☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עלטערן אדער א קינד, ווער איז קודם?

עלטערן אדער א קינד, ווער איז קודם?

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4226
בלאט: 1 2

בדחן » זונטאג יולי 7, 2013 4:28 pm

· #131219
עלטערן אדער א קינד, ווער איז קודם?
אז איר וועט אפשטעלן סיי וועם אויפן גאס איד אדער גוי, און איר וועט אים פרעגן {בהנחה אז ער ארבייט}: פארוואס און פארוועם ארבייט איר??
כמעט יעדער וועט ענטפערן אז ער ארבייט פאר זיינע קינדער, ער וויל אז זיינע קינדער זאלן קענענן גיין און קאלעדש, קויפן א הויז פאר זיי, א בעסערע צוקניפט פאר זיי, זיי חתונה מאכען, זיי נעמען אויף וואקאציע, יעדער וועט אויסרעכענענן וואס אים איז וויכטיג, אבער הצד השווה יעדער וועט זאגען אז זיין צוקנופט און זיין ציל איז זיינע קינדער,

פאר די קינדער איז ער מפקיר זיין לעבן, פאר זיי דרייווט ער א טעקסי/סיטי באס/סקול באס/העליקאפטער/ערפלאון, פאר זיי בויעט ער ריזיגע הויכע בנינים/פרידעם טאוער/קוילן גרעבער/פלאסטערט אויס גאסן און די 90 דעגרי, פאר זיי פארט ער ווי א ראבאוט יעדן טאג צו BH/סקענט אייטעם'ס אין א גראסערי/שלעפט באקסעס און א הארדווארד סטאר/און א דעליווערי מאן פאר א בעקעריי.

יו גיט די פוינט, ביליאנענן מענטשן זענענן זיך יעדען טאג מפקיר זייער לעבן - אידן און גוים צוגלייך, ארבייטען ביטער שווער, טייל פון זיי ארבייטען 24/7 צוויי שיפט'ס א טאג, אלעס אז זייערע קינדער זאל גיין גוט און זיי זאלן דערלעבן צו זעען א שמייכעל ביי זייערע קינדער, מיליאנענן מענטשן וואס קענענן רייטערען מיט א שיינע ריטייערמענט מיט די פוס ארויף, טיען עס נישט ווייל זיי ווילען ארבייטען פאר זיינע קינדער.

און א אנדערע אשכול, האט @הוגה ביטערליך זיך אפגערעדט ווי שווער עס גייט פאר קינדער וואס מען לאזט זיי נעבעך נישט זעען זייער טאטען,
אומצאליגע ארטיקלען איז שוין דא געשריבען געווארען דערוועגן, מען האט שוין גערעדט דערפון אויף די טעלעוויזע און ווי נישט, עס גייט כמעט נישט דורוך קיין וואך וואס די טעמע איז נישט חוזר וניער אויף פארשידענע אויפנים, כ"א לפי דרגיה דיליה.

פוד-טרעפ טוט זיך אויף אז זיי האבן שוין געהאלפן בערך 750 מענטשן, לאמיר אראפ נעמען דערפון בערך 250 אומפארהייראטע מענטשן וואס האבן נישט קיין קינדער בלייבט איבער בערך 500 מענטשן {געשאצט לויט פוד-טרעפ אפציעלע נומער} וואס קרייען האן אז מען בא'עוועלט זיי און זיי קענענן נישט זעען זייערע קינדער,

זאלן די פאר הינדערט מענטשן זיך קיקען אין שפיגעל אקעגן די ביליאנענן מענטשן אין כינע וואס ארבייטען ביטע שווער, קעגן די BH ראבאטען וואס ארבייטען ווי חמורים, קעגן די בעקעריי דיסטריבטערס, קעגן די טעקסי דריוווערס, קעגן יעדעם איינעם קען ריטייערן אבער ריטיירט נישט, און זיי אלע אלע זענענן זיך יא מפקיר פאר די קינדער, און זאל דער טראכטען צו זיך: ווי נישטיג איז ער קעגן יענעם וואס האט אוועק געגעבן פון זיך פאר די אייגענע קינדער, ווי ווויניג איז ער חשוב קעגן יענעם, ווי פארשעמט דארף ער זיין קעגען יענעם..!

אפיקורס שמיקורוס לאמיר זאגען אז ער גלייבט יא אדער נישט, הו קעריס? וואס טוט מען נישט פאר א קינד.. עס איז דיינס, דו האסט אראפגעברענגט אויף דער וועלט, זיץ איינגעמאכט אפילו די גלייבטס נישט, גיי נישט צו קיין אשת איש פאר דיינע קינדער, פארוואס קען יענער פלאסטערן א גאס ווען עס איז 90 דערגרי אינדרויסען און די קענסט זיך נישט איינהאלטן עטליכע יאר ביז די מאכסט חתונה די אומגליגליכע קינדער ווען דו האסט אראפגעברענגט? ווי נידעריג דארף מען זיין דערצו?

יעדער וואס האט איבערגעלאזט יודשקייט פאר סיי וועלכע סיבה - צו ווייל ער איז א בעל תאווה אדער ווייל ער איז א אפיקורס האט געוויסט בעפאר ער טוט עס אז ער שטעכט דערמיט א מעסער אין די ריקען פון זיינע אייגענע קינדער, יא גערעכט צו נישט גערעכט איז אירעליווענט - דאס די וועלט ווי מיר לעבן, עולם התיקון וועט זיין ווען משיח גייט קימען, און יעדער האט עס געוויסט דערפון בעפאר, ער האט געוויסט אז אפילו ער וועט זען זיינע קינדער וועלן זיי נישט זיין די זעלבע, כ"ש ווען זיי ווייסען אלע זייער זייער גוט אז רובא דרובא גייען מער קיינמאל נישט זעען די קינדער,

וואס קימט ער יעצט מיט טענות און קראקעדיל טרערען דערויף? האסט געוויסט דערפון, האסט געוויסט אז דיין שריט שעדיגט דיינע קינדער, האסט אויסגעוועלט א היפי הפקר לעבן אנשטאט א אחרוית'דיגע לעבן,

לערן אפ דיין צושטאנד, זיי וויסען דיין ערך קעגן די ביליאנענן טאטעס וואס האבן יא א אחרוית אויף זייערע קינדער, ענד גיט אוט אויף די וועי, הער אויף צו בעטען אז זאך וואס דו גייסט נישט באקימען.

מיט דיין אומ'אחרוית'דיגע שריט האסטע שוין גענוג אפ'געהרע'ט דיינע קינדער, שטיי נישט אין וועג קעגן די געטרייע מענטשן מיט הארץ וואס פראבירען אינאיינעם מיט דיין געוועזענע ווייב/מאן זיי צוריק אויפצובויען, דיינע קינדער זענען דיר גארנישט שולדיג אז דו זאלסט זיי ווייטער שטיין אין וועג.

diff » זונטאג יולי 7, 2013 5:16 pm

· #131223
ער וויל אז זיינע קינדער זאלן קענענן גיין און קאלעדש,
well said

פשוט-קאמפליצירט » זונטאג יולי 7, 2013 5:40 pm

· #131225


Isn't adding up

פרישער » זונטאג יולי 7, 2013 7:38 pm

· #131234
ערגעץ האב איך דיך פארלוירן

איך פארשטיי דו חלק אז איך ארבייט ווי א פערד

און אלעס פאר מיינע זיסע קינדערלעך

אבער דו פריווסט צו מאכען עפעס א חשבון פאר מענטשען וואס האבען געזינדיגט קעיגן זייערע ווייבער

דעי אלע זינדיגע ליידן אויף א שטית וואס זיי האבען געמאכט אן קיין חשבון.

ווען ער מאכט וועין אלע חשבונות פאר מען ציזינדיגצעך וואלט מען אוודאי נישט געזינדיגט.

און פארוואס פארשטייסטו אז ווען מען האלט א שייכת מיט א קינד שטייט מען און וועיג, דעיס איז א אלטע איינגעגעסענע טעות, און א רציחה, קיין שום זינד, אדער אנדערע סיבה קען אוועק נעמען א רעכט וואס א טאטע האט צו א קינד, חוץ אויב א טאטע איז צירידערט און דעיס קינד איז און א באלדיגע סכנה, דארף מען אויסארבעטן א וועיג אז דאס קינד זאל נישט זיין און די סכנה.

איך ווייס פעלער ווי ווען איינער האט זיך ג'גט, און מען פארטראגט זיך שיין העלפט עס פארן וואקס פינעם קינד זייער שטארק, דעי אלע הריגות זענען קינדישקייטן וואס מען נעמט נקמה איינער אויפן צווייטן, און דעריבער געט מען עס א נאמען אז ער שטייט און וועיג, פינקט פארקערט דעיס ווייב וואס לאזט נישט צו די טאטע איז דער וואס שטייט און וועיג.

