☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע

"היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16725

ששון ושמחה » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 10:35 pm

· #540566
"היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
אויף עמעזאן האב איך מיך אנגעטראפען אין א אויסגאבע אין אידיש מיט די נאמען "היסטאריעס און געשעענישן" וואס זאגט אז עס איז "רעלעוואנט, קאנטרעווערסיאל און קורענט ארטיקלען אין אידיש, בלי גבולים".

עס קוקט אויס אז עס איז שוין דא צוויי אויסגאבעס. אויב איינער האט עס שוין געליינט אדער האט מער אינפארמעישאן ביטע שעירן

https://www.amazon.com/dp/B0CN8RQBSX

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 1:42 am

· #540583
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
ששון ושמחה: ייש"כ. איך האב עס (נאכנישט) געליינט. נאר די הויפט שאלה איז ווער ס'געט עס ארויס. און וואספארא אגענדעס ער האט יא אדער נישט. און אויב ס'איז אביעקטיוו. ווייל אידישע היסטאריע אין אונזער צייט איז (ליידער) זייער שטארק טענדענציעז. (קוק עס נישט נאך אויף גוגל טרענסלעיט. ווייל די אידיש חלק איז (כמעט) ווערטלאז.).

א גוטער מקור פאר אביעקטיווע, אמת'ע היסטארישע פאקטן איז הרב פיני דאננער, שליט"א אב"ד דק"ק האליוואד, יצ"ו. ער דעקט אויף א סאך פאקטן וואס מענטשן מיט אן אגענדא האבן בכוונה פארהוילן און פארדרייט די פאקטן אז ס'זאל שטימען מיט זייער ליניע.

לייביששרייבער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 2:16 am

· #540586
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
berlbalaguleh #
ששון ושמחה: ייש"כ. איך האב עס (נאכנישט) געליינט. נאר די הויפט שאלה איז ווער ס'געט עס ארויס. און וואספארא אגענדעס ער האט יא אדער נישט. און אויב ס'איז אביעקטיוו. ווייל אידישע היסטאריע אין אונזער צייט איז (ליידער) זייער שטארק טענדענציעז. (קוק עס נישט נאך אויף גוגל טרענסלעיט. ווייל די אידיש חלק איז (כמעט) ווערטלאז.).

א גוטער מקור פאר אביעקטיווע, אמת'ע היסטארישע פאקטן איז הרב פיני דאננער, שליט"א אב"ד דק"ק האליוואד, יצ"ו. ער דעקט אויף א סאך פאקטן וואס מענטשן מיט אן אגענדא האבן בכוונה פארהוילן און פארדרייט די פאקטן אז ס'זאל שטימען מיט זייער ליניע.

די שטות פון איבערשרייבן היסטאריע ארבעט נישט. דער איבער איבערשרייבער מיינט אז ער האט עפעס אויפגעטון אבער דער פאקט שטעלט זיך ארויס אז נאר פאר צייטווייליג. עט סאם פוינט קומט דער אמת ארויף ווי שוועמל נאך א רעגן.

אלפא » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 11:05 am

· #540616
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
דאס געבט ארויס דעם באקאנטן נחום כ"ץ (שוין אויסגעשפארט פון דא דאכט זיך מיר..) דער אפגעפארענע מיטן ה' הידוע פון לאנדאן.

ער פראבירט צו אינפילטרירן דורך א נייע צייטונג אויב גייט עס נישט מיט גוטנס... ערענסט גערעדט - איך האב עס נישט געליינט און איך ווייס נישט וואס די תוכן איז.

טאמבל סאס » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 2:11 pm

· #540633
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
דא איז א לינק צו די ערשטע אישו
https://www.amazon.com/dp/B0CLB3DPZL

טאמבל סאס » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 6:13 am

· #540881
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
📎 #1page1.png target="_blank" rel="noopener">📎 #1page2.png alt= 📎 #2page1.png 📎 #2page2.png

מונטסורי » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:08 pm

· #540903
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
זיך איינגעהאנדעלט די ערשטע צוויי נומערן, לפום ריהטא קוקט עס אויס אויס ווי א געוואלדיגע ארבעט אויב איז עס טאקע די ארבעט פון איין מענטש אלץ עורך, שרייבער, מגיה, גראפיקער, און דיסטריביוטער, אבל דא עקא, אז עס קוקט טאקע אויס ווי די ארבעט פון איין מענטש אן קיין שום ערענסטע עריכה והגהה אין א צעשטופטע אומבא׳טעמ׳טע אויסלייג.

איין זאך וואס דענערווירט מיר שטארק זענען די ענגלישע ווערטער אריינגעווארפען ווען אימער דער שרייבער איז געווען פויל צו טראכטען פון א אידישע ווארט, דער עורך איז זיך טאקע מסביר אינם ״ווארט פון רעדאקציע״ אבער לדעתי וואלטען פילע פון די ענגלישע ווערטער געהאט א שיינע געשמאקע אידישע ווארט נאר דער שרייבער האט פשוט גענומען א גרינגע וועג ארויס, עס איז גוט פאר א הערליכע קאווע שטיבל אשכול אדער פאר א שיינע בלאג פון וואס איך וואלט מסתמא גאר שטארק הנאה געהאט, אבער פאר א אויסגאבע וואס איך צאל אפאר טאלער ערווארט איך עפעס מער.

