מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען
143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1688
איך מיין צו פרעגן: האט זי געזאגט "דאס און דאס איז פארשטאפט" ווי נאר ער האט אריינגעוואקט אין שטוב? אדער האט זי אים אויסגעפרעגט איבער זיינע פראבלעמען און צו וועלכע דאקטוירם ער איז געגאנגען און דערנאך האט זי געזאגט אז לכאורה איז דאס און דאס פארשטאפט?
איך וויל פשוט פארשטיין די process.
מרת ווידער ארבעט מיט א קייטל.
און פאר די אלע קאנספראציע לייקערס ,זי האט א הכשר פון בד"ץ ירושלים אז עס איז נישט קיין כישוף.
מיין שיטה איבער די גאנצע טעמע איז.
מענטשן פארגינען נישט ,וועט מען שטענדיג טרעפן א סיבה איר צו קריטיקירן, אבער איך וואלט איר געזאגט (זייט איך בין זיכער אז זי ליינט קאווע שטיבל. ווייל ווער ליינט דען נישט קאווע שטיבל) לאך דיך אויס פון די קריטיק, דערווייל זענען מענטשן געקומען זאגן אז בדידי הוה און קען נישט קומען אפי א דיין און זאגן עס איז דמיונות.
יעדער האט די רעכט מחולק צו זיין, אבער דאס איז מיין החלטה איבער די שמועס.
באמתוואס איך קען דיר זאגן ברבים איז
ר' וואלף'וויש קאפמאן פראבלעם ער האט ג'האט יסורים אין די בויך
זי האט ג'זאגט אז עפעס איז פארשטאפט
מען האט עס שוין גהאט עטליכע מאל ג'קטשעקט
ער האט עס נאכאמאל גטשעקט וכך הווא
פארוואס האט ער עס געדארפט טשעקן? האט זי עס נישט געקענט אויפשטאפן אויפן פלאץ מיט אירע וואונדערליכע רפואות?
מרס ווידער זאל זיך נישט זוימען און שוין גיין אויפפיקען איר פעקל גלאטע הונדרעד דאללער בילס אין די סומע פון 1,000,000$
דא ליגט די בינטל קעש.נולד מאוחרמרס ווידער זאל זיך נישט זוימען און שוין גיין אויפפיקען איר פעקל גלאטע הונדרעד דאללער בילס אין די סומע פון 1,000,000$
דא ליגט די בינטל קעש.
אדער פארשטיי איך נישט וואס דארט שטייט. אדער פארשטייסטו נישט וואס זי טוט
דזשעמס רענדי שלינגט אראפ אין איין שאס א גאנצע פלעשעל רעמעדיאס וואס רעבעצען ווידער הייסט נעמען דערפין צוויי שפריצלעך א טאג, אין גארנישט פאסירט צו עם.
קענסט טרעפן אויף יוטאב רענדי שלינגט איין א פלעשעל כמיין סליפינג פילס .
אויב א זאך האט נישט קיין שום סייד עפעקטס איז מסתבר אז עס האט קיין שום עפעקט.
מיט מרס ווידער האב איך ערשט האנטיגע עקספירענס.
דא רעדט ער דערפון.ביי 7:03 רעדט ער דערפון.
וואס הייסט דו האסט ערשט האנטיגע עקספיריענס?
שרייב עס פליעז.
איך האב געהערט דעם רנדי דארט אבער ער רעט פון א באטעל האמאפעטי מעדיצין. וואס הייסט ער רעט וועגען ווידער?
איז נישט ווידערס מהלך האמאפעטיע? זי אידענטיפייד די מחלה מיט ענערדשי, אין היילט מיט האמאפעטיע רעמעדיס.
זי געט דיר א סקעדיול פון אפאר רעמעדיס וואס די דארפסט נעמען יעדן טאג.אויך מישט אריין לכוארה נאטרישען ,זי נעמט אראפ אסאך מענטשען פין ווייסע ברויט אין בייסט עסען ספעלט אנשטאט. קארען סיראפ און פאד קאלערינג נעם צי אויך אראפ אסאך מענטשען.
איך האב נישט געמיינט אז ער רעדט וועגען איר ספציפיש, נאר וועגן איר מהלך. סארי.
אזוי ווי איך זעה ווי דער עולם לעכצעט און ווארט איך זאל קומען זאגן מיין גרויסער מיינונג איבער דעם נושא, וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן.
איך קום פון א משפחה וואס איז זייער העלט מיינדעד, האמאפעטיק מיט גראזן זאפט טרינקט מען מער ווי וואסער, אויף יעדע פראבלעם איז מען זיך שואל עצה מיט אזא נאטוראלער העלט דאקטאר, און מען שלינגט מיט דארשט יעדעס ווארט וואס גייט ארויס פון איר מויל, ס'גייט נישט אדורך קיין געלעגנהייט ווי ס'ווערט נישט ארויפגעברענגט אויפן טיש וואספארא אומוויסנדע פויערן די דאקטורים זענען, אויף יעדע זאך פארשרייבן זיי א מעדיצין נאך פאר וואס ווען ווי, און די עף.די.עי.... וואסארא כאפטע רשעים זיי זענען, זיי אליינס זענען מודה יעדע שטיק צייט אויף מעדיצינען וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויפן מארקעט אז ס'איז נישט גוט, יעדן טאג טרעפט מען מעדיצינען וואס שאטן פאר דעם און שאטן פאר יענעם. בקיצור איך קען די גאנצע מסעחטע.
