די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16798
די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל איינס
בערקע פּאַרך און דער אַלטער פּאָפּוגיי
אין איינעם פון די צעפאלענע הייזלעך הינטער דער כעלעמער מקוה, האט געוואוינט א איד, א קאַטאַריניאַזש, ד.ה. א איד וואס איז זיך מפרנס פון דעם וואס ער שפילט אויף א קאַטאַרינקע, און פון די שאר ירקות וואס געהערן צו א קאטארינקע (הערה: כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דאס איז, עפעס א סארט מוזיקאלישער אינסטרומענט), דהיינו: אויף דער קאטארינקע איז תמיד געזעסן א גרויסער גרינער פּאָפּוגיי וואס איז שוין אלט געווען א מטמון מיט יארן, און איז געווען צוגעבינדן צו דער קאטארינקע מיט א לאנג מעשן קייטעלע.
דער פויגל איז געווען א געוואלדיגער שתקן, מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים קיין פיפס. ער איז געסען אויף דער קאטארינקע מיט צוגעמאכטע אויגן און מיט אן אראפגעלאזטן קרומען שנאָבל. צי איז ער געשלאפן מחמת זקנה, צי איז אים סתם נמאס געווארן אזוי פיל יארן צו קוקן אויף דער וועלט? ווער קאן דען וויסן די מחשבות פון א פויגל?
דער פויגל פלעגט בלויז עפענען די אויגן ווען זיין אייגענטימער - ער האט געהייסן בערקע פּאַרך - האט צו אים גערעדט און אים געהייסן ציען גורל-קוויטלעך. מיט אפאר גרינע אלטע אויגן האט ער א קוקן געטון אויף דעם בעל-הקאטארינקע, אריינגעשטעקט זיין קרומען שנאבל אין א קעסטעלע מיט קוויטלעך, ארויסגעצויגן א קוויטל און עס אריינגעלייגט אין דעם יידנס האנט, און צוריק אריינגעשטעקט דעם קאפ צווישן זיינע אייגענע פעדערן און ווייטער געשלאפן.
באלד נאך פסח האט בערקע פארך, צי בערקע קאטאריניאזש, גענומען די קאַטאַרינק מיט דעם אלטן פאפגיי און אוועק איבער פּוילן. אין אלע דערפער האט מען אים געקענט. האט מען פונדערווייטנס געהערט דאס שפילן פון א קאַטאַרינקע, האט מען געוואוסט, אז עס קומט בערקע פון כעלם. פויערים און פויערטעס האבן זיך געזאמלט ארום דער קאטארינקע, געהערט שפילן און געוואלט וויסן, וואס עס איז זיי באַשערט. מען האט דעם איד געגעבן א גראָשן און ער האט געוועקט דעם פויגל פון זיין שלאף. דער פויגל האט א קוק געטון אויפ'ן איד, אריינגעשטעקט זיין קרומען שנאָבל אין דעם קעסטעלע מיט קוויטלעך, און אריינגעלייגט אין דעם אידנ'ס האנט דעם גורל פון א מענטשן.
אהיימגעקומען איז בערל קאַטאַריניאַזש ערשט אויף פסח, א גאנץ יאר האט מען נישט געוואוסט וואו זיין געביין איז אהינגעקומען. זיין ווייב, דבורה מרים, א הויכע אידענע אַן עקרה, איז געזעסן ביים פענסטער. דאס פענסטער האט געהערט בלומענטעפ ווי די פענסטער ביי גוים. סיי זומער סיי ווינטער איז די עקרה דבורה מרים דארט געזעסן און ארויסגעקוקט אינדרויסן. זי האט געקוקט און געשוויגן.
עטליכע טעג פאר פסח האט מען געהערט פונדערווייטנס שפילן א קאַטאַרינקע.
דעמאלטס האט דבורה מרים זיך אויפגעשטעלט פון פענסטער און זיך גענומען וואשן די דילן לכבוד פסח.
בערקע פארך איז אהיימגעקומען נאך א יאר זיין נע-ונד איבער פוילן.
דער גרינער אלטער פאפוגיי איז געזעסן מיט צוגעמאכטע אויגן אויף דער קאטארינקע און געשלאפן.
אזוי זענען פארגאנגען יארן.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל צוויי
מען הערט נישט שפילן
מאכט זיך א מעשה, ס'איז שוין עטליכע טעג פאר פסח. דבורה מרים זיצט צווישן די בלומענטעפ און קוקט ארויס. מען הערט נישט פונדערווייטנס שפילן.
זי איז געזעסן ביים פענסטער איבער פסח. מען הערט נישט שפילן.
ס'קומט ל"ג בעומר און שבועות. דבורה מרים זיצט כסדר ביים פענסטער און קוקט ארויס - מען הערט נישט שפילן.
(המשך יבא)
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
זייער שיין געשריבן! מיר ווארטן מיט שפאנונג צו ליינען ווייטער!
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
מתתיהו #
זייער שיין געשריבן! מיר ווארטן מיט שפאנונג צו ליינען ווייטער!
ייש"כ. די קרעדיט קומט אבער נישט פאר מיר, נאר פאר'ן אריגינעלן שרייבער, מ'וועט אי"ה צו אלעם אנקומען בהמשך.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
נחום הסופר: ייש"כ. זייער שיין געשריבן.
די געשיכטע איז ציענד און שפאנענד. נאר דו ציעסט אונז אן די נערוון. ווייל איעדער (איך זיכער) איז נייגעריג ווי די כעלעמער ממזרים קומען צו בערקע פארעך און זיין ווייב דבורה מרים די עקרה.
די ספעקולאציעס זענען ענדלאז. צי דבורה מרים די געדאכטע עקרה האט געבוירן איינס אדער עטליכע קינדער ווען איהר מאן איז געווען נע ונד. אדער גאר בערקע פארעך איז אהיימגעקומען בשתיקה און ער האט "געוואוינט" מיט א חתנה געהאטע פרוי אין שטעטל.
