☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16683
בלאט: 1 2 3

מר. קלונימוס » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:38 pm

· #539075
סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
כ'זעה אויף אייוועעלט אז סאטמאר רבי האט יעצט ביי א גרויסע אסיפה הדעה והדיבור אין ביהמ''ד ראדני זייער שטארק געהאקט אויף די נטורי קרתא גרופע פאר'ן גיין מיט רוצחים, ס'קוקט אויס ווי גאר א שטארקע פארדאמונג קעגן דעי אידישע רשעים.

אלע צוזאמען » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:44 pm

· #539076
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4715689#p4715689
איינער דערמאנט קאווע שטיבל 😂

שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:58 pm

· #539084
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אויף די פארשפרייטע פראפאגאנדע מאטריאל איז געווען באריכטעט אז רבינו שליט"א וועט זיך מטריח זיין בטירחא דאורחא צו קומען באשיינען די מעמד און אויפטרעטן מיטן חובת השעה. 📎 aviary-image-1699850842298.jpeg איך וואלט אים גע'עצה'ט אז ער זאל נישט אזויפיל נופש'ן וועט ער נישט דארפן טרחה'נן.

גראדע, די נאמען פון די מעמד איז גאנץ קריעטיוו. מ'דארף גיבן קרעדיט וועיר קרעדיט איז דו.

מר. קלונימוס » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 12:04 am

· #539086
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
ער איז געווען אין בלומינגבורג אפסטעיט נישט אזוי ווייט

פארווע חסיד » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 12:47 am

· #539088
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אלע צוזאמען #
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4715689#p4715689
איינער דערמאנט קאווע שטיבל 😂
מיט די אייוועלט שמאלקעפיגקייט, ווי כאילו ווער ס'איז אין קאווע שטיבל האט נישט קיין מקום אין ביהמ"ד 😂

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:19 am

· #539095
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
פלוצלינג האמיר איין ״סאטמאר רבי״. כ׳טריי נאך צו דערגיין די פסיכאלאגיע פון די ״האַס״....

עמרם » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:03 am

· #539097
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
די רבי האט אויכעט פארדאמט אגודת ישראל

אסטראלאג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:50 pm

· #539104
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מהר"עליו השלום מסאטמאר זאגט: זיי טוען אן קיין מסורה און אויף דער אייגענער האנט.
-א פאלנער ליגענט.

רביה"ק מסאטמאר זי"ע
הגה"ק מוואווידעסלאוב זצ"ל
הגה"ק ממאנטיוועדעא זצ"ל
הגה"ק רבי עמרם בלויא זצ"ל
הגה"ק רבי משה בער בעק זצ"ל
הגה"ק רבי משה הירש זצ"ל
הגה"ק רבי יואל מארגענשטערן זצ"ל
און די רבנים שליט"א:
הגה"צ מקרעמניץ שליט"א
הגה"צ רבי אלחנן בעק שליט"א
הגה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א
הגה"צ רבי משה זאב זארגער שליט"א
און נאך אסאך
די אלע פלעגן זיך אליינס באטייליגען, פראקלאמירן אז מען זאל גיין, און ארויסווייזען שטיצע ווען אימער.
און נאך פילע גרויסע מנהיגי ישראל וואס פלעגן שטיצן און שטיצן אט די הייליגע ארגאניזאציע .

אלע צוזאמען » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:14 pm

· #539105
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
הייב אן מיט די ערשטע, ווען האט דער דברי יואל זצ"ל געשטיצט די טעראר גרופע?

אסטראלאג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:52 pm

· #539106
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אלע צוזאמען #
הייב אן מיט די ערשטע, ווען האט דער דברי יואל זצ’’ל געשטיצט די טעראר גרופע?

טעראר גרופע?!😡
דו מינדענסטע ריספעקט צו קדושי עליונים, שעים!

