☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין מד"י

היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין מד"י

225 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10740
בלאט: 1 2 3 4 5

שבת אחים » מיטוואך יולי 27, 2016 5:31 am

· #343679
אן אריינגיין אין די קינדערישע סאטמערע פאליטיק וואלט איך געוואלט פארשטיין עפעס אנדערש וואס איז מעהר ווייניגער געוואנדן צו ביידע סאטמערע פראקציעס, מיין שאלה איז פארוואס ר׳ז״ל און זיין ברודער טוען גארנישט צו ראטעווען די אידן אין זייער אייגענע שטעט וויליאמסבורג/מאנרא? יעדער צווייטער דארט איז דאך א עני ואביון מגוזלו וואס האט נישט קיין נארמאלע פרנסה און קען קוים אויסקומען די חודש, א עוורידזש היימישע קאפל דארפן ארבעטן פיר וואכן צו באצאלן די טייערע ניו יארקער רענט און ס׳בלייבט זיי קוים איבער פאר איי מיט צוויבל רעטעך און מים אחרונים, עלטערן האבן נישט קיין ישיבות פאר זייערע קינדער, הונדרעטער עלטערן זענען סטאוק מיט זייערע פערצן/פופצן יעריגע בחורים וואס האלטן נישט ביים לערנען און א האלבן טאג לערנען זיי נישט און די אנדערע האלבע טאג ארבעטן זיי נישט, נאר זיי זיצן אין שימלען נעבעך אפ און נעמען דראוגס מיט שלעכטע חברים/חבר׳טעס. איידער די סאטמערע רבנים קריכן צו די פראנצויזישע אידן וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שום שייכות מיט זיי ווי גרויס די יובל איז זאלן זיי זיך אפשר מעהר אומקוקן אויף זייער אייגענע הייפלע אונגארישע אידן און זעהן וויאזוי זיי קענען אראפנעמען דעם יאך פונעם ציבור און ווען מעהר ווייניגער אלעס קלאפט ביי זיי אין חדר קענען זיי גיין קלעטערן און קאמאנדעווען קיין פראנקרייך, עסטרייך, פיטסבורג און יוגאסלאוויע אבער עני עירך איז קודם לויט מיין תורה.

עני וועי ווער ס׳האט נאר א טראפ שכל אין קאפ פארשטייט אז דא מיינט מען גאר ווייניג די פראנצויזישע אידן, נאר דא רעדט מען פון פרסמת און בילדער אין כל העולם און אויף די אינטערנעט כדאי צו עדוועטייזן די פירמע אז זיי זענען די ״זאך״ און אז קאק זיי מירן אדמור שליטע איז געפארן מיט א פרייוואטע פליגער מיט א באונטש פון ריזיגע ראשי ישיבות... א קלייניקייט???

אין אנדערע ווערטער ״ביזנעס עס יוזשעאל אין אמעריקא״!.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 27, 2016 6:41 am

· #343680
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
ביי מיר איז נאך שווער די קשיא. פארוואס זענען זיי געפארען? וואס האבען זיי דערפון? ראטעווען קינדער איז גוט פאר די פראפאגאנדא, אבער וואס איז דער אמת'ער ציל?

*סיפור ידוע בלעיקוואוד. פעם נסעו ארבעת הפרצופים אשר בראש ב.מ.ג. לחוג 'שבת של חיזוק' בטאראנטא. באותו שבת נסע ראש כולל אחד מלעיקוואוד לאסוף כספים עבור הכולל שלו. כאשר שאלו את הראש כולל למה בחר באתו שבת ליסוע, הלא כלם עסוקים בב.מ ג.? ויען ויאמר "נסענו עבור שני דברים נפרדים. הם באו עבור חיזוק, אני באתי עבור כסף"! וש"י

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

מודיעין » מיטוואך יולי 27, 2016 11:23 am

· #343702
אין אמת'ן טוען זיי ביידע אביסל פאר די דירות קריזיס, מהר"א ווי באקאנט מוטיגט זיינע אינגעלייט צו קומען וואוינען צו אים אין שטעטל, וואו דירות זענען פיל ביליגער וואס בדרך כלל יעדער אינגערמאן וואס ארבעט קויפט זיך א דירה, שכל קען ער נישט טיילן אז יעדער זאל איינזען אז עס האט נישט קיין שום זינען צו בלייבן אין ברוקלין,
ווידער קהילת מהרז"ל ארבעט אויך אויף פראיעקטן אין אנדערע שטעט, אז עס זאל זיין דירות פאר ביליג, און שטייצעך אז ער קען אוודאי נישט צווינגען קיינעם זיך אוועק צו ציען פון דא,און ווי אויך האט ער א מפעל צו צושטעלן פרנסות פאר אינגעלייט וואס איך געדענק נישט די נאמען פון דעם עס הייסט עפעס פרנסה.., און וואס איז שייך צו טון מער פון דעם אפשר זאל ער מאכן חלוקות יעדן ערב שבת?
און דאס פארן קיין פראנקרייך ווייסט דאך יעדער אז דאס איז נישט זיינס א פראיעקט מ'האט אים פשוט געבעטן מיט צו קומען אז עס זאל מאכן א רושם אויף די טאראנטאער נגידים אז א באקאנטע פיגור, א גרויסע אדמו"ר מיט נאך באקאנטע ראש ישיבע'ס קומען מיט א פריוואטע פליגער, אזוי וועלן זיי געבן מער געלט, אבער זארג דיך נישט ער קוקט זיך גארנישט מער אום אויף פראנקרייך ווי אויף ברוקלין.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 27, 2016 11:38 am

