זיין באקוועם מיט זיך אליין
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16817
זיין באקוועם מיט זיך אליין
לכבוד תגובה 770 ...
טריגער'ס מיט אונזער קאופּינג מעקעניזים'ס
אין די מאדערנע וועלט איז גאר אפט געניצט דעם ווארט טריגער.
יענער האט מיך נישט צוריק גע'גריסט, אוועק געמאכט מיין מיינונג, כ'בין געווארן גע'טריגערט.
א טריגער איז דעם קנעפל וואס פרישט אויף טיפע וואונד'ן וואס כ'שטופ שוין אראפ פון אלס קינד און יונג בחור'ל.
ס'ברענגט ארויף א שטארקע בושה פון זיך אליין, גילט, כעס, צובראכנקייט. ווי שטארק כ'בין געוועהן מיט זיך א רגע פריער, יעצט בין איך גענצליך אומזיכער. ווי מער כ'זינק איין אין דעם לאך, אלס ארגער שפיר איך.
וואס טוהט מען אויב ס'איז נישט באקוועם? מ'לעשט אויס דעם קאמפיאטער (מוח), מ'אנטלויפט פון זיך אליין.
ווי אזוי? אסאך וועגן.. מ'ווארפט זיך אריין אין די ארבעט, מ'לויפט צו חברים פארברענגן, מ'טרינקט א לחיים, מ'רייכנט סחורה, ז"ל, וכדו'.
ביי שמונה עשרה, ערגעץ ארום מודים איז מען שוין אמאל גע'טריגערט.. אבער ב"ה מ'האלט שוין נאנט צום סוף, מ'געט א כיפער אפ, עושה שלום.. יעצט בינעך שוין נישט אליין מיט מיינע געפיהלן, ס'איז ב"ה געלונגען, כ'פיהל בעסער. אבער די שרשים זענען נאך דא. זיי גייען ארויף קומען אין אנדערע געלעגענהייטן.
---
די אמת..
אין ישיבה לערענט מען אונז, א קשיא איז א טיר צו א נייע טיפע הבנה אינעם סוגיא. אנטלויף נישט פונעם קשיא.
די טריגער'ס זענען אויכעט טירן זיך צו באפרייען פון אלטע באגראבענע צער. אדער גאר האלוועי'ס צום אויסהיילונג, לייטער'ס ארויפצוגיין צו אונזער העכסטע שלימות אין סעלף עווירנעס.
מכל משמר נצור לבך. (פון אלעס וואס דו היט'סט אפ, היט דיין הארץ די מערסטע). אונז קענען זיין בעל הבית אויף אונזער געפיהל, אונז דארפן נישט זיין ווי דעם שוועל וואס די הרגשים קומען און גייען אדורך, אונז דארפן נישט זיין וויקטעם'ס און בלעים'ן אנדערע פארן ארויף ברענגן אומבא'טעם'טע געפיהלן. די געפיהל איז בכלל נישט קובע ווער דו ביסט. אדרבה, דו קענסט מחליט זיין ווי אזוי צו פיהלן
ווי אזוי
דעם טריגער ווייזט דיך די אומגעהיילטע חלקים (פונעם איננער טשיילד). ער שרייט אויס "כ'וויל מער נישט טאלערירן דאס וואס כ'האב אמאל אנגענומען". ער איז דעם GPS דיך צו ווייזן דעם וועג אהיים צו דיין הארץ, דיין אינטאואישן. אנשטאט צו אנטלויפן (סייווי נישטא ווי) אפשר קאננעקט מיטן אינערליכען קינד, זעה ווי ער דארף עמאציענעלע סופארט, חיזוק, און ליבשאפט.
פראביר צו זעהן ווען נאך האסטו שוין געפיהלט וואס דו פיהלסט, וואס איז די שורש פון דעם געפיהל. געווענדליך האט עס א שייכות מיט די עלטערן. זיי דו די גוטע עלטערן צו זיך אליין.
---
האסט א קעפל פאר דעם? ס'איז די רעגולאר שעפטי טאולק...
(כ'האב יעצט א טריגער.. "שעפטי: קיינער וועט נישט פארשטיין, דער וואס יא, דארף עס נישט. א שאד די צייט". אבער כ'זיץ מיט זיך אביסל. וואס שטערט מיך אויב מ'וועט עס אנקוקן אלס באורינג, מ'וועט טראכטן אז מיינע תגובות זענען נישט אינטרעסאנט, מ'וועט אויפהערן ליינן וואס כ'שרייב, מ'וועט נישט לייקן, און? אה! דא ליגט די הינט באגראבן, כ'וועל שפירן אומ'באליבט, אומניצבאר, איבריג.
פארוואס האב איך מורא פון דעם? ווען האב איך אין מיין לעבן געשפירט איבריג? (יא. אוואדע אלס קינד. משום כך וכך)
איין מינוט. פארוואס שרייבעך דעם תגובה? אויכעט כדי צו שפירן ניצלעך.
ס'גייט ווייטער.. כ'וויל שפירן ווי כ'געב צו צום וועלט און נישט ווי א פיפטע ראד. פארוואס? אפשר בין איך גוט אפי' אהן צוגעבען?
צום סוף איז געבליבן אז כ'האב זיך ליב אפי' אויב כ'טוה גארנישט אויף, און כ'וויל אטענשן, און כ'וויל גרינגער מאכן דיין לעבן. אבער אפי' אויב קיינער האט עס נישט ליב, פייף איך ענק אלע אהן. טוה מיר עפעס. איך האב זיך עף'ן ליב! ווייל איך בין מיך!!! 😛)
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
אפאר נקודות...
א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.
א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.
זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.
דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.
דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.
נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.
זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.
די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.
דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.
אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
חדשים: wow!!!
האסט ארויס געזאגט די נקודות אליין!!!
שכח!!!
---
אגב. כ'האב עס גענומען פון דא. (ס'שטייט דא אסאך מער פון וואס כ'האב געשריבן, כ'האב פשוט פארלוירן נערווען ערגעץ אינמיטן...)
https://collective.world/5-ways-your-triggers-are-actually-helping-you-grow/
---
למעשה.. כ'שטיי און צייל די לייקס 😂
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
זיס!!!!!
מיינע 2 סענט: איה״נ אז דער ניד צו זיין ווערט אין די אויגן פון אנדערע איז רוב מאל שטותים און ווי מער מ׳בויעט אויף די אייגענע סעלף-לאוו איז מען ווייניגער ביזי מיט געפעלן אנדערע און ווייניגער געטריגערט. אעפ״כ איז דער ניד אריינגעבויעט אינעם מענטש פאר ׳סורווייוועל׳ סיבות.
