פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16886
פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
פרידא וויזל אויף איר פאדקעסט מאכט א לאנגע אינטערוויו מיט א פראפעסאר אילה פעדער וועגן אידן וואס פארן ליידער אפ. שפעטער אין די שמועס רעדט זי וועגן שינויים וואס געשעעהן אנליין און ווי אידיש איז געווארן א שפראך צו שמועסן און פארברענגען ברענגט זי ארויס די ראלע פון קאווע שטיבל אלץ א פארום וואס האט צום ערשטע מאל געגעבן פאר חסידישע אידן די מעגליכקייט צו שרייבן מיט א מינימאלע צענזור אויף די אידישע שפראך. זי זאגט אויך אז זי האט א טרענסלעיטאר וואס טייטשט איר איבער פאוסטס פון קאווע שטיבל פאר אירע פארשונגען.
די שמועס וועגן ק''ש פאנגט זי אהן בערך ביי די 1 שעה אריין.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
די שמועס איז בעיקר וועגן חרדים אנוסים, זייער אינטערסאנט. ס'זעט אויס ווי עס איז עפעס לעצטנס א שטארק ארויפגייענדע פענאמענאן.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
איך וואלט נישט גערופען יעדע באהאלטענע אפיקורוס אן אנוס. פאראן די וואס האבען ליב די חסידישע געזעלשאפט און קולטור און זיכען נישט עפעס אנדערש. זיי זענען צופרידען צו בלייבן מיטן שטריימעל בעקעשע והמסתעף. בדידי קאמינא.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
גוטע נייעס! זייער שטארק. @בענדזשאמין פרענקלין'ס טעילאר סוויפט איבערזעצונג גייט נישט אראפ פון סדר היום 😂
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
כף הקלע, עס איז ריכטיג וואס די זאגסט אז מען קען ליב האבן די קולטור און שטייגער פין לעבן אפילו מען איז נישט גלויביג, אבער די גדר פין א אנוס מיין איך אז מען לעבט א דאבל לייף און מען דארף זיך באהאלטן אפילו נאר די מיינוגען.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
די עם הארצות gap איז אזוי ברייט לעצטענס מקען טראכטען רעדן און זאגן אלא אידישע פיליזאפישע רייד. ווילאנג ס'איז נישט מיט ליצנות אדער צינישקייט.
די אידן וואס ליינען נישט, פארשטייען נישט! די פרומע חניוקישע עולם איז ממש אומבאלערענט.
עניים להם ולא יראו אוזניים להם ולא ישמעו.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
יודישיסט, דער גלות הדיבור איז דאך די סוד פול גלות מצרים לויט די חכמי האמת. אנוס ע"פ הדיבור.
כף הכלע, פראפעסאר פעדער ברענגט ארויס אין די איטערוויא און איר בוך דעם פענאמאנאן פון אהבתי את אדוני את אשתי ואת בניי לא אצא חופשי. דעם ועבדו לעולם וואס קומט פון זיין פארהייראט און פאר'קינדערט און אויך ווייל די עצם קולטור איז אים באקאנט און געשמאק, בדיעבד אדער אפשר גאר לכתחילה. זי רעדט פון פיל וועלכע גלייכן די קולטור בשיטה, און קריטיקירן די מאטעריאליזם אין די סעקיולארע געזעלשאפט.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
יאסל ראקאווער #

יוסל,
איך ווייס נישט אווי דו דרייסט זיך אבער און צווישן מיין געזעלשאפט קענסטו רעדן אפילו אקעגן די סיסטעם, קיין פראבלעם, אבער ביז אפיקורסות עס דעשרעקט מענטשען צו חקרענען אטן פרעגן אויף זאכן וואס מען גלייבט שוין דערין דורי דורות, אפילו אויב די צוגאנג איז נישט ציניש.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
יואליש #
יודישיסט, דער גלות הדיבור איז דאך די סוד פול גלות מצרים לויט די חכמי האמת. אנוס ע"פ הדיבור.
