תורה ודעת #דו ביסט גערעכט, אבער...לאמיר קלארשטעלן 1 נקודה.
"א מלחמה האט אייביג און וועט אייביג קאסטען בלוט".
ווי לאנג די עולם אין לאנד גייט זיין פארנומען אז סאלדאטען אין האסטעדזשעס קענען שטארבען גייט חאמאס האבען די אויבעהאנט.
ווייסט פארוואס?
ווייל צו געוואנען דארף מען זיין רוטלעסס.
מקען נישט וויינען א גאנצען טאג אויף פדיון שבויים און נפש אחת בישראל. זום ארויס, און באטראכט די גאנצע בילד.
זייט יהושע ווען מהאט באקומען א לאנד ביז היינט איז דאס די פאקט.
איך האלט חאמאס גייט געוואנען יעצט ווייל זיי פארשטייען די פשוטע כלל.
און ווילאנג די חברה און לאנד גייען זיין ביזי מיט 2 קינדער וואס זענען פארכאפט 'איז נישט מעגליך צו געוואונען'.
ווען ס'איז דיין זוהן, שטייסטו און דו שרייסט אנדערש.
ווען ס'איז דיין ברודער, שרייסטו אנדערש.
ווען ס'איז דיין נאנטע קאזין, שרייסטו אנדערש.
וכו'.
יעצט, יעדער משכון, האט משפחה, קרובים, ידידים, חברים, וועלכע קענען נישט קוקן גראד און קענען נישט זען די גאנצע בילד, זיי ווילן פאר יעדן פרייז אז זייער נאנטע זאל צוריקקומען און ווי שנעלער. טייל פון די משכונות האבן קינדער, ווייבער אדער מענער, און זיי לאזן הפקר דארט, מיינט אז די משפחה וועט זיין א גאנצע קעיס און ס'וועט אפקאסטן פיזיש און גייסטיש פאר זייערע ארומיגע.
יעדע משכון פארמאגט עטליכע הונדערט נאנטע, משפחה און חברים וכו', אדער חברים פון די נאנטע וכו'. מעגליך אפילו אז יעדער משכון פארמאגט טויזנטע חברים, כלי שני ושלישי וכו'. די אלע חברים און נאנטע מאכן נאויז, דרייען איבער א וועלט און מאכן א גערודער. די מדינה קען נישט שטיין קעגן זיי, ווייל אויב מען וועט זיי פלעין איגנארירן, וועט ווערן א סקאנדאל אין די מדינה, מען מוז ארויסווייזן געפיל.
און דאס איז א פראבלעם.