נאר כהיום יום ווען ׳סורווייוועל׳ איז נישט אזא אישו, מאכט עס מער פראבלעמען ווי א תועלת. אבער, אפילו היינט אין די מאדערענע וועלט ווען א מענטש זאל ווען זיין טאטלי און לאוו מיט זיך אליין בבחינת ׳שלום עלי נפשי׳. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אפראוועל. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אטענטשען, וכו׳ וועט עס לדעתי (אדרבה, לאמיר הערן ענקער מיינונג) בעקפייערן בדרך הטבע און עפעקטן זיין הצלחה און וועל-ביאינג...
סאוי, איך מיין אז ס׳וויכטיג און ׳געזונט׳ פארן גוף ונפש צו טרעפן און אויפבויען כאטש איין עריע וואס מ׳שפירט אז מ׳האט דארטן ספעציעלע כוחות מיט וואס מ׳קען צוגעבן פאר די וועלט.
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
חדשים #
אפאר נקודות...
א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.
א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.
זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.
דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.
דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.
נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.
זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.
די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.
דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.
אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
זאגסט דאך אזוי גיט , און די ווייטאג איז פארוואס אונדז טראכט מיר אזוי לכתחילה איז וויבאלדט אונדז האב מיר נישט באקימען unconditional love סא די מוח מאכט זיך א חשבון (כדאי צו זיין סעיף ) אז איך מיז זיין באליבט כדאי צו באקימען לאוו וויזוי גיי איך זיין באליבט? אז איך גיי זיין ווערט
יעצט שטעלט זיך די מיליון דאלער פראגע וויזוי באקים איך ווערד? אה מיין טאטע וועט מיר ליב האבן אהא יעצט איז גיט ! וויזוי מאך איך מיין טאטע זאל מיר ליב האבן אה איך וועל זיין א נחת מאשין וכו'וכו' און אזוי פארט נעבעך דער מוח א גאנצע לעבן
ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
זייער שיין @שעפטאל, גלייב מיר די לייק איז געווען מיט אן אמת...
געווענליך ווען מען זעט ווערטער ווי: "לכבוד מיין ...'סטע תגובה", ערווארט מען א לאנגס אין א ברייטס. דו האסט אבער מיט דיין געלונגענע שפראך אריינגעווארפן אפאר ווערטער, אויפגעוועקט דאס אינערליך קינד, און זיך געזעצט ציילן לייקס, לאזענדיג דאס קינד וואך...
ס'איז גאר א גוטע נושא און איך קען באשטיין צו הערן מער...
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
שפילער #
ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן
מ׳דארף דאס מער פינקטליכער דעפיינען, מ׳קען זיך נישט ארומווארפן מיט אזעלכע זיס און געשמאק (היפי סטייל ❓ 😉 ) אויסזעינדע מושגים.
אז דער קליינער כאפט עפעס צו (גניבה), וויאזוי איז שייך אים צו מוסר׳ן אָן דעם וואס ער זאל שפירן אז זיינע מעשים עפעקטירט וויאזוי מ׳באציט זיך צו אים?
ווען ער/זי העלפט שיין ארויס אין שטוב, וויאזוי דארף מען דאס אנערקענען און אפלעדירן אָן דעם וואס דאס קינד זאל (בטעות) ארויסנעמען דערפון אז זיין/איר ווערט ווענטסעך אין וויפיל ער/זי גיבט צו צום פעמעלי?
---
נאר דער תירוץ ליגט לכאורה טאקע אין דיינע ווערטער ״
אמת׳ע ליבשאפט״.
ווייל אויב ס׳דא אמת׳ע ליבשאפט און דאס קינד פילט עס. וועט ער אייביג פילן באליבט און ווערט אפגעזען צו ער קריגט יעצט א קאמפלימענט אדער פארקערט.
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
בְּתוֹךְ עַמִּי #

ווען די עלטערן האלטן עס פאר די אויגן יעדע רגע וואס מען רעדט מיט א קינד, קען מען דאס אויספירן. איך ארבעט לעצטנס שטארק דערויף און איך מיין אז מיינע קינדער ווייסן ווי שטארק איך האב זיי ליב אן קיין גבולים
א גוטע שליסל איז טאקע מעורר צו זיין בלויז אויף למעשה וואס איז יעצט נוגע. קיינמאל קיינמאל נישט מוסר'ן אויפ'ן עבר, אפילו פון א שעה צוריק. מיר ערוואקסענע ווערן צוקלאפט ווען מען דערמאנט אונז אן עוולה פון פריער, כל שכן קינדער.

בדיוק
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
ולהוסיף על דברי @האניג (-דבש) המתוקים מדבש
בתוך עמי: ס'ווענד זיך ווי אזוי.
ווען דער קליינער לקחן'ט עפעס, קענסטו מיטן זעלבען מאס ליבשאפט אהים מסביר זיין אז.. אקעי גענוג מיט די טערעפי.. יא. אונז זענען מענטשן. אונז רעגן זיך אויף אמאל.
אבער וואס איז די מעסעדש וואס כ'געב מיין קינד אסאך מאל א טאג (אפי' נאכן זיך אויפרעגן). כ'האב דיך ליב ווייל דו ביסט מיין קינד. נישט ווייל דו בענשט'סט אזוי שיין, נישט ווייל די נעמסט נישט. נאר ווייל דו ביסט מיין יאמי קינד! און די גייסט אייביג זיין מיין יאמי קינד!
--
אגב דעם אשכול ווערט בכלל נישט פארדרייעט, ווייל דעם קינד איז אין אונז, מ'לערנט זיך עם ליב צו האבן..
בקיצור: ס׳דארף זיין גענוג מאל וואס דאס קינד באקומט א גוט ווארט, האג, קוש סתם אזוי, אויט אוו דע בלו, אז ער זאל איינזען אז דער לאוו איז טאקע אנקאנדישענעל...
און לעניננו וואס דער אשכול רעדט בעיקר פון סעלף-לאוו (סארי שעפטאל פארן פאדרייען). דארף מען זיך טריטען פון צייט צו צייט סתם אזוי מיט א געשמאקע סענדוויטש, אייסקריעם, שפאציר וכו׳. אדער אפילו סתם ׳זיצן׳ מיט זיך אליין (מעדיטאציע) און זיך אויסהערן (גלייב מיר, ער האט אסאאאאאך צו זאגן 🙂 )
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
Self compassion for yourself and to others and your kids is the key 🗝️!!!
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
חדשים #
אפאר נקודות...
א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.
א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.
זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.
דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.
דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.
נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.
זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.
די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.
דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.
אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
וואס מאכט א מענטש יא ווערד?

