951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16697
נעגעטיוועטי ארבייט נישט היינט; ענדערש דארף מען ריווארדען די וואס שרייבן יא....
למשל, מיטן אריינלאזן אין מאחורי 😉
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
איך וויס נישט ווי צי שרייבן, העמיר עס שרייבן דא, קאווע שטיבל איז א געשמאקע פלאטפארמע אבער ס׳מאנגעלט (אביסל, פחות משתות) אין שרייבערס, ווידער @אנאנים האט אסאך שרייבערס אבער ס׳מאנגלט לגמרי מיט א פלאטפארמע.
האמיר דא דעם קלאסישע בעל התל און בעל החריץ סיטואציע, איז אפשר והיו לבשר אחד, אז דער וועקער זאל אנהייבן ערשיינען טאקע דא אויף ק״ש, דער @אנאנים וועט עים געבן זיין אייגענע פארום ווי ער וועט פאוסטן זיינע און זיינע שרייבערס שריפטן. און אזוי וועט זיך עפענען נאך אשכולות צי דן זיין איבער די וועקער שרייבעריי.
עפעס זאג איך, ניין?
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
והמהרי"ט נהג לסגור גם אלו שכותבים רק תגובות ריקות (כדי שלא יסגרו), ובפרט אלו שכותבים הבלים רק להרגיז כל הניקים..
וסגולה בשם האריז"ל להרבות לייקים ולקרב החדשים שכותבים דברים של טעם..
(שוין א גאנצע מאן דאמר געווארן אויפן עלטער 🫣😀)
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
ניקס וואס זענען פארמעקט געווארן, וואס טיט זיך מיט זייערע תגובות? איז עס אויך פארמעקט?
אגב, איז דא עפעס גוטע ניקס אוועילעבל?
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
שעפטאל #
והמהרי"ט נהג לסגור גם אלו שכותבים רק תגובות ריקות (כדי שלא יסגרו), ובפרט אלו שכותבים הבלים רק להרגיז כל הניקים..
וסגולה בשם האריז"ל להרבות לייקים ולקרב החדשים שכותבים דברים של טעם..
(שוין א גאנצע מאן דאמר געווארן אויפן עלטער 🫣😀)
דער תגובה איז שעדליך און קען גורם זיין די אומגעוואונטשענע..
😜Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
למעשה ווערט פארלאנגט פון יעדעם איינעם זיך אויצוסיינען מיט א ניק אויב איך האב נישט קיין טעות, ממילא וואס וויל מען פון זיי?
זיי פאלגן און זיי סיינען זיך אויף מיט א ניק, אבער קומען נאר דא צו ליינען און זיך בארייכערן די ידיעות, וואס דאס איז דאך דער יסוד פון קאווע שטיבל, אז כל דיכפין ייתי וייכול... ממילא איז עס אביסל א סתירה מיטן צומאכן ניקס וואס האבן קיינמאל נישט געשריבן דא.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
זייער קלארע דיבורים
טענקס פאר קלעריפייאונג
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
כמנין שמ"ע ישרא"ל, תרתי משמע.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
אינטערעסאנטע בליק, און איך שעץ דעם מנהל'ס מיינונג, עפטער אלל ביזטו בעל הבית.
אבער איך וועל נעמען א סעקונדע ארויסצוברענגען א אנדערע זייט אויך, און איך וועל מיר נעמען אלס דוגמא, איך ליין שוין ק''ש אפאר יאר, און זיך קיינמאל נישט איינגעשריבן א שטיק צייט נאכדעם וואס די {גזירה} תקנה איז ארויסגעקומען האב איך געבראכן מיין פוילקייט און געטון דאס שריט געמאכט אן אימעל און פראבירט א ניק נאמען, והנה איך בין דא איך קען שוין ליינען.. יעצט און די אינגערע יארן האב איך געשריבן און ציטירט [אויף אן אנדערע פארום] איך בין אביסל'ע עלטער געווארן, און מיין צייט איז געווארן אביסל מער ענג איך האלט שוין נאכדעם הפעם ילוה אישי, מילא איז נישט פשט אז איך האב שוין נישט די געפיל צו קאמענטירן, פשוט איך האב נישט קיין צייט דערפאר, און איך וויל מיר נישט אריינלייגן און נסיונות פון שרייבן און קוקן וואס יענער האט געענטפערט, פשוט איך קען נישט אבער יעצט, לדוגמא איינער קומט און שרייבט און ארטיקל, פיין און וואויל, איך קען מיר באלעקן די פינגער פון די די הערות און קאמענטארן, פארוואס זאל די מנהל אוועקנעמען די פריוויליגע?
