☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אם האראצת אין חסידישע ענגליש

אם האראצת אין חסידישע ענגליש

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16691

סאנטיאגא » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:29 am

· #539357
אם האראצת אין חסידישע ענגליש
איך האב געטראכט א געדאנק פאר א אשכול וואס קען זיין א פאן געים. וויאזוי חסידים דריקן זיך אויס אויף זאכן אנדערש ווי ס'איז אנגענומען אין די גאס, נישט אייביג איז עס technically wrong ס'איז נאר א קולטור'ישע הומעריסטישע דיפערענץ.

למשל זאגן בוילער אנשטאט זאגט water heater רעד proper!

אדער "צולייגן אנ'אדישענעל צום קרעדיט קארטל" אנשטאט זאגן an authorized user

זאגן א "דזשילעט" א קאמפעני וואס מאכט רעיזערס אנשטאט זאגן raiser blade

שגור בפיהם אבזערוואציע. קומט'ס אריין מיט נאך עקזעמפלארן.

דאס ווייס איך נישט אויב מ'הערט נאך היינט: "איך בין ביי די איזי פעס" ניין ברודער, דו ביזט ביים toll booth ביי די איזי פעס בודקע...

וואס איז פשט דערפון? א פוילקייט זיך צו לערנען שפראך? Blissful ignorance? אדער פשוט געוויסע לערנען זיך ענגליש ענליך צו ווי זיי לערנען זיך אידיש; פון רעדן, נישט לערנען.

מר. קלונימוס » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 11:50 am

· #539358
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
How about

אם... הארצות אין חסידישע לשון קודש?

בלויע רעקל » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:08 pm

· #539359
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:29 pm

· #539361
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
צינד אן די סטיעם?
איך מיין אין ענגליש זאגט מען
Turn on the heat

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:44 pm

· #539364
איך בין נישט זיכער אז ״אַמעראַצעס״ איז די ריכטיגע אויסדרוק דא. ווי איך האב ארויסגעברענגט דא, איז פון א לינגוויסטיק שטאנדפונקט אומריכטיג צו באטראכטן, לדוגמא, אפריקאנע אמעריקאנע (ווערנאקיולער) ענגליש (AAE) ווי א ״שוואכערע״ אדער ״אַמעראצישער״ ענגליש, לעומת סטענדערד אמעריקאנע ענגליש. דאס איז אז זיי, אלס אַן אייגענארטיגן קולטור, האבן זיך זייער אייגענארטיגן סאציאלן ענגלישן דייעלעקט הן בנוגע סינטעקס והן בנוגע סימענטיקס, ומחמת זייער אייגענארטיגן קולטור און היסטאריע וסיבות שונות. דאס האט פונקט דאס זעלבע וועלידיטי ווי ״געהעריגע״ ענגליש, און עס איז נישט שייך צו זאגן אז דער ווייסע מענטש׳ס ״סטענדערד״ ענגליש איז ״בעסער״ און מער ״ראפינירט״ וכו׳ וכו׳.

ולכאורה כן הוא ביי חסידים: הן בנוגע די ענגליש וואס זיי רעדן, און הן בנוגע די ענגלישע קאגנעיטס און בארג-ווערטער אויף קאנצעפטן וועלכע האבן זיך אריינגעכאפט אין די אידיש וואס חסידים רעדן. דאס איז אויך נוגע די באקאנטע ״ישיביש ענגליש״. דאס איז אלעס בתוך די ברייטערע פענאמענאן פון עוואלוציעס פון שפראכן, און ווי אזוי זיי טוישן זיך פאר און בתוך (סאָבּ)קולטורן.

ברוך שפינוזה » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:52 pm

· #539365
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
בלויע רעקל
וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
כ'האב קיינמאל נישט געהערט גוים אידער נישט-חסידישע אידן נוצן אזעלכע סארטן אויסדרוקן, איינער פון אונז צוויי פאנטאזירט דא.

