☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16733
בלאט: 1 2

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 10:16 pm

· #540748
ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
פארגאנגענעם כ''א כסליו ביים צענטראלן מעמד סעודת הודאה פון ק''ק סאטמאר מהרי''י, האט די דארטיגע רבי ביי זיין דרשה געזאגט בתוה''ד בערך בזה הלשון
"ליידער אין די לעצטע זמנים איז אריינגעקומען אין מוסדות דאהי א נייע מהלך אין סדר הלימודים און חדר אז מ'זאל קודם דורך לערנען חמשה חומשי תורה און נאכדעם נ"ך און מהייבט הערשט אן לערנען גמרא אויף די שפעטערע יארן. כ'ווייס נישט פונקטליך וואס די סדר איז און וואס די מקור איז, אבער איין זאך איז זיכער, אז ס'איז א נייע מהלך וואס מ'האט קיינמאל נישט געטון, און ס'איז א שינוי אין די מסורה מדור דור. די עצם משנה זיין איז א געוואלדיגע פירצה, און כל שכן אין אזא זאך וואס די פריערדיגע האבן נישט געהאלטן פון דעם".

ווי נאר איך האב עס געזעהן איז מיר געווארן אינטערסאנט ווי ס'איז דא אזא ת''ת, אפשר איז כדאי דארט צו שיקן,
ביז איך בין אנגעקומען אז לכאורה האט ער דא געמיינט זיי גרויסע פאליטישע שונא און ברידער, דער א.ג. סאטמארע רבי און מרא דאתרא פון קרית יואל.

יא, אין די שטאט וואס רביה''ק מ'סאטמאר ז''ל האט מייסד געווען, און אין די מוסדות וואס ער האט מייסד געווען דארט פאר פופציג יאר צוריק, האט מען ענדליך געמאכט א שטיקל טויש, מ'האט אין איין געוויסע אפטיילונג פון די ת''ת אנגעהויבן לערנען אויף א נייע מהלך.

בעצם דארף מען מברר זיין פונקטליך די סדר דארט, און איך האף נאך בס''ד צוריקצוקומען צי דעם,
אבער בקיצור, איז דאס א מהלך פון קודם לערנען גאנץ תנ''ך און נאכדעם משניות און ערשט נאכדעם גמ',

פארשטייט זיך אז אין קרית יואל גייט מען נישט לערנען נ''ך, נאר חמשה חומשי תורה, און ערשט נאכדעם משניות - אבער אויך נישט די גאנצע, און נאכדעם גמ', וואס גייט מאכן אז מ'זאל אנהייבן לערנען גמ' מיט די קינדער שפעטער.

די סדר גייט אז מ'לערנט חמשה חומשי תורה אויפן סדר, און נישט יעדע וואך א נייע פרשה, נאר ווי מ'האט געענדיקט פאריגע מאל.
אבער כדי נישט צי טוישן אינגאנצן, האט סאטמארע רבי מהר"א פארלאנגט אז מ'זאל אויך לערנען יעדע וואך פון יענע פרשה, צי מ'טוט עס למעשה איז א מחלוקת.

אין די מוסדות איז נישט יעדער איינשטימיג מיט דעם, און פאר א מנהל האבן זיי אויפגענומען איינער פון א''י וואס פירט עס פון דארט, די מהלך קומט פון א''י ווי מ'וועט אי''ה שפעטער מער מרחיב זיין...

לייביששרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 10:54 pm

· #540754
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
די סדר גייט אז מ'לערנט חמשה חומשי תורה אויפן סדר און נישט יעדע וואך א נייע פרשה, נאר ווי מ'האט געענדיקט פאריגע מאל,
אבער כדאי נישט צי טוישן אינגאנצן, האט די סאטמארע רבי פארלאנגט אז מ'זאל אויך לערנען יעדע וואך פון יענע פרשה, צי מ'טוט עס למעשה איז א מחלוקת
דאס איז זיכער אז די רבי שליט"א מרא דארת(ט)א מאכט זיכער אז א יעדע וואך זאל זיין א נייע פרשה

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 11:01 pm

· #540756
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
דאס איז דאך די מהלך פון די גר"א. די זילבערמאן חברה פון אלט שטאט ירושלים גייען שוין יארן מיט דעם מהלך.

