץ 6, 2024 1:48 am

· #553245
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #
קוק ווי שיין די יודעלעך לעבן אין איראן אינאיינעם,
קוק ווי שיין די יודעלעך האבן געוואוינט אין תימן ביז די שלוחים פין די מדינה זענען אנגעקומען מיט די ואשא אתכם על כנפי נשרים איינרעדענישן און דעמאלטס האט זיך די צרות אנגעפאנגען.
קומסט מיט א פאלשע הנחה, און בויסט אויף דעם בנינים....

עס איז גארנישט אזוי זיכער צו די אידען אין איראן האבן א זיס לעבן אפילו אויף די טי. ווי. שמייכלען זיי.

די ערשטע פאר יאר נאך די רעוואלוציע האבן די אידן געדארפט א ספעציעלע וויזע ארויסצופארן פון לאנד.
ביז אפאר יאר צוריק האבן די יודישע קינדער געמוזט גיין אין שולע שבת. (לעצטע מאל איך האב געטשעקט פארלאנגט נישט מד"י מען זאל מוזן גיין אין שולע שבת)
עס איז מער מסתבר אז די מכולמרשטע ליבשאפט וואס די איראנער ווייזן ארויס פאר די פאר אידן וואס זענען נאך געבליבן אין לאנד איז עס צו קענען נוצן פאר א שטעקן צו זאגן אז אונז זענען נישט קיין אנטיסעמיטן, ווען אין די זעלבע צייט זאגן זיי אז זיי ווילן אויסראטן די אידן אין א"י, און פלאנירן אטאקעס און חו"ל קעגן אידן וואס האבן יא אדער נישט קיין שייכות מד"י.
דא האסטו א אן עלילת דם וואס איז פארגעקומען אין די איראנער שטאט שיראז אין די יאר 1910.
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7%9C%D7%99%D7%9C%D7%AA_%D7%94%D7%93%D7%9D_%D7%91%D7%A9%D7%99%D7%A8%D7%90%D7%96

אין תימן פלעגט צו זיין די גזירה פון די יתומים, אזוי אויך איז פארגעקומען גירושים און פאגראמען קעגן די אידן דארט.

די מוסלומענע אראבער האבן שנאת ישראל במסורה פון מוחאמאד, וואס האט אויסגע'הרג'עט די אידן פון מדינה און חייבאר.

ים רויבער » מיטוואך מערץ 6, 2024 2:00 am

· #553246
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א חוץ פון דעם, נניח אז די איינצוגסטע סיבה פארוואס מוסלומענער און/אדער אראבער האבן פיינט אידן איז וועגן מד"י (וואס איז נישט אמת)

נישט דא קיין סך נארמאלע לענדער און/אדער מענטשן וואס גייען זיין ביזי אז זייער זיידע 75 יאר צוריק איז געווארן א פליט.

איך קען נישט קיין איין איד וואס גייט נאך געלט און באשולדיגט די נאציס פארוואס ער, אן אייניקל פון קריגס איבערלעבער, האט נישט קיין דזשאב.

די אייניקלעך פון די פאלאקן וואס זענען געווארן פארטריבן פון מערב אוקריינע נאך די צווייטע וועלט מלחמה, באשולדיגן נישט די אוקריינער אויב דאס לעבן גייט זיי קרום.

די אייניקלעך פון די דייטשן וואס זענען געווארן פארטריבן פון מערב פוילן נאך די צווייטע וועלט מלחמה, באשולדיגן נישט די פאלאקן אויב דאס לעבן גייט זיי קרום.

די אייניקלעך פון די פאקיסטאנער וואס זענען געווארן פארטריבן פון אינדיע ביי זייער מלחמה, באשולדיגן נישט די אינדיאנער אויב דאס לעבן גייט זיי קרום.

זיי זענען אויך נישט ביזי א גאנץ לעבן וויאזוי מען קען זיך אויפרייסן מיט סועסייד וועסטס, אדער שטעכן אומשולדיגע מיט מעסערס, און דערנאך וויינען אז מען פייניגט זיי.

די איינציגסטע פאלק וואס האט באשלאסן אז זיי זענען נישט אחריות אויף זייער אייגענע לעבן, און מען קען אלעס וואס גייט זיי קרום בלעימען זייער צד שכנגד, אלץ צוליב וואס זייערע עלטער זיידע איז אנטלאפן ביי די מד"י-אראבער מלחמה אין 1948 ביים זיך איינרעדן אז זיי גייען געווינען, זענען די אראבער.

די פראבלעם איז נישט ביי אונז אידן, די פראבלעם שטעקט ביי זיי.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 6, 2024 10:07 am

· #553265
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
און ביי די אידן וואס רעדן זיך (און אנדערע) איין אז די ציונים און די מדינה שיסן ערליכע יודן ווען זיי גייען ארויס אין גאס.

א בני יואל » דינסטאג מערץ 12, 2024 6:37 pm

· #554613
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
הרב בעל עגלה
סאיז נישט אינטערסאנט צי ענטפערן לעצטע געדאנק דיינער סאיז זייער פארשטענדליך וואס איך ברענג ארויס אבער די ענטפער דיינע איז סתם א ליצנות געשיסעריי
אבער רבי מילך טרעקעלע וויל איך יא מסביר זיין אז דיין גאנצע געבוי מיטן איגרות משה קימט נישט אריין דא
מיר וואלט אבער יא געוועהן אינטערסאנט צי אפשר לערנען די ריפארמערס דעים איגרות משה אין טאקע דערפאר האבען זיי גענימען דעים דאזיגען היתר פאר זייער רעיגנבויגען וואס זיי האבען אין זייערע שולען
בכלל ווער סאיז באקאנט מיט היסטאריע ווייסט ציפארציילען אז דער איידעם זיינער דער זייפן טענדלער האט זיך אריינגעלייגט זיינע אייגענע מיינונגען אין זייער אסאך פסקים
די מעשה מיט חלב סתם איז איינע פין זיי
ומשם אינו ראיה בכלל
יעצט ווייטער רבי ים רויבער
דיין טענה לגבי די יודען אין איראן אז זיי טיען דאס נאר אויף טי ווי
איך הער וואס די זאגסט אבער איך מיז נישט אנעמען דעים מיינונג
איך האלט אז ווי לאנג איינער פין זיי זאגט נישט אז זיי ליידען זיך ציזאם דארט
אדרבה דער רב דארט האט שוין געהאט גענוג געלעיגענהייטן ווי אזוי צי זאגען וואס זייערע ליידען זענען דארט בשעת ער איז געוועהן דא טאקע ביים קרית יואלער רבי ער וואלט געטראפען א וועיג ווי אזוי צי זאגען אבער דערווייל זאגט ער פינקט פארקערט
מילא האלט איך אז סאיז גאנץ פיין פאר זיי
לגבי די מעשה אין 1910 ענטפערסטי אליינס דעים ענטפער אין דיין נעקסטע תגובה
איך רעדט פין היינט נישט פין דעמאלטס
אין גראדע עגרי איך ווי דיר אז די אראבערס זענען רוצחים אין זיי זענען זייער הייליג פאר זייער ברכה פינעם זיידען יצחק ואל חרבך תחיה
אבער
זיי הרגענען זייער אייגענע ברידער אויך אויב איז ער א שיאטן מעמבער ניטאמאל קען איך זייערע נעמען סוני שיאטען וכדו״
אבער לייג נישט אראפ א מצב ווי דער העלד דא איז מדינת ישראל וואס גייט ראטעווען דאס יודישקייט אין זיי דערהאלטען אינז צי קענען פראקטעצירן יודישקייט אימגעשטערט סאיז נישט אזוי זיס ווי די מיינסט אדער ווי די ווילסט זיך אליינס איינרעדן די אפענע פאקטן פין שנאת ישראל אין מדינת סא קאלד ישראל קענסטו אפשר פארלייקענען פאר א גוי וואס ווייסט נישט דעים אפטייטש פינעם ווארט ישראל אדער יוד
דער זעלבער גוי ברעכט זיך נאך אלטץ קאפּ אין וואנט פארוואס איך גיי מיט א קאפּעל אין דער פריים מיניסטער אינזערע איז דאס נישט גורס
אדער פארוואס איך הייב נישט אויף זיין טעלעפאן ריף אים שבת ווען ער זעהט בפירש אין זיין טי ווי ווי אינזער פּריים מיניסטער שמועסט מיט זיידי ביידן שבת נאכען טשאלענט
מילא אויב קימט א יוד אין ער וויל מוחה זיין ערגעץ אין א מקום קדוש קימט אים נישט קיין מכות אין דער שלעגער איז א ליידאק וואס מיינט אז זיין מיינונג מיז אינפארסירט ווערן נאר מיטן כוחי ועוצם ידי
אין ניין דאס מאכט אים בכלל נישט גירעכט
ווייל יעדער מעיג האבען א מיינונג
וואלט איך געוועהן דארט וואלט איך דעים שלעיגער געגעיבן פיינע מכות רצח צים געדעינקען אבער נישט ווייל איך נעם זיך אן פאר הירש אדער איינעם אנדערש
נאר אים צי ווייזען אז ער קען ציריקכאפען אויך