איך מיין טאקע ווי אויבן דערמאנט, די עיקר נקודה איז טאקע אז א מענטש דארף האבן אן אמת'ע אייגענע זעלבסט ווערד, ער דארף זיך קענען טאלערירן, זיין גאנצע מהות מיט זיינע שוואכקייטן און דורכפעלער, נישט וועלן אנטלויפן פון זיך, זיך מאכן באקוועם מיט זיך, עס קען זיין זייער א לאנגע פראצידור, אבער עס לוינט זיך.
איך מיין אז די "טריגער" קלאפט זייער אסאך אויס ווען מען זעהט זיך מיט די שוואכקייטן אין שפיגעל ביי די אייגענע קינדער, געווענטליך קען א מענטש גרינגער האבן acceptance צו זיינע קינדער וואס האבן שוואכקייטן פון זיין spouse ווי די קינדער מיט זיינע נאטורן, די נקודה איז אז מען זעהט זיך און דאס שאקלט אויף און טריגערט זיין גאנצע מהות, ער וויל נישט קיין איבערשפיל פון זיינע שוועריקייטען. אבער אז מען ארבעט אויף זיין צופרידען און באקוועם מיט וואס מען איז און די גאנצע אייגענע פארגאנגענהייט אן אנטלויפן פון די מאנסטער אינסייד ברענגט עס א געוואלדיגע שלוות הנפש און א צופרידענקייט פארן מענטש און זיינע ארומיגע.
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
מיינע 2 סענט: איה״נ אז דער ניד צו זיין ווערט אין די אויגן פון אנדערע איז רוב מאל שטותים און ווי מער מ׳בויעט אויף די אייגענע סעלף-לאוו איז מען ווייניגער ביזי מיט געפעלן אנדערע און ווייניגער געטריגערט. אעפ״כ איז דער ניד אריינגעבויעט אינעם מענטש פאר ׳סורווייוועל׳ סיבות.
נאר כהיום יום ווען ׳סורווייוועל׳ איז נישט אזא אישו, מאכט עס מער פראבלעמען ווי א תועלת. אבער, אפילו היינט אין די מאדערענע וועלט ווען א מענטש זאל ווען זיין טאטלי און לאוו מיט זיך אליין בבחינת ׳שלום עלי נפשי׳. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אפראוועל. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אטענטשען, וכו׳ וועט עס לדעתי (אדרבה, לאמיר הערן ענקער מיינונג) בעקפייערן בדרך הטבע און עפעקטן זיין הצלחה און וועל-ביאינג...
סאוי, איך מיין אז ס׳וויכטיג און ׳געזונט׳ פארן גוף ונפש צו טרעפן און אויפבויען כאטש איין עריע וואס מ׳שפירט אז מ׳האט דארטן ספעציעלע כוחות מיט וואס מ׳קען צוגעבן פאר די וועלט.
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז די געברויך צו געפעלן פעלט אויס פאר סורווייוועל. יעדע מענטש האט אין זיך די געברויך פון עקספענשען, אזוי אויך געוויסע וויזיעס (visions) וואס גיבט אים א אויסטערלישע עקספיריענס. דאס איז וואס בויעט באמת די מענטש. אך און וויי ווען עס קומט פון א פלאץ וואס ער טוט עס נאר צו געפעלן אנדערע.
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
שפילער #
חדשים #
אפאר נקודות...
א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.
א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.
זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.
דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.
דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.
נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.
זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.
די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.
דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.
אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
זאגסט דאך אזוי גיט , און די ווייטאג איז פארוואס אונדז טראכט מיר אזוי לכתחילה איז וויבאלדט אונדז האב מיר נישט באקימען unconditional love סא די מוח מאכט זיך א חשבון (כדאי צו זיין סעיף ) אז איך מיז זיין באליבט כדאי צו באקימען לאוו וויזוי גיי איך זיין באליבט? אז איך גיי זיין ווערט
יעצט שטעלט זיך די מיליון דאלער פראגע וויזוי באקים איך ווערד? אה מיין טאטע וועט מיר ליב האבן אהא יעצט איז גיט ! וויזוי מאך איך מיין טאטע זאל מיר ליב האבן אה איך וועל זיין א נחת מאשין וכו'וכו' און אזוי פארט נעבעך דער מוח א גאנצע לעבן
ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן
עס איז אמת אז אונזער געדאנקענגאנג קומט פון א טראמעטייזט טשיילדהוד. די תירוץ אויף די מיליאן דאלערדיגע שאלה איז אז דו דארפסט נישט באקומען ווערט, דו ביזט ווערט! פון די רגע וואס דו ביזט געבוירן, אפילו דו האסט נאך גארנישט געטון און דו גייסט קיינמאל גארנישט טון, האסטו א אינפיניט ווערט!
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
פארוואס א מענטש איז ווערד? ס'וויל זיך ארויסשרייען די ווערטער צלם אלוקים, חלק אלו-ה ממעל, נשמה חצובה מתחת כסא הכבוד!
אבער ביי אסאך פון אונז וועט דאס אליין זיין א טריגער. (ס'הייסט א נשמה פיהרט זיך ווי א בהמה?! עפעס אזוי געהערט פון א בעל דרשן אמאל..)
ווי אויך א גוי זאל זיך נישט ליב האבן בחנם? ער זאל נישט זיין געזונט בנפש?
די חלק פון כלל ישראל וואס ניצן דעם קאפ אויך ביי העמק דבר און זענען נישט אזוי גרייט צו גיין מיט אמונה פשוטה, זיי זאלן זיך נישט ליב האבן ווען זיי זענען נישט זיכער אין דעם?
בקיצור: די תירוץ איז אסאך מער נאטירלעך ווי דעם.
דעם קליין קינד איז אינגאנצען אנגעוואנדן אין זיינע עלטערן. כ'פארשטיי נישט צופיהל וואס גייט פאר. כ'ווייס נאר אז פון צייט צו צייט וועק איך זיך אויף, אמאל אביסל קאלט, אומבאקוועם, הינגעריג צו שמיציג, כ'הייב אהן צו וויינען אויף מיין אומבאהאלפענע מצב.
פליצלינג פיהל איך טריט פון א גרויסע מאמע, מיין מוח ווייסט שוין דעם חילוק פון אגרעסיווע טריט און ליבליכע טריט, ווי אויך דערקען איך שוין זירע טריט אמאל, אה זי קומט מיך העלפן!!! זי הייבט מיך אויף, בארואיגט מיך, זינגט צו מיך, קוק'ט מיך אריין אין די אויגן ביז איך קוק צוריק און פארשטיי פון איר "כ'בין דא פאר דיך"!!!
