☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וידעת היום והשבות אל לבבך - אמונה וידיעה

וידעת היום והשבות אל לבבך - אמונה וידיעה

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5057

הוגה » זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:36 pm

· #158887
וידעת היום והשבות אל לבבך - אמונה וידיעה
הקדמה:
עס איז לעצטענס ווידער געווען שמועסן דא אין ק״ש בנוגע אמונה פשוטה ווס. אמונה מתוך הכרה וידיעה. @לעיקוואד וואלט זיכער געשריבן אז ס׳נישט נוגע ווייל א יעדער איינער גייט סייווי ארויס פון די דעבאטע מיט די זעלבע דעה ווי ער האט געהאלטן פריער. איך האלט אויך אזוי, און עס איז גאר נער׳יש צו פרובירן איבער צו רעדן א נישט גלויביגער צו גלייבן באמונה פשוטה, עס גרעניצט זיך מיט טיפשות. און דער תמים וואס גלייבט ביי די פערציג פופציג באמונה פשוטה ממש - אן קיין שום מחקר, איז א שאד יעדע מינוט וואס מען פרובירט יענעם אויפצוקלערן. ליינט און האט הנאה.



יעדער ווייסט אז עס זענען דא צוויי מהלכים אין אמונה. (אייגענטליך האט אמונה נאר איין אפטייטש, אבער מען רעדט דא כלפי די חיובי אמונה מצד די עיקרים וכדומה.) איין מהלך ווערט אנגערופן ״אמונה פשוטה״ וואס מיינט גלייבן אן פארשטיין, אן די אייגענע הכרה אדער אן הוכחות. די צווייטע סארט איז גלייבן נאכן שטודירן און אויפגעוויזן ווערן אין די נושא. מיר וועלן אנרופן דער צווייטע מהלך מיט די ריכטיגער צונאמען פון ״ידיעת השם״, על שם הכתוב וידעת היום ״והשבות אל לבבך״ כי הוי״ה הוא האלוקים אין עוד.

ביידע מהלכים האבן מעלות וחסרונות. די ״אמונה פשוטה״ מהלך האט די מעלה אז עס איז פעלזן פעסט עכ״פ ווילאנג מען האלט זיך גענצליך אויף דעם מהלך. אבער עס האט די חסרון אז די עבודת השם איז אן קיין לחלוחית. די ״ידיעה״ מהלך פון די אנדערע זייט, דער וואס קומט צו צו אמונה בשם ובתורתו מתוך ידיעה, איז זיין גאנצע עבודה גאר אנדערש מער מיט א חמימות ורצון. די חסרון איז אבער אז מען לייגט זיך אלץ אריין אין א מצב וואס קען אייך איבערלאזן מיט קושיות אן תירוצים, אן אמונה און אן קיין גאט.

פאר מיר גייען אריין וואס די ריכטיגע מהלך איז, דארף מען קלארשטעלן איין נקודה. עס איז נישט שייך צו זאגן פאר איינעם אז ער מוז האבן ״אמונה פשוטה״ ווייל אדער גלייבט ער אדער גלייבט ער נישט. פון הייסן יענעם גלייבן וועט עס נישט מער נתקבל ווערן ביי יענעם. למשל, איינער פארציילט אייך אן אומגלויבליכע מעשה וואס ווערט נישט נתקבל על הדעת, דערנאך נעמט יענער ארויס א ביקס און ער צווינגט אייך צו גלייבן. דו וועסט מן הסתם זאגן אז דו גלייבסט, אבער אמת׳דיג גלייבסטו נאך אלץ נישט. די זעלבע איז ווען יענער ווייזט דיר אויף אז עס איז לטובתך צו גלייבן. עס איז נישט שייך צו זאגן אז מען ׳מוז׳ גלייבן. מען קען דעבאטירן אויב עס איז בעסער צו גלייבן, מען קען פרעדיגן זאכן פאר קינדער/מענטשן מיט די האפענונג אז זיי וועלן גלייבן, מען קען אפילו זאגן אז איינער וואס גלייבט נישט איז א כופר. מען קען אבער נישט זאגן פאר יענעם ״דו מוזט האבן אמונה פשוטה״.