ים רויבער » מיטוואך מערץ 13, 2024 12:57 am

· #554678
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #

לגבי די מעשה אין 1910 ענטפערסטי אליינס דעים ענטפער אין דיין נעקסטע תגובה
ר' בני יואל, איר מישט צאם.

וואס איך ברענג ארויס פון 1910, איז אז אין איראן האבן אידן נישט געלעבט פאר די מדינה.
אזוי אויך ווארט איך נאך אז די זאלסט מיך ענטפערן לגבי דעם וואס איראן האט געצווינגען אידן ביז געציילטע יארן צוריק צו שיקן די קינדער אין שולע שב"ק.

לגבי די אראבער וואס לעבן אין עזה-יהודה ושומרון אין מד"י, זיי זענען אין מערסטייל אן אומפראדוקטיווע סאסייעטי וואס גייען אוועקגעבן זייער לעבן צו אויסראטן יעדער איד, אנשטאטס צו האבן א נארמאלע לעבן. זיי קומען מיט א לעכערליכע טענה אז זיי זענען "פליטים" וויבאלד זייער באבע 76 יאר צוריק איז אנטלאפן פון דערהיים ביים זיך איינרעדן אז די אראבער גייען געווינען די מלחמה קעגן די אידן, און וויבאלד זיי זענען פליטים, זענען זיי נישט אחריות אויף די אייגענע לעבן, און אלעס וואס גייט זיי שלעכט קען מען באשילדיגען די "אקופאציע".

איך האב נישט געזען אז די אידן וואס האבן געדארפט פארלאזן סיריע, איראק, איראן, און די אנדערע אראבישע לענדער זאלן נישט זיין פראדוקטיוו צוליב זייערע זיידעס וואס זענען פארטריבן געווארן 75 יאר צוריק.
איך פראביר צו טרעפן צווישן די פולע פעלקער וואס זענען פארטריבן געווארן אין די יארן נאך די צווייטע וועלט מלחמה, אייניקלעך וואס זאלן זיך פארריפן "פליטים" און זיין אומפראדוקטיוו און פארביסן. אדערווייל האב איך נאכנישט געטראפן.

מחצה''ק » מיטוואך מערץ 13, 2024 1:32 am

· #554680
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #

אבער מיט א יונגערמאן וואס שלעפט זיך מיט א סיין פין ערגעץ (גראדע מיין איך ער איז א קערעסטירער אייניקל פון זיין שווער) מיט א פאן וואס דיר געפעלט נישט, דעמאלטס קימט אים מכות רצח? און אלעס פארוואס, ווייל דיר געפעלט עס נישט?
דער יונגערמאן איז לעת עתה נישט מיטן קערעסטיר'ע אייניקל וד''ל

בן-עולם-הבא » מיטוואך מערץ 13, 2024 7:09 am

· #554701
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
די געשעעניש איז ווי די מעשה מיט בערל:

אין א פארטאגס איז בערל אנגעקומען צום דאווענען, פארבלוטיגט, צעקלאפט. פרעגט מען אים, בערל! וואס איז געשען מיט דיר?

זאגט בערל, "כ'האב געשלאגן דאס ווייב".

אזוי גאר. האסט געשלאגן דאס ווייב. פאר וואס זשע, ביסטו אזוי צעריסן, צעפליקט?

זאגט בערל: וואס הייסט פאר וואס? זי האט זיך נישט געלאזט..

