☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16697
בלאט: 1 2

פארהער » מאנטאג יאנואר 8, 2024 12:02 am

· #543995
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
איך וויל שרייבען איך האב נישט וואס

עמרם » מאנטאג יאנואר 8, 2024 1:12 am

· #544003
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
פארהער #
איך וויל שרייבען איך האב נישט וואס
לויט ווי איך פארשטיי האסטו באמת הנאה דא, עכ''פ פון געוויסע זאכן וואס די קענסט דא ליינען און נישט ערגעץ אנדערש,
ווען די ליינסט אט די זאכן און עפעס איז נאך נישט קלאר , שעם דיך נישט און געבן א פרעג, און אויב אלעס איז קריסטאל קלאר דערמאלטס איז דאך פשט אז איינער האט באמת געמאכט א שלימות'דיגע ענין, וואס דו האסט שטארק הנאה געהאט, געב אים א קאמפלימענט
(געווענליך זאכן וואס מ'איז אינטערעסירט און איינער שרייבט פון דעם, איז דא עפעס וואס מ'קען מוסיף זיין)

חובב קאווע » מאנטאג יאנואר 8, 2024 3:27 am

· #544007
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
שעפטאל #
כ'מיין אז נקודה צוויי פונעם @אנאנים דערקענט זיך שוין, ס'טוהט זיך מער אין שטיבל ב"ה.
כ'געדענק ווי פריילעך כ'בין געוועהן מיט די מנהל'ס ערשטע מעלדונג איבער די 951 ניק'ס.

מיין האפענונג איז, ס'זאל נישט בלייבען ביי צוויי תגובות א יאהר, נאר די אייז זאל זיך ברעכן. כ'געדענק ווי שטארק מיינע הענט האבן געציטערט ביי מיינע ערשטע פאר תגובות. און עד היום הזה ליין איך אמאל איבער א לענגערע תגובה אסאך מאל. אונז קענען טאקע פאוקעסן אויף נייע ניקים וואס שרייבן מענטשליך און צום זאך זיי צו מקרב זיין.

שכח וואלווי און מנהל פארן געבן א ברייטערע פערספעקטיוו אויף ביידע זייטן פון די מטבע.

אלס איינער וואס איז מלא 'קאמפלעקס', האב איך גאר שטארק הנאה פון די תגובה..

יישר כח שעפטאל!

שעפטאל » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:21 pm

· #547374
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
ואתכם הסליחה למען תִּוָרֵא..

וכתוב לחיים טובים..

לאכעדיג » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:34 pm

· #547376
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
אונזער מנהל מאכט א פיינעם ארבעט.
א כבוד פאר קאווע שטיבל!

KEEP IT UP

כספי » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:14 am

· #548979
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
לאכעדיג #
אונזער מנהל מאכט א פיינעם ארבעט.
א כבוד פאר קאווע שטיבל!

KEEP IT UP
יא, נאך אלע מעשיות מיין איך אז מ'זעט קלאר אז די ארבעט פונעם מנהל צאלט זיך אויס, און קאווע שטיבל לעבט אויף אלע באקן ווי @טאמבל סאס און @שעפטאל האבן שוין עדות געזאגט
כה לחי!

רבי טוביה » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:27 am

· #548982
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
לאכעדיג #
אונזער מנהל מאכט א פיינעם ארבעט.
א כבוד פאר קאווע שטיבל!

KEEP IT UP
אבער עס בענגט אויך א לחץ צו מוזן שרייבן תגובות אפילו ווען מען האט נישט עפעס מערקוועדיג צו צולייגען

רבי טוביה » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:27 am

· #548983
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
למשל די תגובה...

berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 9, 2024 11:47 am

· #548995
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
ר' טוביה: דו דארפסט אנקוקן דאס לעבן א ביסל מיט א הומאריסטישן בליק. וועסטו (כמעט) אייביג האבן וואס צו זאגן...!

דו טראכטסט אז איך וואלט געהאלטן אזוי ווייט אין מספר פון תגובות וואו איך האלט (ב"ה). ווען איך וואלט צוגעגאנגען צו קאווע שטיבל ווי (להבדיל) א שטיקל גמרא...!