נולד מאוחר » זונטאג יולי 7, 2013 10:01 pm

· #131258
קענסט דאך פרעגן אויף די בליאנען מענטשען וואס ארבעטן 24 7 פאר זייערע קונדער און א גרויס חלק איז גגט

בדחן » זונטאג יולי 7, 2013 10:05 pm

· #131260
פרישער
ערגעץ האב איך דיך פארלוירן איך פארשטיי דו חלק אז איך ארבייט ווי א פערד און אלעס פאר מיינע זיסע קינדערלעך
אבער דו פריווסט צו מאכען עפעס א חשבון פאר מענטשען וואס האבען געזינדיגט קעיגן זייערע ווייבער, דעי אלע זינדיגע ליידן אויף א שטית וואס זיי האבען געמאכט אן קיין חשבון.


גערעכט אז דו האסט מיר פארלוירען ווייל איך ווייס נישט ווי עס קימט דא אריין ג'גט, איך האב נישט גערעדט דערפון, עס איז א אנדערע מסכתא אינגאנצן, נישט גלייך איינס צום צווייטען, עפן א אשכול דערויף ווי איך וועל אגריען מיט דיר דערויף.

אבגד » זונטאג יולי 7, 2013 10:16 pm

· #131267
@פרישער!!
דו ביזט 100% גערעכט ווען עס איז די מצב וואס דו רעדסט, אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען רעדט @בדחן פון א אנדערע געשיכטע, און דאס איז לכאורה אזוי ווי די אשכול פון ״נחום כ״ץ״ איז געווארן פארשפארט, און בדחן האט זיך נישט געקענט ארויס געבן האט ער גע׳עפענט א נייע אשכול פון דעם זעלבען ענין, ד.ה. איינער וואס פארט אפ פון וועג בפומבי, אדער טוט עבירות חמורות אהן קיין שום בושה אפילו ער טראגט נאך די בארד און פיאות, און וועגן דעם האט ער זיך גע׳גט, ביי די מעשה איז ער לכאורה 100% גערעכט, דו פאר דיינע תאוות האסטו דיך נישט געקענט איינהאלטן, און מבזה געווען דיינע קינדער אז זיי גייען זיך מוטשען א גאנץ לעבן און בפרט ביי שידוכים, נישט נאר זייערע שידוכים, נאר אפילו זייערע קינדער און אפשר קינדס קינדער, אלץ וועט מען געדענקען, אה! ער איז דער מנוול׳ס א קינד אדער אייניקל, און מדארף נאך צו לאזן די קינדער צו אים?
און נאך מער וויפיל מעשיות הערט מען טאקע פון די צדיקים וואס מען האט יא צוגעלאזט די קינדער צו זיי, ווי די ״קינדער״ (נישט די ווייב) דערציילן וואס די טאטע פיטערט זיי רח״ל, איך וויל נישט דא אריין גיין אין פרטים, אבער עס איז ממש תסמר שערות אנוש..
איז ממילא איך מיין אז עטס זאגטס ביידע די זעלבע זאך, מר אמר חדא וכו׳, - פארשטייט זיך אויב @בדחן וועט מסכים זיין צו מיר, אבער פון מיין בליק קוק איך עס אהן אזוי.

בדחן » זונטאג יולי 7, 2013 10:27 pm

· #131273
גערעכט מר, אבגד, איך האב גערעדט פון די קאנצעפט, און האסטע עס גוט ארויסגעברענגט,
איך האב אבער נישט געמיינט קיין איין ספעסיפישע מעשה אדער אשכול, איך האב גערעדט בכללוית, איך גלייך נישט צו רעדן פון א יחיד.

יונגערמאנטשיק » זונטאג יולי 7, 2013 10:50 pm

· #131288
diff
ער וויל אז זיינע קינדער זאלן קענענן גיין און קאלעדש,


ער מעג וועלן! יעצט איז טו לעיט! ווען ער האט געבוירן די קינדער האט ער געהאט א פארטנער און מיט איר אינאיינעם זיי געהאט, ער האט חתונה געהאט אלס פרומער, איז געווען א מיוטשעל עגרימענט אז די קינדער וואס די פארפאלק גייט געבוירן גייען אויפוואקסן פרום, ווילסט זיך ארויסציען פונעם אפמאך? געזונטערהייט, קענסט אבער נישט טוישן דעם אפמאך אויף צוריק. קענסט נישט צווינגען דיין פארטנער מיטצוגיין מיט דיר קעגן איר ווילן.

diff » זונטאג יולי 7, 2013 11:15 pm

· #131303
He thought he will have a rosy life. When after much difficulty he became a shlak by bh / gefen etc. And is struggling to make ends meet. he promised to do everything his son should not go thru the same. Please advise what he shall do now

יונגערמאנטשיק » זונטאג יולי 7, 2013 11:30 pm

· #131312
Whatever he "thought" is irrelevant, its about what he did. He went into a binding partnership with a frum girl, and he and she "thought" and believed and hoped that their kids will grow up frum as well. you can't force your partner to change her mind because "you thought" life would be something else. next time think twice before u go into a partnership.

And for advice what he should do now? תשובה!

נחום כץ » זונטאג יולי 7, 2013 11:43 pm

· #131326
זאג ווען דו ביסט געבוירן, האסטו אויך איינגעשטימט אויף א ביינדינג אגרימענט אז דו גייסט גלויבן אין דיין טאטנ'ס גלויבן?
און אז איך וועל דיר חתונה מאכן ביי די דריי יאר, און דיר נישט אויסלערנען וויאזוי צוגיין אין ביסקיסע אליין, וועסטו אויך טענה'ן אז האסט איינגעשטימט אן אגרימענט, צו טראגן נעפי'ס און דו קענסט נישט טוישן אהן רשות?
און אפשר זאגסטו מיר אזוי וואו און ווען איך האב אזא תנאי מיך אויסגענומען? איך האב קיינמאל נישט אונטערגעשריבן אזא געזעצליכע אגרימענט.
איך ווייס אז כ'האב דיר סארקאסטיש און ציניש אפגעענטפערט. אבער מיין צייט ערלויבט נישט מער, עספעשלי ווען ס'איז דא הויכע שאנסן עס זאל זיין אויסגעווארפן.
דו זאגסט: "קענסט נישט צווינגען דיין פארטנער מיטצוגיין מיט דיר קעגן איר ווילן." אויף וואס diff האט געשריבן:
"ער וויל אז זיינע קינדער זאלן קענענן גיין און קאלעדש"

ס'זעט אויס אז דו פארגעסט, אז ביידע עלטערן האבן 50/50 רעכטן אויף די קינדער, פלוצלונג ביסטו געווארן אן אקטיוויסט אויף פרויען רעכטן.

אבגד » מאנטאג יולי 8, 2013 12:14 am

· #131331
אנטשולדיגט פארן זאגן אבער דאס איז פלעין שטותים גערעדט!!
דו פרעגסט וואסערע אגרימענט דו האסט אינטערגעשריבען, דאס אז דו האסט חתונה געהאט (נישט ביי 3 יאר, נאר ביים פילן דעת), מיט א פרומע מיידל מיינט דאס אז דו ביזט איינגעגאנגען אויף א פרומע שטוב, און ווען נישט וואלסטו חתונה געהאט מיט אזא גלייכען וואס ער איז יעצט...
און 50 50 וואס איר זאגט איז אויך נישט צו די זאך, ווען צוויי שותפים עפענען א קליידער געשעפט, אין מיט׳ן איז 1 שותף מחליט אז ער וויל טוישן די געשעפט פאר הארדוועיר, קען ער טענה׳ן איך האב 50% שותפות אין די ביזנעס? אוודאי נישט, אונז זענען מיר שותפים אין א קליידער געשעפט נישט אין הארדוועיר, העכסטענס אז דו ווילסט לאז דיך ארויס פון די שותפות, און ער וועט דיך אויסצאלען, - די זעלבע זאך אזוי ווי שוין פריער געזאגט, עטס האטס שותפות אויף פרומע קינדער, ער וויל טוישן יענער איז נישט מחויב מיט צו גיין, זה מה שנראה לדעתי העני׳ ועשירה....

