☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16768
בלאט: 1 2

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:08 pm

· #542197
דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
יחיאל ישראל בלויד איז א גר צדק וואס איז צוריק געווארן א קריסט. עס טוט זיך אסאך גערידער איבער וואס דאס איז געשען. איז ער א מיסיאנער? איז ער א באהאלטענע דזשוס פאר יעזוס רעקרוטער? איז זיין גירות געווען אויטענטיש? אויב האט ער עס געמיינט ערנסט וואלט ער נישט געמאכט א ברית מילה: דאן וויאזוי קען זיין אז אזא יונגע צוקאכטער חסיד מיט לאנגע פיאות וואס האט מסיים געווען ש"ס, זוהר, וכתבי אריז"ל זאל מיטאמאל מאכן פליטה? וואס האט אים געמאכט ווערן א איד, און וואס האט אים געמאכט צווייפלען צו איבערלאזן אלעס? איז ער אן אינטערוועלטניק וואס מיר גייען נאך אמאל ליידן פון אים? וואס טוט זיך דא?

יחיאל ישראל אדער bartimaeus black וויאזוי ער רופט זיך יעצט, האט געהאט אן אינטערוויו מיט זאב ברענער, און עס איז מיר אויסגעקלארט געווארן אסאך זאכן איבער אים, און איך האב געוואלט מיטטיילן מיינע מחשבות.

עס איז געווען מענטשן וואס האבן אריינגערופן לייוו די שאו מיט קשיות פאר דעם גר, עס איז געווען איינצעלענע גוטע קשיות, אבער אסאך פון די קשיות איז געווען געטריבן פון עמאשענס, און עס איז א שאד אז אזעלכע קשיות/סטעיטמענס ווי: דו גייסט ברענען אין גיהנם! אדער דו ביסט איד, און דו קענסט נישט ווערן אויס איד, אא"וו, איז געווען רובא פון די פאון קאולס. די עיקר קשיא וואלט געדארפט זיין, סיריעסלי? פון א גר צו א קריסט נאכ'ן דורכלערנען ש"ס? what have you been smoking? נעם מיך אין א שפאציר אין דיין מוח צו פראסעסן אזא פרעצעדענטלאזע שריט. איך ווייס נישט אויב מיר קענען אן ענליכע געשיכטע ערגעץ וואו אין די נאנטע היסטאריע.

ווען מען האט געפרעגט יחיאל, וואס האסטו ארויסגענומען פון אידישקייט, פון אלע לימודים, געב מיר עפעס א חידוש. האט ער געענטפערט: סעלף דיסציפלין..

והנה, וויפיל איך האב קענענגעלערנט פון זיין אינטערוויו איז מיר אסאך זאכן קלאר געווארן איבער אים. זאכן וואס ער האט נישט אדער יא געוואלט זאגן, צווישן זיינע ווערטער איז מיר קלאר געווארן אזוי:

יחיאל איז דורכגעגאנגען אן אמת'ע גירות כהלכה. איז וואס האט אים אריינגעשטופט און וואס האט אים ארויסגעשטופט? ער האט נישט צופיל געוואלט ענטפערן ווען מ'האט אים אביסל געשטופט, בלייבט עס דאמאלט פאר אונז צו אנאליזירן.

באמת איז דאס אן אלטע פראבלעם, קשים גרים לישראל כספחת איז אזוי אלט ווי תלמוד. אין גמרא טרעפט מען אסאך וויאזוי מהאט זיך געמיטשעט מיט דעם אישו, וויאזוי קען מען וועטען א מענטש און וויסן אויב ער איז אמת'דיג, און עס האט טאקע פאסירט אז א סאך פאלשע גרים האבן געמאכט דעם וועג אין יהדות, און מ'האט זיך נישט געקענט אויפ'ן קאפ צו זיך טון. די גמרא שמועסט אויס אסאך עפיזאדן, תקופות, רעזאלוציעס וכו'.

עס איז ביי מיר קלאר ווי דער טאג אז יחיאל ישראל האט אינטערעסירט אידישקייט פאר אנדערע סיבות פארוואס רוב גרים זוכן עם ישראל. יעדן גר וואס דו טרעפסט וועט דיר ענטפערן וואס האט אים געשטופט צו יהדות: די איינציגקייט פון באשעפער, די שיינקייט פון יהדות, תורת ה', די אמת'ע תורה ווערסעס די ניו טעסטעמענט, די פאלשקייט אין אותו האיש וכו' וכו'.

יחיאל, איז א יונגער מענטש, 28 יאר אלט. ער איז זייער קלוג, ער האט אסאך געליינט בעפאר ער האט זיך מגייר געווען. און עס איז אים זייער אינטערסאנט געווען וואס ער האט געליינט איבער אידישע מיסטיסיזם, קבלה, אינטעליגענץ, ספירוטואליטי. ער האט עס געזוכט צו עקספערימענטן.

יעצט שטעלט זיך די קשיא, וויאזוי האבן די רבנים עס נישט געכאפט, פארוואס איז ער דורכגעגאנגען א ברית מילה, זיך געשאקעלט ביים דאווענען, ער האט יעדעם געקענט אזוי גוט אפ'נער'ן? איינער פון די ערשטע קשיות וואס מיר האבן צו א גוי איז זיכער צו מאכן אז די סיבות זענען נישט פארוואס ער זוכט אידישקייט. ע"פ רוב, אדער ע"פ פרעסעדענט ארבעט עס, מיר האבן א ראבאסט וועטינג סיסטעם וואס טוט זיכער מאכן וויפיל עס איז שייך, צו מאכן זיכער אז אזעלכע יחיאל ישראל'ס כאפן זיך נישט אריין.

מיר קוקט אויס אזוי:

יחיאל איז אן emotionless ראבאטישע מענטש. פאר די סיבה האט ער געקענט איבערצייגן די רבנים, ווייל ער האט נישט געדארפט גארנישט באהאלטן ווייל ער האט נישט קיין עמאשענס. מען האט אים געפרעגט וויאזוי שפירט זיך יעצט צו עסן טריפה, זאגט ער: גארנישט. אייז, קאלט, אן עמאשענס, ווי א ראבאט. דאס איז די זעלבע סיבה וויאזוי ער האט געקענט דורכשטופן עטליכע יאר אלס איד, ענדיגן ש"ס. וויבאלד ער האט געהאלט א ציל עפעס צו עררייכן, און ער איז גרייט געווען דאס צו עררייכן פאר יעדן פרייז. מילה, פרומער איד, שאקלען, לערנען, פונקט ווי אן astronaut וואס גייט דורך שווערע איבונגען.

ער איז יונג, ער האט נאך א לאנגע לעבן, און ער האט דאס אנגעקוקט ווי עפעס א קאלעדזש יונעווערסיטעט, מ'טשעקט אריין און ארויס. אראפ די פיאות, און יעדער זאל פארגעסן פון דעם. אבער ער ווייסט נישט, אז איינמאל דו האסט געטרינקען פון די קולעי גייט דיך דאס באגלייטן פאר אייביג. עס קען זיין אז וויבאלד ער איז אזא ראבאט וועט אים זיין גרינגער צו אריבערמישן דאס בלעטל, דאס בלייבט פאר אים איבער צו זען.

עס איז מעגליך אז זיין אנטרינען ווערן איז אויך א חלק פון זיין עקספערימענט. ער וויל שפירן וויאזוי עס זעט אויס צו זיין א יוצא בשאלה.

אבער איך האלט אז די פרשה פון יחיאל איז א טעסטעמאני ווי שטארק די אידישע ליין איז. עס שפייט אויס יעדער וואס איז נישט אין דעם בלב ובנפש. נעם א געבוירענער איד, און קוק ווי שטארק ער ארבעט צו בלייבן קאמיטעט, ער פראבירט אלעס, אז נישט ווערט ער סיניקעל, פארטרוקענט אדער פאלט ער ארויס. די זעלבע זאך געשעט מיט גרים, און אסאך אסאך שטערקער. גרים ווערן אסאך סורפרייזט נאך די גירות געוואר צו ווערן וואס זיי האבן נישט געוויסט, און ווי שווער עס וועט זיין זיך איינצוגלידערן. אבער איינער וואס קומט אריין וועגן "עקספערימענטן" וועט זיך קיינמאל נישט האלטן. בעסער געזאגט, די עקספערימענט ארבעט נישט, נאר טאמער דו ביסט קאמיטעט, און דאמאלט איז עס נישט קיין עקספערימענט.

