☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16683
בלאט: 1 2 3

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:42 pm

· #552093
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מילך טראק #
אסטראלאג #

איך קען מיט קיין רעאליטעטסלייקענער נישט שפרעכן..

די רבי האט אויך נישט געגרינדעט התאחדות הרבנים, און גראדע איז די רבי אויסגעלייזט געווארן דורך א פליגער... שטוסים עד אין סוף
קען זיין,איך בין נישט אזוי באקאנט
זעהט אויס איר זענט דערין נישט באהאווענט.
נטורי קרתא האט רבי עמרם בלויא זצ"ל א נאמען געגעבן פאר די לוחמי מלחמות השם אין ירושלים נאך בפאר די גרינדונג פון די ציוניסטישע מדינה.

דא אין אמעריקא האט רביה"ק זי"ע איינגעשטעלט די מלחמת הקודש און ארויסגערופן מאסן פראטעסטן קעגן קליפת הציונות, און באוואויגן תלמידים וחסידים נאכאנאנד פראטעסטירן למען תורתינו הקדושה.

צועקים וזועקים » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:45 pm

· #552094
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
עס איז דאך ידיעה אז רביה"ק זי"ע האט זיך געהאלזט מיט אראפאט ימ"ש...

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:58 pm

· #552096
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
צועקים וזועקים #
עס איז דאך ידיעה אז רביה"ק זי"ע האט זיך געהאלזט מיט אראפאט ימ"ש...
דו מישט אויס. רביה"ק זי"ע האט באזוכט מיט די אמעריקאנע פירער, און די אידן אין ירושלים האבן באזוכט מיט די דארטיגע באהערדע.
מיר זענען אין גלות און מען דארף לעבן בשלום מיט די אומות וואו אימער מען וואוינט.

האניג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:05 pm

· #552099
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
מילך טראק #
אסטראלאג #

איך קען מיט קיין רעאליטעטסלייקענער נישט שפרעכן..

די רבי האט אויך נישט געגרינדעט התאחדות הרבנים, און גראדע איז די רבי אויסגעלייזט געווארן דורך א פליגער... שטוסים עד אין סוף
קען זיין,איך בין נישט אזוי באקאנט
זעהט אויס איר זענט דערין נישט באהאווענט.
נטורי קרתא האט רבי עמרם בלויא זצ"ל א נאמען געגעבן פאר די לוחמי מלחמות השם אין ירושלים נאך בפאר די גרינדונג פון די ציוניסטישע מדינה.

דא אין אמעריקא האט רביה"ק זי"ע איינגעשטעלט די מלחמת הקודש און ארויסגערופן מאסן פראטעסטן קעגן קליפת הציונות, און באוואויגן תלמידים וחסידים נאכאנאנד פראטעסטירן למען תורתינו הקדושה.
וואס איז דאס אין אייער חתימה רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע?

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:13 pm

· #552104
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
ליין די גאנצע די חתימה

האניג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:17 pm

· #552105
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
איך האב געליינט די גאנצע, און איך פארשטיי נאכאלס נישט. ביטע ערקלער, צו זאגט איר אז סאטמאר רב איז געווען די רבי פון נטרי קרטא?

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:19 pm

· #552107
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
האניג: ס'איז פונקט אזוי (אסטראלאג'ס חתימה) ווי מ'זאל פארגלייכן דעם טשיעף ראביי פון ענגלאנד מיט (להבדיל) דעם פויפסט...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:22 pm

· #552108
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
האניג #
איך האב געליינט די גאנצע, און איך פארשטיי נאכאלס נישט. ביטע ערקלער, צו זאגט איר אז סאטמאר רב איז געווען די רבי פון נטרי קרטא?
האניג: וואדען זאל ער זאגן? אז די רבי פון די נטורי קרתא איז געווען ישראל דויד ווייס און יוסי בכר!

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:25 pm

· #552109
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
שטארקע ווערטל, בערל בעל עגלה איך לאך נאך יעצט.
ביטע פאררעכט דעם ס דארט וואס ידידינו @היימלינד האט אנגעמערקט
וועסטו דערפאר ערליך פארדינען נאך א קאמענט

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:30 pm

· #552111
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
צועקים וזועקים #
עס איז דאך ידיעה אז רביה"ק זי"ע האט זיך געהאלזט מיט אראפאט ימ"ש...
דו מישט אויס. רביה"ק זי"ע האט באזוכט מיט די אמעריקאנע פירער, און די אידן אין ירושלים האבן באזוכט מיט די דארטיגע באהערדע.
מיר זענען אין גלות און מען דארף לעבן בשלום מיט די אומות וואו אימער מען וואוינט.
דו מיינסט זיכער די באקאנטע מעשה מיט דעם מופטי פון ירושלים כאדזש אמין-על כוסעיני,ימח שמו וזיכרו. ווען ער איז געקומען רעדן צו להבדיל אלף אלפי הבדלות הרה"צ ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל אז זיי זאללן קעמפן (צוזאמען) אקעגן די ציונים. און וואס רי"ח האט איהם געענטפערט...צא ולמד. גיי לערן. פרעג אפשר ביי דיין אפגאט ישראל דוד ווייס. כ'האב מורא ער ווייסט אויך נישט. (אזוי ווי דו).

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:44 pm

· #552112
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
berlbalaguleh #

.