פרישער » מאנטאג יולי 8, 2013 12:21 am

· #131332
אבגד מיר אגריען הינדערט פערצענט

נחום כץ » מאנטאג יולי 8, 2013 12:25 am

· #131333
פוהלן דעת מיינט נישט איינשטיין אין סאהארא און אבגד אין א סייענס לאבארטאריע.
פוהלן דעת האט א מענטשן ווען מען גיבט אים די ריכטיגע געצייג, און ער געפינט זיך אין די פאסיגע ענווייראמענט אז זאל ווערן אנגערופן "ביים פוהלן דעת" און די גויאישע חכמים היינט האבן דאס געשאצט צו זיין ביי די 18 (אויך מיט אן אונטערשריפט) אבער ווען ס'קומט צו חסידישע אידן קען מען רוהיגערהייט טוישן דעם גיל צו די 26 און אויך נאר אומפארהייראטערהייט.
----
נאכדעם צום הונדערטסט'ן מאל, (נישט צודיר) רעדט מען נישט דא פון קיין הארדוועיר כלים און ביזנעס פראדוקטן, מ'רעדט דא פון לעבעדיגע באשעפענישן וואס דארפן סיי א פאטער און א מוטער זאל זיי פלעגן, און פערצופאל ברויכן זיי, מ'זאל זיי אויך געבן די ריכטיגע נויטיגע טולס אז זיי זאלן קענען סוירווייווען ווען זיי קומען אין די עידזש וואס זיי וועלן דארפן מאכן ענדליכע באשלוסן ווי מיר, אדער סיי וועלכער אין זייער עלטער.

פון אזא שותפות קען מען זיך נישט ארויסלאזן, באפרייען, אפשאקלען, אבזאגן, גארניקס! קינדער בלייבן קינדער, ווילאנג ס'ליגט נישט א קאלטער שטיין העכער מיר.
די שותפות האב איך נישט געעפנט, און די שותפות האב איך נישט איבערגעבראכן. ווייל ס'איז קיין שותפות נישט געווען פון אנהויב אן.
ווי כאילו, אלע האבן עפעס די מעגליכקייט זיך צו קלויבן מיט וואספארא "גלייכן" זיי זאלן חתונה האבן. ס'ארא שטותים.
לדעתי העניי בין איך מסכים. ועשירה, דארף מען ווארטן מיט געדולד.

מאטי » מאנטאג יולי 8, 2013 12:28 am

· #131335
מ׳דארף קלאר מאכן געוויסע נקודות:

1) וויל דער פרייער טאטע, מאכן פריי זיינע קינדער ?

2) וויל ער לכתחילה זיך נישט מישן אבער צד השני האט מורא אז ער׳ט האבן אן השפעה.

3) וויל ער סתם האבן א ביאלאגישע שייכות, און ער מישט זיך בכלל נישט אין רעליגיע. ער איז מסכים מיט צו ארבייטן מיט צד שני ווי ווייט מעגליך נישט משפיע זיין זיינע אנשויאינגען.


אויף שאלה 1 זאגט עניית דעתי אז בדחן/יונגערמאנטשיק איז גערעכט, און די קינדער דארפן ווערן אויפגעצויגען אידישלעך על פי מענטשהייט.
ווייל למעשה ביודעים צו בלא יודעים איז ער איינגעגאנגען אויף אן אומגעשריבענע אגרימענט אז מ׳גייט אויפציען א שטוב אויפן אידישער שטייגער. דער זינגער האט געזונגען ויזכו לבנות בית נאמן בית נאמן בישראל ניין?
דער בדחן האט געגראמט
בני חיי מזוני.
ישראל נמשלה כיונה. וכו׳

קומסטו יעצט פארפירן כ׳האב נישט געוויסט!! כבין געווען נאיוו! א באבע תירוץ. אין אמעריקע איז נישט דא קיין תירוץ כ׳האב נישט געוואוסט ווי זאגט דשאדש דשודי...איף יא פלעי יא פעי.

אבער בדחן פריי דיך נאך נישט! איך גיב דיר נאך מיט איין תנאי, לאמיר זאגן די מעשה איז פארקערט צוויי פרייע האבן חתונה און איין צד ווערט רעליגיעז קען לכאורה צד שני האבן דעם זעלבן לאגיק אז כל המשנה ידו על התחתונה, און דער פרומער פערענט האט נישט קיין רעכטן. איווען דיעל?

יעצט אויף שאלה 2 און 3 וואס באהאנדעלט וויזעטעישן רייטס פארוואס זאל די טאטע פארלירן די רעכטן ? איי וועסטו שרייען זיין מהות האט אן השפעה! נו דאס איז פונקט ווי איינער האט א זשאב אין מאנהעטן און דארף דורך גיין די גאסן. אזוי איז דער מצב דאס וויל גאט מ׳קען נישט אוועק נעמען די רעכטן פון א טאטן וועגן דעם.
אבער אויב איז דא זאכליכע פרוף אז דער טאטעס השפעה איז בקום ועשה און נישט נאר בשב ועל תעשו אויב איז עסטעבלישט אז די קינדער ווערן ערצויגן אלץ אידן דארף זי דאס ברענגען פאר א בית דין אדער קארט און די קאנסקווענצן זאלן באשלאסן ווערן דורך זיי און נישט ביי די אימידיעט פאמיליע.

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 8, 2013 12:31 am

· #131337
נחום'קע, איך האב גרויס הנאה אז דו האסט אליין געשריבן אז דיין תגובה איז נאריש, ווייל איך פלאן מיך נישט צו טענהן מיט דיר. איך בין נישט גרייט זיך צו טענהט מיט א מחלל שבת בפרהסיא און אן א.ג. כופר. יעצט דארף איך עס שוין נישט שרייבן.

און איינוועגס וויל איך דיר זאגן - זינט איך שרייב שוין יא - מיין נישט ח"ו אז איך האב דיך פיינט אדער איך האב עפעס קעגן דיר, ח"ו! איך האב ליעב יעדן יוד, און איך האב גארנישט קעגן דיר, ס'טוט מיר זייער וויי דיין מצב, און הלואי וואלט איך דיר ווען געקענט העלפן. איך האף און איך בין מתפלל דו זאלסט טוישן דיין מיינד (דו ביסט דאך שוין מלומד דערין - און איך גלייב ס'איז דיר נישט געווען גרינג.) און זיך צוריקקערן צו דיין שורש.

נחום כץ » מאנטאג יולי 8, 2013 12:32 am

· #131338
moti107
אין אמעריקע איז נישט דא קיין תירוץ כ׳האב נישט געוואוסט

בין איך טאקע לאקי, אז איך וואוין אין ענגלאנד. לעבן זאל רעבע דוקינס...

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 8, 2013 12:35 am

· #131339
מאראנצן זאפט, נחום שרייבט דאך קלאר וואס ער וויל, ער וויל אז זיינע קינדער זאלן אויפוואקסן אנדערש ווי ער איז אויפגעוואקסן. וואס איז דיין פראגע?

נחום כץ » מאנטאג יולי 8, 2013 12:36 am

· #131340
און אפ' דו האסט מיר יא פיינט אינגערמאנטשיק וועל איך מיר אויך נישט צופיהל צעקראצן, נאר פארקערט, כ'וועל זאגן מיט שטאלץ אז 'איך' האב דיר נישט פיינט!
ליב האבן, ווייס איך שוין נישט. פארשטייט זיך דאס איז ווילאנג דו וועסט נישט באווארפן מיין קאר מיט אייער שבת.
יעדע מענטש טוישט זיך זיין מיינונג אגאנץ לעבן, מ'ווערט כסדר עלטער, באזעסענער און מער ערפארן. כ'זע נישט ס'זאל זיך סותר זיין מיט סייענס.

אבגד » מאנטאג יולי 8, 2013 12:39 am

· #131341
נחום כ״ץ - אויף דיינע שטותים האב איך נישט קיין כח צו ענטפערן, נאכדערצו ווען דו קייסט איבער די זעלבע בי....
יעצט - מאטי!! איך אגרי מיט דיר וואס דו הייבסט אהן, אבער מיט דעם צושטעל פון אזא איינעם ביז איינער וואס ארבעט אין מאנהעטן, קלעבט ווי ארבעס צום וואנט, דאס איז קלאר אז די אלע האבן השפעה נישט נאר דורך זייער עצם אויסזעהן, נאר דו הערסט דאך די שפראך ווי נחום רעדט, ״ער וויל נישט זיינע קינדער זאלן מיטמאכן די זעלבע ווי ער״, און דאס געווענטלעך טוען די חברה, איך אליין ווייס פון מעשיות (איך האב שוין פריער געשריבען) וואס די קינדער דערציילן וואס די טאטע פיטערט זיי רח״ל, אויב אזוי, פארוואס זאל די מאמע לאזן איר קינד צו קומען צו אזא טאטע?
אמת, טאמער וויל ער נאר ביאלאגישע נאנט קייט איז גוט, אבער די נסיון ווייזט אז עס איז נישט אזוי....

דעת תורה » מאנטאג יולי 8, 2013 12:43 am

· #131342
נחום כץ

נאכדעם צום הונדערטסט'ן מאל, (נישט צודיר) רעדט מען נישט דא פון קיין הארדוועיר כלים און ביזנעס פראדוקטן, מ'רעדט דא פון לעבעדיגע באשעפענישן וואס דארפן סיי א פאטער און א מוטער זאל זיי פלעגן, און פערצופאל ברויכן זיי, מ'זאל זיי אויך געבן די ריכטיגע נויטיגע טולס אז זיי זאלן קענען סוירווייווען ווען זיי קומען אין די עידזש וואס זיי וועלן דארפן מאכן ענדליכע באשלוסן ווי מיר, אדער סיי וועלכער אין זייער עלטער.

