☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל

72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16886
בלאט: 1 2

ששון ושמחה » זונטאג מערץ 10, 2024 7:35 pm

· #554147
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
מר שושני #
אדרבה איך וואלט געוואלט קלארשטעלן מער דעם ענין. העלפט מיר צו.
א. א בילד פון דעם תשובה צו אנאליזירן די ווערטער ווי אויך די דאטום.
ב. דאטום וואס זי איז אוועק.
ג. ברענגען ראיות פון אנדערע תשובות אן קיין שואל אז ס'איז טאקע געווען זיין מהלך צו קלארשטעלן זיינע אייגענע שאלות.
דו שטעלסט ארויס א ווילדע טיאריע און געסט האומווארק פאר'ן עולם עס צו אויפווייזן???

מר שושני » זונטאג מערץ 10, 2024 7:48 pm

· #554154
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
ששון ושמחה #
מר שושני #
אדרבה איך וואלט געוואלט קלארשטעלן מער דעם ענין. העלפט מיר צו.
א. א בילד פון דעם תשובה צו אנאליזירן די ווערטער ווי אויך די דאטום.
ב. דאטום וואס זי איז אוועק.
ג. ברענגען ראיות פון אנדערע תשובות אן קיין שואל אז ס'איז טאקע געווען זיין מהלך צו קלארשטעלן זיינע אייגענע שאלות.
דו שטעלסט ארויס א ווילדע טיאריע און געסט האומווארק פאר'ן עולם עס צו אויפווייזן???
א. ס'איז נישט מיין טעאריע.
ב. פארוואס עפעס היים ארבעט? איך וואלט אויך געווען נייגעריג פאר מער. סך הכל בעט איך אז איינער ווייסט עפעס מער וואלט איך עפרישיעיטעט.

ששון ושמחה » זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm

· #554157
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
האלטסט נישט אז ווען מ'ווארפט ארויס אזא ווילדע זאך ליגט עס אויף דיר צו טוהן כאטש די בעיסיק בעיסיק האום ווארק??

מר שושני » זונטאג מערץ 10, 2024 7:57 pm

· #554159
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
ששון ושמחה #
האלטסט נישט אז ווען מ'ווארפט ארויס אזא ווילדע זאך ליגט עס אויף דיר צו טוהן כאטש די בעיסיק בעיסיק האום ווארק??
אין א וועג ביסטו גערעכט (הגם כ'האב קלאר ארויסגעשריבן אויף וואס דאס איז געבויט און אז ס'איז נאר א טעאריע).

איך וועל פרובירן נאכגיין...

מר שושני » זונטאג מערץ 10, 2024 8:00 pm

· #554160
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
איך מיין מען זאל אריבערפירן דעם נושא צו אן עקסטער אשכול אויב מעגליך

ברוך שפינוזה » זונטאג מערץ 10, 2024 8:21 pm

· #554164
אגב, דאס איז שוין די צווייטע מאל אין איין חודש וואס וויזל'ס זאכן ווערן ארויפגעברענגט דא אין שטיבל און מ'טוט עס אזוי ברייט באהאנדלען, דאכצעכמער אז צווישן די אלע היימישע פאדקעסטס און זאכענעס וואס קומען לעצטנס ארויס איז זי די איינציגסטע וואס שטעלט צו היימישע סחורה על טהרת הנארמאלקייט, טאקע ווייל זי אידענטיפיצירט זיך אלץ א "דרויסענדיגע". און מ'קען שוין מיינען ווי דרויסענדיג זי איז, נאך אלע מעשיות וואוינט זי ווייטער אין וויליאמסבורג פונקט ווי בעפאר, אנדערש ווי אנדערע פערזענליכקייטן וואס האבן זיך אוועקגעצויגן קיין האנאלולו אבער די בייזע רוח האט זיי ביז אהין נאכגעיאגט. ס'איז א מורא'דיגע מוסר השכל, ווי ס'שטייט דאך אין די ספרים אז המקדש אישה על מנת שאני צדיק גמור אפילו הוא רשע גמור מקודשת שמא הרהר תשובה, אלעס ווענדט זיך ווי דו אידענטיפיצירסט זיך. אז דו אידענטיפיצירסט זיך אלץ א נארמאלער מענטש קענסטו אפילו וואוינען אין די חרא איינגעטונקען ביז איבער'ן נאז און קיינער וועט דיך קיין מוק נישט געבן, אבער אז דו אידענטיפיצירסט זיך מיט'ן סיסטעם קענסטו מופן קיין אריזאונע און דו וועסט זיך ווייטער מוטשען מיט די זעלבע קאפפארדרייענישן ווי אין ווילי. (כ'האב עס געוואלט פארגלייכן צו אן אנדערן פאדקעסט וואס מ'האט לעצטנס אביסל באהאנדלט דא אין שטיבל און ווייזן כזה ראה וקדש, אבער משום כבוד הבריות גיי איך נישט אריינגיין אין די פרטים, ווער ס'פארשטייט פארשטייט האט דער רבי געזאגט.)

