☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » געטויפט רח"ל

געטויפט רח"ל

68 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12610
בלאט: 1 2

חקרן » זונטאג אקטאבער 7, 2018 3:06 pm

· #413945
געטויפט רח"ל
ס'האט מיר היינט געגעבן א סקרוך אין די ביינער, זעהענדיג ווי אזוי א רבני'ש טאכטער, וואס איר טאטע איז א תופס בית המדרש, האט זיך געטויפט צו קריסטהום, לעיני אלפים, ווען דאס אלעס ווערט אויפגעשפילט... מיין אידישע פינק האט זיך מיר אנגעצינדן, איך האב געמאכט א דיין האמת און געוויינט.

מיין שאלה איז, וואס איז דארט געשען, וואס איז די מעשה מיט די מיידל, און ווי אזוי קומט אזאנס פאר?

איך שטעל די פראגע דווקא דא אין צימעס, אז ווי ווייניגער מענטשן זאלן דאס ליינען, איך וויל נישט מצער זיין די משפחה.

קען איינער ענטפערן?

סקרן » זונטאג אקטאבער 7, 2018 3:59 pm

· #413946
ווי קען מער פרטים? אדער פרטים בכלל?

קל וחומר » זונטאג אקטאבער 7, 2018 4:42 pm

· #413949
Re: געטויפט רח"ל
[ציטאט אראפגענומען]
אין אנדערע ווערטער, וואס באדערט אונז איז נישט אזוי ווייט די פאקט אז זי האט זיך געטויפט צו קריסטנטום ווי דאס וואס ליגט אונטער דעם, אז אין יארע תשע"ט זאל א פרעמדע רעליגיע קענען שענקן אהבה און עקסעפטענס וואס דאס אידישע רעליגיע האט נישט צוגעשטעלט. ועל זאת דוה לבינו.

טרויבן88 » זונטאג אקטאבער 7, 2018 6:26 pm

· #413954
Re: געטויפט רח"ל
חקרן
ס'האט מיר היינט געגעבן א סקרוך אין די ביינער, זעהענדיג ווי אזוי א רבני'ש טאכטער, וואס איר טאטע איז א תופס בית המדרש, האט זיך געטויפט צו קריסטהום, לעיני אלפים, ווען דאס אלעס ווערט אויפגעשפילט... מיין אידישע פינק האט זיך מיר אנגעצינדן, איך האב געמאכט א דיין האמת און געוויינט.

מיין שאלה איז, וואס איז דארט געשען, וואס איז די מעשה מיט די מיידל, און ווי אזוי קומט אזאנס פאר?

איך שטעל די פראגע דווקא דא אין צימעס, אז ווי ווייניגער מענטשן זאלן דאס ליינען, איך וויל נישט מצער זיין די משפחה.

קען איינער ענטפערן?
וואס איז די פראבלעם? אז זי האט זיך געטויפט צי קריסטום אדער אז זי איז אוועקגעגאנגען פון אידנטום?

אייז קריעם » זונטאג אקטאבער 7, 2018 10:24 pm

· #413963
פונעם וועג ווי זי זאגט ארויס איר פולן נאמען מינדל שבע, זעט אויס אז זי נישט 100% ווייל נאכוואס מיז דאס געזאגט ווערן בדקדוק לשון הקודש כאילו להבדיל מען גייט מאכן א מי שבירך, בעת אז זי גייט ווערן גואיש סייווי. זי וואלט געכער געקענט זאגן עפעס א גויאישן נאמען.
אדער וויל זי אפטוהן איינעם און זאגן קלאר אז זי איז היימיש און איז און גרויס צארן.
וויאזוי עס זאל נישט זיין, איז דאס א גרויס ווייטאג, אוו ברענגט אויף די מעשיות געליינט אלס קינד פונעם גלח אין קלויסטער פארכאפנדיג דעם רב'ס קלוג קינד.

שמעון וואלף » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 1:29 am

· #413973
א פחד
לבי לבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם.

כ'האב געזעהן איר טאטע פאר עטליכע וואכן צוריק און נישט געהאט קיין אנונג אז אזא צרה האט אים באטראפן.