ס'איז קלאר ווי די טאג אז די שטארקע מעדיצינען (אנטיביאטיק א.ד.ג.) טוען אויך שאדן.
דאס איז אויך אמאל זיכער אז (טייל פון) די דאקטוירים גיבן אנטיביאטיק אן טראכטן צוויי מאל.
דאס ווייסט מען אויך אז די עף.די.עי רופט צוריק יעדע שטיק צייט מעדיצינען וואס זענען געווארן אויפגעוויזן אז ס'שאדט אין די לאנג טערם.
אבער:
פארוואס מיינט איר האט מען ערפינדן דעם אנטיביאטיק? ווייל דער פענעצילין האט געארבייט א מכה, ווען ס'קומט צו גרעסערע קרענק (לאו דוקא ערנסטע) מוז מען האבן אנטיביאטיק... קענסט זיך שטאפן מיט גראזן ביז איבערמארגן.
מען דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, איך וועל אויך נישט גיין נעמען יעדע מעדיצין וואס דער דאקטאר שטיפט מיר אריין אין די האנט, אבער רוב פון די אלע העלט-מיינדעד מענטשן ווערן בלינד און מ'ווייסט נאר איין זאך' "נישט נעמען קיין מעדיקעישאן" און קווייט פרענקלי דאס איז נאריש.
איינער האט פריער געברענגט א געשיכטע מיט א פרוי וואס האט גערופן ווידער פאר די הצלה, איך האב פאר אייך צענדליגע אזוינע געשיכטע'ס, און אלעס פון מיינע באקאנטע.
א באקאנטע מיינע האט געטראפן אויף א קינד א רעד ליין, און דאס קינד האט געהאט פיבער (וואס איז גאר א גוטע זאך אין די העלטי זשארגאן, און מ'טרינקט זאגאר א לחיים ווען איינער און די משפחה האט פיבער) די אינפעקציע איז געווען הייס! און זי האט געקלערט צו מ'זאל געבן מעדיקעישאן, דורכרעדנדיג זיך מיט שכנים, האט איינע פון די שכנט'עס אריינגעגעבן, ביסטו נאריש? פון ווי נעמט די אחריות נישט צו געבן מעדיצינען פאר אזא קינד? שוין ביז ס'האט אויסגעקוקט אז זי איז געווארן איבערגערעדט. נו וואס מיינט איר? אוודאי האט דאס קינד נישט באקומען קיין מעדיקעישאן.
דאס מאל איז דער נארישקייט געלונגען!
א באקאנטער מיינער, האט זיך ארומגערייט מיט אן טויטליכער קרענק פאר א קיילעכיגער יאר, און גארנישט געטוהן דערצו!! אקעי נישט גארנישט, ער איז געווען אויף א שטרענגע נאטוראלע דיעטע... ביז ס'איז געווארן ערגער און מ'האט אנגענומען מער קאנווענציאלע שריט.
נארישקייט געלונגען? המממ, איך ווייס נישט צו דאס הייסט געלונגען...
שאטס? מאן דכר שמיה, איי פארוואס מיינסטו גיבט מען שאטס? (איך רעד נישט פון קאנספיראציע טעאריקער אז די רעגירונג וויל הארגענען דיינע קינדער) אמאל פלעגט מען שטארבן ווי די פליגן יעדע שטיק צייט ווען ס'האט אויסגעבראכן א מגיפה, וויפיל אונטערגאנגען זענען פארטיליגט געווארן דורך די שאטס? איר ווילט אליינס גיין נאטוראל איז איין זאך, אבער אויף וועמענס אחריות לייגט מען אריין די קינדער אין סכנה??
איך ציטער ווען איינער וועט זיך האקן קאפ אין וואנט פארוואס ער האט נישט געגעבן קיין שאטס פאר די קינדער...
יעצט וועגן די עף.די.עי.
איר ווייסט ווי שווער ס'איז צו ווערן אפראווט ביי די עף.די.עי. פאר סיי וואס, ס'קען דויערן יארן ביז עפעס גייט ארויף אויך די מארקעט, מ'דארף זיכער מאכן אז ס'האט נישט די אלע סייד עפפעקטס, אוודאי קען זיין אז נאך די צאל יארן וואס ס'דויערט צו טעסטן, קומט ארויף אז ס'דא עפעס וואס געשעהט שפעטער. די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'קען די פארמיידן איז אז א נייער מעדיצין זאל געדויערן 70 יאר ביז ס'ווערט אפראווט, דאס וועט מאכן 1) אז די מעדיצינישער פעלד אין אמעריקע וועט זיין צוריק געבליבן מיט 70 יאר, 2) אז קיינער העכער 15 וועט נישט ווען אויפקומען מיט קיין נייע מעדיצינען. און לאמיר זיך נישט נארן ווער וויל מ'זאל האלטן אין די מעדיצינישער וועלט ווי מ'האט געהאלטן 70 יאר צוריק?
מ'איז אויפגעסיינט אויף די עף.די.עי. אימעיל ליסט, צו באקומען אלע אלערטס, און דאס לערנט מען דורך בעיון רב, און מ'שמועסט א דורך ווי די עף.די.עי. וויל אונז הרג'ענען מיט די אלע סייד עפפעקטס, אבער וואס זיי כאפן נישט איז אז "זיין קראנק האט אויך סייד עפעקטס!!!" די סייד עפעקט איז ״זיין קראנק״ אבער דאס וויל מען נישט וויסן. מ׳וועט ענדערש זיין קראנק ווי איידער נעמען עפעס א מעדיקעישען וואס קען מאכן קראנק. ש׳טייסט אן עסק?