נפרייליכע מענטש » פרייטאג פעברואר 16, 2024 10:59 am

· #549946
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
רבי טוביה #
למשל די תגובה...
טאקע, אבער וואס קען מען טוהן.
דאס איז לעבן. 🙂

אלבערט איינשטיין » פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:01 pm

· #549959
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
ווען רעדיט וואלט געארבעט די זעלבע וועג וויאזוי קאווע שטיבל ארבעט (מיט די נייע קאפעריזן) וואלט שוין רעדיט געוועהן לאנג פארמאכט.
גערעכט געוויסע סאציאלע מידיע און פאורם אין אלגעמיין האבן געוויסע באגרעניצן אויף חברה וואס סיינען זיך נישט אויף. דאס איז ווייל זיי וויילן זאלסט האבן אביסל מער געפיל צום פלאטפארמע. ווי אויך דיין אימעיל אדרעס צו קענען שיקן פראמוטשענס.
אבער עס איז נישטא קיין איין וועבזייטל וואס לייגט פרעשור אויף די ארייגעשריבענע צו שרייבן און געבן קאנטענט. ווען יוי טוב פארמאכט מיין אקאונט נאך נישט לייגן קיין איין אנצעלע ווידיא נאך דריי יאר. וואלט יוי טוב שוין געוועהן פארמאכט. ווען הרב הנגיב זוקסעמבערג שליט״א פון מעטעווערס כאפט א פאנאריע איין טאג און איז מחליט אז די פעיסבוקס און אינסטגרעם אקאונטס וואס קוקן נאר יענעמס שטאף און שרייבן נישט צו פארמאכן זייער אקאונטס. וואלט די זייערע שעירס גלייך געפאלן און געבליבן אויפן וועג אראפ. רוב מענטשן זענען לאמיר זאגן 95 פערצענט די וואס ליינען און קוקן ווידיאס . (נומערס נישט פונקטליך ווייל איך בין נישט קיין סטאטיקער מיט גלעזער אויפן אויסגעקראכענע שיינעדיגע קאפ)
די איבריגע פינעף פערצענט זענען די שרייבערס און דאס איז וויאזוי פאורמס און סאציאלע מידיע ארבעט.
דעריבער אויב דו ווילסט אז קאווע שטיבל זאל וואקסן זאלסטו פאוקסן אויף אנדערע זאכן. נאך אויף איין זאך נישט מאכן שווערע צוטריט צו דעם.
זאג נישט אז קאמענטן זענען א באונעס. ווייל די פאקט איז א 90 פעצענט אויף די קוואליעט און חומר פון קאווע שטיבל ליגט אין קאמענטס.
די איינציגסטע וועג וויאזוי צו מאכן קאווע שטיבל וואקסן איז צו מאכן גרינגער צו אריין שרייבן און לאזן מענטשן ליינען
לייגן פרעשור צו שרייבן וועט נישט העלפן הייבן די קוואלעטיט אויף די פאורם.
עס קען זיין אז געלט איז א פראבלעם. וואלט איך גע׳עצהט צו לייגן גוגל עדס. און אויב שייך צו לייגן א פרימיום סובקריבשן צו קענען זעהן אנע עדס. איך וואלט גע׳עצט בכלל אז מער חברה זאלן האבן צוטריט צו מאחורי אז אויב ביסט נישט פון די מענטשן וואס קענען נאכקומען די שרייבן פיר הונדעריט תגובות זאל כאטש זיין א סובקריבשן פאר זיי. לאמיר זאגן 10 דאלער א חודש צו האבן צוטריט צו מאחורי. (נישט חס ושלום בעטן געלט פאר קאווע שטיהל אין אלגעמיין)
ווייל פרעשורן מענטשן צו שרייבן וועט נישט מאכן בעסערע קוואלעטי