איך האב עס געליינט געאיילטערהייט, קען זיין ווען מען ליינט עס רואיגערהייט איז עס יא א געשמאקע אויסגאבע.

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 8:43 pm

· #540991
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
אלפא #
דאס געבט ארויס דעם באקאנטן נחום כ"ץ (שוין אויסגעשפארט פון דא דאכט זיך מיר..) דער אפגעפארענע מיטן ה' הידוע פון לאנדאן.

ער פראבירט צו אינפילטרירן דורך א נייע צייטונג אויב גייט עס נישט מיט גוטנס... ערענסט גערעדט - איך האב עס נישט געליינט און איך ווייס נישט וואס די תוכן איז.
עס האט מיר גענומען פונקטליך דריי מיט א האלב סעקונדעס אויסצופיגערן אז דאס איז נחום'ס ארבייט. און ניין, איך פלאן נישט צו ליינען זיינע געמויזעכץ.

אויב זוכט ער דווקא נאך סקאנדאלן, וואלט געווען כדאי ער זאל באשרייבן די סקאנדאל פון זיין טשידן אויף זיין תמימות'דיגע ווייב, ווי געברענגט מפיו בעצמו ערגעץ דא אויף ק"ש.

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 1:44 am

· #542412
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
דריטע אישו יעצט ארויס.
https://www.amazon.com/dp/B0CQY4DR6M 📎 B0CQY4DR6M.01.S003.JUMBOXXX.jpg

אנטוישטער יונגערמאן » זונטאג יאנואר 21, 2024 12:13 am

· #545381
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
טאמבל סאס #
דריטע אישו יעצט ארויס.
https://www.amazon.com/dp/B0CQY4DR6M
B0CQY4DR6M.01.S003.JUMBOXXX.jpg
וואס איז פשט אז די לינק ארבעט נישט
איז עס ווייל איך האב נישט די קאווע שטיבל עפּפּ? אדער פשוט די לינק טויג נישט אויף דעם פארום
נאר די ערשטע לינק (ביים אנהייב פון אשכול) האט געארבעט פאר מיר
אבער איך טרעף נישט דארט די דריטע אישו

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 21, 2024 12:29 am

· #545384
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
איך אויך #
אלפא #
דאס געבט ארויס דעם באקאנטן נחום כ"ץ (שוין אויסגעשפארט פון דא דאכט זיך מיר..) דער אפגעפארענע מיטן ה' הידוע פון לאנדאן.

ער פראבירט צו אינפילטרירן דורך א נייע צייטונג אויב גייט עס נישט מיט גוטנס... ערענסט גערעדט - איך האב עס נישט געליינט און איך ווייס נישט וואס די תוכן איז.
עס האט מיר גענומען פונקטליך דריי מיט א האלב סעקונדעס אויסצופיגערן אז דאס איז נחום'ס ארבייט. און ניין, איך פלאן נישט צו ליינען זיינע געמויזעכץ.

אויב זוכט ער דווקא נאך סקאנדאלן, וואלט געווען כדאי ער זאל באשרייבן די סקאנדאל פון זיין טשידן אויף זיין תמימות'דיגע ווייב, ווי געברענגט מפיו בעצמו ערגעץ דא אויף ק"ש.
אבער לויט ווי איך געדענק האט ער געלייגט אלעס "אין קאנטעקסט". סיי זיין כפירה באלוקי ישראל און סיי זיין טשיעדן אויף זיין ווייב. און זיינע אנדערע מעשים טובים. און א טייל פון עולם האט עס בארעכטיגט.

טאמבל סאס » זונטאג יאנואר 21, 2024 4:00 am

· #545425
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
אנטוישטער יונגערמאן #
טאמבל סאס #
דריטע אישו יעצט ארויס.
https://www.amazon.com/dp/B0CQY4DR6M
B0CQY4DR6M.01.S003.JUMBOXXX.jpg
וואס איז פשט אז די לינק ארבעט נישט
איז עס ווייל איך האב נישט די קאווע שטיבל עפּפּ? אדער פשוט די לינק טויג נישט אויף דעם פארום
נאר די ערשטע לינק (ביים אנהייב פון אשכול) האט געארבעט פאר מיר
אבער איך טרעף נישט דארט די דריטע אישו
www. amazon.com/dp/B0CQY4DR6M
דער לינק ארבעט?
אונטן איז אגב די פראנט פעידזש
און דא איז פון די צווייטע אישו www.amazon.com/dp/B0CN8RQBSX
און דאס דארף צוזיין פון אלע אישוס צוזאמען
https://www.amazon.com/s?i=stripbooks&rh=p_27%3AMr+Nuchem+Katz&s=relevancerank&text=Mr+Nuchem+Katz&ref=dp_byline_sr_book_1
📎 Screenshot_20240121-090803_WhatsApp.jpg

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:26 pm

· #547062
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
אצינד אויך עוועילבל אויף fliphtml5 צו לייענען אָנליין:
#1
#2
#3

הערשער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:26 pm

· #547072
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
טאמבל סאס #
אצינד אויך עוועילבל אויף fliphtml5 צו לייענען אָנליין:
#1
#2
#3
פאר באצאלט

ארכיטקט » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:59 pm

· #547379
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
וואס שרייבט ער אויף ברלד? ער איז מיט אים אדער קעגן?

