☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?

וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16828

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:13 pm

· #546548
וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
איך וויל - דערווייל - נישט אנגעבן קיינע נעמען. אלזא איז אן א נאמען...

איך האב א באקאנטער, א קרוב, א ידיד, וועלכער באלאנגט צו א געוויסע סעקטע/ חאסידעס/קולט - יו נעים איט.
וואס דארף איך טוהן?
בין איך מחויב איהם ארויסצושלעפן פון דארט אז איך קען? איך בין רואה את הנולד אז דער סוף גייט נישט טויגן דארט, ער וועט מסתם איין טאג פליען און אדער זיינע קינדער וועלן זיך צוקריגן מיט איהם, די סיטואציע דארט וועט ווערן צופראסקעט ביג טיים.
דארף איך עפעס טוהן?
וואס קען מען טוהן?
זאל איך אריינלייגן מחשבות רעות אין זיין קעפעלע?

איז דאס נישט אכזריות, איינער וואס גלייבט אין זיין געטשיק, אז איך זאל איהם אויפקלערן?
בפרט אז עס קען זיין אז ער וועט זיך שוין נישט אזוי גוט געפינען דארט, אבער זיינע ברודער אדער קינדער בלייבן יא סטאק דארט, קומט אויס אז איך האב איהם געהרג'ט!
אפשר גאר איז דאס רחמנות?
זענען פאראן אנדערע מעטאדן?
אויב יענער דארף צוקומען צו מיר, מעג איך - און איז עס ווירקזאם - צו זאגן אז אויב דו גייסט זיך אביסל אפקילן פון "דארט" גיי איך דיר נאכגעבן דיין ביטע און פארלאנג?

איז א חסידות מיט א צודרייטע רבי באמת א קולט?
איך ווייס אז ער איז א מושחת און א קאנטראלער ועוד והוא העיקר א משוגענער. אבער איז דאס באמת א קולט?
איך מיין אז למעשה זאגט מען נאר אזוי. נעם די ערגסטע חסידות איז עס נאך אלץ נישט א קולט ממש.
חוץ ל.ט. (ניין ט שטייט נישט פאר טבילה 😂 ) מיין איך איז קיין איין חסידות נישט עכט א קולט, כאטש זיי קומען גאנץ נאנט.

חב''ד הויזן » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:16 pm

· #546557
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
סאו דו האסט מורא אז ער וועט סוכ''ס פליען און זיך צוקריגן מיט זיינע קינדער, ווילסטו אז ס'זאל געשען שוין יעצט?

לאכעדיג » פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:31 am

· #546612
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
שב ואל תעשה עדיף

ברוך שפינוזה » פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:57 am

· #546624
צ/ק

מ'דארף גארנישט טוהן און מ'קען גארנישט טוהן, צומאל איז דא א מענטש וואס עקשנ'ט זיך אויף זיין וועג און מ'דארף איהם לאזן דורכגיין די journey ביז ער קומט צום שכל. איזהו חכם הלומד מכל אדם, והטיפש ילך בהטיפשות שלו עד שיבלו שפתותיו מלומר די ואז ישוב בתשובה שלימה.

נאך א שמויגער » פרייטאג יאנואר 26, 2024 2:53 am

· #546626
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
צ/ק

דארפסט נישט זיין אזוי "גוט". תהיה ותן להיות, תחיה ותן לחיות.

מן הסתם » פרייטאג יאנואר 26, 2024 6:00 am

· #546628
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
יתכן אז ווי פריער יענער וועט אפלאזן דעם קולט אלץ ווייניגער וועט זיין די דעמעדזש און פיין און מיטמאכעניש וואס ערווארטעט נעבעך יענעם, און די סורווייוועל רעיט איז סאך בעסער פאר יענעם, יתכן אז מ'דארף צושטויסן די קארטן פון וועלכע קולט נאר מעגליך, א בחינה פון והי' המחנה הנשאר לפליטה..

קינדל » פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:11 am

· #546644
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
ביים ליטוואק (אמאל), איז יעדע חסידות (געווען) א קולט.
אבער ווען זיי פארמאכן זיך די אויגן און זאגן: יחי, איז דאס א תורה שלימה.

איך לייקן נישט אז ליידער איז דאס צווישן אונז חסידים עטליכע עכוע קולטס ל"ע, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן וועם מען סטעמפל אפ.