איך פארשטיי אז מען קען עס אנקוקן אזוי.. דו געסט נישט צו צום פארום קענסטו נישט האבן די הנאה פון ליינען קאמענטארן, און מען קען עס טאקע נישט צוגלייכן צו אן ארטיקל, ווייל נישט יעדער איז א שרייבער, גראדע און ספעציעל דא אין ק''ש פאלט אריין אסאך קאמענטארן ווואס איז ווי א באזונדערע ארטיקל פאר זיך.
נאר מיין מיינונג.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
יעצט אז דו האסט געשריבן אזא שיינע תגובה גייט מען דיך שוין נישט פארמעקן דיין ניק, וועסטו קענען אלעס ליינען,
(די מנהל'ס נקודה איז זייער פשוט, אז איינער ליינט פאר 6 חדשים און האט הנאה פון די קאמענטארן און האט אפילו איין מאל נישט געקענט עפעס מוסיף זיין דארף נישט דא זיין)
איך טראכט, פשט איז אזוי: אז דו האסט מורא דא צו שרייבן ווייל ס׳איז ארויס פונעם באקס, דאן ׳בלייב׳ אין די סיסטעם און קוק אפילו נישט ארויס...!
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
איך וואלט נאך אלץ געזאגט אז נישט א יעדער איינער קומט אהער צו שרייבן און צו קאמענטן, ממילא איז עס א געוואלדיגע זאך ווען מ'געט א פרייע פלאטפארמע (אן קיין תנאים, מיין איך צו זאגן) צו קענען ווערן אויפגעקלערט און מ'הערט אלע צדדים אין א דיסקוסיע און נישט נאר די ערשטע ארטיקל. אין אנדערע ווערטער, קאווע שטיבל איז געגרינדעט געווארן אויסצושמועסן און צו באקומען אינפארמאציע וואס ס'איז נישט דא אויף אנדערע פלעצער.. א שטייגער ווי איי-וועלט, (און אז מ'רעדט שוין פון איי-וועלט, ווען זיי זאלן ווען האבן אזא פאלעסי, איז זייער מעגליך אז ס'וואלט נישט אנגעקומען צו דעם שטאפל וואס ס'איז היינט, און עס וואלט אפשר נאר געווען א פערטל די סייז), ממילא וואלט איך געבעטן דעם מנהל איבערצוטראכטן דעם שריט, אבער ווי געזאגט אין לנו על מי להשען אלא על מנהלינו, און ווי אזוי ער איז מחליט אזוי וועט זיין.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
עגרי.
ס'איז נישט נאר די גוט ווארט, ווי אזוי איך קוק עס אן איז אז ווען מענטשן זענען אין א שמועס, אויב ווילסטו מיט האלטן דארפסטו אנטייל נעמען.
ס'איז א געוויסע שחצנות אז דו ביסט נאר דא צו הערן און קיינמאל זיך נישט אנרופן.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
שכוח מנהל
עס איז נישט מער ווי גערעכט אז איינער וואס שרייבט נישט זאל פליען, א שמועס קען נישט אנגיין אויב איינער רעדט אין יעדער הערט
קאווע שטיבל איז נישט קיין שיעור עס איז א שטיבל....
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
קהל'ס נער #
איך וויס נישט ווי צי שרייבן, העמיר עס שרייבן דא, קאווע שטיבל איז א געשמאקע פלאטפארמע אבער ס׳מאנגעלט (אביסל, פחות משתות) אין שרייבערס, ווידער @אנאנים האט אסאך שרייבערס אבער ס׳מאנגלט לגמרי מיט א פלאטפארמע.
האמיר דא דעם קלאסישע בעל התל און בעל החריץ סיטואציע, איז אפשר והיו לבשר אחד, אז דער וועקער זאל אנהייבן ערשיינען טאקע דא אויף ק״ש, דער @אנאנים וועט עים געבן זיין אייגענע פארום ווי ער וועט פאוסטן זיינע און זיינע שרייבערס שריפטן. און אזוי וועט זיך עפענען נאך אשכולות צי דן זיין איבער די וועקער שרייבעריי.
עפעס זאג איך, ניין?