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:48 pm

· #552115
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מילך טראק #
די אותו האיש האט נישט געגרינדעט קריסטליכע גלויבן, די לובאוויטשער רבי האט נישט געגרינדעט משיחיסים, און סאטמארער רבי האט נישט געגרינדעט נטורי קרתא.
אבער אלעס איז געגרינדערט געווארן דורך זיי

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:01 pm

· #552118
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מילך טראק: נאר איינס פון די דריי איז אמת. דער אותו האיש האט יא געגרינדעט קריסטנטום. און להבדיל די ליובאוויטשער רבי האט נישט געגרינדעט משיחיזם. און דער סאטמאר'ע רבי האט נישט געגרינדעט (און האט אויך געלאכט פון) די נטורי קרתא. ספעציעל די היינטיגע.

היימלינד » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:02 pm

· #552119
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
berlbalaguleh #
מילך טראק: נאר איינס פון די דריי איז אמת. דער אותו האיש האט יא געגרינדעט קריסטנטום. און להבדיל די ליובאוויטשער רבי האט נישט געגרינדעט משיחיזם. און דער סאטמאר'ע רבי האט נישט געגרינדעט (און האט אויך געלאכט און אויך געוויינט פון) די נטורי קרתא. ספעציעל די היינטיגע.

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:13 pm

· #552120
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
טייערע אידן!
זייטס אייך מחזק צו לערנען יעדן טאג א שטיקעלע ויואל משה (כאטש ארויסזאגן מיט די מויל) וואס דאס איז נוגע יום ביומו ממש מיט די בלבול המוחות.
עס איז מסוגל ניצול צו ווערן פון מינות וכפירה און מחשבות רעות, וכל מיני ישועות.

היימלינד » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:20 pm

· #552123
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
טייערע אידן!
זייטס אייך מחזק צו לערנען יעדן טאג א שטיקעלע ויואל משה (כאטש ארויסזאגן מיט די מויל) וואס דאס איז נוגע יום ביומו ממש מיט די בלבול המוחות.
עס איז מסוגל ניצול צו ווערן פון מינות וכפירה און מחשבות רעות, וכל מיני ישועות.
אויב מען זאגט ארויס אהן פארשטיין ארבעט עס אויך? עסקינג פאר עי פרעינד

אסטראלאג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:35 pm

· #552126
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
היימלינד #
אסטראלאג #
טייערע אידן!
זייטס אייך מחזק צו לערנען יעדן טאג א שטיקעלע ויואל משה (כאטש ארויסזאגן מיט די מויל) וואס דאס איז נוגע יום ביומו ממש מיט די בלבול המוחות.
עס איז מסוגל ניצול צו ווערן פון מינות וכפירה און מחשבות רעות, וכל מיני ישועות.
אויב מען זאגט ארויס אהן פארשטיין ארבעט עס אויך? עסקינג פאר עי פרעינד
זיכער! זאגן רייניגט די נשמה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:44 pm

· #552127
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
טייערע אידן!
זייטס אייך מחזק צו לערנען יעדן טאג א שטיקעלע ויואל משה (כאטש ארויסזאגן מיט די מויל) וואס דאס איז נוגע יום ביומו ממש מיט די בלבול המוחות.
עס איז מסוגל ניצול צו ווערן פון מינות וכפירה און מחשבות רעות, וכל מיני ישועות.
אסטראלאג: וואס דו זאגסט איז אמת ויציב. נאר דו וועסט נישט טרעפן קיין איין ווארט אין דעם ספה"ק ויואל משה ווי ער זאגט אז מ'זאל זיך האלזן און קושן מיט די אומה שפילה די אראבערס. אויך נישט שטיין מיט זיי אויף די זעלבע זייט. סיי פיזיש און סיי אידעאלאגיש.

דאס איז ממש די זעלבע בחינה ווי הרה"צ רי"ח זאנענפעלד זצ"ל האט געזאגט...!

נאכמער: אפילו ר' עמרם בלויא און להבחל"ח ר' יואל'יש קרויס זאגן אויך נישט קיין איין ווארט אז מ'זאל בכל אופן שהוא זיין אויף איין "פעידזש" מיט די אראבערס.

ר' יואל'יש קרויס איז טאקע אן אויסגעהאלטענער מענטש. ער נעמט נישט קיין איין פרוטה פון די רעגירונג. און ס'זענען דא א סאך רעגירונגס פראגראמען. פון וואו ער וואלט געקענט אריינבאקומען א שיינע הכנסה א יעדן חודש.

איך בעט דיך. האק דיר ארויס פון קאפ אז די אלע צדיקי אמת זענען געווען אויף איין ליניע מיט די אראבישע רוצחים...! און ווער ס'זאגט אז יא. ווייסט נישט וואס ער רעדט...!

חב''ד הויזן » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:46 pm

· #552128
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
מילך טראק #
אסטראלאג #

איך קען מיט קיין רעאליטעטסלייקענער נישט שפרעכן..

די רבי האט אויך נישט געגרינדעט התאחדות הרבנים, און גראדע איז די רבי אויסגעלייזט געווארן דורך א פליגער... שטוסים עד אין סוף
קען זיין,איך בין נישט אזוי באקאנט
זעהט אויס איר זענט דערין נישט באהאווענט.
נטורי קרתא האט רבי עמרם בלויא זצ"ל א נאמען געגעבן פאר די לוחמי מלחמות השם אין ירושלים נאך בפאר די גרינדונג פון די ציוניסטישע מדינה.