איבער וואס צו טאן, אויב איז דער מאן אדער ווייב וועלכע איז נעבעך פארכאפט, נושא בעול אויף זיין משפחה מיט פרנסה, חינוך, ושלום בית, און זייערע חיובים פאר מאן-ווייב-קינדער-עלטערן וכו' איז דאך גוט.
און אויב נישט דארף מען זיי קודם דארט העלפן והכל על מקומו יבוא בשלום

חדשים » פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:15 am

· #546657
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
טריי צו דעפיינען פארוואס עס טריגערט דיר אז דיינע פאמיליע מיטגלידער זענען אין א קולט, און ארבייט אויף דיר אליינס...

kikar » זונטאג יאנואר 28, 2024 2:33 pm

· #546849
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
אויב מיינסטו איינער וואס איז ביי ר' מוטל זילבער קולט איז בוודאי א מצוה זאלסט איהם ראטעווען ווי פריער, צופיהל מעשיות געהערט שאי אפשר לפורטם וואס טוט זיך אפ ביי איהם.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג יאנואר 28, 2024 4:42 pm

· #546868
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
קלוגע יודל #
Psychological Evaluation and Diagnosis on Mendele Hager
הערכה רפואי על ראש המשוגעים בבני ברקPsychological Evaluation and Diagnosis on Mendele Hager-הערכה רפואי על ראש המשוגעים בבני ברק.pdf

זעה די צווייטע חלק

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 7:01 pm

· #547769
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
איך וויל שרייבן עטליכע נקודות, נאר קודם א נקודה. עס מאכט נישט קיין סאך אויס אויב עפעס איז יא אדער נישט א קולט, די דעפינישען פון די ווארט קולט קען מען לאזן פאר ווען מען וויל האבן אן אקעדעמישע שמועס, די שאלה איז וואס מען קען טון מיט נאנטע וואס זענען אין א קהילה וואס איז נישט דווקא גוט פאר זיי.


האלט זיך נאנט מיט זיי. זיך דערווייטערן פון א חבר אדער משפחה מיטגליד ווייל זיי באלאנגען צו א געוויסע גרופע, מאכט זיי נאר מער איזולירט, און שוואכער די מעגליכקייט זיי צו העלפן.

אטאקיר נישט זיי אדער די גרופע בפניו. דאס איז אמת ביי אלע חילוקי דעות, מען קען נישט אריבערברענגען א צווייטן דורך באשילדיגן און אטאקירן. מען זאל אייביג צוהערן מיט רעספעקט, נישט ארויפצוואונגען אויף זיי אונזערע מיינונגען. וואס מען קען יא טון, איז פרעגן קשיות און שאלות וואס מאכן אים אליין טראכטן.

רעד פון זאכן וואס דו רעספעקטירסט יא. למשל אויב יענער איז אין א היינטיגע פראקציע וואס דו קענסט נישט רעספעקטירן, קענסטו נאכאלס ארויסברענגען ווי שיין שבת איז געווען ביים ביים פריערדיגן רבי'ן, וכדומה.


אזוי לאמיר האפן זיי זאלן פילן ווי זיי האבן נאך קרובים צו וועם צוריקצוקומען ווען עס כאפט זיי א קלארע מינוט.

אברהם שנית מן השמים » דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:45 am

· #549490
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
די עיקר פראבלעם מיט די אלע חברה איז אז זיי זענען נעבעך אזוי פארגלייבט אז זיי הייבן אן משוגע מאכן אלע זייערע נאנטע און טרייען צוצושלעפן נאך מענטשן צו די אור צו די אמת ….

אברהם שנית מן השמים » דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:46 am

· #549491
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
און וואס טוהט מען מיט קינדער וואס זייערע עלטערן פירן זיך אויף ווי א קולט מיט משוגעת'ן בשם "מנהג", "מסורה"....

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג מערץ 12, 2024 5:27 pm

· #554600
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
.
📎 אז נדברו- ויקהל פד(2).pdf

יאסל ראקאווער » דינסטאג מערץ 12, 2024 5:56 pm

· #554603
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
kikar #
אויב מיינסטו איינער וואס איז ביי ר' מוטל זילבער קולט איז בוודאי א מצוה זאלסט איהם ראטעווען ווי פריער, צופיהל מעשיות געהערט שאי אפשר לפורטם וואס טוט זיך אפ ביי איהם.
דער איד איז פון די איינציגע בעלי מחשבה היינט. וואס איז קאלטיש דארט?