פארוואס העלפט זי מיך? (כ'ווייס ניטאמאל אז כ'וועל איין טאג גרויס ווערן און קענען צוריק געבן). ס'פיהלט זיך ניטאמאל ווי זי טוהט מיך א טובה נאר זי וויל!!!
אט דעי אלע הילף, סתם האלטן אין איר האנט נאנט צו זיר הארץ, גלעטן, קישן, סתם רעדן צו מיך "יוש, ביסט א-ז-ו-י זיס!" הגם כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט, פיהל איך עפעס אן הרגשה טובה וואס יענע הרגשה וועט שפעהטער ארויס קומען אין ווערטער, "מיין עקזיסטענס איז לאוו".
פארוואס? ס'איז אי רעלעוואנט. כ'זעה אז ס'איז אזוי, כ'בין באליבט ווייל כ'בין. כ'בין אין זיר הארץ אזוי ווי זי. די הרגשה פון סעלף (דעם קינד - נפש וואס האט ניטאמאל קיין ווערטער און שכל) איז ליבשאפט.
אביסל שפעהטער וועט מען מיך אויסלערנען אז דעם חבר האט אויך א בשבילי נברא העולם.. מ'קען יענעם אויך לאזן מיט שפילן מיט מיין טוי'ס, וכו'.
נאך שפעהטער וועלעך זיך אויסלערנען אריין צו נעמען מענטשן אין מיין זיך, היות כ'האב זיך ליב ווייל כ'בין זיך, זיי זענען אויך מיך. (מיין ווייב, קינדער, גאר נאנטע חברים)
דערווייל איז אלעס געגאנגען א מחיה. ס'וואקסט אויף א געזונטע מענטש.
אבער די משפחה ענדיגט זיך נישט ביי מיך, יעדעס יאהר א האלב, קומט צו נאך א בעיבי, די עלטערן זענען מער פאר'דאגה'ט, אנגעצויגן. נישטא קיין צייט און נערווען זיך אומקוקן אויף דעם קליינעם שעפעלע. ווען כ'קום שוין צו בעהטן פאר ליבשאפט, פארזיכערונג, באקום איך אזא אנגעצויגענע "גיי שלאפן" וכדו'. (ווער רעדט נאך אויב כ'הייב אהן צו הערן אזעלכע ווערטער מיט כעס ווי "שלעכטע יונגל, מאמי גייט דיך אנפראקן". "פארוואס קומסטו דא, גיי שפיל אינדערויסן". טייערע ליינער, שטעל זיך ביטע אפ, טראכט, ווי אזוי פיהלט דיין קינד!)
אוי וויי, כ'בין בכלל נישט באליבט? איין מינוט ווען כ'האב אליין אנגעטוהן מיין העמעד צופרי האט מאמי געלאכט צו מיך. אה, ליבשאפט ווענד זיך אין עפעס. לאמיר זיך שנעל אויסלערנען דעם טשעק-ליסט, וואס דארף איך ערפיהלן צו זיין באליבט.
המשך יבוא. אויב כ'וועל זעהן אינטערעסע.
--
אגב. טערעפי האט מיך אויסגעלערענט די כללים, אבער ליידער בין איך דאן געוועהן צו סטאק עס צו עקסעפטן. אבער ווי מאטי זינגט: לייג מיין תורה אויף דיין הארץ ארויף, ס'וועט אריין פאלן ווען דיין הארץ מאכט זיך אויף. (ביי מיך איז עס געשעהן אינעם דשונגל מיטן טיי).
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
בְּתוֹךְ עַמִּי #
שפילער #
ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן
מ׳דארף דאס מער פינקטליכער דעפיינען, מ׳קען זיך נישט ארומווארפן מיט אזעלכע זיס און געשמאק (היפי סטייל ❓ 😉 ) אויסזעינדע מושגים.
אז דער קליינער כאפט עפעס צו (גניבה), וויאזוי איז שייך אים צו מוסר׳ן אָן דעם וואס ער זאל שפירן אז זיינע מעשים עפעקטירט וויאזוי מ׳באציט זיך צו אים?
ווען ער/זי העלפט שיין ארויס אין שטוב, וויאזוי דארף מען דאס אנערקענען און אפלעדירן אָן דעם וואס דאס קינד זאל (בטעות) ארויסנעמען דערפון אז זיין/איר ווערט ווענטסעך אין וויפיל ער/זי גיבט צו צום פעמעלי?
---
נאר דער תירוץ ליגט לכאורה טאקע אין דיינע ווערטער ״
אמת׳ע ליבשאפט״.
ווייל אויב ס׳דא אמת׳ע ליבשאפט און דאס קינד פילט עס. וועט ער אייביג פילן באליבט און ווערט אפגעזען צו ער קריגט יעצט א קאמפלימענט אדער פארקערט.
די מעשים וואס די מענטש טוט, סיי גוט און סיי שלעכט, איז נישט א חלק פון די מענטש. די מעלות און חסרונות האט נישט קיין שום שייכות מיט די עצם ווערט פון די מענטש.
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
האניג #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
שפילער #
ווען א קינד באקימט אמתע ליבשאפט און unconditional love מאכט ער נישט דעי אלע פשעטלעך און לעבט א זיסע לעבן
מ׳דארף דאס מער פינקטליכער דעפיינען, מ׳קען זיך נישט ארומווארפן מיט אזעלכע זיס און געשמאק (היפי סטייל ❓ 😉 ) אויסזעינדע מושגים.
אז דער קליינער כאפט עפעס צו (גניבה), וויאזוי איז שייך אים צו מוסר׳ן אָן דעם וואס ער זאל שפירן אז זיינע מעשים עפעקטירט וויאזוי מ׳באציט זיך צו אים?
ווען ער/זי העלפט שיין ארויס אין שטוב, וויאזוי דארף מען דאס אנערקענען און אפלעדירן אָן דעם וואס דאס קינד זאל (בטעות) ארויסנעמען דערפון אז זיין/איר ווערט ווענטסעך אין וויפיל ער/זי גיבט צו צום פעמעלי?
ווען די עלטערן האלטן עס פאר די אויגן יעדע רגע וואס מען רעדט מיט א קינד, קען מען דאס אויספירן. איך ארבעט לעצטנס שטארק דערויף און איך מיין אז מיינע קינדער ווייסן ווי שטארק איך האב זיי ליב אן קיין גבולים
א גוטע שליסל איז טאקע מעורר צו זיין בלויז אויף למעשה וואס איז יעצט נוגע. קיינמאל קיינמאל נישט מוסר'ן אויפ'ן עבר, אפילו פון א שעה צוריק. מיר ערוואקסענע ווערן צוקלאפט ווען מען דערמאנט אונז אן עוולה פון פריער, כל שכן קינדער.