כף הכלע, פראפעסאר פעדער ברענגט ארויס אין די איטערוויא און איר בוך דעם פענאמאנאן פון אהבתי את אדוני את אשתי ואת בניי לא אצא חופשי. דעם ועבדו לעולם וואס קומט פון זיין פארהייראט און פאר'קינדערט און אויך ווייל די עצם קולטור איז אים באקאנט און געשמאק, בדיעבד אדער אפשר גאר לכתחילה. זי רעדט פון פיל וועלכע גלייכן די קולטור בשיטה, און קריטיקירן די מאטעריאליזם אין די סעקיולארע געזעלשאפט.
דאס איז ריכטיג אבער די יסורי הנפש איז נישטא ביי פילע וואס האבן א שטיקל ווירטואלע אדער ריעל לייף קומיוניטי וואו מען קען זיך צונויפשמועסען א אידיש ווארט, די טערם ״אנוס״ אימפלייד אזא גלות וואס איז גורם א צעקה בלב און מ׳ברויך טאקע מחלק זיין צווישען די צוויי
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
ששון ושמחה: די פראפעסאר(ין) מאיער מאכט נאר איין פאקטועללן ...(Factual)...טעות. זי זאגט אז מען קען אויף קאווע שטיבל "נאר" שרייבן אויף אידיש. דאס איז נישט ריכטיג. אמת, אז די מערסטע פאוסטס זענען אין אידיש. נאר אויב איינער לייגט ארויף א פאוסט פאר סיי וועלכע סיבה אין ענגליש ווערט עס פונקט אזוי אנגענומען ווי אידיש.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
בערל, עס איז ריכטיג איר פונקט, ווייל די קענסט שרייבן א ווארט צוויי אין ענגליש וכדו אבער אז איך וועל אנההיבן פאוסטען דע רעגילמעסיג בלשון עם זר וועט די מנהל פונם וועבזייטל זיכער קאמענטירן דערויף.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
פון ווי ווייסט זי אזוי פינקטלעך?
מרת פעדער איז א היימישע?
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
עס איז געווען אמאל אן אשכול איבער אליה פעדער'ס בוך, כ'קען עס אבער נישט טרעפן. האט די אשכול גערעדט קעגן פוטין אז ס'האט געדארפט פארשווינדן ווערן?
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
כרם זית #
עס איז געווען אמאל אן אשכול איבער אליה פעדער'ס בוך, כ'קען עס אבער נישט טרעפן. האט די אשכול גערעדט קעגן פוטין אז ס'האט געדארפט פארשווינדן ווערן?
ביידע אשכולות פארשווינדען, איבער מצוה מיידלעך און באהאלטענע אפיקורסים
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
וואס איז פשט?
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
טאמבל סאס #
גוטע נייעס! זייער שטארק. @בענדזשאמין פרענקלין'ס טעילאר סוויפט איבערזעצונג גייט נישט אראפ פון סדר היום 😂
לינק עס אהער ביטע.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
איך האלט אינמיטן אויסהערן, דאס איז צוקער זיס!
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
זי רעדט פון קאווע שטיבל און אז זי ליינט ארטיקלען דא. האט זי א ניק דא צו וואס? שרייבט זי אויך דא? אנדערש וויאזוי ווערט זי נישט אויסגעשפארט מיט די נייע תקנות?
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
כרם זית #
וואס איז פשט?
סארי חברה, אפירגעקראצט, ווייס איך נישט פארוואס פריער איז עס נישט ארויפגעקומען…
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=13415Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
berlbalaguleh #
ששון ושמחה: די פראפעסאר(ין) מאיער מאכט נאר איין פאקטועללן ...(Factual)...טעות. זי זאגט אז מען קען אויף קאווע שטיבל "נאר" שרייבן אויף אידיש. דאס איז נישט ריכטיג. אמת, אז די מערסטע פאוסטס זענען אין אידיש. נאר אויב איינער לייגט ארויף א פאוסט פאר סיי וועלכע סיבה אין ענגליש ווערט עס פונקט אזוי אנגענומען ווי אידיש.