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 10, 2024 8:33 pm

· #554167
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
מר שושני #
ב. לגבי דאס שטארבן פון זיין ערשטער פרוי איז דא א שטעלונג פון געוויסע (איך זיך נאך די מקור ראשון) אז ער האט געהאט א האנט דערינען צוליב זיין עקסטרעמע פאנדעמענטעליזם אין אידישקייט, און זיך קיינמאל נישט געקענט מוחל זיין דערפאר.(ס'איז בלויז א טעאריע, אבער מיט קראנטע יסודות לפי השגתי.)

עס גייט אזוי:
1. ס'איז דא א שטארקע סברה אז איבעראל אין שו''ת דברי יואל ווי מען טרעפט א תשובה וואס איז נישט געוואנדן צו א ספעציפישע שואל איז זיין אייגענע משא ומתן פאר עפעס וואס ער האט געוואלט קלארשטעלן פאר זיך אליינס.
2. מ'טרעפט א תשובה (פון יענע יארן) אין זיינע שו''ת אן קיין שואל, ווי ער איז דן צו מ'מעג/דארף פרובירן פאר נאך א קינד אויב דער דאקטאר האט געווארנט אז ס'קען זיין מסוכן פארן יולדת. פארשטייט זיך ער טרעפט אפאר עקסטרעמע סברות אז מ'דארף ווײטער פראבירן.
3. ואידך זיל גמור.

(איינער זאל ביטע אפיר קראצן דאס תשובה, לאמיר עס צוזאמען אנאליזירן.)
איין זאך איז זיכער וואס פראפעסאער ישכר כ"ץ האט פארפאסט איז אנגעבן א קלארע סיבה פארוואס זיין ערשטע וויב און 3 פון זיינע קינדער זענען געשטארבן פאר די מלחמה.

ס'איז א באוואוסטער פאקט אז זיין ערשטע רעבעצין איז געבוירן מיט א הארץ פעלער. (קאנדזשעניטל הארט פעיליור). און זי האט עס איבערגעגעבן פאר איהרע קינדער. וואס אפילו היינט איז עס א געפערליכע קאנדישן וואס איז שווער אויסצוהיילן. אפשר מיט סוירדזשערי. נאר זיכער אין יענע צייטן איז עס געווען שטערבליך.

מר שושני » זונטאג מערץ 10, 2024 8:49 pm

· #554169
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
עס איז אין שו''ת דברי יואל אבן העזר סימן קכ
ברור כמעט בלי ספק אז ער רעדט פון זיך.

א. נישט אדרעסירט צו קיינעם
ב. נישט אינטערגע'חתמ'עט כרגיל
ג. רעדט זיך פון "אשה שנחלתה בלב"
ד. "לא קימו פ"ו שאין להם אלא בנות "

מר שושני » זונטאג מערץ 10, 2024 8:52 pm

· #554171
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
מר שושני #
עס איז אין שו''ת דברי יואל אבן העזר סימן קכ
ברור כמעט בלי ספק אז ער רעדט פון זיך.

א. נישט אדרעסירט צו קיינעם
ב. נישט אינטערגע'חתמ'עט כרגיל
ג. רעדט זיך פון "אשה שנחלתה בלב"
ד. "לא קימו פ"ו שאין להם אלא בנות "
דער דאטום פעלט 🤔

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 10, 2024 8:59 pm

· #554175
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
נאר אין דעם איז ער אויך (א ביסל) שולדיג..."שאין להם אלא בנות...
עיין רש"י פ' תזריע עה"פ אישה כי תזריע וילדה זכר.

כרם זית » זונטאג מערץ 10, 2024 9:13 pm

· #554177
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
מר שושני #
מר שושני #
עס איז אין שו''ת דברי יואל אבן העזר סימן קכ
ברור כמעט בלי ספק אז ער רעדט פון זיך.