אסטיון » מוצ"ש פעברואר 17, 2024 9:02 pm

· #550006
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
יוי טוב מאכט געלט יעדע מאל איינער קוקט א ווידאו פין די עדס אין מעטעווערס ארבעט אויך אזוי אין וועגן דעם מאכן זיי נישט צי קיין אקאונטס ווייל יעדע אקאונט איז עפעס וואס קען זיי עווענטשעלי ברענגען געלט און חוץ פין דעם ווי מער אקאונטס זיי האבן א פילע וואס זענען נישט אקטיוו ברענגט עס ארויף זייער ווערט משא"כ קאווע שטיבל. איך גלייב נישט אז מ'קען מאכן צי סאך פון גוגל עדס פון אזא פורם. איך האב אויך נישט ליב די גאנצע זאך אז מ'מיז שרייבן און אז נישט פארלירט מען די רעכט צו ליינען קאווע שטיבל אבער למעשה קוק ווי קאווע שטיבל האט אויפגעלעבט זייט די נייע תקנות איך מיין ס'לוינט זיך

סוף טוב הכל טוב » מוצ"ש פעברואר 17, 2024 9:06 pm

· #550007
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
אלטערנאטיוו איז צו האבן דא עדס וועלכע זאלן אויסשטעכן דיינע אויגן. איך בין מסכים צו שרייבן אביסל אנשטאט..

מרדכי מרדכי » זונטאג פעברואר 25, 2024 8:11 pm

· #551272
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
מר. אלברט איינשטיין בעצם ביסטו גערעכט, אבער נעם אין געדאנק אז קאווע שטיבל האט נישט זיינס גלייכן אין די פרעשור וואס געוויסע קענען באקומען אויב ווערט מען געוואר פון זייער אידענטיטעט.

מילך טראק » דינסטאג אפריל 2, 2024 4:46 am

· #557239
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
איך גיי אריין אין א פרעמדע שוהל זיך זעה אין די קאווע שטיבל איז דא א סיין נאר נעמען קאווע אויב שמועסט מיט !! איך וואלט מסתמא נישט גענומען קיין קאווע דארט.
איך וואלט גלייך אריין געגאנגען אין פאליש (ווען ס'איז ווען יא אפען)
איך טראכט הויעך צו ווען איינער וויל רעגיסטרירן צום קאווע שטיבל און זעהט דעיס צו ער טראכט נישט אקעי ס'איז נישט געמאכט פאר מיר איך גיי מיך ווייטער.

גאר נייגעריג » דינסטאג אפריל 2, 2024 3:45 pm

· #557293
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
נאכן אויסטוהן די בלויע שילד איז מען שוין מובטח?

קהל'ס נער » דינסטאג אפריל 2, 2024 3:46 pm

· #557294
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
גאר נייגעריג #
נאכן אויסטוהן די בלויע שילד איז מען שוין מובטח?
אשרי אדם מפחד תמיד

מופת הדור » דינסטאג אפריל 2, 2024 10:01 pm

· #557364
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
גאר נייגעריג #
נאכן אויסטוהן די בלויע שילד איז מען שוין מובטח?
דערמאנט אביסל פון רב קופלמן ז"ל, פלעגט אלס זאגן פאר בחורים זייערע ערשטע זמן און לוצערן "ביזט אויף פראבע"......

רעבמאטעס » מיטוואך אפריל 3, 2024 12:18 pm

· #557426
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
דא בלייבט מען אייביג אויף פראבע...

היום » מיטוואך אפריל 3, 2024 1:07 pm

· #557432
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
מילך טראק #
איך גיי אריין אין א פרעמדע שוהל זיך זעה אין די קאווע שטיבל איז דא א סיין נאר נעמען קאווע אויב שמועסט מיט !! איך וואלט מסתמא נישט גענומען קיין קאווע דארט.
איך וואלט גלייך אריין געגאנגען אין פאליש (ווען ס'איז ווען יא אפען)
איך טראכט הויעך צו ווען איינער וויל רעגיסטרירן צום קאווע שטיבל און זעהט דעיס צו ער טראכט נישט אקעי ס'איז נישט געמאכט פאר מיר איך גיי מיך ווייטער.
אין המשל דומה לנמשל,
צוויי זאכן.