עס איז ביי מיר בלתי שום ספק אז ער האט קיינמאל נישט קאנעקטעט מיט אידישקייט, אדער אידישע מיסטיסיזם און ספירוטואליטי, נישט קיין חילוק ווי שטארק ער האט זיך געשאקעלט ביים דאווענען. יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.

ער האט נישט געענטפערט געהעריג אויף קיין איין פראגע. ער זעט אויס צו זיין זייער א מאדנע איזולירטע מענטש. חתונה געהאט מיט איינער וואס איז דאפעלט די יארן פון אים. זיי האבן "צוזאמען" געטראפן אידישקייט, און "צוזאמען" פארלוירן אידישקייט.

פארוואס שטייט אז א גוי ששבת שבת חייב מיתה, ללמד אז מען קען נישט בלויז היטן שבת און אנהייבן שפירן. שבת איז נישט עפעס א טאגליכע קעלענדער וואס ברענגט מיסטיסיזם אויב דו היטסט עס, דו מוזט זיין אינגאנצן אין עס עס צו קענען שפירן.

יחיאל didn't get it. צו זיין מזל האט אים זיין ראבאטישע נאטור אים אהינגעשלעפט, איינגעשלינגען און אויסגעשפיגן.

פארשטייט זיך, אז די טיר איז נאכאלץ אפן, און יחיאל ישראל איז נאכאלס א איד, ער איז אלץ וועלקאום צוריק צו קומען תחת כנפי השכינה.

עם ישראל חי.

סקעפטיקער » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:37 pm

· #542212
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
די אנאליז קוקט מער אויס ווי איינער פרובירט צו דיעלן מיט די פאקט אז א פארשטענדליכע מענטש וואס איז געווארן א גר האט אפגעלאזט אידישקייט, און אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר איז מעגליך אז פארשטענדליכע מענטשן זאלן אזוי האלטן טרעפט מען אויף יענעם עמאציאנאלע פראבלעמען, ואני את נפשי הצלתי.
פרייוויליג #
יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.
דו האסט עס דורכגעטוהן? דו ווייסט אז ער איז נישט גערעכט? "אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל" קען זיין א שיינע וועג פון האפן אז עס זענען טאקע דא גוטע תירוצים

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:09 pm

· #542214
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
איך זעה נישט פארוואס מען איז אזוי אבסעסט מיט עים, ס׳דא צוויי אפציעס וואס דא איז פארגעקומען.
1. ער האט זיך מגייר געוועהן מיט די גאנצע ערנסטקייט, והכיר שח״ו…..
2. ער איז א מאדנע פערזאן (אדער עקספערמענטירער) וואס האט געוואלט אויספרובירן א נייע עקספיריענס אין לעבן.
איך שיהיה איך זעה נישט פארוואס אינז דארף מען זיך צושאקלען און פארוואס ס׳מאכט מער אויס ווי אז איינער האט זיך אויסגעגליטשט אויף א באנאנע שאלאכטס אויף ראדני.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm

· #542215
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
סקעפטיקער #
די אנאליז קוקט מער אויס ווי איינער פרובירט צו דיעלן מיט די פאקט אז א פארשטענדליכע מענטש וואס איז געווארן א גר האט אפגעלאזט אידישקייט, און אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר איז מעגליך אז פארשטענדליכע מענטשן זאלן אזוי האלטן טרעפט מען אויף יענעם עמאציאנאלע פראבלעמען, ואני את נפשי הצלתי.
פרייוויליג #
יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.
דו האסט עס דורכגעטוהן? דו ווייסט אז ער איז נישט גערעכט? "אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל" קען זיין א שיינע וועג פון האפן אז עס זענען טאקע דא גוטע תירוצים
די עמאציענאלע פראבלעמען איז נישט געווען קיין דייעטרייב אויף א פאקט וואס איך קען שווער דילן מיט, עס איז געקומען נאך א רייע פאקטארן וואס איך האב אנאלעזירט פון זיין רעדן, זיין היסטערי, זיין עלטער, זיינע אויסריידן, און פרעצעדענט.

עס איז כמעט פרעצעדענטלאז אז א הייסע גר צדק שומר תורה ומצות זאל גיין פייפן. דו קענסט כמעט נישט טרעפן אזא געשיכטע.
זיינע סטעטמענטס איבער פלעטעניזם איז כמעט געקומען צו לאכן. platonism האט געפעדערט אידישקייט? platonism באדראעט אידישקייט? כ'מיין עס איז די ערשטע מאל איינער נוצט דאס אלס א וואפן. און עס איז שטארק קענטליך זיין יונגע עלטער, און זיין רעביט-האול, ער אליין זאגט ער האט מיט קיינעם זיך נישט דורכגערעדט איבער די ענינים. כמעט רוב ראציאנאלע ראשונים האבן געדילט דערמיט, אלע פון זיי. דאס איז בעיסליין.

איך האף נישט, נאר איך ווייס. איך ווייס אז ער ווייסט נישט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:39 pm

· #542216
wow! כ׳בין זייער נתפעל פון דיין הערליכן אנעליז.
כ׳וויל זיך אבער מחולק זיין מיט דיין אים אנרופן ״emotionless ראבאטישע מענטש״.

איך האב געזען אין אים זייער שטארקע (און זיסע) אימאשענ׳ס.
כ׳וואלט געזאגט אז אלענפאלס, איז עטליעסט גילטיג אויף אים דעם טיטל: ׳חסידי אומות העולם׳.

בסך הכל איזעס ווי ער אליין זאגט; ״מח שליט על הלב״.
ווי מער מוח ס׳דא (און דאס ביזטו דאך מודה אז ס׳דא אסאך), אלץ מער איזעס שולט על הלב,
און קען ״אויסקוקן״ ווי אן ׳אימאשענלאזער׳ מענטש. אבער דער חילוק איז כרחוק מזרח ממערב.

סקעפטיקער » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:02 pm

· #542220
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג #
זיינע סטעטמענטס איבער פלעטעניזם איז כמעט געקומען צו לאכן. platonism האט געפעדערט אידישקייט? platonism באדראעט אידישקייט? כ'מיין עס איז די ערשטע מאל איינער נוצט דאס אלס א וואפן. און עס איז שטארק קענטליך זיין יונגע עלטער, און זיין רעביט-האול, ער אליין זאגט ער האט מיט קיינעם זיך נישט דורכגערעדט איבער די ענינים. כמעט רוב ראציאנאלע ראשונים האבן געדילט דערמיט, אלע פון זיי. דאס איז בעיסליין.
יעצט זעה איך אז דו כאפסט נישט וואס ער רעדט, ער זאגט אז ער האט איינזעזעהן אז אלע חידושים פון "קבלה" עקזיסטירן אין Neo-Platonism, א שיטה וואס איז גאנץ אנגענומען ביי סקאלערס. די ראציאנאלע ראשונים קומען דא בכלל נישט אריין אין בילד. (אזויפיל קענסטו זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געווארן איבערצייגט אין אידישקייט נאר מכח די ארגינעלע סודות אין קבלה).

שפילער » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:22 pm

· #542223
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
סקעפטיקער #
די אנאליז קוקט מער אויס ווי איינער פרובירט צו דיעלן מיט די פאקט אז א פארשטענדליכע מענטש וואס איז געווארן א גר האט אפגעלאזט אידישקייט, און אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר איז מעגליך אז פארשטענדליכע מענטשן זאלן אזוי האלטן טרעפט מען אויף יענעם עמאציאנאלע פראבלעמען, ואני את נפשי הצלתי.
פרייוויליג #
יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.
דו האסט עס דורכגעטוהן? דו ווייסט אז ער איז נישט גערעכט? "אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל" קען זיין א שיינע וועג פון האפן אז עס זענען טאקע דא גוטע תירוצים
סאיז זייער פאני ווען ער לאזט ווען איבער גאנץ יודישקייט און ווערט אן אטיעסט וואלט עס נישט געווען אזוי פאני. ער איז אריבער די גאנצע זאך און איינגעזעהן אז ס'איז אלעס בעלאני מעקאראני , אבער ציריק ג'יין צו די אלטע נארישע רעליגע נאכן דורכטון גאנץ ש"ס האט ער איינגעזעהן אז דזיזעס איז די זאך ... דאס שטעלט זיך ממש נישט אויפן שכל