א. נישט אדרעסירט צו קיינעם
ב. נישט אינטערגע'חתמ'עט כרגיל
ג. רעדט זיך פון "אשה שנחלתה בלב"
ד. "לא קימו פ"ו שאין להם אלא בנות "
דער דאטום פעלט 🤔

אפשר קען מען קוקן לויט די תשובת פארדעם און נאכדעם.

פאלגזאם » זונטאג מערץ 10, 2024 11:52 pm

· #554234
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
איך האב עס נישט געזען, אבער איך שטעל מיר פאר אז זי רעדט איבער קאווע שטיבל פון אמאל, נישט היינט.

מענדל בייליס » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:09 am

· #554242
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
.

yatzmachp » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:02 am

· #554307
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
ברוך שפינוזה #
כרם זית #
א פינקאטישע פאקט: האט איר געוויסט אז סאוטמערי מיינט נישט הייליגע מאמע מרים? עס מיינט א קליין שטעטל אויף רומעניש.
מיך שטערט אפאר זאכן פונעם אינטערוויו. אין אמתן שטערט מיך עס שוין נישט ווייל איך האב שוין לאנג אויפגעגעבן אויף אקאדעמיקער. איך ווייס שוין היינט צו טאגס א ווען אן אקאדעמיקער זאגט עפעס איז עס נאר אמת ביז ווי פיל איך האב עס אליינס פעסטגעשטעלט.

אין דעם פאל פון די נעמען, עס זענען געווען אסאך צדיקים און רבנים וואס האבן מקפיד געווען נישט צו ניצן די גויאישע נעמען פון די שטעט נישט אלס ווייל די נאמען Per se איז געווען פראבלעמאטיש. די הייליגער דברי חיים איז געווען באקאנט אז ער האט נישט געשריבן פאר קיין רבנים זייערע שטאט נעמען. ער האט געמאכט אן אויסנאם מיטן ייטב לב אלס כבוד פארן מחותן.

צו נעמען א סובדזשעקט ווי דעם און געבן אזא חוזק אפ, אן ארויסברענגען אז דאס איז א לענגערע שמועס, קען נאר אן אקאדעמיקער, ובפרט אזא אויבערפלעכליכער ווי יששכר קאץ.

איך רוף אים אן אויבערפלעכליכער ווייל איך האב שוין אסאך געליינט זיינע ארטיקלען און תשובות (איך שעם מיך עס אנרופן אזוי) אין מיין אפיניען, מער ווייניגער איז עס א פוילע ארבעט און מגלה פנים בתורה שלא כהלכה וויסנדיג וואס ער טוהט ממילא איז ער dishonest אין מיין אפיניען. נאר איין סטעפ בעסער ווי סרולי שטיין.

עס איז דא אסאך זאכן וואס ער לייגט אראפ אלס פאקט וואס איז נישט מער ווי אפיניען, ער איז מיר נאר נישט ווערט אזוי פיל צייט צו שרייבן דערוועגן. סוכ"ס איז ער אן אקאדעמיקער און אזוי ווי איך שוין געשריבן איך ווער נישט איבערגענומען דערפון נאר להיפוך.

שפילער » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:15 am

· #554308
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
צומישט און צוחישט #
זיין ספרים שאנק האט מיך איבערראשט כ'האב געמיינט כ'וועל דארט טרעפן עפעס מער שפיציג ווי א ראשית חכמה און א אגרא דכלה...
תולדות יעקב יוסף

שפילער » מאנטאג מערץ 11, 2024 4:14 pm

· #554393
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
איך בין שאקט אויף יששכר כץ אויף אלעס האט ער אזא געשמאקע ענטפער בלשון לימודים אבער ווען סקימט צו אזא שטארקע קשיא וואס די וועלט ווינדערט זיך אז וויאזוי האט סאטמאר רב געקענט זיין אזא כפוי טובה און נישט מכיר טוב זיין די ציונים פליצלינג ווערט ער סטאק כאילו סאיז נישט דא קיין תירוץ.

און די אמת איז אז סאיז פיין דא א תירוץ די גאנצע באן איז באצאלט געווארן דורך די ארטאדאקסן און די גאנצע איידיע פון בכלל ראטעווען יודן איז געקימען פון ר'מיכאל בער ז"ל ועוד ועוד עוד קיקסט אריין אין הערשל פריעדמאנס ספר .