1) דא איז נישט קיין קאווע שטיבל פון קיין שוהל, סאיז אפשר מער גלייך צו א קאווע שטיבל אין א קלאב… אדער עפעס ענדליך…
2) ווען די ביסט נאך ניי און פרעמד האט דיר קיינער נישט געשטופט צו זיך אנרופן, מען פאדערט נישט פון קיין נייע צו אנהייבן רעדן לאנגע דרשות תיכף ומיד.
נאר וואס יא, פראביר כאטש זיך צו היימיש מאכן דא, קוק זיך אום קודם, רוף זיך צוביסלעך אהן עפעס קורץ, און דאן מיט די צייט ווערט מען היימיש, און מער רעדט שוין נאטורלעך, איינער מער איינער ווייניגער, לאנג, קורץ, היציג, ראהיג, יעדער ווי זיין נאטור…

פתחו לי » מיטוואך אפריל 3, 2024 1:37 pm

· #557436
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
אז איך האב ממש גארנישט וואס, צו צולייגן צום שמועס, גארנישט וואס אנדערע קענען נהנה זיין, דארף איך נאכאלץ שרייבן?
קענסט דעם קרעמל, ווי דער יקיל רופט זיך אהן, סתם אזוי אז מ'זאל מיינען ער זאגט עפעס?


ווען איך וועל האבן וואס צו זאגן, וועל איך עס שוין אויסשרייען הויך, אז מ'וועט שוין הערן אין אלע גאסן.
ווילאנג מיינע דעות זענען נישט גענוג אינטרעסאנט, לאז מיר נישט דארפן שרייבן, אזוי וועלן די ליינער זיך ווייניגער דארפן זיך רעגן.

Imho

היום » מיטוואך אפריל 3, 2024 1:48 pm

· #557438
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
פתחו לי #
אז איך האב ממש גארנישט וואס, צו צולייגן צום שמועס, גארנישט וואס אנדערע קענען נהנה זיין, דארף איך נאכאלץ שרייבן?
קענסט דעם קרעמל, ווי דער יקיל רופט זיך אהן, סתם אזוי אז מ'זאל מיינען ער זאגט עפעס?


ווען איך וועל האבן וואס צו זאגן, וועל איך עס שוין אויסשרייען הויך, אז מ'וועט שוין הערן אין אלע גאסן.
ווילאנג מיינע דעות זענען נישט גענוג אינטרעסאנט, לאז מיר נישט דארפן שרייבן, אזוי וועלן די ליינער זיך ווייניגער דארפן זיך רעגן.

Imho
די זאגסט דאך אזוי גוט…
אונז קענען ניצן מער פון אזעלעכע דעות…

למעשה, סאיז דא אזויפיל מער צו שרייבן ווי דעות,
נישט יעדער אין א קרעמעל זאגט דעות…

סקעפטיקער » מיטוואך אפריל 3, 2024 1:48 pm

· #557439
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
@פתחו לי זאגטס דאך זייער גוט, זיי ממשיך אין די ריכטונג וועסטו זיין אקעי

קל לזכור » דינסטאג אפריל 16, 2024 12:07 am

· #559290
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
עס אעז געווארן דא א פלאץ ווי אלע פארומס ווי מען טענהעט זיך ארום אבי אין די וועלט אריין. קאווע שטיבל האט פארלוירן די הויכע קאליבער מחשבהדיגע שריייבעריי.

אפטימיסטיש » דינסטאג אפריל 16, 2024 12:25 am

· #559291
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
קל לזכור #
עס אעז געווארן דא א פלאץ ווי אלע פארומס ווי מען טענהעט זיך ארום אבי אין די וועלט אריין. קאווע שטיבל האט פארלוירן די הויכע קאליבער מחשבהדיגע שריייבעריי.
עד שבא קל לזכור והחזיר עטרה ליושנה...

דו טוסט דאך אצינד די זעלבע זאך... גיי זעץ זיך שרייבן הויכע קאליבער געשרייבעריי, וועט זיין וואס צו ליינען...

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 8, 2024 12:59 am

· #561252
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
זיך איינשרייבן איז נישט קיין קונץ. "שרייבן" און קאמענטירן איז דער תכלית. 😞

ישר בעיניו » מאנטאג יוני 17, 2024 4:46 am

· #565152
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.

וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה

yesiknow » מאנטאג יוני 17, 2024 8:49 am

· #565165
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
האי עבאיט האסט א ארגענעזעישאן ווי אפאר שנה ראשוניקעס קומען דארט יעדען טאג באט חוץ טרינקען קאווע מילעך צוקער טיען זיי כמעט גארנישט וואלסטו זיי אויך געהאלטען אדער געשיקט לופטערען just food for tought.

איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער די עצם אוסשפארען צושפארען .

היימלינד » מאנטאג יוני 17, 2024 11:33 am

· #565180
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
ישר בעיניו #
איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.

וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
האסט געליינט די תקנות פארן פרעגען?

אויב דיין קשיא איז אויף די תקנה דאן פרעג דארט נישט דא
עס איז זייער קלאר געשריבען געווארען דארט די סיבות.

פאריעריגע שניי » מאנטאג יוני 17, 2024 11:45 am

· #565182
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
ישר בעיניו #
איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.

וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
ביסט לכוארה גערעכט

פרמש » דינסטאג יוני 18, 2024 7:37 pm

· #565452
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
איך מיין אז ס'וואלט געווען א גוטע עצה אזמ'זאל שיקן א ווארענונג פאר מ'פארמאכט

yesiknow » דינסטאג יוני 18, 2024 7:59 pm

· #565456
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
היימלינד #
ישר בעיניו #
איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.

וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
האסט געליינט די תקנות פארן פרעגען?

אויב דיין קשיא איז אויף די תקנה דאן פרעג דארט נישט דא
עס איז זייער קלאר געשריבען געווארען דארט די סיבות.
אלע דיינע קשיות אין ספקות דארף לכאורה פארענפערט ווערען מיט די צוויי שארפזיניגע ווערטער ודי בזה... ודו"ק

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יוני 26, 2024 3:29 pm

· #566400
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
וויפיל "אקטיווע" ניקס זענען פאראן כעת אויף ק"ש?
וויפיל אויף מאחורי?
@אנאנים??

קורקלענד » מיטוואך יוני 26, 2024 3:31 pm

· #566401
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
וואס דעפינירט אקטיוו? אריינלאגירן? שרייבן? וואס איז מיט אזא ניק ווי קופערניקוס? זר זהב? מ'גייט איהם אויסשפארן?

קורקלענד » מיטוואך יוני 26, 2024 4:22 pm

· #566409
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס נישט זאגן די זעלבע זאך אויף אביסל מער א איינגענעם אופן?

בכלל נאכן ליינען דארט איז מיר אויך נישט קלאר צו מ'רעדט פון א יאר אדער איבער די ערשטע יאר.... עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.

צוקוועטשטע איילבירטן » מיטוואך יוני 26, 2024 4:28 pm

· #566410
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
אבער למעשה ארבעט די מהלך, דער עולם שרייבט אסאך לעבעדיגער

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 26, 2024 5:12 pm

· #566411
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
קורקלענד #
וואס דעפינירט אקטיוו? אריינלאגירן? שרייבן? וואס איז מיט אזא ניק ווי קופערניקוס? זר זהב? מ'גייט איהם אויסשפארן?
זר זהב איז "אוועקגעגאנגען". ער איז געווען זייער שטארק אקטיוו ווילאנג ער האט געשריבן דא אויף קאווע שטיבל.

צפת » מיטוואך יוני 26, 2024 5:22 pm

· #566413
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
קורקלענד #
עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.
דאס איז דאך די דיל מיט די עסקנים... מ'וועט עס פארמאכן צוביסלעך, אז מען זאל נישט באמערקן אז עפעס איז דא געשען...

(עה, נאר א דזשאוק...)

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 26, 2024 5:22 pm

· #566414
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
קורקלענד #
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס נישט זאגן די זעלבע זאך אויף אביסל מער א איינגענעם אופן?

בכלל נאכן ליינען דארט איז מיר אויך נישט קלאר צו מ'רעדט פון א יאר אדער איבער די ערשטע יאר.... עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.
אזוי זעהט מיר אויך (ליידער) אויס.