די גרעסטע ווייטאג איז אויף די פארלוירענע נשמה'לע וואס האט אריינגעבלאנזשעט און די טומאה. ה' ירחם

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 3:57 am

· #413981
עס דערמאנט מיך א מעשה. אמאל אלץ א בחור אין ירושלים האב איך געטראפן מיסיאנערן וואס האבן מיך פרובירט איבערצורעדן אין זייערע שטותים. און מיר געוויזן גאנצע נייע פשטים אין נ״ך. האב איך אים געזאגט גלייב מיר איך גיי נישט טוישן מיין רעליגע וועגן עפעס א נייע פשט אין רש״י...

ווען כהאב די ערשטע מאל געהערט אז קריסטן טוהן זיך אידנדיפיצירן מיט “Love” האב איך געטראכט וואס רעדן זיי? די זעלבע קריסטן וואס האבן פארברענט אידן אויף די גאסן אין שפאניע זיי זענען גאר די גרויסע ״ליבהאבערס״??? ווען איך פלעג נאר דורך גיין א קירכע אלץ קינד פלעגט מיר דורכגיין אזא סקרוך אין די ביינער-כהאב מיך דערמאנט פון די בוך די ״שטורמישע וואסערן״ פון מנחם מנדל... וואס love? ווען love???

לאמיר נישט פארגעסן אז די קאטוילישע קירכע האט ניטאמאל פארדאמט געהריג די נאציס ימ״ש וואס האבן אריינגעלייגט צוויי מיליאן קינדער אין אויווען אריין. און נישט נאר זיי האבן געשוויגן נאר זיי האבן גאר קלאבארירט מיט די נאציס ימ״ש. ווען זיי זאגן love מיינען זיי זיך... נאר זייער קאליר ... זייער ראסע... זייער רעליגע... זייער לאנד... זייער מדינה... זייערע געווער....

Love thy neighbor???? ווענד זיך אויב ער איז ווייס אדער שווארץ ארים אדער רייך, א קריסט אדער סתם א פאלנער גוי 😂
והיינו טעמא דקריסטן, והיינו טעמא דריפובליקאנער... דאס איז אלעס איין שטיק היפאקראסיע...

וואס האקן זיי אין קאפ מיט לאוו??? וויאזוי האט קארלין געזאגט ווען יושקע האט געזאגט:
" Suffer the little children come unto me-האט ער נישט דאס געמיינט... וואס די היינטיגע גלחים טוהן שוין אפ די לעצטע צוויי טויזנט יאהר... זאלן די קאטוילישע חזירים האלטן די הענט ביי זיך.... האסטו געהערט א מעשה???

א חסידישע אינגערמאן וואס האט לעצטענס אפגעקויפט א קירכע אין בושוויק און איבערגעמאכט פאר דירות פאר היפסטערס האט מיר געוויזן בילדער אין בעסימענט איז געוועהן א באהאלטענע טשעימבער וואו מ׳פלעגט פייניקן די ווידערשפעניגע... דא אין בושוויק פאר 120 יאהר צוריק פלעגט מען נאך פראקן אין בעיסמענט- אלץ אין די נאמען פון LOVE....

אונטער חכם » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 12:49 pm

· #413996
Re: געטויפט רח"ל
פאסט נישט פאר דיר שבת אזוי צו ענדיגן אזא מאמר, וואלסט געדארפט צוענדיגן אז יודן זענען גארנישט בעסער, מיר האבן געהרגעט די עמלקים מיט די שבעה עממים וכולי

יין שרף » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 12:54 pm

· #413997
אונטער חכם
פאסט נישט פאר דיר שבת אזוי צו ענדיגן אזא מאמר, וואלסט געדארפט צוענדיגן אז יודן זענען גארנישט בעסער, מיר האבן געהרגעט די עמלקים מיט די שבעה עממים וכולי

ביסט גערעכט » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 1:33 pm

· #413999
Re: געטויפט רח"ל
קען מיר איינער ביטע זאגען ווי איך קען זעהן די קליפ?


Sent from my iPad using Tapatalk

פליישיג » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 1:40 pm

· #414000
וואס איז דער הלכה לגבי זיך זעצן שבעה?