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 11:08 pm

· #540757
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
שמן למאור #
דאס איז דאך די מהלך פון די גר"א. די זילבערמאן חברה פון אלט שטאט ירושלים גייען שוין יארן מיט דעם מהלך.
לויט ווי איך געדענק קומט עס טאקע פון די זילבערמאן'ס

די זילבערמאן'ס גייען שוין אהן מיט דעם א שיינע פאר יאר,
און עטליכע האבן שוין נאכגעמאכט דארט אין א''י, אבער קיינער גייט נישט אינגאנצן מיט זיי פונקטליך, (אזוי האט מיך זילבערמאן אליין אמאל געזאגט)

ס'איז אינטערסאנט אז מהר''א זאל נעמען א געדאנק וואס קומט פון די זילבערמאן'ס, וואס זענען ווייט פון די שיטה...

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 11:10 pm

· #540759
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אביסעל מער איבער די עצם מהלך פון דעם ווי איינער שרייבט אויף די אידטיש סייט
וזה ברור #

מהלך שיטת זכרו אין קורצן:
אין כיתה ב': לערנט מען גאנץ סדר בראשית אן קיין רש"י נאר עפ"י פי' רש"י, בנוסף וואס עס ווערט פארציילט פון די פ' השבוע.
כיתה ג': לערנט מען סדר שמות און ויקרא און מען חזר'ט סדר בראשית.
כיתה ד: לערנט מען סדרי במדבר דברים, און דאן הייבט מען הערשט אן רש"י, און מען חזר'ט בראשית ביז ויקרא.
כיתה ה': מען הייבט אן משניות לערנענדיג גאנץ סדר מועד, מען לערנט יעדע וואך די גאנצע סדרה מיט א גרויס טייל רשי"ס.
כיתה ו': מען לערנט גאנץ סדר קדשים -חזרה מועד- גאנצע סדרה יעדע וואך.
כיתה ז': ב' פרקים גמ' - משניות חצי סדר זרעים-חזרה משניות-חו"ר.
כיתה ח': ב' פרקים גמ' בב"ק -חצי סדר זרעים-חזרה משניות- חו"ר.
כיתה ט': גמ' האיש מקדש- מס' סוכה- חזרה משניות- חו"ר.

די חומש ווערט געלערנט מיט די טראפן וואס העלפט צו געדענקן די לשונות המקרא בע"פ, און ווערט געטייטשט אויף א ספעציעלן וועג וואס מען לייגט אריין אין די טייטש אסאך ידיעות פון חז"ל, און ווערט געלערנט אויף אייגנארטיגע וועג פון ארויסהאבן דעם חומר הפסוק און פארשטיין דעם צוזאמשטעל און קשר פון איין פסוק מיט די צווייטע, און די קינדער לערנען זיך אויס אפצולערנען חומש מיט זייער אייגענעם הבנה, אזוי אויך די משניות ווערט געלערנט מיט א ניגון אזוי ווי טראפן.
כדי קינדער זאלן נישט ווערן איבערגעשטרענגט פון לערנען אזוי פיל, מאכט מען הפסקות יעדע 50 מינוט.
און נאך א עיקר איז דאס וואס מען לערנט און מען הייבט נישט אן קיין גמ' פארן ענדיגן חמשה חומשי תורה, רוב נ"ך, און עטליכע סדרים משניות.
ע"כ בערך.
און יעדע ת"ת וואס מאכט דאס נאך טוישט קלייניקייטן אהער און אהין.

