[ציטאט אראפגענומען]
אנטשולדיגט מיר אבער איך רעד פין א מציאות אז איך בין אויסגעהיילט געווארן עפעס אלע מעדיקעשאןס האבן נישט געארבעט ביז. ביז ווען איך הכב אנגעהויבן צונעמען האמיעפעטיק.
יידלדבילהאזויווי ס'שטייט און גייט טענה'ט "אייגנארטיג" אז ער איז געווארן דיאגנאזט מיט הייפאדטייראדיזם דורך עטליכע גרויסע ענדאקרינאלאגיסטן, זיי האבן עם אלע געזאגט דאס גייט עם בלייבן אויף אייביג, אבער מרס ווידער האט עם אויסגעהיילט מיט האמאפאטישע סממנים. איך דבילה זאגט אז דא איז איינס פון דער דריי אפציעס:
1. "אייגנארטיג" איז א ליגנער. ער האט דעם מחלה קיינמאל נישט געהאט עכ"פ אויף דעם אופן וואס ער שרייבט - נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
2. מרס ווידער איז א ליגנער. זי שטעלט אריין אין די האמאפאטישע טיי אביסל סינטרויד און דאס דארף ער ווייטער נעמען טעגליך חוק ולא יעבור. די ליגענט איז דאס וואס זי רעדט עם איין אז די מחלה איז אוועקגעגאנגען - די גניבה איז נישט געפערליך, רעכענט אביסל איבער פאר די מעדעצין אבער נישט עפעס ערגערס ווי דאס.
3. מרס ווידער איז נישט נאר א ליגנער נאר א גזלן וחמסן אויך. זי פארקויפט עם באבקעס אז ער איז אויסגעהיילט און דערנאך איז ער דאך אויסגעמאטערט ווי די רוחות כסדר כל החולים וואס ליידן פון הייפאטייראודיזם און אויף דעם פארקויפט זי עם א מיאנטיק פון אנדערע היילונגס מיטלען און הערט נישט אויף צו באווייזן נסים ונפלאות אויף נייע וועגן. מר אייגנארטיג, נעם אריין אביסל סינטרויד טעגליך און שיק מרס ווידער לופטערן!
נאך צוויי מעגליכקייטן:
4. אייגענטארטיג האט סובעקיוט טייראוידייטיס אדער אן אנדערע מילדע פארעם פון הייפאטייראוידיזם וואס קען יא אוועקגיין פון זיך אליינס.
5. די פלאצעבא אפעקט אויף אייגענארטיג מאכט אים שפירן געזונט און שטארק.
אייגענארטיגאפאר דקטורים ווי איך האב באזיכט גרויסע ענדאקנאלאגיסטן האבן זיי אלע געזאגט עס איז א לייוו קאנדישאן הער טו סטעי
אייגענארטיגאיך האב גענומין פאר א שטיק צייט אן ערך פון ארום אנדערהאלבן יאר סינטערויד אין מיין בלוט האט עס געוויזן ווי עס סעטעלט זיך איז געקומען מרת ווידער אין געגעבן אירע וואסערען געזאלצענע אין געציקערטעץ עס האט אבער געהאלפן אזויפיל אז היינט צוטאג נעם איך נישט קיין מעדס פאר דעם אין מיין טיירוד איז בעלענסעד.
פרעג איך א קשיא. פארוואס האט די מעדיקעישאן קיינמאל נישט געהאלפען אין אזוי אויך העלפט עס פאר "קיינעם" נישט אראפ צוגיין פון מעדס. פונקט פאר מיר נאכן נעמען האמיעפעטיק האט עס יא געהאלפען?