יהודי פשוט » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 1:51 pm

· #414003
Re: געטויפט רח"ל
פליישיג
וואס איז דער הלכה לגבי זיך זעצן שבעה?
די הלכה איז אז אויב די ביסט נישט א טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, זוהן אדער טאכטער ביסטו פטור פון זיצן שבעה

סקרן » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 2:13 pm

· #414006
ביסט גערעכט
קען מיר איינער ביטע זאגען ווי איך קען זעהן די קליפ?


Sent from my iPad using Tapatalk

.

סקרן » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 4:48 pm

· #414026
ביסט גערעכט
קען מיר איינער ביטע זאגען ווי איך קען זעהן די קליפ?


Sent from my iPad using Tapatalk

<a class="postlink" href="http://dusiznies.blogspot.com/">http://dusiznies.blogspot.com/</a>
<a class="postlink" href="https://2.bp.blogspot.com/-srLfjbEuBHw/W7uiIzLBRyI/AAAAAAAAS-Y/44jqVX5cOBodOIa2qbZsgsqFSlfgKqlpQCLcBGAs/s320/Hayden%2Bpaneth.jpg">https://2.bp.blogspot.com/-srLfjbEuBHw/ ... paneth.jpg</a>

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 11:07 pm

· #414047
😂 😂 😂 😂

שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטן דשאוק 😂 😂 😂, קען מיר איינער אפשר מסביר זיין פשט דערפון? די גאנצע זאך איז זייער בעיבייש און צוריקגעשטאנען, ס'דערמאנט מיר די מעשיות פון אלס קליין קינד, א היינטיגע מיידל וואלט געמעגט זיין אביסל קלוגער פון דעם.

נאך איין זאך בין איך זייער נייגעריג, ס'איז טאקע זייער א פאני דשאוק, אבער וואס טוט זי פון דא און ווייטער? גייט זי טאקע זיך צלמ'ען יעדעס מאל פאר'ן עסן?! כ'מיין, וואס האט זי דערפון?!

שמעון וואלף » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 11:12 pm

· #414051
מ'רעדט דא דארט וועגן מיסיאנערן אבער דער עולם באגרייפט נישט די ערענסטקייט דערפון. מ'טראכט ווער וועט דען אפקויפן זייערע הבלים. אבער שטעלט זיך ארויס אז נשים דעתן קלות און זי איז איבערגערעדט געווארן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אקטאבער 8, 2018 11:16 pm

· #414052
אזוי קוקט מען אויס ווען מ'קויפט די קינדער שטותים מיט גארבידש, זיי ווערן מחונך פון אלץ קליין קינד אפצוקויפן שיט, נאכדעם קענסטו שוין נישט אויסרעכענען וואסערע נאך לאקשן זיי וועלן אפקויפן.

אפשר איז טאקע בעסער אז די אלע רבישע אייניקלעך זאלן זיך טויפן, וועלן זיי נישט האבן קיין צייט צו רודפ'ן מענטשן. ברם זכור אותו האיש לטוב, שבגללו נטבלו רבישע אייניקלעך, ומאז הפסיקו לרדת ליהודים לחייהם.

אין אנדערע נייעס. 😂 😂 😂 דער איז דאך צוקער זיס. 😂 😂 😂

איינציג » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 10:57 am

· #414076
ווי עס קיקט מיר אויס האט זי פשוט געוואלט א פליק טאן די עלטערן אירע אדער דאס אידענטום בכלל, און אפשר גאר ביידע, זי גלייבט נישט אין יוזל קיין טראפ מער ווי זי גלייב אין באשעפער (להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טמאה לטהרה), ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא, לאמיר האפן אז עס וועט איר נאך אמאל כאפן א הרהור תשובה און צוריק קומען צום שורש,

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 11:00 am

· #414079
איינציג
ווי עס קוקט מיר אויס האט זי פשוט געוואלט א פליק טאן די עלטערן אירע אדער דאס אידענטום בכלל, און אפשר גאר ביידע, זי גלייבט נישט אין יוזל קיין טראפ מער ווי זי גלייב אין באשעפער.

דו ווייסט, אדער דו שטעלסט זיך פאר?