דאס איז זעלבסטפארשטענדליך. ווייל די קאסטומערס דא וועללן מיינען אז דו שרייבסט אויף טערקיש אדער רוסיש.
פון די שטערקסטע ליינס דורכאויס'ן אינטערוויו איז געוועהן ווען אילה פעדער האט זיך באצויגן צו דאס וואס חסידים פונאנדערטיילן צווישן אינטעלעקטואלע קשיות/ספיקות און געפילישע, זאגט זי (אדער אזוי האב איך פארשטאנען פון אירע ווערטער) אז די גאנצע אמונה סאבדשעקט צוזאמען מיט אלע קשיות תירוצים און ספיקות דערינען איז א געפילישע ענין, והא ראיה אז אפילו די אזויגערופענע אינטעלעקטואלע קשיות זענען מעורר געפילישע רעספאנסעס פון די "מאמינים".
אגב, בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט געוואוסט ביז היינט אז זי איז שפיצעלע שטרימפקינד? ס'מיר געוועהן ממש א נחת רוח צו זעהן ווי שפיצעלע האט זיך ארויסגעזעהן פון די עמאציאנאלע פלאנטערנישן און זיך אזוי שיין אוועקגעשטעלט, זאלן מיר אלע זוכה זיין בקרוב.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
איין זאך וואס האט מיך געבאדערט פון דעם אינטערוויו, כ'האב א גאנצן צייט געווארט וויזעל זאל פרעגן ווי גרויס דער פענאמען פון באהאלטענע אפיקורסים (ממש, די וואס לעבן בפועל א דאבל לייף, איינער וואס האט ספיקות אבער לעבט א שו"ע\חרדיש לעבן אפילו בצינעא פאלט נישט אריין אין דער קאטאגאריע לענ"ד) איז?
יש אומרים אז פעדער האט געטראפן אלע פינף און צוואנציג דאבל לייפערס (סתם איינער וואס טשיט אויף זיין ווייב הייסט נאכנישט קיין דאבל לייפער, מ'רעדט פון אינטעלעקטועלע דאבל לייפערס) און פון דעם געמאכט א בוק. לבי אומר ליב אז דער פענאמען איז קלענער ווי וויפיל פאבליסיטי עס באקומט.
אלעס גייט געהעריג אן און אמונה ווערט נאר שטערקער, סיי אמונה אין רבי'ס און סיי די ניו-עידזש אמונה וואס האט כל ערליי לבושים פון ר' שמעון שפיטצערס און ר' אלימלך בידערמאנס אמונה, ביז טענק יו ה' אמונה און אלעס אינדערמיט. ווער ס'עסט טועמיה איז ווייטער חיים זכו און קול בחצרות האט לויט מאנכע מער צוהערער ווי קול מבשר.
איך וואלט געזאגט אז די דאבל לייף פענאמענאן ביישטייט פון מער פון 25 מענטשן, נאר פון נאטור אויס האט עס זייער א הויעכע turnover rate, וויזל אליין האט בסך הכל געבלאגט ווינציגער פון צוויי יאר ביז זי האט זיך זיך ארויסגעזעהן דערפון. ס'איז ווי א באס וואס פירט 25 מענטשן אויפאמאל, אבער אז דו זיצסט דערויף גענוג לאנג וועסטו באגעגענען אפאר הונדערט מענטשן.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
רימון #ווי גרויס דער פענאמען פון באהאלטענע אפיקורסים (ממש, די וואס לעבן בפועל א דאבל לייף, איינער וואס האט ספיקות אבער לעבט א שו"ע\חרדיש לעבן אפילו בצינעא פאלט נישט אריין אין דער קאטאגאריע לענ"ד) איז?