צ/ק פון די גרעסטע ריאליטי טשעק וואס איך האב געהאט איז טאקע דאס געוועהן, וויפיל בושות איך פלעג האבן אין קאלעדש און מיט מיינע שכנים. מילא א ווארט וואס איך האב נישט געקענט האב איך געקענט נוצן גוגל טרענסלעיט אדער אויפזוכן אין א ווערטערבוך, אבער ווען איך פלעג נוצן אזעלכע ווערטער וואס איך האב מיך איינגערעדט אז איך קען און קיינער האט נישט פארשטאנען איז עס געוועהן בושות. אבער איך וואלט קיינמאל נישט אויפגעטוישט די ריאליטי טשעק בושות פאר די חסידישע בת היענה שטאלץ, די טעימה פונעם עץ החיים וואס מ'באקומט ווען reality kicks in איז לא יסולא בפז. געדענק איך נאך ווי היינט ווען איך האב אמאל געזאגט פאר א שכנה מיינע עפעס וועגן א בער און כ'האב געזאגט beer אנשטאט bear ווי חסידים זאגן, זי האט נישט פארשטאנען וואו ביר קומט אריין 😃 😃 😃 איך האב מיך געדארפט מסביר זיין אז איך מיין די חיה וואס הייסט בער, האט זי זיך אנגערופן "Oh ,so you mean bear, not beer", האב איך דעמאלטס געכאפט די חילוק אין אויסשפראך. ווען איך פלעג האנדלען מיט חסידים פלעג איך מיך אין דעם אנשטויסן אויף א טעגליכן פארנעם, היינט האב איך שוין אבער כמעט אלעס פארגעסן, לאמיר זעהן וואס איך קען מיך דערמאנען.

wire אין ענגליש איז אן איינצעלנע קופערנע דראט, די זאך וואס מ'שטעקט אריין אינעם וואנט הייסט א cord.

בכלל a wire you could plug in or unplug, you can't "plug it out"' it just doesn't work 😂

א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.

ס'נישט דא אזא זאך ווי a pants, ס'הייסט a pair of pants.

א head קען נישט קראצן, א scalp קען יא.

meat איז בהמה פלייש, טשיקען פלייש הייסט טשיקען

אפשר שפעטער וועל איך מיך דערמאנען נאך.

דערהויבענע איד » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:53 pm

· #539366
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.

(כ'מיין אויכעט אז די ביליגערע טשאקאלאד איז אויכעט קענדי.)

דערהויבענע איד » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:54 pm

· #539367
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ברוך שפינוזה #
בלויע רעקל
וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
wire אין ענגליש איז אן איינצעלנע קופערנע דראט, די זאך וואס מ'שטעקט אריין אינעם וואנט הייסט א cord.

בכלל a wire you could plug in or unplug, you can't "plug it out"' it just doesn't work 😂
ווי אזוי רופט מען די ''פלאג'' אויף די וואנט?

ברוך שפינוזה » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:03 pm

· #539368
Re:
מי אני #
איך בין נישט זיכער אז ״אַמעראַצעס״ איז די ריכטיגע אויסדרוק דא. ווי איך האב ארויסגעברענגט דא, איז פון א לינגוויסטיק שטאנדפונקט אומריכטיג צו באטראכטן, לדוגמא, אפריקאנע אמעריקאנע (ווערנאקיולער) ענגליש (AAE) ווי א ״שוואכערע״ אדער ״אַמעראצישער״ ענגליש, לעומת סטענדערד אמעריקאנע ענגליש. דאס איז אז זיי, אלס אַן אייגענארטיגן קולטור, האבן זיך זייער אייגענארטיגן סאציאלן ענגלישן דייעלעקט הן בנוגע סינטעקס והן בנוגע סימענטיקס, ומחמת זייער אייגענארטיגן קולטור און היסטאריע וסיבות שונות. דאס האט פונקט דאס זעלבע וועלידיטי ווי ״געהעריגע״ ענגליש, און עס איז נישט שייך צו זאגן אז דער ווייסע מענטש׳ס ״סטענדערד״ ענגליש איז ״בעסער״ און מער ״ראפינירט״ וכו׳ וכו׳.
נאך א פוינט, א טייל פון די חסידישע וואקאבולאר/אקצענט איז נישט מער ווי די ברוקלינע אקצענט וואס איז כמעט אינגאנצן פארוואסערט געווארן דורך גלאבאליזאציע, צווישן קאלעדש גראדואירטע איז עס ממש אינגאנצן אויסגעראטן געווארן און ערזעצט געווארן מיט Valleyspeak. בערני סענדערס זייענדיג פונעם אלטן דור האט נאך דעם אריגינעלן אקצענט, זייענדיג אן עלטערן רעספעקטירטן איד האט עס נאך א חן, אבער ווען א אינגערמאנטשיק רעדט אזוי קראצט עס אין די אויערן. אין 2023 האט עס א טעם ווי אלט-ענגליש אדער לשון המקרא, ס'האט זיך זיין פלאץ אין ליטעראטור אבער אויף א טאג-טעגליכן פארנעם נערווירט עס.