דער עוילעם ווארט מיט אומגעדולד אויף די קומענדיגע אנטויקלונגען.
אונז אלע (אדער לכה"פ די מערסטע פון אונז) האבן איין בקשה. אז די המשכים זאללן זיין א ביסל לענגער. און אויך מער אפט...!
ווער ווייסט אויב דבורה מרים די עקרה האט נישט אויפגגעמאכט א "מעשה", אז גייענדיג אהיים פון די מקוה, ווען זי האט גערעכנט אז איהר מאן אויז אויפ'ן וועג אהיים האט א שד זי באפאללן און "געוואוינט" מיט איהר.
און אויב (ח"ו) בערקע איז נפטר געווארן אדער (היל"ת) געהרג'עט געווארן ערגעץ אונטערוועגנס, זענען דאך די קינדער נישט קיין ממזרים. ווייל זי איז געווען א "פנויה". נאר אין פאל מ'האט נישט געויסט וואו בערקע פארעך איז אהינגעקומען. דאמאלס איז זי אן עגונה...!
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
berlbalaguleh: כאַ כאַ כאַ...
(בילד קרעדיט: פופציגער אייוועלט)📎 66666.png
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל דריי
אַן ארחי-פּרחי זאגט עדות
צווישן תשעה באב און ראש חודש אלול זענען אנגעקומען קיין כעלם פרעמדע מדינה גייער. אפגעברענטע פארשטויבטע אידן, ארעמע לייט און ארעמע ווייבער. די ווייבער זענען געגאנגען מיט צעריסענע טיכער אויף די קעפ, און די מאנסבילן, אפגעריסענע, בארוועסע און מיט גראבע וואלד-שטעקנס אין די הענט. זיי האבן זיך באלד פארקירעוועט צום כעלעמער הקדש.
נאך עטליכע טעג, איז איינער א געקומענע ארחי-פרחי, א הויכער בלאסער ארעמאן מיט שיקלדיגע אויגן און מיט א געדיכטער שווארצער בארד, אריינגעקומען אין דער כעלעמער בית דין שטוב צום רב, ער האט געהאלטן דעם ארעמאנסקן וואלד-שטעקן אין דער האנט, און דערציילט כהאי לישנא:
בערקע פארך מיט דער קאַטאַרינקע און מיט דעם פויגל איז געווען באקאנט אין אלע הקדשים אין פוילן און צווישן אלע ארעמעלייט און מדינה-גייער. א קאטאריניאזש און א מדינה-גייער איז כמעט איינס און דאס זעלבע. ערגעץ אין א הקדש - דערציילט ווייטער דער איד - אין א העק א שטעטל גאר, גאר ווייט אין פוילן, דארט וואו אידן הויבן שוין אן צו רעדן ליטוויש, איז ער בערקע פארך, געשטארבן. אלע האבן אים געקאנט, מחמת צווישן די גויים אויף די דערפער און צווישן די ארחי-פרחי איז ער געווען א שם דבר.
דער רב און דער דיין ר' שעפסעלע האבן דעם פרעמדן ארעמאן גענומען אויפ'ן צימבל און אים אויסגעפרעגט פרטים. דער איד האט זיך נישט געלאזט כאפן אויף דער צונג און האט דערציילט פרטים, געברענגט ראיות און געוויזן קענטעניסן, אז אפילו א בלינדער וואלט געווען געזען, אז דער איד איז אן אמת'ער עדות.
עס איז קלאר ווי דער טאג: בערקע פּאַרעך - ווי ער האט געהייסן אויפ'ן שם הקודש האט קיינער נישט געוואוסט - איז, פאר קיין שום איד געדאַכט, געשטארבן אין די מרחקים. מוז מען שיקן נאך דער אלמנה דבורה מרים איר אנזאגן די בשורה, און איר מתיר זיין חתונה צו האבן.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
נחום הסופר: ייש"כ. זייער שטארק אינטרעסאנט. דערווייל.
דער גרויסער שרייבער פון סיפורי מעשיות אין אידיש חיים גראדע ברענגט אן ענליכע מעשה. וואס איך וויל דא נישט פארציילן. ווייל אין מערבין מעשה במעשה. איך וועל דיך לאזן פארציילן דיין פארציילונג און אויסהערן מיט שפאנונג.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל פיר
דבורה מרים שווייגט
ר' מנשה דער בית דין שמש איז געקומען אין די מפולת'ן פון די בסתר המדריגה אידן און זיך געפרעגט אויף דבורה מרימען, דאס ווייב פון דעם קאטארינאזש בערקע פארעך. פון אלע מפולת-פענסטערלעך האבן זיך ארויסגעשטעקט קעפ פון אידן און ווייב וואס פארמאגן בלויז צונעמענישן. מען האט דעם שיינעם איד מיט'ן שמש'ישן שטעקן געוויזן צו די פענסטער מיט די בלומען-טעפ. ער האט דארט אנגעקלאפט, און מיט'ן גראבן קול געהייסן דבורה מרימ'ען קומען אין דער בית דין שטוב.
דבורה מרים האט געשוויגן. זי האט גענומען דאס פויערישע טוך אויפ'ן קאפ. דאס רויטע פויערישע טוך, וואס בערקע פארך האט איר אמאל מיטגעברענגט פון די מרחקים. זי איז נאכגעגאנגען ר' מנשה'ן אין דער בית דין שטוב אריין וואס האט זיך געפינען בשכנות מיט'ן כעלעמער בית המדרש.
דבורה מרים איז געבליבן שטיין ביי דער טיר פון בי"ד שטוב. ס'האט זי דארט געשראקן די פילע שענק מיט ספרים און ספאדיקעס פון כעלעמער רב און דער מורה הוראה ר' שעפסעלע. דער רב האט איר געזאגט, אז בעלה - איר מאַן - בערקע, איז, נישט פאר קיין איד געדאכט, געשטארבן אין די מרחקים. דער עדות, דער ארחי-פרחי האט נאך אמאל איבערדערציילט דאס געשעעניש מיט אלע פרטים און פיטשעווקעס.