· #343703
שבת'ל, גיב א קוק דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10754">viewtopic.php?f=4&t=10754</a><!-- l -->

שבת אחים
אבער עניי עירך איז קודם לויט מיין תורה

קודם ווער איך געוואר אז דו האסט נאך די וויזניצע ברען, שפעטער אז דו האסט א כלה, און נאכדעם אז דו האסט א תורה! ווער ווייסט וואס נאך עס וועט נאכפאלגן דא....

אינטערסאנטער » מיטוואך יולי 27, 2016 11:40 am

· #343705
סתם אגב די האסט א טעות, אין די שטעטל ק"י איז בכלל נישט דא קיין דירות צו באקומען, און טאמער יא קאסט דאס שוין 600 טויזענט, סאו מהר"א טוט נישט גארנישט וועגן דירות.

א חתן כלה אין קרית יואל וואוינען יעצט אין קרן ויואל משה האטעל ווייל זיי האבן נישט קיין דירות, א גרויסע עולם מופט זיך קיין בלומינג גראוו ווי עס איז דא עטוואס דירות פאר ביליגער

signout » מיטוואך יולי 27, 2016 12:02 pm

· #343707
אינטערסאנטער
סתם אגב די האסט א טעות, אין די שטעטל ק"י איז בכלל נישט דא קיין דירות צו באקומען, און טאמער יא קאסט דאס שוין 600 טויזענט, סאו מהר"א טוט נישט גארנישט וועגן דירות.

מכחיש שמש בצהרים?

signout » מיטוואך יולי 27, 2016 12:05 pm

· #343708
מודיעין
אין אמת'ן טוען זיי ביידע אביסל פאר די דירות קריזיס, מהר"א ווי באקאנט מוטיגט זיינע אינגעלייט צו קומען וואוינען צו אים אין שטעטל, וואו דירות זענען פיל ביליגער וואס בדרך כלל יעדער אינגערמאן וואס ארבעט קויפט זיך א דירה, שכל קען ער נישט טיילן אז יעדער זאל איינזען אז עס האט נישט קיין שום זינען צו בלייבן אין ברוקלין,
ווידער קהילת מהרז"ל ארבעט אויך אויף פראיעקטן אין אנדערע שטעט, אז עס זאל זיין דירות פאר ביליג, און שטייצעך אז ער קען אוודאי נישט צווינגען קיינעם זיך אוועק צו ציען פון דא,און ווי אויך האט ער א מפעל צו צושטעלן פרנסות פאר אינגעלייט וואס איך געדענק נישט די נאמען פון דעם עס הייסט עפעס פרנסה.., און וואס איז שייך צו טון מער פון דעם אפשר זאל ער מאכן חלוקות יעדן ערב שבת?
און דאס פארן קיין פראנקרייך ווייסט דאך יעדער אז דאס איז נישט זיינס א פראיעקט מ'האט אים פשוט געבעטן מיט צו קומען אז עס זאל מאכן א רושם אויף די טאראנטאער נגידים אז א באקאנטע פיגור, א גרויסע אדמו"ר מיט נאך באקאנטע ראש ישיבע'ס קומען מיט א פריוואטע פליגער, אזוי וועלן זיי געבן מער געלט, אבער זארג דיך נישט ער קוקט זיך גארנישט מער אום אויף פראנקרייך ווי אויף ברוקלין.

מהרז''ל פראבירט שוין יארען צו לעקן אין גיט צו ווערן מיט 2 פין די אנפירער פין די קרן, אין דא האבען זיי פארלאנגט אויב ווילסטו זיין גיט מיר קום מיט שאפען געלט פאר חינוך עצמאי, אזוי איז אלעס געפארען

אינטערסאנטער » מיטוואך יולי 27, 2016 12:08 pm

· #343709
signout
אינטערסאנטער
סתם אגב די האסט א טעות, אין די שטעטל ק"י איז בכלל נישט דא קיין דירות צו באקומען, און טאמער יא קאסט דאס שוין 600 טויזענט, סאו מהר"א טוט נישט גארנישט וועגן דירות.