פון אזא שותפות קען מען זיך נישט ארויסלאזן, באפרייען, אפשאקלען, אבזאגן, גארניקס! קינדער בלייבן קינדער, ווילאנג ס'ליגט נישט א קאלטער שטיין העכער מיר.


גראו אפ. די גאנצע זאך אז קינדער דארפן סיי א טאטע סיי א מאמע איז א חסיד'ישע - אדער טראדיציאנאלע לייף סטייל - איינרעדעניש. די היינטיגע קלוגע וועלט האלט אין איין מרבה זיין סינגל מאמס אויף א גרויסע פארנעם. אז דו ווערסט אויפגעקלערט מוז עס גיין אל די וועי. איך מיין אז די שטודיעס ווייזן אז ס'איז נישטא קיין גרויסע נפק"מ פאר די תועלת פון די קינדער צו מען וואקסט אויף אין א געהעריגע שטוב אדער מיט א סינגל פעירענט.

ערנסט גערעדט, אויב שרייבסטו דא קלאר אז דיין ציל צו האבן צוטריט צו די קינדער איז בכדי זיי צו געבן דיינע טולס צום לעבן, מאכסטו דיר שאדן דיינע שאנסן אין געריכט. עטליעסט דא פארלירסטו זיכער סופארט. רוב עולם דא איז נישט נייגעריג דו זאלסט איבערגעבן דיין מורשה ווייטער פאר דיינע קינדער, מען איז נאר דן צי דיין קשר מיט זיי וועט זיי גורם זיין נשפע צו ווערן. אויב זאגסטו קלאר אז דאס איז דיין ציל, איז די דיסקוסיע לכאורה געשלאסן.

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 8, 2013 12:43 am

· #131343
נחום כץ
און אפ' דו האסט מיר יא פיינט אינגערמאנטשיק וועל איך מיר אויך נישט צופיהל צעקראצן, נאר פארקערט, כ'וועל זאגן מיט שטאלץ אז 'איך' האב דיר נישט פיינט!
ליב האבן, ווייס איך שוין נישט. פארשטייט זיך דאס איז ווילאנג דו וועסט נישט באווארפן מיין קאר מיט אייער שבת.
יעדע מענטש טוישט זיך זיין מיינונג אגאנץ לעבן, מ'ווערט כסדר עלטער, באזעסענער און מער ערפארן. כ'זע נישט ס'זאל זיך סותר זיין מיט סייענס.


איך האב באמת הנאה אז דו פארשטייסט אויך אזוי.

דאס אז דו האסט געטוישט דיין מיינונג איז א פאקט, אבער דאס אז ס'קומט פון באזעסנקייט בין איך מחולק מיט דיר, לדעתי קומט דאס מער פון אומבאזעסנקייט.

און דאס אז דו זעהסט נישט אז ס'זאל זיך סותר זיין מיט סייענס איז מיר א חידוש, זינט ווען ביסטו געווארן א סייענטיסט? אויב איז מען מחלל שבת ווערט מען אטאמאטיש א סייענטיסט?

בדחן » מאנטאג יולי 8, 2013 12:46 am

· #131344
@moti107 די אשכול איז פארפארען, בעצם האב איך אויך נישט דערקעגן אז עלטערן נישט שותומ״צ זאלן האבן וויזטינג רעכטן צו די קינדער, (פארשטייט זיך כל זמן עס שאדט נישט פאר זייער וואלזיין און זיי ווערן נישט צומישט דערפון, אדער פארשעמט דערפון) און איך האב נישט דן געווען צו זיי זאלען האבן פולע בעלות אויף זיי, ווייל דאס איז א זאך וואס אפילו דער גוי׳שער ריכטער פארשטייט אז מען קען נישט אוועק נעמען קינדער פון ווי זיי באלאנגען.

איך האב געפענט די אשכול בעיקר אויף די היפאקרעסי פון די סארט עלטערן זיך צו האבן א שטיקל חוצפה און צו פארלאנגען רעכטן כאילו עס קומט זיי, בשעת זיי פאר זייערע תאוות אדער מעבעליוו האבן זיי דערנידערט, פארשעמט, מצער געווען, און אריינגעשטאכן א מעסער אין די ריקען פון זייערע קינדער, פלוצליניג פילען זיי כאילו זיי האבן עס א שייכות מיט דאס קינד וואס זיי האבן אוועקגעווארפן ווי א באלי פאר זייער יא אדער נישט אפיקרוסות, ווי איך האב געשריבען אז רוב וועלט איז זיך מוסר נפש פאר די קינדער, און די צוויי דריי הינדערט אידן האבן ליידער פאר א מחשבה קל וואס זיי האבן גרינג געקענט באהערשן אוועק געווארפן ביודעים זייערע קינדער, איך האב גערעדט פון די סטארט שטאנפוקט,

אבער זיכער וועל איך מודה זיין, אז אויב מען זעט איין אז וויזטיניג רעכטען שטערט נישט פאר די אנטווינקלונג פינעם קינד, זאל מען זיי לאזן גיין, ווי נישט ווי א איד איז א איד און יעדע מצב, און בלוט און פלייש איז א זאך וואס מיר טארען נישט צושטערן כל זמן מיר זענענן נישט קלאר אז איז די טובה פארן קינד, אבער דאס טאר נישט קימען כאילו זיי האבן א רעכט דערצו, ווייל די רעכטען האבן זיי אוועקגעווארפן בשעת זיי האבן אויסגעקליבען צו פארשעמען און דערנידערן זייערע קינדער.

נחום כץ » מאנטאג יולי 8, 2013 12:47 am

· #131345
@יונגערמאנטשיק, זאל איך ענטפערן? אקעי! ס"ה איין שורה.
איך זע האסט נישט יורד געווען לתוך עומקו של דבר, "נישט יעדע זאך איז א סתירה מיט סייענס, און איז דערפאר אן עיקר תורה"

שלום דין » מאנטאג יולי 8, 2013 12:51 am

· #131346
בדחן
פוד-טרעפ טוט זיך אויף אז זיי האבן שוין געהאלפן בערך 750 מענטשן, לאמיר אראפ נעמען דערפון בערך 250 אומפארהייראטע מענטשן וואס האבן נישט קיין קינדער בלייבט איבער בערך 500 מענטשן {געשאצט לויט פוד-טרעפ אפציעלע נומער} וואס קרייען האן אז מען בא'עוועלט זיי און זיי קענענן נישט זעען זייערע קינדער,


@בדחן: איך האב שוין לאנג באמערקט אז דו בויעסט אפט בנינים פון אינפארמאציע וואס דו ציהסט ארויס פון די אונטערשטע גאטשע.

פון די נומערן וואס פודסטעפס האט איבערגעגעבן פאר 2012, האבן זיי אריינגענומען יענעם יאר קרוב צו 100 נפשות. פון די זענען 22% געווען פארהייראט און 19% זענען פון פריער געווען גע'גט אדער צוטיילט (די סיבות פון זיך גט'ן זענען נישט אנגעגעבן געווארן, אבער מ'קען זיך משער זיין אז גענוג האבן זיך צוטיילט צוליב אנדערע סיבות אויסער רעליגיע, און ערשט דערנאך זיך דערשפירט מחוץ למחנה אינ'ם חסיד'ישן געזעלשאפט). דאס איבעריגע (59%) זענען געווען בחורים/בחורות. נאר 27% האבן געהאט קינדער, דאס רוב פון זיי 1 אדער 2 קינדער, וועלכע זענען נאך צוממערסטנס גאר יונג (אונטער 3).

פון די וועלכע האבן קינדער, האבן רוב פון זיי גראדע יא אנגעהאלטן א קשר. ווען דער או-טי-די איז די מאמע, איז זי צוממערסטנטייל יא ביכולת אנצוהאלטן די קינדער (כאטש עס קומט פיל מאל מיט געוואלדיגע שוועריגקייטן, רדיפות אין קאורט, א.ד.ג.). פון די וואס וואוינען 'נישט' מיט די קינדער זענען זיי געווענליך טאטעס, און זיי האבן נישט 'אוועקגעווארפן' די קינדער, מ'האט זיי צוגענומען פון זיי בעל כרחם. דאס איז נישט די ארבייט פון דער או-טי-די, דאס איז די מעשים מנובלים פון די וואס שטייען אין וועג און לאזן נישט צו אז דאס קינד זאל קענען אנהאלטן א קשר. אז א פארפאלק צוטיילט זיך, איז בכלל נישט קיין אפגעשלאסענע זאך אז דער פאטער (צו די מוטער, אויב די קינדער בלייבן נישט ביי איר) וועט נישט קענען אנהאלטן א שייכות, און דאס אנצורופן כאילו או-טי-די עלטערן *ווארפן אוועק* די קינדער איז אן עלילת דם שאין כמוהו און דאס ווייזט אויף די געמיינקייט פון די וועלכע קוקן צו מיט פארביסנקייט אויף די וועלכע טראגן זיך אפ פון חסיד'ישן געזעלשאפט, אז אפילו דאס וואס זיי ליידן זיך צאם לייגט מען אויף זיי כאילו זיי האבן בידים דאס אליין אנגעמאכט. (עס דערמאנט פון די נאציס, וועלכע האבן נאך קריסטאלנאכט אנגעלייגט אויף די דייטשע אידן אפצוצאלן פאר די "שאדן" וואס זיי האבן אנגעמאכט.)