די כלל איז אז יעדע זאך וואס האט א שוויות און מ'ווערט נישט פאר דעם באצאלט וועט נישט אנהאלטן. מ'דארף אנהייבן רעדן פון מאכן א קאווע שטיבל פאנד. ס'וועט נישט קאווערן די רענט אדער מארגעטדזש, אבער אויסגענוצט וועט מען נישט פילן, האט מען א טשענס אז אונזער דור אקטיווע שרייבערס וועלן נאך אין 5 יאר ארום שרייבן דא... כ'האב א חלום וויאזוי מ'קען עס ברענגען לידי מעשה. אפשר וועל איך שפעטער מעסעדזשן די מנהל דערוועגן.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
נייס, on the whole שטים איך צו צו די לאגיק, פארט האט יעדע כלל א חוץ, ס'איז דא מענטשן וואס זענען אינטראווערטעד, ווייניגער סאושעל, און נישט יעדער פילט ווי זיי ווילן צוגעבן, ס'איז א נאטור פון א מענטש. איך בין שוין איינגעשריבן פון 2018 אבער כ'האב מיר אבער הערשט גענומען שרייבן אין 2020, איך האב מיך ערשט געוואלט באקענען מיט די פלאץ פאר איך נעם די שופר. אוודאי דארף מען רעדן ווען מ'קען, איך ברענג פשוט ארויס אז ס'איז דא עקזעמפשנס.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
האי פרושא #
שכוח מנהל
עס איז נישט מער ווי גערעכט אז איינער וואס שרייבט נישט זאל פליען, א שמועס קען נישט אנגיין אויב איינער רעדט אין יעדער הערט
קאווע שטיבל איז נישט קיין שיעור עס איז א שטיבל....
איז בעסער אז אלע איינגעשריבענע זאלן ארויסגעבן ליידיגע שטותים צו קענען בלייבען דא?
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
די קעפעלע #
האי פרושא #
שכוח מנהל
עס איז נישט מער ווי גערעכט אז איינער וואס שרייבט נישט זאל פליען, א שמועס קען נישט אנגיין אויב איינער רעדט אין יעדער הערט
קאווע שטיבל איז נישט קיין שיעור עס איז א שטיבל....
איז בעסער אז אלע איינגעשריבענע זאלן ארויסגעבן ליידיגע שטותים צו קענען בלייבען דא?
פרעגסט מיר? איך וואלט געמאכט אז מען דארף האבן א מינימום פון לייקס נאך אפאר חדשים, דאס וואלט עס ווען געמאכט פאר א עכטע קאווע שטיבל
אבער איך בין נישט מנהל!
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
עס וואלט ווארשיינליך געווען א תועלת אויב מען לייגט ארויס א ווארענונג פארדעם, אז "מיר גייען פארמעקן ניקים וואס גיבן גארנישט צו צום קרעמל." אדער קען גאר זיין אז פארקערט, מיט א ווארענונג וואלט מען נישט אויפגעטון דאס וואס מען צילט, ווייל די אלע וואלטן זיך אנגערופן עפעס מינדערוויכטיג און געבליבן שטיל פאר די קומענדיגע 6 מאנאטן. ויש לדון.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
אבער עס איז נישט גרינג אנצוקומען צו גענוג תגובות [פארשטייט זיך זאכליכע] ווען א שיינע חלק פון די זאפטיגע שמועסן זענען פארמאכט פאר דיר, וואס דארטן האסטו אסאך מער וואס צוצולייגן,
דאס קען זיין א שטיקל הסבר פארוואס מענטשען שרייבן תגובות סתם אין די וועלט, און עס איז אויך א סימן אויף די שטארקייט פון די פארום אז מען וויל שטארק קענען אנקומען דארט.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
שכח פארן זאגן פארדעם וועם מ'גייט פארמאכן.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
וואס מיינט א טראלל?
כ’פרעג ווייל לעצטענס איז דא א פרישער ניק, וואס האט איין ציל דא אין שטיבל, און ער איז בכלל נישט אינטערסירט און פירן נארמאלע געשפרעכן, זאגט אפ זיין ווילדע קלעים, לויפט אוועק, און קומט צירוק צוויי וואכן שפעטער מאכן נאך א ווילדע סטעיטמענט.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
איך פארשטיי די מושג, אבער די נייע צוגאנג פון פארמעקן איז אפשר אביסעל over the top. עס זענען פארהאן מעמבערס וואס קומען נישט אריין דא טעגליך און אפי' וועכנטלך, זענען זיי נישט בארעכטיגט צו זיין דא אן דארפן האבן א פרעשיר פון נוצן די פאר מינוט מיטן טרעפן עפעס צו שרייבן?
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
אנגעהויבן שרייבן אין א פערפעקטע צייט.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
ישר כוח פארן אויסקלארן. מיט גרויס אנטשולדיגונג, עס איז נישט געווען צו זאגן הערות אדער פארהאלטן, נאר צו פארשטיין די צוגאנג
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
אין שלום עליכם אשכול איז געשטאנען אזוי:
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים ביטע זייט מסביר אין צווי דריי ווערטער, ווי מ'זאגט, אן לומדות, פארוואס ניקס וואס שרייבן נישט דארפן אויסגעשפארט ווערן און נאכאמאל דארפן דורך גיין די איינשרייבן פראצעדור.