דבורה מרים האט געקוקט מיט אפענע אויגן אויף די פרעמדע אידן און אויף די ספרים שענק. נאך א קליינע ווייל האט זי געעפענט די לעפצן און דעם פרעמדן ארעמאן געפרעגט אויף דעם פאפוגיי.
דער פויגל איז גע'פגר'ט באלד נאכדעם וואס מען האט נאר קובר געווען דעם בר-מנן, האט דער ארעמאן געזאגט און געקוקט אויף דער אידענע, די קאַטאַרינקע האט חברה קדישא פארקויפט כדי דער מת-טהור זאל האבן תכריכים.
דבורה מרים האט נישט געוויינט.
זי איז אהיימגעגאנגען און זיך אוועקגעזעצט ביים פענסטער, און דורך די צעבליטע בלומען-טעפ ארויסגעקוקט אינדרויסן.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
המשך יבא
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
]
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל פינף
וואס דער ערד פארדעקט פארגעסט זיך
אלצדינג וואס די ערד פארדעקט - פארגעסט זיך.
בערקע'ן דעם קאטאריניאזש האט כעלם באלד פארגעסן. אויך זיינע שכנים אין די מפולת'ן הינטער דער מקוה, די אידן און די ווייבער מיט די צונעמענישן, האבן אים פארגעסן. אויב דאס לעבן פון א שיינעם איד איז געגליכן צו דעם שאטן פון א פויגל וואס פליט פארביי, וואספארא ווערדע האט דאס לעבן פון א קאטאריניאזש? דאס לעבן פון א איד פון גאר, גאר אונטן?
אין די מפולת'ן צווישן די פראסטע אידן האט מען אנגעהויבן צו באמערקן אז די אלמנה דבורה מרים איז גאר נישט קיין מיאוסע אידענע. אין דעם שטומען בענקעניש נאך דעם טויטן קאטאריניאזש האט זי עפעס ווי אויפגעבליט אין א נייער יוגנט. צום ערשטן האבן עס געזאגט די ווייבער, און עס האט דערגרייכט צו די אויערן פון די מאַנסבילן. מען האט אנגעהויבן אריינצוקוקן דורך די בלומען-טעפ אינעם פענסטער פון איר דירה. דבורה מרים איז א פארשוין פון א אידענע, האט נישט איין מאנסביל געטראכט, דערצו איז זי א גאלדענע באַלעבאָסטע און קאן ארבעטן פאר צען. ווער עס וועט נעמען די אלמנה פאר א ווייב וועט האבן געכאפט א טריפה'נע מציאה.
עס האט זיך געמאכט אַן אלמן, א שמאַטע קלייבער. א איד וואס פארט ארום מיט א פורל איבער די דערפער, קויפט ביי די פויערן שמאַטעס און גיט זיי דערפאר אלערליי שמאַכטעס. דער דאזיגער איד ווערט נישט פארפאלן אויף גאנצע יארן אזוי ווי בערל פארך, פרייטאג פאר ליכט-צינדן קומט ער אהיים מיט א פול פורל שמאַטעס. פרנסה האט ער בריווח, נאר ער האט נישט ווער עס זאל אים זיין א באלעבאסטע.
ווייבער זענען געלאפן אהין און צוריק. דעם איד איז דבורה מרים געפעלן געווארן. דבורה מרים האט געשוויגן. לסוף איז זי באַשטאַנען חתונה צו האבן מיט'ן שמאטע-קלייבער.
עס איז דערגאנגען אין דער בית דין שטוב צום רב, אז די אלמנה פון בערקע פארך גייט חתונה האבן. מהיכי תיתי, האט דער רב געזאגט צו ר' שעפסעלע מורה הוראה און צו ר' מנשה'ן דעם בית דין שמש, עס איז א מצוה חתונה צו מאכן א וויסטע אלמנה.
מען האט געמאכט א חתונה. דער שמאַטע-קלייבער האט געמאכט אזא סעודה אז מען האט לאנג פון איר געשמועסט צווישן די אידן מיט די צונעמענישן אין די מפולת'ן הינטער דער כעלעמער מקוה.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל זעקס
אַ בוים מיט שפּעטע זומער-עפּל
אז דער אויבערשטער הייבט אן צו געבן מיט'ן פולן שעפל רינט עס טאקע איבער'ן מויל. עס האט זיך אויסגעלאזט: נישט בלויז וואס דבורה מרים איז קיין עין-הרע שענער געווארן ביים שמאַטע-קלייבער, נאר דער שם, אז זי איז אַן עקרה איז געווען אַן אומזיסטער.
עס זעט זיך אויס, דער שליממזל איז גאר געווען בערקע פּאַרעך דער קאַטאַריניאַזש. פון וואנען האט זי געזאלט נעמען קינדער, ווען דער קאטאריניאזש איז א קיילעכיק יאר נישט געווען אין דער היים און האטי זיך ארומגעשלעפט איבער פוילן מיט דער קאַטאַרינקע און מיט דעם פּאָפּוגיי?
עס זענען נישט פארגאנגען קיין פיר חדשים נאך דער חתונה מיט'ן שמאטע-קלייבער, אין די מפולת'ן האבן ווייבער אנגעהויבן צו שמועסן, אז דבורה מרים איז פארגאנגען אין טראגן. צו די ניין חדשים האט זי געמאכט א ברית. נישט לאנג נאכ'ן ברית איז זי ווידער פארגאנגען אין טראגן און פונדאסניי געמאכט א ברית. עס האט אזוי גענומען עטליכע יאר. דבורה מרים איז ארומגעגאנגען מיט קינדערלעך ביים פאַרטעך און מיט א זייגנדיקס ביי דער ברוסט. זי איז שענער געווארן פון טאג צו טאג און זי האט געבליט אין איר רייפקייט ווי די ביימער מיט די שפעטע זומער-עפל.