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 11:12 pm

· #540760
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי

( פאראכטן ע''פ בקשת @אלע צוזאמען דא)

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 11:23 pm

· #540762
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
למען האמת מעג ר' אהרן טוהן וואס ער וויל ווילאנג ס'איז זיין קהילה,
אבער ס'איז אינטערסאנט צי זעהן וואס די גדולי ישראל אונטער וועמען סאטמאר פארופט זיך האבן געהאלטן איבער דעם
מהרז''ל האט ביי זיין דרשה דערמאנט די ויואל משה , בוצינא קדישא פון סענדער דייטש משמיה דרבי, און דברי שמחה (פון ציעצנובע רב ז''ל),

פאר מ'גייט צום רבי'ן וועל איך אראפ ברענגן די דברי שמחה 📎 דברי_שמחה2_page-0001[1].jpg📎 דברי_שמחה2_page-0002[1].jpg

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 11:30 pm

· #540763
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
בשיטת הרה''ק מ'סאטמאר ז''ל קען מען זעהן א שטיקל סתירה פון איין זייט וואס ער שרייבט אין ויואל משה 📎 ויואל משה סי' כ''א.png און אין בוצינא קדישא ברענגט ר' סענדר דייטש 📎 בוצינא.png📎 בוצינא2.png אבער הרב וואלף כ''ץ ברענגט אנדערש📎 חינוך.jpg וי''א אז ס'איז א טעות (?)
📎 ויואל משה סי' כ''א.png

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 11:33 pm

· #540765
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אונטערסאנט איז אז בשנת תשע''א איז געווען א שבע ברכות אין ק''י מיט די מנהלי מוסדות מהר''א פון ב''פ ווסב''ג און קר''י און איינער האט שוין דארט ארויף געברענגט די מהלך, אבער זעהט אויס אז דערמאלטס איז נאכנישט געווען די זמן המוכשר...📎 image.png📎 Screenshot 2023-10-17 142330.png

ים של שלום » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:48 am

· #540890
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
איך ציפ מיר צו זעהן אויב איך חלום נישט. זילבערמאן'ס זכרו אין סאטמער?! דאס איז שוין ימות המשיח. למעשה, ווייסט איינער וויפיהל קינדער לערענען אין דעם חדר? ווען האט זיך דאס ג'עפענט? ווער שיקט דארט? יעדע טאטע קען זיך וועהלען צו ער וויל שיקן דארט?

אלע צוזאמען » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:26 pm

· #540907
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
עמרם #
איך מיין אז אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי
נעם אראפ די ’’איך מיין’’, ס’איז דא אין מאנסי אזא חדר.

אלע צוזאמען » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:29 pm

· #540909
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
ים של שלום #
איך ציפ מיר צו זעהן אויב איך חלום נישט. זילבערמאן'ס זכרו אין סאטמער?! דאס איז שוין ימות המשיח. למעשה, ווייסט איינער וויפיהל קינדער לערענען אין דעם חדר? ווען האט זיך דאס ג'עפענט? ווער שיקט דארט? יעדע טאטע קען זיך וועהלען צו ער וויל שיקן דארט?
פארוואס זאל זילבערמאן זיין אפגעפרעגט ביי סאטמער?, ער האלט נישט פון די מדינה.

ים של שלום » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:34 pm

· #540910
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
ביי סאטמער איז אפגעפרעגט אלץ וואס איז נישט סאטמער. אויב האלט מען פון די מדינה דאן איז מען אן אפיקורס.

עמק הבכא » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:05 pm

· #540913
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
עמרם #
אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי

( פאראכטן ע''פ בקשת @אלע צוזאמען דא)
געוואנדן וואס מיינט ביי דיר א תלמוד חכם. דאס איז זיכער אז די קינדער וואס לערנען די אלע וויכטיגע לימודים אין אזא יונגן עלטער געדענקען עס אויפ'ן לעבן, אזוי ווי דו געדענקסט די חומש מיט די טייטש פון די פריים-טיים פרשיות ביז שני. ווען מיין זון זאל דאס אלעס קענען איז עס ביי מיר א גרויסע געווינס, אפגעזען צי ער ווערט א דיין אדער ער קעשט דאס איין אין עפעס א ממשות'דיגע תורה'דיגע פאזיציע וואס ווערט אין אונזער טעכנישע סאסייעטי אנגערופן א תלמוד חכם.