מכחיש שמש בצהרים?


שיס סטעיטמענט'ס, איך רעד פון פאקטן, אזויפיל קאסט היינט א דירה אין קרית יואל, גראדע לעצטנס האט זיך שלמה קויפמאן אויפגעוועקט און אנגעפאנגען צו רידערן אז דאס איז נישט נערמאל אזוי.

איך בין נישט מכחיש השמש בצהריים, מום שבך אל תאמר לחברך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 27, 2016 12:28 pm

· #343711
שמעקעדיג

שבת אחים
אבער עניי עירך איז קודם לויט מיין תורה

קודם ווער איך געוואר אז דו האסט נאך די וויזניצע ברען, שפעטער אז דו האסט א כלה, און נאכדעם אז דו האסט א תורה! ווער ווייסט וואס נאך עס וועט נאכפאלגן דא....

ווען די טענה איז חדרים זענען הרב פיינשטיין און הרב טייטעלבוים נישט שולדיג. טאמער מ'האט אנדערע טענות, זאל מען זעען וואס טוט זיך

מודיעין » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:58 am

· #343813
signout

מהרז''ל פראבירט שוין יארען צו לעקן אין גיט צו ווערן מיט 2 פין די אנפירער פין די קרן, אין דא האבען זיי פארלאנגט אויב ווילסטו זיין גיט מיר קום מיט שאפען געלט פאר חינוך עצמאי, אזוי איז אלעס געפארען

מבטן מי יצאו הפנינים האלו?

שבת אחים » פרייטאג יולי 29, 2016 1:58 pm

· #343956
שמעקעדיג
שבת'ל, גיב א קוק דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10754">viewtopic.php?f=4&t=10754</a><!-- l -->

שבת אחים
אבער עניי עירך איז קודם לויט מיין תורה

קודם ווער איך געוואר אז דו האסט נאך די וויזניצע ברען, שפעטער אז דו האסט א כלה, און נאכדעם אז דו האסט א תורה! ווער ווייסט וואס נאך עס וועט נאכפאלגן דא....


Life is full of surprises
מיינסט אז איך האב אמאל געגעלייבט אז איך וועל זיין ווער איך בין היינט? אז איך וועל זיין כ״ק אדמו״ר מוויזניץ -סטעטן איילענד 🙂 , אין וויסטען חלום וואלט איך נישט געחלמט און פרידיקטעט וויאזוי מען לעבן האט זיך למעשה אויסגעשטעלט. באמת.

בן אדם » פרייטאג יולי 29, 2016 2:20 pm

· #343957
ממש השגחה פרטית...

גאנצל » פרייטאג יולי 29, 2016 7:33 pm

· #343967
אינטערסאנטער
signout
אינטערסאנטער
סתם אגב די האסט א טעות, אין די שטעטל ק"י איז בכלל נישט דא קיין דירות צו באקומען, און טאמער יא קאסט דאס שוין 600 טויזענט, סאו מהר"א טוט נישט גארנישט וועגן דירות.

מכחיש שמש בצהרים?


שיס סטעיטמענט'ס, איך רעד פון פאקטן, אזויפיל קאסט היינט א דירה אין קרית יואל, גראדע לעצטנס האט זיך שלמה קויפמאן אויפגעוועקט און אנגעפאנגען צו רידערן אז דאס איז נישט נערמאל אזוי.

איך בין נישט מכחיש השמש בצהריים, מום שבך אל תאמר לחברך.


סאטמאר רב שליט"א ובית דינו האבן לעצטענס -כמקדמת דנא אינדערהיים אין א שטעיטל מיט א ערנסטע רב- אין א היסטארישן מיטינג געמאכט גדרים אין דעם און אראפגעשטעלט יסודות נישט מייקר צו זיין דעם שער

אינטערסאנטער » זונטאג יולי 31, 2016 2:09 am

· #343978
דרייען א קאפ וועסטו א צווייטן, סאטמאר רב מהר"א האט גארנישט געטוהן די לעצטע צען יאר ווען די פרייזן האבן זיך געשרויפט ווי א ספוטניק, און דער וויליזש האט געהאט פריוואטע דיעלס מיט די בויער'ס נישט ארויסצוגעבן צופיל פערמיט'ס כדי די פרייזן זאלן נישט פאלן לטובת די בילדער'ס, און וואס האט מהר"א געטוהן? שפאצירט אין ניו העמפשער

די יעצטיגע אויפוואכונג האט גארנישט צו טוהן מיט מהר"א און נישט מיט בית דינו, די אלע נארישקייטן איז גיט פאר די בלאט, פאר ווער עס ווייסט די פאקטן פון סיי ווער עס וואוינט אין קרית יואל, ווייסט אז דאס האט סך הכל מיט איין מענטש ושלמה קויפמאן שמו, וואס ער האט זיך אריינגעלייגט אין די נושא.