זיכער דארף צו זיין קאנטראל. נאר אז מ'באשרענקט די פרייהייט פון ווארט מער און מער א יעדן טאג. און מ'מעקט תגובות און מ'שיקט "ווארענונגען פון אן אדמיניסרעטאר" א יעדן שני וחמישי פשוט ווייל איינער האט א ביסל אן אנדערע מיינונג. אדער ער מאכט א זייטיג ווערטל.

די תירוצים זענען נישט וויכטיג. דאמאלס זענען די ערווארטעטע תוצאות די וועלכע קורקלענד האט געשריבן. ועוד. דאס איז אויך א סיבה פארוואס געוויסע גוטע שרייבערס האבן איבערגעלאזט די סייט. און ס'געט חומר למחשבה פאר אנדערע אויך צו טון די זעלבע.

kolal1 » מיטוואך יוני 26, 2024 5:25 pm

· #566415
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
[ציטאט אראפגענומען]
ווען פליעט מען וויפול דארן מען יא אדערנישט שרייבן

שעפטאל » מיטוואך יוני 26, 2024 7:23 pm

· #566426
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
צפת #
קורקלענד #
עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.
דאס איז דאך די דיל מיט די עסקנים... מ'וועט עס פארמאכן צוביסלעך, אז מען זאל נישט באמערקן אז עפעס איז דא געשען...

(עה, נאר א דזשאוק...)
כ'פראביר גוט אויסצוהערן אלעס וואס די מנהל זאגט נישט...
כ'בין מציע מיין השערה ואם שגיתי המנהל הטוב יכפר...
לויט מיין השערה איז נישט די מנהל'ס פלאן עס צו פארמאכן, ער וויל עס קאמירשעל'ייזן, סיסטעמ'ייזן, אייוועלט'זירן.
ס'האלט שוין אסאך נענטער ווי ווייטער, ס'ברענגט אסאך מער כמות'דיגע תגובות. נאך אביסל וועט ק"ש זיין ביים אלגעמיינעם חסידישן ציבור אזוי אסור ווי דעם כותל.

אויב ס'איז נישט דעם דעת הרוב, וועט עס ווערן דעם דעת הרוב. (ע"י כמה דרכים, ישר ובעקיפין.) דער וואס וויל נישט וועט זיך מיזן זיכן אן אנדערע'ן מקום צו פארברענגן.

והסיבה פשוט היא. ס'לוינט נישט אויפצוהאלטן פאר הונדערט אירע. ואשר על כן, איז נישטא וואס צו רעדן, אויב די כמות שטייגט נישט, וועט עס זיך סייווי חלילה פארמאכן.

ווי נאר מ'האט געמאלדן אז מ'גייט נישט אקטיוויזירן נייע ניקים האבעך געשריבן אין אן אנדערע פלאץ אז די סיבה איז כדי מ'זאל בהכרח שרייבן כדי נישט צו ווארט'ן לאנג ביזן ווערן אנגענימען נאכאמאל. (נבואה ניתנה לשותים...)

שטייצעך. דאס איז מיין אייגענע טריפ, אייגענע געבעקס. ודברי בטלים ומבוטלים להאמת.
ווי אויכעט נעם איך מער נישט קיין צדדים איבער ק"ש. ווי סקעפטיקער האט שוין געשריבן אז ס'מאכט סייווי נישט אויס. ס'איז נכסי יחיד וכו'.

וואלווי » מיטוואך יוני 26, 2024 7:53 pm

· #566430
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
צוקוועטשטע איילבירטן #
אבער למעשה ארבעט די מהלך, דער עולם שרייבט אסאך לעבעדיגער
ביסט א פיין איילבירטן קוועטשער, קוועטשט ארויס וואס אנדערע קוועטשן ארויס צו געבן צוקוועושטערהייט.

Keep on squeezin

וואלווי » מיטוואך יוני 26, 2024 7:55 pm

· #566431
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
דערמאנט א ווערטל...
קרית ויזניץ איז די עלסטע ערפארט אין בני ברק, מ'פליעט שוין פון דארט א גוטע פופציג יאר...

ס'דא א קלער אז קאווע שטיבל איז אויך אן ערפארט...