ברוך שפינוזה » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:11 pm

· #539370
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
דערהויבענע איד
געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.
וואס איז טאקע טשונג גאם? זייט איך האב מיך אויפגעהערט דרייען מיט חסידים הער איך שוין נישט דאס ווארט, פון פשוט'ע גאם האב איך שוין געהערט, כ'בין אבער נישט זיכער צו ס'איז די זעלבע זאך ווייל איך בין קיינמאל נישט געוועהן קיין גרויסע גאם קייער.

מר. קלונימוס » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:17 pm

· #539371
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
גאם טאר מען נישט שלינגען

בעל אחריות » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 2:12 pm

· #539374
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
אויב איינער וויל פארבעסערן זיין ענגליש ווייל ער וויל עס פלעין פארבעסערן איז מהיכי תיתא, אבער אויב קומט עס פשוט פון סעלף העיט און פון אן איינרעדעניש אז זיין חסידישע upbringing און background איז נישט "legitimate", וואלט איך ענדערש רעקאמאנדירט א סטאפ ביים טערעפיסט...

בר גיורא » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 2:22 pm

· #539375
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
איך האב "געוואטשט" א מאווי..

טליתנאה » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 4:17 pm

· #539379
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ברוך שפינוזה #
דערהויבענע איד
געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.
וואס איז טאקע טשונג גאם? זייט איך האב מיך אויפגעהערט דרייען מיט חסידים הער איך שוין נישט דאס ווארט, פון פשוט'ע גאם האב איך שוין געהערט, כ'בין אבער נישט זיכער צו ס'איז די זעלבע זאך ווייל איך בין קיינמאל נישט געוועהן קיין גרויסע גאם קייער.

טשונגאם איז א פאראידישטע ווערסיע פון chewing gum

סאנטיאגא » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 4:32 pm

· #539381
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
פשי דער שטיבל איז וואַך..

דערהויבענע איד » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 6:31 pm

· #539386
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ברוך שפינוזה #
דערהויבענע איד
געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.
וואס איז טאקע טשונג גאם?
ביי חסידים רופט מען א ווייכע קענדי א טשונג גא''ם.

סאנטיאגא » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 7:54 pm

· #539387
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ברוך שפינוזה #
בלויע רעקל
וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
כ'האב קיינמאל נישט געהערט גוים אידער נישט-חסידישע אידן נוצן אזעלכע סארטן אויסדרוקן, איינער פון אונז צוויי פאנטאזירט דא.

צ/ק פון די גרעסטע ריאליטי טשעק וואס איך האב געהאט איז טאקע דאס געוועהן, וויפיל בושות איך פלעג האבן אין קאלעדש און מיט מיינע שכנים. מילא א ווארט וואס איך האב נישט געקענט האב איך געקענט נוצן גוגל טרענסלעיט אדער אויפזוכן אין א ווערטערבוך, אבער ווען איך פלעג נוצן אזעלכע ווערטער וואס איך האב מיך איינגערעדט אז איך קען און קיינער האט נישט פארשטאנען איז עס געוועהן בושות. אבער איך וואלט קיינמאל נישט אויפגעטוישט די ריאליטי טשעק בושות פאר די חסידישע בת היענה שטאלץ, די טעימה פונעם עץ החיים וואס מ'באקומט ווען reality kicks in איז לא יסולא בפז. געדענק איך נאך ווי היינט ווען איך האב אמאל געזאגט פאר א שכנה מיינע עפעס וועגן א בער און כ'האב געזאגט beer אנשטאט bear ווי חסידים זאגן, זי האט נישט פארשטאנען וואו ביר קומט אריין 😃 😃 😃 איך האב מיך געדארפט מסביר זיין אז איך מיין די חיה וואס הייסט בער, האט זי זיך אנגערופן "Oh ,so you mean bear, not beer", האב איך דעמאלטס געכאפט די חילוק אין אויסשפראך. ווען איך פלעג האנדלען מיט חסידים פלעג איך מיך אין דעם אנשטויסן אויף א טעגליכן פארנעם, היינט האב איך שוין אבער כמעט אלעס פארגעסן, לאמיר זעהן וואס איך קען מיך דערמאנען.