איר האט געשריבן אלע מיני חשבונות אז ניק'ס שרייבן נישט וכו' וכו',
אבער דא איז נישט קיין DMV ליין ווי מ'מאכט פורים פון די קאסטימערס. די לייענערס וואס זענען נישט קיין שרייבערס האבן זיך מענטשליך צוגעשטעלט און זיך אפיציעל איינגעשריבן. וואס וויל מען שוין ווייטער פון זיי? איז די פראבלעם אז זייער ספעשילטי איז נישט שרייבן און סאשעל גלעטעריי? ביג דיעל.
Imagine א ראש ישיבה לייגט א גרויסע שלאס אויף א ישיבה און ווארפט ארויס די בחורים וואס הערן אויס די שיעור אבער פרעגען נישט אריין. אז מען מאכט געלט פון א יעדע רעדזשיסטרעישאן מילא, אבער סתם משוגע מאכן?
נאך אלעס, ס'איז א פאבליק פארום, מיט'ן צול אנצוקומען צו מענטשן און שערען אינפאו. לאמיר נישט מאכן קיין גיהנום פון דעם געדאנק אז א יעדער
מוז קאנטריביוטן. ס'ארבעט נישט אזוי מיט אפענע פאבליק פארום וואס
שטרעבט צו זיין אפען און עקסעפטינג צו שטייגן און לעבן.
היש לך in the box גדול מזה?
___________________
נ.ב. נישט געשריבן חלילה לקנטר, נאר שיועילו חכמים בתקנתם, כבוד
@אנאנים במקומו עומדת, ותשואות חן חן לו.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
Ouch
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב ציטירט אייערע ווערטער אויף די לעצטע פאל, ווייל ס'איז נישט פראקטיש צו קוואוטען אלעס און שרייבן א גאנצע מגילה, איך זעה נאך נישט אז דאס זאל מעורר זיין "די געווענליכע פיטשור פון לקנטר". אויב יא, קען איך אויסמעקן די התנצלות.
כ'האב געזעהן אלע ענטפערס, הסברים, טענות. איך שרייב באופן כללי, אז מ'דארף פשוט זעהן די צד פון אלגעמיינע לייענערס וואס ווילן פשוט הנאה האבן צו בעסער מאכן זייער לעבען, ס'קומט נישט אריין קיין פשעטליך און מעסטעריי אויב יענער געבט צו אדער נישט, וכדומה. די פאונט איז נישט די ספעסיפיקס, ס'איז די עטיטוד.
מ'דארף זיין רעאליסטיש אז קאווע שטיבל איז נישט קיין ברענד נעים ביזנעס ווי די NYT אדער WSJ וואס קענען זיך ווארפן מיט לייענערס און סאבסקריפשאנס. ק"ש איז סך הכל א platform, ס'איז געמאכט צו אויף עפענען און נישט צו פארמאכן. דא האט מען א קלאסישע פאל פון
זה נהנה וזה לא חסר, ניטאמאל פארלאנגן איינצושרייבן כדי צו לייענען וואלט מען געדארפט, און אוודאי נישט זיך האלטן אין איין איינשרייבן.
אז דאס איז נישט simple enough, איז נישט. טוה ווי אַזוי איר פארשטייט.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
וואלווי: מיט דעים ביסטו נישט גערעכט . (במחכת"ה). ווייל ס'קאסט צייט, געלט און כח אויפצוהאלטן א וועבסייט ווי קאווע שטיבל. און מענטשן וואס ווילן נאר "אריינשמעקן" איינמאל אין א יובל צו זעהן און הערן נייעס קענען טרעפן א סאך אנדערע פלעצער פאר דעים.
די געדאנק און איינהייטליכקייט (יוניעקנעס) פון קאווע שטיבל איז אז ס'איז דא א פלאץ וואו א יעדער קען קומען הערן, שמועסן און זיך אדורכרעדן איבער סיי וואספארא סאבדזשעקט ס'אינטרעסירט איהם. אדער עפעס וואס דרוקט איהם אויפ'ן הארץ.
ממילא איז עס נישט קיין איינזייטיגער "דיעל". ס'איז א מין "שותפות". און די וועלכע זענען נהנה פון דעים שותפות דארפן זיך א ביסל "צו שטעללן"...!
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
אויב מעג איך אריינלערנען פשט אין די ווערטער פונעם מנהל, טאקע צוליב די אפנקייט פון קאווע שטיבל איז נישט קיין טובה פאר מענטשן וואס זענען נישט בדיעה אחת מיט אונז צו האבן די מעגליכקייט זיך צו דרייען דא און פרובירן דערשמעקן זאכן, צוליב דעם דארף מען דייקא זיין אקטיוו זיך צו קענען דא דרייען
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
אבער פון די אנדערע זייט טייערע מנהל איז דא דא אן עטיטוד אנטקעיגן זיך באדאנקן מען זאגט דאך אז וועגן דעם איז דא דעם לייק קנעפל נישט אזוי?