עס איז נישטא קיין רפואה פאר הייפאטייראוידיזם און רוב פאציענטן האבן עס פארן גאנץ לעבן. עס זענען דא אויסנאמען: אסאך פאציענטען מיט וויירעל טייראוידייטיס באקומען צוריק זייער נארמאלע טייראויד פונקציע און אזוי אויך געוויסע פאציענטן מיט טייראוידייטיס נאך פרעגנענסי.
villager[ציטאט אראפגענומען]
דריי זאכן וואס איך קלער יעצט אריין,
איינס, אפשר נוצט נישט מרס ווידער די לייכט געמישטע און געפילטערטע וואסער ווי אנדערע האמעפאטיקס נאר זי נוצט עכטע געוואוקסן פונקט ווי די מעדיצינען קאמפאניס נוצן?
צוויי, אפילו זי נוצט יא סתם וואסער, למעשה איז דאך דא סייענטיפיק פראף אז פלאסיבא העלפט, איז וואס א חילוק פונקטליך וועלכע מיטל מנוצט צו היילן די באטראפענע בלוט צעלן? נאכמער אפילו ביי עכטע מעדעצין קען אויך זיין סוואלט נישט געהאלפן ביי דעם מענטש ווען נישט דעם פלאסיבא עפפעקט, איז נישט ענדערש צו נעמען עפעס וואס האט נישט קיין סייד עפעקטס?
דריי, סייענס איז טאקע זייער זייער פארגעשריטן אבער איז נאך אלס עוואלווינג, יעדן טאג טרעפט א צווייטער סייענטיסט אן אנדערע אויפטרעף וואס מהאט נישט געוויסט נעכטן, ממילא קען א סייענטיסט נישט אפפרעגן א פאקטישע געשעניש מיט קשיות באזירט אויף סייענס, ווייל נעקסטע וואך קען אים סייענס טרעפן א תירוץ.
יואלישכ'ווייס א איד וועם מרת ווידער האט אראפגענימען פון זיין פארקענסוס מעדעצינען, און ער איז נעבעך געווארן א איש חרוב ונחרב אין נאו טיים. פארקענסוס קען מען טאקע נישט היילן אבער מ'קען עס פארלענגערן. זי האט עס מקצר געווען נעבעך.
ווען א איד וועט אוישטיין און קלאגן מרת ווידער אין געריכט, וועט מען מאכן טיי אווענטס אין קאנטינענטאל און שרייען מסירה. אלבערט פר"מ וועט שרייבן אן עדיטארעל אז סך מער לייסענסד דאקטארים ווערן געקלאגט פאר מעילפרעקטיס ווי פעלשערס ווערן, איז א קלארע הוכחה אז דאקטארים זענען שעדליך און פעלשערס זענען די רעטער.
נולד מאוחר האט געשריבן
The Guardian: Homeopathy not effective for treating any condition, Australian report finds. <a class="postlink" href="http://google.com/newsstand/s/CBIw0OvG4iA">http://google.com/newsstand/s/CBIw0OvG4iA</a>
שמערלאיז דאס די איינציגסטע זאך וואס זי האט געטוהן? קיין שום אנדערע טויש אין איר לעבנסשטייגער? ווי דייעט, וויטאמינען א. ד. ג.?
שמעקעדיגלעצטנס שטויס איך זיך כסדר אן אין די וואונדערליכע 'סארנא מעטאד' וואס מיט איין וויזיט ווערן אלע סארטן יסורים פארשוואונדן... ממש עס טוישט דאס לעבן... מענטשן שרייבן כסדר בריוו ווי וואונדערליך עס ארבעט ביי זיי...
וויל איך דא פרעגן, איז דא פאראן איינער וואס האט עפעס א ידיעה דערין? יש דברים בגו? איז עס בכלל מעגליך? קען מיר איינער מסביר זיין בערך על רגל אחת די שפיץ איידיע דערפון? ווייסט איר פון איינעם וואס איז געהאלפן געווארן דורך דעם מעטאד?
(כ'בין נישט זיכער עס באלאנגט אין דעם אשכול, אבער כ'האב געטראכט עס לוינט נישט צו עפענען א פרישע אשכול. אויב וועט זיך עס אויספעלן וועט מען דאן צוטיילן).