איך זעה ווי איינער רעדט זיך אפ, אז די מאגן ברענט איהם געפערליך, ממש ער האלט עס נישט אויס, גיב איך איהם א זאג, אפשר נעמסטו טאמס? ענפערט ער אזוי, - א חידוש נפלא, הערט אויס - ער האט געזעהן אויף איינע פון די אימעילס פון די עף.די.עי. אז ס'איז דא מאגן מעדיקעישאן'ס וואס קענען פאראורזאכן אין די צוקונפט הארץ פראבלעמען!!
יעצט אזוי, "ס'איז דא" ער געדענקט נישט וואס ווען ווי, ער ווייסט נאר אז ס'איז דא, וואס "קענען" אין די "פיוטשער" שאפן הארץ פראבלעמען, און דעריבער נעמט ער נישט קיין פריקין טאם ווען די מאגן ברענט איהם!
יעצט אזוי, נישט נעמען טאמס (וואס איז פשוט'ע קאלציום ב.ד.וו., אבער קען מען דען טראסטן די רשעים ביי די עף.די.עי.?) און לאזן די מאגן ברענען טוט ברענגען - נישט "קען אפשר ברענגען אין די לאנג טערם" - קענסער אויף די ושט. אבער נעמט נישט קיין טאמס ווייל אין א אימעיל איז געשטאנען אמאל אז ס'קען מאכן א סייד עפעקט, דעריבער לאזט מען זיך קראנק ווערן.
מ'קען זיך ארומדרייען מיט יסורי איוב ממש אז מ'קען נישט גיין - שטיין - עסן - שלאפן, ממש מ'איז נישט קיין מענטש, אבער נעמען טיילענאל? חס מלהזכיר! איר ווילט וויסן פארוואס? "ווייל די דאקטורים געבן פאר יעדע זאך טיילענאל און מ'נעמט עס פאר יעדע פיצי זאך, די באדי ווערט נאכדעם צוגעוואוינט, און נאך און נאך"... און פארדעם ווען מ'דארף עס עכט האבן נעמט מען עס נישט.... איר פארשטייט א לאגיק?
מ'וועט לאזן קינדער זיך מוטשענען מיט יסורים - פיבער - אינפעקציעס - סטרעפט, און נישט געבן "ווייל די דאקטורים געבן צו סאך!"
וואס האסטו מיט די דאקטורים? וואס האט דיין קינד מיט דעם אז גרינפעלד'ס דאקטאר גיבט איהם צו סאך מעדיקעישאן אדער טיילענאל? פארדעם ווען דו מוזט עס האבן קענסטו נישט געבן? וואס האט איינס מיטן צווייטן?
אונטערשטע שורה, מ'דארף זיך (אפשר) נישט לאזן פון די דאקטורים ווי די שאף צו די שחיטה (הגם זיי - די דאקטורים - זענען געזיצן 10 יאר אין מעדיקעל סקול, און די אלע נייע דאקטורים, שעפן זייער נאלעדזש פון ליינען ארטיקלען אויף די אינטערנעט) און מ'דארף אפשר נישט נעמען טיילענאל פאר יעדע נארישקייט, אבער מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, ווען א קינד האט הויך פיבער, גיבט מען אביסעלע טיילענאל, ווען איינער האט אן ערנסטן קרענק, אדער אפי' נישט אזא ערנסטער קרענק, אבער עפעס וואס דארף ווערן קעיר גענומען, זייט'זשע מוחל און נעמט איהם צו א דאקטאר.
די פראבלעם איז אז די אלע גייען שוין אביסעלע צו ווייט, ווען ס'וואלט ווען געווען אונטער נארמאלע סיטואציעס, און זיי וואלטן געוואוסט ווי איין און ווי אויס, מילא, אבער אזוי ווי זיי זענען, איז קלאר אינדרויסן פון יעדן קאנטראל...
דיסקלעימער: די אלע מעשיות און אפי' זאכן וואס כ'האב געשריבן נישט בתורת מעשה נאר סתם אריינגעווארפן ארויסצוברענגען א פוינט, זענען אלע עכטע פאסירונגען וואס איך קען די מענטשן ביי וועמען ס'איז געווען, און ס'איז נאך דא אסאך וואס כ'האב אויסגעלאזט.
אנטשולדיגט מר no name.
אבער מרת ווידער זאגט אן אז מ'זאל נישט סטאפן מעדיקעישען. איך האב מורא אז דו ברענגסט מעשיות וואס זענען אזוי אמת אזוי ווי דעס.
איך קען נישט מרס ווידער, איך קען אבער אסאך אנדערע געזונטהייט דאקטורים און נוטרישעניסט און מענטשן וואס גלייבן אין די איינרעדענישן. וואס לאזן נישט נעמען קיין מעדיקעישאן פאר וועלכע סיבה ס'זאל נאר זיין..
און אזוי ווי כ'האב געזאגט, איך קען נישט די אלע געשיכטעס פון עס הערן, נאר פון עס צוזעהן פון די נאנט.
צווייטנס, ס'קען זיין אז איינמאל מ'נעמט שוין וועט זי נישט לאזן סטאפן, אבער אנהויבן וועט זי אויך נישט לאזן, - נאכאמאל איך ווייס נישט ווייל פונקט איר קען איך נישט, אבער איך קען אסאך אנדערע...