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 13, 2024 10:16 am

· #554708
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #
הרב בעל עגלה
סאיז נישט אינטערסאנט צי ענטפערן לעצטע געדאנק דיינער סאיז זייער פארשטענדליך וואס איך ברענג ארויס אבער די ענטפער דיינע איז סתם א ליצנות געשיסעריי
אבער רבי מילך טרעקעלע וויל איך יא מסביר זיין אז דיין גאנצע געבוי מיטן איגרות משה קימט נישט אריין דא
מיר וואלט אבער יא געוועהן אינטערסאנט צי אפשר לערנען די ריפארמערס דעים איגרות משה אין טאקע דערפאר האבען זיי גענימען דעים דאזיגען היתר פאר זייער רעיגנבויגען וואס זיי האבען אין זייערע שולען
בכלל ווער סאיז באקאנט מיט היסטאריע ווייסט ציפארציילען אז דער איידעם זיינער דער זייפן טענדלער האט זיך אריינגעלייגט זיינע אייגענע מיינונגען אין זייער אסאך פסקים
די מעשה מיט חלב סתם איז איינע פין זיי
ומשם אינו ראיה בכלל
יעצט ווייטער רבי ים רויבער
דיין טענה לגבי די יודען אין איראן אז זיי טיען דאס נאר אויף טי ווי
איך הער וואס די זאגסט אבער איך מיז נישט אנעמען דעים מיינונג
איך האלט אז ווי לאנג איינער פין זיי זאגט נישט אז זיי ליידען זיך ציזאם דארט
אדרבה דער רב דארט האט שוין געהאט גענוג געלעיגענהייטן ווי אזוי צי זאגען וואס זייערע ליידען זענען דארט בשעת ער איז געוועהן דא טאקע ביים קרית יואלער רבי ער וואלט געטראפען א וועיג ווי אזוי צי זאגען אבער דערווייל זאגט ער פינקט פארקערט
מילא האלט איך אז סאיז גאנץ פיין פאר זיי
לגבי די מעשה אין 1910 ענטפערסטי אליינס דעים ענטפער אין דיין נעקסטע תגובה
איך רעדט פין היינט נישט פין דעמאלטס
אין גראדע עגרי איך ווי דיר אז די אראבערס זענען רוצחים אין זיי זענען זייער הייליג פאר זייער ברכה פינעם זיידען יצחק ואל חרבך תחיה
אבער
זיי הרגענען זייער אייגענע ברידער אויך אויב איז ער א שיאטן מעמבער ניטאמאל קען איך זייערע נעמען סוני שיאטען וכדו״
אבער לייג נישט אראפ א מצב ווי דער העלד דא איז מדינת ישראל וואס גייט ראטעווען דאס יודישקייט אין זיי דערהאלטען אינז צי קענען פראקטעצירן יודישקייט אימגעשטערט סאיז נישט אזוי זיס ווי די מיינסט אדער ווי די ווילסט זיך אליינס איינרעדן די אפענע פאקטן פין שנאת ישראל אין מדינת סא קאלד ישראל קענסטו אפשר פארלייקענען פאר א גוי וואס ווייסט נישט דעים אפטייטש פינעם ווארט ישראל אדער יוד
דער זעלבער גוי ברעכט זיך נאך אלטץ קאפּ אין וואנט פארוואס איך גיי מיט א קאפּעל אין דער פריים מיניסטער אינזערע איז דאס נישט גורס
אדער פארוואס איך הייב נישט אויף זיין טעלעפאן ריף אים שבת ווען ער זעהט בפירש אין זיין טי ווי ווי אינזער פּריים מיניסטער שמועסט מיט זיידי ביידן שבת נאכען טשאלענט
מילא אויב קימט א יוד אין ער וויל מוחה זיין ערגעץ אין א מקום קדוש קימט אים נישט קיין מכות אין דער שלעגער איז א ליידאק וואס מיינט אז זיין מיינונג מיז אינפארסירט ווערן נאר מיטן כוחי ועוצם ידי
אין ניין דאס מאכט אים בכלל נישט גירעכט
ווייל יעדער מעיג האבען א מיינונג
וואלט איך געוועהן דארט וואלט איך דעים שלעיגער געגעיבן פיינע מכות רצח צים געדעינקען אבער נישט ווייל איך נעם זיך אן פאר הירש אדער איינעם אנדערש
נאר אים צי ווייזען אז ער קען ציריקכאפען אויך
א בני יואל: נעם עס נישט אזוי ערנסט. איך בין מסכים מיט די מערסטע וואס דו זאגסט.

מדי דברי. האב איך מיך דערמאנט אן אינטרעסאנטע מעשה.

ביי די לויה פון ר' משה פיינשטיין האט זיך אויפגעשטעלט זיין איידעם ראביי טענדלער און ער האט געזאגט..."מיין שווער האט געמאכט 2 טעותים"...תוך כדי דיבור האט זיך דער גאנצער עולם אנגערופן... דעם ערשטן טעות וואס ער האט געמאכט איז אז ער האט דיך גענימען פאר אן איידעם...!

אויסער געווענדליך » מיטוואך מערץ 13, 2024 10:23 am

· #554709
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #

מיר וואלט אבער יא געוועהן אינטערסאנט צי אפשר לערנען די ריפארמערס דעים איגרות משה אין טאקע דערפאר האבען זיי גענימען דעים דאזיגען היתר פאר זייער רעיגנבויגען וואס זיי האבען אין זייערע שולען
בכלל ווער סאיז באקאנט מיט היסטאריע ווייסט ציפארציילען אז דער איידעם זיינער דער זייפן טענדלער האט זיך אריינגעלייגט זיינע אייגענע מיינונגען אין זייער אסאך פסקים
די מעשה מיט חלב סתם איז איינע פין זיי
ומשם אינו ראיה בכלל
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער..........................................................

איך וואלט זייער געוואלט וויסן פון די געשיכטע פון הרב טנדלר'ס אריין שמוגלן תשובות אין די אגרות משה. הייסטס די עטליכע תשובות אויף די מילך האט ער געשריבן, איא? און דערנאך האט ר' משה געזען אזא היתר אין די אגרות משה, און זיך פארלאזט אויף דעם פאר זיך אליינס, ניין?

איך וויל נאר פרעגן, טאמער הרב טנדלר, שוין צוויי יאר נאך די חתונה (1952), האט געקענט אריין רוקן אזא תשובה (בשנת תשי"ד) וועגן די מילך, אפשר האט ער דאס אויך געטון אין די ויואל משה? די גאנצע ספר איז מער נישט ווי פרי דמיונו ובטנו פון הרב טנדלר. אזוי אויך די על הגאולה ועל התמורה, און באמת די גאנצע גמרא אין כתובות איז אלס פרי עטו פון הרב טנדלר.

קען דען נישט זיין?

מילך טראק » מיטוואך מערץ 13, 2024 10:36 am

· #554712
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
הרב בני יואל

נניח אז די ביסט גערעכט מיט די אלע זאכן, אבער די דארפט פארשטיין אז די וועלט קוקט עס אהן אנדערש, ס'קען זיין זיי זענען זיך טועה,
די פראבלעם איז זיי טרינקען נישט די קאווע דא אין שטיבל, די דארפסט גיין אין די מזרחיסטישע שוהלן זיי מסביר זיין, איך בין זיכער אז זיי וועלן זיך כאפן אז זיי לעבן אין א טעות, (אפשר וועסטו נאך ווערן א הירא אזוי ווי הרב ראבינאוויטש)

ווען די וועסט אהין גיין וועסט זעהן אז די מדינה איז א דעמאקראטישע מדינה, מצווינגט נישט קיינעם וואס צו טוהן, אויב עפעס פארקערט די חרדים, ווילן צווינגען די חילונים.

איך ווייס באמת נישט וואס די ווילסט מיט לגט"ב פאן אין רעפארם שוהלן,

באמת די גאנצע ר' משה פיינשטיין תשובה, איז נישט פאר די מזרחי, די מזרחי זעהט די מדינה אלטס א אתחלתא גאולה, מצוות ישוב ארץ ישראל

איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיט דר. טענדלער דא , גייסט מיר זאגן אז ער האט געשריבן די תשובה און נישט ר' משה?
איך הער וואס די זאגט, אויב די גלייבסט עס זאלסטו טאקע נישט לייגן קיין פאן, אבער זיי מוזען עס נישט אפקויפן.

אגב חלב סתם איז אנגענומען אלעס כשר אין די גאנצע וועלט, און בפשטות איז ר' משה/דר. טענדלער גערעכט. אויב די האסט דורך געטוהן די נושא.

אגב דר. טענדלער איז געווען א ערליכע איד, די גאנצע מערכה אקעגן אים האט נישט קיין הענט און קיין פיס, מציצה בכלי איז אויסגעהאלטן לויט די הלכה.

אגב איך זעה נישט פארוואס די קענסט נישט בלייבן א סאטמערער אהן דארפן טוישן די מציאות, איך גלייב אז אפי' איראן איז נישט גוט צו אידן, און די מדינה שטערט נישט קיין חרדים, וואלט סאטמאר רב נישט געטוישט זיין מיינונג.