אויב עס קומט פון א פלאץ פון חינוך/אוטאריטי גייט די קינד נישט ווערן צוקלאפט. אונז ווערן נאר צוקלאפט ווייל עס טריגערט דיין בעליעף פון ווערטלאז, וואס דו ארבייסט שווער צו באהאלטן...
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
שפילער #
חדשים #
אפאר נקודות...
א טריגער ברענגט ארויף אלטע געפילן וואס די עגא לאזט נישט זיין attuned צו איר.
א טריגער טוט נאר וויי ווען דו פייטסט די געדאנק וואס עס ברענגט ארויף.
זיין attuned צו פילונגס איז זייער געשמאק.
דאס וואס עס איז אסאך מאל פיינפול, איז ווייל עס פאסט נישט פאר די עגא אז מען איז needy און מען פייט עס.
דאס וואס ביזט געווארן געטריגערט אלץ קינד איז אויך נאר ווייל עס האט ארויפגעברענגט עפעס וואס עס איז inherited אין דיר און דו לויפסט אוועק פון עס.
נוצן די לאגיק צו מסביר זיין/פייטן/דזשאדזשען די געפיל איז אויך א א עסקעיפ.
זיי נישט ביזי מיט פילן די פילונג, די פילונג איז דארט אן דיין רשות, דארפסט עס נאר עקספיריענסען.
די עיקר איז... יעדע human being האט א infinite value מיט וואס מען ווערט געבוירן מיט. קיין איין מעלה מאכט דיר נישט זיין מער ווערט און קיין איין חסרון מאכט דיר נישט זיין ווייניגער ווערט.
דיין עגא איז ווער עס מעסט דיר מיט וואס דו טוסט אדער נישט און נעמט דיר אויף א רייד צו שפילן high און נאכדעם low וחוזר חלילה.
אפילו די עולם וועט יא לייקן/ עס וועט יא זיין אינטערסאנט וכו’ גיבט עס גארנישט צו צו די ווערט און אזוי אויך פארקערט...
וואס מאכט א מענטש יא ווערד?
מען דארף נישט מאכן ווערט, ער איז ווערט!
Re: Re:
חדשים #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
מיינע 2 סענט: איה״נ אז דער ניד צו זיין ווערט אין די אויגן פון אנדערע איז רוב מאל שטותים און ווי מער מ׳בויעט אויף די אייגענע סעלף-לאוו איז מען ווייניגער ביזי מיט געפעלן אנדערע און ווייניגער געטריגערט. אעפ״כ איז דער ניד אריינגעבויעט אינעם מענטש פאר ׳סורווייוועל׳ סיבות.
נאר כהיום יום ווען ׳סורווייוועל׳ איז נישט אזא אישו, מאכט עס מער פראבלעמען ווי א תועלת. אבער, אפילו היינט אין די מאדערענע וועלט ווען א מענטש זאל ווען זיין טאטלי און לאוו מיט זיך אליין בבחינת ׳שלום עלי נפשי׳. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אפראוועל. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אטענטשען, וכו׳ וועט עס לדעתי (אדרבה, לאמיר הערן ענקער מיינונג) בעקפייערן בדרך הטבע און עפעקטן זיין הצלחה און וועל-ביאינג...
סאוי, איך מיין אז ס׳וויכטיג און ׳געזונט׳ פארן גוף ונפש צו טרעפן און אויפבויען כאטש איין עריע וואס מ׳שפירט אז מ׳האט דארטן ספעציעלע כוחות מיט וואס מ׳קען צוגעבן פאר די וועלט.
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז די געברויך צו געפעלן פעלט אויס פאר סורווייוועל. יעדע מענטש האט אין זיך די געברויך פון עקספענשען, אזוי אויך געוויסע וויזיעס (visions) וואס גיבט אים א אויסטערלישע עקספיריענס. דאס איז וואס בויעט באמת די מענטש. אך און וויי ווען עס קומט פון א פלאץ וואס ער טוט עס נאר צו געפעלן אנדערע.
איך רעד פון די פשוט׳ע וועלן זיך צושטעלן כדאי צו געפעלן און שיין אריינפיטן אין סאסייעטי, וואס גיבט דעם מענטש מער טשענס צו טרעפן א דזשאב וכדו׳
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
מען קען אריינפיטן אין סאסייעטי אויב עס העלפט אים צו זיין וויזשען און זיין עקספענשען. עס טאר נישט קומען פון א פלאץ אז אנדעם בין איך נישט ווערט.
Re: Re:
חדשים #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
מיינע 2 סענט: איה״נ אז דער ניד צו זיין ווערט אין די אויגן פון אנדערע איז רוב מאל שטותים און ווי מער מ׳בויעט אויף די אייגענע סעלף-לאוו איז מען ווייניגער ביזי מיט געפעלן אנדערע און ווייניגער געטריגערט. אעפ״כ איז דער ניד אריינגעבויעט אינעם מענטש פאר ׳סורווייוועל׳ סיבות.
נאר כהיום יום ווען ׳סורווייוועל׳ איז נישט אזא אישו, מאכט עס מער פראבלעמען ווי א תועלת. אבער, אפילו היינט אין די מאדערענע וועלט ווען א מענטש זאל ווען זיין טאטלי און לאוו מיט זיך אליין בבחינת ׳שלום עלי נפשי׳. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אפראוועל. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אטענטשען, וכו׳ וועט עס לדעתי (אדרבה, לאמיר הערן ענקער מיינונג) בעקפייערן בדרך הטבע און עפעקטן זיין הצלחה און וועל-ביאינג...
סאוי, איך מיין אז ס׳וויכטיג און ׳געזונט׳ פארן גוף ונפש צו טרעפן און אויפבויען כאטש איין עריע וואס מ׳שפירט אז מ׳האט דארטן ספעציעלע כוחות מיט וואס מ׳קען צוגעבן פאר די וועלט.
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אז די געברויך צו געפעלן פעלט אויס פאר סורווייוועל. יעדע מענטש האט אין זיך די געברויך פון עקספענשען, אזוי אויך געוויסע וויזיעס (visions) וואס גיבט אים א אויסטערלישע עקספיריענס. דאס איז וואס בויעט באמת די מענטש. אך און וויי ווען עס קומט פון א פלאץ וואס ער טוט עס נאר צו געפעלן אנדערע.
כ'האב לעצטענס געהאט א לענגערע שמועס מיט א חבר וועגן די נושא. מיר האבן זיך ארומגעטענה'ט א לענגערע צייט און צום סוף האט ער בלית ברירה מסכים געווען צו מיר. כ'האב געקלערט צו עפענען אן אשכול דערוועגן, אבער אז איר ברענגט עס ארויף, וועל איך עס דא אריינווארפן אין קורצן.