אלע צוזאמען » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:57 pm

· #539107
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
יא, האסט גוט געליינט, נטורי קרתא איז א טעראר גרופע.
און האסט נאך נישט געוויזן ווען סאטמאר’ע רבי זצ"ל איז געגאנגען מיט זיי.

אסטראלאג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:18 pm

· #539110
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מיר וועלן מיט קיין ציוניסטישע אפיקורוסים נישט טענה'ען, קענסט נאכקוקן מיינע פריערדיגע קאמענטארן ווי איך ווייז דאס אויף.

צפת » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:26 pm

· #539111
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אקעי, דער ניק "אלע צוזאמען" איז א מאלעסטאר.

אלע צוזאמען: פארוואס בין איך א מאלעסטאר? - האסט פרוף?
איך: איך טענה זיך נישט מיט מאלעסטארס!

א גוטן פורים...

אסטראלאג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:26 pm

· #539112
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
ווען איז די לעצטע מאל וואס מהר"עליו השלום האט פאררופן א פראטעסט קעגן די ציוניסטישע מדינה ימ"ש????!!
וואו זענען די פראטעסטן וואס דער רבי זי"ע פלעגט כסדר פאררופן אויפן דרך וואס יעדער אנערקענט, און אין ויואל משה ווערט גע'פסק'נט.
נאר בלויז אריינברענגען א שנאה צו אחינו בני ישראל דק"ק נטורי קרתא. דיפלאמאטיש קלאפט יעצט אזוי.

סקעפטיקער » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 4:38 pm

· #539113
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
@אסטראלאג, דו גייסט ארום און ארום און ענטפערסט נישט @אלע צוזאמען'ס פשוט'ע שאלה

אלע צוזאמען » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 5:37 pm

· #539115
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
@אסטראלאג, קאווע שטיבל טאלערירט נישט קיין אקסן אפפאל, מ'האט ליב אנדערע דעות, מ'גלייכט א גוטע אינפארמאטיווע דעבאטע, אבער די דארפסט קענען בעקן דיינע שטעלונגען און קלעימ'ס, און דו....
קענסט נישט.

עמרם » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 5:38 pm

· #539116
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
ווען איז די לעצטע מאל וואס מהר"עליו השלום האט פאררופן א פראטעסט קעגן די ציוניסטישע מדינה ימ"ש????!!
וואו זענען די פראטעסטן וואס דער רבי זי"ע פלעגט כסדר פאררופן אויפן דרך וואס יעדער אנערקענט, און אין ויואל משה ווערט גע'פסק'נט.
נאר בלויז אריינברענגען א שנאה צו אחינו בני ישראל דק"ק נטורי קרתא. דיפלאמאטיש קלאפט יעצט אזוי.
איך ווייס נישט וואס דו פארפירסט. מהרז"ל האט נישט פארופן די עצרת אקעגן נ"ק, ער האט זיי ס"ה דערמאנט דרך אגב פאר א מינוט פון א לאנגע דרשה וואס איז געווען די חובת השעה וכו', א גאנצע דרשה אקעגן די ציונים מיט זייער נאכפאלגערס וכו', און האט פאר א מינוט אויכעט ארויסגעברענגט אז נ"ק איז נישט סאטמאר, וואס אלע סאטמאר'ע חסידים האלטן אויכעט אזוי חוץ די נ"ק, ופשוט הוא,
וואס איז די פראבלעם?

אסטראלאג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 5:58 pm

· #539127
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
ווען סאטמאר וואלט ווען געטוהן דאס וואס רביה"ק זי"ע פלעגט טוהן און געמאכט פראטעסטן קלארצושטעלן אז די ציוניסטישע מדינה פארטרעט אונז נישט און זייער עקזיסטענץ איז קעגן די תורה וכו', ווער איך שוין קעגן די גאנצע נטורי קרתא!!!!!

