☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16798
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:52 pm

· #544520
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
היום #
שיין, שיינע ארבעט אראפגעלייגט דא.

איך האב אמאל אליינס געהערט פון הגאון ר עובדיה יוסף זכרונו לברכה, וואס האט פארציילט ווי אזוי ער האט אויסגעלערט די דיינים אין דער רבנות וואס צו טיען ווען א ממזר וויל חתונה האבן, כדת משה וישראל.
מען גייט צוריק צום קידושין פונעם מאמע׳ס חתונה און מען זיכט א לאך אין דער סדר הקידושין, כדי צו עס קענען פסל׳ן אויף סיי וועלעכן וועד מען קען נאר טרעפן.
ער האט געזאגט אז בדרך כלל איז עס די גרינגסטע צו טרעפן אין די עדי קידושין, וואס דארפן זיין גאר אפגעהיטענע יודן כדי צו זיין באמת כשר לעדות.
נאר "הרב" (אזוי האט איהם דער איד באצייכנט ווען ער האט דערמאנט זיין נאמען. שוין לאמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם) עובדיה יוסף אליין בכבודו ובעצמו האט געפייערט אקעגן הרב שלמה גורן. ער האט איהם געוואלט "מעביר" זיין פון רבנות הראשית. נאר דאס האט ענדערש צו טון מיט פאליטיק ווי מיט הלכה.

חמלה גדולה » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:55 pm

· #544521
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
סקעפטיקער #
איז די געשיכטע אמת? איז דא נאך א מקור אויף דעם חוץ די מעשה ביכל?
So we've got the source what now?

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:14 pm

· #544524
wow
קומט אויס אז דאס וואס ס׳פעלט אויס און מ׳דארף האבן חופה וקדושין כדאי צו ווערן אן אשת איש, איז נישט א חומרא נאר גאר א קולא

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:21 pm

· #544526
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
wow
קומט אויס אז דאס וואס ס׳פעלט אויס און מ׳דארף האבן חופה וקדושין כדאי צו ווערן אן אשת איש, איז נישט א חומרא נאר גאר א קולא
לא זכיתי להבין.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:39 pm

· #544527
Re: Re:
berlbalaguleh #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
wow
קומט אויס אז דאס וואס ס׳פעלט אויס און מ׳דארף האבן חופה וקדושין כדאי צו ווערן אן אשת איש, איז נישט א חומרא נאר גאר א קולא
לא זכיתי להבין.

איז דאך גוט... איך דארף דען אלעמאל רעדן צום זאך?

געמיינט האביך צו זאגן לאפוקי פון דעם

היום » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:53 pm

· #544529
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
berlbalaguleh #
היום #
שיין, שיינע ארבעט אראפגעלייגט דא.

איך האב אמאל אליינס געהערט פון הגאון ר עובדיה יוסף זכרונו לברכה, וואס האט פארציילט ווי אזוי ער האט אויסגעלערט די דיינים אין דער רבנות וואס צו טיען ווען א ממזר וויל חתונה האבן, כדת משה וישראל.
מען גייט צוריק צום קידושין פונעם מאמע׳ס חתונה און מען זיכט א לאך אין דער סדר הקידושין, כדי צו עס קענען פסל׳ן אויף סיי וועלעכן וועד מען קען נאר טרעפן.
ער האט געזאגט אז בדרך כלל איז עס די גרינגסטע צו טרעפן אין די עדי קידושין, וואס דארפן זיין גאר אפגעהיטענע יודן כדי צו זיין באמת כשר לעדות.
נאר "הרב" (אזוי האט איהם דער איד באצייכנט ווען ער האט דערמאנט זיין נאמען. שוין לאמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם) עובדיה יוסף אליין בכבודו ובעצמו האט געפייערט אקעגן הרב שלמה גורן. ער האט איהם געוואלט "מעביר" זיין פון רבנות הראשית. נאר דאס האט ענדערש צו טון מיט פאליקטיק ווי מיט הלכה.


אדרבה, קום אריין מיט די סטארי.
וואס איז די סיפור מיט הרב שלמה גורן?

נחום הסופר » דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 6:08 pm

· #544533
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
כ'האב נאך וואס ממשיך צו זיין אין די מעשה מיט די כעלעמער ממזרים, די געוועזענע עקרה דבורה מרים, דער שמאטע-קלייבער, בערקע פארעך מיט'ן קאטאריניאזש, אה שיעור פארגעסן, אויך ר' שעפסעלע'ן דער מורה הוראה, און דער גאון רבי יהושע'לע קוטנער וואס האט מיט זיינע ברייטע תורה'דיגע פלייצעס אויסגעארבעט א היתר - וואס אייגנטליך איז מיין הויפט ציל פון איבערשרייבן די מעשה געווען צוצוקומען צום המשך ההיסטאריע, אבער כ'זע אז ס'וועט נישט פאסירן היינט-מארגן. אי"ה קומענדיגע וואך.

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 12, 2024 12:05 am

· #544564
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
היום #
berlbalaguleh #
היום #
שיין, שיינע ארבעט אראפגעלייגט דא.