מיין טענה איז געווען, אז ס'איז נישט דא קיין מענטש אויף דער וועלט וואס לאכט זיך באמת אויס פון יעדעם. קיינער וועט נישט טון עפעס וואס איז אפגעפרעגט ביי ממש יעדע מענטש אויף דער וועלט. אויב טוט יא איינער דאס, איז ער נישט נארמאל.
וועגן די ווארט 'נארמאל' קען מען אויך רעדן. נארמאל באדייט עפעס וואס יעדער האט אנגענומען אלס נארמאל. דאס הייסט, אז ווען דו טוסט עפעס וואס יעדער האלט אלס נארמאל, דאן ביסטו נארמאל.
למשל, שפאצירן אויפ'ן גאס מיט קורצע הויזן איז נארמאל? די ענטפער איז, אז ס'ווענד זיך פאר וועם. פאר א חסיד'שער אינגערמאן איז עס נישט נארמאל, און פאר א גוי איז עס העכסט נארמאל. קטנ'ען אין גאס, שלאגן א קנעכט, ארויסציען בלוט דורך ווערים, קליינע קינדער ארבעטן שווער, איז נארמאל? ווענד זיך ווען. פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק, די נארמע; היינט, טאטאל פארריקט.
אזוי איז יעדע דור, יעדע קולטור, יעדער מיט זיינע נארמאלקייטן.
נארמאל האט נישט קיין אפטייטש. נארמאל מיינט, וואס יעדער האלט פאר נארמאל, און דאן ווערט עס נארמאל.
דעריבער וועסטו אייביג מוזן האבן כאטש עטליכע מענטשן וואס עקסעפטן דיר אלס נארמאל. ס'איז טאקע א גבורה צו קאקן אויפ'ן סיסטעם און זאגן ס'גייט מיר נישט אן וואס יעדער זאגט. למעשה וועסטו אבער אבער אייביג דארפן צוקומען צו אנדערע מענטשן וואס וועלן דיר יא האלטן אלס נארמאל.
והבן כי קצרתי
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
@שעפטאל, קומסט אריין שטארק!
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
חדשים #
מען קען אריינפיטן אין סאסייעטי אויב עס העלפט אים צו זיין וויזשען און זיין עקספענשען. עס טאר נישט קומען פון א פלאץ אז אנדעם בין איך נישט ווערט.
און אויב נישט? דו וואלסט געוואקט צום וויזשען דיינער איינער אליין אפילו קיינער קומט דיר נישט נאך?
זיין ווערט אין די אייגענע אויגן איז איין זאך, און ס׳נישט קיין סתירה צו עקטן און מאכן זיכער אז אנדערע עקסעפטן מיר אויך. נישט אזוי?
[איך שמועס עס נאר אויס, פשוט כדאי צו ווערן קלארער פאר מיר אליין]

איז ווייטער די זעלבע נקודה. א מענטש’ס ווערט האט גארנישט צו טון צו ער איז נארמאל אדער נישט, whatever this means. אויב פאר די מענטש’ס עקספענשען פעלט זיך אויס צו טון געוויסע זאכן און וועגן דעם טוט ער עס, דעמאלטס קומט עס פון א געזונטע פלאץ. אבער עס האט נישט קיין שום שייכות מיט זיין ווערט.
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
זייער א אמתדיגע זאך וואס @שעפטל זאגט, אפי' די ווילסט לעבן פאר יענעם און זיך געפעלן, קענסטו נישט ווילאנג די האסט זיך אליינס נישט ליב.
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
בְּתוֹךְ עַמִּי #
חדשים #
מען קען אריינפיטן אין סאסייעטי אויב עס העלפט אים צו זיין וויזשען און זיין עקספענשען. עס טאר נישט קומען פון א פלאץ אז אנדעם בין איך נישט ווערט.
און אויב נישט? דו וואלסט געוואקט צום וויזשען דיינער איינער אליין אפילו קיינער קומט דיר נישט נאך?
זיין ווערט אין די אייגענע אויגן איז איין זאך, און ס׳נישט קיין סתירה צו עקטן און מאכן זיכער אז אנדערע עקסעפטן מיר אויך. נישט אזוי?
[איך שמועס עס נאר אויס, פשוט כדאי צו ווערן קלארער פאר מיר אליין]
איך פארשטיי פון דיינע שאלות אז דיין קאנעקשען איז געבויעט אויף געפעלן אנדערע. אויב דו ווילסט טאקע ווערן קלארער קענען מיר ממשיך זיין פריוואט. עס גייט זיין א לענגערע שמועס וואס איז שווער אנצוהאלטן אויף די פלאטפארמע.
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
[ציטאט אראפגענומען]
יאפ דאס האב איך טאקע אינזין געהאט פריער ווען איך האב געזאגט אז קאמפעשאן איז די שליסל מען קען אויפטון א וועלט ווען מען האט קאמפעשאן פאר א צווייטן
ממש ניסים געשעהן איך האב עס פראבירט צו טון מיט א נארסעסיסט און ער האט זיך צולאזט פאר מיינע אויגן
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
מיינע 2 סענט: איה״נ אז דער ניד צו זיין ווערט אין די אויגן פון אנדערע איז רוב מאל שטותים און ווי מער מ׳בויעט אויף די אייגענע סעלף-לאוו איז מען ווייניגער ביזי מיט געפעלן אנדערע און ווייניגער געטריגערט. אעפ״כ איז דער ניד אריינגעבויעט אינעם מענטש פאר ׳סורווייוועל׳ סיבות.
נאר כהיום יום ווען ׳סורווייוועל׳ איז נישט אזא אישו, מאכט עס מער פראבלעמען ווי א תועלת. אבער, אפילו היינט אין די מאדערענע וועלט ווען א מענטש זאל ווען זיין טאטלי און לאוו מיט זיך אליין בבחינת ׳שלום עלי נפשי׳. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אפראוועל. איך דארף נישט קיינעמ׳ס אטענטשען, וכו׳ וועט עס לדעתי (אדרבה, לאמיר הערן ענקער מיינונג) בעקפייערן בדרך הטבע און עפעקטן זיין הצלחה און וועל-ביאינג...
סאוי, איך מיין אז ס׳וויכטיג און ׳געזונט׳ פארן גוף ונפש צו טרעפן און אויפבויען כאטש איין עריע וואס מ׳שפירט אז מ׳האט דארטן ספעציעלע כוחות מיט וואס מ׳קען צוגעבן פאר די וועלט.