לייביששרייבער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:53 pm

· #540932
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
ים של שלום #
ביי סאטמער איז אפגעפרעגט אלץ וואס איז נישט סאטמער. אויב האלט מען פון די מדינה דאן איז מען אן אפיקורס.
איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט, איז דען איינער וואס האלט פון די מדינה נישט קיין אפיקןרס ? 😉

אפטימיסטיש » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:47 pm

· #541011
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
עמרם #
אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי

( פאראכטן ע''פ בקשת @אלע צוזאמען דא)
ת"ת באר ישעיה, ועוד

חיים הערש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:34 am

· #541022
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז יעצט די צווייטע יאר

רוני » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 8:54 am

· #541034
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
ים של שלום #
ביי סאטמער איז אפגעפרעגט אלץ וואס איז נישט סאטמער.
דאס איז נישט קיין פראבלעם, מ'קען דאס טוהן, און נאך א פאר חדשים זאגן אז די גאנצע וועלט מאכט אונז נאך..
(אזוי ווי הגאון ר' מאיר שפירא ז"ל האט נאכגעמאכט די תורתך שעשועי פלאן פון ר' אהרן, כידוע)

בר גיורא » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:02 pm

· #541070
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אלע צוזאמען #
ים של שלום #
איך ציפ מיר צו זעהן אויב איך חלום נישט. זילבערמאן'ס זכרו אין סאטמער?! דאס איז שוין ימות המשיח. למעשה, ווייסט איינער וויפיהל קינדער לערענען אין דעם חדר? ווען האט זיך דאס ג'עפענט? ווער שיקט דארט? יעדע טאטע קען זיך וועהלען צו ער וויל שיקן דארט?
פארוואס זאל זילבערמאן זיין אפגעפרעגט ביי סאטמער?, ער האלט נישט פון די מדינה.
ער האלט נישט פון די מדינה?? גיי אמאל אריבער צי אים און רובע המוסלמני, ווי ער וואוינט און רייסט זיך דארט (פיזיש..) מיט די אראבער.
ער איז שפיץ ציוני!
ער האלט אז מדארף אויסלייזען די בתי ירושלים פון גויאישע הענט, און ער איז גרייט זיך צו הרגנען פאר דעם.
ער וואוינט אין רחוב מעלות המדרשה גלייך נעבן שער שכם, וואס איז די ערגסטע געגענט אין אלט שטאט (פאר ווער סאיז באקאנט).

אלע צוזאמען » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:05 pm

· #541076
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אינגערמאן, דו האסט שוין אמאל גערעדט מיט אים, אז ער איז א ציוני ביי דיר?!

איך בין געזיצן מיט אים און מיט זיין חבריא, אסאך! דאס וואס ער וואוינט אין רובע המוסלמני האט גארנישט מיט די מדינה, ס’גייט בשיטת הגר’’א, יא מ’דארף אויסלייזן הייזער פון די גוים, ער איז אבער נישט גרייט צו שטארבן פאר דעם.

ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געשלאגן מיט קיין אראבער.
און אגב דארט איז בכלל נישט אזא געפערליכע געגנט, כאפ א שפאציר אביסל ווייטער, נאכער גייט מען רעדן.

בר גיורא » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:31 pm

· #541083
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
יא.
איך בין דארט אסאך אפגעזיצען.
סאיז דא 3 ברודער, פן וועמען רעדסטו??

עמרם » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:31 pm

· #541090
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
בר גיורא #

ער האלט נישט פון די מדינה?? גיי אמאל אריבער צו אים און רובע המוסלמני, וואו ער וואוינט און רייסט זיך דארט (פיזיש..) מיט די אראבער.
ער איז שפיץ ציוני!
ער האלט אז מ'דארף אויסלייזן די בתי ירושלים פון גוי'אישע הענט, און ער איז גרייט זיך צו הרג'נען פאר דעם.
ער וואוינט אין רחוב מעלות המדרשה גלייך נעבן שער שכם, וואס איז די ערגסטע געגענט אין אלט שטאט (פאר ווער ס'איז באקאנט).

איך האב אמאל געהערט אז סאטמאר רב האט אויך געהאלטן אז ס'איז א מצוה אויסצולייזן הייזער פון די אראבער אפי' היינטיגע צייטן.

