קול קורא קעגן האטליינס
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16398
קול קורא קעגן האטליינס
דעם פארגאנגענעם ערב שבת איז פארשפרייט געווארן א קול קורא קעגן האטליינס. ווייסט איינער וואס די קול קורא מיינט, וועלכע סארט האטליינס, און וואס האט פונקט יעצט פאסירט אז מען דארף ארויפקומען מיט א קול קורא?
Re: קול קורא קעגן האטליינס
די קול קורא איז קעגן האטליינס וואס רעדן פון שלום בית צניעות קדושת הבית.
אויב דו ביסט א בחור וואס הערט קול מבשר דארפסטו נישט זיין באזאגט מען מיינט נישט דיר.
אויב דיר ביסט א יונגערמאן וואס הערט אויס די האליינס וואס מאכן בעסער פאר שלום בית ווייז פאר די רבנים דיין הענט אויפן שפיץ נאז און דריי מיט אלע דיינע פינגערס מיט א אויסגעשטרעקטע צינג
Re: קול קורא קעגן האטליינס
זיי שרייבן אפילו אם יש להם הסכמה מרב, דאס הייסט אז אפילו א רב זאגט אז ס'איז גוט זאלסטו נישט פאלגן. אבער טאמער קען מען נישט פאלגן א רב מהיכי תיתי אז די רב וואס אסר'ט דארף מען יא פאלגן??
וואס איז די נומער פונעם האטליין?
It looks like one name of a ruv is taken off, does any one know witch one it is?
שרייבעןIt looks like one name of a ruv is taken off, does any one know witch one it is?
רבי משה גרין, זייט ער איז נפטר געווארן
.
ס'איז נישט ר' משה גרין. דער וואס פעלט איז ר' חיים לייבוש ראטטנבערג, וואס מען האט מאיזה סיבה אראפגעווארפן פון דער בארד...
אױװײ ! על מה יצא הקצף ? א שאד ! מקען נישט ממתיק זײן ?
צפתס'איז נישט ר' משה גרין. דער וואס פעלט איז ר' חיים לייבוש ראטטנבערג, וואס מען האט מאיזה סיבה אראפגעווארפן פון דער בארד...
ער איז (לכאורה) קיימאל געווען אויף די וועד. איך געדענק ווען עס האט זיך אנגעהויבן.. פוק חזי סיי וועלכע עלטערע צעטל פון דעם וואס עס שטייט נאך ר' ישראל האגער, פאר ער האט אפגרעידעד צו אדמו"ר מוויזניץ..
פוק חזי
📎 Screenshot_20230710-210755_Google.jpg 📎 p.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
Wow, didn't get to see it, but heard that that they are
working already 2 years to get rabanim to sign
(First hand from a Rav)
איינער קען ארויפברענגען די צעטליך?
ווער איז דאס און וואס האט ער געטון?
שמעקעדיגווער איז דאס און וואס האט ער געטון?
דומץ ביאן
.
📎 IMG_20230711_103640_657.jpg
אידישליך פאליטיק האט ארויפגעשטעלט דעם קול קורא... מערקט אז עס פארמאגט די קאווע שטיבל וואטערמארק...
https://t.me/YiddishlechPolitics/4813 ששון ושמחה.
ווען מען לייגט אזא צעטל דארף מען מיטלייגן די די נאמבער ווי מען קען זיך איינשרייבן צום סאמיט - אפשר ווייסט איינער די נומבער?
שרייבען שמעקעדיגווער איז דאס און וואס האט ער געטון?
דומץ ביאן
גראדע נישט. זיין קאזין ר" יעקב יוסף דערבארימדיגער איז
נאך א מזל איינער איז מוחה, אזוי הערט מען כאטש פון די אלע האטליינס. דער וואס באקומט די גרעסטע קול קורא, דער ווייסט מען איז די בעסטע...
כ'הייב אן צו טראכטן אז די קול קורא'ס זענען פשוט מארקעטינג סטראטעגיעס פון די האטליינס.