אריינברענגען א שנאה אין סאטמאר קעגן נטורי קרתא ווען ער טוט גארנישט אין די עפענטליכקייט ארויסצוברענגען דאס אידישע ווארט קעגן ציונות, נאר פונקט פארקערט, די קהילה ארבעט צוזאמען מיט אגודת ישראל און די פרייע ציוניסטישע ארגאניזאציעס.
רחמנא לצלן

נאך א מיינונג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 7:35 pm

· #539132
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
ביזדערווייל זענען א פאר פון די רשימה אויסגעשפראכענע מחללי שבת.

גייען אין גאס, וואס האט לכו"ע נישט קיין עירוב, מיט א שילד ארום די האלדז, וואס איז נישט קיין תכשיט און נישט קיין בגד, איז געהעריג טלטול ד' אמות ברה"ר בשבת, און זיי זענען פלעינע מחללי שבת.

אלחנן בעק און ישראל דוד ווייס, וואס זענען פלעינע בעלי בתים נישט קיין רבנים, זענן אויך פשוט'ע מחללי שבת. מחלליה מות יומת.

ר' משה הירש און ר' עמרם בלויא זענן ביידע אפשר פיינע אידן, אבער רבנים זענען זיי נישט, און תורה אוטאריטעטן אוודאי נישט.

סאטמארער רב איז קיינמאל נישט געגאנגען מיט די אראבער, און דער וואוידיסלאווער רב האט גארנישט מיט די רשימה איינגעלייגט.

ווי האט מען געהאלטן?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:04 pm

· #539141
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אלע צוזאמען #
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4715689#p4715689
איינער דערמאנט קאווע שטיבל 😂
אלע צוזאמען: ייש"כ פאר צו לינקן די דרשה פון כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א.

דאס איז איינמאל זיכער אז די רבי מרן הדברי יואל זי"ע האט נישט געהאלטן (נאך ווייניג געזאגט) פון די גאנצע רעיון פון נטורי קרתא.

דער פראבלעם איז נאך גרעסער. ווייל זיי גייען מיט'ן חסיד'ישן לבוש און זיי זאגן עפעס וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אז ס'איז די זעלבע וואס די סאטמאר'ע שיטה (הקדושה). נאר אין אמת'ן איז דאס גאר אן אנדערע, און געפערליכע מהלך. ווייל די שיטה פון מרן רביה"ק ה'בעל דברי יואל זי"ע רעדט פון דעם הלכה'דיגן שטאנדפונקט אז אידן טארן זיך נישט נעמען קיין גאולה פאר ביאת המשיח. נאר די רבי האט קיינמאל נישט אויסגעדרוקט "רחמנות" אויף די אומה שפילה די אראבערס, אז מ'האט זיי "נעבעך" בא'עוולה'ט און צוגענימען זייער לאנד.

משא"כ די אנשי נטורי קרתא (אפילו די אלטע. אריגינאלע) דרוקן אויס רחמנות אויף די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער אראבערס וואס מ'האט זיי בארויבט זייער לאנד. און אלס תוצאה קושן זיי זיך מיט זיי און בארעכטיגן אלע זייערע רציחות און מעשים תעתועים. אויסער דעם פאקט אז זיי האבן נישט קיין מסורה פון גדולי התורה וגדולי ישראל וועלכע זענען מסכים צו זייער שיטה.

אפילו דער בריסקער רב הרה"צ רי"ז זצ"ל האט אויך נאר מסכים געווען מיט זיי אין זייער מלחמה אקעגן די ציונים. כידוע. האט ער שטארק מעריך געווען און מכבד געווען ר' עמרם בלוי ז"ל. און ער האט געזעהן אין איהם א שותף אין זיין מלחמה אקעגן די התייסדות המדינה. נאר מיט דעם חלק פון אויסדרוקן סימפאטיע און ליבשאפט מיט דיא אראבערס האט ער קיינמאל נישט מיטגעהאלטן. אפילו ר' עמרם בלוי האט אויך נישט זיך געקושט און געהאלזט מיט די אומה שפילה. דאס איז אן אויפטוה פון די שפעטער'דיגע, בעלי תשובה. ווי יאסי בכר און "הרב" משה הירש וסייעתו. ווער רעדט נאך פון "הרב" ישראל דויד ווייס וסייעתו.