מילך טראק » מיטוואך מערץ 13, 2024 10:44 am

· #554714
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אויסער געווענדליך #
א בני יואל #

איך וויל נאר פרעגן, טאמער הרב טנדלר, שוין צוויי יאר נאך די חתונה (1952), האט געקענט אריין רוקן אזא תשובה (בשנת תשי"ד) וועגן די מילך, אפשר האט ער דאס אויך געטון אין די ויואל משה? די גאנצע ספר איז מער נישט ווי פרי דמיונו ובטנו פון הרב טנדלר. אזוי אויך די על הגאולה ועל התמורה, און באמת די גאנצע גמרא אין כתובות איז אלס פרי עטו פון הרב טנדלר.

קען דען נישט זיין?
זיי ווייסן צו פארציילן אז יעדער ווייסט אז סאטמאר רב איז באמת געהאלטן פון די מדינה, ר יוסל אשכנזי האט אים פארדרייט

א בני יואל » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:19 pm

· #554903
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אקדמות מילין איידער איך הייב אן צו פארענטפערן, מוז איך קודם ארויסברענגען וואס סאטמאר רבי שרייבט אין די הקדמה פון ויואל משה.
ער זאגט זייער קלאר אז ער גייט נישט טוישן דאס מיינונג פון די גאנצע וועלט און נישט דאס איז דער גאנצער ספר, ס'איז נאר פאר איינער וואס זוכט דעם אמת, דער איז טאקע צו וועמען ער שרייבט דעם ויואל משה.
ממילא דאס איז בכלל נישט וואס איך שרייב דא, פארדעם גיי איך נישט ענטפערן ווען אפאר יודעלעך גייען מאכן סתם ליצנות פון מיין הייליגע רבי, ווייל אויב וויל ער שטארק ווייסט ער פונקטליך וואו אריינצוקוקן און דארט זעהן אלע זיינע קשיות און איך גלייב אז ס'וועט אים קלאר ווערן.

יעצט צו הרב הגאון הצדיק האמיתי רבי משה פיינשטיין מיט זיין ספר,
איך בין נישט פונקטליך באקאנט ווער ס'האט צוזאם געשטעלט זיינע תשובות, אבער אזויפיל ווייס איך יא אז ס'איז אנגעקומען צו טענדלער אויפ'ן טיש און ער האט ארויסגעשניטן א גרויסע חלק פון די חלב סתם היתר, צב"ש פארוואס און אויף וואס רבי משה האט זיך פארלאזט און וואס זיין חשבון איז געוועהן, וכו'.
און דאס איז נאר איינס פון אסאך אנדערע.

למעשה האט זיינס א אייניקל איבערגעדרוקט אפאר פון זיינע תשובות און דארט שטייט גראדע יא אז למעשה אויף וואס ער פארלאזט זיך איז נאר פאר פרויען מינקת און פאר קליינע און שוואכע קינדער וואס מוזן האבן מילך פאר זייער געזונט.

איז אזוי,
רבי משה אליינס האט נישט געטרינקען קיין חלב סתם,
ס'איז דא א מעשה מיט אים, טאקע ביים איידעם טענדלער אין די קאנטרי, דאכצעך מיר אז היינט איז עס געלדצעהלערס פלאץ, ער פלעגט ארויפגיין נאך די זומער זיך אפרוען אביסעלע, און איין צופרי האט ער געטרינקען א קאווע, ער פלעגט אריינלייגן ממש א פיצקעלע א טראפעלע מילך און ער האט אזוי געטרינקען זיין קאווע,
פארציילט מען אז דעמאלטס נאכ'ן טרינקען האט ער אויפגעמאכט דעם פריזשידער און געטראפן דארט דעם באטעלע פון חלב סתם, איז ער גלייך ארויס אין גאס, אריינגעלייגט זיין פינגער אין מויל און אויסגעבראכען דעם קאווע.
אזוי קען איך די מעשה, אזוי האב איך געהערט פין א יוד וואס האט דאס צוגעזען!

אויב וועסטו אדורכלערנען דעם היתר אויף וואס ער פארלאזט זיך אויף א פענעלטי וואס מען פלעגט באקומען פין usda וועסטו עס קענען פארשטיין בעסער,
למעשה מיט וואס אסאך יודעלעך טרינקען נאך היינט חלב סתם, זאלסטו וויסן אז די ליטווישע גדולים פארפירן טאקע זייער אסאך אז מען זאל נישט טרינקען, און זיי שרייען אז ס'איז א פלעינע הפקירות.

אפאר יאר צוריק איז איינמאל ארויסגעקומען א קול קורא ערב יום כיפור, אונטערגעשריבן פון זייער אסאך ליטווישע אז ס'איז נישט דא קיין שום היתר אויף חלב סתם,
און צווייטענס, וואס גייט מיך אן וואס א מזרחי טוט אין זיין שול אדער אין זיין הויז? און אויב א ספרדי עסט פיטא אום פסח איז וואס? זאל ער זיך טון וואס זיין הארץ גלוסט און גיין לחיים טובים ולשלום, איך פארשטיי נישט וואס דיין ענטפער איז.

איך ענטפער דא איין זאך, וואס דער מדובר איז דא אין דעם אשכול לגבי א געשלעג אין קערעסטיר ווייל איין לאזיגער גבר אלים האט איינעם געשלאגן ווייל ס'האט אים נישט געשמעקט אז איינער האלט אנדערש פון אים,
Happens to be it’s a Israeli flag
אזוי צי אזוי, האט איינער אריינגעמישט רבי משה פיינשטיין'ס היתר איבער פענער אין א ביהמ"ד, האב איך געגעבן א שטיקעלע היסטערי קלאס,
וואס האט דאס צו טון מיטן מזרחי מיטן כיפה סרוגה קאפעל וואס ער טראגט נאר אין בית מדרש אדער זיינע חלב סתם געטרינקעריי.

צוריק מיטן מדינה און זייער דעמאקראטישקייט.

אפשר מיינסטו דעם אקטאבער זיבן דעמאקראטישקייט וואס מהאט דארט פראמאוטעד לכאורה דארף די נעקסטע קלעס זיין וואס מיינט דעמאקראטישקייט היינט, און וואס ס'איז דער אמת'ער דעפענישען פון דאס ווארט,
פראקטיצירן משכב זכר מיט אלע אנדערע דור המבול חזיריי מיינט נישט דעמאקראטישקייט, דאס מיינט פארדארבענקייט, קוק טיפער אינעם גאנצען פעסטיוול וואס דארט איז פארגעגאנגען,
קוק וואס רבי משה שרייבט אין אגרות משה אויב איינער וואס איז גע'הרג'עט געווארן אין אזא פלאץ אדער ענליכס, צי מ'קען אים רופן על קידוש השם,
און דאס בעסטע דעמאקראטישקייט ווי אזוי דו רופסט עס, איז מער נאר פאר די פרייע ווען זיי פראטעסטירן און שטעלן זיך אין פארנט פין א אגד באס, דעמאלס כאפן זיי נישט קיין מכות כדי להמית, אדרבה די משטרה שטייט דארט און לאכט מיט מיט זיי,
און דאס זאג איך דיר וואס כ'האב אליין צוגעזעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן!