דער שמאטע-קלייבער איז געווען אויפ'ן זיבעטן הימל. אלע מאל ווען ער איז אהיימגעקומען אויף שבת האט ער איר עפעס מיטגעברענגט פון די דערפער, א ציצן-קליידל, א פויעריש טיכל. פון פעטע גענדז און הינער איז שוין אפגערעדט.
ויהי היום - מאכט זיך א מעשה...
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
פון ווי קומט דאס?
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
פאוואליע, פאוואליע, מ'וועט צו אלעם אנקומען.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל זיבן
עס שפילט די קאַטאַרינקע
ויהי היום - מאכט זיך א מעשה.
ס'איז געווען סאמע נאנט פאר פסח. דבורה מרים איז געווען פארטון צו מאכן יום טוב. אינדרויסן פאר'ן פענסטער האבן געטומלט אירע קינדער. גאר א קליינס איז געלעגן אין דער וויג - פלוצלינג, מען הערט פון דערווייטנס שפילן א קאַטאַרינקע.
דבורה מרים איז געווארן בלאס ווי דער טויט. דאס הארץ האט איר געטון א ריס. זי איז שיעור נישט אומגעפאלן.
דאס שפילן פון דער קאַטאַרינקע האט זיך דערנענטערט. דבורה מרימען איז דאס קול פון דער קאטארינקע געווען נאנט און באקאנט ווי דאס קול פון איר אייגענעם האלדז.
אויפ'ן כעלעמער מארק איז ארויפגעקומען בערקע פארך מיט דער קאטארינקע און מיט דעם אלטן פאפוגיי. סיי אויף אים, סיי אויפ'ן פויגל, האבן די לאנגע יארן נישט געמאכט דעם מינדסטן שינוי. זיי האבן אויסגעקוקט פונקט אויפ'ן האר ווי דעמאלטס ווען זיי האבן מיט יארן צוריק פארלאזן כעלעם.
בערקע איז געגאנגען, געדרייט די קאטארינקע און געשפילט די אייגענע ניגונים ווי אמאל. דער פויגל איז געזעסן מיט צוגעמאכטע אויגן אויף דער קאטארינקע און געשלאפן.
גלייך ווי עס וואלט גאר נישט געווען געשען איז בערקע פארך א שפילנדיקער פאמעליך געגאנגען צו די מפולת'ן הינטער דער מקוה. ער איז געגאנגען אהיים אויף פסח. ער האט זיך אויף קיינעם נישט אומגעקוקט און צומאל נישט געזען ווי אלע פענסטער און טירן עפענען זיך אין שטעטל. מען קוקט אים נאך, מען שאקלט מיט די קעפ און מען טייטלט אויף אים מיט די פינגער.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
רשעות'דיג גוט!
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
נחום הסופר #
קאפיטל זעקס
אַ בוים מיט שפּעטע זומער-עפּל
אז דער אויבערשטער הייבט אן צו געבן מיט'ן פולן שעפל רינט עס טאקע איבער'ן מויל. עס האט זיך אויסגעלאזט: נישט בלויז וואס דבורה מרים איז קיין עין-הרע שענער געווארן ביים שמאַטע-קלייבער, נאר דער שם, אז זי איז אַן עקרה איז געווען אַן אומזיסטער.
עס זעט זיך אויס, דער שליממזל איז גאר געווען בערקע פּאַרעך דער קאַטאַריניאַזש. פון וואנען האט זי געזאלט נעמען קינדער, ווען דער קאטאריניאזש איז א קיילעכיק יאר נישט געווען אין דער היים און האטי זיך ארומגעשלעפט איבער פוילן מיט דער קאַטאַרינקע און מיט דעם פּאָפּוגיי?
עס זענען נישט פארגאנגען קיין פיר חדשים נאך דער חתונה מיט'ן שמאטע-קלייבער, אין די מפולת'ן האבן ווייבער אנגעהויבן צו שמועסן, אז דבורה מרים איז פארגאנגען אין טראגן. צו די ניין חדשים האט זי געמאכט א ברית. נישט לאנג נאכ'ן ברית איז זי ווידער פארגאנגען אין טראגן און פונדאסניי געמאכט א ברית. עס האט אזוי גענומען עטליכע יאר. דבורה מרים איז ארומגעגאנגען מיט קינדערלעך ביים פאַרטעך און מיט א זייגנדיקס ביי דער ברוסט. זי איז שענער געווארן פון טאג צו טאג און זי האט געבליט אין איר רייפקייט ווי די ביימער מיט די שפעטע זומער-עפל.
דער שמאטע-קלייבער איז געווען אויפ'ן זיבעטן הימל. אלע מאל ווען ער איז אהיימגעקומען אויף שבת האט ער איר עפעס מיטגעברענגט פון די דערפער, א ציצן-קליידל, א פויעריש טיכל. פון פעטע גענדז און הינער איז שוין אפגערעדט.
ויהי היום - מאכט זיך א מעשה...
מיין רבי הרה"ק מ'יארמא שליט"א פלעגט זיין מרגלא בפומיה אז מ'פרעגט נישט קיין קשיא אויף א מעשה. אבער דאך. א (רויט) פויעריש טיכל האט דאך דבורה מרים די (געוועזענע) אלמנה געהאט נאך פון די צייטן פון איהר ערשטן מאן בערקע פארעך. וואס ער האט איהר געברענגט פון זיינע וואנדערונגען. נאר נאך איינס שאדט נישט.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
וואו נחום!!!!
געליינט אלעס אין איין אטעם
כ'האב מורא צו נעמען דעם צווייטען אטעם
כ'וויל נישט מיין גרידער זאל שטערען דעם חלום
כ'קען זיך נאך חלילה דערוועקן אין דערמיט
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
צו די הייסט נחום צו נישט ווייס איך ניט, אבער א סופר איינס אין דער (אלטער) וועלט ....
אבער פונקט דא האסטו זיך געדארפט אפשטעלן....
