Re: זיין באקוועם מיט זיך אליין
חדשים #איך פארשטיי פון דיינע שאלות אז דיין קאנעקשען איז געבויעט אויף געפעלן אנדערע. אויב דו ווילסט טאקע ווערן קלארער קענען מיר ממשיך זיין פריוואט. עס גייט זיין א לענגערע שמועס וואס איז שווער אנצוהאלטן אויף די פלאטפארמע.
יש״כ @חדשים פאר דיין ביאור אין אישי. ס׳האט מיר גענומען אפאר טאג צו כאפן דעם עומק, אבער יעצט איזעס מיר זייער קלאר [לאמיר טאקע וויסן צו דאס האסטו געמיינט] אז ווילאנג א מענטש וויל ׳געפעלן׳ אנדערע דורך אן אופן וואסיז נישט עכט ׳ער׳ וועט ער קיינמאל נישט פילן עכט קאנעקטעד - שטעל דיר פאר אז דו קומסט צו א געשמאקע פארברענג מיט דיינע נאנטע חברים אבער דו באהאלסט דיר אין א קלאזעט. קען זיין אז דו קענסט מיטהאלטן פון דארט און אפילו ארויסשרייען צו דיינע חברים פון דארט אבער ס׳נישט די ריעל טינג.
כדי באמת הנאה צו האבן פון חברים, מענטשן פעלטסעך אויס צו קענען עקספאויזען דעם ״ריעל״ סעלף. אנדערש וועטעס נישט ארבייטן.