איסר האטלקי » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 2:50 pm

· #414098
מאך זיכער
זי הייסט מינדל שבע פאנעטה איר טאטע איז אילאנדער רב פון בארא פארק, סאיז מיר גראדע גאר אינטערסאנט צו וויסן וואס זי מאכט מיט, זי פלאנט צו אנהייבן גלייבן אז אידן לייגען בלוט אין די מצות?

זי איז געווען חתונה געהאט פאר א וויילע, נישט אזוי?

שושן פורים » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 3:05 pm

· #414100
עס איז א הארצרייסנדע עפיזאד און עס רינט טרערן וואטשענדיג די קורצע אבער שוידערליכע קליפ.

אבער צו פארשטיין וואס עס ליגט אונטער דעם. לאוו דוקא אז עס איז בלויז צו דערצערענען די עלטערן.

יעדער בר דעת פארשטייט אז רעליגיע גיבט א געוויסע סארט צופרידנהייט פאר א מענטש, יש לו/לה על מי לסמוך גיבט א שטארק מאס זיכערקייט און זארגלאזקייט פאר א מענטש.

ווער רעדט נאך א ארגאניזירטע רעליגיע וואס מען איז ארומגענומען מיט אחים לדעה, קאמיוניטי איז א שטארקע זאך.

ספעציעל פאר עמיצער וואס איז אויפגעוואקסן רעליגיעז, אפילו יעצט וויל ער/זי לעבן א פריי לעבן בלייבט א גרויסע חלל פון די גוטע חלקים דערפון.

ביי די קריסטליכע רעליגיע קען מען האבן די בענעפיטן אן כמעט קיין שום רעסטריקציעס, גיי אנגעטאן ווי די ווילסט, עס וואס די ווילסט, טוה וואס די ווילסט, גלויב נאר אין געוויסע שמייליגקייטן און שוין.

תנחום » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 10:42 pm

· #414142
איסר האטלקי
מאך זיכער
זי הייסט מינדל שבע פאנעטה איר טאטע איז אילאנדער רב פון בארא פארק, סאיז מיר גראדע גאר אינטערסאנט צו וויסן וואס זי מאכט מיט, זי פלאנט צו אנהייבן גלייבן אז אידן לייגען בלוט אין די מצות?

זי איז געווען חתונה געהאט פאר א וויילע, נישט אזוי?
יא. בערך א האלבע יאר צו לעוו פון מאנסי א ברידער פון אבד תפארת אליעזר.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 10:50 pm

· #414143
און נאכדעם?

איינציג » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 10:48 am

· #414174
רביה''ק זי''ע
איינציג
ווי עס קוקט מיר אויס האט זי פשוט געוואלט א פליק טאן די עלטערן אירע אדער דאס אידענטום בכלל, און אפשר גאר ביידע, זי גלייבט נישט אין יוזל קיין טראפ מער ווי זי גלייב אין באשעפער.

דו ווייסט, אדער דו שטעלסט זיך פאר?

איך שרייב דאך קלאר "עס קיקט מיר אויס", סא די ענטפער איז ניין! איך ווייס נישט, איך שטעל מיר נאר פאר, דו האלסט אנדערשט? דו האלסט אז זי האט אויפגעהערט גלייבן אין באשעפער און האט פשוט מחליט געווען אז דאס קריסטליכער גלויבן איז די ריכטיגע גלויבן? זיך צו שמד'ן רח''ל דארף מען זיין א מומר להכעיס נישט א מומר לתיאבון, קיינער האט נישט קיין תאווה צו זיין א קריסט, זיי זענען נאר אויסן וויי צוטון עמעצן, און על פי רוב איז דאס זייערע עלטערן אדער זייערע מחנכים/מחנכות. עס איז שטארק ווייטאגליך ווען איינער אדער איינע פארט אפ פון אידישן וועג, אבער דאס איז על פי רוב לתיאבון, מען וויל זיין א פריי פויגל, מען איז נישט אינטרעסירט צו האלטן שבת, מען איז נישט אינטרעסירט און פאסטן יום הקדוש, מען וויל פשוט זיין א פורק עול, אבער אן צוטון תפילין אויף די פיס, אדער צוקומען מיט א קאר פאר פאפא בית המדרש בעצם יום כיפור און פרעסן א סענדוויטש, אדער זיך שמד'ן אין פאבליק און ארום שיקן די קליפס איז זיכער להכעיס. עס איז נישט קיין שום פערזענדליכע תענוג,

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:17 am

· #414181
זי איז דאך שוין פריי פאר ווייס איך ווילאנג, זי איז גארנישט אנדערש פון אלע אנדערע טויזענטער גוים וואס טויפ'ן זיך יעדן טאג. די קשיא דא איז נאר אז זי קומט דאך שוין פון דארט, איז וואס איז יעצט געשען?