עס וואלט געווען אינטערסאנט צו מאכן אן אנקעטע דערויף
כאטשיג שרייבסטו עס פיצי ...
Re:
עמרם #
כאטשיג שרייבסטו עס פיצי ...
ווייל די אייבערשטער קען נישט ליינען קיין פיצי אותיות 😂
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
וואס איז די עווערעדש צייט ווילאנג א מענטש קען לעבן א דאבל לייף? לבי אומר לי אז סקען נישט גיין מער ווי 2 יאר מערסטנס דערנאך מוזטו אדער ארויסקומען אין פובליק אדער איז מען געהעריג צוריק א בעל תשובה
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
סבא דבהתא #
וואס איז די עווערעדש צייט ווילאנג א מענטש קען לעבן א דאבל לייף? לבי אומר לי אז סקען נישט גיין מער ווי 2 יאר מערסטנס דערנאך מוזטו אדער ארויסקומען אין פובליק אדער איז מען געהעריג צוריק א בעל תשובה
פון סטאטיסטישע עוורידזשעס איז אוממעגליך צו רעדן, אנעקדאטיש גערעדט קען עס גיין אסאך לענגער און עס גלייבט זיך שווער אז ס׳זענען נישט פארהאן פילע איינזאמע ״אפיקורסים״ וואס האבן נישט מיט וועמען צו טוישן א ווארט, די רבונו של עולם זאל זיך מרחם זיין אויף אונז אלע בקרוב.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
דיין הסבר קלינגט וואר. אבער נישט פראפעסאר פעדער האט דאס געזאגט. וויזעל האט דאס נאכגעזאגט בשם חי' רחל נאווי, א סאטמאר'ע פרוי מיט א דאקטאראט אין לינגוויסטיגס, וועלכע האט דאס פארגעשלאגן אלס א שפעקולאציע.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
א הערליכ'ע אינפירמעטיווע אינטערוויאו מיט הרב @יששכר כץ שיחיה איבער די ביאגראפיע און שיטות פון סאטמאר רב ז"ל.
א פינקאטישע פאקט: האט איר געוויסט אז סאוטמערי מיינט נישט הייליגע מאמע מרים? עס מיינט א קליין שטעטל אויף רומעניש.
(נאר איין הערה. ר' יששכר זאגט אז הרב קוק ז"ל איז פון א חסידישע פאמיליע אפשטאמונג, הגם ער האט געהאט עפעס חבד'סקע בלוט איז ער למעשה א לטאי. עס איז לכאורה א פליטת פה און ער האט געמיינט צו זאגן אז הרב קוק האט זיך "געברענדט" אלס א חסידישע רבי. פונקט ווי הרב כ"ץ איז פון חסידישע אפשטאמונג און ברענדט זיך אלס מאדערן חסידיש...)
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
א גוטע ליניע פון אים: יעדער איז מאדערן ארטאדאקס, נאר איינער שנעלער און איינער שטייטער!
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
אלפא #
א גוטע ליניע פון אים: יעדער איז מאדערן ארטאדאקס, נאר איינער שנעלער און איינער שטייטער!
מ'קען אויך זאגן פארקערט, אז יעדע מאדערן ארטעדאקס, איז אויפן וועג צו ווערן אלטרא ארטעדאקס. בבחינת אזוי ווי ס'סאטמער'ט זיך, אזוי אידיש'ט זיך עס.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
דערהויבענע איד #

ביידע ריכטיג
און ביי ביידע דארף מען נישט זיין די ערשטע אויף די ליין
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
קליינע הערה: חוץ זיין ברודער דער עצי חיים האט ער געהאט אפאר שוועסטער
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
אלפא #
א גוטע ליניע פון אים: יעדער איז מאדערן ארטאדאקס, נאר איינער שנעלער און איינער שטייטער!