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:27 pm

· #542224
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
סקעפטיקער #
פרייוויליג #
זיינע סטעטמענטס איבער פלעטעניזם איז כמעט געקומען צו לאכן. platonism האט געפעדערט אידישקייט? platonism באדראעט אידישקייט? כ'מיין עס איז די ערשטע מאל איינער נוצט דאס אלס א וואפן. און עס איז שטארק קענטליך זיין יונגע עלטער, און זיין רעביט-האול, ער אליין זאגט ער האט מיט קיינעם זיך נישט דורכגערעדט איבער די ענינים. כמעט רוב ראציאנאלע ראשונים האבן געדילט דערמיט, אלע פון זיי. דאס איז בעיסליין.
יעצט זעה איך אז דו כאפסט נישט וואס ער רעדט, ער זאגט אז ער האט איינזעזעהן אז אלע חידושים פון "קבלה" עקזיסטירן אין Neo-Platonism, א שיטה וואס איז גאנץ אנגענומען ביי סקאלערס. די ראציאנאלע ראשונים קומען דא בכלל נישט אריין אין בילד. (אזויפיל קענסטו זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געווארן איבערצייגט אין אידישקייט נאר מכח די ארגינעלע סודות אין קבלה).
ער האט געזאגט אז אלעס וואס ער האט געלערנט עקזעסטירט שוין אינדרויסן אין די ראמען פון אידישקייט צב"ש Neo-Platonism, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער נישטא קיין חידושים אין אידישקייט וואס איז נישט געווען פארדעם. ער האט דאס געזאכט לכה"פ 3 מאל אין לויף פון די אינטערוויו (שיק מיר נישט קיין יוטוב לינקס וואס עס מיינט פלעטאניזם בבקשה) פלעטאו איז געווען אריסטאטלס טיטשער, וואס א גרויס חלק פון אריסטאטל'ס וויוס קומט פון. די ראשונים חלק קומט אריין איבער די ויכוח פון די validity איבער פלעטאניזם. לויט יחיאל טוט פלעטאניזם שטעלן קבלה אין געפאר.

סקעפטיקער » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:32 pm

· #542225
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ער איז נישט געווארן צוריק א טיפיקעל קריסט, ער איז געווארן א Christian Gnostic, עפעס וואס ער איז נישט געווען פארדעם. זייער גלויבן אין ישו איז אינגאנצן אנדערש

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:33 pm

· #542226
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
סקעפטיקער #
ער איז נישט געווארן צוריק א טיפיקעל קריסט, ער איז געווארן א Christian Gnostic, עפעס וואס ער איז נישט געווען פארדעם. זייער גלויבן אין ישו איז אינגאנצן אנדערש
Wow, דאס מיינט ער איז נאר געווארן א האלבע בהמה.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:11 pm

· #542230
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
[ציטאט אראפגענומען]
איך קען אויך זען די זעלבע אישו מיט געבוירענע אידן, נישט יעדער קענען קאנעקטן מיט אידן. און עס ווערט זייער שווער.

אין אזא פאל ברויך מען קענען מחלק זיין צווישן די practice וואס דאס איז תורה, און די practitioners וואס דאס איז אידן. ווייל די practitioners קענען אמאל שלעכט משפיע זיין אויף די practice. דאס איז אבער א שווערע סקיל, עס איז א לעולם תהא שמאל דוחה וימין מקרבת סיטואציע. אבער אין די אלגעמיינע טיעם גייט הקב"ה, ישראל,ואורייתא צוזאמען. אויב דו דראפסט איינס, וועסטו עווענטועל דראפן אלעס.

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:29 pm

· #542232
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פארוואס א ראבאט? א ראבאט גייט דען אהן אפצוהאקן מיט משפחה? מיך הערט ער זיך טיף עמאציאנעל.

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:39 pm

· #542233
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג #

עס איז כמעט פרעצעדענטלאז אז א הייסע גר צדק שומר תורה ומצות זאל גיין פייפן. דו קענסט כמעט נישט טרעפן אזא געשיכטע.
וויפיל גרים קענסטו בכלל אז דו קענסט דיך אויסדריקן מיט אזא ברייטקייט איבער דעם? לויט ווי איך הער איז עס גראדע גאנץ אן אפטע ערשיינונג. די חברה וואס זענען גרייט צו ווערן אידן זענען געווענליך מענטשן וואס טוען וואס זיי האלטן איז ריכטיג, זיי קוקן נישט אויף וואס דער אדער יענער זאגט. און ווען זיי זעען שפעטער איין אז זיי האבן געמאכט א טעות, בלייבן זיי נישט קיין "אנוסים"... זיי גייען פון וואו זיי זענען געקומען.

אידישקייט, אדער בעסער געזאגט די כלליות'דיגע נושא פון אמיתיות פון רעליגיעס בכלל, איז בכלל נישט קיין שווארצע אדער ווייסע נושא, מען קען עס דעבאטירן און אנקוקן פון גאר אסאך אנדערע אופנים. מען קען היינט האלטן אזוי, און צוקומען צו גענצליך נייע מסקנות נאכן ליינען נייע ליטוראטור.

דאס איז קלאר אז עס איז דא גאר קלוגע און אינטעליגענטע מאמינים, און די זעלבע איז דא גאר קלוגע און אינטעליגענטע כופרים. עס זענען דא זייער קלוגע אידן, מוסלאמענער, בודאהיסטן, הונדאס, קריסטן ועוד.

דאס איז איינער האט איינגעזען די אמת אין אידישקייט, און נאכן דורכלערנען ש"ס האט ער אפגעלאזט אידישקייט דארף בכלל נישט צו זיין קיין חידוש, און דארף אויך קיינעם נישט טריגערן.

איינער ווערט גאר שטארק נתפעל פון די חכמה און חידושים וואס חז"ל האבן שוין געוויסט מיט טויזנטע יארן צוריק, און קומט צום מסקנה אז די אומפארשטענדליכע זאכן וואס זיי זאגן מוז אויך האבן עפעס אן הסבר. און א צווייטער קוקט עס אן פארקערט, פון די זאכן וואס חז"ל האבן געזאגט וואס שטומען נישט מיטן מציאות איז אז סימן אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס זיי רעדן און ביי די אנדערע וואונדערליכע זאכן האבן זיי סתם צוגעטראפן.

בקיצור, ס'נישט עפעס וואס איינער קען טריאמפירן אז ער האט עס, און די מיט אנדערע מסקנות ווי אים זענען סתם גולמים אדער ראבאטן וואס עס פאדערט זיך א לאנגע אנאליז דאס "מסביר צו זיין".

נאך א שמויגער » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 pm

· #542239
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
מיר איז געווען אינטרעסאנט אז ער האט קיינמאל נישט געטראפען מיט סיי וועלכע סאטמאר רבי. ער האט מורא געהאט (לפענ"ד) אז זיי וועלן אים כאפן פאר וואס ער איז.

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:49 pm

· #542241
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נאך א שמויגער #
מיר איז געווען אינטרעסאנט אז ער האט קיינמאל נישט געטראפען מיט סיי וועלכע סאטמאר רבי. ער האט מורא געהאט (לפענ"ד) אז זיי וועלן אים כאפן פאר וואס ער איז.
אמת, ווייל די סאטמארע רביס זענען גרויסע מומחים אין דערשנאפן פעיקערס.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:04 pm

· #542242
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
[ציטאט אראפגענומען]
אוי איז ער הייליג גערעכט 👍 בלויד זאגט עס גראדע אליין אין די זאב ברעננער אויספקראקעריי. ער זאגט דארט אין אומצוויידייטיגע ווערטער אז וואס האט איהם געצויגן צו אידישקייט איז געוועהן גאט/רוחניות/אמת/מיסטיסיזם/קבלה וכו', און נאך אזויפיל יארן האט ער איינגעזעהן (אדער באשלאסן, whatever suits your ego) אז די אלע זאכן באלאנגען נישט אויסשליסליך צו די אידן, די איינציגסטע זאך וואס "אידישקייט" ברענגט צום טיש איז די אידישע קולטור און אויף דעם זאגט ער מוחל טובות, כ'האב מיך מיין אייגענע קולטור, פארוואס סתם גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער? אזויווי די ישראלישע אינגווארג וואס לויפן קיין אינדיע זוכן רוחניות און זיי געפינען אויס אז מ'קען די זעלבע זאך טרעפן אין אידישקייט אדער ניו אייג', לאזטס מיך אפ פון די אינדיאנע שטותים, איך גיי מיר צוריק אהיים לעבן ווי א נארמאלער מענטש. שוין, איז ער געווארן א gnostic, וואס איז א מאוומענט פון די צייטן ווען אידן און קריסטן זענען נאך געוועהן פארהעלטנעסמעסיג צוזאמען, פון די גנאסטישע טעאלאגן זענען געוועהן סיי אידן און סיי קריסטן, ס'געוועהן אזא דאס אין וואס מ'האט געקענט אריינטייטשן סיי די אידישקייט מיט יאשקע (וואס האט עווענטועל עוואלווט צו די היינטיגע נצרות) און סיי די אידישקייט אן יאשקע. אזויווי ס'דא די אסכולה פון Cabbalah (קבלה מיט א C, די C שטייט פאר Christianity) וואס איז די זעלבע זאך ווי קבלה מיט א K נאר מיט אן הוספת נופך פון יאשקע והמסתעף. אדערווייל האלט זיין רייזע ביי פראטעסטאנטיזם, ניו אייג', חסידישקייט (די פאר'נשתכח'דיגע חסידות), קבלה, גנאסטיסיזם, וועלן מיר זעהן ווי ווייטער זיין נשמה וועט איהם פירן, איך וואונטש איהם פיהל הצלחה.