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
כ'מיין אז נקודה צוויי פונעם @אנאנים דערקענט זיך שוין, ס'טוהט זיך מער אין שטיבל ב"ה.
כ'געדענק ווי פריילעך כ'בין געוועהן מיט די מנהל'ס ערשטע מעלדונג איבער די 951 ניק'ס.
מיין האפענונג איז, ס'זאל נישט בלייבען ביי צוויי תגובות א יאהר, נאר די אייז זאל זיך ברעכן. כ'געדענק ווי שטארק מיינע הענט האבן געציטערט ביי מיינע ערשטע פאר תגובות. און עד היום הזה ליין איך אמאל איבער א לענגערע תגובה אסאך מאל. אונז קענען טאקע פאוקעסן אויף נייע ניקים וואס שרייבן מענטשליך און צום זאך זיי צו מקרב זיין.
שכח וואלווי און מנהל פארן געבן א ברייטערע פערספעקטיוו אויף ביידע זייטן פון די מטבע.
איי געס ס׳איז אביסל אזוי ווי די מחלוקת צווישן רבן גמליאל און ראב״ע בברכות כח. צי כל מי שאין תוכו כברו לא יכנס ע״ש. לויט @אנאנים טאמער קען נישט ארויסקומען עפעס פונעם תוכו אינעם מענטש לברו, דאן לא יכנס כלל… 🙂
(הגם אז פון די גמרא גופא איז משמע אז ראב״ע איז גערעכט, איז אבער משמע ביו״ד סימן רמו סעיף ז אז למעשה פסק׳נט מען ווי רבן גמליאל, אדער עכ״פ א השוואה פון זיי ביידע ע״ש. ועיין בב״י שם וברע״ב באבות א א אז בסתם איז מען יא מכנס דלא כר״ג.)
אז מ׳נעמט די צאל אותיות פון ״גמליאל מנהל״ און מ׳לייגט דאס צו צום גימטריא פון ״גמליאל״ מיט׳ן כולל, איז עס עולה ״מנהל״…
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
באמת קען זיין אז ראב”ע האלט אויך אז עס דארף זיין תוכו כברו, נאר ער האלט אז מען קען עס נאכנישט וויסן ווען די תלמיד איז נאכנישט אין ביהמ”ד. מען דארף אים געבן א שאנס אנצוקומען צו די מדריגה פון תוכו כברו. אבער איינמאל ער איז שוין דארט פאר א המשך זמן און ער איז נישט אנגעקומען צו תוכו כברו, קען זיין אז ער האלט אויך אז זיין פלאץ איז נישט אין ביהמ”ד.
והנמשל לענינו מובן מאליו. והמנהל א”ש לכו”ע.
ריכטיג. ווי צוגעצייכענט איז די לשון המחבר ביו״ד סימן רמו סעיף ז:
אין מלמדין תורה לתלמיד שאינו הגון אלא מחזירין אותו למוטב ומנהיגין אותו בדרך ישרה ובודקין אותו ואח"כ מכניסין אותו לבית המדרש ומלמדין אותו.
דאס איז באזירט אויף וואס דער טור דארט ברענגט אראפ פונעם רמב״ם בהל׳ תלמוד תורה (פ״ד ה״א):
אין מלמדין דברי תורה אלא לתלמיד הגון נאה במעשיו או לתם. אבל היה הולך בדרך לא טובה, מחזירין אותו למוטב ומנהיגין אותו בדרך ישרה ובודקין אותו, ואחר כך מכניסים אותו לבית המדרש ומלמדים אותו. אמרו חכמים (חולין קלג.) (אמר רב יהודה אמר רב כל השונה לתלמיד שאינו הגון נופל בגיהנם שנאמר (איוב כ כו) כל חושך טמון לצפוניו תאכלהו אש לא נופח ירע שריד באהלו ואין שריד אלא ת"ח שנאמר (יואל ג ה) ובשרידים אשר ה' קורא אמר רבי זירא אמר רב) כל השונה לתלמיד שאינו הגון כאילו זורק אבן למרקוליס, שנאמר (משלי כו ה) כצרור אבן במרגמה כן נותן לכסיל כבוד, ואין כבוד אלא תורה שנאמר (שם ג לה) כבוד חכמים ינחלו.
אין אנדערע ווערטער, מ׳דארף משווה זיין די מימרות בחולין, וועלכע זאגן אז מ׳זאל נישט שונה זיין לתלמיד שאינו הגון, מיט שיטת ראב״ע בברכות פון וועלכע ס׳איז לכאורה משמע אז ס׳איז נישטא די חשש. און דערפאר זאגט דארט דער ב״י אויפ׳ן טור איך האב צוגעברענגט:
ומ"ש אין מלמדין וכו' או לתם פירוש שאין ברור לנו אם הוא טוב, ולמד כן מדאמרינן בפרק תפלת השחר שהיה ר"ג מכריז כל ת"ת שאין תוכו כברו אל יכנס לבית המדרש ואסיקנא התם שלא הסכימו על ידו.