אבער דאס וואס ער שטעלט אוועק ווי כאילו אין סאטמאר איז היינט א אנגענומענע זאך צו מאכן הזרעה מלאכתית איז שטותים, און סאטמאר רב האט יא מער-ווייניגער געווינען דעם קאמפ עכ"פ נאך אזויווי ער האט געווינען חלב סתם.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
איך האב קיינמאל נישט געהערט אז דאס וואס סאטמאר רבי האט געטוישט אינדערהיים 2 מאל רבנות פאזיציעס איז געווען ווייל ער איז זיך נישט דורכגעקומען מיט די בני הקהילה.
לויט מיין ידיעה איז קראלי סאך א שענערע פאסטן ווי ארשיווע, און סאטמאר נאך שענער, און אזוי טרעפט מען ביי אסאך גדולי ישראל אז ווי מער ס'איז געווען יצא טבעם בעולם האבן זיי באקומען אפפערס פון גרעסערע שטעט.
אייינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם?
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
כרם זית #
א פינקאטישע פאקט: האט איר געוויסט אז סאוטמערי מיינט נישט הייליגע מאמע מרים? עס מיינט א קליין שטעטל אויף רומעניש.
📎 IMG_2486.jpeg
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
זיין הגדרה פון סאטמאר'ע רבי אלס נישט א חסיד'ישע רבי איז נישט געווען זיין אייגענע מהלך, עס איז געווען א מהלך וואס איז בחלקו געקומען פון ראפשיץ/צאנז, ער האט עס נאר מער צוגעשארפט
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
זיין ספרים שאנק האט מיך איבערראשט כ'האב געמיינט כ'וועל דארט טרעפן עפעס מער שפיציג ווי א ראשית חכמה און א אגרא דכלה...
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
סקעפטיקער #
זיין הגדרה פון סאטמאר'ע רבי אלס נישט א חסיד'ישע רבי איז נישט געווען זיין אייגענע מהלך, עס איז געווען א מהלך וואס איז בחלקו געקומען פון ראפשיץ/צאנז, ער האט עס נאר מער צוגעשארפט
כהאב אויך געטראכט אזוי, אבער למעשה ביי אים איז געווען א צוזאמשטעל פון לייקנען מעשיות (ראפשיץ) און דערקלערן די שו"ע אלס די העכסטע אטאריטעט (צאנז).
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
דערהויבענע איד #
אלפא #
א גוטע ליניע פון אים: יעדער איז מאדערן ארטאדאקס, נאר איינער שנעלער און איינער שטייטער!
מ'קען אויך זאגן פארקערט, אז יעדע מאדערן ארטעדאקס, איז אויפן וועג צו ווערן אלטרא ארטעדאקס. בבחינת אזוי ווי ס'סאטמער'ט זיך, אזוי אידיש'ט זיך עס.
נישט אינגאנצן ריכטיג: ווייל איך קען (פערזענליך) א סאך מענטשן וועלכע זענען געבוירן און אויפגעוואקסן אין די אטמאספער פון סאטמאר און האבן עס איבערגעלאזט (אזוי ווי הרב כ"ץ). נאר זיי האבן נישט איבערגעלאזט אידישקייט.
ס'איז דא ווער ס'גייט אין די פארקערטע ריכטונג אויך. נאר א סאך ווייניגער. די זענען געוויינליך די קינדער אדער אייניקלעך פון אמעריקאנער אידן וועלכע זענען נתקרב געווארן צו דעם חסידיש'ן לעבנס שטייגער.
נאר ביי זיי דערקענט זיך א שטיקל קאנפליקט פון "ערכים". למשל מ'קען זעהן א בחור אדער יונגערמאן וועלכער גייט אפילו מיט א לאנג רעקל און געקרייזלטע פיאות. נאר ער טראגט א "בענד-אפ" הוט.