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 5:50 pm

· #541106
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
עמרם #
איך האב אמאל געהערט אז סאטמאר רב האט אויך געהאלטן אז ס'איז א מצוה אויסצולייזן הייזער פון די אראבער אפי' היינטיגע צייטן

די שולחן ערוך אין או"ח סימן ש"ו אדער ש"ז האט מכוון געווען צו א דברי יואל!

חב''ד הויזן » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:34 pm

· #541461
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
דער איד מיט א ארטיקל קעגן די נייע מהלך אין ת''ת אין קרית יואל.
📎 Screenshot_20231214-123222-299.png

נחום הסופר » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 6:42 pm

· #541493
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
עמרם #
איך האב אמאל געהערט אז סאטמאר רב האט אויך געהאלטן אז ס'איז א מצוה אויסצולייזן הייזער פון די אראבער אפי' היינטיגע צייטן

א שיינע חלום האב איך געזען...

עמרם » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:03 pm

· #541638
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אדמו''ר מהר''א האט היינט ביי די תילים שיעור אפגעענטפערט די ברודער מהרז''ל אז דעס הייסט נישט משנה געווען נאר מוסיף זיין
און האט בתוה''ד געזאגט "אין קווינס לערענט מען אזוי ווי אין סענס סטריט ??"
די רעקארדינג

חב''ד הויזן » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:08 pm

· #541646
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
עמרם #
אדמו''ר מהר''א האט היינט ביי די תילים שיעור אפגעענטפערט די ברודער מהרז''ל אז דעס הייסט נישט משנה געווען נאר מוסיף זיין
און האט בתוה''ד געזאגט "אין קווינס לערענט מען אזוי ווי אין סענס סטריט ??"
די רעקארדינג
Omg. שוין לאנג נישט אזוי אריינגעשמיסן אין זיבעטן ריפ אין מהרז''ל. קוקט אויס מהר'' א האט עס גענומען זייער פערזענליך.

''ער זאל ארבעטן אויף זיינע מוסדות און איך וועל ארבעטן אויף מיינע מוסדות.

מ'שרייט איין זאך אבער באמת מיינט מען עפעס אנדערש. (מ'שרייט 'אתה יצרת' אבער באמת מיינט מען 'האסט מיך נישט מכבד געווען מיט מוסף')

די פראבלעם יעצט איז די גזירת החינוך נישט די וועג וויאזוי מ'לערנט אין אינזער ת''ת, ער האט א פראבלעם צו ארויסקומען מיט א מהלך וויאזוי זיך צו א עצה געבן מיט די גזירה, שרייט ער אתה יצרת.

ער גייט אונז נאך נאכמאכן אזויווי די אנדערע זאכן.

אין קווינס לערנט מען יא אזויווי סענס סטריט? מוסיף זיין הייסט נישט משנה זיין. די רבי ז'' ל האט אויך משנה געווען אין שטאט סאטמאר.

זויער טייג » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 8:36 pm

· #541669
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
עטליכע משכיל׳ישע אויסריידן פארוואס ס׳איז אייגנטליך מותר צו משנה זיין דעם דרך הלימוד טראץ וואס מרן רביה״ק מסאטמאר זיע״א שרייבט אין ויואל משה שארף דערקעגן:

1- ישיבה קטנה היינט איז נישט אזוי ווי ס׳איז געוועזן, אמאל איז ניטאמאל געווען א תלמוד תורה, אין קווינס לערנט מען נישט היינט אזוי ווי אין סענדז סטריט דערפאר מעג מען משנה זיין… אדער כלשונו עקפירימענטינג.

2- דער רבי ז״ל האט איינגעפירט אין די אשכנזישער שוהל אין סאטמאר צו זאגן הלל פסח ביינאכט וועלכע איז יסודתו בהררי קודש פון מרן הבעש״ט זיע״א און זיך אויסגעדרוקט אז א הוספה איז אייביג גוט.
זעט אויס אז מהר״א גייט איינפירן תפילת נעילה נאך די הדלקה ל״ג בעומר, א הוספה איז דאך אייביג גוט… דערפאר מעג מען לערנען אין ת״ת פרשת דברים ערב פסח, ס׳איז דאך פונקט ווי איינפירן הלל אין א אשכנעזישער שוהל.