אונטערשטע שורה,
אפשר איז אייער מיינונג אז דאס מיינט א אידישע לאנד און דאס וואס כלל ישראל שטרעבט שוין פאר טויזענטער יאר, דעמאלטס האב איך פאר דיר נייעס, איך האלט אנדערש, און איך אדער א צווייטער מעג מוחה זיין וועלכע וועג ס'געפעלט אונז
און קיינער האט נישט קיין רעכטן צו הייבן הענט,
אויב איינעם שמעקט נישט אז דער יונגערמאן האלט א פאלעסטינער פענדעלע מיט זיך (גראדע שמעקט עס מיר אויך נישט) להוי ידוע מיר שמעקט נישט דאס אז איינער לייגט ארויף א מדינת ישראל פענדעלע, ווייל דאס איז וואס מיר שרייען מדינת ישראל רעפרעזענט בכלל נישט קיין יודן און לעת עתה האלט ער אז דאס איז די איינציגסטע וועג דאס מסביר צו זיין לעיני כל העמים,
נאכאמאל, יעדער איז בארעכטיגט צו האבען א מיינונג ווי אזוי ער וויל און עס מסביר צו זיין ווי אזוי ער וויל.

און לאמיר לערנען מיט א גמרא קאפ פאר איין מינוט,
לויט דיר וואס דו זאגסט אז דער פאלעסטינער פענדעלע איז א סימבאל פון רציחה,
זאגט נטורי קרתא אז דער מדינת ישראל פענדעלע איז פונקט דאס זעלבע רציחה און ממילא אז ער מעג לייגן זיין פענדעלע ווי ער וויל, מעג דער אנדערער לייגן זיין פענדעלע ווי ער וויל,
און אויב גייט הענט, מיינט דאך אז דער ידים איז ידי עשו, קומט דאך אויס אז דער איז גארנישט אנדערש ווי דער פאלעסטינער רוצח און שלעגער.

עמרם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:41 pm

· #554908
אז מ'רעדט פון ר' משה פיינשטיין ז''ל, איז כדאי צו דערציילן אן אמת'ע מעשה, וואס דערציילט הרב חיים האלבערשטאם מ'נאסיד שליט''א (מ'קען אים גיין פרעגן)

ער דערציילט, אז אלץ בחור לערנדיג אין סענס סטריט, האט ער מיט אפאר חברים, מחליט געווען אז מ'גייט ארובער פארן צו ר' משה, און אים ווייזן אז ער קען נישט לערנען
זיי האבן זיך פארגעקוקט א סוגיא אין קדשים, ווי זיי האבן געוויסט אז ר' משה לערענט נישט יעצט,
און זענען געפארן צו ר' משה זיך מתווכח זיין

אנקומענדיג, האבן זיי אנגעהויבן צו פרעגן זייערע קשיות, און צו זײער ערשטוינונג, האט ר' משה באלד געוויסט צו ענטפערן, מיט אלע ראשונים און אחרונים אויף די סוגיא, טראצדעם וואס ער האט עס נישט דערמאלטס געלערנט, אבער געדענקט האט ער אלעס

זיי זענען געווארן זייער נתפעל,
זיי האבן אים געפרעגט צו ער האט שוין געזעהן די ספר ויואל משה ?
האט ער זיי געענפערט, איך האב דארעך געלערנט די גאנצע ספר
"ס'איז א ספר מלא סברות, און יעדע סברא האט א סברא פארקערט"

עמרם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:46 pm

· #554909
בנוגע לייגן דעם ציוניסטישן פאן אין בית מדרש

איז אינטערסאנט, אז די עצם מגן דוד אליין, איז געווען א מנהג קדמון צו ליגן אויף די ארון קודש,
עד כדאי כך, אז ווען מ'האט געבויט די נייע ראחמיסטריווקא בית מדרש אין ב''פ, האט די רבי ז''ל פון ראחמיסטריווקא, פארלאנגט אז מ'זאל עס אריין לייגן אויף די ארון קודש
און אפילו זיי האבן עכט נישט געוואלט (זיי האבן געוואלט האבן די סאטמארע עולם) האבן זיי עס בלית ברירה אריינגעלייגט (אביסל באהאלטן, אז מ'זאל עס נישט גלייך זעהן)

היום » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:50 pm

· #554910
Re:
עמרם #
אז מ'רעדט פון ר' משה פיינשטיין ז''ל, איז כדאי צו דערציילן אן אמת'ע מעשה, וואס דערציילט הרב חיים האלבערשטאם מ'נאסיד שליט''א (מ'קען אים גיין פרעגן)

ער דערציילט, אז אלץ בחור לערנדיג אין סענס סטריט, האט ער מיט אפאר חברים, מחליט געווען אז מ'גייט ארובער פארן צו ר' משה, און אים ווייזן אז ער קען נישט לערנען
זיי האבן זיך פארגעקוקט א סוגיא אין קדשים, ווי זיי האבן געוויסט אז ר' משה לערענט נישט יעצט,
און זענען געפארן צו ר' משה זיך מתווכח זיין

אנקומענדיג, האבן זיי אנגעהויבן צו פרעגן זייערע קשיות, און צו זײער ערשטוינונג, האט ר' משה באלד געוויסט צו ענטפערן, מיט אלע ראשונים און אחרונים אויף די סוגיא, טראצדעם וואס ער האט עס נישט דערמאלטס געלערנט, אבער געדענקט האט ער אלעס

זיי זענען געווארן זייער נתפעל,
זיי האבן אים געפרעגט צו ער האט שוין געזעהן די ספר ויואל משה ?
האט ער זיי געענפערט, איך האב דארעך געלערנט די גאנצע ספר
"ס'איז א ספר מלא סברות, און יעדע סברא האט א סברא פארקערט"
פיר אויס וואס איז געווארן פון די מעשה.
האט ער אדער זיי זיך עפעס געטוישט לכבוד דעם?

עמרם » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:52 pm

· #554912
דא האב איך געלייגט די בילד ווי רביה''ק והטהור זי''ע מ'סאטמאר איז עולה אין א ס''ת, וואס די מענטאלע האט א מגן דוד

א בני יואל » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 3:10 pm

· #554926
Re:
עמרם #
בנוגע לייגן דעם ציוניסטישן פאן אין בית מדרש

איז אינטערסאנט, אז די עצם מגן דוד אליין, איז געווען א מנהג קדמון צו ליגן אויף די ארון קודש,
עד כדאי כך, אז ווען מ'האט געבויט די נייע ראחמיסטריווקא בית מדרש אין ב''פ, האט די רבי ז''ל פון ראחמיסטריווקא, פארלאנגט אז מ'זאל עס אריין לייגן אויף די ארון קודש
און אפילו זיי האבן עכט נישט געוואלט (זיי האבן געוואלט האבן די סאטמארע עולם) האבן זיי עס בלית ברירה אריינגעלייגט (אביסל באהאלטן, אז מ'זאל עס נישט גלייך זעהן)
אזוי אויך איז געוועהן א מינהג צי לייגען בלימען אין בית החיים ביי די מצבות
וואס איז מיט דעים געשעהן ?

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 15, 2024 3:42 am

· #555015
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל: דעיס אז דו האסט א נאטירליכע שנאה אויף מדינת ישראל פארשטיי איך. (איך נישט.) נאר אום אקטאבער דעם זיבעטן (כלשונך) ווען ביי אונז אידן איז געווען שמחת תורה האבן דיינע פאלעסטינער שעיפעלעך געהרג'ט איבער 1200 אידן. יא. ס'זענען געווען פרייע אידן וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם הילולא וחינגא דעם מוזיק פעסטיוואל. נאר אין די ישובים ארום האבן געוואוינט ערליכע אידן. מ'האט געזעהן אויף די בילדער וואו די אומשולדיגע שעיפעלעך פון כאמאס האבן דורכגעפיהרט זייערע ברוטאלע רציחות אז ס'ליגן צו ווארפן סידורים און חומשים און אנדערע ספרים אויף די ערד וואס האט באלאנגט פאר די נרצחים.