ער ארבעט מיט "אלע" דיינים און רבנים פון אלע קהילות סיי זאלוינים, סיי ארוינים, און סיי בני יואל, און ער דרייט אן אז עס זאל ארויסקומען א קול קורא, און יעצט גייט די געים אז מהר"א שטייט גאר אינטער דעים, פאוני בעלאוני, פרעג דיך נאך ביי סיי וועם אין קרית יואל, וועט זיך קוילערן פון געלעכטער פון דיין סטעיטמענט.

גאנצל » זונטאג יולי 31, 2016 2:42 pm

· #344009
איין פאקט האב איך 'געזען' איין פאקט 'איז דא' אויפ'ן גאס אז סאטמאר רב האט געמאכט א אסיפה און געטון צו די זאך אלע דיינע אנדערע פאקטן און דמיונות זעהט מען נישט

אזוי צו אזוי זאל זיין שלמה קויפמאן האט אויפגערודערט סוכ"ס האט מען זיך אראפגעזעצט און געטון וואס מ'ההאט געדארפט טון

berlbalaguleh » זונטאג יולי 31, 2016 9:48 pm

· #344057
בן אדם
די ציונים האבן געשלאסן אין געהיים אן אפמאך מיט זיין שקל הטהור קאמפיין

און די מקבלים פון זיין שקל הטהור קאמפיין האבן געשלאסן א געהיימען אפמאך מיט די ציונים אז זענען וויליג צו נעמען פון זייערע טמא'נע געלטער. נאר פארשטייצעך אויף אנדערע נעמען. און נישט אין ירושלים. נאר אין בני ברק. אויף א פי.או. באקס אדרעס...!

berlbalaguleh » זונטאג יולי 31, 2016 9:56 pm

· #344060
היסטאריקער
c/p

דער וואס האט זיך דערקלערט אלס מגן חינוך הטהור איז אפיציעל מיטגעפארען מיט די מועצת פין די אמעריקאנע אגודה צו זאמלען געלט פאר די ג'אסר'טע ''חינוך עצמאי'' {אז זיי זאלען מסכים זיין צו נעמען די פראנצוזישע קינדער אינטער זייער פראגראם (זיי האבען לכתחילה אפגעזאגט די קינדער וועגן פאנדס) }
מען האט נישט מיטגענומען אויף די נסיעה קיינעם פין די א''ג תלמידי רבינו, מ'האט נישט מיטגענמען קיינעם פין די היימישע רבנים וואס זענען געווען ביי די אסיפה אין שטוב פין קאלובער רבי
מ'האט מיגענומען אזעלכע מבינים ווי אהרן הערש פריינד מיט יעקב בער אין פארשטייט זיך משה וואלף קליין...
אין איין וועגן דערלאנגען א פראסק פאר נטרונא וואס ארבייטן שווער אז די פראנצויזישע אידן זאלען דארט בלייבן אין פארנקרייך ווי איידער ארויפגיין אויף א''י ווי כו''ע אז ס'ווארט זיי אפ חרבנות ברחניות אפי' זיי זאלען גיין אין חינוך עצמאי
אלעס מיטן צוהל צו געבן א לקיקה פאר ראובן וואלף, רובי שרון אין וואלפסאן (וואס זענען מנדב טאנקען פאר די צה''ל) צו קענען אנהוקען מיט זיי אין שנארן געלט
אין פארדעם שטעלט מען זיך צו פאסטן פאר די בילדער
די איזרעילי מידיא איז אויף דערמיט, ווי זייער נאנסטער וועבסייט בחדרי שרייבט: המסע המשותף של הרבי מסאטמר והחינוך העצמאי לטורונטו, לצורך גיוס כספים לחינוך ילדי צרפת.... אין אלעס איז שטוהל,

היסטאריקער: ביי אונז ווייסט מען נישט פון דעם. אונז ווייסן נאר וואס דער רבי שליט"א האט געזאגט טאקע אין די נשא תורה. אז די רשעים די ציונים זענען זיך מתגרה באומות. זיי רייצן אויף און צווינגען די וואוילע און פרידליכע אראבער אז זיי זאללן שטעכן די ציוניסטישע אידן. ס'הייסט...? אלע אידן זענען ציוניסטן...און זיי זענען ר"ל מעביר על הדת מיליאנען אידישע קינדער אין זייער טמא'נע קיבוצים...אוי, רבי ס'עקזסיטירן מער נישט קיין קיבוצים. שוין לאז זיין. זיי זענען סתם אזוי מעביר על הדת די פראנצויזישע אידן און זיי ווילן זיי אריינשיקן לערנען אין די טמא'נע מוסדות פונ'ם חינוך עצמאי, רח"ל מהאי דעתא.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 31, 2016 10:12 pm

· #344063
signout
נעקסט גייט קומען אז דער סאטמאר רב איז גאר אליין א תלמיד פין חינוך עצמאי
signout
'עוד שלמה יענקל חי

פאר די ריכטיגע פרייז...!

berlbalaguleh » זונטאג יולי 31, 2016 10:16 pm

· #344064
איש את רעהו
וועלכע בריוו ווערט געברענגט אין מכתבי דברי יואל בנוגע משתף פעולה זיין מיט אגודת ישראל צו ראטעווען ילדי אונגארען משמד הציוני?