שבת אחים » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:58 pm

· #414191
אונטער חכם
פאסט נישט פאר דיר שבת אזוי צו ענדיגן אזא מאמר, וואלסט געדארפט צוענדיגן אז יודן זענען גארנישט בעסער, מיר האבן געהרגעט די עמלקים מיט די שבעה עממים וכולי


וואס א מין גערעדאכץ איז דאס??? עמלק? וויפל יאהר צוריק???
איך רעד דאך פון היינטיגע צייטן.

פאסט נישט? וואס פאסט נישט??? דיין מאמע פאסט נישט! 😕

ס׳פאסט יא! איך שרייב דאך נאר דעם ריינעם אמת... אידן ע״פ רוב זענען רחמנים בני רחמנים- שטייצעך סאיז אייביג דא א יוצא מן הכלל- למשל די היינטיגע פרומע- טראמפ-שטיצער, וואס שטיצט די ״רשעותדיגע-רעפובליקאנער אדמינסטראציע״ ווי מ׳טוט רודפן מינארטיס אין גרויסן זענען טאקע נישט נכלל אין די ״רחמנים״- זיי זענען ״עקשנים בני רמאים״ 😂

א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:47 pm

· #414210
ווי קאן מען זעהן די קליפ?

שושן פורים » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:40 pm

· #414242
איינציג
רביה''ק זי''ע
איינציג
ווי עס קוקט מיר אויס האט זי פשוט געוואלט א פליק טאן די עלטערן אירע אדער דאס אידענטום בכלל, און אפשר גאר ביידע, זי גלייבט נישט אין יוזל קיין טראפ מער ווי זי גלייב אין באשעפער.

דו ווייסט, אדער דו שטעלסט זיך פאר?

איך שרייב דאך קלאר "עס קיקט מיר אויס", סא די ענטפער איז ניין! איך ווייס נישט, איך שטעל מיר נאר פאר, דו האלסט אנדערשט? דו האלסט אז זי האט אויפגעהערט גלייבן אין באשעפער און האט פשוט מחליט געווען אז דאס קריסטליכער גלויבן איז די ריכטיגע גלויבן? זיך צו שמד'ן רח''ל דארף מען זיין א מומר להכעיס נישט א מומר לתיאבון, קיינער האט נישט קיין תאווה צו זיין א קריסט, זיי זענען נאר אויסן וויי צוטון עמעצן, און על פי רוב איז דאס זייערע עלטערן אדער זייערע מחנכים/מחנכות. עס איז שטארק ווייטאגליך ווען איינער אדער איינע פארט אפ פון אידישן וועג, אבער דאס איז על פי רוב לתיאבון, מען וויל זיין א פריי פויגל, מען איז נישט אינטרעסירט צו האלטן שבת, מען איז נישט אינטרעסירט און פאסטן יום הקדוש, מען וויל פשוט זיין א פורק עול, אבער אן צוטון תפילין אויף די פיס, אדער צוקומען מיט א קאר פאר פאפא בית המדרש בעצם יום כיפור און פרעסן א סענדוויטש, אדער זיך שמד'ן אין פאבליק און ארום שיקן די קליפס איז זיכער להכעיס. עס איז נישט קיין שום פערזענדליכע תענוג,


קריסטנטום שטעלט צו די מעלות פון א רעליגיע אן כמעט קיין שום באגרעניצונגען.

בנוגע די פאבליק חלק דערפון, עס ווערט געווענליך געמאכט ברבים און די קירכע פאבליצירט עס.

לחיים ולברכה » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:43 pm

· #414243
די קירכעפובליצירט נאר ווי די זאגט איר נאמען?

החוקר » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:49 pm

· #414246
Re: געטויפט רח"ל
א-שופר-איז-א-שופר
ווי קאן מען זעהן די קליפ?


