☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ראשי תיבות - מי יודע?

ראשי תיבות - מי יודע?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16730

כספי » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 9:55 pm

· #540671
ראשי תיבות - מי יודע?
אויב ס'שוין דא אזא אשכול ביטע צאמפארן
כ'האב שוין אפאר מאל געטראפן צוצייכענען צו א ספר זכל"א, איינער ווייסט אפשר וואס איז די ראשי תיבות? (כנראה א פריערדיגער אויף אורח חיים)

כספי » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 10:28 pm

· #540674
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
ייש"כ הרב ר' @אנאנים!

אז דו קענסט יא אפשר זאגסטו מיר וואס איז די ספר פי"פ על התורה?

כספי » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 10:45 pm

· #540677
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
אזוי אויך שו"ת שעא"פ?

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 8:46 pm

· #540729
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
איך זעה א סאך מאל געשריבן אויף א בנש"ק...שלהיו"ח. וואס איז דאס?

סקעפטיקער » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 9:22 pm

· #540736
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
berlbalaguleh #
איך זעה א סאך מאל געשריבן אויף א בנש"ק...שלהיו"ח. וואס איז דאס?
שלשלת היוחסין

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2023 10:01 pm

· #540739
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
סקעפטיקער: ייש"כ...!

קבצו זקנים » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:16 pm

· #540896
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
דא איז א כתב יד פינעם בעל תפארת ישראל וואס האט געשריבען אויף יעדן עמוד כעין וואס אינז שרייבען בס״ד פלעגט ער שרייבען בעהש"י געונמ"א

אימיצער וויסט וואס דאס מיינט?
📎 בעהשי געונמא.jpg

ים של שלום » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:40 pm

· #540898
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
גל עיני ואביטה נפלאות מתורתך אמן

קבצו זקנים » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:49 pm

· #540902
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
זייער גיט, אין וואס איז ראשי תיבות וואס געפינט זיך אין א כתובה פינעם ספרדישען דארף תאגזות ביום יט׳ שבט תרס״ח (1908)

ייא"ה הא"ב כו"כ אב"ש אב"י וח"ב ושב"ל ובכ"פ אית"ל מהאי"ל מה"ה יי"ו ייפא"ו ייפאול"ש
📎 כתובה.jpg

ים של שלום » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:15 pm

· #540905
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
דאס האב איך שוין געדארפט פרעגן הגאון ר' גוגל אין איך האב געפונען דאס https://notrikon.blogspot.com/2013/05/4.html?m=1

עמרם » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:57 pm

· #540927
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
אויף די ספרד'ישע ישיבה בילדונג'נס פלעג איך אלץ זעהן די ר''ת תכב''ץ
ווייסט איינער וואס דאס איז ר''ת ?

היימלינד » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:23 pm

· #541181
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
berlbalaguleh #
סקעפטיקער: ייש"כ...!

יישר כח/כם 🙂

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:12 pm

· #541217
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
איך בין נישט אייביג אזא העפליכער דזשענטלמאן. דערפאר טאקע שרייב איך עס אין ר"ת (נישט רבינו תם). א יעדער קען עס אויסטייטשן וויאזוי ער/זי וויל.

כספי » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 10:21 pm

· #542061
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
טעמע: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין מד"י
ליטוואק פון בודאפעסט #
סיפור ידוע בלעיקוואוד. פעם נסעו ארבעת הפרצופים אשר בראש ב.מ.ג. לחוג 'שבת של חיזוק' בטאראנטא. באותו שבת נסע ראש כולל אחד מלעיקוואוד לאסוף כספים עבור הכולל שלו. כאשר שאלו את הראש כולל למה בחר באתו שבת ליסוע, הלא כלם עסוקים בב.מ ג.? ויען ויאמר "נסענו עבור שני דברים נפרדים. הם באו עבור חיזוק, אני באתי עבור כסף"! וש"י

וואס איז דאס ראשי תיבות, וש"י?

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 10:25 pm

· #542062
Re: ראשי תיבות - מי יודע?
ושפתיים ישק
(אפשר)