נ.ב. די אנאליז אז בלויד איז א געפיללאזער מענטש איז דאך אזוי אבסורד אז ס'בכלל נישט דא אין וואס דן צו זיין, די איינציגסטע זאך וואס קען ברענגען א מענטש צו זאגן אזא זאך אויף איהם איז נאר ווייטאג.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:16 pm

· #542244
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
אט דאס איז אונזער שמועס, דאס אז פארלוירענע אידן זאלן זיך טרעפן מעדיטעטן אין אינדיע אדער זיך טרעפן פראקטיצירן בודהיזם און נאכדעם משיג זיין אז זיי האבן דארטן גארנישט פארלוירן, אלעס איז אידישע Plagiarism, עס איז דא הונדערטער אזעלכע מעשיות. אבער דאס אז איינער וואס זאל דאס זאגן אויף פארקערט איז עפעס וואס מ'הערט נישט.

נ.ב די אנאליז איבער די געפילישע חלק איז נאכן וואטשען זיינע animations און רעאקציעס אין די אינטערוויו, מ'דארף זיין בלינד נישט דאס צו זען.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:20 pm

· #542247
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
די חברה וואס קומען צוריק פון אינדיע און פארקויפן דיר אז ס'איז אלעס פלאגירט פון אידישקייט זאגן עס נאר ווייל אויב זיי וואלטן געזאגט וואס זיי טראכטן באמת (אז ביידע זענען די זעלבע אמת נאר מיט אן אנדערע עטנישע פלעיוואר) וואלט מען זיי גראד צוריקגעשיקט, איך קען די חברה זייער גוט. אויף פארקערט קענסטו נישט זאגן אז "מ'הערט נישט" ווייל מ'הערט יא, איך קען א צאל מענטשן (צווישן זיי פרומע אידן) וואס זענען געקומען צו זייער עהנליכע מסקנות, אזויפיל קענסט זאגן אז דו האסט נאכנישט געהערט.

אגב, די צושטעל צווישן קבלה, נעא-פלעטאניזם און גנאסטיסיזם האב איך שוין געהאט געהערט פון פריער פון אידן וואס טוען אין קבלה (פרומע און נישט פרומע) אבער כ'האב קיינמאל נישט געטראכט אז ס'ליגט עפעס דערין ווייל ס'איז געוועהן גערעדט אין די וועלט אריין, יעצט אז איך האב געזעהן ווי דער האט עס גענומען אויף הלכה למעשה האב איך אביסל אריינגעקוקט דערין און איך מוז זאגן אז ס'ליגט אן אמת אין דעם צושטעל. הגם איך האלט נאכאלץ אז ס'איז זייער נישט מסתבר אז די ערשטע מקובלי אשכנז האבן עפעס געהאט א דירעקטע מסורה פון די ערשטע גנאסטיקער ווייל וואו איז עס געוועהן אויסבאהאלטן טויזענט יאר? ס'מער מסתבר אז ביידע האבן צוגעטראפן צו די זעלבע זאך.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:45 pm

· #542250
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ברוך שפינוזה #
די חברה וואס קומען צוריק פון אינדיע און פארקויפן דיר אז ס'איז אלעס פלאגירט פון אידישקייט זאגן עס נאר ווייל אויב זיי וואלטן געזאגט וואס זיי טראכטן באמת (אז ביידע זענען די זעלבע אמת נאר מיט אן אנדערע עטנישע פלעיוואר) וואלט מען זיי גראד צוריקגעשיקט, איך קען די חברה זייער גוט. אויף פארקערט קענסטו נישט זאגן אז "מ'הערט נישט" ווייל מ'הערט יא, איך קען א צאל מענטשן (צווישן זיי פרומע אידן) וואס זענען געקומען צו זייער עהנליכע מסקנות, אזויפיל קענסט זאגן אז דו האסט נאכנישט געהערט.
יעצט קומסטו מיט די no true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן. https://www.chabad.org/library/article_cdo/aid/959313/jewish/The-Guru-Jew.htm

איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות. איך רעד אויסשליסליך פון א גר צדק כהלכה וואס האט אוועקשפאצירט אפאר יאר נאכדעם. ברענג מיך נישט קיין מיסיאנערן אדער JFJ רעקרוטערס. ברענג מיך נאך 5 אזעלכע פעלער (ווייל איינס איז גרינג צו טרעפן אויף יוטוב) ווען א גר צדק האט אוועקשפאצירט. 5 גרים.

אדאנק.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:58 pm

· #542253
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג
יעצט קומסטו מיט די No true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן.
ס'נישט קיין סקאטסמען, איך זאג אזוי. לאמיר נעמען טאקע בלויד אלץ א ביישפיל, וואס מיינסטו זאגט ער פאר זיין פאמיליע און חברים יעצט אז ער איז צוריק? שטעל דיך פאר ער קומט צוריק צום גלח און ער זאגט איהם וואס ער האט געזאגט פאר ברעננער: "הער גלח, איך האב איינגעזעהן אז אידישקייט און נצרות זענען ביידע די זעלבע אמת ממילא בין איך צוריקגעקומען ווייל איך וויל אנהאלטן אונזער מסורה", דער גלח וואלט איהם ארויסגעטראסקעט און איהם אויסגעצאלט א טיקעט צוריק קיין וויליאמסבורג, בלייב דארט און מאך מיר נישט קאליע מיין ביזנעס. אוודאי זאגט ער זיי די בעלאוני אז ער האט איינגעזעהן אז גאנץ אידישקייט איז פלאגירט פון נצרות, וואס דען?
פרייוויליג
איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות.
איך רעד יא, ווייל דער אידישער נעא-פלעטאניסט און די קריסטליכע נעא-פלעטאניסט זאגן ביידע די זעלבע זאך, דער איד זאל בלייבן א איד און דער קריסט זאל בלייבן א קריסט און דער בודדהיסט זאל בלייבן א בודדהיסט, נישטא קיין שום סיבה צו גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער ווייל גאט איז מלא כל הארץ כבודו.

דו בעהטסט פאר א ליסטע פון 5 גרים וואס האבן deconverted, איך קען ניטאמאל קיין 5 גרים.