מיינענדיג, אז מחלוקת ר״ג וראב״ע איז ב(ס)תם - דעמאלטס זאל מען אריינלאזן כשיטת ראב״ע. אבער אז מ׳זעהט שוין אז ס׳טויג בהדיא נישט מיט אים, דעמאלטס זענען נוגע די מימרות פון רב צו וועלכע ראב״ע איז אויך מסכים.
איי געס אין די קאנטעקסט נעמט מען אָן אז ״(ס)תם״ מיינט אין אָנהויב ווען מ׳שרייבט זיך איין. אבער טאמער איז נישטא שפעטער קיין דוקא ״עשה טוב״, ווערט ער שוין גערעכענט ווי ״אינו הגון״.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
וואס ס'איז מיך אינטערסאנט איז אזעלכע ניקס וואס דרייען זיך דא שוין יארן אבער זענען מקפיד נישט לייקן. מחניים קען שרייבן א מעשה-ביכל איבער ''די געליימטע ניקס'' א מיסטעריעזע ערשיינונג פון ניקס וואס דרייען זיך צווישן מענטשן נישט נאר 'שטום' זיי רעדן נישט קיין ווארט און לאזן נישט קיין פיפס נאר קענען אויך נישט רוקן זייערע הענט צו שענקן א לייק אפי' בטעות מיט די עלנבויגן
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
ס'דערשרעקט מיך. כ'האב אינוועסטעט אזוי פיהל כוחות דא און אלע מיינע ווערק קען פארשווינדען ווערן? דעם פלאץ האט מיך געפענט די אויגן אין אזוי פיהל הינזיכטן!!!
אשר ע"כ. אויב משום איזה סיבה וועט קאווע שטיבל זיין צו א גרויסע לאסט,
ממון. בינעך מוכן ומזומן צו שאפן די פאנד'ס בעז"ה.
כוחות. די עולם קען אריין וואוטן א טראסטבארע ניק אויף צו העלפן די מנהל.
(כמובא בתקנות השטיבל:
א) מנהלים קולטור – אין "קאווע שטיבל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פאראן קיין "עליטע שרייבער" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קאווע שטיבל" איז יעדער שרייבער און לייענער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם. עווענטועל האט יעדער שרייבער די פאטענציאל צו ווערן א מנהל לויט דעם ווילן פון דעם ציבור. עכ"ל)
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
לענ"ד, איך פארשטיי דער @אנאנים אין זיין פרוסטרירונג איבער די שטילשווייגעניש וכו'.
נאר איין הערה'לע: ליינענדיג אסאך אייוועלט - מער פאר די 'פאפולער נושאים' - איז דא די איין זאך וואס שטערט מיר דארט, דאס איז די פאקט אז יעדע שמויגער ווארפט אריין זיינע צוויי צענט, און גאנצעטע בלעטער ווערן אנגעמויזעכסט מיט יישר כח'ס, סתם נארישע הערות, און ווער רעדט נאך פון די 'ציטירן על גבי ציטירן' וואס קען זיין ענדלאז ביז מ'דערזעט זיך מיט עפעס א שטיקל תוכן'דל, אליבא דאמת איז דאס אליין דאס וואס דרייווט די גרויסע עולם דארט - טאקע ווייל מ'קען שרייבן וואס מ'וויל (כל זמן עס גרעניצט נישט...) אן ווערן פאשריגן אלס פאלנער טיפש אין בעסטן פאל.
דא אין שטיבל פיל איך איז די אטמאספערע אסאך זויבערע און מער מסודר, טאקע ווייל כמעט יעדע תגובה האט א באזינדערע קנייטש צו זיך און קומט נישט סתם ווארפן שכוח'ס אדער בעטן אטענטשאן, וד"ל.
שרייבענדיג ארטיקלען - קען איך ענדערש באשטיין די איינצעלנע זאכליכע תגובות ווי אנגעפירקעלטע בלעטער מיט הכרת הטוב'ס...
איך פארשטיי אויך די טענה אז זיי מוזן נישט זיין איינגעשריבן, אבער מיט מיין קליינע שכל זע איך נישט פונקטליך וואס עס קאסט אז מער מענטשן זאלן הנאה האבן פון די גאנצע חומר - ואדרבה נאר די טאלאנטפולע אדער זאכליכע זאלן שרייבן (- ווער עס וויל זיך האלטן פאר איינס איז מכובד..)
איך האף אז דער @אנאנים שלעפט זיך נישט פיזיש ארום מיט די אלע ניקס אויפן פלייצע און זוכט פשוט אפצולאדענען די אומוויכטיגע פון צווישן זיי...