wire אין ענגליש איז אן איינצעלנע קופערנע דראט, די זאך וואס מ'שטעקט אריין אינעם וואנט הייסט א cord.

בכלל a wire you could plug in or unplug, you can't "plug it out"' it just doesn't work 😂

א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.

ס'נישט דא אזא זאך ווי a pants, ס'הייסט a pair of pants.

א head קען נישט קראצן, א scalp קען יא.

meat איז בהמה פלייש, טשיקען פלייש הייסט טשיקען

אפשר שפעטער וועל איך מיך דערמאנען נאך.
לעפט'ן די גרופ... ליעוו'ען

די habit פון אריינרוקן די ן'ס אין ענגלישע ווערטער קען מאכן א שמועס פאר זיך. כ'בין גראדע אויפגעקומען מיט א משל צו מאכן es's פאר plural ווערטער אין לשה"ק, און יעדער קוקט מיך אן פאר די דאמי: למשל עולם'ס מלך מלכי המלכים'ס ..של בית רבן'ס, גמילות חסדים'ס... דעמנ(צו)סטרעיטן וויאזוי ס'הערט זיך.

נאך א באקאנטער טעות וואס מ'מאכט איז
"?can someone lend me a hammer" דאס איז tricky אבער טעכניש איז עס נישט ריכטיג, lend גייט ארויף אויף די מלוה און borrow גייט ארויף אויף די לוה. ס'מיינט די זעלבע זאך, ס'ווענדט זיך נאר אין ווער ס'רעדט.

רעדנדיג פון לוה-מלוה, איך בין נאך היינט דאנקבאר פאר א מגיד שיעור וואס האט געגעבן די סימן אז ל ו ה האט ווייניגער כאראקטערס פון מ ל ו ה צו וויסן ווער איז וואס.

סאנטיאגא » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 8:03 pm

· #539388
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
דערהויבענע איד #
געב מיר 'א' קענדי, אנשטאט געב מיר קענדי. אזוי אויך אלע מיני קענדי, למשל טשונג גא''ם, לאלי'ס, ליקעריש, אספרינג קענדי און טוויזלער'ס זענען אלע 'קענדי'.

(כ'מיין אויכעט אז די ביליגערע טשאקאלאד איז אויכעט קענדי.)
דעס איז טעכניש נישט אזוי ראנג, ווייל קענדי מיינט זיסקייט. וואס דו זאגסט איז טאקע אמת, ס'איז די verb פון קענדי אבער קענדי איז א noun אויך. לויט מרים... סא די "א" גייט ארויף אויף די קוואנטום. מ'קען זיך דינגען.
אבער טאקע אין ענגלישע אידאמען זאגט מען אויף א שיינקייט she's eye candy. אדער א שטיקל פון סעלין דיאן איז ear candy

סאנטיאגא » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 8:11 pm

· #539389
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
בעל אחריות #
אויב איינער וויל פארבעסערן זיין ענגליש ווייל ער וויל עס פלעין פארבעסערן איז מהיכי תיתא, אבער אויב קומט עס פשוט פון סעלף העיט און פון אן איינרעדעניש אז זיין חסידישע upbringing און background איז נישט "legitimate", וואלט איך ענדערש רעקאמאנדירט א סטאפ ביים טערעפיסט...
זיי נישט נעגעטיוו. נישט יעדע קריטיק איז העיט, און נישט יעדע העיט איז שנאת חינם.