דער סאבדזשעקט פון "ערכים" ווערטן אין אידיש בנוגע דעם לבוש איז ווערד אן אשכול פאר זיך.
א סאך בעלי תשובה האבן נישט דעם געפיהל צו דעם. איך קען א איד וועלכער איז בגדר א בעל תשובה. איך וועל נאר באשרייבן אין קורצן וואספארא איינדרוק זיין לבוש האט געמאכט אויף מיר...איך האב אים געזעהן שבת אין ביהמ"ד. ער האט געהאט א "קריעת ים סוף" הוט. א שפאלט הוט. א סינגל ברעסטעד רעקל מיט א נעקטיי. אויך האט ער געהאט א ברייטן וואלענעם (געלן) טלית קטן. זיינע פיאות זענע געווען ארויפגעדרייט ארום די אויערן כנוסח בעלזא.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
די רבי איז געווען לכל הדעות א קאמפליצירטע פערסאנאליטעט (ווער איז דען נישט), ס'רוב שטריכן האבן זיי אדרעסירט אינעם שמועס (זיין פריוואטקייט, זהירות ונקיות, פארביטערטקייט, ברייטקייט וידענות, צינישקייט/סענס אוו יומער, ווארעמקייט, אויסגעשפראכענקייט אנקעגן ציונות, אבסעסיע מיט קדושה וצניעות, זיין בליק איבער חסידות, זיין סוקסעס, וכו') און עס איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז מערערע אינטערפרעטאציעס זענען שייך, און ער געבט ס"ה איבער זיין קוק ווינקל.
פון א צווייטע ווינקל קען מען עס אנקוקן אביסל פארקערט, עס איז יתכן אז דער רבי איז שוין פון פריער געווען מער א ראציאנאליסט און נישט געגליכן געוויסע מיסטישע און חסידישע מעשה'לעך זייענדיג א פונדאמענטאליסט האט ער מעגליך געזען אין הלכה (און אין השקפה...) די אלטימעטע סמכות מעיקרא (ווי נישט ווי איז ער אויפגעוואקסן אין א רבנישע שטוב און וויניגער 'חסידיש' וואו אנדערע מקומות, נאכדערצו אז דער חת"ס מיטן צאנזער רב זענען געווען זיינע ראלע-מאדעלן). אויך קען זיין אז יא די סעקולארע חלק פון ציוניזם און די פאקט אז זיי האבן בכונה תחלה געצילט צו וואו השכלה האט פארפעלט - איז וואס האט געמאכט דעם רבי'ן עס צו נעמען ביזן עקסטרעם און אסר'ן אפי' די פרומע חלקים דערפון און סיי וועלכע השתתפות (ע"ע טיילונג), אזש אז ער האט געמוזט 'טרעפן' די שלש שבועות און סטרעטשן די קאנצעפט פון די אמונה בגלות וגאולה, נישט פארקערט.
אויך טרעפט מען היבש א ברייטקייט וועלכע איז צומאל שווער צו צוזאמפלעכטן מיט די אנדערע שטריכן זיינע (קהלת תורה לדוגמא.) אבער אונטערן ליכט פון פראבירן ראציאנאלערהייט אנצוהאלטן די הייליגע טראדיציע והשקפה - איבער וואס ער האט זיך געטראפן אלץ אן איינצעלנע מנהיג - קען מען עס בעסער פארשטיין. וכן הלאה.
הכלל, יעדער קען און זאל זיך ציען זיינע אייגענע מסקנות וואס די רבי'נס כוונות, כוחות, שטעלונגען, און ידיעות זענען געווען, עס איז אייביג אינטרעסאנט צו אנאלאזירן א פערזענליכקייט פון מערערע זייטן (האגעאגראפיעס אין א זייט געלייגט.)
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
צומישט און צוחישט #
זיין ספרים שאנק האט מיך איבערראשט כ'האב געמיינט כ'וועל דארט טרעפן עפעס מער שפיציג ווי א ראשית חכמה און א אגרא דכלה...