יעצט לאמיר צוריק גיין צום עיקר נושא. וועלכע פון די צוויי מהלכים איז ריכטיגער? זאל מען ענדערש גיין מיט די ״אמונה פשוטה״ מהלך אדער מיט די ״ידיעה״ מהלך? די ענטפער איז אז מען דארף ביידע. איך האב אויבן געשריבן אז ביידע האבן מעלות וחסרונות, אבער אויב גייט מען מיט ביידע מהלכים בלייבט מען איבער מיט די מעלות אן די חסרונות. עס זענען אבער דא דריי שלבים אין די קליטת האמונה ביים מענטש, און ביי יעדע מענטש איז די יארגענג און די זמנים אנדערש אבער פארט דארף עס גיין אין דער סדר.

שלב א׳:
ווען מען הייבט אן מיט א קינד איז נישט שייך אריינצוגיין אין די ענינים מיט קשיות, ראיות והוכחות. דאס קינד (לאו דוקא א קליין קינד, אמאל קען א מענטש בלייבן א קינד ביז די אכציג אויך.) דארף דאס נישט. עס איז אים גארנישט שווער. פונקט ווי מען פיטערט אים עסן און מען קויפט אים קליידער, אזוי דארף דאס קינד אז מען זאל אים פיטערן אמונה. זאג אים אז ס׳דא איין גאט, איבער די אבות, די גלות ויציאת מצרים, מעמד הר סיני און אפילו אמונות הכרחיות. אריינגיין אין הוחכות וראיות אז דאס קינד זאל מכיר זיין מעצמו טוט סתם גורם זיין פארן קינד אומזונסטע ווייטאג. פארשטייט זיך אז די פאקט אז דאס קינד איז ווי א נייר חלק וואס איז גרייט מקבל צו זיין וואס מען זאגט, גיבט נישט קיין רשיון צו באקן שקרים ושטויות.

שלב ב׳:
ווען די מענטש וואקסט אונטער (נישט פיזיש נאר אין שכל), עס הויבט אים אן צו ווינדערן, זאכן הייבן אן צו באדערן. דעמאלטס איז די צייט זיך מתבוננן זיין און לערנען איבער אחדות ומציאות השם, איבער די אמונה און צוצוקומען צו די ענינים מתוך הכרה עצמיות. בשעת׳ן אדורך גיין דער שלב איז זייער שייך אז די מענטש זאל אדורך גיין פעריאדן פון ספיקות. עס איז אקעי און נארמאל, א יעדער גייט דאס אדורך. מען דארף ווייטער ארבייטן, זוכן און זיך מתעמק זיין. ווען מען קומט אן צו געוויסע נקודות פון הכרה און מען זעהט איין א מעין דמעין פון גדלות השם, מען הייבט אן צו פארשטייט כטפה מן הים די מושג פון אין סוף, דאן הערט מען אויף צו האבן ערווארטונגען. מען הייבט אן צו פארשטיין די פשט פון דיו אילי ימי וכו׳, מען זעהט איין אז אפילו אויב מען וועט נאר עוסק זיין א גאנץ לעבן אין די ענינים וועט מען קיינמאל נישט אנקומען צום שלימות ההבנה. דאך, גיבט די באגרעניצטע ידיעה גענוג סיפוק צו גיין ווייטער מיט דער מהלך אויף ווי ווייט די שכל האנושי ערלויבט. איי, עס בלייבט אלץ איבער חלקים וואס בלייבן אומפארענטפערט און אומפארשטענדליך? דא קומט מען צום דריטע שלב.

שלב ג׳:
ביים דריטע שלב האלט ער שוין נאכן באקומען עפעס א מושג אין ידיעת השם. עס איז ווייט פון שלימות אבער עס איז גענוג פאר אים צו פארשטיין און מכיר זיין אין א מציאות וואס איז למעלה מהשגתינו ומהשגת כל אחד ואחד. וממילא קומט ער צוריק צו ״אמונה פשוטה״. יעצט נוצט ער די אמונה פשוטה דארט ווי זיין ידיעה איז מוגבל, דארט ווי זיין הכרה ענדיגט זיך און פון דארט אין ווייטער גלייבט אן קיין הכרה און אן קיין הבנה. עס איז אסאך שטערקער ווי די ערשטע אמונה, ווייל עס שטייט אויף די שטארקע יסודות פון זיין ידיעה.

(דברים אלו פשוטים מאוד, ושמעתי פעם שזה בפשטות מה שכותב הזוהר בפרשת וארא, עבודת האמונה בכלל ופרט. עיי״ש.)