פארדעים איז א גוטע זאך און א דבר בעיתו אז כ"ק הרה"צ מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א האט ארויסגעברענגט א קלארקייט אז די נטורי קרתא האבן גארנישט מיט סאטמאר און זענען אקעגן די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

עמרם » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:27 pm

· #539144
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
berlbalaguleh #

פארדעים איז א גוטע זאך און א דבר בעיתו אז כ"ק הרה"צ מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א האט ארויסגעברענגט א קלארקייט אז די נטורי קרתא האבן גארנישט מיט סאטמאר און זענען אקעגן די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

כ'האב געמיינט אז די זיידע ר' בערל איז א ארויני

שמעון וואלף » מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:34 pm

· #539148
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
עמרם #
כ'האב געמיינט אז די זיידע ר' בערל איז א ארויני

נו אוודאי, אבער דאס איז נאר א טפל צו זיין התנגדות צו נט"ק/התאחדות/שמואל שלמה טעלער המכונה הרב מרגליות/סענדר דייטש

אלע צוזאמען » דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:11 am

· #539169
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
@אסטראלאג, זיצט דאך סייווי אויף די אינטערנעט, איז טו מיר, און פאר דיך, א טובה, און זיך אויף די נאמען ’’וויוויען סילווער’’.
זי איז געווען איינע פון די פארכאפטע דורך דיינע געטרייע רוצח’ישע ברודער פון עזה, און איז נעכטן דערקלערט געווארן טויט.
ליין אביסל פון אירע טייערע און אומערמידליכע פעולות וואס זי האט געטון למען השלום, וויפיל מאל זי האט זיך געטראפן מיט דעם ארכי טעראריסט ’יאסיר אראפאט ימ’’ש, און וויפיל הפגנות זי האט אפגעהאלטן קעגן די ’איזרעלי אקופאציע’.
ס’האט איר נישט געהאלפן קיין ברעקל אקטאבער 7.

פאלאצ'ינטא » דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 7:59 pm

· #539191
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
דאס הייסט פארדאמט? ער האט גערעדט ווי א ... אויך האט ער אפי' נישט געזאגט פון וועמען ער רעדט. יא מען ווייסט אבער פארוואס זאגט ער דאס נישט ארויס? פארוואס האט ער זיי נישט ארוסגעווארפען?

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:27 pm

· #539208
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
פאלאצ'ינטא: דו ביסט נישט גערעכט. ער (דער סאטמאר'ע רבי מהרי"י) האט גערעדט זייער קלארע דיבורים . א יעדער האט געוויסט וועם ער מיינט. ועוד. ס'איז נישט שייך ער זאל זיי ארויסווארפן. זיי זענען נישט קיין חלק פון די סאטמאר'ע קהילה. נאר זיי באשמיצן דעם נאמען פון סאטמאר. ווייל זיי גייען מיט דעם סאטמאר'ן לבוש און זיי רעדן אויך אקעגן ציונות און די מדינה. און דער המון עם וואס פארשטייט נישט דעם חילוק פון סאטמאר און (להבדיל) די משוגעים פון נטורי קרתא. באשולדיגן סאטמאר אין זייערע מעשים תעתועים.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:53 pm

· #539209
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
בְּתוֹךְ עַמִּי #
פלוצלינג האמיר איין "סאטמאר רבי". כ'טריי נאך צו דערגיין די פסיכאלאגיע פון די "האַס"....