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל אכט
דאס יאר איז קיילעכיג
בערקע פארך האט געשפילט אויף דער קאטארינקע און איז געגאנגען אהיים. דאס איז תמיד זיין דרך מודיע צו זיין פונדערווייטנס דבורה מרימען, אז דאס יאר איז קיילעכיג. דאס יאר האט זיך איבערגעדרייט און ער קומט צו איר אהיים פון די מרחקים. בערקע איז געגאנגען טריט ביי טריט און געשפילט.
אין די מפולת'ן הינטער דער מקוה זענען אלע פענסטער און טירן געווען אויפגעפראלט. קעפ אויף קעפ האבן ארויסגעקוקט.
בערקע פארך איז געגאנגען און געשפילט.
ער איז צוגעקומען צו דער שוועל פון זיין הייזקעלע. ער האט אויפגעהויבן די אויגן און געזען ווי דבורה מרים שטייט מיט איר גאנצער גרויס אין דער טיר. זי שטייט אין פארטעך און מיט אויסגעשפרייטע הענט ווי זי וואלט אים פארשטעלט דעם וועג.
בערקע פארך האט אויפגעהערט צו שפילן. ער האט אנגעקוקט דבורה מרימען און שטיל געפרעגט:
- וואס מאכסטו?
דבורה מרים איז געווען בלאַס ווי דער טויט. איר גאנצע געשטאלט האט פול געמאכט די טיר. קוים וואס זי האט באוויזן ארויסצושרייען פון אלע אירע טיפענישן:
- ריר זיך נישט צו צו מיינע קינדער!
אינעווייניג אין דער שטוב האט זיך דאס קינד געוועקט אין דער וויג און אנגעהויבן צו וויינען.
דער אלטער פאפוגיי אויף דער קאטארינקע האט אויפגעעפענט די אויגן און אנגעקוקט דבורה מרימען.
בערקע פארך האט מער נישט געפרעגט. ער האט אראפגעלאזט דעם קאפ. ער האט גענומען די שטומע קאטארינקע אויף די פלייצעס.
דער פויגל איז צוריק אריינגעשלאפן.
מיט א שטומער קאטארינקע און מיט אן אראפגעלאזענעם קאפ האט זיך בערקע געלאזט גיין צום כעלעמער הקדש.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
שוין, אז נחום הסופר האט געמאכט א הפסקה בין גברא לגברא
וועל איך זיך ערלויבען צו דערציילען א מעשה פון אונזער ר' לייבעלע וואס איז געווען באוואוסט אלס דער גנב פון שטעטל, יעדער האט האט איהם גערופען לייבעלע גאנעוו...
דעם לייבעלע פלעגט מען כסדר איינשפארן אין חד-גדיא נאכ'ן ווערן געכאפט ועבר ושנה נעשה לו כהיתר און נאכאלץ גענומען א ריזיקע נישט האבנדיג קיין ברירה דארפנדיג מפרנס זיין פאמיליע,
ביז איינמאל מען האט איהם געכאפט רויט-האנטיג אדורךפירן א ריזיגע גניבה ביים עושר פון שטאט, דעמאלטס האט איהם דער ריכטער אורטיילט מיט א שטרענגערן פסק און ער וועט מוזן זיצן פאר גאנצע 18 חדשים אן א הפסקה אולי יחוס וועט ער זיך שוין לערנען דאס לעבן,
ענדליך נאך אכטצן חדשים לייבעלע שפאנט צוריק אהיים, ער קומט אריין זעהט ער זיין ווייב זיצט ביים בעט פון א קראנקען קליין קינד וואס דאס ווייב האט פארשוואנגערט ווען לייבעלע איז געזעצן אין תפיסה, א טאג דערויף האט זיך דאס קינד אפגעזעגנט פון דעם עולם, לייבעלע נישט וועלענדיג אז דאס ווייב זאל זיצן אליין האט ער זיך געזעצט שבעה אינאיינעם מיט איר... זאגנדיג "איך בין נאך קיינמאל נישט געזעצן אומשולדיג אזוי ווי יעצט..."
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל ניין
חושך אין דער קהלה קדושה כעלם
עס האט נישט לאנג געדויערט און ביים כעלעמער רב אין שטוב האט זיך געטון חושך. באלד איז אנגעקומען צולויפן ר' שעפסעלע מורה הוראה. די אידן האבן געציטערט ווי די פיש. זינט כעלם איז א שטאט אין תפוצות ישראל איז נאך אין איר נישט געשען אזא מורא'דיג געשעעניש. כעלעמער בית דין האט זיך געלאזט פארפירן פון דעם עדות זאגן פון עפעס א איד, א שלעפער, און האט מתיר געווען אן אשת איש. די אשת איש האט געברענגט אויפ'ן ליכט פון דער וועלט א רעשטל מיט ממזרים. אודאי זענען דא די אידענע און דער שמאטע-קלייבער גאט די נשמה שולדיג, דאס וואס כעלעמער בית דין האט אבער אפגעטון שרייט צו די הימלען.
דער רב און דער מורה הוראה ר' שעפסעלע האבן נעבעך שווער געזיפצט. זיי האבן ארויסגענומען א האלבע שאנק ספרים און געמישט און גענישטערט. מיש היינט, מיש מארגן. עס איז געשען! אין דער קהלה קדושה כעלם לויפן ארום ממזרים. אן אשת איש לעבט מיט א פרעמדן מאן. און דער כלומר'שטער בר-מינן בערקע פארעך זיצט מיט דער קאטארינקע אין שטאטישן הקדש, שווייגט ווי די וואנט און קוקט אויפ'ן פויגל.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
@נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
ביידע זענען אמת. (נאר אפשר נישט די מעשה..)
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
ליידער פלעגן אזעלכע מעשיות פארקומען.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
דער גרויסער אידיש שרייבער דער אומפארגעסליכער חיים גראדע פארציילט אן ענליכן סיפור המעשה. נאר מיט אן אנדער'ן סוף. (עיין שם).