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:16 pm

· #542256
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג #

יעצט קומסטו מיט די no true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן. https://www.chabad.org/library/article_cdo/aid/959313/jewish/The-Guru-Jew.htm
דער רב גאטמאן איז לכאורה אויך סתם א ראבאט.
ברוך שפינוזה #
דו בעהטסט פאר א ליסטע פון 5 גרים וואס האבן deconverted, איך קען ניטאמאל קיין 5 גרים.
איך קען אויך נישט קיין פינעף גרים, אבער די איינציגסטע אנדערע גר וואס איך קען יא פון דא אויף קאווע שטיבל איז אויך חזר לסורו.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=10945&start=69

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:17 pm

· #542257
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ברוך שפינוזה #
פרייוויליג
יעצט קומסטו מיט די No true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן.
ס'נישט קיין סקאטסמען, איך זאג אזוי. לאמיר נעמען טאקע בלויד אלץ א ביישפיל, וואס מיינסטו זאגט ער פאר זיין פאמיליע און חברים יעצט אז ער איז צוריק? שטעל דיך פאר ער קומט צוריק צום גלח און ער זאגט איהם וואס ער האט געזאגט פאר ברעננער: "הער גלח, איך האב איינגעזעהן אז אידישקייט און נצרות זענען ביידע די זעלבע אמת ממילא בין איך צוריקגעקומען ווייל איך וויל אנהאלטן אונזער מסורה", דער גלח וואלט איהם ארויסגעטראסקעט און איהם אויסגעצאלט א טיקעט צוריק קיין וויליאמסבורג, בלייב דארט און מאך מיר נישט קאליע מיין ביזנעס. אוודאי זאגט ער זיי די בעלאוני אז ער האט איינגעזעהן אז גאנץ אידישקייט איז פלאגירט פון נצרות, וואס דען?
פרייוויליג
איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות.
איך רעד יא, ווייל דער אידישער נעא-פלעטאניסט און די קריסטליכע נעא-פלעטאניסט זאגן ביידע די זעלבע זאך, דער איד זאל בלייבן א איד און דער קריסט זאל בלייבן א קריסט און דער בודדהיסט זאל בלייבן א בודדהיסט, נישטא קיין שום סיבה צו גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער ווייל גאט איז מלא כל הארץ כבודו.

דו בעהטסט פאר א ליסטע פון 5 גרים וואס האבן deconverted, איך קען ניטאמאל קיין 5 גרים.
איך קען מיך נאר באציען צו וואס ער רעדט, דו מאכסט יעצט חשבונות אז עס קומט אים אויס גוט אזוי צו זאגן. איך זע נישט פארוואס ער זאל נישט זיין באמת איבערצייגט אז אידישקייט איז די זעלבע פון נוצרות. אפשר זאל איך יעצט חושש זיין אז ער איז געווארן א באהאלטענע שאהיד, נאר ער האט מורא פון זיין גלח וואס אויב זאגט ער אויס, וועט ער אים אפשיקן קיין סיריע. דאס איז זייער נישט קיין רעאליסטישע ארגומענט.

לייג אריין אין יוטוב און טרעף מיך 5 גרים וואס האבן אוועקשפאצירט, זיך אין אינסטעגרעם, זיך אין טיקטאק, זיך אויף רעדיט, טרעף מיך 5.

איך קען דיך טרעפן זייער גרינג 5 גרים, און אסאך מער וואס זענען נאכאלס געבליבן אידן. דאס איז די טעמע פון די אשכול. נישט פון נעא-פלעטאניסטן, און נישט פון אידישע דראפ-אוטס.

מיין ארגומענט איז אז אידישקייט איז זייער ראבאסט, און זיי נעמען אן זייער שווער, איינמאל דו מאכסט עס אריין ביסטו אינסייד, אויב האסטו געמאכט דיין וועג אריין בערמה, וועט דיך עס אויסשפייען, אזוי ווי עס איז געשען מיט אונזערע יחיאל. און מען טרעפט נישט נאך ענליכע פעלער.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:19 pm

· #542258
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
בקיצור, דו האסט געמאכט א קלעים און איך דארף דיך אפווענדן, און אזוי ביי די וועי האסטו גוט באוואשן א איד אזוי נישט מיר נישט דיר, ווען דו צאלסט מיר ווען $1000 דאללער פאר די מחקר וואלט געוועהן פון וואס צו רעדן. לאמיר גיין פארקערט, איך מאך א קלעים און לאמיר זעהן צו דו קענסט מיר אפווענדן, איך האב כאטש קיינעם נישט באוואשן.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:25 pm

· #542259
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ברוך שפינוזה #
בקיצור, דו האסט געמאכט א קלעים און איך דארף דיך אפווענדן, ווען דו צאלסט מיר ווען $1000 דאללער פאר די מחקר וואלט געוועהן פון וואס צו רעדן. לאמיר גיין פארקערט, איך מאך א קלעים און לאמיר זעהן צו דו קענסט מיר אפווענדן.
אדרבה, איך וועל פראבירן מיין בעסטע. איך וועל נישט סתם שיסן אין די וועלט אריין. קענסט מאכן א קלעים - באותו ענין - אדער אין דיין אשכול, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן, און נישט זאגן אז איך קען א צאל חברה, אדער מיין שכנ'ס ברודער האט מיך אזוי געזאגט.

מי אני » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:28 pm

· #542260
פרייוויליג #
עס איז כמעט פרעצעדענטלאז אז א הייסע גר צדק שומר תורה ומצות זאל גיין פייפן. דו קענסט כמעט נישט טרעפן אזא געשיכטע.
מיר וואלט געווען אינטרעסאנט טאמער עס זענען נישט דא נאך עטליכע גרים שחזרו לסורן. אונז טרעפן מיר די חשש אויף גרים אז שמא יחזור לסורו/לקלקולו בכמה מקומות בש״ס. (ואפילו אויף עקילס הגר, בב״ר ע ה, שתירגם התורה און האט געהאט דירעקטע שייכות מיט תנאים, און איז לכאורה בגדר א ״הייסע״ גר צדק שומר תורה ומצות, איז געזאגט געווארן די חשש לולי אריכות פנים שהאריך לו ר׳ יהושע.) ומאי שנא בזה״ז?

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:31 pm

· #542261
שפילער #

סאיז זייער פאני ווען ער לאזט ווען איבער גאנץ יודישקייט און ווערט אן אטיעסט וואלט עס נישט געווען אזוי פאני. ער איז אריבער די גאנצע זאך און איינגעזעהן אז ס'איז אלעס בעלאני מעקאראני , אבער ציריק ג'יין צו די אלטע נארישע רעליגע נאכן דורכטון גאנץ ש"ס האט ער איינגעזעהן אז דזיזעס איז די זאך ... דאס שטעלט זיך ממש נישט אויפן שכל

זייער פשוט.
א נאַר איז ער נישט, ער זיכט רעליגיע, מסתמא בכדאי זיך צו פארזארגען א געשמאקע ׳עפטער-לייף׳.
אבער למעשה, איז ער דאך א איד [לכאורה] אויך נישט.
נו, באין ברירה, זיך צו פילן גוט, האט ער מחליט געווען זיך צו סעטלען אין יענעם רעליגיע.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:33 pm

· #542262
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג
קענסט מאכן א קלעים - באותו ענין - אדער אין דיין אשכול, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן, און נישט זאגן אז איך קען א צאל חברה, אדער מיין שכנ'ס ברודער האט מיך אזוי געזאגט.
מיין קלעים איז אז די אמת קען מען טרעפן איבעראל, משה מימון המכונה Somananda האט מיר עס געזאגט זייער קלאר, קענסט איהם אפרופן פרעגן (אגב ער איז נישט דער איינציגסטער פון זיין חבריא פון אידישן אפשטאם וואס האבן זיך געטראפן זייער שורש נשמה אין הינדואיזם). זלמן שעכטער-שלומי האט אויך אזוי געהאלטן, אוהד אזרחי פון ISTA האלט אויך אזוי. איך קען נאך אסאך מענטשן וואס האבן עס דורכגעטוהן און זענען געקומען צום זעלבן מסקנא נאר זיי זענען פריוואטע מענטשן.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:34 pm

· #542263
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
איך וועל דיך יא ברענגן 5 גרים. הגם דאס איז נישט די טעמע פון די אשכול צו טרעפן גרים, און איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין מיט זיי אין 6 יאר ארום. אבער לכבוד ניטל היינט, ברענג איך 5 גרים, זייערע געשיכטעס איז זייער אינטערסאנט.

https://www.youtube.com/@jayellealafi5797
https://www.youtube.com/@houseoflev
https://www.youtube.com/@jaroffireflies
https://www.instagram.com/yehudahpryce/
Eliana Aviva Duthie

אפשר קען @ברוך שפינוזה ברענגן לכבוד ניטל, 5 גרים וואס זענען געווארן קריסטן, אדער זענען אוועקגעגאנגן און האלטן אז ביידע זענען די זעלבע וויבאלד זיי האבן מורא פון זייערע גלח. און אויב האסטו נישט קיין כח צו זיכן, דאן קענסטו לאזן @שמן למאור זוכן.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:38 pm

· #542264
Re:
מי אני #
פרייוויליג #
עס איז כמעט פרעצעדענטלאז אז א הייסע גר צדק שומר תורה ומצות זאל גיין פייפן. דו קענסט כמעט נישט טרעפן אזא געשיכטע.
מיר וואלט געווען אינטרעסאנט טאמער עס זענען נישט דא נאך עטליכע גרים שחזרו לסורן. אונז טרעפן מיר די חשש פון שמא יחזור לסורו/לקלקולו בכמה מקומות בש״ס. (ואפילו אויף עקילס הגר, בב״ר ע ה, שתירגם התורה און האט געהאט דירעקטע שייכות מיט תנאים, און איז לכאורה בגדר א ״הייסע״ גר צדק שומר תורה ומצות.) ומאי שנא בזה״ז?