ווי געווענליך איז די שטייגער אז מ'פארפארט פון די שינעס. קוק איבער מיין ערשטע תגובה, פשוט אפגעשחט'ן א טערמין און אריינגעלייגט א נייע. איך זאג נישט ס'איז אינטענשענעל, ס'איז אבער קרינזש.

אלבערט איינשטיין » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 8:15 pm

· #539390
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ברוך שפינוזה #
א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.

גראדע אין אייראפע איז עס יא גענוצט ווען מען וויל פרעגן ווי די בית הכבוד איז.

ווי מי אני זאגט, עס איז שווער צו זאגן אז עס האט מיט עם הארצות צו טוהן. עס איז א קולטור.
ווען די ענגלישע וועט הערן די אמעריקאנער ענגליש (וכן להיפך) וועט מען זיך גאנץ שווער פארשטיין מיט פשוטע באגריפן וואס יעדער נוצט אנדערע ווערטער.
מיינט דאס איינער פון זיי רעדט גרייזיג?

בעל אחריות » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 8:15 pm

· #539391
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
סאנטיאגא #
זיי נישט נעגעטיוו. נישט יעדע קריטיק איז העיט, און נישט יעדע העיט איז שנאת חינם. זאלן די יעניגע וואס זענען אזויפיל פארנומען מיט ווער ס'איז א סעלף העיטער ארבעטן אויף זיך און זיין אזוי באקוועם צו זאגן וואס זיי האלטן באמת אויפן סיסטעם וואלט שיין געווען.

איך האב באמת נישט געמיינט צו זאגן אז דו זאגסט עס פון סעלף העיט, איך קען געהעריג זעהן אז עס זאל איינעם באמת שטערן אז ער האט א נישט געפאלישטע ענגליש און נישט פון העיט, איך זאג אז עס קען אבער קומען פון א נישט געזונטע פלאץ, זאל יעדער זיך אליין פארהערן.

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 10:41 pm

· #539394
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
מר. קלונימוס #
How about

אם... הארצות אין חסידישע לשון קודש?
הה"ד לגבי raiser blade.

צקון לחש » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 10:57 pm

· #539395
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
געיט

מר. קלונימוס » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 11:48 pm

· #539398
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
היינט האב איך געהערט איינעם פרעגן where are the steps
לכאורה איז די ריכטיגע ווארט stairs

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:10 am

· #539399
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
בלויע רעקל #
וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
בלויע רעקל: נישט אינגאנצן. ווייל ווען מ'בויעט א סענטענס/זאץ טוט מען עס אנדערש אין אידיש אדער אין ענגליש.

איכ'ל דיר געבן א משל. איך האב אמאל געהערט א יונגל זאגן ..."My father will come after me"...! ווען ער האט געוואלט זאגן אז זיין טאטע גייט קומען נאך איהם (אויפפיקן)...ער וואלט געדארפט צו זאגן..."My father will come to pick me up"...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:16 am

· #539400
Re:
מי אני #
איך בין נישט זיכער אז ״אַמעראַצעס״ איז די ריכטיגע אויסדרוק דא. ווי איך האב ארויסגעברענגט דא, איז פון א לינגוויסטיק שטאנדפונקט אומריכטיג צו באטראכטן, לדוגמא, אפריקאנע אמעריקאנע (ווערנאקיולער) ענגליש (AAE) ווי א ״שוואכערע״ אדער ״אַמעראצישער״ ענגליש, לעומת סטענדערד אמעריקאנע ענגליש. דאס איז אז זיי, אלס אַן אייגענארטיגן קולטור, האבן זיך זייער אייגענארטיגן סאציאלן ענגלישן דייעלעקט הן בנוגע סינטעקס והן בנוגע סימענטיקס, ומחמת זייער אייגענארטיגן קולטור און היסטאריע וסיבות שונות. דאס האט פונקט דאס זעלבע וועלידיטי ווי ״געהעריגע״ ענגליש, און עס איז נישט שייך צו זאגן אז דער ווייסע מענטש׳ס ״סטענדערד״ ענגליש איז ״בעסער״ און מער ״ראפינירט״ וכו׳ וכו׳.