דא אין אמעריקא האט רביה"ק זי"ע איינגעשטעלט די מלחמת הקודש און ארויסגערופן מאסן פראטעסטן קעגן קליפת הציונות, און באוואויגן תלמידים וחסידים נאכאנאנד פראטעסטירן למען תורתינו הקדושה.
פראטעסטירן לפראטעסטירן לגזירה שוה...

סאטמאר רב איז געגאנגען אמאל מיט אראבער?

רוני » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:12 pm

· #552133
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
berlbalaguleh #
דו טיילסט טיטלען. ווער ס'איז א הגה"צ און ווער ס'איז הגה"ק...!
די גרעסטע דזשאוק איז הגה"ק ר' משה הירש מנטורי קרתא. א גאון און א קדוש קושט זיך מיט דעם ארכי רוצח יאסיר אראפאט?!

דער קלויזענבורגער רב האט אמאהל געזען א מודעה וואס ס'שטייט אויף א געוויסע רבי 'הגה"ק' האט ער זיך אנגערופן:
טאמער איז ער א קדוש אזוי ווי ער איז א גאון - איז ער דאך א אבי אבות הטומאה...

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:50 pm

· #552142
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
טייערע אידן!
זייטס אייך מחזק צו לערנען יעדן טאג א שטיקעלע ויואל משה (כאטש ארויסזאגן מיט די מויל) וואס דאס איז נוגע יום ביומו ממש מיט די בלבול המוחות.
עס איז מסוגל ניצול צו ווערן פון מינות וכפירה און מחשבות רעות, וכל מיני ישועות.
כולל ויואל משה, אינגעלייט וועלן לערנען ויואל משה יעדען טאג לזכות ...

טרעידמארק אוו מילך טראק

מילך טראק » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:51 pm

· #552144
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
berlbalaguleh #
מילך טראק: נאר איינס פון די דריי איז אמת. דער אותו האיש האט יא געגרינדעט קריסטנטום. און להבדיל די ליובאוויטשער רבי האט נישט געגרינדעט משיחיזם. און דער סאטמאר'ע רבי האט נישט געגרינדעט (און האט אויך געלאכט פון) די נטורי קרתא. ספעציעל די היינטיגע.
זיי האבן עס נישט געגרינדעט אבער סאיז געווארן געגרינדעט דורך זיי

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:02 pm

· #552155
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
סארי: אבער די פאקטן זענען אינגאנצן אנדערש.

משיחיז'ם האט זיך אנגעפאנגען א סאך פריער ווי די ליובאוויטשער רבי רמ"מ.

נטורי קרתא האט זיך אויך אנגעהויבן א סאך פריער (לכה"פ) מיט איין דור פריער ווי דער סאטמאר'ע רב. מהרי"ל דיסקין און רי"ח זאנענפעלד.

זייער נייגעריג » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:13 pm

· #552160
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
צועקים וזועקים #
עס איז דאך ידיעה אז רביה"ק זי"ע האט זיך געהאלזט מיט אראפאט ימ"ש...
דו מישט אויס. רביה"ק זי"ע האט באזוכט מיט די אמעריקאנע פירער, און די אידן אין ירושלים האבן באזוכט מיט די דארטיגע באהערדע.
מיר זענען אין גלות און מען דארף לעבן בשלום מיט די אומות וואו אימער מען וואוינט.
ווי למשל דיין ”מהרי”ד ווייס” אן אמעריקאנער איינוואוינער זיך ארום האלזן מיט אכמענידזשאד וואס איז געווען א שונא פאר אמעריקא

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:19 pm

· #552161
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
איך בין זיכער אז אין טעהעראן איז דא א כשר'ע מקוה וואו הרה"ק ר' משה בער דר*ק מיט זיינע תלמידים זענען צוגעפארן תיכף ומיד נאכ'ן קושן זיך מיט אכמאדינעזשאד, זיך טובל'ן...!

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 8:18 am

· #552231
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
berlbalaguleh #
סארי: אבער די פאקטן זענען אינגאנצן אנדערש.

משיחיז'ם האט זיך אנגעפאנגען א סאך פריער ווי די ליובאוויטשער רבי רמ"מ.

נטורי קרתא האט זיך אויך אנגעהויבן א סאך פריער (לכה"פ) מיט איין דור פריער ווי דער סאטמאר'ע רב. מהרי"ל דיסקין און רי"ח זאנענפעלד.
האמונה בביאת המלך המשיח היא אמונה עיקרית בתורה; נבואות רבות נאמרו אודותיו. במשך הדורות מייחלים בני ישראל לביאתו, כמה וכמה תפילות תיקנו חז"ל על ביאתו. המלך המשיח הוא הרבי מליובאוויטש, והוא עתיד להתגלות ולגאול את ישראל. בקיץ תנש"א נכתב פסק דין עליו חתומים רבנים ומורי הוראה הקובע כי הרבי מתאים להגדרות המשיח. במשך השנים הגיע מספר הרבנים החתומים עליו ללמעלה משלוש מאות
חב"דפידיה

מהרי"ל דיסקין און רי"ח זאנענפעלד האבן טאקע געגרינדעט "תורה ויראה" ונטורי קרטא אבער די נטורי קרתא היינט זענען רוב תלמידים פון סאטמאר רבי און האבן גארנישט מיר מהרי"ל און רי"ח

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 8:24 am

· #552232
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נאך א מיינונג #
ביזדערווייל זענען א פאר פון די רשימה אויסגעשפראכענע מחללי שבת.