ווער סווייסט וויאזוי אנטיביאטיק ארבייט פארשטייט אז אויפהערן נעמען אנטיביאטיק אינמיטן איז גאר א שעדליכע זאך, ווייל אנטיביאטיק ארבייט אז ער הויבט אן א קריג מיט די שלעכטע באצילן, און אסאך מאל נאר 4-5 טעג פילט מען שוין טאקע בעסער, אבער דער קריג איז נאכנישט פארטיג ווייל ס'איז נאך דא עפעס פון די נישט גוטע, און אויב הערט מען דאן אויף דאס צו נעמען, וועקן זיי זיך אויף מיט מער אגרעסיע.
פארדעם איז דא אסאך מאל מעדיקעישען וואס דער דאקטאר זאגט אן אז מ'מוז עס נעמען גאנצע 10 טעג אפי' מ'פילט בעסער.
דעריבער קאן זיין אז פארדעם לאזט זי נישט "סטאפן" נעמען מעדיקעישען.
איך בין אינגאנצן צומישט אייגענארטיג רעדט לכאורה פון מרת ווידער באמת רעדט לכאורה אויך פון מרת ווידער אין די קעפל ליינט זיך אויך מרת ווידער סאו איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די רעדסט no name
אז די ווילסט רעדן פון מרת פילאפף בכבוד גדול אויב די ווייסט קראנט אדרבא. אבער ווען די רעדסט פון מרת ווידער איז די מעשה אינגאנצן אנדערש.
די קעפל רעדט פון "מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישן"
מרס ווידער פרעזענדליך קען איך נישט, אבער אנדערע געזונטהייט איינרעדענישן קען איך זייער גוט.
אזוי גאראיך בין אינגאנצן צומישט אייגענארטיג רעדט לכאורה פון מרת ווידער באמת רעדט לכאורה אויך פון מרת ווידער אין די קעפל ליינט זיך אויך מרת ווידער סאו איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס די רעדסט no name
אז די ווילסט רעדן פון מרת פילאפף בכבוד גדול אויב די ווייסט קראנט אדרבא. אבער ווען די רעדסט פון מרת ווידער איז די מעשה אינגאנצן אנדערש.
עס זענען דא צענדליגע פון די חברה אבער זייער ווייניג דערפון קענען באמת דעי פעלד
יעצט צו דעים משוגענער וואאס מאכט חוזק פון האמיעפעטיק.
איך בין א געהאלפענער פון דעים. א זאך וואס דאקטורים זאגען אז מ'קען נישט אראפ גיין פון מעדיקעישאן קיינמאל אין איך האב גענומען פון דעי גארנישעס ווי ער רופט עס אן אין איך בין א געהאלפענער פון יענעם פראבלעם אזוי ווייט אז מיין דאקטאר זאגט מיר אז איך דארף כסדר צירוק קומען פאר טעסטינג ווייל ער האט נאכנישט געזען די פראבלעם אוועקגיין. אבער ער האט מיך אראפגענומען פון די מעדס אין איך גיי צירוק צוויי מאל א יאר פאר בלוט טעסטס נאר ווייל ער גלייבט נישט.
וועלכע מחלה רעדסטו?
סמאכט נישט קיין סענס,דו רפואה וואס מרס ווידער ניצט קומט פון טשיינע טויזענט יאר ציריק,
האסט געזען איר יונג יענג גרעףכ"ע מודה אז די וועלט פון מדע און רפואה ווערט מער פארגעשריטען דורכאויס די יארן.( פארקערט ווי רחניות).
אבער אז דו זאגסט א פאקט קענען זיך אלע סברות שטעלן אויפן קאפ.
אינטערעסאנט נאר אז וויפיל מ'טרייט צו פראווען האמאפעטי פאלט עס דורך...
הציץ ונפגעאייגענארטיק זאגט עדות אז אז פלאצעבא ארבעט? מיר ווייסן דאס.
אפאר יאר ציריק איז און מאנסי אוועק א יונגע פרוי וואס האט נעבעך געדארפט אונקומען צו דיאלעסעס ר"ל צו קלינען איר סיסטעם. און א היימישער העלטה פארשטייער האט איר כלאמפיש געדארפט היילען און האט איר נישט געלאזט גיין און ער האט איר געגעבען טראפען מיט גראז און צווייגען און שטרו וכדומה און זי איז נעבעך אוועק איבערלאזען קליינע קינדער, דאס הייסט משיגע
און צום שלוס האט איך געהערט א גיטס, א יונגערמאן וואס זיין ווייב האט אים משיגע געמאכט אז ער מיז רעדן צו מרת ווידער, ער האט געקאלט און זי האט אים געפרעגט אויף געוויסע ווייטעמינען אויב ער האט עס אינדערהיים ער האט געענטפערט יא. האט זי געבעטן ער זאל ער אונכאפען. אויף אפאר ווייטעמינען האט זי געזאגט אז עס נישט גיט פאר אים און אויף אפאר האט זי געזאגט זייער גיט און האט געזאגט וואס און וויפל צו נעמען, האט ער איר געזאגט אז ער האלט א רואט קאקאש קעיק און איך גיי טאקע עס יעצט עסן
ער זאל ער אנכאפן?
וואס? ווער? וועם?
און וואסי מיט די קאקאש קעיק?
חסורי מחסרא?