סוף דבר:
לאמיר אריינגיין אין א מער פראקטישער שמועס, ולצורך הענין בין איך א איד א מאמין בשלימות און איך באגעגן מיין חבר כתריאל יוסף דער אויבער-חכם, ער גריבלט אין די ספרי מחקר און ער האט קושיות אויף די בריאה, אויף די תורה און אויף אונזערע קבלות ומסורה. איך גיב אים א גאנצע שמועס אז מען דארף האבן אמונה פשוטה. איך ערקלער אים אז איך בין אויך צוגעקומען צו מיין אייגענע הכרה אין מציאות ואחדות השם דורך חוקר זיין די ענינים אבער דארט ווי די שכל ענדיגט זיך דארף מען זיין א שוטה לפני המקום און גלייבן ווייל אזוי איז עס אן קיין הסברים. איך צייג אים אז אזוי שטייט קלאר אין די תורה, די רמב״ם שרייבט אזוי, אין חידושי הרי״ם שטייט אויך אזוי וכו׳. מצד כתריאל מאיר זענען מיינע ווערטער געווען די גרעסטע ליצנות. איך בין אים ״מכריח״ צו גלייבן מצד וואס עס שטייט אין די זעלבע תורה אין וואס ער גלייבט נישט. אין לך חוכא ואיטלולא יותר מזה!!! מצידי איז דאס אבער אולי יא געווען א ריכטיגע שריט צו טון, ווייל איך גלייב דאך יא אין די תורה, און איך גלייב אז מדין ערבות דארף איך טון כל מה שביכלתי אים צו מאכן גלייבן. די פראבלעם איז נאר אז מיט הייסן איינעם גלייבן ווערט יענער נאך נישט קיין גלויבער. אויב האב איך א חיוב יענעם צו מאכן גלויבן דאן דארף איך טון עפעס וואס וועט אים למעשה יא מאכן גלייבן.

איך זעה די איינציגסטער מהלך מיט אמונה פשוטה אזוי. דער וואס גלייבט באמונה פשוטה מעג און דארף חוקר זיין ביז ער איז אליינס מכיר אין גאט כנ״ל. אבער ער דארף געדענקן אז עס איז דא א גבול וויפיל מיר קענען פארשטיין און דארט ווי די הכרה ענדיגט זיך דארף זיך אנהייבן די אמונה פשוטה. אויך דארף מען וויסן אז אויב מען גלייבט נישט מיט די אמונה פשוטה דארט ווי די ידיעה איז מוגבל, דאן איז מען א מעגליכע (לא עיינתי בהסוגיא ככל הצורך) כופר. זאגן פאר יענעם אז יענער זאל גלייבן באמונה פשוטה האט נישט קיין שום זין, אויסער אויב דיין מטרה איז יענעם מודיע צו זיין אז ער איז א כופר. די איינציגסטע עצות מדין ערבות אין אזא פאל איז צו העלפען די אינו מאמין איינזעהן ווי מער מתוך הכרה וידיעה. אויך קען מען יענעם ערקלערן אז זיין א כופר פטר׳ט אים נאך נישט משאר המצוות. Although, אויב איז ער א כפר גלייבט ער לכאורה נישט אין תורה ומצוות סייווי, ממילא איז עס א שאד די צייט.




.

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:56 pm

· #158900
יש כאן דברים ארוכים מען קען אויף דעם שרייבען גאנצענע ספרים וספרי ספרים. נאר בקיצור נמרץ אויפקלערן אפאר וויכטיגע ענינים בענין זה.