א שאד דער הייליגער בעל דובב שפתי ישנים זכותו יגון עלינו האט נישט געלעבט אין אונזער תקופה פון פאטא-שאפ און אנדערע טעכנאלאגיע. ער וואלט שוין צוגעשטעלט פעסטע בריוון אז די רבי זי"ע האט נאך אינדערהיים אין ארשיווע געשריבן און פאראויסגעזאגט דעם חורבן הדת וואס די אגודה מיט זייערע טמא'נע חינוך עצמאי גייען אנווערטשאפטן...!

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 1:27 pm

· #344899
די וואך אין גליון "זקיניך ויאמרו לך" פון ר' יחזקאל יואל סאמעט
📎 KitaCHesKY-Mtim5776.pdf

אינטערסאנטער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 2:37 pm

· #344904
איך האב כמה תמיהות אויף די מעשה פון יחזקאל יואל סאמעט, קודם כל, אויב דאס איז כפירה, וויאזוי האט דער רבי געזאגט אז ער וויל געבן געלט פאר דעם??????? חותם נישט, אבער געלט יא, געלט פאר כפירה???? רחמנא ליצלן.

און נאכדעים, ער שרייבט "שפעטער האט זיך געטוישט די מהלך און די וואס זענען געווען פאסיג האט מען אריינגעשטעלט אין ערליכע מוסדות" הייסט עס ער איז מודה אז מען האט יא ווייטער געלייגט אין חינוך עצמאי, נאר "די וואס זענען געווען פאסיג" האט מען אריינגעלייגט אין אנדערע מוסדות. שומו שמים, ווי מעג מען לייגן אין חינוך עצמאי די וואס זענען נישט פאסיג??????

בקיצור די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ווייל מען פלעגט מאכן אפיל'ס אין סאטמאר פאר יד לאחים, אפילו ווען זיי פלעגן לייגן די ארויסגעראטעוועטע קינדער אין חינוך עצמאי.

חוץ מזה, האב איך שוין נישט איינמאל געטראפן דעם טעללער, דער שרייבער פון זקניך, ביי עטליכע זאפטיגע ליגענט'ס מיט הוספות ומגרעות, אז יעדע מעשה זאל פיט'ן מיט די ארוינישע אגענדע

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 2:48 pm

· #344906
סא די ווילסט זאגן אז מ' האט יא געשטיצט חינוך עצמאי אין סאטמאר אלע יארן?

אינטערסאנטער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 2:49 pm

· #344907
מען האט נישט געשטיצט חינוך עצמאי, אבער מען האט געשטיצט ארויסצוראטעווען קינדער פון שמד ממש אפילו דאס האט געמיינט זיי אריינצולייגן אין חינוך עצמאי, און די סעים איז היר.

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:45 pm

· #345002
יחזקאל יואל סאמעט א ליגנער טעלער א ליגנער איין אמתע מענטש איז דא רז"ל וואס האט בוגד געווען אינעם רבין הדברי יואל זצ"ל

יד לאחים האט געלייגט קינדער אין חנוך עצמאי זינט ווען ?

דעס זיך צוזאםשטעלן מיט מענטשן וואס ווילן דוקא אין חנוך עצמאי ווייל זיי האלטן אז נחוך עצמאי איז קיין פראבלעים דאס איז א פרעכהייט א ליצנות פונעם גאנצע רבינס שיטה און א ליצנות

נעבעך וואס די רז"ל'ס מענטשן דארפן נעבעך אוועק געבן פאר זייער רבי'ן דעם ושכבתי עם אבותי , דעם רבינס שיטה לגבי חנוך עצמאי , עובר זיין אויף מיהאלאוויצע תקנות און נאך ווער האט געגלייבט פאר 10 יאר צוריק אז רז"לס וועלן דארפן אויפגעבן זייער הייליגסטע פאר זייער שמייליגן

אינטערסאנטער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:50 pm

· #345004
איי פיל יאר פעין.... טאף לאק...

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:56 pm

· #345005
מיי פלעזור....... פון דיין אנטווארט זעי איך אז דו האסט געכאפט דיין ביטערע מצב

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:32 pm

· #345080
זענען זיי דען אויפ'ן וואסער ? מ'העלפט דאך זיי

האט דען די רבי געטון פאר די קינדער פון חסד לאברהם ? האט די רבי דען געטון פאר די קינדער פון יד לאחים

איך וויל פארשטיין נאך א זאך ווי איז די קאלובע רבי ובניו וואס האבן אזויפיל געטון פאר די קינדער ? ווי זענען אלע אנדערע חסידישע רבי'ס וואס זענען געווען ביי יענע אסיפה ?