היינט איז פיהל, פיהל גרינגער צו זיין א איד עכ״פ מבחוץ (פיהל גוים וואלטן אפשר אפילו זיך אריינגעדרייט, פשוט אלץ די קאמיונעטי און די פילע בענעפיטן וואסיז דא ביינונז). ס׳איז נאר די יחידים, די אמת׳ע קלוגע אינטעלעקטועל׳ס וואס ס׳איז זיי באמת שווער צו פארנעמען דעם היינטיגן אידישן קאלטור. ס׳איז נאר מצד דאס זיין באמת א איד, וואס העלפט אים דאס דורכטראגן...

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:45 pm

· #542265
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ברוך שפינוזה #
פרייוויליג
קענסט מאכן א קלעים - באותו ענין - אדער אין דיין אשכול, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן, און נישט זאגן אז איך קען א צאל חברה, אדער מיין שכנ'ס ברודער האט מיך אזוי געזאגט.
מיין קלעים איז אז די אמת קען מען טרעפן איבעראל, משה מימון המכונה Somananda האט מיר עס געזאגט זייער קלאר, קענסט איהם אפרופן פרעגן (אגב ער איז נישט דער איינציגסטער פון זיין חבריא פון אידישן אפשטאם וואס האבן זיך געטראפן זייער שורש נשמה אין הינדואיזם). זלמן שעכטער-שלומי האט אויך אזוי געהאלטן, אוהד אזרחי פון ISTA האלט אויך אזוי. איך קען נאך אסאך מענטשן וואס האבן עס דורכגעטוהן און זענען געקומען צום זעלבן מסקנא נאר זיי זענען פריוואטע מענטשן.
ברענגסט מיך אידן וואס האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט. ווייסט וואס, לאמיר גיין אנדערש, ברענג מיך 5 פרומע אידן שומת"צ וואס האבן געפירט א אידישע לעבן, און האבן קאנווערטעט צו קרייסט, אדער בודהיזם. (ביטע ברענג מיך נישט עפעס א מפיל קינד וואס איז דורכגעגאנגען אביוז אלס קינד און האט גארנישט געוויסט) איך רעד פון א ריכטיגער שומת"צ, א פרומער, אדער רעליגיעזער איד.
שפילער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:22 pm

סאיז זייער פאני ווען ער לאזט ווען איבער גאנץ יודישקייט און ווערט אן אטיעסט וואלט עס נישט געווען אזוי פאני. ער איז אריבער די גאנצע זאך און איינגעזעהן אז ס'איז אלעס בעלאני מעקאראני , אבער ציריק ג'יין צו די אלטע נארישע רעליגע נאכן דורכטון גאנץ ש"ס האט ער איינגעזעהן. אז דזיזעס איז די זאך ... דאס שטעלט זיך ממש נישט אויפן שכל.

גענוי! אויב איינער לאזט איבער אידישקייט און לאזט אפ אלעס איז ער אין די טערעטאריע פון אגנאסטיק, סאיז אים צו שווער, ער ווייסט נישט, ער איז נישט איבערצייגט וכו'. אבער אויב איינער ווערט א קריסט, זאגט ער מיט דעם: דאס איז אמת, און דאס איז נישט אמת. אזא איינער איז דאך סתם א בהמה. ער גייט ארויס פון פייער גלייך אריין אין קאלעך אויבן.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:46 pm

· #542266
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג
ברענגסט מיך אידן וואס האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט.

יעצט האסטו פארלוירן יעדעס ברעקל קרעדיביליטי ביי מיר, אזוי ארויסצוגערעפסן אפענע שקרים? ביי ביי.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:48 pm

· #542267
Re:
מי אני #
פרייוויליג #
עס איז כמעט פרעצעדענטלאז אז א הייסע גר צדק שומר תורה ומצות זאל גיין פייפן. דו קענסט כמעט נישט טרעפן אזא געשיכטע.
מיר וואלט געווען אינטרעסאנט טאמער עס זענען נישט דא נאך עטליכע גרים שחזרו לסורן. אונז טרעפן מיר די חשש אויף גרים אז שמא יחזור לסורו/לקלקולו בכמה מקומות בש״ס. (ואפילו אויף עקילס הגר, בב״ר ע ה, שתירגם התורה און האט געהאט דירעקטע שייכות מיט תנאים, און איז לכאורה בגדר א ״הייסע״ גר צדק שומר תורה ומצות, איז געזאגט געווארן די חשש לולי אריכות פנים שהאריך לו ר׳ יהושע.) ומאי שנא בזה״ז?
נו, כ'האב דאס אדרעסירט, אז דאס איז שוין כספחת אזוי לאנג ווי תלמיד עקזעסטירט. דאס איז א שווערע קאמפליצירט זאך, און דא שטעלט זיך ארויס אז די סיסטעם ארבעט אזוי ווינדערליך אז עס שפייט ארויס שלעכטע עפל. שטעל דיך פאר יחיאל בלייבט, און ער האט קינדער, בלייבט צווישן אידן. עס וואלט געווען אסאך ערגער. מיר האבן א גרויסע גאט.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:49 pm

· #542268
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ברוך שפינוזה #
פרייוויליג
ברענגסט מיך אידן וואס האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט.

יעצט האסטו פארלוירן יעדעס ברעקל קרעדיביליטי ביי מיר, אזוי ארויסצוגערעפסן אפענע שקרים? ביי ביי.
5 פרומע שומרי תורה ומצות, נישט איינס, נאר 5, חמש, five.

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:04 pm

· #542271
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג #
ברוך שפינוזה #
פרייוויליג
ברענגסט מיך אידן וואס האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט.

יעצט האסטו פארלוירן יעדעס ברעקל קרעדיביליטי ביי מיר, אזוי ארויסצוגערעפסן אפענע שקרים? ביי ביי.
5 פרומע שומרי תורה ומצות, נישט איינס, נאר 5, חמש, five.
דו רעדסט פון היינט אדער פון אמאל? ווייל די ערשטע קריסטן זענען דאך אלע געווען מעיקרא פרומע אידן.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:15 pm

· #542272
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
שמן למאור #
פרייוויליג #
ברוך שפינוזה #
פרייוויליג
ברענגסט מיך אידן וואס האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט.

יעצט האסטו פארלוירן יעדעס ברעקל קרעדיביליטי ביי מיר, אזוי ארויסצוגערעפסן אפענע שקרים? ביי ביי.
5 פרומע שומרי תורה ומצות, נישט איינס, נאר 5, חמש, five.
דו רעדסט פון היינט אדער פון אמאל? ווייל די ערשטע קריסטן זענען דאך אלע געווען מעיקרא פרומע אידן.
אוקיי איינס אראפ, ישו הנצרי איז דער ערשטער. יעצט טרעף מיך נאך 4 פון די לעצטע 151 יאר

שמן למאור » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:31 pm

· #542275
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג #
שמן למאור #
פרייוויליג #
ברוך שפינוזה #

יעצט האסטו פארלוירן יעדעס ברעקל קרעדיביליטי ביי מיר, אזוי ארויסצוגערעפסן אפענע שקרים? ביי ביי.
5 פרומע שומרי תורה ומצות, נישט איינס, נאר 5, חמש, five.
דו רעדסט פון היינט אדער פון אמאל? ווייל די ערשטע קריסטן זענען דאך אלע געווען מעיקרא פרומע אידן.
אוקיי איינס אראפ, ישו הנצרי איז דער ערשטער. יעצט טרעף מיך נאך 4 פון די לעצטע 151 יאר
"אלע ערשטע" נישט נאר ישו אליינס.

אבער אז דו זיכסט דווקא פון די לעצטע פאר יאר, נאדיר אפאר.