1. פונקט ווי ידיעה האט אירע גרעניצען, האט אמונה פשוטה אויך אירע גרענעצען. און נאך פיל שטערקערע גרעניצען. דער הנחה וואס איר מאכט (און שטייט שוין פריער) אז אמונה פשוטה איז שטערקער, בין איך שטארק מסופק. עס איז שטערקער כל זמן וואס מען ליגט אין א סביבה וואס שרייט בוקר וערב דאס און לאזט נישט קיין צווייטער דעה האבען א קול בכלל. וואס דעמאלטס איז שווער צו זאגען אז איינער האט אמו נה בכלל ס'איז סתם אבער ברגע וואס מען איז אין א מצב פון א נסיון באמת אין א סביבה וואס פאמפט דאס נישט (ויש גורסים :ברעינוואשד נישט) איז פשוט אז דער וואס האט א ידיעה וועט זיך פיל שטערקער האלטען. און פארצייל מיר נשיט קיין מעשיות פון ר יוסף יעבץ ווייל דאס האט נישט קיין שום קשר. דארט רעדט זיך פון גענצליך אן אנדערע מציאות בכלל נישט פון 'אמונה פשוטה' ווערסוס 'ידיעה' כפשוט לכל מי שמכיר קורות העתים ההם ואכ"מ. אין אונזערע דורות קענען מיר זעהן ווי תמימות'דיגע תימנ'ער יידען למשל האט מען אזוי גרינג מעביר געווען על הדת מיט אפאר נארישע טענות אדאנק זייערע תמימות. משא"כ מער אויפגעקלערטע אשכנז'ישע אידען מיט זייער צינישקייט און אלעס האבען זיך פיל בעסער געהאלטען אין נסיונות.

2. עס איז נישטא אין ערגעץ א געזעץ וואס הייסט גלייבען נאר וואס איז מסתבר און מוכרח על פי שכל. דו מעגסט בכבוד גדול גלייבען אין די מעשיות וואס דיין באבע האט דיר פארציילט. און דו קענסט אפילו לאחר המעשה מסביר זיין שכל'דיג ווי דאס איז נישט אזוי נאריש און עס האט א מקום וכו'. אבער דאס גיט דיר נישט קיין רעכט לגבי א צווייטער. בשלמא ווען דו האלטסט אז דו האסט הוכחות און ראיות צו דיין אמונה, איז דאך דאס מחייב יעדער איינער, וויבאלד דאס איז אמת און דו קענסט דאס מוכיח זיין. ממילא קענסטו הרג'נען יענער אויכעט על סמך דעם. דער אמת לאזט דאך נישט קיין פלארעליזם. ווידער אויב ביסטו מודה אז דו ווייסט נישט, נאר דו גלייבסט וואס דיין טאטע האט דיר פארציילט, מוזטו דאך פארשטיין אז דער כינעזער האט פונקט די זעלבער רעכט צו גלייבען וואס זיין טאטע האט עם פארציילט און דו האסט נישט קיין שום טענה איבער עם, וועסט מוזען זאגען אנן בדידן ואינהו בדידהו און לעבן בשלום מיט יעדער איינער כי כל העמים ילכו וגו'. [דער יסוד זעהט מען אויך אין הלכה ווי דער רמב"ם וואס האלט אמונה שכלית איז פיל מער מחמיר אויף עובדי עבודה זרה און כופרים ווי אנדערע מער אמונה פשוטה'דיגע שיטות. וזהו הביאור בדבר].

3. דער מושג אז עס איז דא זאכען שלמעלה מהשגת אנוש, קען ארבעטן נאר לגבי איין זאך: מהות הבורא והנהגתו. דאס איז א מושג וואס איז למעלה מהשגה און עס לאזט זיך זאגען איך גלייב אין עם כאטש איך קען נישט האבען קיין ריכטיגע השגה אין עם. אדער בקיצור השגת המציאות ולא השגת המהות. ווידער אין שאלות פון היסטאריע, ווי למשל מעמד הר סיני, אדער תורה שבעל פה, אדער ביקורת המקרא, אדער אפשר אויף גיל העולם ואבולוציה. העלפט דיר בכלל נישט די טענה פון למעלה מהשגה. די שאלה ווי אלט די וועלט איז למשל אדער ווער האט געשריבען דער חומש, איז א פשוט'ע פאקטישע שאלה און עס קען נאר זיין איין אמת'ע תשובה. (ע"פ פשוט, בלי פלפולים יתירים). און דאס דארף מען מכריע זיין לויט וויאזוי מען קען. דער טענה פון למעלה מהשגה קומט בכלל נישט אריין אין דער שמועס און העלפט דא בכלל נישט. עס איז נאר שייך דא צו זאגען אמונה פשוטה כלומר אימון, אז איך גלייב און טראסט די היסטאריע המקובלת למשל הגם עס זענען דא קשיות נאמן עלי המסורת. אבער דאס איז זיכער אמונה שלמטה מן הדעת נישט שלמעלה מן הדעת. דא זעהט זיך אויס געשעהט דער טעות פון אן א שיעור וואס רעדן אין דער ענין וואס זיי שפרינגען גלייך פון מציאות הבורא ביז תפילין לייגען, בשעת וואס לאגיש לא קרב זה אל זה און עס אז דא אן א שיעור סטעפס וואס דארפן מקשר זיין איינס מיט דער צווייטער. אלעס וואס איר רעדט דא איז נוגע נאר מציאות הבורא, וואס אין דעם איז גאנץ גרינג מודה צו זיין. צו אמונה אין יהדות בכלל איז דאס נאך זייער ווייט.