וע"כ דעס וואס רז"ל טוט הייסט לויטן רבי'ן 'נישט' געטון דו ביסט זיי מגדל אויף העברת שלש שבועות כפירה בד' וואס הייסט דא גע'טון' מ'נעמט קינדער און מ'איז זיי מעביר על דת דעס הייסט געטון ? מ'נעמט קינדער זיי זאלן דינען אין צינות'טישע מיליטער דעס הייסט גע'טון' ?

וואס איז געשען מיט ענק אזוי שנעל קען מען ענק מעביר זיין דעם דעת דעת ? אזוי שנעל פארקויפט איר דעם רבינס שיטה ? פאר אזא נזיד עדשים ווי רז"ל זענטס עטץ מהפך הקערה אל פי' כרחוק מזרח ממערב ?

הפלא ופלא

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 2:47 pm

· #345098
גאנצל
זענען זיי דען אויפ'ן וואסער ? מ'העלפט דאך זיי

יא טאקע ווער העלפט זיי, אזעלכע רבנים ווי רז"ל טייטלבוים האדמו"ר מסאטמאר

האט דען די רבי געטון פאר די קינדער פון חסד לאברהם ? האט די רבי דען געטון פאר די קינדער פון יד לאחים

אוודאי האט דער רבי זי"ע געטוהן פאר קינדער פון פרעמדע קרייזן, ער האט געטוהן פאר יד לאחים, ער האט געטוהן פאר מאראקאע קינדער ועוד ועוד

איך וויל פארשטיין נאך א זאך ווי איז די קאלובע רבי ובניו וואס האבן אזויפיל געטון פאר די קינדער ? ווי זענען אלע אנדערע חסידישע רבי'ס וואס זענען געווען ביי יענע אסיפה ?

קאלובער רבי איז נעבעך חרוב קראנק, און זיינע קינדער זענען נישט קיין עסקנים, און בכלל ווי קומט דא אריין צו יענער טוט יא צו נישט, רז"ל טייטלבוים האט איינגעזעהן אז ער דארף דא עפעס טוהן צו ראטעווען די קינדער פון באקומען א פרייע חינוך, און שוין,

וע"כ דעס וואס רז"ל טוט הייסט לויטן רבי'ן 'נישט' געטון דו ביסט זיי מגדל אויף העברת שלש שבועות כפירה בד' וואס הייסט דא גע'טון' מ'נעמט קינדער און מ'איז זיי מעביר על דת דעס הייסט געטון ? מ'נעמט קינדער זיי זאלן דינען אין צינות'טישע מיליטער דעס הייסט גע'טון' ?

נאך איין מזל אז די ביסט נישט דער מנהיג הדור, די וואלסט ענדערש געהאלטן אז מען זאל פלאצירן די קינדער אין די איזרעילישע פובליק סקול'ס אז זיי זאלן אויסוואקסן גזלנים מיט נואפים, ווי איידער זיי זאלן לערנען אין א מוסד ווי מען זאגט שמע ישראל
וואס איז געשען מיט ענק אזוי שנעל קען מען ענק מעביר זיין דעם דעת דעת ? אזוי שנעל פארקויפט איר דעם רבינס שיטה ? פאר אזא נזיד עדשים ווי רז"ל זענטס עטץ מהפך הקערה אל פי' כרחוק מזרח ממערב ?

לויט וויאזוי עס קוקט אויס, דארף נישט דער סאטמארע רבי זיך גיין לערנען די סאטמאר שיטה ביי גאנצל

הפלא ופלא

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 5:32 pm

· #345132
האסט נאר איין פראבלעים אז רביה"ק הדברי יואל האט געהאלטן אז זאגן שמע ישראל און נישט גלייבן אין גלות וגאולה איז א סתירה

אז די קינדער גייען אנקומען צו צהל און גייען אויסוואקסן גזלנים און נואפים עניוועי

סאו רזל טוט נישט גארנישט ער שטעלט אוועק פאר די קינדער א טרפהנע חנוך

זעהט אויס אז רזל איז נישט באהאווענט אין רבינ'ס שיטה גי זאג אים ער זאל זיך זעצן לערנען ויואל משה פלייסיג ביגיעה נישט מיט די פוס ארויף

און איים ריעלי סארי אז איך ענטפער ניט אויף יעדע שורה ווייל ווען איך וואלט געווען פארלוירן אזוי ווי דו און ווען איך דארף ווען זיך פארענפערן און פארדרייען פאקטן ווי דו וואלט איך זוי געטאן

נאר איך בין זייער צופרידן אז ער אמת קומט ארויס

אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:39 am

· #345198
ערלעדיגט גאנצל ביסט טאקע גערעכט, מען דארף זיי שיקן אין די גויאישע פובליק סקול'ס.