פאקטיש, רוב רובם פון או-טי-די עלטערן גייט זיי בנפשם יא צו בלייבן אנגעקניפט מיט די קינדער, און נאך אסאך אסאך שוועריגקייטן, אפט דורכ'ן צווינגן פון א גוי'אישן געריכט, ארבייטן יא אויס א הסדר אויף דעם. און ווען נישט די אומגעהויערע רשעות פון די וואס נעמען זיך אונטער צו צושטערן די סדר, איז דער או-טי-די טאטע אדער מאמע גארנישט אנדערש פון אן אנדערן פארפאלק וואס גט זיך פאר סיי וואספארא סיבה. נישט אלץ ארבייט זיך אויס א שידוך -- עס מאכט זיך אז א מאן און פרוי זענען נישט געאייגנט איינער פאר'ן צווייטן. עס וואלט געווען א טפשות אין לשער צו זאגן אז ס'איז לטובת די קינדער אז זיי זאלן בלייבן צוזאמען. ניץ אביסל שכל. קינדער וואס וואקסן אויף אין א פאמיליע וואו די טאטע מאמע קענען זיך נישט אנקוקן אויסער מיט שנאה און פארביטערטקייט זענען עני טיים אזוי דעמעדזט ווי קינדער מיט או-טי-די עלטערן. נאר אז ס'איז נישטא קיין ברירה איז נישטא קיין ברירה. א גט איז א גט, ס'איז קיינמאל נישט בא'טעם'ט. אויב האט מען אבער אינזין די טובה פון די קינדער, טוהט מען דאס בעסטע, מ'רעדט זיך דורך מיט פסיכאלאגן, מ'הערט אויס וואס דאס קינד אליין זאגט, מ'לערנט זיך נערמאלע וועגן וויאזוי מען באגייט זיך מיט אזעלכע מצבים. אין פעלער פון או-טי-דיס, זענען נישט די או-טי-דיס וועלכע שטייען אין וועג אויף דעם נאר די אלע כלל-טוערס וואס מישן זיך, כאילו זיי האבן נאכנישט אויף די אייגענע קעפ גענוג גרויסע קופות של שרצים, און יעצט קומען בידים חרוב מאכן פיצעלעך קינדער פון א צווייטנ'ס שטוב. אוי לאותה בושה, דאס קען יעדע חסיד זאגן אויף זיך אליין, ווען ער נעמט א טייל אין אפהאקן קינדער פון עלטערן, אדער דריקט אויס אויף דעם די מינדעסטע שטיצע.

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 8, 2013 12:54 am

· #131349
נחום כץ
@יונגערמאנטשיק, זאל איך ענטפערן? אקעי! ס"ה איין שורה.
איך זע האסט נישט יורד געווען לתוך עומקו של דבר, "נישט יעדע זאך איז א סתירה מיט סייענס, און איז דערפאר אן עיקר תורה"



דו האסט נישט געענטפערט מיין פראגע, דו ביסט דאך נישט לאנג צוריק געווען דער פרומער נחום כץ וואס איז אויפגעוואקסן ווי א צוריקגעשטאנענער חסיד, נאיוו וכד'. פלוצלינג ביסטו מיר געווארן א גאנצער סייענטיסט, דו מאכסט באשלוסן לויט סייענס. זינט ווען ווייסטו פון סייענס צו זאגן? גייט דאס טאקע אזוי - אז ווען מ'איז מחלל שבת ווערט מען פון איין מינוט אויפן צווייטן א פראפעסער, א סייענטיסט? וואס נאך?

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 8, 2013 1:00 am

· #131351
אנאנים, רעדט מען טאקע דא פון רבי ז"ל השקפות ווס סתם וואוילע יודן? מ'רעדט דאך פון יודן ווס מחללי שבתות!

און דו האסט נישט אריינגעטראכט וואס איך האב געשריבן בנוגע אגרימענט. די אגרימענט איז נישט אז מ'גייט זיך פיהרן ווי די רבי ז"ל, נאר די אגרימענט איז אז איין פארטנער קען נישט טוישן דעם סטעטוס קווא אן דעם ווילן פונעם צווייטן. און מ'דארף נישט זיין קיין סייענטיסט דאס צו פארשטיין.

בדחן » מאנטאג יולי 8, 2013 1:00 am

· #131352
@שלום דין

די נומער פון פוד-טרעפ האב איך גענימען פון זייער׳ס א ארטיקעל, און איך האב אליינס געמאכט א השערה וופיל פון זיי עס האבן קינדער און איך האב געשריבען אז עס מיין אייגענע השערה, אויב דו זאגסט אז עס איז ווייניגער ווי די נומבער וואס איך האב געשריבען, תבוא עליך ברכה פאר די גיטע נייעס.

מען קען נישט צוגלעכן א ״גט״ צו ״או טו די״, בשעת א גט איז די דרך העולם און עס איז געצווינגען מחמת חוסר ברירה,
איז אבער די ״או טי די״ ע״פ רוב א פרייוויליגע זאך פינעם באטרעפענדן וואס ער האט זיך עס אליינס גענימען, און ער האט זיך נישט גערעכענט מיט זיינע קינדער בשעת ער האט עס געטיען, ער האט עס געקענט צוריקהאלטן פאר די טובה פון זיינע קינדער, דאס אז ער וויל ווייטער אנהאלטן די שייכות מיט זיינע קינדער, מאכט גארנישט ווייניגער די עוולה וואס ער האט געטיען פאר זיינע קינדער, און עס נעמט אוועק א חלק פון זיינע רעכטן אז מען זאל ענדערש קיקען די טובה פינעם קינד, ווי איידער די טובה פינעם או טו די, אבער ווי געזאגט פריער אלץ דארף מען גיין לויט ווי אזוי מען זעט איין אז עס איז די טובה פינעם קינד, און אויב עס שאדט נישט פארן קיד, פארוואס דען נישט?

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 8, 2013 1:22 am

· #131355
יענקל, דו זעהסט א סתירה? איך נישט! איך וועל טרייען עס אביסל אנדערש צו פרעיזן.

ס'איז נישט אן אגרימענט 'אין דיטעיל' וויאזוי מ'גייט זיך פיהרן, (למשל רבי ז"ל) ווייל אן אכצן יעריגער ווייסט נישט וואס ער וויל, די אגרימענט איז א "דזשענעראל" אגרימענט אז יעדע טויש פון די סטעטוס קווא פארלאנגט אן הסכמה פון ביידע פארטנערס. יעצט פארשטייסטו?

דאס וואס אנדערע האבן געטוהן רשעות מיט זייער פארטנער אונטערן נאמען רבי ז"ל אדער יודישקייט, מיינט נישט אז יודישקייט איז א חורבן, ס'מיינט אז יענער איז א שייגעץ.

און דא קומט אריין שכל. טראכט די חילוק פון נישט לאזן פארן אויף א"י ווייל די רבי ז"ל האט נישט געלאזט (וואס אגב די "געלערענטע קאלידזש גראדואווירטע" דזשאדזש האט דאס פארשטאנען") ביזן זאגן פאר א טאטן אויב ווילסטו טוישן דיין לעבן פון יודישקייט צו גויאישקייט, קענסטו גיין, דו קענסט אבער נישט מיטנעמען מיך אדער מיינע/דיינע קינדער! די חילוק דארף זיין גענוג גרויס אז דו זאלסט דאס קענען כאפן.

שלום דין » מאנטאג יולי 8, 2013 1:39 am

· #131363
בדחן
@שלום דין
מען קען נישט צוגלעכן א ״גט״ צו ״או טו די״, בשעת א גט איז די דרך העולם און עס איז געצווינגען מחמת חוסר ברירה,
איז אבער די ״או טי די״ ע״פ רוב א פרייוויליגע זאך פינעם באטרעפענדן וואס ער האט זיך עס אליינס גענימען, און ער האט זיך נישט גערעכענט מיט זיינע קינדער בשעת ער האט עס געטיען, ער האט עס געקענט צוריקהאלטן פאר די טובה פון זיינע קינדער...