אויב איך פארזע עפעס ביטע פארשטיין געבן.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
שעפטאל #
[ציטאט אראפגענומען]
ס'דערשרעקט מיך. כ'האב אינוועסטעט אזוי פיהל כוחות דא און אלע מיינע ווערק קען פארשווינדען ווערן? דעם פלאץ האט מיך געפענט די אויגן אין אזוי פיהל הינזיכטן!!!
אשר ע"כ. אויב משום איזה סיבה וועט קאווע שטיבל זיין צו א גרויסע לאסט,
ממון. בינעך מוכן ומזומן צו שאפן די פאנד'ס בעז"ה.
כוחות. די עולם קען אריין וואוטן א טראסטבארע ניק אויף צו העלפן די מנהל.
(כמובא בתקנות השטיבל:
א) מנהלים קולטור – אין "קאווע שטיבל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פאראן קיין "עליטע שרייבער" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קאווע שטיבל" איז יעדער שרייבער און לייענער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם. עווענטועל האט יעדער שרייבער די פאטענציאל צו ווערן א מנהל לויט דעם ווילן פון דעם ציבור. עכ"ל)
שעפטאל: איך בין זיכער אז ס'עקזיסטירט (עפעס) א (פעדעראלע) רעגירונגס פראגראם וועלכע טוט ערמעגליכן פאר "אונטערדריקטע" מינאריטעטן אויסצודריקן זייער מיינונג אויף אן אומבאשטרייטבארן וועג.
מ'דארף נאר האבן די ריכטיגע קאנעקשנס. און געלט וועט (בעז"ה) נישט זיין קיין פראבלעים...!
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
berlbalaguleh #
שעפטאל #
[ציטאט אראפגענומען]
ס'דערשרעקט מיך. כ'האב אינוועסטעט אזוי פיהל כוחות דא און אלע מיינע ווערק קען פארשווינדען ווערן? דעם פלאץ האט מיך געפענט די אויגן אין אזוי פיהל הינזיכטן!!!
אשר ע"כ. אויב משום איזה סיבה וועט קאווע שטיבל זיין צו א גרויסע לאסט,
ממון. בינעך מוכן ומזומן צו שאפן די פאנד'ס בעז"ה.
כוחות. די עולם קען אריין וואוטן א טראסטבארע ניק אויף צו העלפן די מנהל.
(כמובא בתקנות השטיבל:
א) מנהלים קולטור – אין "קאווע שטיבל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פאראן קיין "עליטע שרייבער" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קאווע שטיבל" איז יעדער שרייבער און לייענער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם. עווענטועל האט יעדער שרייבער די פאטענציאל צו ווערן א מנהל לויט דעם ווילן פון דעם ציבור. עכ"ל)
שעפטאל: איך בין זיכער אז ס'עקזיסטירט (עפעס) א (פעדעראלע) רעגירונגס פראגראם וועלכע טוט ערמעגליכן פאר "אונטערדריקטע" מינאריטעטן אויסצודריקן זייער מיינונג אויף אן אומבאשטרייטבארן וועג.
מ'דארף נאר האבן די ריכטיגע קאנעקשנס. און געלט וועט (בעז"ה) נישט זיין קיין פראבלעים...!
ווי למשל NPR ובדומה לו
איך מיין דאס פארקערטע הייבט אן צו געשען דא. מיך זעהט אויס אז די נייע פאליסיס האבן אריין געברענגט אן איינפלוס פון נייע שרייבערס און די ווינט הייבט אן צו פארן אויף רעכטס און עס הייבט אן ווערן מקוים דא די "ככל הגוים (אייוועלט) בית ק"ש", דארף מען נאר זעהן אז די וותיקים זאלן אביסעל מער ציען קאווע שטיבעל צוריק אויף לינקס. דאס פלאטפארמע זאל נישט פארלירן איהר אלטע צורה.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
איך פאלג
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין נישט זיכער אז דאס איז אזא גוטע איידיע.
אויב נאר איינגעשריבענע קענען ליינען, קומט אויס אז דער שטיבל ווערט פארשפארט פאר נאך 218 ניקס.
מדרך העולם, אז צווישן יעדע X ליינערס ווילן X פראצענט שרייבן עפעס.
אויב די ליינערס ווערן ווייניגער וועט בהכרח די שרייבערס אויך ווייניגער ווערן.
דער פלאץ וועט זיין אן עקסלוסיוו פלאץ פון ווייניג שרייבערס, ממילא ווייניג אינפארמאציע, ממילא ווייניג אינטערעסע, ממילא ווייניגער איינגעשריבענע ניקים.
אדרבה, לאז נישט שרייבעדיגע ניקים אויך, וועט די פלאץ וואקסן.