שבת אחים » מיטוואך יוני 26, 2024 8:10 pm

· #566432
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
וואלווי #
דערמאנט א ווערטל...
קרית ויזניץ איז די עלסטע ערפארט אין בני ברק, מ'פליעט שוין פון דארט א גוטע פופציג יאר...

ס'דא א קלער אז קאווע שטיבל איז אויך אן ערפארט...

איך פלי אהין און צוריק, איך פלי ארויס און דערנאך פלי איך צוריק אזא בחינה פון
משלחת וחוזרת…

ראדני » מיטוואך יוני 26, 2024 8:50 pm

· #566439
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
אזויווי מען פאדוצירט מער נישט קיין נייע ניקים, און די סופליי האט אויפגעהערט וואקסן אבער די דימענד איז נאך דא , קומט אויס אז די ווערט פון ניקים גייען מורא׳דיג שטייגען איבער די קומענדיגע יארן, ובכן איך לייג דא ארויס מיין ראדני ניק אויף צים פארקויפן די ליציטאציע הייבט זיך אן ביי צעהן טויזענט.

ווען ביטקוין איז אנגעקומען צו פופציג אלפים האט מען זיך געגעסען פארן נישט קויפן קיין ביטקוין, חברה דעיס איז די אפ ענד קאמינג ביטקוין, א וואנס אין עי לייפטיים אפערטוניטי, לויפט און קויפט.

$10,000 פאר ראדני צום ערשטן מאל
$10,000 פאר ראדני צום צווייטען מאל
נו קומט אין אישי

צוויי » מיטוואך יוני 26, 2024 9:49 pm

· #566450
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
פלצתי

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 26, 2024 10:17 pm

· #566456
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
ראדני #
אזויווי מען פאדוצירט מער נישט קיין נייע ניקים, און די סופליי האט אויפגעהערט וואקסן אבער די דימענד איז נאך דא , קומט אויס אז די ווערט פון ניקים גייען מורא׳דיג שטייגען איבער די קומענדיגע יארן, ובכן איך לייג דא ארויס מיין ראדהי ניק אויף צים פארקויפן די ליציטאציע הייבט זיך אן ביי צעהן טויזענט.

ווען ביטקוין איז אנגעקומען צו פופציג אלפים האט מען זיך געגעסען פארן נישט קויפן קיין ביטקוין, חברה דעיס איז די אפ ענד קאמינג ביטקוין, א וואנס אין עי לייפטיים אפערטוניטי, לויפט און קויפט.

$10,000 פאר ראדני צום ערשטן מאל
$10000 פאר ראדני צום צווייטען מאל
נו קומט אין אישי
איך סו דיך (קלאג) אלס א (געוועזענער) מתפלל אין ראדני. ס'הייסט? דו האסט דיר גענימען א נאמען וואס איז באוואוסט ביי כלל ישראל אלס די גרעסטע? ביהמ"ד אין די וועלט. (אויסער בעלזא אין ירושלים און קיעפ סטריעט אין וויליאמסבורג, הס מלהזכיר).די גאנצע געלט וואס דו רעכנטסט צו באקומען פון די אוקשן וועסטו מוזן באצאלן פאר די "אינפרינדזשמענט" פון א קאפי רייט. ווער האט דיר געגעבן רשות זיך צו באניצן מיט א נאמען וואס (האט אמאל) רעפרעזענטירט כלל ישראל? דו האסט דאך נישט געפרעגט קיין רשות ביי ר' יחזקאל שמש אויב דו מעגסט דיך באניצן מיט דעם נאמען.

בן ישי » דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:40 am

· #566466
Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן
שבת אחים #
וואלווי #
דערמאנט א ווערטל...
קרית ויזניץ איז די עלסטע ערפארט אין בני ברק, מ'פליעט שוין פון דארט א גוטע פופציג יאר...

ס'דא א קלער אז קאווע שטיבל איז אויך אן ערפארט...

איך פלי אהין און צוריק, איך פלי ארויס און דערנאך פלי איך צוריק אזא בחינה פון
משלחת וחוזרת…
מיר בענקן זיך נאך דיר!
בלאט: 1 2