א גט איז קיינמאל נישט געצווינגען. מען נעמט זיך עס אונטער. די זעלבע ביי או-טי-די. אז א יונגערמאן מאכט אפ אז זיין ווייב איז נישט גענוג פרום און דערלאנגט א גט, צו א פרוי וואס פארלאנגט עס פון א מאן, ס'איז גארנישט אנדערש. און אפילו ווען נישט, עס וואוינען צוויי מענטשן אונטער איין דאך און זיי רייסן זיך ביי די קעפ ווייל איינער איז נישט אויף דעם זעלבן רעליגיעזן שטאפל ווי דער צווייטער, ס'טוט זיך אפ א רעש און א געטומל אז די שכנים קומען גאר צו לויפן, וואס דארפן זיי טון? בלייבן זיך שלאגן אויף אייביג? פארוואס? פארווען?

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 8, 2013 1:47 am

· #131368
[ציטאט אראפגענומען]



און ווי א (אונגארישע?) יוד גיי איך דיך צוריקפרעגן, וואס וועסטו זאגן אויב די טאטע וויל ארויפנעמען דאס קינד צו די לבנה?

נאר וואס דען, ס'איז דא נארמאלקייט, און ס'איז דא עקסטרעים. לעת עתה בין איך נישט אין די גיסטע אריינצוטראכטן אין אזא עקסטרעימע פאל.

זעלבסטפארשטענדליך אז ביי יעדן פאל וועלן געוויסע שרייען די פאל איז נארמאל, און אנדערע וועלן שרייען אז די פאל איז עקסטרעים. ביי די פאל פון נחום האלטן רוב מענטשן דא איין אז אויב נחום וויל טוישן די סטעטוס קווא פון זיינע קינדער פון אידישקייט צו גויאישקייט פארלירט ער זיינע רעכטן. (און איך מיין אז דער דזשאדזש האט דאס אויך אנערקענט)

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 8, 2013 1:55 am

· #131369
און יאנקל, איך טשעלענדזש דיך מיט די יעצטיגע מעשה. וואס איז דיין מיינונג?

דו און איך ווייסן אז ס'איז נישט מעגליך פאר א קינד צו לעבן איין וואך ווי א יוד און איין וואך ווי א גוי. אזלא נאר איינע פון די צוויי גייען בלייבן מיט די קינדער. (לגבי ערציאונג)

וואס וואלסטו גע'פסק'ט, ווען א פרומע פארפאלק האט חתונה און נאך אפאר יאר איז בעזרת ה' דא קינדער, און די טאטע מאכט אפ אז ער וויל לעבן ווי א גוי, דארף די מאמע לאזן אז די טאטע זאל נעמען די קינדער און זיי לאזן אויסוואקסן ווי גוים אדער נישט?

ביטע נישט רעדן פון קיין אנדערע פעלער, מ'רעדט נישט דא פון פשוטע וויזיטעישן, אדער נסיעה קיין א"י אדער רבי ז"ל שיטה, און נישט פון העלבראנס. מ'רעדט פון א טאטע וואס זאגט קלאר איז וויל אז מיינע קינדער זאלן אויפוואקסן אנדערש ווי איך און מיין ווייב זענען אויפגעוואקסן, איך וויל זיי זאלן זיין ווי איך בין יעצט, נעמליך א מחלל שבת! איז די מאמע מחיוב אויפצוגיבן אירע רעכטן אדער נישט?

דעת תורה » מאנטאג יולי 8, 2013 2:04 am

· #131370
@נחום כץ, איך ווייס נישט צי עס באלאנגט דא אין דעם אשכול, איך לייג עס דא עניוועי.

דיין יוגנט חבר, באקאנט מיטן ניק "אנעים זמירות", שרייבט א המשך צו זיין ארטיקל קעגן די בלאגס וואו מען ליינט דברי מינות. ער שרייבט אז דו האסט אים צוגעוויזן אייוועלט און ק"ש, איז קודם כל אין הקב"ה מקפח שכר כל בריה עס קומט דיר א יישר כח פארן מזכה זיין די היימישע בלאגעספערע מיט אזא שרייבער.

ער שרייבט אז די אריגינעלע ארטיקל קעגן בלאגס האט ער געשריבן בעיקר לכבוד דיר, נאר ער האט דיר עס נישט געוואלט זאגן דירעקט. איך בין סתם נייגעריג: האסט געהאט געליינט זיין ארטיקל בשעתו? האסט געכאפט אז ער מיינט דיר?

פרישער » מאנטאג יולי 8, 2013 7:59 am

· #131397
דער נחום מרוב טיפשתו זיכט כסדר צי פארדרייען דעים שמיעס

ווער רעדט דא פין סייענס

צי ווילסטי יעצט אז מיר זאלען אויך מודה זיין אז די קימסט פון א מלפה

ווער זאגט אז דו ביסט נישט קיין מלפה

מיר אלע זענען איינשטימיג אויף דעים

די אשקול איז באזירט אויפן אידישען דרך

מיר זענען אידען צו מיר גלייכען דעים סיסטעים צי נישט

מיר זענען נישט קיין אפיקורסים

אלזא גייט צי אפיקורסישע בלאגס און זיי וועלן דיר געיבן חיזיק

און זיי מוחל נעם מיט שלום דין וואס איז א וועלט באוויסטע אפיקורס וואס האט מפקיר געוועין זיינע קינדער ווייל ער האט געגליכען שוויל טאג, און פיינט געהאט צוויבל קיגל

diff » מאנטאג יולי 8, 2013 8:21 am

· #131400
יונגערמאנטשיק


And for advice what he should do now? תשובה!


הציבור שלנו היום - היהדות החרדית הפכה לאיראן אייתולות של ממש! (ל”ת)
הכואב את מצבינו 01:52 08/07/2013

אני מתגורר בבני ברק, וחולף ברחובות העיר שהייתה כמעט שפויה עד לפני כמה שנים, לעומת מה שקורה בירושלים בדרך כלל, ואני עומד ותוהה אם אנחנו לא מגיעים להיות על סף טהרן מספר 2. אתה צועד ברחובות ורואה בכניסות הבניינים שלטים אדומים של אין כניסה - נגד מחזיקי האייפון ודומיו, אתה רואה את השלטים שנתלים נגד החיילים החרדים ואתה מזדעזע....
זה גורם לי לא אחת לחשוב, האם יש ממש הבדל בין מוסלמי חמאסניק מעזה ליהודי משלנו - חובש שטריימל או ליטוואק קיצוני מבית היוצר של המחבלים והשונאים.
הגעתי למסקנא כמעט ברורה שאין לכאורה לצערי היום, שום הבדל בין שני המינים. גם אלה וגם אלה סוגדים לדת שלהם בצורה קיצונית שמתירה את דמם של אחרים, מבלי להנעיד עפעף. חלק גדול מהמגזר שלנו הופך להיות יותר ויותר קיצוני, יותר ויותר אלים, פחות ופחות סובלני כלפי כל אחד שהוא טיפ טיפה אחרת ממנו.
הבעיה הגדולה ביותר היא, שהכל זה בלוף אחד גדול. מדובר באנשים מושחתים, שרק החיצוניות קובעת אצלהם. כל חלקי השולחן ערוך והלכות בין אדם לחבירו, הונאה, גניבה, הונאת דברים, צרות עין, הלבנת פני חבירו, הגאווה והכעס, הנקמה, והלא תרצח... והלא תשים דמים בביתך, הכול הכול הוא כאין וכאפס למען המטרה הנעלה של החיצוניות היא הקובעת וכל התורה כולה היא סתם איזו שק של מצוות ולא תעשה מיותרים למחצה לשליש ולרביע.
מדובר באנשים פוחזים וריקים, שלעבוד הם לא רוצים כי הם עצלנים. מוטב להם שהנשים שלהם ייהרגו על מזבח קידוש השם והם יישבו בקרנות הרחוב, באיצקוביץ או בכל שטיבל אחר, ויפטפטו ויעשנו וישתו כוסות קפה ביחד, ובין היתר גם יתלו שלטים על בניינים, יכו ויכפישו יהודים ברחובות קריה.
עם יד על הלב, אני חושב שהיהדות החרדית (לא כולה כמובן) בחלקה הגדול לצערי, הפכה להיות קדושה יותר מהקב"ה עצמו וממה שהוא דורש בתורתו. הם לוחמים מלחמת ג'יהאד כמו הערבים ומוכנים אף לרצוח עבור החולניות והשיעמום שלהם בדיוק כמו הטרוריסטים הערבים. בושה וחרפה להיות היום חלק מהם. מעט מאוד נותרו היום יהודים יראי שמיים אמיתייים שהחיצוניות היא לא העיקר אלא הפנימיות והאמת.
בסוף, מה שקורה זה שהם מחללים שם שמיים ברבים, והנה ראיתם כאן, הכתבה בניו-יורק טיימס רק תתן לגיטימציה לגויי העולם לומר על יהודי שהוא חיידק ולרדות בו. שכן אם החרדים עושים זאת אחד לשני, מדוע שהם יטמנו ידם בצלחת.
אני אומר בשם ומלכות על כל יפי הנפש הללו - שומרי הדת כביכול, אלה התולים את השלטים ואלה המאיירים למיניהם וכל הקבוצה הקיצונית הזו, היורקים והמכים למיניהם, אפשר לומר עליהם בבטחה ללא חשש - "ימח שמם וזכרם" ולא ימוש התורה האמיתית והטהורה והזכה מכל אלימות מפינו ומפי זרעינו

איך אויך » מאנטאג יולי 8, 2013 9:20 am

· #131407
[ציטאט אראפגענומען]

יאנקל במכ"ת הרמה זענען די ווערטער פון די סאמע גרעסטע שטותים צו ווערן געשריבן אויף ק''ש מיום היווסדה.