בתוך עמי: דער אנדערער סאטמאר'ע רבי (כ"ק הגה"ק שליט"א) וועט נישט ארויסקומען און עפנטליך פארדאמען די משוגעים און בהמות פון נטורי קרתא, ווייל ער האט זיך שוין "אפגעבריהט". בראשית דרכו האט ער גערעדט זייער שטארק צו די זאך, נאר זיינע מתנגדים האבן אים פארדאמט און געזאגט אז ער איז נתפס לציונות (דתית). עיין די מזרחי ישיבה וואו 4 בחורים זענען דערמארדעט געווארן דורך די פאלעסטינער רוצחים, און ביי די קדושי מומביי, וואו די בהמות האבן איהם פארשריגן אז ער האט אנגערופן א ליובאוויטשער פלאץ א "מקום קדוש"...!

פאלאצ'ינטא » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 6:24 am

· #539224
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
berlbalaguleh #
פאלאצ'ינטא: דו ביסט נישט גערעכט. ער (דער סאטמאר'ע רבי מהרי"י) האט גערעדט זייער קלארע דיבורים. א יעדער האט געוויסט וועם ער מיינט. ועוד, ס'איז נישט שייך ער זאל זיי ארויסווארפן, זיי זענען נישט קיין חלק פון די סאטמאר'ע קהלה, נאר זיי באשמיצן דעם נאמען פון סאטמאר.

מען קען יא ארויסווארפן.

ארויסווארפן דארף נישט זיין פיזיקלי. נאר מען גיבט זיי נישט עליות, מען לאזט זיי נישט דאווענען ביים עמוד, מען לאזט זיי נישט זאגן קדיש. בקיצור מען דארף זיי ענג מאכן דאס לעבן אז זיי זאלן גיין צו זייערע אראבישע ברידער.

דער פראבלעם איז אז זיי זענען באמת יא סאטמארע און זייער גאנצע מהלך איז די סאטמערע שיט-ה נאר זיי זענען להבדיל בין (טומאה לטהרה) מער פארפרומט זיי נוצן דאך די סאטמארע סלאגען "רבינו סר מן הדרך".

דערהויבענע איד » מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:57 am

· #539231
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
יעפ, ס'דערמאנט מיר ווען כ'האב איינעם געפרעגט היתכן מ'קען נישט אוועקשטעלן א רעלייעבל בית דין, האט ער מיר גענפערט אז וואס זאל מען טון אז בי''ד האט נישט קיין כוח היינט.

פארשטייסט, פאר ווייבער נישט שערן און פאר מענער יא שערן, קען מען פיין קאנטראלירן די מצב און מאכן זיכער אז יענער גייט מיט די פארגעשריבענע העיר סטייל. סמארטפאונ'ס מיט שגץ בייקס האט מען די ציבור ביי די ביצים, ס'קומט אבער צו איינע פון די שבע מצוות בני נוח, קען מען גארנישט טון, ווייל ס'איז נישטא קיין כוח בית דין היינט.

נו נו.

עלם ועלמיא » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:19 pm

· #547136
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
משה אריה פרידמן אין נייע אינטערוויו אויף Al Jazeera

עלם ועלמיא » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:21 pm

· #547137
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה

https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog-post_5516.html?m=1

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:57 am

· #547264
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
בְּתוֹךְ עַמִּי #
פלוצלינג האמיר איין ״סאטמאר רבי״. כ׳טריי נאך צו דערגיין די פסיכאלאגיע פון די ״האַס״....
בתוך עמי: במחכת"ה דראפעסט דו דיך אויף די גראדע ווענט.

ווען מ'זאגט אדער מ'שרייבט "סאטמאר'ע רבי" איז דאס נישט עקסקלוזשיאנערי. ד.מ. אז ס'איז נאר דא איין סאטמאר'ע רבי. ס'קען (אפילו זיין 20). נאר מ'קען נישט א יעדעס מאל וואס מ'שרייבט אדער מ'רעדט פון סאטמאר'ע רבי און א יעדער ווייסט וועם מ'מיינט, פונקטליך ארויסשרייבן אלע זיינע טיטלען און אדרעסס...פון דארט און דארט ...!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:10 am

· #547266
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
פאלאצ'ינטא #
דער פראבלעם איז אז זיי זענען באמת יא סאטמארע און זייער גאנצע מהלך איז די סאטמערע שיט-ה נאר זיי זענען להבדיל בין (טומאה לטהרה) מער פארפרומט זיי נוצן דאך די סאטמארע סלאגען "רבינו סר מן הדרך".