דיין הו"א אז ווער עס גלייבט נישט באמונה פשוטה היכן שהשכל מוגבל זאל הייסען א כופר לא הבנתי וצריך בירור לאור היסוד שהנחתי. וואס גלייבט יענער נישט?

אחד העם » זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:52 pm

· #158917
וזה מה שכתבתי כבר במקום אחר פה בק''ש בענין אמונה פשוטה
אחד העם

אזא סארט מהלך איז בכלל נישט פארשטענדליך, עכ"פ און די יידישע רעליגיע, נמצא לפי זה אז מען גלייבט אינעם טאטן אבער נישט און גאט, אמת, אז אולי ערגעץ וואו למעלה בקודש קומט עס אן אז כאילו דער ערשטער פאטער האט געגלייבט און גאט, אבער פאקטיש דער זון, די שפעטערדיגע דורות גלייבן נישט און גאט, נאר און זייער פאטער, וכמובן איז דאס א סתירה מיט די יידישע רעליגיע,

ועוד, וואו אזוי האט דער ערשטער געגלייבט און גאט, אויך מיט אמונה פשוטה??, וואו די ברענגסט נאך, איז ער משבח אמונה מצד השמיעה והקבלה, דער ערשטער האט דאך נישט געהאט דאס, איז מוכרח אז דעם ערשטענ'ס אמונה איז געווען ע''י חקירה, והשתא דאתית להכי נמצא, אז די ריכטיגע אמונה איז ע''י חקירה, נאר אמונה פשוטה איז כאילו א היתר, אז מען דארף נישט טון די אלע חקירות נאר גלייב וואס מען זאגט דיר, אבער די ריכטיגע יידישע אמונה איז אך ורק ע''י חקירה, וואס איז דער מקור אויף דער היתר??, אז די כאפסט איז עס א היתר אז מען דארף נישט זיין קיין מאמין, דכבר הוכחנו אז כו''ע מודה אז אמונה מיינט חקירה, נא ווער האט פאברעצירט דעם היתר אז מען דארף נישט זיין קיין מאמינים??

און דאס וואס ער טענה'ט אז א מוגבל קען נישט פארשטיין א בלתי מוגבל, אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק פון דעם חיוב פון פארשטיין ביז וואו מ'קען יא פארשטיין??

ואגלה לך סודו של אמונה מהו, אז מען איז חוקר און מען קלערט.און אז מען דערגרייכט א נקודה וואס מען קען נישט דערגיין דארט הייבט זיך אן אמונה, אז די ביסט מאמין אז דיין שכל איז מוגבל און גאט איז א בלתי מוגבל, און נאר דעמאלטס הייבט זיך אן די אמונה אז דו ביסט מוגבל און גאט נישט, וזהו הביאור בדברי הרמב''ם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע, סנישט עפעס א שיינע מליצה'דיגער פראזע, אלא כמו שכתבתי, אז דו דערגרייכסט דער נקודה וואס דיין שכל גייט נישט ווייטער ווייסטו וואס דיין ידיעה איז, און דו ווייסט פון וואו און ווייטער דו קענסט נישט וויסען, אבער מען דארף וויסן וואס מען קען נישט וויסן, ווייל אויב דו גייסט אויף אלעם זאגן מען קען נישט וויסען, ווייסטו נישט באמת וואס מען קען נישט וויסען, נמצא אז דו האסט א פאלשע אמונה, ואמשיל לך משל, לו יצוייר אז דער ידיעה און שכל פון א מענטש האט סטעפס, כגון אויב דו וויסט אזוי סאך ביסטו אויף דער ערשטער סטעפ וכו', איז אויב דער ריכטיגער אמונה לאמיר זאגען הייבט זיך ביי סטעפ נומער פינף, און דו נעמסט דאס אויף סטעפ נומער דריי, איז דיין אמונה א פאלשע אמונה, און עס איז די זעלבע פאלש וואו איינער וואס נעמט דאס ווייטער, וד''ל .