גייען אין גאס, וואס האט לכו"ע נישט קיין עירוב, מיט א שילד ארום די האלדז, וואס איז נישט קיין תכשיט און נישט קיין בגד, איז געהעריג טלטול ד' אמות ברה"ר בשבת, און זיי זענען פלעינע מחללי שבת.

אלחנן בעק און ישראל דוד ווייס, וואס זענען פלעינע בעלי בתים נישט קיין רבנים, זענן אויך פשוט'ע מחללי שבת. מחלליה מות יומת.

אויב עפעס איז עס זיכער נאר א דרבנן, סקען אויך זיין אז סאיז פיקוח נפש

אסטראלאג » פרייטאג מערץ 1, 2024 9:58 am

· #552242
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
כ'האב נישט געזעהן פאר וויכטיג זיך צו באציען צו דער וויסטער אנטיסעמיט הנקרא @נאך א מיינונג
קלאהרשטעלונג:
דאס טראגן פלאקאטן אויף די קלייד, איז מותר לכתחילה אן דעם וואס ס'זאל זיין דאס מינדעסטע חשש חילול שבת.
הגרי"ד הארפענעס און הגר"ג בערקאוויטש האבן זיי אזוי גע'פסק'נט.
די אלע וואס האבן באשמיצט די ערליכע אידן מיט חילול שבת זענען ציוניסטישע אנטיסעמיטישע געצנדינער.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 11:40 am

· #552262
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
איך האב סתם אזוי א "היתר" פאר די אנשי ? נטורי קרתא צו טראגן די פאלעסטינער איי. די. טעגס און דאס אראבישע טלית'ל אום שבת קודש. ווייל ס'איז בגדר פיקוח נפש. זייערע פרענדס זאללן דערקענען אז זיי זענען נישט סתם אידן.

און וואס איז דער היתר פון רעדן אויף א מייק אדער צו א קעמערע אום שב"ק? אויב קעמפן קעגן ציונות איז דוחה אנדערע מצוות עשה ולא תעשה , איז ק"ו אז שבת וואס איז נאר א "דרבנן" ( וועלכע, די רעפארם?) ס'האט א "קדושת" חול המועד, איז עס אוודאי דוחה...!

אסטראלאג » פרייטאג מערץ 1, 2024 11:47 am

· #552263

טרעף מיך איין ווידעאו וואו זיי רעדן צו א מייק אדער קאמערא אין שבת קודש! נישטא.

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 11:59 am

· #552267
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
berlbalaguleh #
איך האב סתם אזוי א "היתר" פאר די אנשי ? נטורי קרתא צו טראגן די פאלעסטינער איי. די. טעגס און דאס אראבישע טלית'ל אום שבת קודש. ווייל ס'איז בגדר פיקוח נפש. זייערע פרענדס זאללן דערקענען אז זיי זענען נישט סתם אידן.

און וואס איז דער היתר פון רעדן אויף א מייק אדער צו א קעמערע אום שב"ק? אויב קעמפן קעגן ציונות איז דוחה אנדערע מצוות עשה ולא תעשה , איז ק"ו אז שבת וואס איז נאר א "דרבנן" ( וועלכע, די רעפארם?) ס'האט א "קדושת" חול המועד, איז עס אוודאי דוחה...!

טראגן שבת זאל זיין א דאורייתא, דארף עס זיין א רשות הרבים, עקירה, הנחה, בקיצור אסאך הלכות.

בנוגע מייק און קעמרע, ווייס איך נישט אבער מסתמא אויך נישט קיין דאורייתא,

פיקוח נפש איז עס ווייל אידן זענען אין א סכנה געהרג'ט צו ווערן דורך אראבער (דאס איז לשטיתם, איך גיב נישט קיין היתר)

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:14 pm

· #552270
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מילך טראק #
מהרי"ל דיסקין און רי"ח זאנענפעלד האבן טאקע געגרינדעט "תורה ויראה" ונטורי קרטא אבער די נטורי קרתא היינט זענען רוב תלמידים פון סאטמאר רבי און האבן גארנישט מיר מהרי"ל און רי"ח

מילך טראק: דאס איז דער גרעסטער טעות. קיין איינער פון זיי איז נישט אפילו מתלמידי תלמידיו...! ווער? ישראל דויד ווייס, אדער פעלדמאן? י.ד. איז דאך א בעל תשובה. און די אנדערע זענען סתם צוטשעפענישן. אמת, אז די היינטיגע סאטמאר'ע אידן זענען אין א גרויסן טייל פארנאר'ט. זיי מיינען אז די שיטה פון סאטמאר'ע רב זצ"ל איז די זעלבע ווי (להבדיל) די פון נטורי קרתא. נאר אויף דעים זאגט שוין די גמ'.... אם אין דעת, הבדלה מניין...!

זיי זענען (נעבעך) תינוקות שנשבו...!

אסטראלאג » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:33 pm

· #552279
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
באלאגאולע
וואס האסטו זיך אזוי באליבט מיט נטורי קרתא אז דו רעדטסט איבער זיי טאג און נאכט ?

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:38 pm

· #552281
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
ס'איז פונקט אזוי ווי ווען מ'זאל זעהן אידישע נאציס אנגעטון מיט דעם נאצישן יוניפארם מיט האקנקרייצן. וועלכע טראגן בארד און פיאות. און זיי רעדן אידיש. און זיי זאגן אז אדאלף היטלער איז אן אוהב ישראל (ישמעאל). און זיי זאגן פאר די נאציס אז זיי טוען א גוטע זאך מיט (וועללן) פארטיליגן אלע אידן, ח"ו.