פאלאצ'ינטא: דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. דער אומ-אפגעפרעגטער פאקט בלייבט אז דער סאטמער'ע רבי הרב יואל טייטלבוים זצ"ל האט זיי קיינמאל נישט אנערקענט, ווייל זייער דרך איז בכלל נישט אויסגעהאלטן. זייער גרופ באשטייט דאך פון בעלי תשובה און עמי הארץ, וועלכע קענען נישט מבחין זיין אין די דקות'דיגע חילוקים פון התנגדות צו ציונות און חבר'ן זיך און קושן זיך מיט די אראבישע רוצחים.

ס'מעגליך אז היינט אין סאטמאר זענען דא אומ-וויסנדע מענטשן וועלכע האלטן אז די סאטמאר'ע שיטה מיט נטורי קרתא איז איינס און די זעלבע, טאקע דערפאר איז א דבר בעתו אז דער סאטמאר'ע רבי רז"ל שליט"א האט געלאזט הערן זיין קלארע מיינונג איבער דעם גאנצן ענין.

פוילישע פעפער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:17 am

· #547267
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
ווער איז משה אריה פרידמאן?

געטרייע טאטע » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:18 am

· #547268
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
א געוועזענע חסיד

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:19 am

· #547269
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
מהר"עליו השלום מסאטמאר זאגט: זיי טוען אן קיין מסורה און אויף דער אייגענער האנט.
-א פאלנער ליגענט.

רביה"ק מסאטמאר זי"ע
הגה"ק מוואווידעסלאוב זצ"ל
הגה"ק ממאנטיוועדעא זצ"ל
הגה"ק רבי עמרם בלויא זצ"ל
הגה"ק רבי משה בער בעק זצ"ל
הגה"ק רבי משה הירש זצ"ל
הגה"ק רבי יואל מארגענשטערן זצ"ל
און די רבנים שליט"א:
הגה"צ מקרעמניץ שליט"א
הגה"צ רבי אלחנן בעק שליט"א
הגה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א
הגה"צ רבי משה זאב זארגער שליט"א
און נאך אסאך
די אלע פלעגן זיך אליינס באטייליגען, פראקלאמירן אז מען זאל גיין, און ארויסווייזען שטיצע ווען אימער.
און נאך פילע גרויסע מנהיגי ישראל וואס פלעגן שטיצן און שטיצן אט די הייליגע ארגאניזאציע .
דו טיילסט טיטלען. ווער ס'איז א הגה"צ און ווער ס'איז הגה"ק...!

די גרעסטע דזשאוק איז הגה"ק ר' משה הירש מנטורי קרתא. א גאון און א קדוש קושט זיך מיט דעם ארכי רוצח יאסיר אראפאט?!

אויך. דיין ליצנות אויפ'ן סאטמאר'ע רבי שליט"א. איך וויל נישט אויסרעכענען אפילו מקצת שבחם פון דיינע טיטלען וואס דו פארדינסט...!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:48 am

· #547270
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
פוילישע פעפער #
ווער איז משה אריה פרידמאן?
שלום עליכם: דו האסט געוואוינט אויף די לבנה?! משה אריה פרידמאן איז אלעס א געוועזענער. א געוועזענער נטורי קרתא. א געוועזענער חסיד. און נאך א פאר געוועזענע פאזיציעס וואס פאסן זיך פאר איהם.

לויט ווי איך שאץ איהם אפ איז ער א שטארק טאלאנטירטער, אומבאלאנסירטער מענטש וועלכער רעדט עטליכע שפראכן און ער ערשיינט אויף די לאקאלע און אינטערנאציאנאלע מידיא. אפילו אויף אל-דזשאזירא האט ער געהאט אן אינטערוויו. דער פראבלעם איז אז ער רעדט צוזאם שטותים והבלים. און ער ווייסט נשט וואס דער רעאליסטישער מצב איז. אפילו לגבי ארץ ישראל און די מלחמה.