די גאנצער אמונה פשוטה איז נישט געדעקט ביי די יידישע אקעדמיע, און עס איז נישט מער וואו עפעס א היתר.אז מען דארף נישט זיין קיין ריכטיגער מאמין,
[/quote]

אחד העם » זונטאג אקטאבער 27, 2013 6:29 pm

· #158920
לעיקוואד


דיין הו"א אז ווער עס גלייבט נישט באמונה פשוטה היכן שהשכל מוגבל זאל הייסען א כופר לא הבנתי וצריך בירור לאור היסוד שהנחתי. וואס גלייבט יענער נישט?

איך ווייס נישט פונקט פון וואס הוגה רעדט, אבער אויב במקום וואו דער שכל ווערט מוגבל און קען נישט מער חוקר זיין בנוגע הבורא, און מען דארף צוקומען צו א געוויסע מסקנא, און זיין מסקנא איז נישט בכיוון האלוקי, אולי ער איז א כופר, כגון, איינער וואס שטודירט די יקום, און די סייענטס האט אים פארענטפערט אלע.חומרים, אז די זאך איז א תוצאה פון די צוויי געז וואס דאס קומט פון אן אנדערען סארט געז וכו' וכו', ביז ער איז אנקומען צום קלענסטען חומר און זיין פראגע וואס /ווער האט דאס באשאפען, ווערט אים נישט פארענטפערט ע''פ שכל, דארף זיין מסקנא זיין אז גאט האט דאס באשאפען, (בסוגריים;ואל תטעו, אז אויב מען קומט צו אז גאט האט באשאפען דעם ערשטען פיצעלען חומר פאלט מען אפ פון אלע הכרחים און.מסקנות וואס מען האט געהאט ביז אהין, דהיינו, מקען און מען דארף בליבען ביי די סייענטס בז די חומר וואס זיין שכל דערגייט נישט וואס איז דער שורש פון דעם, און דעמאלטס פאדערט זיך צו מאכן א מסקנא נישט דווקא געבינדען מיט שכל, דארף.זיין מסקנא זיין אז גאט האט דאס געמאכט, אבער זיים אמונה'דיגער מסקנא גייט נאר ארויף אויף דעם חלק וואס עס האט זיך געפאדערט א מסקנא ודו''ק, וכן הוא בכל הענינים)

הוגה » זונטאג אקטאבער 27, 2013 6:46 pm

· #158922
לעיקוואד, במושכל ראשון זעהט אויס אז דו ווילסט דיך קריגן מיט מיר, אבער למעשה זעהט מיר אויס אז מיט כמעט אלעם (עכ"פ די עיקר נקודות) זענען מיר איינשטימיג, כמו שאבאר בקיצור על פי הסדר. תקן אותי אם אני טועה.

1) ביארתי כבר למעלה אז אמונה פשוטה אליינס איז נאר גוט אויב קען מען גיין גענצליך מיט דעם, דהיינו עס איז דיר קיינמאל גארנישט שווער. היות אבער עס איז אומעגליך, פיר איך טאקע אויס אז אמונה פשוטה אן ידיעה אינו שווה כלום. אמונה פשוטה מיט ידיעה איז די בעסטע, כי טובים השנים מן האחד.

2) דא שרייבסט דו ממש וואס איך זאג. דער נקודה איז געווען מיין מטרה פארן שרייבן די גאנצע מאמר.

3) ווען איך שרייב אז עפעס איז למעלה מהשגה מיין איך נישט דייקא אז עס איז אומעגליך משיג צו זיין מיט שכל האנושי, נאר אז דער מענטש אין יענע מצב האט עס נאך נישט משיג געווען. ביי אים איז זיין שכל וידיעה נאר ביז דא, פון דא און ווייטער גלייבט ער דערווייל באמונה פשוטה, ביז ער וועט פארשטיין און מכיר זיין מער. לדוגמא, ביקורת המקרא, ווען מען הייבט אן איז דא פופציג קושיות און עטליכע הווה אמינא'ס, עס ווערט אבער נישט אלעס פארענטפערט אין איין טאג אדער אין איין וואך. ביז דערווייל זענען די אומפארענטפערטע קושיות למעלה מהשגותיו און צו דעם באנוצט ער זיך דערווייל מיט אמונה פשוטה. הבנת?