דינגט מען זיך אויב זיי זענען סתם בהמות אדער בייזוויליגע רשעים.

מילך טראק » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:00 pm

· #552285
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
berlbalaguleh #

מילך טראק: דאס איז דער גרעסטער טעות. קיין איינער פון זיי איז נישט אפילו מתלמידי תלמידיו...! ווער? ישראל דויד ווייס, אדער פעלדמאן? י.ד. איז דאך א בעל תשובה. און די אנדערע זענען סתם צוטשעפענישן. אמת, אז די היינטיגע סאטמאר'ע אידן זענען אין א גרויסן טייל פארנאר'ט. זיי מיינען אז די שיטה פון סאטמאר'ע רב זצ"ל איז די זעלבע ווי (להבדיל) די פון נטורי קרתא. נאר אויף דעים זאגט שוין די גמ'....אם אין דעת, הבדלה מניין...!

זיי זענען (נעבעך) תינוקות שנשבו...!
איך בין נישט קיין אלטץ ווייסער, און איך גלייב אז סדא מענטשן וואס קענען היסטוריה בעסער ווי מיר, מיין פוינט איז אז זיי האבן געבויט זייער שיטה אויף אסאך יסודות פון סאטמאר רב.

אגב נטורי קרתא שיטה פארשטיי איך אבער נטרונה פארשטיי איך נישט

אסטראלאג » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:17 pm

· #552288
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נטרונא טוט גארנישט, און נאכאמאל גארנישט.
ניטאמאל קענען זיי מאכן עפעס א פראטעסט

גראדע האבן זיי א טוויטער קאנטע מיט א וואטס עפפ -
יענער אזוי געשריבן דער האט אויסגעפון דער דריטער איז געשטארבן .
אנטשולדיג נטרונא, גארטלט אייך אונטער און כרצונו של אותו זקן למען תורתנו הקדושה מארשירט אויף די מאנהעטענער גאסן מיט אויסגעמעקטע ציוניסטישע פענער!!
הייבטס אן ברענגען כאטש אביסל אויפמערקזאמקייט..!
און נישט דרייען א קאפ פאר די אומשולדיגע סאטמארע האט ליין צוהערער אז ס'דרייט זיך איבער די וועלטסמידיע פון ענקערע טוויטס ווען באמת איז עס בלאףףףף

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:39 pm

· #552310
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מילך טראק #
איך בין נישט קיין אלץ ווייסער, און איך גלייב אז סדא מענטשן וואס קענען היסטוריה בעסער ווי מיר, מיין פוינט איז אז זיי האבן געבויט זייער שיטה אויף אסאך יסודות פון סאטמאר רב.

אגב נטורי קרתא שיטה פארשטיי איך אבער נטרונא פארשטיי איך נישט

מילך טראק: אט דאס וואס איך וויל זאגן. סאטמאר רב איז געווען א גדול בישראל און א גאון אין תורה. ס'דא ווער ס'איז יא מסכים מיט איהם אדער נישט, כך דרכה של תורה, מ'איז זיך מפלפל אהין און צוריק. נאר די וועלכע פאררופן זיך אלס נטורי קרתא האבן דאך נישט אין זיך קיין שום ריח של תורה.

די איינציגע זאך וואס מאכט אז מענטשן זאלן זיך טועה זיין און מיינען אז זיי האבן עפעס א שייכות מיט סאטמאר, איז דער לבוש. זיי גייען אנגעטון מיט דעם חסיד'ישן (אפשר סאטמאר'ע) לבוש און זיי רעדן אידיש. אויסער דעם איז נישט דא קיין שום זאך מיט וואס זיי זענען גלייך.

משל למה הדבר דומה. 2 מענטשן גייען צוזאמען אין וועג, אינמיטן קומט מען אן צו א פרשת דרכים, איינער גייט ווייטער אויף דעם ריכטיגן וועג, דער צווייטער דרייט זיך אוועק און גייט אויף א פארקרומטן וועג. קענמען דען זאגן אז זיי גייען אויף דעם זעלבן וועג?

נאך א מיינונג » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:45 pm

· #552312
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אסטראלאג #
כ'האב נישט געזעהן פאר וויכטיג זיך צו באציען צו דער וויסטער אנטיסעמיט הנקרא @נאך א מיינונג
קלאהרשטעלונג:
דאס טראגן פלאקאטן אויף די קלייד, איז מותר לכתחילה אן דעם וואס ס'זאל זיין דאס מינדעסטע חשש חילול שבת.
הגרי"ד הארפענעס און הגר"ג בערקאוויטש האבן זיי אזוי גע'פסק'נט.
די אלע וואס האבן באשמיצט די ערליכע אידן מיט חילול שבת זענען ציוניסטישע אנטיסעמיטישע געצנדינער.

א גרויסן ייש"כ פאר דיין ווארעמע ווערטער.
עס איז נישט קיין גרויסע סוגיא, און די איסור איז גאנץ פשוט אין שלחן ערוך. אן א מקור, גלויב איך שווער אז די פוסקים האבן מתיר געווען די איסור. און פאר דער וואס האט געשריבן אז עס איז נאר מדרבנן - די ווערטער זענן טאקע גובל אויף כפירה. קיין עמטליכע חילוק צווישן א דאורייתא און א דרבנן איז נישט דא לגבי צו מ'דארף זיי האלטן צו נישט.