מילך טראק » פרייטאג מערץ 15, 2024 9:24 am

· #555025
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
הרב בני יואל,
אין קורצן, זיי האבן נישט קיין אנוג אז די האסט א פראבלעים מיט די פאן,
סאיז פארשטענדליך אז ווען איינער קומט מיט א פאלעסטינע פאן זאל מען עס צונעמען,
קיינער האט נישט באקומען קיין מכות,

איך קען פארשטיין אז איינער וואס איז א אויפגעוואקסן אין ק"י זאל נישט כאפן אז די גאנצע וועלט קוקט עס אהן אינגאנצן אנדערש

סקען זיין די ביסט גערעכט די גאנצע איגרות משה דארף מען גונז זיין אבער די וועלט האט עס יא אנגענומען

אויסער געווענדליך » פרייטאג מערץ 15, 2024 9:39 am

· #555026
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער.......................................................

איך מיין אז לעתיד לבא, ווען די מדינת ישראל וועט בטל ווערן דורך משיח צדקינו, וועלן די בני יואל חברה זאגן אז די מדינת ישראל האט קיינמאל נישט עכט געהאלטן פון ציונות, און א תלמיד טועה צו אן איידעם האט עפעס אריין געשמוגלט אין די מגילת העצמאות.
נישט אנדערש ווי די טויש וואס זיי זענן אריבער וועגן ר' משה פיינשטיין, וכידוע לזוכרי דבר.

מילך טראק » פרייטאג מערץ 15, 2024 9:54 am

· #555027
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
חלב סתם, איז נישט געווען די גזירה אזויווי פת עכום בישול עכום, אדער סתם יינם, ס'איז געווען מער א מציאות'דיגע פראבלעם אז די גוים פלעגן אריין לייגן טמא'נע מילך ס'זאל זיך האלטן פריש, האט מען געמאכט א גזירה אז מ'זאל נישט קויפן מילך פון א גוי נאר גיין אליין עס מעלקן,

היינט איז די מציאות אינגאנצן אנדערש, קיינער מישט שוין נישט אויס קיין טמא'נע מילך, טא בעגין וויט,
אויך קען מען שיקן צו א לעבעטראי צו בברר זיין,
אויסער דעים, אויסער דעים איז די USDA, טאקע זייער שטרענג, און מ'רעדט פון מיליאנען דאלער שאדן אויב מכאפט א פראבלעם,
ממילא דארף שוין א איד נישט זיין בשעת מעלקן,
פונקט ווי מ'קויפט הונדערטער אינגרידיענס אהן קיין הכשר אזוי ווי צוקער וכו'

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 15, 2024 11:45 am

· #555031
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אויסער געווענדליך #
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער.......................................................

איך מיין אז לעתיד לבא, ווען די מדינת ישראל וועט בטל ווערן דורך משיח צדקינו, וועלן די בני יואל חברה זאגן אז די מדינת ישראל האט קיינמאל נישט עכט געהאלטן פון ציונות, און א תלמיד טועה צו אן איידעם האט עפעס אריין געשמוגלט אין די מגילת העצמאות.
נישט אנדערש ווי די טויש וואס זיי זענן אריבער וועגן ר' משה פיינשטיין, וכידוע לזוכרי דבר.
איין קליינער תיקון טעות: דו שרייבסט אז לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען...און די מדינה וועט בטל ווערן...!

לשיטתם פון די מתנגדי המדינה וועט די מדינה צוערשט בטל ווערן... און ערשט נאכדעים וועט משיח קומען.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 15, 2024 11:49 am

· #555032
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
מילך טראק #
חלב סתם, איז נישט געווען די גזירה אזויווי פת עכום בישול עכום, אדער סתם יינם, ס'איז געווען מער א מציאות'דיגע פראבלעם אז די גוים פלעגן אריין לייגן טמא'נע מילך ס'זאל זיך האלטן פריש, האט מען געמאכט א גזירה אז מ'זאל נישט קויפן מילך פון א גוי נאר גיין אליין עס מעלקן,

היינט איז די מציאות אינגאנצן אנדערש, קיינער מישט שוין נישט אויס קיין טמא'נע מילך, טא בעגין וויט,
אויך קען מען שיקן צו א לעבעטראי צו בברר זיין,
אויסער דעים, אויסער דעים איז די USDA, טאקע זייער שטרענג, און מ'רעדט פון מיליאנען דאלער שאדן אויב מכאפט א פראבלעם,
ממילא דארף שוין א איד נישט זיין בשעת מעלקן,
פונקט ווי מ'קויפט הונדערטער אינגרידיענס אהן קיין הכשר אזוי ווי צוקער וכו'
דאס זענען די טעמים עפ"י נגלה. און דאס איז א לאגישע סברא. נאר ס'זענען אויך דא טעמים עפ"י תורת הנסתר.

מילך טראק » פרייטאג מערץ 15, 2024 12:46 pm

· #555044
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
berlbalaguleh #

😂 😂 😂

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 15, 2024 1:17 pm

· #555051
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
מילך טראק: איך מיין עס מיט דעם גאנצן ערנסטקייט. אן קיין שום ליצנות אדער סארקאזם...!

מילך טראק » פרייטאג מערץ 15, 2024 2:01 pm

· #555061
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
קיינמאל נישט געהערט. מיינסט צו זאגן די ירושלמי מחשש גילו?

די איסור פון דרינקען וואסער אהן א פילטר אין די סיטי איז אויך תורת הנסתר

עמרם » פרייטאג מערץ 15, 2024 3:19 pm

· #555068
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
מילך טראק #

די איסור פון דרינקען וואסער אהן א פילטר אין די סיטי איז אויך תורת הנסתר
ס'איז דא אידן (וואס איך קען) וואס קענען זעהן ווערים אין נישט געפילטערטע וואסער - אין סיטי

מילך טראק » פרייטאג מערץ 15, 2024 3:27 pm

· #555069
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
איך האב נישט געמיינט אריינצוגייען צו סע יא דא ווערים צו נישט,
נניח אז סאיז יא דא ווערים איינמאל די מציאות טוישט זיך דארף מען נישט האבן קיין פילטער

עמרם » פרייטאג מערץ 15, 2024 3:30 pm

· #555070
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
מילך טראק #
איך האב נישט געמיינט אריינצוגייען צו סע יא דא ווערים צו נישט,
נניח אז סאיז יא דא ווערים איינמאל די מציאות טוישט זיך דארף מען נישט האבן קיין פילטער
וואס מיינסטו צו זאגן

אוודאי ווען ס'וועט מער נישט זיין קיין ווערים וועט מען נישט דארפן האבן קיין פילטער

ווער האט געזאגט אז יא ?