אבגד » מאנטאג יולי 8, 2013 10:10 am

· #131413
וגם אני (איך אויך) מצטרף עם דבריו של @איך אויך און נאכמער פון דעם, אז דער יאנקל איז אזוי עומד על דעתו הטפשות, אז מען רעדט צו אים גראדע ווערטער, און אלץ האלט ער אין איין צוריק קומען צום ערשטן, און א רחמנות אויף @יונגערמאנטשיק אז ער דארף זיך מיט אים ספראווען, וואס דאס איז קלאר מען רעדט נישט פון סתם עניני גיטין וואו די מאן און ווייב זענען זיך נישט אויסגעקומען, און דעמאלטס ״אמת״ אז טאמער מען וויל צוריקהאלטן פונעם טאטען זיינע קינדער, איז עס א רשעות און די אלע גרויזאמע ווערטער וואס ״יאנקל״ האט גענוצט, נאר דא רעדט מען דאך פון גאר עפעס אנדערש, א טאטע וואס זאגט אז ער איז טאקע אוועק געגאנגען פון זיין טאטענ׳ס מסורה, אבער זיינע קינדער וויל ער פשוט באפרייען (רח״ל) און זיי זאלן נאכגיין ״זיין״ פארפוילטע מסורה...
בקוצר הדברים, זעהט מען דא פונקטליך וואס גייט פאר, אז יאנקל און שלום דין האבן אפ געמאכט צו טאנצן קעדאטשקע מיט נחום, און זיי ווילן דער עולם זאל מיט קלאטשן...
איך וויל נאר פרעגן איין זאך, ווער זאגט אייך אז ביי 18 האט מען נאכנישט דעם פולן דעת, משא״כ ביי די 25 ווען די תאוות רעות זענען בתוקפו, און מען ווערט פארבלענדט פאר אלע פארשטונקענע תאוות, מיט א תירוץ אז מען פארשטייט שוין אנדערש ווי מאיז אויפגעוואקסן, מיי פוט.. - די פאקט ווייזט אז רובא דרובא פון די חברה, טאמער האבן זיי נישט געפייגערט פון א אויווער דויז.. ווען זיי ווערן אביסל עלטער און ווערן מער באזעסן ווילן זיי צוריק קומען און זיך צוריק שטעלן, (נאכאמאל, נישט אלע, ס׳איז דא וואס וועלן גיין אין קבר מיט זייערע תאוות), וואו איז זייערע פולן דעת וואס זיי האבן זיך קונה געווען ביי די 25?
הא??
אויב אזוי דריי מיר נישט קיין קאפ מיט די שטותים און קרעפ אז זיי ווערן באזעסן ביי די 25, נאר אזוי ווי שוין דערמאנט דאס קומט פון אומבאזעסענקייט,
און איך וועל נאכאמאל ברענגען די זעלבע משל (אפילו עס געפעלט נישט פאר נחום) אז 2 מענטשען האבן א שותפות אין א געשעפט און נאך 5 יאר וויל איינער טוישן אין געשעפט מ׳זאל פארקויפן גאר א אנדערע זאך, האט ער נישט קיין רעכט צו טוישן אהן דעם צווייטענס הסכמה, און ער קען ״נישט״ טענה׳ן: איך בין נישט געווען אזוי קליג ווען מ׳האט געמאכט די שותפות, עס איז טו בעד.. נעקסט טיים טראכט דיך איבער פאר דעם, און יעצט האסט א ברירה לאז דיך ארויס פון די שותפות און יענער וועט דיך אויסצאלען..
כן נראה לעניית דעתי ״העשירה״..

newkave » מאנטאג יולי 8, 2013 10:55 am

· #131420
@אבגד איך האב דיר אנגעהויבן גלייבן, אבער ווען איך האב געזען אז די ווערסט ווילד און די הייבסט אן אטאקירן אנדערע, האב איך איינגעזען אז עס מוז זיין אז די גלייבסט אליינס נישט וואס די זאגסט...

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 8, 2013 10:57 am

· #131421
איז נאך שייך עפעס צו טוהן אז דו זאלסט אים גלייבן אדער ס'בלייבט ביי דעם?

מאנדלבאום » מאנטאג יולי 8, 2013 1:24 pm

· #131459
וואס איז מערוועדיג דא אין דעם דין ודברים, אז דער פרומער פאנאטיקער צד איז גאר דער וואס האלט זיך ביים בארד ליין פון דעם נושא און פארקריכט נישט, לייגט א ווארט נאך א ווארט.
דאגעגן די בעתיד עשירים בדעתם, און זיינע חברים וואס זענען דזשעלעס וואס קענען נישט מאכן דער געוואלדיג 'ריזן קלוגן טראט' (לטובת די קינדער אוודאי) שיסן יעדע מינוט עפעס אנדערש מיט חכמה כמובן.

היידא! צוקופנטיגער עשיר בדעתו און זיינע חברים!
עטץ ווייסט וואס? היינט האבעך קעגן מיין ערשטוינט וואב און קינדער אויסגעטרונקען די נעגל וואסער!
אויסגעשפילט דעם סיסטעם!...... כא כא כא כא!....

נחום כץ » מאנטאג יולי 8, 2013 1:42 pm

· #131464
מאנדלבאום
וואס איז מערוועדיג דא אין דעם דין ודברים, אז דער פרומער פאנאטיקער צד איז גאר דער וואס האלט זיך ביים בארד ליין פון דעם נושא און פארקריכט נישט, לייגט א ווארט נאך א ווארט.
והדברים ניכרין... 😂
יונגערמאנטשיק
נחום'קע, איך האב גרויס הנאה אז דו האסט אליין געשריבן אז דיין תגובה איז נאריש, ווייל איך פלאן מיך נישט צו טענהן מיט דיר. איך בין נישט גרייט זיך צו טענהט מיט א מחלל שבת בפרהסיא און אן א.ג. כופר. יעצט דארף איך עס שוין נישט שרייבן.

און איינוועגס וויל איך דיר זאגן - זינט איך שרייב שוין יא - מיין נישט ח"ו אז איך האב דיך פיינט אדער איך האב עפעס קעגן דיר, ח"ו! איך האב ליעב יעדן יוד, און איך האב גארנישט קעגן דיר, ס'טוט מיר זייער וויי דיין מצב, און הלואי וואלט איך דיר ווען געקענט העלפן. איך האף און איך בין מתפלל דו זאלסט טוישן דיין מיינד (דו ביסט דאך שוין מלומד דערין - און איך גלייב ס'איז דיר נישט געווען גרינג.) און זיך צוריקקערן צו דיין שורש.


יונגערמאנטשיק

איך האב באמת הנאה אז דו פארשטייסט אויך אזוי.

דאס אז דו האסט געטוישט דיין מיינונג איז א פאקט, אבער דאס אז ס'קומט פון באזעסנקייט בין איך מחולק מיט דיר, לדעתי קומט דאס מער פון אומבאזעסנקייט.

און דאס אז דו זעהסט נישט אז ס'זאל זיך סותר זיין מיט סייענס איז מיר א חידוש, זינט ווען ביסטו געווארן א סייענטיסט? אויב איז מען מחלל שבת ווערט מען אטאמאטיש א סייענטיסט?


יונגערמאנטשיק

דו האסט נישט געענטפערט מיין פראגע, דו ביסט דאך נישט לאנג צוריק געווען דער פרומער נחום כץ וואס איז אויפגעוואקסן ווי א צוריקגעשטאנענער חסיד, נאיוו וכד'. פלוצלינג ביסטו מיר געווארן א גאנצער סייענטיסט, דו מאכסט באשלוסן לויט סייענס. זינט ווען ווייסטו פון סייענס צו זאגן? גייט דאס טאקע אזוי - אז ווען מ'איז מחלל שבת ווערט מען פון איין מינוט אויפן צווייטן א פראפעסער, א סייענטיסט? וואס נאך?


דעת תורה
@נחום כץ, איך ווייס נישט צי עס באלאנגט דא אין דעם אשכול, איך לייג עס דא עניוועי.