לגבי מיין ציונות. איך קוק אן ציונות ווי איינער פון די מאדנע גלויבונגען וואס געוויסע אידן האבן. פונקט ווי באבוב, סקווירא, ליובאוויטש, און ר' יואל ראטה. זיי ווילן גלויבן אז זייער רבי איז משיח, אז אין אומאן שלעפט מען דיר ארויס ביי די פיאות, אז די אפער"א האט געגנב'ט די י-ה רבון ניגון, אז ציילן לעפלאך זופ איז אידישקייט? גערן. וואס שטערט עס מיר? פונקט אזוי קענן זיי גלויבן אז בויען א מדינה איז אן ענין אדער נישט. נישט קיין אידישע גלויבונג, אבער נישט קיין אפיקורסות. פלעינע גלויבונגען וואס מענטשן נעמען אן באקוועם צו מאכן די לעבן.

די שלעכטס פון נטורי קרתא איז אבער קלאר פאר יעדער מיט די מינדעסטע אידישע הרגש. עס איז דיר געשמאק צו גלויבן אז ציונות איז כפירה? פיין! קענסט עס נאך מפרסם זיין אז דו ווילסט. אבער רבונו של עולם, ווי האט מען געהערט פון אזא זאך ווי מיטשטיין מיט גוים אין זייער מלחמה מיט אידן?! אלע דורות האט מען געוואוסט אז אפילו א פרייע איד, ווען ער שמד'ט זיך, איז ער אריבער א נייעם גרעניץ. ביסט געגאנגען צום שונא. און דא שטייען אידן מיט די שונאי ישראל, און פארקויפן זייער לאקשן! דאס איז א פשע בל יכופר! און דאס אז די אקטיוויטעטן שטערן אזויפיל אידן גייט זיי נישט אן בכלל. כאילו דאס איז נישט קיין פאקטאר אין זייער לעבן. אומערצויגענע וואלד חיות, וואס האבן קיינמאל נישט געלערנט וויאזוי צו לעבן מיט אנדערע.

און פון א קנאי'שע פערספעקטיוו, די גוי'ישע ווערטער וואס פליסן פון די מויל פון די רעדנערס, ווי מר. ווייס און בעק, איז ממש גרויליג. זיי רעדן פונקט ווי גוים. נישט וועגן אידנ'ס פלאץ אין די וועלט, נישט וועגן תורה, נישט וועגן משיח און גלות, נאר פראסט און פשוט אז זיי ווייטאגן פאר די גוים און ווילן די גוים'ס הצלחה. פשוט'ע גוי'ישקייט מיט אלע פירושים. פאסט פאר מענטשן וואס ליינען גוי'ישע צייטונגען א גאנצע טאג און קוקן מאוויס. באלד וועלן זיי נאך מארשירן פאר די LGBTQ און זייער רעכטן.

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:55 pm

· #552315
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נאך א מיינונג: איך האלט מיט דיר אין א יעדע ווארט וואס דו האסט דא געזאגט. נאר לויט ווי איך זעה האסטו נישט קיין סענס אוו היומאר. יא. איך האב געזאגט אז חילול שבת בפרהסיא איז נאר א "דרבנן"...לאל. דו האסט געהאט א הוה אמינא אז איך מיין עס ערנסט...!

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 2, 2024 10:53 pm

· #552376
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
איין זאך ביניך מסכים מיט אסטראלאג, נטרונא טוט גארנישט אויף. נאר זיי זענען אויך נישט קיין שעדליכע ארגאניזאציע, אזוי ווי נטורי קרתא.

ס'איז סך הכל א פאר איינגערעדטע אידעלעך וועלכע ווילן זיך, און אנדערע, איינרעדן אז זיי טוען עפעס אויף. זיי טענה'ן אז אויב זיי וועלן ברענגען "לפני השרים והעמים" די דעקלעראציע אז זיי האבן נישט קיין שום שייכות צו די ציונים און מדינת ישראל, וועט זיך אויפהערן דאס אנטיסעמיטיזם. דאס איז דאך דאס גרעסטע געלעכטער. ווילאנג עקזיסטירן זיי שוין? וויפיהל עדס אין די ניו יארק טיימס האבן זיי שוין אריינגעלייגט? און וויפיהל ראדיא אנאונסמענטס האבן זיי שוין געמאכט? צי האבן מיר געהערט אז איין גוי זאל זאגן... יא, נישט אלע אידן זענען ציונים, און אונז דארפן מיר נישט פיינט האבן די אידן וועלכע זענען נישט קיין ציונים... אזא זאך איז ניטאמאל קיין דמיון אדער פאנטאזיע. זייער גאנצע פראפאגאנדע האט נאכנישט געראטעוועט דאס לעבן אפילו פון איין איד.

די ארגאניזאציע "נטרונא" איז נאר סתם געמאכט צו שלעפן געלט פון די גרויסע גבירים אין ניו יארק און לאנדאן וועלכע געבן בתמימות ובתום לבם א סאך געלט פאר די פאפירענע ארגאניזאציע...!

זויער טייג » זונטאג מערץ 3, 2024 12:25 am

· #552392
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
אוי זיידי ווען העסטו דיך שוין אויסלערנען, אז אסטראלאג שעלט דערקעגן איז א סימן אז ס'טוט יא אויף.

אסטראלאג » זונטאג מערץ 3, 2024 4:41 am

· #552422

פונקט אזוי. זיי סווייפן מאנאטליך קרעדיט קארדס פון די סאטמארע עשירים וואס רעדן זיך איין אז נטרונא טוט עפעס בכלל!!