דע חברה טוען די משוגעת'ן דורכן טעלעפאן.
זיי הייסן דיר ארומגיין דיין הויז, אנכאפן זאכן, און זיי "שפירן" אויב דאס איז גוט פאר דיר.
יענער האט אויסגעפאפט, ער האט געהאלטן קאקאש קעיק און זי האט געמיינט ער האלט ווייטעמין, האט דער מכשף געזאגט ס'איז גוט פאר דיר..
שוין גיהערט פון דעם און ס'דא מענטשן וואס שווערן זיך ביי דעם
איז דא א הסברדיגע מעגליכקייט אז א קייטל זאל וויסן זיך צו דרייען אין די וועג צו ווייזן צו אזאך איז גוט צו נישט
נולד מאוחרדע חברה טוען די משוגעת'ן דורכן טעלעפאן.
זיי הייסן דיר ארומגיין דיין הויז, אנכאפן זאכן, און זיי "שפירן" אויב דאס איז גוט פאר דיר.
יענער האט אויסגעפאפט, ער האט געהאלטן קאקאש קעיק און זי האט געמיינט ער האלט ווייטעמין, האט דער מכשף געזאגט ס'איז גוט פאר דיר..
מרת ווידער ניצט נישט די מעטאד יעצט קאנפירמעד אז זי האלט נישט דערפון.
[ציטאט אראפגענומען]
זעסטע כאטשיק אז מקען טוישן די מיינונג...........
איך האב מיך מישב געווען יא צו זאגן איין מחלה וואס איך בין געווארן אויסגעהיילט קגמפליטלי....
טיירוטס. ווער עס קען דאס ווייסט אז מבלייבט דערמיט פאר אייביג, עס איז מעגליך אראפ צוגיין דערפון אבער נישט פאר לאנג.
די מעדס וואס זענען דא דערפאר זענען נאר צו רעגיולעטען די טעמפ (ווער עס ווייסט נישט וואס די טיירוטס טוט. עס רעגיולעט די באדי אזוי ווי א טערמעסטאט פאר אלע מינים)
אבער קיין קיואר איז נישט דא.
פאג ארום 10 יאר צירוק בין איך געווען ביי איר אין זי האט מיך געגעבן פון די האמעפעטיק אין וויט אלל דא ריספעקט פאר עוורי וואן 9 א האלב יאר האב איך נישט דעי מחלה
ווער אויב איינער קען מיך מסביר זיין ווי דא קען זיין איינרעדענישן, מנעמט בלאד טעסט צו טשעקען די סטעטוס נישט מיט קיין קייטלעך.
נאך א פוינט.
עס איז דא א האמיפעטיק עס הייסט פאספורוס. מניצט עס אסאך ביי די ראז פיבער אין העי פיבער.
מענטשען וואס פלעגען ניצן קלעריטאן אין עס האט נישט געארבעט האט אבער דעס יא גארבעט.
אפשר איז דעס אויך א איי רעדעניש
אייגענארטיג
טיירוטס. ווער עס קען דאס ווייסט אז מבלייבט דערמיט פאר אייביג, עס איז מעגליך אראפ צוגיין דערפון אבער נישט פאר לאנג.
די מעדס וואס זענען דא דערפאר זענען נאר צו רעגיולעטען די טעמפ (ווער עס ווייסט נישט וואס די טיירוטס טוט. עס רעגיולעט די באדי אזוי ווי א טערמעסטאט פאר אלע מינים)
אבער קיין קיואר איז נישט דא.
פאג ארום 10 יאר צירוק בין איך געווען ביי איר אין זי האט מיך געגעבן פון די האמעפעטיק אין וויט אלל דא ריספעקט פאר עוורי וואן 9 א האלב יאר האב איך נישט דעי מחלה
ווער אויב איינער קען מיך מסביר זיין ווי דא קען זיין איינרעדענישן, מנעמט בלאד טעסט צו טשעקען די סטעטוס נישט מיט קיין קייטלעך.
ווען דו זאגסט טייראודס, צו מיינסטו
הייפערטייראודיזם אדער
הייפאטייראודיזם?
הייפא
[ציטאט אראפגענומען]
איך מיין די ערווארטסט נישט קיין תירוץ 😈
אייגענארטיגהייפא
וויאזוי הייסט די האמיאפאטיק מעדעצין דערפאר?
האט זי געהייסן נעמען נאר דאס אדער האט זי געגעבן נאך אנווייזונגען ווי וויטאמינען, דיאט וכדו'?
Treatment during pregnancy is especially important because hypothyroidism can harm the developing fetus.
If you develop hypothyroidism during pregnancy, treatment should be started immediately. If you have hypothyroidism before you become pregnant, your thyroid hormone levels need to be monitored to determine whether the dosage of thyroid medicine is correct. During pregnancy, your dose of medicine may need to be increased by 25% to 50%.
You also may need treatment if you develop hypothyroidism after pregnancy (postpartum hypothyroidism). You will be retested for hypothyroidism if you become pregnant again.]
In some cases, hypothyroidism will go away on its own; in other cases, it is permanent and requires lifelong treatment.
איך בין נישט זיכער צי מרעדט נאר ביי פרעגנעסי אדער בכללאייגענארטיג, זאגט די אליין אויב האט צו א וואונדער מעדיצין פאר א מחלה וואס די דאקטורים האבן נישט, פארוואס איז זי נאכנישט קיין מיליאנער? נאר וואס דעם, דיין קעיס איז געווען ״אייגענארטיג״, די וואלסט אויסגעהיילט געווארן אן די האמעפעטיק.