[ציטאט אראפגענומען]
ווער איז זי בכלל? א טעראפיסט? א כלה טיטשער? איינער האט פרטים אויף איר?
רבי ישראל דערבארעמדיגער שליט"א איז פון די גרעסטע דיינים אין עיר התורה והחסידות מאנסי א פוסק מיט א שכל הישר, א פארשטאנד צו יעדע מצב.
חוץ זיין גדלות אין תורה איז ער א גאר צוגעלאזענע דיין און הונדרעטער יונגעלייט פרעגן אים זייערע שאלות בכל יום ויום.
ממילא די וואס פרובירען אים אונטערצוברענגען זאלט עטץ וויסען אז די טעראר איז אומזיסט ווייל א ריזען ציבור פון מאנסי וועלן אים שטיצען און ווייטער גיין לאורו
ששון ושמחה.
וואו בין איך?? פארוואס האב איך נישט געהערט פון עם ווען איך האב חתונה געהאט?? די צעטל האט מיך פשוט אנגעווארעמט.
איך האב אריינגעlogט ביי מרת חנה פעלבערבוים’ס
וועב סייט ס’קוקט אויס ווי זי רעדט צום זאך
איך פארלאז זיך נאר אויף די רבנים וואס האבן א קול קורא. אנדערש בין איך חושד אז זיי זאגן נאר וואס מען הייבט זיי. איך קען הרב ישראל דערבארעמדיגער שוין יארן און איך שטוין פון זיין ברייטקייט, פארשטאנד, קלוגשאפט, און זיין שטארקייט צו זיין קלאר און אמת׳דיג אפילו ס׳געפעלט נישט פאר אנדערע! ממנו ילמדו!
די חוצפה אז איינער קען שרייבן אזאלכע פאשקאווילן אויף איהם און קיינער זאגט גארנישט איז געפערליך. עס איז ממש קמצא ובר קמצא…. נאך ערגער. יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם…
און יא, דרעולם איז דא
📎 IMG-20230711-WA0050.jpg
שמחהלע קאפשטיקאיך האב אריינגעlogט ביי מרת חנה פעלבערבוים’ס
וועב סייט ס’קוקט אויס ווי זי רעדט צום זאך
הער איך פון מיין בני בית, אז יעדעס יאר זומער צייט קומט זי ארויס מיט אזא סאמיט, און אלע פרויען דיסקוסירן די נושאים ביי די סורקולס אין קאנטרי; ס'ווערט לעבעדיג, די פרומע רבנים ווערן געוואויר פון זייער רעביצינס און זיי האלטן עס נישט אויס...
ס'איז ב"ה אכשיר דרא.
באמערק אז די קול קורא קעגן דערבארימדיגער איז נישט אונטער געחתמ'ט ביי קיין איין רב!!!
Re: קול קורא קעגן האטליינס
ס'נישט קיין קול קורא סאיז א פאשקעוויל
📎 ויזכו לבנות בית נאמן בישראל - בעני הדרכת חתנים וכלות - תמוז פ''ג.jpg.jpg📎 ויזכו לבנות בית נאמן בישראל - בעני הדרכת חתנים וכלות - תמוז פ''ג.jpg.jpg
אין אר"י איז לעבעדיג איבער מרת בילגריי
📎 וואזנער - בילגריי.jpg
📎 רמ''ש קליין בילגריי.jpg
📎 בילגריי - קרליץ.jpg
📎 בדץ העדה החרדית קול קורא.jpg📎 רמ''ש קליין בילגריי.jpg
חמול על מעשיך #
ס'נישט קיין קול קורא ס'איז א פאשקעוויל
Exactly
די קול קוראס/פאשקעווילן דערמאנט מיר פון די מעשה פון בלעם... רעאליטעט פראסקעט זיי אין פנים אריין אבער די חברה גייען אן מיט א פרישקייט און געבן נישט אויף...