טאטלי און לאוו מיט זיך אליינס אויף דעם גאנג וואס דו שרייבסט דאס איז גאווה און נארסעסיזים און סאיז נישט אמת סאיז שקר... די דרך ממוצא איז קאמפעשאן פאר זיך און פאר אנדערע אזוי פארשפרייט מען זיסע ליבע ענערדזי וואס איז משפיע גוטע זאכן

wow ׳שעפטאל׳ האט געפענט א קען אוו ווארמ׳ס [קענדי׳ס] 😂
דערוילעם קומט אריין מיט חידושים נפלאים, זה בכה וזה בכה @חדשים גייט מיר שוין מסביר זיין אין אישי.
יעצט, ווען גייעך זוכה זיין צו פארשטיין דיין טעזע?
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
יא יא. האט נאך איינער באמערקט?
אין דעם אשכול שטעלט זיך ארויס אז
@חדשים איז א אונדער קאווער פסיכולוג
@שפילער פיהל מיט קאמפעשן פאר אלעמען מיט גוטע ענערגיע
@האניג א געשמאקע בר שכל
בתוך עמי (כ'וועל אישי'ן דיין קאמפלימענט, סאומטינג ספעשיל!)
א.א.וו. קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר ראק סטאר'ס!!!
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
לאמיר נישט פארגעסן פון
@שעפטאל
נישטא די ריכטיגע ווערטער!!
איך בין צו אינג און קליין צו קענען שרייבן איך וועל לאזן פאר די קליגערע און גרעסערע
אבער גענוג צו פארשטיין אז דו ביסט עפעס באמבאסטיש
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
שעפטאל #
יא יא. האט נאך איינער באמערקט?
אין דעם אשכול שטעלט זיך ארויס אז
@חדשים איז א אונדער קאווער פסיכולוג
@שפילער פיהל מיט קאמפעשן פאר אלעמען מיט גוטע ענערגיע
@האניג א געשמאקע בר שכל
בתוך עמי (כ'וועל אישי'ן דיין קאמפלימענט, סאומטינג ספעשיל!)
א.א.וו. קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר ראק סטאר'ס!!!
שעפטאל, אונזערע רבי’ס האבן אונז אויסגעלערנט don't shoot the messenger... דזשאסט קידיניג...
איך פיל מיר געטריגערט... איך נוץ אויס די געלעגנהייט זיך צו חזר’ן אז אפילו איך האב א מעלה בין איך נישט מער ווערט און אפילו איך האב א חסרון בין איך נישט ווייניגער ווערט...
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
שפילער #
[ציטאט אראפגענומען]
יאפ דאס האב איך טאקע אינזין געהאט פריער ווען איך האב געזאגט אז קאמפעשאן איז די שליסל מען קען אויפטון א וועלט ווען מען האט קאמפעשאן פאר א צווייטן
ממש ניסים געשעהן איך האב עס פראבירט צו טון מיט א נארסעסיסט און ער האט זיך צולאזט פאר מיינע אויגן
זייער אינטערעסאנט.
וואס פונקטליך מיינסטו מיט קאמפעשאן? מיטגעפיל?

יא טראכט וואסערע טונקעלע פלאץ ער איז וואס האט ער מסתם דורגעמאכט אלטס קינד אז ער האט דעוועלעפט נארסעסיסיזים ותראה פלאות...
שפילער
וואס מאכט א מענטש יא ווערד?
נישט דא קיין שום זאך וואס מאכט א מענטש מער "ווערד" ווי א צווייטן, א מענטש קומט אראפ אויף דעם וועלט מיט די פונקטליכע מידות און IQ וואס ער דארף צו פארפילן זיינע פליכטן און נישט קיין טראפ מער אדער ווייניגער. אז דו האסט מער אויסגעארבעטע מידות ווי דיין חבר איז עס ווייל מ'האט עס דיר פון הימל געגעבן ווייל דו דארפסט עס האבן פאר דיין מיסיע אויף דעם וועלט, דיין חבר קען בעסער פארפילן זיינע פליכטן מיט מדות מגונות דערפאר האט מען איהם דאס געגעבן.
Re:
ברוך שפינוזה #

דאס איז א ריזיגע פראבלעם סעלף worth איז א דראג וואס אונז ארבעט מיר א גאנץ לעבן אויף וועגן דעם לערנען מיר ףלייסיג אין ישיבה וועגן דעם ווילן מיר א גיטע שידוך וכו' וכו' וכו'
איז וואס איז די עצה צו פילן ווערד ? גארנישט? וויזוי זאל זיך א מענטש פילן גיט מיט זיך?
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
דו פילסט אז דו האסט א האנט אדער דו האסט א האנט? דו זיכסט אז איינער זאל דיר געבן עצות צו פילן אז דו האסט א האנט? קיינער פילט נישט אז מען האט א האנט, עס איז א מציאות, עס איז נישט א זאך וואס מען פילט...
דו האסט א ווערט, עס איז א מציאות, עס איז נישט א זאך וואס מען דארף זוכן עצות וויאזוי עס צו פילן...
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
חדשים: ביסט לאקי אז ס'איז אזוי ביי דיך.
ס'דא חברה וואס ביי זיי איז דעם איינגעקריצטן בעליף אנדערש.
שכל און לאגיק וועט נישט העלפן צופיהל.
חברה כאפט'ס א גלעזל טיי, העט עטץ וויסן אז עטץ האט'ס זיך ליב 😛

איך האב עס אויך נישט געהאט און איך ארבייט נאך אלץ אויף דעם. עס איז א לעבנסלענגליכע ארבייט וואס גייט נאר טיפער און טיפער. עס איז אינו דומה וואס מען שפירט. מען קען נישט מסביר זיין מיט שכל און לאגיק פארוואס מען איז ווערט. עס איז א עקספיריענס און מציאות וואס עס איז דא אין די מענטש, מען דארף נאר זיין attuned צו עס.
עס איז נישט עפעס וואס מען ארבייט צו באקומען ווערט. די ווערט איז אין דיר. עס דארף נאר אראפגענומען ווערן די אלע בלאקעדזשעס/פראטעקטערס/דזשאדזשמענטס/עגא/ וואס דעקן עס צו.
Re: Re:
שפילער #
ברוך שפינוזה #
שפילער
וואס מאכט א מענטש יא ווערד?