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל צען
די שארפע שווערד פון בית דין
עס האט זיך אנגעהויבן א שרייבעניש פון שאלות-ותשובות.
דאס כעלעמער בית דין האט זיך פונאנדערגעשריבן מיט פארשידענע גדולי הרבנים אין פוילן. אומעטום זענען אידן און רבנים אויפגעציטערט געווארן פון דער מעשה נורא אין כעלם. אידישע הערצער זענען אנגענומען געווארן מיט רחמנות סיי אויפ'ן כעלעמער רב און סיי אויפ'ן מורה הוראה ר' שעפסעלע – אומשולדיג האבן זיי נעבעך אויפגעעפנט אלע ניין און פערציג טויערן פון גיהנם און אנגעצינדן אינמיטן די תפוצות ישראל א שווארצן פייער. א בית דין האט מתיר געווען אן אשת איש און דאס אשת איש האט געברענגט לעבעדיגע ממזרים.
מען האט ווידער געמישט ספרים - אבער דער דין האט פון דארט ארויסגעשריגן מיט גרויס גרימצארן. ווי מען זאל אים נישט טייטשן און דרייען – דער דין האט ארויסגעבליצט פון די ספרים ווי א שארפע שטאָלענע שווערד. ער האט געדראעט און געמאָנט און געשריגן: פאַרגעלטונג!
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל עלף
דער פויגל קוקט אויף בערקע פארך
די אשת איש דבורה מרים איז גאט די נשמה שולדיג. כעלעמער בית דין האט זי ארויפגעזעצט אויף דער שארף פון א שווערד פונעם בית דין. זי דרייט זיך ארום א בלאסע און א שווייגנדיגע. זי עסט נישט און טרינקט נישט. כסדר האלט זי אירע קינדער ביים פארטעך ווי א קוואקע, וואס נישט געקוקט אויף איר שוואכקייט באשיצט זי אירע קינדערלעך פאר אלע שטורעם ווינטן. דבורה מרים האלט זיי ביים פארטעך, אירע קינדער, זי ווייסט, אז זיי זענען ממזרים, אבער זי וועט זיי פון זיך נישט לאזן אוועקנעמען. מיט די ציין וועט זי פאר זיי אוועקבייסן אלעמען וואס וועלן זיך נאר צורירן.
דער שמאטע-קלייבער קומט נישט אהיים. ער פארט אויך נישט אין די דערפער. ער זיצט אויף א שטיין הינטער דער מקוה און גלאצט אין הימל אריין.
אין הקדש זיצט בערקע פארך מיט דער קאטארינקע. ער האלט דעם פויגל אין דער האנט און קוקט אויף אים. אויך דער פויגל האט אויפגעהערט צו שלאפן און קוקט כסדר אויף בערקע פארך.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
אוי ביסטו גוט @נחום הסופר
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל צוועלף
עס פליען די שאלות ותשובות
פון אלע שטעט און שטעטלעך - וואוהין דאס כעלעמער בית דין האט געשריבן און געפרעגט - זענען אנגעקומען פון די רבנים ביטערע תשובות. דער דין איז הארב און לאזט מיט זיך נישט רעדן. ער שרייט צו אלע הימלען. אין כעלם האט אן אשת איש חתונה געהאט מיט א פרעמדן מאנסביל. טעות אהער, טעות אהין, דער ערשטער מאן לעבט. ווי דאס הארץ זאל נישט רייסן, מוז מען פארט זאגן: אין כעלעמער קהלה קדושה דרייען זיך ארום לעבעדיגע ממזרים.
וואס טוט מען פארט?
דאס כעלעמער בית דין האט נאכאמאל אנגעפרעגט ביי אלע רבנים אין פוילן. עס זענען פונדאסניי אנגעקומען לאנגע תשובות מיט פלפול. פון אומעטום האט ארויסגעשריגן דער דין: ניין און ניין! אלע רבנים האבן גע'טענה'ט פה אחד, אז קיינער קאן דא נישט העלפן סיידן ר' יהושיעלע קוטנער.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל דרייצן
ר' יהושיעלע קוטנער
אין יענער צייט האט זיך ר' יהושע'לע קוטנער גערעכט פאר דעם שר התורה ביי אידן. דאס פוילישע שטעטל קוטנע, וואס קיינער האט דערפון נישט געוואוסט, האט אנגעהויבן צו קלינגען אין אלע תפוצות וואו אידן וואוינען. עס דונערט און עס בליצט אין קוטנע מיט חריפות און עס האט זיך דארט אויפגעטון דער טיפסטער קוואל פון דער תורה. די אויגן פון די גרעסטע לומדים אין גאר דער וועלט האבן אהין געקוקט קיין קוטנע וואו עס זיצט דער לעצטער פוסק פון אידישן דין. וואו קיינער האט זיך שוין נישט געקאנט געבן קיין עצה האט מען אנגעפרעגט אין קוטנע.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל פערצן
דריי וועגענער פארן קיין קוטנע
דאס כעלעמער בית דין האט געזען אז כלו כל הקיצין, האט מען געדונגען דריי וועגענער, אין איין וואגן האבן זיך אריינגעזעצט דער רב מיט דעם מורה הוראה ר' שעפסעלע, אין דער צווייטער דבורה מרים מיט אלע אירע קינדער, און אין דער דריטער, דער שמאטע-קלייבער און בערקע פארך דער קאטאריניאזש.
זינט ער לעבט האט זיך בערקע נאכנישט געהאט פונאנדערגעשיידט מיט דער קאטארינקע. ער האט זי געוואלט מיטנעמען קיין קוטנע, קוים האט מען ביי אים גע'פועל'ט אז ער זאל זי איבערלאזן אין הקדש. וואס הייסט קומען צו ר' יהושיעלען מיט א קאטארינקע? דערפאר האט מען ביי בערקע'ן בשום אופן נישט געקאנט פועל'ן אז ער זאל איבערלאזן דעם פאפוגיי. ער האט זיך אזוי אריינגעזעצט אין דער וואגן מיט'ן פויגל אין דער האנט.