ר' משה דוד הכהן כ"ץ, פארדרייט נישט קיין קאפ!! פארמאך דיין אפגעפליקטע טוויטער אקאונט און פאררוף פראטעסטן - וויאזוי דו ווילסט עס נאר רופן - עצרת תפילה און אקטועלע דעקלעראציע אז די ציונים פארטרעטן אונז נישט און מיר זענען פון זיי אפגעשיידט!! טוה עס פארן אויבערשטן.

עפעס פאר די תורה הקדושה און למען הצלת היהדות החרדית!!!

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 3, 2024 5:06 am

· #552423
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
זויער טייג #
אוי זיידי ווען העסטו דיך שוין אויסלערנען, אז אסטראלאג שעלט דערקעגן איז א סימן אז ס'טוט יא אויף.
זויער טייג: אסטראלאג שעלט אויף נטרונא ווייל ער האלט אז זיי זענען קאמפעטישן מיט נטורי קרתא.

אט דאס האביך מדגיש געווען. זיי זענען נישט קיין קאמפעטישן מיט נט. ק. ווייל זענען נישט שעדליך (פאר די אידן). . נאר אויפטון. דאס נישט.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 3, 2024 5:13 am

· #552424
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
הני מילי: די אלע זאכן זענען געזאגט געווארן ווילאנג מ'האלזט זיך נישט און מ'קושט זיך נישט מיט די שונאי ישראל וועלכע זאגן א יעדע מינוט אז זיי ווילן (ח"ו) פארניכטן כלל ישראל.

מיט דעים איז אסטראלאג גערעכט. זיי האבן א רעכט , אזוי ווי איעדער איינער צו פאררופן אסיפות און מאכן הפגנות. עמיר זעהן וואספארא גרויסן עולם זיי וועללן אנציען. ווילאנג זיי טוען דאס נישט זענען זיי בבחינת געלט -שלעפערס פון נאאיווע מענטשן.

מילך טראק » זונטאג מערץ 3, 2024 1:12 pm

· #552454
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
לאמיר קודם מאכן א הקדמה אביסל די היסטאריע פון סאטמאר פאר די נישט סאטמארע קאווע טרינקער דא אין שטיבל

סאטמאר רב הרב יואל טייטלבוים איז געווען א עקסטרעמע מענטש (עכ"פ אזוי איז אנגענומען אין די וועלט)
ער איז געווען זייער שארף אקעגן מדינות ישראל, ער האט געשריבן א פאר ספרים אקעגן מדינת ישראל, ס'איז געגאנגען נאך ווייטער ער האט נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן האבן א שייכות מיט מענטשן שטיצן יא מדינות ישראל, (גערופן אין סאטמאריש נישט מיט די שיטה, אדער פארכאפט אין ציונות)

ווען ער איז אוועק האט איבער גענומען זיין נעפיו הרב משה טייטלבוים (שפעטער באקאנט אלס ברך משה נאך זיין ספר/ביתמעדריש) א זוהן פון זיין ברודער הרב חיים צבי טייטלבוים

זיין ממלא מקום איז שוין געווען אביסל מער מעסיג (אדער זיין גבאי ר' משה פרידמאן וואס מ'רופט אין סאטמאר משה גבאי)
ער האט אויך נישט געקענט סובל זיין די עקסטרימיסטן

ער האט אויפגענומען זיין זין ר' אהרן צו זיין רב אין קרית יואל

דאס האט געברענגט ציביסלעך רוב פון די עקסטרימיסטן אין סאטמאר זאלן ארויספאלן פון די פארטיי
אדער זאל ווערן ארויסגעווארפן דורך די רבי מיט די רב

אין יאר תשנ"ט האט די רבי (אדער די גבאי געוואנדען לויט וועלכע פארטיי) זיך אביסל צוהאנקעט מיט זיין זין און מ'האט אויפגענומען זיין 2טע זין ר' זלמן לייב צו זיין רב אין ווילאמסבורג ער האט שלום געמאכט מיט די עקסטרימיסטן.

דאס איז בקיצור נמרץ

יעצט צו נ"ק

אזוי ווי שוין פריער דערמאנט איז סאטמאר רב געווען אויסגעשפראכן אקעגען די מדינה
האט ער געהאלטן ס'איז דא א חיוב צו לאזן וויסן פאר די וועלט אז סאטמארע יודן זענען אקעגן מדינת ישראל
ער האט געמאכט פראטעסטן וכדומה

ווען סאטמאר רב האט געלעבט האט ער אליין האט געהייסן ווען מ'זאל מאכן פראטעסטן,

נאך סאטמאר רב איז אוועק זענען געקומען עקסטרעמע מענטשן זיי פאררופן זיך נ"ק
זיי זענען געגאנגען צו די אראבער זאגן אז יודן זענען נישט מיט מדינות ישראל און אונז האלטן נישט אז עס קומט זיך פאר אונז די לאנד ישראל דאס איז קעגן די תורה אונז זענען אויף ענקער זייט.

וואס דאס איז לכאורה געווען די שיטה פון סאטמאר רב ווי ער שרייבט אין זיין ספר א משל פון א פייער אין מיטן די נאכט,

די נייע סאטמאר רבי און רב האבן פארדאמט די אנשי נ"ק

אז הגם אונז האלטן אז די ארבער זענען גערעכט טאר מען נישט גיין צו זיי
ווייל סאטמארער רבי האט קיינמאל נישט געלאזט טוהן זאכן אהן אים פרעגן אין ער איז קיינמאל נישט געגאנגען צו די אראבער.