3- מ׳גייט אונז דאך ממילא נאכמאכן פונקט וואו מ׳האט אונז אלעס נאכגעמאכט (איך בין געווען דער ערשטער…) דערפאר מעג מען משנה זיין פונעם דרך המסורה, מ׳גייט דאך סייווי נאכמאכן.
איך האב דער ערשטער געבויעט א היכל התורה, דערפאר מעג איך פארדרייען דעם דרך הלימוד און משנה זיין.
@kolel niyes

לייביששרייבער » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:50 am

· #541692
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
זעט אויס אז מהר״א גייט איינפירן תפילת נעילה נאך די הדלקה ל״ג בעומר, א הוספה איז דאך אייביג גוט… דערפאר מעג מען לערנען אין ת״ת פרשת דברים ערב פסח, ס׳איז דאך פונקט ווי איינפירן הלל אין א אשכנעזישער שוהל.
עס איז נישט געוען איינגעפירט אין סיגעט און אין סאטמאר צו מאכן אן הדלקה, דאס איז אן א"י יו"ט וואס אונזערע רבי'ס מהררי קודש האבן דאס נישט געטוהן אין חוץ לארץ.
מתוך שיח שרפי קודש מהר"א תשמ"א ביי א טראגעדיע וואס האט דאן פארסירט אין די ישיבה מיט א בחור וואס האט ל"ע פארלוירן אפאר פינגערס ביי אן הדלקה אויפרייס

מחונך » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:48 am

· #541706
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
נישט פארגעסן אז מהר"א איז געוועזן דער ערשטער!

Man City » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:28 am

· #541710
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
??Anyone with a better recording

חב''ד הויזן » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:40 am

· #541713
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
כ'הער אז מהרז''ל האט נעכטן נאכט אין בארא פארק שוין רעאגירט אויפ'ן ברודער'ס אטאקע. נאכנישט ארויסגעקומען קיין דעטאלן, לויט שמועות איז עס געווען גאר היציג.

Man City » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:31 pm

· #541723
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
חב''ד הויזן #
כ'הער אז מהרז''ל האט נעכטן נאכט אין בארא פארק שוין רעאגירט אויפ'ן ברודער'ס אטאקע. נאכנישט ארויסגעקומען קיין דעטאלן, לויט שמועות איז עס געווען גאר היציג.
בלויז שמועות - נישט אמת

חב''ד הויזן » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 2:00 pm

· #541727
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
Man City #
חב''ד הויזן #
כ'הער אז מהרז''ל האט נעכטן נאכט אין בארא פארק שוין רעאגירט אויפ'ן ברודער'ס אטאקע. נאכנישט ארויסגעקומען קיין דעטאלן, לויט שמועות איז עס געווען גאר היציג.
בלויז שמועות - נישט אמת
קום אריין מיט דעטאלן

yatzmachp » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 4:03 pm

· #541741
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
רז"ל איז ממש א ליצנות. ער האלט אז ער ווערט חשובער מיטן זיך קריגן אויף יעדע זאך וואס זיין ברודער טוט. מען געט נאך אזא זאג משכיליש און זאכן ווערן שרעקעדיגער ווי שרעקעדיג. צום סוף ענדיגט זיך עס אזוי די נעכטיגע משכילישע זאך. די מעלה דערפון איז אז די אלע מחלוקת ווערן רעפארטעד אין ריעל טיים, די רעספאנס איז אין ריעל טיים און עס וועט האפנטלעך ווערן אוועקגעלייגט פאר אייביג אויפן אינטערנעט אז אונזער שפעטערדיגע דורות זאלן עס קענען הערן אזוי ווי אונז האב מיר עס געהערט און קיינער וועט נישט זיך איינרעדן אז עס איז געווען לשם שמים אזוי ווי אונז פרוביר מיר צו זאגן אויף יעדן אלטן מחלוקת.