חמול על מעשיך #
ס'נישט קיין קול קורא ס'איז א פאשקעוויל
אני הקטן אלס שפראכן פארשער בין פון אייביג אויס נייגעריג געווען וואס דער שורש פון דעם ווארט "פאשקעוויל".
עיין ב'שפראך און גראמאטיק. צו זעהן מיין (אייגענע) פשט'ל.
נאר ביטע א ביסעלע שפעטער.
אויך. קיינער מוז נישט אננעמען מיין פשט. איכ'ל נישט ברויגז זיין אז מ'וועט מיך באשיייגעצן און אנזידלען דערפאר.... יש"כ למפרע.
berlbalaguleh
אני הקטן אלס שפראכן פארשער בין פון אייביג אויס נייגעריג געווען וואס דער שורש פון דעם ווארט "פאשקעוויל".
https://en.wikipedia.org/wiki/Pashkevil#Etymologyסקעפטיקער: ייש"כ פאר צוברענגען דעם לינק. נאר איך קען נישט קיין פויליש. פראנצויזיש, יא. און איך האב אן אלטן כלל אז זייער א סאך ווערטער פון אידיש האבן זייער מקור אין פראנצויזיש.
איך וויל יעצט נישט פארקריכן פון די נושא 'עלל איך נישט ארייגיין אין קיין פרטים. נאר אין אן אנדער'ן פארום האביך שוין געשריבן און אויסגערעכנט עטליכע ווערטער וועלכע האבן זיך דערקייקלט פון פראנצויזיש אין אידיש. (אויסער דייטש, פארשטייצעך). און ס'איז אויך מסתבר. ווייל אין משך פון די לעצטע 1500 יאר האבן אידן געוואוינט סיי אין פראנקרייך און סיי אין דייטשלאנד.
[ציטאט אראפגענומען]
מצא טוב אימעלס קענסטו אויך צולייגן צום ליסט
זכו איז אויך אויפן ליסט
די יסוד פון אלעס: קנאות = envy.
מיין הארץ גייט אויס פאר די אלע רבנים ווי אויך די גאנצע פריעדיגע דור...
וואס מיינט דעיס? איינער מיט אינפו?
📎 IMG-20230715-WA0020.jpg
Re: קול קורא קעגן האטליינס
יעצט אריינבאקומען דאס
📎 בילגוריי--אופמן.jpg
חמול על מעשיך #
וואס מיינט דעיס? איינער מיט אינפו?
דעיס שמעקט נישט גוט, נישטא קיין נאמען.
אויב איינער ווערט טעראריזירט זאל ער רופן פאליציי.
שיקטס אריין אינפערמאציע אויף דעם בילגריי, וואו קען מען איר הערן? וועבסייט? טעלעפאון ליניע?
אז די רבנים אסר'ן איז א סימן אז זי טויג...
Re: קול קורא קעגן האטליינס
ששון ושמחה.
מרת פעלבערבוים'ס האטליין מעלדט אז עס איז דיסקאנעקטעד "בהוראת הרבנים".
זי גייט גהעריג אהן נאר די ריפלעי מאכט זי נישט ווען די ליין האט נישט געארבעט
וואס מיינסטו צו זאגן? אז זי גייט אן אויפן אינטערנעט?
מסתמא האבן זיי נישט אזא פראבלעם דערמיט, די היימישע פילטערס בלאקן עס, און ווער עס האט נישט קיין היימישע פילטער האלט שוין מסתמא סאך ווייטער ווי אירע שיעורים.
נאכאמאל די ליין ארבעט געהעריג.
פאר ווער עס וויל אליינס טרייען לייג איך די נאמבער 646-558-2080
עס קומט פון א צווייטע ספר וואס הייסט אויך ”שערי תשובה,” דאס איז שו”ת שערי תשובה הגאונים. אין סימן פ”ד ווערט געברענגט, כתב רב האי גאון: "גרסינן בשקלים: תבוא מארה לאשה שיש לה בעל ואינה מתקשטת, ותבוא מארה לאשה שאין לה בעל ומתקשטת".