דו דארפסט נישט זיין איבערראשט: ווייל לויט זיין איצטיגע סטאנציע אין לעבן איז ער (זייער) ווייט פון די זאכן.
ישיבת חובבי תורה איז נאך מיט א פאר שטאפלען אראפציר ווי ישיבה יוניווערסיטי. (ביי מיר איז דאס נישט קיין פעילער. איך זאג נאר אלס מציאות. ריאליטי.)איך קען א פאר ישיבה יוניווערסיטי גראדואירטע וועלכע זענען גארנישט ווייניגער (אין אידישקייט) ווי סיי וועלכע תלמידים פן ליטווישע ישיבות.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
אלפא: איין קליינער פרט אין די אפשאצונג איבער דעם סאטמאר'ן רבי'ן וואס פראפ. כ"ץ האט געגעבן איז נישט אינגאנצן ריכטיג. ער האט ארויסגעברענגט זיין צינישקייט און אריינזאגן א שטעך ווערטל וואו ער האט געהאלטן אז מ'קען עס זאגן האט ארויסגעברענגט א שטיקל שלעכטקייט מצידו. דאס איז נישט ריכטיג. זיין גרעסטע הנאה איז געווען ווען דער מקבל פון דעם שטעכווערטל האט עס פארשטאנען און מיטגעלאכט מיט איהם. נאר א סאך מאל האט עס דער אויף וועמענ'ס חשבון דאס ווערטל איז געגאנגען נישט יורד געווען לעומקה פון דעם ווערטל, און ער האט עס גענומען פערזענליך.
אלס א משל וועל איך ברענגען אן עפיזאד וואס איך האב געליינט: אמאל ביים סדר האט דער סאטמאר'ע רב געהאט אלס אן אורח א ליטווישן ראש ישיבה פון ארץ ישראל. א בריסקער תלמיד. ווען ס'איז געקומען צו "מרור" האט דער רבי גענומען א גרויסן הויפן פון כריין (א סאך מער ווי א כזית) און געגעבן פאר דעם אורח. ער האט איהם געפרעגט (בלשון צחות) אויב ס'האט שוין דעם שיעור... יענער מענטש האט זיך געפערליך שטארק באליידיגט.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
זייער אן אינטערעסאנטע אינטערוויו. איך בין 'דזען זי', איז מיר געוויסע היסטארישע פאקטן און זיין מיקסטשער פון תורה'דיגן און אקאדעמישן שטאנדפונקט געווען געשמאק און פריש.
להערה בעלמא:
א. אויף די נושא פון דעם קאסטנער באן האט ער געגעבן א טריקענען ענטפער (אז ער האט נישט קיין קלארע תירוץ), און פארפעלט א גאנצע שווערע סוגיא פון יארן וואס סאטמאר האט געפרעדיגט די שטעלונג אז דאס גאנצע באן איז נאר געראטעוועט געווארן די לעצטע מינוט אין זכות פונעם רבי'ן.
(דאכט זיך הערשל פרידמאן האט ארויסגעגעבן אויף דעם א גאנצע בוך, און אדרבה זאל איינער אריינקומען מיט דעטאלן.)
איך האב געהערט די מעשה, אז די רבי האט במשך די סדר געפרעגט אויף א אפאר זאכן צו ס'איז שוין די שיעור, ביז די אורח האט צירוק געזאגט אז טשעפענען האט אויך א שיעור
די רבי האט געזעהן אז ס'האט אים ווייגעטוהן, האט די רבי אלץ א איבערבעטונג אים געשיקט געלט יעדע מאל ער האט חתונה געמאכט
ווען ער האט אנגעהויבן חתונה מאכן די אייניקלעך, האט ער געוואלט אז די רבי זאל ווייטער שיקן, האט אים די רבי געזאגט אז איבערבעטן האט אויך א שיעור
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
ב. לגבי דאס שטארבן פון זיין ערשטער פרוי איז דא א שטעלונג פון געוויסע (איך זיך נאך די מקור ראשון) אז ער האט געהאט א האנט דערינען צוליב זיין עקסטרעמע פאנדעמענטעליזם אין אידישקייט, און זיך קיינמאל נישט געקענט מוחל זיין דערפאר.(ס'איז בלויז א טעאריע, אבער מיט קראנטע יסודות לפי השגתי.)