ברוך שפינוזה » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:40 pm

· #542276
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז ס'דא איינער האלבערשטאם וואס פירט וויכוחים אויף וואטסעפפ/טעלעגראם, ער איז גראדע א גרויסער חסיד פון די נעא-פלעטאניזם/גנאסטיסיזם/קבלה וויזויהייסטעס (איך געדענק נישט וועלכע איז א תולדה פון וועלכע לויט איהם), ס'וואלט געוועהן א גוטע געדאנק איהם ארויפצושטעלן אויף א דעבאטע מיט פרייוויליג. איך בין סתם אזוי נייגעריג וואס ער האט צו זאגן אויף די בלויד פרשה, לויט ווי איך קען איהם וואלט בלויד געדארפט צו זיין straight up his alley.

יואלמ » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:48 pm

· #542277
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג #

עס איז ביי מיר בלתי שום ספק אז ער האט קיינמאל נישט קאנעקטעט מיט אידישקייט, אדער אידישע מיסטיסיזם און ספירואטואליטי, נישט קיין חילוק ווי שטארק ער האט זיך געשאקעלט ביים דאווענען. יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.

איך זעה נישט פארוואס די ביזט זיכער אז ער האט קיינמאהל נישט קאנעקטעד מיט יודישקייט. וואס מיינט קאנעקטעד ביי דיך? ס'קען נישט זיין איינער וואס איז קאנעקטעד זאל עס איבערלאזן?

די גייסט מיט א הנחה אז יעדער וואס זיכט די אמת וועט אנערקענען אין יודישקייט. וואס פאלט דיך איין אזוי? האסט גענוג געלערנט וואס די אנדערע זייט האט צי פארקויפן? די זאגסט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן ביליאן מאהל, צי דען האבן אלע וואס האבן עס אדורכגעדראשן ציגעקימען צי אונזער מסקנה?

די סיבה פארוואס איך challenge דיך איז ווייל ס'זעהט אויס ווי יחיאל האט זיך אדורכגעגאנגען זיין journey און טרעפן זיין אמת, און איך זעה נישט פארוואס אונז דארפן אים אוועקמאכן פארן בלויזן סיבה פון זיך טוישן נאכן מער לערנען וועגן יודישקייט אין Platonism. מען מעג מאכן ספעיס פאר מענטשן וואס מאכן אנדערע מסקנות פון אונזערע.

פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:55 pm

· #542280
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
@שמן למאור, דאס איז צו א שנעלע סוירטש, דאס קען איך אויך. דו ברויכסט נאך גיין יעדעם איינעם, עס איז נישט שווער, אבער עס נעמט נאר צייט און זען ווי פרום זיי זענען געווען. די קעפשענס 'איך בין א ראביי' איז סתם הבלים. בכל אופן, אזא סוירטש קען איך אויך מאכן. 5 פרומע אידן מבטן ומלידה, באקומען א אידישע חינוך, זיך געפירט אידיש, געלערנט אידיש, און מיטאמאל האבן זיי דיסקאווערט יעזוס.

פארוואס איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין וואס איך זאג? פארוואס ברענגסטו מיר אפאר צוקראכענע אידן וואס ווייסן גארניקסט פון אידישקייט?

חדשים » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:54 pm

· #542285

א פשוטע גוגל סערטש גיבט דיר א גאנצע ליסטע. וואס איז די שטייפקייט פון בעטן פינף נעמען...
https://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_converts_to_Christianity_from_Judaism

ים של שלום » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:55 am

· #542292
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
ברוך שפינוזה #
פרייוויליג
קענסט מאכן א קלעים - באותו ענין - אדער אין דיין אשכול, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן, און נישט זאגן אז איך קען א צאל חברה, אדער מיין שכנ'ס ברודער האט מיך אזוי געזאגט.
מיין קלעים איז אז די אמת קען מען טרעפן איבעראל, משה מימון המכונה Somananda האט מיר עס געזאגט זייער קלאר, קענסט איהם אפרופן פרעגן (אגב ער איז נישט דער איינציגסטער פון זיין חבריא פון אידישן אפשטאם וואס האבן זיך געטראפן זייער שורש נשמה אין הינדואיזם). זלמן שעכטער-שלומי האט אויך אזוי געהאלטן, אוהד אזרחי פון ISTA האלט אויך אזוי. איך קען נאך אסאך מענטשן וואס האבן עס דורכגעטוהן און זענען געקומען צום זעלבן מסקנא נאר זיי זענען פריוואטע מענטשן.
וואס מיינט "אמת" אין די קאנטעקסט? ווי קען זיין אז מען טרעפט די זעלבע אמת אין יודישקייט און אין הינדואיזם? אדער מיינסטו פשוט אז יעדער טרעפט "זיין" אמת ווי ער וויל? אויב אזוי מיט וואס איז דאס "אמת"?

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:00 am

· #542293
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
חדשים #
פרייוויליג #
@שמן למאור, דאס איז צו א שנעלע סוירטש, דאס קען איך אויך. דו ברויכסט נאך גיין יעדעם איינעם, עס איז נישט שווער, אבער עס נעמט נאר צייט און זען ווי פרום זיי זענען געווען. די קעפשענס 'איך בין א ראביי' איז סתם הבלים. בכל אופן, אזא סוירטש קען איך אויך מאכן. 5 פרומע אידן מבטן ומלידה, באקומען א אידישע חינוך, זיך געפירט אידיש, געלערנט אידיש, און מיטאמאל האבן זיי דיסקאווערט יעזוס.

פארוואס איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין וואס איך זאג? פארוואס ברענגסטו מיר אפאר צוקראכענע אידן וואס ווייסן גארניקסט פון אידישקייט?
א פשוטע גוגל סערטש גיבט דיר א גאנצע ליסטע. וואס איז די שטייפקייט פון בעטן פינף נעמען...
https://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of_converts_to_Christianity_from_Judaism
ווייל ער זיכט דווקא פרומע אידן, וואס זענען דווקא געגאנגען בערד, און האבן געגעסן עפל קאמפאוט ביים סעודה נישט בארן קאמפאוט, און א קראך הוט איז שטייצעך נישט גערעכנט.

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:05 am

· #542294
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג #
@שמן למאור, דאס איז צו א שנעלע סוירטש, דאס קען איך אויך. דו ברויכסט נאך גיין יעדעם איינעם, עס איז נישט שווער, אבער עס נעמט נאר צייט און זען ווי פרום זיי זענען געווען. די קעפשענס 'איך בין א ראביי' איז סתם הבלים. בכל אופן, אזא סוירטש קען איך אויך מאכן. 5 פרומע אידן מבטן ומלידה, באקומען א אידישע חינוך, זיך געפירט אידיש, געלערנט אידיש, און מיטאמאל האבן זיי דיסקאווערט יעזוס.

פארוואס איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין וואס איך זאג? פארוואס ברענגסטו מיר אפאר צוקראכענע אידן וואס ווייסן גארניקסט פון אידישקייט?
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, האסט געבעטן א ליסטע האב איך דיר צאמגעשטעלט.

כ'האב דוקא געזיכט "ארטאדאקסישע" אידן וואס זענען געווארן קריסטן, און כ'האב פראבירט צו הערן אנהויב פון די ווידיאוס ווי זיי פארציילן זייער געשיכטע, און אפאר זאגן קלאר אז זיי זענען אויפגעוואקסן פרום.

ים של שלום » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:12 am

· #542296
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
וואס איז מיר אינטערעסאנט אין די גאנצע בלויד פרשה איז אז איינער וואס האב געזוכט קבלה אין מיסטעסיזעם איז געקומען צו די סאטמערע אונגערישע וויליאמסבורג אנשטאט גיין קיין ירושלים אדער צפת. און נישט נאר דאס, ער איז נאך געבליבן זיצן דארטן פאר פינעף יאר!

אביסעל שכל » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:23 am

· #542307
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
אדיב גר צדק שמעתי שחזר לסורו
גם לעזער גיליק

שעפטאל » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 8:07 am

· #542308
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
שכח @פרייוויליג פארן געבן דיין אנאליז בחינם און פרייוויליג!

מיין צוויי צענט: א החלטה האט כמעט גארנישט צו טוהן מיט שכל, נאר מיטן סובקאנשעס מיינד. (אזוי איז אנגענימען ע"פ תורת פסיכולוגיע, די עדווערטייזינג קאמפעני'ס גייען אויך דערמיט און ס'ארבעט..)

ער האט אנגענימען דעם צד אז אידישקייט האט גע'גנב'ט קבלה פון די גוים, ווייל אזוי איז עם באקוועמער. (די זעלבע סיבה פארוואס אונז זאגן פארקערט. כמ"ש רבינו הקדוש בק"ש: קיינער גלייבט נישט און כופר'ט נישט צוליב ראיות וקשיות).