ולכאורה כן הוא ביי חסידים: הן בנוגע די ענגליש וואס זיי רעדן, און הן בנוגע די ענגלישע קאגנעיטס און בארג-ווערטער אויף קאנצעפטן וועלכע האבן זיך אריינגעכאפט אין די אידיש וואס חסידים רעדן. דאס איז אויך נוגע די באקאנטע ״ישיביש ענגליש״. דאס איז אלעס בתוך די ברייטערע פענאמענאן פון עוואלוציעס פון שפראכן, און ווי אזוי זיי טוישן זיך פאר און בתוך (סאָבּ)קולטורן.
מי אני: דו ביסט גערעכט פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט. נאר די חסיד'ישע ענגליש איז מער נוטה צו סלענג. וואס איז היינט געווארן כמעט א סטענדערט.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:29 am

· #539401
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ברוך שפינוזה #
בלויע רעקל
וואס האט דאס מיט אידן? נאטור פון מענטשן, אידן און גוים איז צו רעדן אזוי.
כ'האב קיינמאל נישט געהערט גוים אידער נישט-חסידישע אידן נוצן אזעלכע סארטן אויסדרוקן, איינער פון אונז צוויי פאנטאזירט דא.

צ/ק פון די גרעסטע ריאליטי טשעק וואס איך האב געהאט איז טאקע דאס געוועהן, וויפיל בושות איך פלעג האבן אין קאלעדש און מיט מיינע שכנים. מילא א ווארט וואס איך האב נישט געקענט האב איך געקענט נוצן גוגל טרענסלעיט אדער אויפזוכן אין א ווערטערבוך, אבער ווען איך פלעג נוצן אזעלכע ווערטער וואס איך האב מיך איינגערעדט אז איך קען און קיינער האט נישט פארשטאנען איז עס געוועהן בושות. אבער איך וואלט קיינמאל נישט אויפגעטוישט די ריאליטי טשעק בושות פאר די חסידישע בת היענה שטאלץ, די טעימה פונעם עץ החיים וואס מ'באקומט ווען reality kicks in איז לא יסולא בפז. געדענק איך נאך ווי היינט ווען איך האב אמאל געזאגט פאר א שכנה מיינע עפעס וועגן א בער און כ'האב געזאגט beer אנשטאט bear ווי חסידים זאגן, זי האט נישט פארשטאנען וואו ביר קומט אריין 😃 😃 😃 איך האב מיך געדארפט מסביר זיין אז איך מיין די חיה וואס הייסט בער, האט זי זיך אנגערופן "Oh ,so you mean bear, not beer", האב איך דעמאלטס געכאפט די חילוק אין אויסשפראך. ווען איך פלעג האנדלען מיט חסידים פלעג איך מיך אין דעם אנשטויסן אויף א טעגליכן פארנעם, היינט האב איך שוין אבער כמעט אלעס פארגעסן, לאמיר זעהן וואס איך קען מיך דערמאנען.

wire אין ענגליש איז אן איינצעלנע קופערנע דראט, די זאך וואס מ'שטעקט אריין אינעם וואנט הייסט א cord.

בכלל a wire you could plug in or unplug, you can't "plug it out"' it just doesn't work 😂

א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.

ס'נישט דא אזא זאך ווי a pants, ס'הייסט a pair of pants.

א head קען נישט קראצן, א scalp קען יא.

meat איז בהמה פלייש, טשיקען פלייש הייסט טשיקען

אפשר שפעטער וועל איך מיך דערמאנען נאך.
א יונגל האט מיר אמאל געזאגט עפעס וועגן א ...Staring wheel... (rather than steering wheel)...האביך איהם געפרעגט ...וויאזוי זאגסטו ביער אויף ענגליש...זאגט ער ...Bear...האביך איהם געזאגט...דער מענטש וועט דיר ענטפערן אויב דו ווילסט (א) בער) גיי אין זאא...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:26 am

· #539413
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
אלבערט איינשטיין #
ברוך שפינוזה #
א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.
גראדע אין אייראפע איז עס יא גענוצט ווען מען וויל פרעגן ווי די בית הכבוד איז.