מילך טראק » פרייטאג מערץ 15, 2024 3:35 pm

· #555072
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אפשר גייט מען אויך שרייבן

"דאס זענען די טעמים עפ"י נגלה. און דאס איז א לאגישע סברא. נאר ס'זענען אויך דא טעמים עפ"י תורת הנסתר"

א בני יואל » פרייטאג מערץ 15, 2024 3:39 pm

· #555073
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
הרב מילך טרעקל
איך וואלט מיך געשטעלט מיט א סיין אקעיגען דיר מיט די דאזיגע לשון
בקהלם אל תחד כבודי'
אין מיט א בילד פין א קוה פין איין זייט אין א ליידיגע באטעל מילך אויף די אנדערע זייט אן א לעיבל זאלסט ניטאמאל וויסען אויב סאיז מילך פין א קוה אדער א פרוי
פארוואס
ווייל איינס
ווי סקיקט מיר אויס ווייסטו ניטאמאל דעים חילוק פין חלב סתם אין חלב עכו״ם אין חלב טמא
אין צוויי די האסט נישט קיין שום וויסען ווער רבי משה פיינשטיין איז געוועהן
אין דריטענס ווער זיין איידעם דר טענדלער איז געוועהןֶ
אין פערטנס אויף וואס די היתר איז דעמאלטס געוועהן געבויט
דאס פיפטע וואלט געוועהן וויפיעל די usda fine איז דעמאלטס געוועהן אין וויפיעל סאיז האנט ציטאגס אבער דאס ווייס איך נישט היינט אמאל איז עס געוועהן פיפציג טאלער להוי ידיע
חלב עכו״ם איז לויט אסאך כמעט א איסור דאוריתא
חלב סתם איז איז א אנדערע הלכה אין אנדערע פראבלעימן
אבער קודם ווייס וואס דער חילוק איז צווישען ביידע פין זיי
אין נאכדעים קיקט מיר אויס ווי די הייבסט נישט אן צי וויסען ווער איז געוועהן רבי משה פיינשטיין אין וואס זיין היסטארי איז געוועהן אין איך וועל דיר צילייגען נאך א נאמען זיין זון רבי דוד פיינשטיין
לכאורה וואלסטו נישט געוויסט סתם אזוי ווי ער האט געוואינט אין ווי ביידע פין זיי האבען געלערינט אין ווי זיי האבען זיך באהאלטען אז מען זאל זיי נישט קענען שטערן אין מיטן לערנען
כוועל דיר זאגען א סוד גדול מאוד
אין א מייקדאנעלד ארום די קארנער פין זייער הויז שששששש זאג נישט אויס פאר קיינעם
אין נאך עפעס וואס די ווייסט נישט
רבי משה איז געוועהן א ציגעלאזענער יוד ממש וואס מען טרעפט אזוינס היינטיגע טאג אין אויך נישט אין זיינע צייטן
א יוד וואס האט זיך באגריסט אין מכבד געוועהן יעדער וואס איז געשטאנען אין זיינע דלת אמות
דאכצוך ער פלעיגט זיך אויך זעצן אויפן סיטי באס פאר שעות אריכות מיט א גמרא אין אזוי זיך פארטיפען אין לערנען כדי נישט צי ווערן געשטערט
וואס ברענג איך דיר ארויס דא איז איין זאך
פאר די שרייבסע סאיז א גזירה אין די די די שיסט א פסק לגבי מעלקן א קוה אן א שומר איבער דעים אין דערנאך ווערסטו אינזער נייער פוסק הדור איבער ציקער אין זאלץ
זעץ קודם לערנען הלכה דערנאך גיי צי היסטארי אין דערנאך פארצייל אינז וואס רבי משה האט געהאלטען איבער פענער אין א בהמד״ר אין דערנאך איבער ציקער אין זאלץ מיט השגחה
נב
אפשר קענסטו ניצען הרב בעל עגלה אלטס חברותה אין תורת הנסתר אין נאכדעם וועט עס ווערן תורת הנגלה

מילך טראק » פרייטאג מערץ 15, 2024 4:32 pm

· #555076
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
איך ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן ווייל אויסער שרייבן אז איך ווייס גארנישט, און די ווייס אלעס, און אז ר' משה איז געווען א ציעגעלאזענע איד, האסטו גארנישט זאכליך געשריבן דא.

די ליידיגע מילך באטעל לייג אין גארביטש ביטע (ריסייקל פארשטייט זיך)

אגב
אויב מען וויל שרייבן and שרייבט מען און,
ווייל אין מיינט in.

א בני יואל » מאנטאג מערץ 18, 2024 5:28 pm

· #555356
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
לייען עס איבער ווילאנג די וועסט טרעפן פינקטלעך וואס איך ברענג ארויס
כהאב סתם אריינגעווארפען אפאר שיינע שטיקלעך איבער רבי משה און איבער זיין גרויסקייט אין מהלך
אבער דאס איבעריגע איז וואס איז אינטרעסאנט פאר אלעמען

ארכיטקט » זונטאג מאי 12, 2024 7:48 pm

· #561795
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
וואס די מעשה מיט די היינטיגע שלעגערייען?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 12, 2024 8:24 pm

· #561799
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #
הרב מילך טרעקל
איך וואלט מיך געשטעלט מיט א סיין אקעיגען דיר מיט די דאזיגע לשון
בקהלם אל תחד כבודי'
אין מיט א בילד פין א קוה פין איין זייט אין א ליידיגע באטעל מילך אויף די אנדערע זייט אן א לעיבל זאלסט ניטאמאל וויסען אויב סאיז מילך פין א קוה אדער א פרוי
פארוואס
ווייל איינס
ווי סקיקט מיר אויס ווייסטו ניטאמאל דעים חילוק פין חלב סתם אין חלב עכו״ם אין חלב טמא
אין צוויי די האסט נישט קיין שום וויסען ווער רבי משה פיינשטיין איז געוועהן
אין דריטענס ווער זיין איידעם דר טענדלער איז געוועהןֶ
אין פערטנס אויף וואס די היתר איז דעמאלטס געוועהן געבויט
דאס פיפטע וואלט געוועהן וויפיעל די usda fine איז דעמאלטס געוועהן אין וויפיעל סאיז האנט ציטאגס אבער דאס ווייס איך נישט היינט אמאל איז עס געוועהן פיפציג טאלער להוי ידיע
חלב עכו״ם איז לויט אסאך כמעט א איסור דאוריתא
חלב סתם איז איז א אנדערע הלכה אין אנדערע פראבלעימן
אבער קודם ווייס וואס דער חילוק איז צווישען ביידע פין זיי
אין נאכדעים קיקט מיר אויס ווי די הייבסט נישט אן צי וויסען ווער איז געוועהן רבי משה פיינשטיין אין וואס זיין היסטארי איז געוועהן אין איך וועל דיר צילייגען נאך א נאמען זיין זון רבי דוד פיינשטיין
לכאורה וואלסטו נישט געוויסט סתם אזוי ווי ער האט געוואינט אין ווי ביידע פין זיי האבען געלערינט אין ווי זיי האבען זיך באהאלטען אז מען זאל זיי נישט קענען שטערן אין מיטן לערנען
כוועל דיר זאגען א סוד גדול מאוד
אין א מייקדאנעלד ארום די קארנער פין זייער הויז שששששש זאג נישט אויס פאר קיינעם
אין נאך עפעס וואס די ווייסט נישט
רבי משה איז געוועהן א ציגעלאזענער יוד ממש וואס מען טרעפט אזוינס היינטיגע טאג אין אויך נישט אין זיינע צייטן
א יוד וואס האט זיך באגריסט אין מכבד געוועהן יעדער וואס איז געשטאנען אין זיינע דלת אמות
דאכצוך ער פלעיגט זיך אויך זעצן אויפן סיטי באס פאר שעות אריכות מיט א גמרא אין אזוי זיך פארטיפען אין לערנען כדי נישט צי ווערן געשטערט
וואס ברענג איך דיר ארויס דא איז איין זאך
פאר די שרייבסע סאיז א גזירה אין די די די שיסט א פסק לגבי מעלקן א קוה אן א שומר איבער דעים אין דערנאך ווערסטו אינזער נייער פוסק הדור איבער ציקער אין זאלץ
זעץ קודם לערנען הלכה דערנאך גיי צי היסטארי אין דערנאך פארצייל אינז וואס רבי משה האט געהאלטען איבער פענער אין א בהמד״ר אין דערנאך איבער ציקער אין זאלץ מיט השגחה
נב
אפשר קענסטו ניצען הרב בעל עגלה אלטס חברותה אין תורת הנסתר אין נאכדעם וועט עס ווערן תורת הנגלה
א בני יואל: איך וועיס נישט (כלשון רביה"ק מ'סקווירא יצ"ו שליט"ע) ווי דער בעל עגלה קומט דא אריין אין שמועס. אפשר האט ער געדרייווט דעם מילך טראק וואס האט דעליווערט די חלב סתם.