סקרן

<a class="postlink" href="http://dusiznies.blogspot.com/">http://dusiznies.blogspot.com/</a>
<a class="postlink" href="https://2.bp.blogspot.com/-srLfjbEuBHw/W7uiIzLBRyI/AAAAAAAAS-Y/44jqVX5cOBodOIa2qbZsgsqFSlfgKqlpQCLcBGAs/s320/Hayden%2Bpaneth.jpg">https://2.bp.blogspot.com/-srLfjbEuBHw/ ... paneth.jpg</a>

איך אויך » זונטאג אקטאבער 14, 2018 9:01 pm

· #414453
כבר אמר רביה"ק מסאטמר זי"ע שעדיף להשתחוות אלף פעם לצלב מאשר ללמוד מילה אחת בעברית. אשריהן של צדיקות אלו שקיימו את דבריו הק' כפשוטו.
©akiva Weingarten

תורה ומדע » דינסטאג אקטאבער 16, 2018 12:18 am

· #414520
א פארלוירענע נשמה וועלכער זוכט א היים.
ווי קאן מען גלייבען אזעלכע שטותיים.
אפשר וועט זי וֿערעֿן א בעלת תשובה אוֿן העלפען אנדערע פארלוירענע נשמות זיך ארויסדראפען פון קליפת היוזל

בן פרצי » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 1:45 am

· #414566
רביה''ק זי''ע
אזוי קוקט מען אויס ווען מ'קויפט די קינדער שטותים מיט גארבידש, זיי ווערן מחונך פון אלץ קליין קינד אפצוקויפן שיט, נאכדעם קענסטו שוין נישט אויסרעכענען וואסערע נאך לאקשן זיי וועלן אפקויפן.

אפשר איז טאקע בעסער אז די אלע רבישע אייניקלעך זאלן זיך טויפן, וועלן זיי נישט האבן קיין צייט צו רודפ'ן מענטשן. ברם זכור אותו האיש לטוב, שבגללו נטבלו רבישע אייניקלעך, ומאז הפסיקו לרדת ליהודים לחייהם.

אין אנדערע נייעס. 😂 😂 😂 דער איז דאך צוקער זיס. 😂 😂 😂

ביי אונז אין ארץ ישראל איז עס אפגעהאקט, מ'קען עס נישט זען - "הסרטון נחסם במדינה!" שטייט ביי אונז.
וואס וועט מען טוען מיט די 'ציונים'...

אונטער חכם » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 11:14 am

· #414579
Re: געטויפט רח"ל
זיי ווילן נישט מען זאל געוואר ווערן וואסערע שלימזלנים זיי זענען, אז זיי האבן די גאנצע וועלט אין טאש, און דאך קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן.

בן פרצי » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:31 am

· #414640
אונטער חכם
זיי ווילן נישט מען זאל געוואר ווערן וואסערע שלימזלנים זיי זענען, אז זיי האבן די גאנצע וועלט אין טאש, און דאך קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן.

כ'האב נישט פאשטאנען, זיי זיך בעסער מסביר

אונטער חכם » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 11:26 am

· #414646
Re: געטויפט רח"ל
בערך אזוי, אויב אידן קאנטראלירן יא די גאנצע וועלט פארוואס קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן מיט אפאר פאלעסטינער?

בן פרצי » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 6:54 pm

· #414698
אונטער חכם
בערך אזוי, אויב אידן קאנטראלירן יא די גאנצע וועלט פארוואס קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן מיט אפאר פאלעסטינער?

נאך אלץ נישט פארשטאנען
ווער האט געזאגט אז יודן פירן די גאנצע וועלט? (דאכט זיך מיר אז די נאצי פארטיי אין דייטשלאנד האט אזוי געטענה'ט, אבער ווי קומט עס אהער?)
וואס האט פירן די וועלט מיט זיך אן עצה געבן מיט טערעריסטן? (אמעריקא האט זיך יא אן עצה געגעבן אין עיראק אדער וויעטנעם?)
ועל כולם, וואס קומט עס דא אריין?
מ'האב דא סך הכל מעיר געווען, אז די ציונות'טישע רעגירונג לאט נישט מפרסם זיין קיין מיסיאנערישע ווידיאו'ס אין זייער טעריטארי'ס (=גבולות), וואס האט דאס מיט פירן די וועלט, און וואס האט דאס מיט די טעראריסטן?
איך האב שוין מורא, אז ס'איז נישט מקוצר המשיג.