יששכר וואלט געקענט מקדש זיין און ריין מאכן סאטמאר רביס נאמען פאר די גאנצע וועלט און ער האט פארפאסט די גלעגענהייט

חיי עולם » מאנטאג מערץ 11, 2024 9:12 pm

· #554452
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
צומישט און צוחישט #
אלפא #
א גוטע ליניע פון אים: יעדער איז מאדערן ארטאדאקס, נאר איינער שנעלער און איינער שטייטער!
אבער דאס וואס ער שטעלט אוועק ווי כאילו אין סאטמאר איז היינט א אנגענומענע זאך צו מאכן הזרעה מלאכתית איז שטותים, און סאטמאר רב האט יא מער-ווייניגער געווינען דעם קאמפ עכ"פ נאך אזויווי ער האט געווינען חלב סתם.

איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט דערמיט אבער עס איז משמע אין שו’’ת דברי יואל ווי ער האלט נישט פון IVF (הזרעה מלאכתית) און קיינער א חוץ ר’ חיים לייב כ’’ץ איז דערקעגן

אבער וואס דער דברי יואל שרייבט אנטקעגן אגרות משה הזרעה מלאכתית ע’’י גוי דאס טוט מען נישט אינעם היימישן לאגער די היימישע ארגענעזאציעס טוהן נישט דערינען נאר ’’פועה’’ טוט דערין

צומישט און צוחישט » דינסטאג מערץ 12, 2024 12:07 am

· #554475
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
חיי עולם #
צומישט און צוחישט #
אלפא #
א גוטע ליניע פון אים: יעדער איז מאדערן ארטאדאקס, נאר איינער שנעלער און איינער שטייטער!
אבער דאס וואס ער שטעלט אוועק ווי כאילו אין סאטמאר איז היינט א אנגענומענע זאך צו מאכן הזרעה מלאכתית איז שטותים, און סאטמאר רב האט יא מער-ווייניגער געווינען דעם קאמפ עכ"פ נאך אזויווי ער האט געווינען חלב סתם.

איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט דערמיט אבער עס איז משמע אין שו’’ת דברי יואל ווי ער האלט נישט פון IVF (הזרעה מלאכתית) און קיינער א חוץ ר’ חיים לייב כ’’ץ איז דערקעגן

אבער וואס דער דברי יואל שרייבט אנטקעגן אגרות משה הזרעה מלאכתית ע’’י גוי דאס טוט מען נישט אינעם היימישן לאגער די היימישע ארגענעזאציעס טוהן נישט דערינען נאר ’’פועה’’ טוט דערין
וואו איז משמע אז ער האלט נישט פון איי. ווי. עף.?
די גאנצע דיון איז דעמאלטס געווען צו מ'מעג נעמען זרע פון א טירד פארטי.
און אזוי הייבט זיך די באקאנטע תשובה אהן:
בדבר שאלתו אודות הזרעה מלאכותית שהמציאו כעת להשים בבטן אשת איש זרע "מאנשים אחרים" בלא ביאה וכו'
און ווי מ'קען זעהן אז די גאנצע מו"מ צווישן סאקמער רב מיט ר' משה איז געווען איבער חשש ממזרות צו ס'תלוי אין א ביאה אסורה אדער נישט, אבער ביי איי. ווי. עף. קומט נישט אריין ממזרות בכלל, די גאנצע דיון איז איבער הוצאת זרע און חשש יוחסין צו דאס קינד ווערט נתיחס צום טאטען אויב מ'ווערט נישט נתעבר כדרך כל הארץ.

חיי עולם » דינסטאג מערץ 12, 2024 1:42 am

· #554488
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
כידוע איז די גאנצע איי ווי עף געבויט אויפן מהרש’’ם וואס ער האט מתיר געווען בשעתו א ענדליכע זאך (IUI)

📎 שו''ת דברי יואל.png
📎 שו''ת דברי יואל.png

יששכר כץ » דינסטאג מערץ 12, 2024 6:22 am

· #554500
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
דאס איז נאר זיים פונעם לייברערי 🙂

רימון » דינסטאג מערץ 12, 2024 10:45 am

· #554511
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
יששכר כץ #
דאס איז נאר זיים פונעם לייברערי 🙂
די אפטע מעשה דערציילט מען אויפ'ן אוהב ישראל נישט אויף ר' מאיר'ל אפטא.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 12, 2024 11:53 am

· #554539
Re: פרידא וויזל אינטערוויוט פראפעסאר וואס רעדט פון קאווע שטיבל
דאס קען מען אריינלייגן אין אשכול פון די מעשיות וואס מאכן נישט קיין סענס.
בלאט: 1 2