מר. קלונימוס » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 4:26 pm

· #541742
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
ווער איז א ליצנות
📎 IMG-20231217-WA0126.jpg

משה זעקעל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 4:32 pm

· #541746
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
הער איך אז עס אן אינערליכע פייט ביי מוסדות סאטמאר קרית יואל מהרא ווי געוויסע פרומע מענטשן זענען נישט צופרידן מיט די ראש הנהלים בש"וו אין זיי האבן געפענט א אייגענע כתה ה די מוסדות מיט די מנהלים רעגן זיך די סיבה פארוואס עס קען עקזיסטירן איז וועגן די גבאי פון מהרא שיקט זיין יונגעל אין די נייע חדר

דעס אז מהר"יי רעד אריין אין א אינערליכע פאליטיק פונעם ברודער איז נישט קיין שיינע זאך

משה זעקעל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 4:33 pm

· #541747
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
מר. קלונימוס #
ווער איז א ליצנות

IMG-20231217-WA0126.jpg
מהרא איז מודה אז מהאט זיך אמאל נישט געפירט אזוי ער האלט נאר אז מען מעג משנה זיין אזוי ווי אין קווינס איז מען משנה

גאנצל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:47 pm

· #541764
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
הוספה איז נישט קיין שינו דאס איז וואס סאטמאר רב האט נאכגעזאגט פון זיין הייליגן פעטער סאטמאר רב זיע

אין די חדר לערנט מען אלעס געהעריג ווי אין יעדע חדר מ'איז נאר מוסיף נאך א לימוד

קווינס האט ער געברענגט אלס ראי' פונעם אטאקירער אליין

אברהם ברוך » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:50 pm

· #541765
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
גאנצל #
הוספה איז נישט קיין שינו דאס איז וואס סאטמאר רב האט נאכגעזאגט פון זיין הייליגן פעטער סאטמאר רב זיע

אין די חדר לערנט מען אלעס געהעריג ווי אין יעדע חדר מ'איז נאר מוסיף נאך א לימוד

קווינס האט ער געברענגט אלס ראי' פונעם אטאקירער אליין
שקר וכזב

גאנצל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:52 pm

· #541766
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
וועלכע חלק ?

אברהם ברוך » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:01 pm

· #541768
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
גאנצל #
וועלכע חלק ?

אז מען האט נאר מוסיף געווען

מען לערנט נישט די סדרה אזוי ווי ביז היינט (אפשר אפאר פסוקים יוצא צי זיין) און מען הייבט אן גמרא אפאר יאר שפעטער

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:03 pm

· #541775
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
גאנצל #
הוספה איז נישט קיין שינו דאס איז וואס סאטמאר רב האט נאכגעזאגט פון זיין הייליגן פעטער סאטמאר רב זיע

אין די חדר לערנט מען אלעס געהעריג ווי אין יעדע חדר מ'איז נאר מוסיף נאך א לימוד

קווינס האט ער געברענגט אלס ראי' פונעם אטאקירער אליין
לאג בוימער יוכיח!

yatzmachp » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:04 pm

· #541782
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אברהם ברוך #
גאנצל #
וועלכע חלק ?

אז מען האט נאר מוסיף געווען

מען לערנט נישט די סדרה אזוי ווי ביז היינט (אפשר אפאר פסוקים יוצא צי זיין) און מען הייבט אן גמרא אפאר יאר שפעטער
און פונקטליך ביי וועלכע יארגאנג דארף מען אנהייבן גמרא? איז דא א סטאנדארד אויף דעם? דו ווייסט ווי פיל פון אונזערע זיידעס האבן בכלל נישט געלערנט קיין גמרא ווייל לא עלתה בידם? זענען זיי אויך געווען משכילים? איך זוך די פראטאקאלן פון די משכילים צו זעהן וואס נאך זיי האבן געוואלט אז מען זאל לערנען לימודי קודש.

רעדן טיפשות איז נישט קיין עוולה אבער עס אנרופן חכמה דאס איז שוין אן עוולה.