אזוי זענען דריי כעלעמער וועגענער אנגעקומען קיין קוטנע.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קליינע צדיק #
@נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
די דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסט
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
סקעפטיקער #
קליינע צדיק #
@נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
די דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסט
ק"פ פון ווי?
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
סקעפטיקער #
קליינע צדיק #
@נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
די דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסט
סקעפטיקער: כשמך כן הוא (אתה). נאר דער קיבאורד קען פעיסטן און קאפיען וואס מ'לייגט אריין אין איהם. דער מעשה ביכל (את"ל) (אם תימצי לומר, פאר אסטראלאג) קען אויך נישט אליין פארציילן די געדרוקטע מעשה.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
berlbalaguleh #
סקעפטיקער #
קליינע צדיק #
@נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
די דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסט
סקעפטיקער: כשמך כן הוא (אתה). נאר דער קיבאורד קען פעיסטן און קאפיען וואס מ'לייגט אריין אין איהם. דער מעשה ביכל (את"ל) (אם תימצי לומר, פאר אסטראלאג) קען אויך נישט אליין פארציילן די געדרוקטע מעשה.
רבותי ביטע לאזט איהם ענדיגען.
ווער עס וויל איז מכובד נאכצוטוהן.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
berlbalaguleh #
סקעפטיקער #
קליינע צדיק #
@נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
די דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסט
סקעפטיקער: כשמך כן הוא (אתה). נאר דער קיבאורד קען פעיסטן און קאפיען וואס מ'לייגט אריין אין איהם. דער מעשה ביכל (את"ל) (אם תימצי לומר, פאר אסטראלאג) קען אויך נישט אליין פארציילן די געדרוקטע מעשה.
און שפעטער וואונדערט מען זיך אז דער עולם שרייבט נישט....
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
סקעפטיקער #
קליינע צדיק #
@נחום הסופר
ממש אויסצוקישן
א אבנארמאלע פעדער און ווינדערליכע פאנטאזיע
די דארפסט קישן בלויז זיין קיבארד פארן מאכן קאפי פעיסט
מ'קען מיינען האסט אנטדעקט אמעריקע...
דאס האב איך געשריבן א פעידזש צוריק:
די קרעדיט קומט אבער נישט פאר מיר, נאר פאר'ן אריגינעלן שרייבער, מ'וועט אי"ה צו אלעם אנקומען בהמשך.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל פופצן
הייליגער רבי! ראטעוועט מיינע קינדער!
ווען די וועגענער זענען פארפארן פאר דער קוטנער בית דין שטוב האט ר' יהושיעלע געהאלטן פונקט אינמיטן שיעור. ארום ר' יהושיעלעס טיש זענען געזעסן די גרעסטע לומדים. ר' יהושיעלע איז געזעסן אויבנאן אין א לעדערנער שטול, פאר אים איז געלעגן אן אויפגעמישטע גמרא. מען האט בפירוש געפילט ווי דער ים התלמוד האט זיך פארוואנדלט אין איין גרויסן שטורעם ווינט. זיינע פאליעס רייסן די ברעגעס און הויבן זיך עד לב השמים. אבער ר' יהושיעלע קוטנער פירט זיין שיף איבער דעם אומענדליכן ים פון אידישער חריפות. ער פירט זיין שיף ווי א געניטער קאפיטאן. די ווינטן ווערן אנטשוויגן פאר זיינע זעגלען. די פאליעס לייגן זיך פאר זיין שיף ווי שטילע שעפעלעך. די לומדים זענען געזעסן מיט א פארכאפטן אטעם. קוים וואס זיי האבן געקאנט נאכקומען ר' יהושיעלעס וועג אין דעם ים פון תלמוד.
פלוצלינג עפענט זיך די טיר פון דער בי"ד שטוב. די ערשטע פאלט אריין א הויכע אידענע. זי פירט מיט זיך עטליכע קינדער. זי האלט זיי ביי דער האנט און די קינדער קוקן זיך צושראקענע ארום. די אידענע ווארט אבער נישט. זי פאלט מיט איר גאנצער גרויס אנידער פאר ר' יהושיעלעס שטול. זי הויבט צו אים אויף אירע הענט און שרייט מיט א יאמערלעך קול:
- הייליגער רבי, ראטעוועט מיינע קינדער!
די זינדיגע אידענע פון גאר-גאר אונטן, איז געבליבן ליגן אויף דער ערד ביי די פיס פון דעם גרעסטן גאון פון דער תורה אין פוילן. זי האט געכליפעט.
באלד זענען אריינגעקומען דער כעלעמער רב און דער מורה הוראה ר' שעפסעלע. הינטער זיי זענען געבליבן שטיין ביי דער טיר דער שמאטע-קלייבער און בערקע פארך דער קאטאריניאזש. בערקע האט געהאלטן דעם פאפוגיי אין דער האנט. דער פאפוגיי, וואס איז ביז יעצט געשלאפן, האט געעפענט די גרינע אויגן און אויך געקוקט אויף ר' יהושיעלע קוטנער.
ר' יהושיעלע האט דעם כעלעמער בית דין געגעבן שלום עליכם און באלד אויסגעפרעגט דאס גאנצע ענין. דאס כעלעמער בית דין האט נעבעך ביטער געזיפצט און דערציילט דאס געשעעניש מיט אלע פרטים און פיטשעווקעס. ר' יהושיעלע האט געהערט, צוגעהאלטן די אויגן און זיך געריבן מיט דער האנט צום שטערן. פון צייט צו צייט האט ער געעפענט די אויגן און א קוק געטון אויף דער אידענע וואס איז געלעגן ביי זיינע פיס. און אויף די קליינע קינדער, וואס זענען צושראקענע און בלאסע געשטאנען ארום די צאפלדיגע מוטער און אויך געקוקט אויף אים, אויף ר' יהושיעלע קוטנער.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל זעכצן
עס איז געשען דאס גרעסטע
ר' יהושיעלע האט געטראכט און געטראכט. פלוצלינג איז ער אויפגעשטאנען פון דער שטול.