ליפא » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:03 am

· #345208
📎 803718257_71999.jpg

ליפא » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:04 am

· #345209
📎 803712949_72288.jpg

ליפא » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:06 am

· #345210
📎 803712785_71775.jpg

ליפא » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:08 am

· #345211
בילדער: מסיבה להצלת ילדי צרפת בראשות רבינו שליט״א אין די אפיסעס פון הנגיד ר׳ ראובן שארון אין מאנהעטן.

צווישן אנדערע זענען אנוועזנד געווען הגאון ר׳ מלכיאל קאטלער שליט״א ר״י ביהמ״ד גבוה לעיקוואוד, הגאון הגדול ר׳ דוד פיינשטיין שליט״א ר״י תפארת ישראל, הרב אב״ד סיגוט שליט״א, בן האדמו״ר מ׳קאלוב שליט״א, המשפיע הרב שלמה ניסן דאמב, העסקן הרב יצחק שטערן, העסקן מו״ה אהרן הערש פריינד יו״ר הנהלת המוסדות וויליאמסבורג,
הנגידים ר׳ ראובן שארון, הרב אליעזר קעסטענבוים, מו״ה מענדל שוויממער ראה״ק קר״י, מו״ה משה שמואל זופניק, מו״ה שמעון ישראל פערלמוטער, מו״ה יעקב הירש, מו״ה נחמן סטרולאוויטש, מו״ה יעקב גליק, מו״ה יוסף בראנער, מו״ה יחזקאל שוויממער, מו״ה ליפא פריעדמאן, און נאך אסאך רבנים און גרויסארטיגע פילאנטראפן.

קנאק-יענקל » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:36 am

· #345239
ליפא
בילדער: מסיבה להצלת ילדי צרפת בראשות רבינו שליט״א אין די אפיסעס פון הנגיד ר׳ ראובן שארון אין מאנהעטן.

צווישן אנדערע זענען אנוועזנד געווען... הרב אב״ד סיגוט שליט״א, בן האדמו״ר מ׳קאלוב שליט״א, המשפיע הרב שלמה ניסן דאמב, העסקן הרב יצחק שטערן, העסקן מו״ה אהרן הערש פריינד יו״ר הנהלת המוסדות וויליאמסבורג, הנגידים ר׳ ראובן שארון, הרב אליעזר קעסטענבוים, מו״ה מענדל שוויממער ראה״ק קר״י, מו״ה משה שמואל זופניק, מו״ה שמעון ישראל פערלמוטער, מו״ה יעקב הירש, מו״ה נחמן סטרולאוויטש, מו״ה יעקב גליק, מו״ה יוסף בראנער, מו״ה יחזקאל שוויממער, מו״ה ליפא פריעדמאן, און נאך אסאך רבנים און גרויסארטיגע פילאנטראפן.


פאר אזא היימיש-פילאנטראפישע ליסטע האט מען געקענט מאכן די מסיבה אין בית קויפמאן.

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:00 pm

· #345243
אינטערסאנטער
ערלעדיגט גאנצל ביסט טאקע גערעכט, מען דארף זיי שיקן אין די גויאישע פובליק סקול'ס.


ניין מ'קען זיי עפענען א פרישע מוסד על טהרת הקודש אין א"י אדער סיי ווי ערגעץ אנדערש אין די וועלט ,, נישט בייגעפאלן ?

אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:17 pm

· #345248
גאנצל מען קען נישט. פינטל. צו עפענען א נייע מוסד וואס זאל פאלן אויף די לאסט פון די פראנצויזישע אידן איז בכלל נישט קיין אפשען, נישט פינאנציעל און נישט פראקטיש.

ווידער אמאל קום איך צום אויספיר אז נאך א מזל גאנצל איז נישט פון די מנהיגי הדור.

היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:19 pm

· #345265
ביסט 100 פראצענט גערעכט, און אזוי וואלט די רבי זיכרוינעליברוכע געטון

אבער איך האב געמיינט אז מ' לאזט יעדען האבן זיין מיינונג

אוי, איך קען נישט ארויפשטעלן די קליפ

גאנצל » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:22 pm

· #345273
אינטערסאנטער
גאנצל מען קען נישט. פינטל. צו עפענען א נייע מוסד וואס זאל פאלן אויף די לאסט פון די פראנצויזישע אידן איז בכלל נישט קיין אפשען, נישט פינאנציעל און נישט פראקטיש.

ווידער אמאל קום איך צום אויספיר אז נאך א מזל גאנצל איז נישט פון די מנהיגי הדור.