איינעראייגענארטיג, זאגט די אליין אויב האט צו א וואונדער מעדיצין פאר א מחלה וואס די דאקטורים האבן נישט, פארוואס איז זי נאכנישט קיין מיליאנער? נאר וואס דעם, דיין קעיס איז געווען ״אייגענארטיג״, די וואלסט אויסגעהיילט געווארן אן די האמעפעטיק.
מיט וואס בין איך אנדערש?
איך מיין די וועסט זיכען תירוצים וואס די ווייסט אז עס איז בת היענה תירוצים אבי נישט מודה צו זיין אויף האמיעפעטיק.
יידלאייגענארטיגהייפא
וויאזוי הייסט די האמיאפאטיק מעדעצין דערפאר?
האט זי געהייסן נעמען נאר דאס אדער האט זי געגעבן נאך אנווייזונגען ווי וויטאמינען, דיאט וכדו'?
איך געדענק נישט עס איז געווען פאר ארום 10 יאר צירוק
זי האט געגעבן צוויי זאכן פאר טיירוטס. זי האט געגעבן אפאר זאכן אבער פאר טיירוטס האט זי געגעבן נאר 2
נולד מאוחרTreatment during pregnancy is especially important because hypothyroidism can harm the developing fetus.
If you develop hypothyroidism during pregnancy, treatment should be started immediately. If you have hypothyroidism before you become pregnant, your thyroid hormone levels need to be monitored to determine whether the dosage of thyroid medicine is correct. During pregnancy, your dose of medicine may need to be increased by 25% to 50%.
You also may need treatment if you develop hypothyroidism after pregnancy (postpartum hypothyroidism). You will be retested for hypothyroidism if you become pregnant again.]
In some cases, hypothyroidism will go away on its own; in other cases, it is permanent and requires lifelong treatment.
איך בין נישט זיכער צי מרעדט נאר ביי פרעגנעסי אדער בכלל
איך בין א מאנספערזאן
אבער עס שטייט אז הייפא קען אוועק גיין פון זיך אליינס. ביי דע וועי עס איז סאך מער פארשטענדליך צו זאגן אז סאיז אליינס אוועקקגעגאנגען ווי אז האמאפעטיק האט געהאלפן. האמאפאטי איז פלעין וואסער.
וואס עס שטייט און וואס מציאות איז איז לכאורה פאלטש נישט ווייל איך זאג אזוי נאר ווייל אפאר דקטורים ווי איך האב באזיכט גרויסע ענדאקנאלאגיסטן האבן זיי אלע געזאגט עס איז א לייוו קאנדישאן הער טו סטעי
לאדיך אפאבער עס שטייט אז הייפא קען אוועק גיין פון זיך אליינס. ביי דע וועי עס איז סאך מער פארשטענדליך צו זאגן אז סאיז אליינס אוועקקגעגאנגען ווי אז האמאפעטיק האט געהאלפן. האמאפאטי איז פלעין וואסער.
ווי שטייט אז עס קען אליינס אוועק גיין?
אזויווי ס'שטייט און גייט טענה'ט "אייגנארטיג" אז ער איז געווארן דיאגנאזט מיט הייפאדטייראדיזם דורך עטליכע גרויסע ענדאקרינאלאגיסטן, זיי האבן עם אלע געזאגט דאס גייט עם בלייבן אויף אייביג, אבער מרס ווידער האט עם אויסגעהיילט מיט האמאפאטישע סממנים. איך דבילה זאגט אז דא איז איינס פון דער דריי אפציעס:
1. "אייגנארטיג" איז א ליגנער. ער האט דעם מחלה קיינמאל נישט געהאט עכ"פ אויף דעם אופן וואס ער שרייבט - נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
2. מרס ווידער איז א ליגנער. זי שטעלט אריין אין די האמאפאטישע טיי אביסל סינטרויד און דאס דארף ער ווייטער נעמען טעגליך חוק ולא יעבור. די ליגענט איז דאס וואס זי רעדט עם איין אז די מחלה איז אוועקגעגאנגען - די גניבה איז נישט געפערליך, רעכענט אביסל איבער פאר די מעדעצין אבער נישט עפעס ערגערס ווי דאס.
3. מרס ווידער איז נישט נאר א ליגנער נאר א גזלן וחמסן אויך. זי פארקויפט עם באבקעס אז ער איז אויסגעהיילט און דערנאך איז ער דאך אויסגעמאטערט ווי די רוחות כסדר כל החולים וואס ליידן פון הייפאטייראודיזם און אויף דעם פארקויפט זי עם א מיאנטיק פון אנדערע היילונגס מיטלען און הערט נישט אויף צו באווייזן נסים ונפלאות אויף נייע וועגן. מר אייגנארטיג, נעם אריין אביסל סינטרויד טעגליך און שיק מרס ווידער לופטערן!
2 קען נישט זיין ער האט דאך געסטאפט נעמען די רעמעדיעס.
3 קען נישט זיין ער פילט ווען ער איז קראנק זי קען עם נישט איינרעדן אז ער אויסגעהיילט.
נולד מאוחר2 קען נישט זיין ער האט דאך געסטאפט נעמען די רעמעדיעס.
3 קען נישט זיין ער פילט ווען ער איז קראנק זי קען עם נישט איינרעדן אז ער אויסגעהיילט.