נישט דא קיין שום זאך וואס מאכט א מענטש מער "ווערד" ווי א צווייטן, א מענטש קומט אראפ אויף דעם וועלט מיט די פונקטליכע מידות און IQ וואס ער דארף צו פארפילן זיינע פליכטן און נישט קיין טראפ מער אדער ווייניגער. אז דו האסט מער אויסגעארבעטע מידות ווי דיין חבר איז עס ווייל מ'האט עס דיר פון הימל געגעבן ווייל דו דארפסט עס האבן פאר דיין מיסיע אויף דעם וועלט, דיין חבר קען בעסער פארפילן זיינע פליכטן מיט מדות מגונות דערפאר האט מען איהם דאס געגעבן.
דאס איז א ריזיגע פראבלעם סעלף worth איז א דראג וואס אונז ארבעט מיר א גאנץ לעבן אויף וועגן דעם לערנען מיר ףלייסיג אין ישיבה וועגן דעם ווילן מיר א גיטע שידוך וכו' וכו' וכו'
איז וואס איז די עצה צו פילן ווערד ? גארנישט? וויזוי זאל זיך א מענטש פילן גיט מיט זיך?
דן ווילסט עצות אדער פאקטן? די פאקטן האב איך שוין געזאגט, פאר עצות טשארדז איך 😃 😛
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
חדשים #
שעפטאל #
חדשים: ביסט לאקי אז ס'איז אזוי ביי דיך.
ס'דא חברה וואס ביי זיי איז דעם איינגעקריצטן בעליף אנדערש.
שכל און לאגיק וועט נישט העלפן צופיהל.
חברה כאפט'ס א גלעזל טיי, העט עטץ וויסן אז עטץ האט'ס זיך ליב 😛
איך האב עס אויך נישט געהאט און איך ארבייט נאך אלץ אויף דעם. עס איז א לעבנסלענגליכע ארבייט וואס גייט נאר טיפער און טיפער. עס איז אינו דומה וואס מען שפירט. מען קען נישט מסביר זיין מיט שכל און לאגיק פארוואס מען איז ווערט. עס איז א עקספיריענס און מציאות וואס עס איז דא אין די מענטש, מען דארף נאר זיין attuned צו עס.
עס איז נישט עפעס וואס מען ארבייט צו באקומען ווערט. די ווערט איז אין דיר. עס דארף נאר אראפגענומען ווערן די אלע בלאקעדזשעס/פראטעקטערס/דזשאדזשמענטס/עגא/ וואס דעקן עס צו.
וויזוי "ארבעט" מען דערויף מען שלעפט באקסעס?
וואס מיינסטו מיט ארבייטען?...
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
מען ארבייט צו דעפיינען די בלאקעדזשעס וואס פארדעקן די ווערט.
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
מ'קען ארבטן אויף יעדע שיכט און קרייז פון יעדע בלאקעדש באזינדער.
יא מ'קען בויען א הויז מיט א סקרו דרייווער.
ביי מיך האט עס נישט גע'ארבעט. כ'רעד פון יאהרן עבודה!
(@מונטסורי מיט זיין אייזענע פעדער האט נארוואס געשריבן לשונות וואס פאסן אזוי שטארק אריין
דאס זענען אלעס בלויזע שאלאכץ, ווערדלאזע קליפות, פארוואקסען אויף דעם בלויזן ״איך״ וואס עקזיסטירט און אבזערווירט אלעמאל אינם אינטערגרונד.
ער האט פרובירט אים צו העלפען מיט כלים וואס ער האט באקומען אבער ער האט נאכנישט אנדעקט זיין אייגענע נשמה.)
מ'קען גלייך גיין צום נקודה פנימי, אויפוועקן דעם איך, אזש ער געבט זיך א שאקל אפ פון אלע מסכים. זיי צופאלן כמוץ לפני רוח.
מ'קען בויען א הויז מיט א קרעין און דריל'ס. (א טרינק)
די לעבן איז צו קורץ מ'זאל בלייבן שטעקן ביי די ערשטע וועג אויב מ'בלייבט סטאק חלילה.

סא דו רעדסט פון טערעפי רייט?

איך ווייס נישט וואס טעראפי טוט... מיר האט עס נישט געהאלפן...
איך רעד פון וואס איך האב געשריבן אין מיין ערשטע תגובה אין די אשכול...
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
שעפטאל #
מ'קען ארבטן אויף יעדע שיכט און קרייז פון יעדע בלאקעדש באזינדער.
יא מ'קען בויען א הויז מיט א סקרו דרייווער.
ביי מיך האט עס נישט גע'ארבעט. כ'רעד פון יאהרן עבודה!
(@מונטסורי מיט זיין אייזענע פעדער האט נארוואס געשריבן לשונות וואס פאסן אזוי שטארק אריין
דאס זענען אלעס בלויזע שאלאכץ, ווערדלאזע קליפות, פארוואקסען אויף דעם בלויזן ״איך״ וואס עקזיסטירט און אבזערווירט אלעמאל אינם אינטערגרונד.
ער האט פרובירט אים צו העלפען מיט כלים וואס ער האט באקומען אבער ער האט נאכנישט אנדעקט זיין אייגענע נשמה.)
מ'קען גלייך גיין צום נקודה פנימי, אויפוועקן דעם איך, אזש ער געבט זיך א שאקל אפ פון אלע מסכים. זיי צופאלן כמוץ לפני רוח.
מ'קען בויען א הויז מיט א קרעין און דריל'ס. (א טרינק)
די לעבן איז צו קורץ מ'זאל בלייבן שטעקן ביי די ערשטע וועג אויב מ'בלייבט סטאק חלילה.
זאגסט אזוי גוט... מען קען נישט ארבייטן אויף די עגא... מען דארף אנערקענען און עקספיריענסען די אייגענע ווערט און דאס העלפט דיך אפשאקלן די אלע טריגערס...
איך רעדט ווען דו האסט א טריגער, ארבייט צו דעפיינען די בלאקעדשעס, attune צו די פילונג און נוץ אויס די אפערטוניטי צו חזר’ן די אייגענע ווערט.
Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
סאיז זייער אינטערסאנט אז די עיקר היילונג איז ווען מען קאנעקט צו די אינערטשיילד און איך רעד די אינערטשיילד וואס האט נישט קיין ווערטער, זייער אסאך מאל איז די טראמא און די היילונג נאך בעפאר דאס קינד הייבט אן בכלל צו רעדן די טראמא געפינט זיך אינעם צוויי יעריגן זיסן אינערטשיילד וואס האט נאך דעמאלטס ניטאמאל גערעדט! אבער פארשטאנען צו זיין נפש האט ער נאך ווי
וועגן דעם וועט די טרעדישענעל טאלק טערעפי נישט אזוי ווייט העלפן נאר מען דארף טון טיפע סאמעטיק ארבעט ...
סייקאדעליקס טאקע דאס איז די breakthrough פון סייקאדעליקס די מענטש טרעפט זיך מיט זיין אינערטשיילד