ער זאגט קלאר אז ער האט נישט געלעקט קיין האניג דא, קוים געהאט אויף רענט און עסן. אבער האט נישט קיין טענות אויף אונז, מ'איז געוועהן שיין צו עם לויט אונזער קולטור. כ'זעה דא גענוג סיבה פאר עם צוריק צו גיין צו זיין משפחה פריינט און פרנסה.

--
למען השלימות. כ'צייכן צו דעם אשכול ווי מ'האט אויך דן געוועהן איבערן פרשה. פון דעם תגובה און ווייטער.
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=541479#p541479

טאמבל סאס » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:12 am

· #542314
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג #
ברוך שפינוזה #
פרייוויליג
קענסט מאכן א קלעים - באותו ענין - אדער אין דיין אשכול, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן, און נישט זאגן אז איך קען א צאל חברה, אדער מיין שכנ'ס ברודער האט מיך אזוי געזאגט.
מיין קלעים איז אז די אמת קען מען טרעפן איבעראל, משה מימון המכונה Somananda האט מיר עס געזאגט זייער קלאר, קענסט איהם אפרופן פרעגן (אגב ער איז נישט דער איינציגסטער פון זיין חבריא פון אידישן אפשטאם וואס האבן זיך געטראפן זייער שורש נשמה אין הינדואיזם). זלמן שעכטער-שלומי האט אויך אזוי געהאלטן, אוהד אזרחי פון ISTA האלט אויך אזוי. איך קען נאך אסאך מענטשן וואס האבן עס דורכגעטוהן און זענען געקומען צום זעלבן מסקנא נאר זיי זענען פריוואטע מענטשן.
ברענגסט מיך אידן וואס האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט. ווייסט וואס, לאמיר גיין אנדערש, ברענג מיך 5 פרומע אידן שומת"צ וואס האבן געפירט א אידישע לעבן, און האבן קאנווערטעט צו קרייסט, אדער בודהיזם. (ביטע ברענג מיך נישט עפעס א מפיל קינד וואס איז דורכגעגאנגען אביוז אלס קינד און האט גארנישט געוויסט) איך רעד פון א ריכטיגער שומת"צ, א פרומער, אדער רעליגיעזער איד.
די לאך אין די לאגיק פון דיין טענה איז די השערה אז נאר דיע אידן וואס קוקן חיצוניות'דיג אויס ווי דער פוילישער אדלמאן פון 16יארהונדערט, פון געבורטווייז אהן, קענען געזאגט ווערן צוהאבן ארויסגעהאט אידישקייט מכל הצדדים.
באמת קען אפילו זיין פארקערט, אז דוקא צווישן דיע, הערשט די העכסטע עמאונט פון אומוויסענהייט אפילו אין אידישקייט, טאקע צוליב וואס זיי זענען דערין געבוירן געווארן און האבן ע"פ רוב קיינמאל נישט געדארפט מאכן קיין אנשטרענגונג צו פראוון זייערע וועג פון לעבן.

קאמאן, דו מוזט מודה זיין אז צולערנען אזא כמות ווי יחיאל האט, אינקלודינג אפאר שפראכן, אין אזא קורצע תקופה, איז אימפרעסיוו, ווייזט אויף ערנסטע דעטערמינעישאן, און איז עטוואס מער ווי סתם צינישע צביעות?

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:22 am

· #542315
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט

פרייוויליג » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:54 am

· #542321
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
צדק: למעשה ליין איך אדורך די subsequent תגובות, און איך זע אז דו ביסט נישט גערעכט אז קיין איין איד אדער גר האט נישט פארלאזט אידישיקייט, כזע דאך אז @חדשים האט ציטירט א וויקיפידיע בלעטל, וואס צייגט איבער א מיליאן אידן וואס האבן זיך גע'שמד'ט צו קריסטינטום.

שמעון: יא, אבער וויפיל מאל דארף איך זאגן אז כ'רעד נישט פון דעם. כ'רעד פון אידן וואס האבן געהאט אן עכטע אידישע עדיוקאציע, און זענען נאכדעם אוועקגעגאנגען צום קלויסטער.

צדק: שכח, דו זוכסט דוקא אידן וואס זענען געגאנגען מיט בערד, און האבן געגעסן עפל קאמפאוט ביים סעודה, ווייל ער גייט מיט א קראך היט? כככככ. נאר די וואס קוקן חיצוניות'דיג אויס ווי דער פוילישער אדלמאן פון 16יארהונדערט קען פארשטיין אידישקייט?

שמעון: כ'זע אז דו האסט נאך א 8 יעריגע ווערסיע וואס א פרומער איד מיינט. פרומער איד האט זילטש צו טון מיט לבוש. דו קענסט גיין מיט א קאפל אדער אן א קאפל, בארד און otherwise נישט דאס מיינט א פרומער איד. א פרומער איד מיינט איינער וואס איז געבוירן, אדער האט באקומען א אידישע עדיוקאציע און פירט זיך אזוי אויף. למשל ער קען לשה"ק, ער שיקט די קינדער אין א אידישע מוסד, ער איז א יודע ספר, ער היט שבת און תורה און מצות.

צדק: כ'הער, אבער פארוואס קערסטו אזוי שטארק אונטערצושטרייכן שומת"צ, וואס איז שלעכט מיט @שמן למאור לינק צו דזשוס פאר דזשיזעס, כ'זע דאך וואו זיי זאגן אז זיי זענען געווען אידן.

שמעון: געוואלדיגע קשיא, און יעצט גייסטו כאפן פארוואס כזיך דוקא שומת"צ. ווייל אידן וואס האבן נישט באקומען קיין אידישע חינוך און שפאצירן אוועק ווייזט דאס אויף גארנישט. ער קומט אן אויף אינדיע און ער מיינט אז ער האט געטראפן ה' ומשיחו. די סארט אידן ווייסן נישט גארנישט. אלע אידן וואס דזשוס פאר דזשיזעס רעקרוטען ווייסן גארנישט פון אידישקייט. עס איז נישט גענוג צו קענען צינדן א מנורה, אדער זאגן אז זיין מאמע פלעגט צינדן ליכט. אויב זיכסטו צו ברענגן א קאנטראסט וואס עס איז געשען מיט אונזער גר, איינער וואס האט געהארוועט אויף ש"ס פאר איבער 5 יאר, דארפסטו מיך לפחות ברענגן נאך אזא איד אדער גר וואס איז אוועקגעגאנגען נאכן אטעמען אידישקייט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט אנדעקט א גורו אין אינדיע. טרעף מיך 5 אזלעכע חברה. נישט איינער וואס שמעתי שחזר לסורו, אדער כ'מיין אז איך קען איינעם. ברענגט מיך 5 חברה פון די לעצטע 151 יאר (פשוט ווייל עס איז אפשר גרינגער צו קענען זוכן) וואס האבן באקומען א גוטע אידישע עדיוקאציע און זענען געווארן אפילו א האלבע קריסט אא"וו

כ'האף אז עס איז גענוג קלאר, און איך וועל נישט דארפן זען נאך א לינק צו עפעס א איד וואס פראקטיצירט יאגע, ער קען זיין זייער א פיינער איד, און טון גוטע זאכן. אבער צום 10'טע מאל איך רעד פון א אנדערע קרייטעריע.

צדק: אוקיי כ'וועל איבערגעבן.

שאלתיאל » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:00 am

· #542323
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
פרייוויליג #

איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות. איך רעד אויסשליסליך פון א גר צדק כהלכה וואס האט אוועקשפאצירט אפאר יאר נאכדעם. ברענג מיך נישט קיין מיסיאנערן אדער JFJ רעקרוטערס. ברענג מיך נאך 5 אזעלכע פעלער (ווייל איינס איז גרינג צו טרעפן אויף יוטוב) ווען א גר צדק האט אוועקשפאצירט. 5 גרים.

אדאנק.
איך קען צוויי פעלער פון גרים וואס האבן אפגעלאזט אלעס. ביידע האבן זיך שוין געהאט אוועקגעשטעלט, אויפגעשטעלט שטובער און זיך אריינגעדרייט אין זייערע קהילות.
אין איין פאל איז יענער אויך אריבער עטליכע גלגולים , קודם מאדערן ארטדאקס> חסיד> קנאי > גוי (קען זיין ער איז אריבער אינצווישן נאך)
בלאט: 1 2