בני אהרן » זונטאג מאי 12, 2024 11:01 pm

· #561817
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
ארכיטקט #
וואס די מעשה מיט די היינטיגע שלעגערייען?
איינער וואס לויפט נאך יואל לאנדא, האט גיוואלאט צו גיין צי זיין קאר. אין ער נישט פארשטאנען מיט גוטען.

חנני שופר » מאנטאג מאי 13, 2024 3:13 am

· #561849
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
וואס איז פשט פון דעי ארעסטן אין שלעגערייען וואס קומען די לעצטע פאר טעג דורך שמירה?

א בני יואל » מאנטאג מאי 13, 2024 6:11 pm

· #561972
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
פארצייל ביטע מער דיטעילס.
קאן זיין דער איש קערעסטיר פארארבעט מעשים אז רובין זאל נישט מצליח זיין אין זיך מער פארברייטערן ממילא גייט ער מיט טעראר ?
אינטערסאנטער באמערקונג
איך בין דארט געוועהן אפּאר וואכען ציריק צוויי דרייסיג פארטאגס
דער פלאץ פין איש קערעסטיר וואס יעדער צוואנציג מינוט שפעילט א צווייטער מיט אנדערע כלי זמר ארום קליפס רעכטס אין לינקס אין דער גאנצער עולם ארום זינגט מיט מיט גרויס הרגש שייע בערעבּ משה יא ממש טשענדז מיי לייף ענד מיי סייז
איז געוועהן פארשלאסען מיט א ווען געבּלאקט דעים טיר אז מען זאל זיך נישט קענען אריינכאפּען ביי מיסטעיק אפילו
אין רובין איז געוועהן ברייט אפען שיין אויפגערוימט הערליך אנגעגרייטע טישן מיט פרישע קעיק אין קאפי אין סנעקס אין א פרישע הייסע מקוה אין זויבערע האנטוכער
אבער א נפש חיה איז נישט געוועהן צים געפינען דארט
אין פליצלינג נאך וואס כהאב מיך דערכאפט דאס הארץ איז ארויסגעוואקסען א גוי אין זויבער געמאכט אינטער מיר דריי אזייגער פארטאגס אין נישט אויפגעהערט צי פרעיגן אויב איך וויל נאך עפעס
אין איך רעדט ניטאמאל פין דעים בית המדרש וואס דארט איז ציגעשטעלט מיט אלע ציגעהערן א געשמאק געוועהן
אין דאס הייליקייט שרייט ארויס טאקע פין דעים צעטיל וואס הענגט אויפן וואנט
אז סאיז אסור אריינציברענגען כלי זמר ביי זיי
ווי ווייט איך ווייס דינגט דער צדיקעל איש קערעסטיר די שמירה רייסערס דארט אלעס פאר זיין פי אר
קען זיין ער מיז זיך אויף פליקען מיט אלע כוחות יעצט
ווייל רוב מענטשין שמעקין שוין זיינע מעשים טובים דארט אין סאיז נישט מער ווי א פאנדרעזינג קאמפעני וואס רייסט געלטער פאר גארנישט אין נישט

בן ישי » מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm

· #561980
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #
ווי ווייט איך ווייס דינגט דער צדיקעל איש קערעסטיר די שמירה רייסערס דארט אלעס פאר זיין פי אר

שמירה איז דארטן דורך ר' ישעי'לעס הויז בהנהלת נכדיו משפחת רובין.

א בני יואל » מאנטאג מאי 13, 2024 6:59 pm

· #561985
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
כ'בין נישט אזוי זיכער דערמיט

בן ישי » מאנטאג מאי 13, 2024 10:12 pm

· #562022
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #
כ'בין נישט אזוי זיכער דערמיט

איך ווייס אז יא.

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 14, 2024 5:01 pm

· #562205
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
עכ״פ אזוי ענדיקט זיך א פרעס פלאץ...
אין נוי יארק איז פארהאן כהיום א שפע פון קברים פאר די ״דורש אל המתים״ גרופעס.

א בני יואל » דינסטאג מאי 14, 2024 5:06 pm

· #562207
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
אקעי
בקיצור קיינער האט דערווייל נאכנישט פארציילט וואס די יעצטיגע געשלעיגעריי איז

אתרוגים » מיטוואך מאי 15, 2024 1:08 am

· #562272
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
ארכיטקט #
וואס די מעשה מיט די היינטיגע שלעגערייען?
לייג ארויף דעם קליפ דא

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:11 am

· #562388
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #
יעדע צוואנציג מינוט שפילט א צווייטער מיט אנדערע כלי זמר און דער גאנצער עולם ארום זינגט מיט מיט גרויס הרגש שייע בערעבּ משה יו ממש טשענדז מיי לייף ענד מיי סייז

😂 😂

סעגאל » דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:29 pm

· #562530
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
א בני יואל #
ווי סקיקט מיר אויס ווייסטו ניטאמאל דעים חילוק פין חלב סתם אין חלב עכו״ם אין חלב טמא
חלב עכו״ם איז לויט אסאך כמעט א איסור דאוריתא
חלב סתם איז איז א אנדערע הלכה אין אנדערע פראבלעימן
אבער קודם ווייס וואס דער חילוק איז צווישען ביידע פין זיי
בפשטת איז דאס איין זאך און האט אייביג געהייסן חלב עכו"ם מען האט עס נאר אנגעפאנגען רופן חלב סתם ווען מען האט עס אנגעפאנגען טרינקען
פאר די אייגענע סוב קאנטשעס שלעכטע געפיל

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 17, 2024 1:17 pm

· #562580
Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר
ס'איז נישט דא אזא זאך ווי חלב סתם. אדער איז עס חלב ישראל. ווען נישט איז עס חלב עכו"ם.

הרה"ג ר' משה פיינשטיין האט עס מתיר געווען בשעת הדחק. אז מ'קען זיך פארלאזן אויף די גאווערנמענט אז דער גוי וועט מורא האבן אריינצוליגן טריפה מילך. דאס הייסט "מירתת".
בלאט: 1 2