מ'קען נישט ? פארוואס קען מען נישט ? רז"ל דער גרויסער פארזארגער וועט זיי העלפן

פארוואס קען מען נישט צוזאםנעמען אלע אויבענדערמאנטע פילאנטראפן זאלן העלפן די פראנצויזיש אידן אזוי ווי מ'העלפט אלע אנדערע עדה'ס אידן ווי תימן וכו' ? הא ? וואס פאר א בלאף די גאנצע זאך ? פ"וו מוז מען דא אראפגיין פון אונזער וועג און זיך בייגן צו די אגודה ?

ביי רביה"ק איז געוווען אזא זאך אז ווייל מ'קען נישט וועט מען ענדערש גיין צו ציונים ? צו די אגודה ? וואס זיי לאכן פונעם רבינ'ס שיטה ? יזרוק צואה רותחות לתוך פיך אזאנס צו רעדן אויף אונזער הייליגן רבי'ן זצ"ל וואס האט געבלוטיגט בלב טהור נישט צו פארווארפן אפילו איין איד צו די צויניסטישע כפירה

בעלז וויזניץ קלויזענבארג שרייען דאך די זעלבע זאך מ'קען נישט : אן די רעגירונג

און סאטמאר איז אלס געשטאנען אומבויגזאם מ'קען יא מיט מסירות נפש קען מען קומט רז"ל און לאכט פון יעדעם און דאס איז נאך אונזער מזל אזא מנהיג הדור אוי לנו

דער שכן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:37 pm

· #345276
וואס קרענקט דיך אזוי? איז עס וויל רעב אהרן איז נישט די זאך דא אנשטאט רז"ל? פליס קאט די קרעפ!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:12 pm

· #345283
די פראנצויזען זענען נישט קיין פרימיטיווער מענטשען פון אונטער די הרי חושך וואס מ'גייט זיי שלעפען ווי תימנ'ער צו קריגס פליטים. זיי ווילען א בילדונג מיט גייען אין קאלעדזש וכו' וד"ל. נאר רעליגיעז זענען זיי און ווען זיי האבען א געלעגענהייט שיקען זיי צו א חדר וואס לערנט אויך תורה. סאטמאר קען נישט און גייט נישט עפענען אזא מוסד.

איך בין נאר נייגעריג, טאמער מ'קען טאקע מאכען אזא מוסד, פארוואס האט ר' אהרן דאס נאך נישט געטוהן?

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:19 pm

· #345325
אויף בחדרי האט איינער געשריבן א נוצבארע קאממענט ''מישהוא באמת חושב שאגורה אחת יגעע בסוף ליהודי צרפת?''
ויהדות תימן ,חסד לאברהם ות''ת בואדפעסט יוכיחו.

signout » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:10 pm

· #345396
וואס גייט דא פאר? מהרז''ל גייט נאך געלט פאר חינוך עצאמאי אין מהר''א דארף זיך פארענטפרן פארוואס ער טוט נישט... מהרז''ל טוט אויך פאר קירוב אזווי הדיברת אדער נאר פאר חינוך עצמאי?

signout » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:13 pm

· #345397
גיי טרעף איינעם פין מהרז''ל אין פארציילט אים אז מהר''א גייט נאך געלט פאר בעלזא הדיברת צו ראטעווען קינדער פין אפגעפארענע משפחות אן נאדעם זאג מיר וואסערע חרמות וועט ארויסקומען, אין סתם פאר נייגעריקייט מהרז''ל פלעגט אייביג טוהן פאר קירוב אדער נאר די לעצטע פאר חדשים האט ער זיך אריינגעלייגט? ביי די פרשה ווען ס'האט זיך אנגעהויבן ילדי תימן האט ער געגבן א דאללער? אדער סיי וועלכע הילף?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:21 pm

· #345398
Re: היסטארישער דורכברוך – סאטמאר רבי קאמפיינט פאר עליה קיין
אנדעריש ווי אנדערע דא אין שטיבל, גיב איך נישט קיין הוט וועגען די צוויי אחים הקדושים. זאלען זיי אלע מצליח זיין, דער מיט שניידען ווייץ פאר די גארבעדזש און פאטא אפ און דער מיט שארען געלט פאר די זעלבע סבה.
בפנימיות איז אלס איינס

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

היסטאריקער » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:11 pm

· #345405
די וואך אין "משולחן מלכים" איז דא א שמועס דערוועגין, איך קען עס נישט עטעטשין

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:21 pm

· #345406
וואו קען מען האבן משולחן אנליין?

signout » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 5:32 pm

· #345430
היסטאריקער
די וואך אין "משולחן מלכים" איז דא א שמועס דערוועגין, איך קען עס נישט עטעטשין
א שמיעס וואס איז געווען די וואך? קענסט עס לייגן אויף א לינק?

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:04 pm

· #345461
📎 IMG_20160811_230218.jpg

ליפא » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:16 pm

· #345462
📎 IMG_20160811_231112.jpg
📎 IMG_20160811_231200.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5