ער האט געהייסן צופירן דעם שמאטע-קלייבער און בערקע פארך מיט'ן פויגל, און זיי עפעס געפרעגט. די אידן פון גאר אונטן האבן עפעס געענטפערט. שפעטער האט ער לאנג אויסגעפרעגט דאס כעלעמער בית דין
- און עס איז געשען דאס גרעסטע וואס די תורה פון אידן קאן באווייזן...
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
קאפיטל זיבעצן
דער איד פון אויבן צוזאמען מיט דעם איד פון אונטן
פאראן א דין אין דער גמרא, אז דאס בית דין קען מבטל זיין קידושין. "אפקו רבנן לקידושין מיניה" – אבער דאס בית דין, וואס טוט עס, נעמט אויף זיך די גרעסטע אחריות פאר אלע וועלטן.
ר' יהושיעלע קוטנער האט א קוק געטון אויף דער ארעמער זינדיגער אידענע, וואס ליגט אויף דער ערד, און אויף אירע קליינע קינדער, ער האט א קוק געטון אויף די צוויי שטומע פשוטע אידן פון גאר אונטן, וואס איינער פון זיי טראגט א גרינעם פויגל אין דער האנט. די אידן ווייסן נעבעך פון גארנישט.
ר' יהושיעלע האט געטראכט: מיט דעם ערשטן מאן, מיט דעם קאטאריניאזש האט די אידענע נישט געהאט קיין קינדער. די קינדער זענען פון דעם צווייטן, דעם שמאטע-קלייבער. וואס וועט זיין ווען איך וועל מבטל מאכן פון לכתחילה דעם קידושין פון דעם ערשטן? די קינדער זענען געראטעוועט פון צו זיין ממזרים. די אידענע וועט צוריקגיין צו דעם מאן פון וועלכן גאט האט געבענטשט איר טראכט.
דער גרעסטער איד האט גענומען דעם נידריגסטן איד, דעם גאר-גאר קלענסטן איד, דעם איד, וואס האט צומאל קיין נאמען נישט – ער האט אים גענומען אויף דער פלייצע, פאר אים איינגעשטעלט עולם הזה און עולם הבא און מיט אים אריבערגעשווימען דורך דעם פייערדיגן שטראם פון געזעץ – און אים ארויסגעזעצט אויף דער זיכערער און רואיגער טריקעניש ווי א מאמע וואס ראטעוועט איר דערטרונקען קינד.
ר' יהושיעלע קוטנער האט פאר די לומדים געזאגט א קורצן פשעטל, ער האט פאר זיי דערקלערט זיין טאט, און די אחריות וואס א איד פון אויבן, דארף אויף זיך נעמען פאר א איד פון אונטן.
ער, ר' יהושיעלע קוטנער, האט מבטל געווען די ערשטע קידושין – דאס הייסט, דבורה מרים איז קיינמאל נישט געווען קיין ווייב פון בערקע פארך מיט'ן קאטאריניאזש – און ער האט געזאגט צו דער אידענע וואס איז געלעגן ביי זיינע פיס:
- אייערע קינדער זענען כשר'ע קינדער, גייט אהיים צו אייער צווייטן מאן!
* * *
אידן האבן שפעטער דערציילט, אז דאס גאנצע בית דין של מעלה האט אראפגעקוקט פון זיבעטן הימל און איז געווען טשיקאווע צו זען וואס ר' יהושיעלע קוטנער וועט טון.
נאך ר' יהושיעלעס פסק האט, כביכול, אליין געשמייכלט און געזאגט צו אלע מלאכים:
- נצחוני בני, מיינע קינדער האבן מיך באזיגט.
(המשך יבא)
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
וואוו!!!!!!
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
איז די געשיכטע אמת? איז דא נאך א מקור אויף דעם חוץ
די מעשה ביכל?
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
אויב עמיצער וויל מעיין זיין אין די הלכה'דיגע אספעקטן קען ער אריינקוקן
דא
המשך יבא
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
שיין, שיינע ארבעט אראפגעלייגט דא.
איך האב אמאל אליינס געהערט פון הגאון ר עובדיה יוסף זכרונו לברכה, וואס האט פארציילט ווי אזוי ער האט אויסגעלערט די דיינים אין דער רבנות וואס צו טיען ווען א ממזר וויל חתונה האבן, כדת משה וישראל.
מען גייט צוריק צום קידושין פונעם מאמע׳ס חתונה און מען זיכט א לאך אין דער סדר הקידושין, כדי צו עס קענען פסל׳ן אויף סיי וועלעכן וועד מען קען נאר טרעפן.
ער האט געזאגט אז בדרך כלל איז עס די גרינגסטע צו טרעפן אין די עדי קידושין, וואס דארפן זיין גאר אפגעהיטענע יודן כדי צו זיין באמת כשר לעדות.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
סקעפטיקער #
וגם (להבדיל, פאר די סאקמערער חסידים און נטורי קרתא סימפאטיקערס) הרב שלמה גורן ז"ל. אט אזוי האט ער "מטהר" געווען די לנגר (געוועזענע) ממזרים. ער האט מפקיע געווען די קידושין פון זייער מאמע'ס ערשטן מאן. אויפווייזנדיג מיט דאקומענטן אז ער איז נישט געווען שפוי בדעתו ווען ער האט איהר מקדש געווען.
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
נחום הסופר #
אויב עמיצער וויל מעיין זיין אין די הלכה'דיגע אספעקטן קען ער אריינקוקן
דא
המשך יבא
שפתיים ישק משיב דברים נכוחים. זאגט שלמה המלך אין משלי.
איך וואלט דיר געגעבן 10 לייקס ווען מ'קען.