און די אראבער זענען אונזערע שונאים פונקט ווי מדינות ישראל

די אנשי נ"ק שרייען אז דאס איז געווען די רצון פון סאטמאר רב און אלעס וואס זיי זאגן שטייט אין ויואל משה (א ספר פארפאסט דורך סאטמאר רב רבי יואל )
און די נייע רבי'ס אין סאטמאר ווילן נישט זיין אזוי עקסטרעם ווי די אלטע רבי

און אויך טענה'ען זיי אז סאטמאר רב שרייבט אז מ'טאר זיך נישט פארלאזן אויף קיין רבי'ס ווייל די שטן אנטשטאט זיך צו פאַרלייגן אויף יעדען איינעם פארלייגט ער זיך אויף די רבי און יעדער וועט שוין ממילא נאכקומען וועגען דעים האט סאטמאר רב געהאלטן אז יעדער דארף אליין זעהן וואס די דעת תורה איז

אין סאטמאר איז אויך דא אזא מוסד וואס רופט זיך "נטרונא" וואס זיי האבן יא די שטיצע די סאטמערע קהילות, ביי א יעדע אראבישע פראגראם וועלן זיי פארדאמען די ציונים און נישט די אראבער וואס מ'האט זיי נעבעך פארטריבן פון זייער לאנד און מיטן מדינות ישראל אז זיי זאלן צוריק געבן די מדינה פאר די אראבער

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 3, 2024 1:30 pm

· #552461
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
מילך טראק: דו ביסט מער-ווייניגער גערעכט מיט דיין אפשאצונג. (60%). נאר ווען דו זאגסט אז סאטמאר רב האט געשריבן אין זיין ספר ויואל משה אז מ'זאל גיין צוזאמען מיט די אראבערס. ווייל זיי זענען גערעכט. און די ציונים האבן זיי בארויבט. דאס איז נישט אמת. ווייל דו וועסט נישט טרעפן אין גאנץ ויואל משה איין ווארט אז די אראבערס זענען גערעכט. און מזאל זיי שטיצן. אזוי ווי די נט"ק זאגן.

די סאטמאר'ע רבי'ס התנגדות איז געווען אקעגן די ציונים. נאר נישט אז די אראבערס זענען גערעכט. דאס איז בכלל נישט אריינגעקומען אין שמועס. כל שכן צו גיין צוזאמען מיט זיי ביי דעמאנסטראציעס. אדער זיך קושן און האלזן מיט די אויסגעשפראכענע שונאי ישראל.

מילך טראק » זונטאג מערץ 3, 2024 1:37 pm

· #552464
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
איך האב נישט געלערנט ויואל משה, אבער דאס פאמט נטרונא,
איך גלייב אז סשטייט אויך נישט אז מזאל נישט גיין מיט די אראבער ווייל אויב יא איז דאך נישט דא וואס זיך צו טענהענן, בקיצור סאיז א "גרעי עריא"

אסטראלאג » זונטאג מערץ 3, 2024 1:50 pm

· #552468
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
פאר די אלע וועלכע זענען אנגעבינדן לאורו של מאורן של ישראל רביה"ק זי"ע, ווייסן זייער קלאהר אז די רבי זייער שטארק געהאלטן, און ער איז בעצם געווען דער וואס האט עס מחזק געווען, אזוי האבן אפילו מעיד געווען די גאונים וצדיקים ממאנטיווידעא און וואוידעסלאוו רבי משה בער בעק, און נאך פילע.

יא, סקומט טאקע אויס זייער שלעכט פאר די סאטמאר קאמפעני אז מען רעדט קעגן ציונות, ווייל דאס קען שאטן זייערע שווערע מיליאן דיעל מיט די ציונים ימ"ש.

אלעס איז היינט מותר ביי מהרז"ל און זיין פראבלעם איז: נטורי קרתא וואס האבן נישט דאס מינדעסטע שיכות מיט אים, שוין שטארק ארויסגעברענגט דא אז ער האט פיינט אידישקייט פון די טיפעניש פון זיין הארץ. און ווען נישט ער וואלט געווען רבי וואלט ער %💯 געווען אפגעפארן. זיינע נאנטע זענען מעיד אז ער איז נישט קיין גלויביגער. און איז פול מיט האס קעגן יעדע "פרומער" וואס האט מיט אים אפילו בכלל נישט קיין שיכות...!
די הייליגע רבי זי"ע וואלט אים אראפגעלאזט א פראסק און זיך אויסגעשטרעקט ווי א טויטע שוויין

צועקים וזועקים » זונטאג מערץ 3, 2024 2:00 pm

· #552474
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
@אסטראלאג, אדער קענסטו נישט ר' זלמן לייב אדער ביזטו א טראל אדער ביידע..

אסטראלאג » זונטאג מערץ 3, 2024 2:03 pm

· #552476
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
צועקים וזועקים #
@אסטראלאג, אדער קענסטו נישט ר' זלמן לייב אדער ביזטו א טראל אדער ביידע..
א גוטן רעב איד, שוין געטאנצן אויף די פארענטשעס...? איך הער זאגן סבושות לעצטענס איז מהרז"ל זייער אומפאפולער.

יעדע ביזנעס האט זיך צייטן. זייט אייך מחזק. טאנץ ווייטער. די קאמפעני קען דיך גוט נוצן!
יעדע וואלענטיר ציילט!
בלאט: 1 2 3