בנוגע מיין הוו"א אז ווער עס גלייבט נישט באמונה פשוטה היכן שהשכל מוגבל אז ער זאל הייסן א כופר, לא תמכתי דברי בשום ידיעה חוץ מפטפוטי דברים של שותי קפה אמיתי. אדרבא, איך האף אז איינער וועט מברר זיין דער ענין על בריו, טראץ דעם וואס בעצם אין נ"מ בזה.



.

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:26 pm

· #158947
אמונה פשוטה שטימט מיר סיי מצד די מצווה און סיי מצד די נצטווה.
דער מצווה ווייסט אז ער איז מצווה דעם אמת, און ער ווייסט אויך אז עס איז נישט אזוי גרינג זיך צו דערגרונטעוון צו דעם אמת. דעריבער איז ער מצווה אז מען זאל נישט אזוי שטארק פרובירן צו זיין אביעקטיוו, ווייל די נושא לאזט זיך נישט דערגרייכן מיט אן אביעקטיווע קלארקייט. צו איז דאס אחדות מציאותו, צו דאס איז די היסטארישע פאקטן.
מצד די נצטווה, דארף מען געדענקען אז רובא דרובא מענטשען דארפען גאר א שטארקער שטיפ צוצוגיין אביעקטיוו צו סיי וואס.
לדוגמא, ווען מיר אלע זאלן קלאר וויסן אז עס איז זיסער און געשמאקער צו בלייבן אינעם סיסטעם ריגארדלעס צו ס'איז אמת צו נישט, וואלטן געווען זייער ווייניג וואס וואלטן חוקר געווען אינעם נושא.
ווער פון אונז איז חוקר אינעם אמת פון קאפיטאליזם? אלא וואס דען, אז עס פארט גוט פארוואס חקרנ'ן.
איז אויב אזוי נישט צו שווער צו טוהן דאס מיר טוהן אויף רוב זאכען און אונזער לעבן. מיר לאזן זיך ווערן משוכנע.


ולפי זה אין הכרח לכל דברי הרה"ג לעיקוואד יצ"ו.

אויף נקודה 1 איז דער ענטפער אז קוק נאר קוק ווי א יענקי פען פייערט פאר זיין טיעם אהן קיין שום אביעקטיווקייט, ובחלותם לובש שק. דאס זעלבע איז ביי כמעט אלע רעפובליקענס אדער דעמאקראטן.

אויף נקודה 2 איז לעיקוואד'ס טעות דאס נישט פארשטיין אז א סוביעקטיווע מסקנא קוקט אויס פינקט אזוי אמת פאר דעם משוכנע, פינקט ווי אן אביעקטיווער מסקנא. דער רעפבליקאנער האלט מיט א 'קלארקייט' אז אבאמא מאכט חרוב ונחרב דאס לאנד. ער זאגט לגמרי נישט קיין אינהו בדידהו.

נקודה 3, געוויס קען מען זאגן אמונה פשוטה דהיינו זיך לאזען ווערן משוכנע, עד כדי אז עס ווערט ביי אים אן אמת לאמיתו, אויף סיי וואסארא ענין ווי די היפך איז נישט ממש מוכח כשמש בצהרים

הוגה » זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:34 pm

· #158971
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דיין צושטעל מיט ריפאבלעקאנער און יענקי פענס איז, אבער די רעשט פון דיינע נקודות ביסטו (מעגליך) גערעכט, אבער נאר ווילאנג די נצטווה גלייבט. אויב גלייבט ער נישט וועט קיין שום שיכנוע נישט העלפן גלייבן אויסער ראיות והוכחות ברורות. מען קען נישט משכנע זיין איינעם אז ס'לוינט אים צו גלייבן, אדער גלייבט ער אדער נישט. פונקט טאקע ווי דיין דוגמא, מען דארף נישט משכנע זיין קיינעם אז קאפאטיליזם ארבייט היינט צוטאגס מיט ראיות ברורות ווייל ער גלייבט סייווי דערין (און עס איז אויך דא הוכחות ברורות). גיי אבער פרוביר משכנע זיין איינעם אז עס איז לטובתו צו גלייבן אין קאמוניזם. אדער גלייבט ער אדער נישט.