עס גייט אזוי:
1. ס'איז דא א שטארקע סברה אז איבעראל אין שו''ת דברי יואל ווי מען טרעפט א תשובה וואס איז נישט געוואנדן צו א ספעציפישע שואל איז זיין אייגענע משא ומתן פאר עפעס וואס ער האט געוואלט קלארשטעלן פאר זיך אליינס.
2. מ'טרעפט א תשובה (פון יענע יארן) אין זיינע שו''ת אן קיין שואל, ווי ער איז דן צו מ'מעג/דארף פרובירן פאר נאך א קינד אויב דער דאקטאר האט געווארנט אז ס'קען זיין מסוכן פארן יולדת. פארשטייט זיך ער טרעפט אפאר עקסטרעמע סברות אז מ'דארף ווײטער פראבירן.
3. ואידך זיל גמור.
(איינער זאל ביטע אפיר קראצן דאס תשובה, לאמיר עס צוזאמען אנאליזירן.)
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
מר שושני #
ב. לגבי דאס שטארבן פון זיין ערשטער פרוי איז דא א שטעלונג פון געוויסע (איך זיך נאך די מקור ראשון) אז ער האט געהאט א האנט דערצו צוליב זיין עקסטרעמע פאנדעמענטעליזם אין אידישקייט, און זיך קיינמאל נישט געקענט מוחל זיין דערפאר.(ס'איז בלויז א טעאריע, אבער מיט קראנטע יסודות לפי השגתי.)
עס גייט אזוי:
1. ס'איז דא א שטארקע סברה אז איבעראל אין שו''ת דברי יואל ווי מען טרעפט א תשובה וואס איז נישט געוואנדן צו א ספעציפישע שואל איז זיין אייגענע משא ומתן פאר עפעס וואס ער האט געוואלט קלארשטעלן פאר זיך אליינס.
2. מ'טרעפט א תשובה (פון יענע יארן) אין זיינע שו''ת אן קיין שואל, ווי ער איז דן צו מ'מעג/דארף פרובירן פאר נאך א קינד אויב דער דאקטאר האט געווארנט אז ס'קען זיין מסוכן פארן יולדת. פארשטייט זיך ער טרעפט אפאר עקסטרעמע סברות אז מ'דארף ווײטער פראבירן.
3. ואידך זיל גמור.
(איינער זאל ביטע אפיר קראצן דאס תשובה, לאמיר עס צוזאמען אנאליזירן.)
זי איז אוועק בשעת'ן ווארטן- אדער נאכ'ן געבורט פון א קינד?
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
אדרבה איך וואלט געוואלט קלארשטעלן מער דעם ענין. העלפט מיר צו.
א. א בילד פון דעם תשובה צו אנאליזירן די ווערטער ווי אויך די דאטום.
ב. דאטום וואס זי איז אוועק.
ג. ברענגען ראיות פון אנדערע תשובות אן קיין שואל אז ס'איז טאקע געווען זיין מהלך צו קלארשטעלן זיינע אייגענע שאלות.
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
צומישט און צוחישט #
זי איז אוועק בשעת'ן ווארטן- אדער נאכ'ן געבורט פון א קינד?
אויב יא מאכט עס שטערקער מיין טעאריע, אבער אויב איז נישט באקאנט איז נאכנישט אפגעפרעגט. נישט אייביק איז באקאנט פארוואס איינער איז נפטר געווארן, ספּעציעל אין יענע צייטן.