2. קען זיין
3. הייפאטאורוידיזם פילט נישט קראנק, דער מענטש פילט שוואך און אויסגעשעפט. און דערפאר טאקע איז מרס ווידער נאך אלץ פארנומען מיט עם יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אויסהיילן פון א "נייע" קרענק. מרס ווידער האט זיך נישט געקענט אויף א בעסערע וועג פארזיכערן פרנסה לאויוש"ט.
מיט דעם ביזטו כשר גערעכט , זי מאכט אלץ פראגרעמס פאר א יאר צווי דריי .
[ציטאט אראפגענומען]
כהאב עס געוואלט ליינען אבער היברא איז שווער פאר מיר.
אדרבה געב מיר אין ענגליש.
סארי כהאב געמיינט די רעדטס צי מיר, למעשה זע איך די רעדטס צי מולד אחור.
וואס הייסט איך וועל טוישן מיין מהלך, איך דע די גלייבסט אויך נישט און די זאכן?
רענדי האב שוין מייעץ געווען פאר מרס. ווידער אפאר בלעטער ציריק.
דבילהאזויווי ס'שטייט און גייט טענה'ט "אייגנארטיג" אז ער איז געווארן דיאגנאזט מיט הייפאדטייראדיזם דורך עטליכע גרויסע ענדאקרינאלאגיסטן, זיי האבן עם אלע געזאגט דאס גייט עם בלייבן אויף אייביג, אבער מרס ווידער האט עם אויסגעהיילט מיט האמאפאטישע סממנים. איך דבילה זאגט אז דא איז איינס פון דער דריי אפציעס:
1. "אייגנארטיג" איז א ליגנער. ער האט דעם מחלה קיינמאל נישט געהאט עכ"פ אויף דעם אופן וואס ער שרייבט - נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
2. מרס ווידער איז א ליגנער. זי שטעלט אריין אין די האמאפאטישע טיי אביסל סינטרויד און דאס דארף ער ווייטער נעמען טעגליך חוק ולא יעבור. די ליגענט איז דאס וואס זי רעדט עם איין אז די מחלה איז אוועקגעגאנגען - די גניבה איז נישט געפערליך, רעכענט אביסל איבער פאר די מעדעצין אבער נישט עפעס ערגערס ווי דאס.
3. מרס ווידער איז נישט נאר א ליגנער נאר א גזלן וחמסן אויך. זי פארקויפט עם באבקעס אז ער איז אויסגעהיילט און דערנאך איז ער דאך אויסגעמאטערט ווי די רוחות כסדר כל החולים וואס ליידן פון הייפאטייראודיזם און אויף דעם פארקויפט זי עם א מיאנטיק פון אנדערע היילונגס מיטלען און הערט נישט אויף צו באווייזן נסים ונפלאות אויף נייע וועגן. מר אייגנארטיג, נעם אריין אביסל סינטרויד טעגליך און שיק מרס ווידער לופטערן!
נאך צוויי מעגליכקייטן:
4. אייגענטארטיג האט
סובעקיוט טייראוידייטיס אדער אן אנדערע מילדע פארעם פון הייפאטייראוידיזם וואס קען יא אוועקגיין פון זיך אליינס.
5. די פלאצעבא אפעקט אויף אייגענארטיג מאכט אים שפירן געזונט און שטארק.
דבילהאזויווי ס'שטייט און גייט טענה'ט "אייגנארטיג" אז ער איז געווארן דיאגנאזט מיט הייפאדטייראדיזם דורך עטליכע גרויסע ענדאקרינאלאגיסטן, זיי האבן עם אלע געזאגט דאס גייט עם בלייבן אויף אייביג, אבער מרס ווידער האט עם אויסגעהיילט מיט האמאפאטישע סממנים. איך דבילה זאגט אז דא איז איינס פון דער דריי אפציעס:
1. "אייגנארטיג" איז א ליגנער. ער האט דעם מחלה קיינמאל נישט געהאט עכ"פ אויף דעם אופן וואס ער שרייבט - נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
2. מרס ווידער איז א ליגנער. זי שטעלט אריין אין די האמאפאטישע טיי אביסל סינטרויד און דאס דארף ער ווייטער נעמען טעגליך חוק ולא יעבור. די ליגענט איז דאס וואס זי רעדט עם איין אז די מחלה איז אוועקגעגאנגען - די גניבה איז נישט געפערליך, רעכענט אביסל איבער פאר די מעדעצין אבער נישט עפעס ערגערס ווי דאס.
3. מרס ווידער איז נישט נאר א ליגנער נאר א גזלן וחמסן אויך. זי פארקויפט עם באבקעס אז ער איז אויסגעהיילט און דערנאך איז ער דאך אויסגעמאטערט ווי די רוחות כסדר כל החולים וואס ליידן פון הייפאטייראודיזם און אויף דעם פארקויפט זי עם א מיאנטיק פון אנדערע היילונגס מיטלען און הערט נישט אויף צו באווייזן נסים ונפלאות אויף נייע וועגן. מר אייגנארטיג, נעם אריין אביסל סינטרויד טעגליך און שיק מרס ווידער לופטערן!
דאס איז שיטת דבילה!!!!!!!!
אין איך אלטס א אויסגעהיילטער. אין יא! פון האמיעפעטיק. זאג די וועסט געבן אפאר וועגן אבער נישט מודה זיין.
הרב דבילה סאך גרעסערע פון דיר האבן זיך שוין געבראכן און מודה געווען אז זי טוט אויסהיילן.