דער אראבישער (ענגליש רעדנדער) האוסט האט איהם עטליכע מאל געדארפט דערמאנען אז ער זאל ענטפערן אויף די שאלות צו דער זאך. ס'איז געווען אן עניין פון טענו בחיטים והודה לו בשעורים.

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:22 pm

· #547310
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
פוילישע פעפער #
ווער איז משה אריה פרידמאן?
@שלום-וברכה @ברוך-טעם @דמשק אליעזר @מיילעך @עלם ועלמיא

אסטראלאג » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:27 pm

· #547311
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

מר. קלונימוס » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:32 pm

· #547313
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

אסטראלאג » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:43 pm

· #547314
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
בעפאר און היינט - ביי די עבודת הקודש.
📎 Screenshot_20240130-124104.png 📎 Screenshot_20240130-124024.png

אסטראלאג » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:56 pm

· #547315
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

ביי א באזוך מיט זיין פאמיליע און ווייב צום געוועזענער איראנער פרעזידענט

זויער טייג » דינסטאג יאנואר 30, 2024 3:13 pm

· #547328
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
בעפאר און היינט - ביי די עבודת הקודש.
וואסי געשען ער איז געווארן א באם?

איך אויך » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:39 pm

· #547362
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
יא, מיט די גאנצע משפחה. א רחמנות אויף זיינע מיידלעך, זיי זעהען אויס גאנץ לייטיש.

אבימלך » דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:46 pm

· #547363
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
ווי אזוי זעיען זיי היינט אויס ?

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:46 pm

· #547391
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
יעצט איינמאל האב איך דיר געגעבן א לייק. דו טוסט א גוטע זאך מיט צו לינקען.

משה שמואל » מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:35 am

· #547417
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
שטארקע זאך

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:48 pm

· #552088
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
די אותו האיש האט נישט געגרינדעט קריסטליכע גלויבן, די לובאוויטשער רבי האט נישט געגרינדעט משיחיסים, און סאטמארער רבי האט נישט געגרינדעט נטורי קרתא.

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:09 pm

· #552089
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מילך טראק #
די אותו האיש האט נישט געגרינדעט קריסטליכע גלויבן, די לובאוויטשער רבי האט נישט געגרינדעט משיחיסים, און סאטמארער רבי האט נישט געגרינדעט נטורי קרתא.
איך קען מיט קיין רעאליטעטסלייקענער נישט שפרעכן..

די רבי האט אויך נישט געגרינדעט התאחדות הרבנים, און גראדע איז די רבי אויסגעלייזט געווארן דורך א פליגער... שטוסים עד אין סוף

היימלינד » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:30 pm

· #552091
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
מילך טראק #
די אותו האיש האט נישט געגרינדעט קריסטליכע גלויבן, די לובאוויטשער רבי האט נישט געגרינדעט משיחיסים, און סאטמארער רבי האט נישט געגרינדעט נטורי קרתא.
איך קען מיט קיין רעאליטעטסלייקענער נישט שפרעכן..

די רבי האט אויך נישט געגרינדעט התאחדות הרבנים, און גראדע איז די רבי אויסגעלייזט געווארן דורך א פליגער... שטוסים עד אין סוף
@ר' בערל קום אריין העלפען מיט די ספעלינג

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:30 pm

· #552092
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #

איך קען מיט קיין רעאליטעטסלייקענער נישט שפרעכן..

די רבי האט אויך נישט געגרינדעט התאחדות הרבנים, און גראדע איז די רבי אויסגעלייזט געווארן דורך א פליגער... שטוסים עד אין סוף
קען זיין,איך בין נישט אזוי באקאנט
בלאט: 1 2 3