ווי מי אני זאגט, עס איז שווער צו זאגן אז עס האט מיט עם הארצות צו טוהן. עס איז א קולטור.
ווען די ענגלישע וועט הערן די אמעריקאנער ענגליש (וכן להיפך) וועט מען זיך גאנץ שווער פארשטיין מיט פשוטע באגריפן וואס יעדער נוצט אנדערע ווערטער.
מיינט דאס איינער פון זיי רעדט גרייזיג?

אלבערט איינשטיין: א קליינע משל. א בריטישער זאגט צו זיין אמעריקאנער חבר, מיט א שמחה, I have a flat... פרעגט איהם דער אמעריקאנער. נו, וואס איז די שמחה?! אדער אן ענגלישער וועט זאגן אז זיין ווייב האט געקויפט א נייעם Pram...!

איך האב שוין פארציילט די מעשה. איך האב געהאט א באס רבי וואס איז געקומען פון ענגלאנד, איין טאג זאגט ער צו מיר Hoot... איך זאג, אוקעי. ער שרייט ווייטער... האאט. צום סוף האביך אויסגעפונען אז האאט אין ענגלאנד מיינט פייף...! אן אנדערס מאל זאגט ער צו מיר, קוק ס'איז דא א Lorry...! איך זאג אוקעי... ווען איך בין ארייגעפארן אין די גאס און געבליבן שטעקן ווייל א טראק איז דארט געווען, זאגט ער צו מיר, איך האב דיר דאך געזאגט אז ס'איז דא א לאררי...!

אין ענגלאנד רופט מען א פלעט (טייער) א...פאנ(ק)טשער. א פלעט איז אן אפארטמענט. א דירה.
א "פרעם" איז א סטראללער... וכן הרבה.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:31 am

· #539414
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
איך אויך #
מר. קלונימוס #
How about

אם... הארצות אין חסידישע לשון קודש?

הה"ד לגבי raiser blade.

עם הארצות:...Razor blade...!

שפילער » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 11:30 am

· #539430
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
ברוך שפינוזה #

א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.

Toilet איז א גוי'שע זאך אויך. קענסט הערן א גוי זאגן I went to the toilet.
נאר וואס דען, bathroom איז שיין גערעדט.

כפתור » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:29 pm

· #539433
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
"סטיעם" איז נאך א ווארט וואס מען ניצט נישט געהעריג. רוב הייזער (אפשר ברוקלין איז אנדערש) האבן שוין נישט קיין סטיעם. אבער מ'הערט אסאך מענטשן זאגן "די סטיעם ארבעט נישט, אנשטאט זאגן "היעט"

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:01 pm

· #539543
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
כפתור #
"סטיעם" איז נאך א ווארט וואס מען ניצט נישט געהעריג. רוב הייזער (אפשר ברוקלין איז אנדערש) האבן שוין נישט קיין סטיעם. אבער מ'הערט אסאך מענטשן זאגן "די סטיעם ארבעט נישט, אנשטאט זאגן "היעט"

I already mentioned
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=539361#p539361

בר גיורא » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:02 am

· #541963
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
דאונ-צו-לואדן

טיפער » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:46 am

· #541969
Re: אם הארצות אין חסידישע ענגליש
שפילער #
ברוך שפינוזה #

א טוילעט איז די זאך אויף וואס מ'זיצט, די ציממער אין וואס די טוילעט (אדער מער ריכטיג toilet bowl) געפינט זיך הייסט א bathroom.

Toilet איז א גוי'שע זאך אויך. קענסט הערן א גוי זאגן I went to the toilet.
נאר וואס דען, bathroom איז שיין גערעדט.
איך זעה יעצט א (נישט חסיד'ישע) בלופרינט וואוו דער צימער איז אפיציעל גע'נעימד טוילעט

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:50 am

· #541970
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?