פאר מיר פערזענליך האט פארציילט איינער וואס האט געפרעגט ר שמואל בנימין קרויס נאכדעם וואס יענער האט געהערט אז ער האלט נישט דערפון האט ער אים געזאגט אז זי קען העלפן
פאר מיר האט ער אויך געזאגט אז זי העלפט
אין איבער אלעם איז די כלל מפורסם אין צריך ראי' מען זעט מענטשן וואס פלאגן זיך צאם יארן אין עפעס פינקט ווען מגייט צו איר הייבט די אלע אנדערע טאקטיקן אין מעדיצינען אן צו ארבעטען.
דבילהנולד מאוחר2 קען נישט זיין ער האט דאך געסטאפט נעמען די רעמעדיעס.
3 קען נישט זיין ער פילט ווען ער איז קראנק זי קען עם נישט איינרעדן אז ער אויסגעהיילט.
2. קען זיין
3. הייפאטאורוידיזם פילט נישט קראנק, דער מענטש פילט שוואך און אויסגעשעפט. און דערפאר טאקע איז מרס ווידער נאך אלץ פארנומען מיט עם יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אויסהיילן פון א "נייע" קרענק. מרס ווידער האט זיך נישט געקענט אויף א בעסערע וועג פארזיכערן פרנסה לאויוש"ט.
ניין איך בין דערזייט נישט געווען ביי איר אין איך פיל מיך פריש אין געזינט א נאכט שלאף פון 6-7 שעה איז איבערגענוג פאר מיר.
קענסט דיך נאכפרעגן ביי מיינע קאלעגען דא אינעם שטיבל מיט וועם איך ארבעט אגאנצן טאג.
אייגענארטיג, האמאפאטיע קען נישט ארבעטן ווייל עס איז נישט מער ווי א גלעזל וואסער (כ'מיין אז איינער האט שוין אויבן געשריבן דעם נקודה). די געזעצן וואס דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין זיין בריאה - באקאנט היינט אלס "פיזיקס" - ערמעגליכען נישט פאר האמאפאטיע צו ארבעטן. אויב וועל איך מארגן קומען און זאגן אז איך בין אויסגעהיילט געווארן פון קרענק פלוני דורכן טרונקן א גלאז וואסער צוויי מאל א טאג, גיב איך דיך אלע רעכטן מיר אנצורופן ליגנער און פאפער, ווייל דאס איז וואס איך וועל זיין.
יידלאייגענארטיג, האמאפאטיע קען נישט ארבעטן ווייל עס איז נישט מער ווי א גלעזל וואסער (כ'מיין אז איינער האט שוין אויבן געשריבן דעם נקודה). די געזעצן וואס דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין זיין בריאה - באקאנט היינט אלס "פיזיקס" - ערמעגליכען נישט פאר האמאפאטיע צו ארבעטן. אויב וועל איך מארגן קומען און זאגן אז איך בין אויסגעהיילט געווארן פון קרענק פלוני דורכן טרונקן א גלאז וואסער צוויי מאל א טאג, גיב איך דיך אלע רעכטן מיר אנצורופן ליגנער און פאפער, ווייל דאס איז וואס איך וועל זיין.
דאס אלעס אז עס איז נישט מער ווי א קאפ וואסער דאס ה אא ט דיר איינער געזאגט אין די גלייבסט אים. איך האב גענומען האמיעפעטיקס אין איך זאג אז האלווי זאלן אלע וואסערן זיין אזוי ווינדערליך ווי דער האמיעפעטיק וואסער
אין פארשטייט זיך אז יעדער זאל פונקט טרינקען די מינע ווינדערליכע וואסער וואס זענען גוט פאר זיינע מחלות.
[ציטאט אראפגענומען]
אין אלעס אן קיין טעם, נאר ווייל דער ווידיאו וואס די האסט געזען איז געשפילט געווארן דורך א שאו שפילער אין ער האט דיך קאנווינסט.
אבער איך וועל נישט ווערן אפגעקויפט פשוט ווייל איך בין א סעמפעל פון א געהאלפענער דורך האמיעפעטיק.
אייגענארטיג
דאס אלעס אז עס איז נישט מער ווי א קאפ וואסער דאס ה אא ט דיר איינער געזאגט אין די גלייבסט אים.
ווער איז דער איינער און פארוואס גלייב איך אים? אבי געהאקט, סתם כדי מיך אפצופרעגן. ליין וואס די האמאפאטיקער זאגן וויאזוי זיי פראדוצירן דעם האמאפטיע (וואס דאס האב איך געטון), און דאן לערן אביסעלע יסודות פון פיזיקס (דאס האב איך אויך געטון). נאכדעם קום צוריק.
אדרבא! זאג דו מיר: אויב זענען אפילו די האמאפאטיקער מודה אז עס געפינט זיך ניטאמאל איין מאלעקיול פונעם א.ג. "אקטיווען אינגרידיענט" אין די וואסער, און זיי אליינס דארפן צוקומען צו אזא אבסורדען הסבר ווי אז "
וואסער האט א זכרון" כדי מסביר צו זיין וויאזוי עס ארבעט, זאל איך עס נאך גלייבן?!
---
אגב, אייגענטארטיג, דו רעדטסט פון עפעס א שוי שפילער, פארוואס האסטו נישט גענומען די מי צו לייענען אפילו איין לינק פון די לינקס וואס כעלעמער מגיד האט צוגעשטעלט בשפע?