גאנצל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:44 pm

· #541786
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אפאר פסוקים יוצא צו זיין איז דיין אייגן השערה

דערווייל האלט די כתה ביי כתה ד ווי מ'הייבט אן אין יעדע חדר דאן לערנען גמרא..... סאו ווייס איך נישט ווי שקר וכזב קומט דא אריין

חב''ד הויזן » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:55 pm

· #541787
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
[ציטאט אראפגענומען]
📎 4cbae6b66bdd480a9b3c43f5ff089626.jpg

חב''ד הויזן » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:26 pm

· #541789
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
איין זאך זע איך, מהרז''ל קען טאקע זיין גערעכט אבער מיט ר' אהרן'ס פיסק קען ער נישט קאמפיטן. דער ווייסט פונטקליך ווי ס'איז די soft spot ווי צו קוועטשן אז ס'זאל ציפן, אין די צייט וואס מהרז''ל שרייט בלויז 'מ'איז משנה'.

דאס איז מסתמא נאך א צווייג ווי די חילוקי דעה קלאפט אויס. מהרז''ל ניצט נאך די אלטע וועג פון טשעפענען אזוי ווי די רעבע זיכרוינעלבראכע פלעגט טון, אין די צייט וואס מהר''א איז משנה און ניצט כסדר פרישע טראמפ-סטייל טאקטיקן וויאזוי יענעם צו מסדר זיין. מוסיף זיין הייסט נישט קיין שינוי....

אברהם ברוך » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:51 pm

· #541790
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
גאנצל #
אפאר פסוקים יוצא צו זיין איז דיין אייגן השערה

דערווייל האלט די כתה ביי כתה ד ווי מ'הייבט אן אין יעדע חדר דאן לערנען גמרא..... סאו ווייס איך נישט ווי שקר וכזב קומט דא אריין

אזא גוטע דזשאוק
די פלעינער אויף ווייטער איז אז מען זאל נישט אנהייבען גמרא אין כתה ד'
און מען לערנט נישט געהעריג די סדרה אזוי ווי ביז היינט

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:15 am

· #541791
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
yatzmachp #
רז"ל איז ממש א ליצנות. ער האלט אז ער ווערט חשובער מיטן זיך קריגן אויף יעדע זאך וואס זיין ברודער טוט. מען געט נאך אזא זאג משכיליש און זאכן ווערן שרעקעדיגער ווי שרעקעדיג. צום סוף ענדיגט זיך עס אזוי די נעכטיגע משכילישע זאך. די מעלה דערפון איז אז די אלע מחלוקת ווערן רעפארטעד אין ריעל טיים, די רעספאנס איז אין ריעל טיים און עס וועט האפנטלעך ווערן אוועקגעלייגט פאר אייביג אויפן אינטערנעט אז אונזער שפעטערדיגע דורות זאלן עס קענען הערן אזוי ווי אונז האב מיר עס געהערט און קיינער וועט נישט זיך איינרעדן אז עס איז געווען לשם שמים אזוי ווי אונז פרוביר מיר צו זאגן אויף יעדן אלטן מחלוקת.
נאך א מזל מיר האבן נאכנישט געהאט קיין ריקארדינג דעווייסעס ביי די אמאליגע הייליגע מחלוקת'ן.

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:22 am

· #541792
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
וואס די מצוה איז ראנג מיט ענק מענטשן? טויש יא טויש נישט. לערן אויף די וועג, יעצט לערן אויף א צווייטע וועג. די אלטע וועג קען ניצן א טויש, איז מאך א טויש.

ער דארף זיך קומען פארענטפערן מיט 7 סתירה'דיגע תירוצים:
1. מוסיף זיין איז נישט משנה זיין.
2. דו ביסט אויך משנה.
3. דו גייסט אויך משנה זיין.

קאט די קרעפ. יא, מען מעג טוישן! מען טרייט אויס נייע זאכן צו זען אויב עס וועט ארבעטן. וואס איז?

חרדישקייט שטייט ממש ביים שפיץ סוקסעס אז מען דארף ממש גארנישט טוישן, אמת?

קראנקע מענטשן.
בלאט: 1 2