דיין יוגנט חבר, באקאנט מיטן ניק "אנעים זמירות", שרייבט א המשך צו זיין ארטיקל קעגן די בלאגס וואו מען ליינט דברי מינות. ער שרייבט אז דו האסט אים צוגעוויזן אייוועלט און ק"ש, איז קודם כל אין הקב"ה מקפח שכר כל בריה עס קומט דיר א יישר כח פארן מזכה זיין די היימישע בלאגעספערע מיט אזא שרייבער.

ער שרייבט אז די אריגינעלע ארטיקל קעגן בלאגס האט ער געשריבן בעיקר לכבוד דיר, נאר ער האט דיר עס נישט געוואלט זאגן דירעקט. איך בין סתם נייגעריג: האסט געהאט געליינט זיין ארטיקל בשעתו? האסט געכאפט אז ער מיינט דיר?

פרישער
דער נחום מרוב טיפשתו זיכט כסדר צי פארדרייען דעים שמיעס
ווער רעדט דא פין סייענס
צי ווילסטי יעצט אז מיר זאלען אויך מודה זיין אז די קימסט פון א מלפה
וער זאגט אז דו ביסט נישט קיין מלפה
מיר אלע זענען איינשטימיג אויף דעים
די אשקול איז באזירט אויפן אידישען דרך
מיר זענען אידען צו מיר גלייכען דעים סיסטעים צי נישטמיר זענען נישט קיין אפיקורסים
אלזא גייט צי אפיקורסישע בלאגס און זיי וועלן דיר געיבן חיזיק
און זיי מוחל נעם מיט שלום דין וואס איז א וועלט באוויסטע אפיקורס וואס האט מפקיר געוועין זיינע קינדער ווייל ער האט געגליכען שוויל טאג, און פיינט געהאט צוויבל קיגל

יונגערמאנטשיק
איז נאך שייך עפעס צו טוהן אז דו זאלסט אים גלייבן אדער ס'בלייבט ביי דעם?

אבגד
וגם אני (איך אויך) מצטרף עם דבריו של @איך אויך און נאכמער פון דעם, אז דער יאנקל איז אזוי עומד על דעתו הטפשות, אז מען רעדט צו אים גראדע ווערטער, און אלץ האלט ער אין איין צוריק קומען צום ערשטן, און א רחמנות אויף @יונגערמאנטשיק אז ער דארף זיך מיט אים ספראווען..
בקוצר הדברים, זעהט מען דא פונקטליך וואס גייט פאר, אז יאנקל און שלום דין האבן אפ געמאכט צו טאנצן קעדאטשקע מיט נחום, און זיי ווילן דער עולם זאל מיט קלאטשן...

אנטשולדיגט טייער לייענער פאר'ן לאנגן מאכארייקע.

לאליפאפ » מאנטאג יולי 8, 2013 3:16 pm

· #131475
נחום, דיין לעצטע תגובה ווייזט אויף שטארקע קלוגשאפט בד״וו, ממילא אפשר קענסטו עס נוצן צו פרופן דעם דזשאדזש אז ביסט יא קלוג און באזעצן...

אבגד » מאנטאג יולי 8, 2013 3:27 pm

· #131480
@newkave איך בין נישט געווארן און וועל נישט ווערן ווילד, און איך אטאקיר נישט קיינעם, איך קען פשוט נישט סובל זיין ווען איינער רעדט אזעלעכע שטותים און וויל יענעם נישט אויסהערן...

אזוי ווי ״נחום״ איז מפקפק אין מיין דעת העשירה, אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס @מאנדלבאום וויל, אז מיין דעת העני׳ זאל אויך קענען פארשטיין...
יישר כח למפרע

בדחן » מאנטאג יולי 8, 2013 3:28 pm

· #131482
איך האלט נישט אז עס דא די פלאטץ דא צו גיין פערזענליך קעגן קיינעם, און וויבאלד ניקים ריפען זיך דא מיט עכטע נעמען איז עס געווארען זייער א פערזענליכע פייט, איך האב געפענט די אשכול צו רעדן באופן כללי, אבער וויבאלד עס איז געווארען זייער פערזענליך וואלט איך געוואלט בעטן די הנהלה אז זיי זאלן עס אפשפארען און אוועקפירען.

מאנדלבאום » מאנטאג יולי 8, 2013 3:41 pm

· #131486
@אבגד, אויב האט איר נישט פארשטאנען איז נישט. עניוועי נישט צו אייך האט געצילט מיינע ווערטער.

@בדחן, ס'הייסט אזוי, רעדן, שימפן, לאכן, שטויסן, לעסטערן מכל היקר והקדוש, אזש ביז כפירה כפשוטו ממש, גייט קיינעם אן, ווען איינער שטעלט זיך ארויס אן א בושה מיט זיין עכט נאמען... אה... פערזענליך אויף יענעם?...

ב.ד.וו. זיין 'נעבעך' אשכול האט מען נישט געמעקט, נאר צוגעשפארט, נישט ווייל ס'איז געשאסן פערזענליך אין די תורה, וואס מ'דארף רייסן קריעה אויף די ווערטער, פון אים, און פון זיינע 'קלוגע' חברים, נאר פארוואס? "פריוואט משפחה געפעכט..."

נחום כץ » מאנטאג יולי 8, 2013 3:44 pm

· #131487
בדחן
איך האלט נישט אז עס דא די פלאטץ דא צו גיין פערזענליך קעגן קיינעם, און וויבאלד ניקים ריפען זיך דא מיט עכטע נעמען איז עס געווארען זייער א פערזענליכע פייט, איך האב געפענט די אשכול צו רעדן באופן כללי, אבער וויבאלד עס איז געווארען זייער פערזענליך וואלט איך געוואלט בעטן די הנהלה אז זיי זאלן עס אפשפארען און אוועקפירען.

מ'דארף נישט גארנישט פארשפארן, עס זאלן אלע שרייבער (אלע לאו דוקא) האמערן געגן מיר, וועל איך מיר אויך היבש ווייניג צעקראצן. איך נעם עס נישט אן א פערזענליכע פייט.
די איינציגסטע אמת'ע נעמען דא זענען מיינע און שלום דין, און כ'גלייב אז אים באדערט עס אויך גאר ווינציג. זאל ער מיר פאררעכטן אויב נישט.
פארקערט, צומאל איז עס א פרייליכער אמיוזמענט, און אמאל אפילו א טראגי קאמישע רחמנות. אבער ס'איז גוט זיך אויסצוגעבן אלעס וואס ליגט אויפ'ן הארצן.

ווי אויך איז פאר מיר וויכטיג צוהערן פון איבעראל, יעדעמ'ס מיינונג, און נאכדעם טאן וואס איז דאס בעסטע פאר מיר. די חכמה ליגן דאך ביי די תורה לערנער. מ'דארף שטענדיג זיין גרייט צוהערן.
די גבאים וועלן זיכער פארשטיין וואס איז ס'ריכטיגסטע צו טאן.
אני לכשעצמי וואלט נישט אוועקגעלאפן פון א דרשה, אדער קאנפיסקירט די רעקארדינגס, אויב צעהיס איך מיר אדער צערינט זיך מיר די נאז אינמיטן, אדער אפ' אויב איינער פרעגט מיר גוט אריין אין די דרשה.

בן תמליון » מאנטאג יולי 8, 2013 4:00 pm

· #131491
נחום'קע אויב ביזטו יא אזא הירא וואס אלע קארטן זענען אויפן טיש, אפשר זאגסטו אונז וואס דיין ניק איז געווען דא ביז היינט? לאז אונז קענען לערנען דיין מהלך המחשבה ביז היינט וויאזוי עס איז געפארן. איך האב א געפיל אויף א ניק אז דאס ביזטו געווען אבער נישט אויף 100% זיכער.

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 8, 2013 4:20 pm

· #131497
בן תמליון
נחום'קע אויב ביזטו יא אזא הירא וואס אלע קארטן זענען אויפן טיש, אפשר זאגסטו אונז וואס דיין ניק איז געווען דא ביז היינט? לאז אונז קענען לערנען דיין מהלך המחשבה ביז היינט וויאזוי עס איז געפארן. איך האב א געפיל אויף א ניק אז דאס ביזטו געווען אבער נישט אויף 100% זיכער.

נ'יין, נ'חום, נ'אך נ'ישט.
@בן תמליון, אויב נחום איז מסכים, מאך א רשימה פון 10 ניקים, לייג אריין צווישען זיי די ניק וואס איר זענט חושש אויף. לאמיר זעהן צו מ'קען דערגיין ווער נחום איז.

שרייבער » מאנטאג יולי 8, 2013 4:25 pm

· #131499
בן תמליון
נחום'קע אויב ביזטו יא אזא הירא וואס אלע קארטן זענען אויפן טיש, אפשר זאגסטו אונז וואס דיין ניק איז געווען דא ביז היינט? לאז אונז קענען לערנען דיין מהלך המחשבה ביז היינט וויאזוי עס איז געפארן.
בלאט: 1 2