אונטער חכם » פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:25 am

· #414754
Re: געטויפט רח"ל
בן פרצי

ווער האט געזאגט אז יודן פירן די גאנצע וועלט?


די ווידעא וואס די ציונים בלאקירן.

בן פרצי » מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 8:27 pm

· #414793
אונטער חכם
בן פרצי

ווער האט געזאגט אז יודן פירן די גאנצע וועלט?


די ווידעא וואס די ציונים בלאקירן.

איך געב אויף, איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט דיינע
איך האף נאר אז דו פארשטייסט יא

יבדש כחרס » זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:28 am

· #414811
Re: געטויפט רח"ל
אונטער חכם
בן פרצי

ווער האט געזאגט אז יודן פירן די גאנצע וועלט?


די ווידעא וואס די ציונים בלאקירן.

דא האסטו עס https://youtu.be/3xZmljWpLbc



Sent from my iPhone using Tapatalk

סקרן » דינסטאג אקטאבער 23, 2018 11:55 pm

· #415158
Re: געטויפט רח"ל
לייג ארןיף די וידיאו פון אתרוג בענטשען

Sent from my SM-G935V using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 26, 2018 9:13 am

· #415376
ס'זעט מיר אויס אז ביי איר איז די זיך טויפן דער זעלבער ענין ווי שאקלען לולב, זי וועט טון סיי וועלכע אינטערעסאנטע זאך וואס קומט נאר אונטער די הענט. און וועגן דעם האט זי ביים זיך טויפן געזאגט איר אידישע נאמען, כדי להגדיל השטיקל, ס'איז אלץ איין גרויסע דשאוק.

כלבאשבוע » מאנטאג אקטאבער 29, 2018 6:37 pm

· #415594
[ציטאט אראפגענומען]


<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/CHABADatUNION/photos/a.1987501487937680/1989777917710037">https://www.facebook.com/CHABADatUNION/ ... 7917710037</a>

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:35 am

· #415618
פליישיג
וואס איז דער הלכה לגבי זיך זעצן שבעה?

פליישיג: אויב דו ווילסט נעמען א וואך וועקעישן און דו זוכסט א תירוץ פארוואס נישט צו גיין אין דזשאב, קענסטו אזוי טון...!

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:03 pm

· #415675
קוק ווי אזוי ענקער חינוך האלט, וד"ל. א טאכטער פון א רבי'ן...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:06 pm

· #415679
חכמת שלמה
קוק ווי אזוי ענקער חינוך האלט, וד"ל. א טאכטער פון א רבי'ן...

וואס איז טאקע די עצה?

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 5:16 pm

· #415695
זיין א סאטמארע יואלי, מאכן יעדן טאג די פיאות מיט דזשעל, שרייען שיגץ און פוי אויפן קאנקערענץ פון דיין רבי. לאזן די קינדער זיך ארומ'רצח'ענען אויף כולם אהובים.

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 11:48 pm

· #415719
נתן איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז. ער האט זיך אועקגעריסן פון שורש... אבער ער האט זיך נישט געטויפט... כפי ידיעתי... ווער ווייסט?

שושן פורים » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 3:36 pm

· #415771
חכמת שלמה
נתן איז ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז. ער האט זיך אועקגעריסן פון שורש... אבער ער האט זיך נישט געטויפט... כפי ידיעתי... ווער ווייסט?

איינמאל ער האט זיך ליידער אפגעריסן פונעם שורש מקור מים חיים תמ"ל, מאכט דען א חילוק צו ער האט זיך געטויפט צו קריסטנטום אדער ליידער צו אומאויטענטישע אידישקייט?

לפענ"ד איז עס אסאך ארגער

חכמת שלמה » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2018 10:50 pm

· #415943
וועלכע דריי?

איז דא איינער וואס איז אריין אין קלויסטער זיך שמד'ן?
בלאט: 1 2