גוטיטשקער » פרייטאג פעברואר 2, 2024 5:51 am

· #547863
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
איז עס נאר אנליין?

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 2, 2024 1:58 pm

· #547905
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
אין לונדון ווערט עס אויך פארקויפט אויפ'ן גאס און אין א געשעפט.

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:58 am

· #550785
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
אישו נומער 4
https://www.amazon.com/dp/B0CW2PPGV5 📎 Screenshot_20240221-075654_Gallery.jpg 📎 B0CW2PPGV5.01.S002.JUMBOXXX.jpg 📎 B0CW2PPGV5.01.S003.JUMBOXXX.jpg

תרמב » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:58 pm

· #551005
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
גלייך ביים לייענען האב איך באמערקט אז ער שרייבט איבער שטיקער קאווע שטיבל, ביז איך האב טאקע באמערקט אז ער געבט טאקע קרעדיט פאר קאווע שטיבל

דער קען זיך נאך אביסל צולערנען שרייבן אידיש

שפילער » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:20 pm

· #551006
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
אלע גאסיפ פון אונזער קאמיוניטי תאט.... שטעלטס ענק פאר מען פארקויפט דאס אפן אין געשעפטן...

שמן למאור » זונטאג פעברואר 25, 2024 10:53 am

· #551174
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
דער ארויסגעבער נחום כ"ץ איז געזען געווארן אין סטעמפארד היל פארקויפנדיג זיין אויסגאבע.
📎 Screenshot_20240225_104855.jpg 📎 Screenshot_20240225_104922.jpg

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 31, 2024 5:15 pm

· #556955
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
בשורה טובה!

פאר דיע וואס האבן געפילטערטע אינטערנעט, דא איז א נייע וועבסייט אוואו מען קען שוין קויפן די לעיטעסט אויסגאבע. האפענטליך וועט דאס זיין שווערער צו בלאקן. און אז נישט, זאגטס מיר און מ'קען ארבעטן אויף א טורענט סעלושן לול.

אויך פּאוסט איך נאכאמאל א לינק צו די Fliphtml5.com וועבסייט, מיט דער לעצטער אויסגאבע דא.

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 1, 2024 6:38 am

· #557037
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
איך טראכט? אויב וועט זיך עס ארויסשטעלן א סוקסעס און די קארפן קעפ ביי די היימישע אינטערנעט פילטער קאמפאניס וועלן האבן שוועריגקייטן דאס צו בלאקן וועט מען מערצהאשעם פראוויידן א סערוויס פאר אנדערע וואס ווילן פארקויפן אומצענזורירטע "קאנטרעבענד" דורך אונזער וועבסייט. כמובן אזוי לאנג ווי זי פראמאוט נישט קיין ווייעלענס און אינסולט נישט דעם המון-עם.

אנטוישטער יונגערמאן » מאנטאג אפריל 15, 2024 8:00 am

· #559215
Re: "היסטאריעס און געשעענישן" נייע אויסגאבע
טאמבל סאס #
בשורה טובה!

פאר דיע וואס האבן געפילטערטע אינטערנעט, דא איז א נייע וועבסייט אוואו מען קען שוין קויפן די לעיטעסט אויסגאבע. האפענטליך וועט דאס זיין שווערער צו בלאקן. און אז נישט, זאגטס מיר און מ'קען ארבעטן אויף א טורענט סעלושן לול.

אויך פּאוסט איך נאכאמאל א לינק צו די Fliphtml5.com וועבסייט, מיט דער לעצטער אויסגאבע דא.
א פריינט אין לאנדאן דערציילט מיר ער האט הנאה דערפון. איך האב עס נאכנישט געליינט ווייל ענג צושטיפטע ווערטער מאכט מיר זייער שווער צו ליינען. איך שטעל זיך פאָר אויב ס׳וואלט געווען מער funding וואלט מען עס געקענט שענער אויסלייגן מיט׳ן דינגען פראפעשענעל עדיטערס א.ד.ג.

איינער דא האט אן אנונג וויפיל אזא מעשה קען קאסטן?
וויפיל צאָלט מען היינט פאר א אידישן עדיטער און אויסלייג פראפעשענעל- אויב ס׳נישט א one off - נאר אויף א
regular basis?