איך האב אמאל אליינס געהערט פון הגאון ר עובדיה יוסף זכרונו לברכה, וואס האט פארציילט ווי אזוי ער האט אויסגעלערט די דיינים אין דער רבנות וואס צו טיען ווען א ממזר וויל חתונה האבן, כדת משה וישראל.
מען גייט צוריק צום קידושין פונעם מאמע׳ס חתונה און מען זיכט א לאך אין דער סדר הקידושין, כדי צו עס קענען פסל׳ן אויף סיי וועלעכן וועד מען קען נאר טרעפן.
ער האט געזאגט אז בדרך כלל איז עס די גרינגסטע צו טרעפן אין די עדי קידושין, וואס דארפן זיין גאר אפגעהיטענע יודן כדי צו זיין באמת כשר לעדות.
נאר "הרב" (אזוי האט איהם דער איד באצייכנט ווען ער האט דערמאנט זיין נאמען. שוין לאמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם) עובדיה יוסף אליין בכבודו ובעצמו האט געפייערט אקעגן הרב שלמה גורן. ער האט איהם געוואלט "מעביר" זיין פון רבנות הראשית. נאר דאס האט ענדערש צו טון מיט פאליקטיק ווי מיט הלכה.


אדרבה, קום אריין מיט די סטארי.
וואס איז די סיפור מיט הרב שלמה גורן?
אז דו ווילסט דווקא. עמיר אנהייבן פון פאר בראשית.

ס'איז געווען אין ארץ ישראל (כ'מיין אין די זיבעציג'ער יארן למספ.') א ברודער מיט א שוועסטער מיט'ן נאמען לאנגער.וואס די רבנות הראשית (יא. אט די שקצים און ציונים פיהרן זיך עפ"י הלכה.) האט זיי נישט געוואלט ארויסגעבן א היתר חתונה צו האבן. וועגן זייער סטאטוס אלס ממזרים. ווייל זייער מאמע האט חתונה געהאט מיט זייער טאטן (בזיווג שני) אן באקומען א גט פון איהר ערשטן מאן.

די פרייע, אנטי-רעליגיעזע חברה האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דעם. און געשריגן פאר די גאנצע וועלט...קוקטס ווי אכזריות'דיג די תורה איז...און געמאכט דעמאנסטראציעס אקעגן די רבנות הראשית. און די רעגירונג. די פרעמיער'שע גאלדא מאיר האט זיך נישט געקענט א עצה געבן.

אין די זעלבע צייט איז די וועלט (שטייצעך אויסער סאטמאר) באקאנט געווארן מיט א יונגן גאון און פאליטיקאנט. דער הויפט רב פון צה"ל. ער האט זייער שטארק און העפטיג קאמפיינט צו ווערן דער (אשכנזי'שער) הויפט רב אין מדינת ישראל. האט איהם די פרעמיער געזאגט אז אויב ער וועט לייזן דעם פראבלעם וועט ער ווערן דער רב הראשי פון מדינת ישראל.

ער האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה און מיט זיין גאונות, באגלייט מיט די ריכטיגע פאפירן (עדות'שאפט פון דאקטוירים) האט ער אויסגעארבעט א היתר. דורך מפקיע זיין די קידושין פון איהר ערשטן מאן. ממילא איז זי דאך נישט געווען קיין אשת איש. האט זי נישט געדארפט האבן א גט...און איהרע קינדער זענען געווארן "כשר". זיי האבן באקומען א היתר חתונה צו האבן...און ס'איז געווארן "שלום". ביז די נעקסטע פרשה...!

נאר הרב עובדיה יוסף, ז"ל האט שטארק געברויזט אויף איהם. און ער האט געסטראשעט (און קיינמאל נישט מקיים געווען.) אז ער וועט ארויפגיין אין די לישכה פון רבנות און איהם גוט אנשייגעצן. און מעביר זיין פון זיין פאסטן...!

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יאנואר 23, 2024 1:13 pm

· #545975
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
אלס הוספה צום דאזיגען אשכול און לכבוד כאמעשוסער, דערמאן איך זיך אז אמאל ערב חמשה עשר האב איך אריינשפאצירט מיט א ירושלימ’ער חבר צום פיצוחים / ניס געשעפט אויף גאולה, צווישען די פירות וואס ווערט פארקויפט אין דעם סעזאן איז דער פיצי מיני אראנדזש, וואס משום איזה סיבה רופען עס די טשאלמער’ס "קליינע ממזר’לעך" [קען זיין ווייל ס’קומט פון כלאים], מיין חבר רופט זיך אהן אויף עברית צום ספרדישען מוכר "יש לך אולי ממזרים קטנים"??

דער מוכר האט מיט כעס איהם גענומען נאכלויפן מיט’ן שטעקן איהם צו באמקל’ן... זיי זענען ביידע געלאפן ביז’ן אנדערע עק מאה שערים...

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:12 pm

· #546001
Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)
שמחה'לע קאפשטיק: ייש"כ. זעהט אויס אז יש דברים "בגוי". און ער איז נישט דער ערשטער וואס האט געפרעגט די שאלה...!
בלאט: 1 2