היימלינד » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:27 pm

· #542004
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
כ'האב געמיינט אז טוילעט איז אידיש 🙂

לפורקנך סברית » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 5:14 pm

· #542027
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
"ביסקיס" איז אידיש

קלוגע יודל » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:48 am

· #542074
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
סאנטיאגא #
איך האב געטראכט א געדאנק פאר א אשכול וואס קען זיין א פאן געים. וויאזוי חסידים דריקן זיך אויס אויף זאכן אנדערש ווי ס'איז אנגענומען אין די גאס, נישט אייביג איז עס technically wrong ס'איז נאר א קולטור'ישע הומעריסטישע דיפערענץ.

למשל זאגן בוילער אנשטאט זאגט water heater רעד proper!

אדער "צולייגן אנ'אדישענעל צום קרעדיט קארטל" אנשטאט זאגן an authorized user

זאגן א "דזשילעט" א קאמפעני וואס מאכט רעיזערס אנשטאט זאגן raiser blade

שגור בפיהם אבזערוואציע. קומט'ס אריין מיט נאך עקזעמפלארן.

דאס ווייס איך נישט אויב מ'הערט נאך היינט: "איך בין ביי די איזי פעס" ניין ברודער, דו ביזט ביים toll booth ביי די איזי פעס בודקע...

וואס איז פשט דערפון? א פוילקייט זיך צו לערנען שפראך? Blissful ignorance? אדער פשוט געוויסע לערנען זיך ענגליש ענליך צו ווי זיי לערנען זיך אידיש; פון רעדן, נישט לערנען.
1/2/4 זענען וועטרטער וואס די גוים פארטוישן אויך

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 9:11 pm

· #542129
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
קליינע צדיק #
ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&opi=89978449&url=https://www.indifferentlanguages.com/words/toilet/yiddish&ved=2ahUKEwjzhej8_qaDAxX5rokEHe9GBwIQFnoECBAQAQ&usg=AOvVaw1n-adnuuhvesPFwR2-R3AD
גיי פארשטיי...
גראדע האב איך געהאט א אלטער אונגארישער מלמד וואס פלעגט ארויסגיין זיינע צרכים אין קלאזעט נישט דארפן מאכן ביטול תורה...

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:40 am

· #542162
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
שמחה'לע קאפשטיק: דאס ווארט "קלאזעט" שטאמט אויך פון ענגליש. אויף בריטיש ענגליש רופט מען א ביהכ"ס א...Water closet...Initials...W.C.
ווען איך בין געווען א יונגל האט מיין רבי גערופן א ביהכ"ס א וועי. צעי...!

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:02 am

· #542166
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
קליינע צדיק #
ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
ארויסגיין

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:51 pm

· #542203
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
וואלווי #
קליינע צדיק #
ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
ארויסגיין
און ווי אזוי זאגט מען די פלאץ ווי מען גייט ארויס
ארויסגיין שטיבל?

שפילער » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:09 pm

· #542204
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
קליינע צדיק #
ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
הכנות..

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:27 pm

· #542208
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
שפילער #
קליינע צדיק #
ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
הכנות..
אויך לשון הקודש

קליינע צדיק » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:28 pm

· #542209
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
קליינע צדיק #
שפילער #
קליינע צדיק #
ענגליש איז טוילעט
לשון הקודש איז בית הכסא
און אידיש?
הכנות..
אויך לשון הקודש
אפשר פאר די וואס נעמען אריין קאפס פון וואסער קען מען רופן וואסער שטיבל

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:18 pm

· #542246
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
באד צימער

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:21 pm

· #542248
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
וואלווי #
באד צימער
דאס איז מער נוטה צו "דייטש". אין א סאך לענדער אין יוראפ זאגן טאקע די אידן פאר א ביהכ"ס "באדע צימער".

האניג » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:27 pm

· #542350
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
באד צימער איז די טייטש פון Bathroom וואס ווערד גענוצט אין ענגליש אויך פאר א טוילעט

ביי אונז אין חדר פלעגט מען זאגן: רבי איך דארף אין בעסקיס

תרמב » פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:49 am

· #542861
Re: אם האראצת אין חסידישע ענגליש
אן איזרעילי האט אמאל אריינגעקלאפט צו איינעם זאגנדיג "איך קען אריין? איך דארף ארויס..."