אייוועלטס הצלחה איז זייער סייז.
אבער, איך בין נישט קיין מנהל...
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
איך ווייס נישט אויב ס'איז נוגע. אבער מיט אזעלכע הלכות וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אפי' צו פרובירן צו שרייבן. מיין ניק איז געווען אפען פאר אפאר יאר (ווען מ'האט נאכנישט געדארפט בכלל קיין ניק צו זיין דא) פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן. לעניית דעתי הקצרה זענען אלע די פרישע שריט קאנטער פראדוקטיוו און ס'טוהט אסאך שאדן.
מיר האבן געליינט און פארשטאנען אלע הסברים און תירוצים, נאכ'ן גוט פארשטיין זענען מיר זיך שטארק חולק. און מיר קומען נישט מיט קיין נייע סיבות, אנדערע האבן שוין אויך שיין מסביר געווען די אנדערע צד.
אויך זענען דא אסאך ניקס דא וואס האבן מערערע נעמען מיט אידענטיטעטן געוואנדן לויט די אומשטענדן. און מיט פארמאכן און אוועקנעמען די מעגליכקייטן שאדט עס שטארק פאר די פלאץ.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
קורקלענד #
איך ווייס נישט אויב ס'איז נוגע. אבער מיט אזעלכע הלכות וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אפי' צו פרובירן צו שרייבן. מיין ניק איז געווען אפען פאר אפאר יאר (ווען מ'האט נאכנישט געדארפט בכלל קיין ניק צו זיין דא) פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן.
וואס מיינסטו צו זאגן?
איך זעה אז די האסט זיך רעגיסטרירט מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
און די ערשטע מאל געשריבן מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:52 pm
ווייניגער ווי דריי וואכן שפעטער
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
סאו איך זע אז מ'מוז שרייבן, אקעי סאו איך שרייב.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
ששון ושמחה #
קורקלענד #
איך ווייס נישט אויב ס'איז נוגע. אבער מיט אזעלכע הלכות וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אפי' צו פרובירן צו שרייבן. מיין ניק איז געווען אפען פאר אפאר יאר (ווען מ'האט נאכנישט געדארפט בכלל קיין ניק צו זיין דא) פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן.
וואס מיינסטו צו זאגן?
איך זעה אז די האסט זיך רעגיסטרירט מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
און די ערשטע מאל געשריבן מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:52 pm
ווייניגער ווי דריי וואכן שפעטער
איך האב געשריבן געציילטע הודעות די ערשטע חודש. און דערנאך איינגענומען א שטיל שווייגעניש פאר אפאר יאר.
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
טייערע ברידער'ס וואס מאכן דעם ווערטל "אקעי, כ'פאלג, כ'שרייב"
פליז טוהט'ס עס נישט.
ס'נישט ישיבה קטנה מיט א שלעכטע מנהל וואס מ'דארף זיך צוזאם נעמען אין די האלוועי און שרייען.
ס'נישט א פייט מיט טיעם'ס, ווי איינער געווינט דעם צווייטען.
אדרבה. די ניקים וואס שרייבן זייער חות דעת (און דעי וואס שרייבן עס נישט) האבן אזוי ליב דעם שטיבל, זיי ווילן נישט שרייבן קריטיק. קיינער זיכט נישט אויס צו שעפן די מנהל'ס כוחות. זיי ווילן זיין זיכער אז דעם שריט פון אויסשפארן וועט האבן דעם פאזיטיוו'ן אפעקט און נישט פארקערט.
אדער עכ"פ וויסן וואס איז פּלען בּי אויב מ'וועט זעהן אז ס'מאכט שאדן.
דעט'ס אלל.
ווייל א ניק וואס שרייבט אסאך פיהלט קאננעקטעד מיטן שטיבל, ס'איז אונזער שטיבל, ער איז משליך דעם עגא אין א זייט צו שרייבן קריטיק ווען ס'גייט בנפשו, ווייל זיין איינציגסטע סיבה איז "די הצלחה און עתיד פונעם שטיבל".
בקיצור: די פאן, פאליטיק, מחלוקת, איז אין בחצרות און נטורי קרתא אשכולות. ביטע ווארפט'ס דארטן אריין הייסע חסידישע ווארע להחיות בהם נפש כל חי.
א דאנק!
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
שעפטי,
אלל און קאננעקטעד קומט פון בערעל-בעל-עגלה'ס ווערטער-בוך
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
גאר נייגעריג #
סאו איך זע אז מ'מוז שרייבן, אקעי סאו איך שרייב.
נו. וואס שרייבסטו? לאמיר הערן...!. מיט אזעלכע וועלט אויפשאקלענדע מאמרים וועט זיך דיין קאליר און סטאטוס (ח"ו) נישט טוישן.