עמוס » זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:53 pm

· #158972
בנוגע די אלטע פולמוס איבער אמונה און ידיעה וועל איך איבער'חזר'ן מיין מיינונג, דא וועל איך שרייבן מצד ההיסטוריה, ועל פי שלשה עדים יקים דבר:
א) איך שטעל זיך פאר אז מען האט שוין געברענגט די ריכטיגע רייד פון ר' יוסף יעבץ אויף אנדערע ערטער, פונדעסטוועגן איז כדאי צוצוברענגען און כסדר זיך חזר'ן די דורכגרינגליכע ווערטער: ביים גירוש שפאניע האט זיך ארויסגעוויזן אז די תמימי לב וואס טראכטן נישט טיף און גלייבן פשוט ווייל מען האט זיי געהייסן גלייבן, זיי זענען געבליבן מיט די אמונה, משא"כ די קלוגע אידן וואס האבן שטענדיג גע'חקר'נט האט זיך דעמאלט ארויסגעוויזן אז זיי האבן א שוואכע אדער בכלל נישט קיין אמונה.
ב) אזוי האט מען אויך געזען ביי די השכלה, וואס היסטוריה האט קלאר געוויזן אז די אלע וואס האבן געליינט און געלערנט און זיך אינטערעסירט אין די חכמות העולם, די האבן עווענטועל פארלוירן די אמונה. משא"כ די אלע וואס האבן געגלייבט מיט אמונה פשוטה און געבליבן נאריש, די האבן זיך געהאלטן פעסט ביי אידישקייט.
ג) היינטיגע צייטן זעען מיר אויך אז די אלע מאדערנערע קרייזן וואס שטודירן אין אוניווערזיטעטן, פון זיי פאלט שטיקער, און פון די וואס זענען פארמאכט צו די וועלט, דוקא זיי האלטן זיך אדוק צו אידישקייט.
תמצית היוצא: אויב מען וויל ווערן קלוג, פארלירט מען די אמונה.
וואס איז די עצה? אמונה פשוטה. סתם גלייבן ווייל מען איז א נאר. נאר אזוי וועט זיך האלטן אידישקייט. והנסיון יוכיח. פוק חזי מאי עמא דבר, די נערנים אין בית המדרש זענען די גרעסטע מאמינים קיצוניים.

פוןדעסטוועגןדאך » זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:55 pm

· #158974
א רעפבוליקאנער שווערט זיך מיטן אמת פון רוש לימבאוי אפי' אויב ער האט דאס לגמרי נישט אדורכגעטון אביעקטיוו.
די קאמפעינערס ווייסן דאס גוט. מען פרובירט נישט פילאזאפירן די גערעכטיקייט פון קאנסערוועטיוון אדער ליבערלאיזם. א פרעזידענטשעל דיבעיט ווערט געוואנען אדער פארלוירן לויט ווער עס שטעכט בעסער דעם צווייטן. אלעס איז שיכנוע נישט מצד די שכל דערין.

נאך א נקודה, דו רעדסט פון משכנע זיין. איך רעד פון זיך לאזען ווערן משוכנע, טראכט גוט דעם חילוק.
פרוביר משכנע זיין א געשוואוירענער רוש לימבאוי פען, נישט מעגליך. דער זעלבער רוש לימבאויער אבער, אויב וויל ער, וביותר אויב עס קומט אים אויס א גרויסע טובה, קען זיך שטייטליך לאזן משוכנע ווערן און אריבערגיין צום צד השני.
יא לעצטעס יאר האט ער 'געגלייבט' באמונה שלימה אין לימבאוי, יעצט אבער נאכן זיך דערלאזן ווערן משוכנע שווערט ער זיך ביי הוסעין אבאמא, מיט די זעלבע שטארקע אמונה.

אחד העם » זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:45 pm

· #158986
פוןדעסטוועגןדאך

אמונה פשוטה שטימט מיר סיי מצד די מצווה און סיי מצד די נצטווה.
דער מצווה ווייסט אז ער איז מצווה דעם אמת, און ער ווייסט אויך אז עס איז נישט אזוי גרינג זיך צו דערגרונטעוון צו דעם אמת. דעריבער איז ער מצווה אז מען זאל נישט אזוי שטארק פרובירן צו זיין אביעקטיוו, ווייל די נושא לאזט זיך נישט דערגרייכן מיט אן אביעקטיווע קלארקייט. צו איז דאס אחדות מציאותו, צו דאס איז די היסטארישע פאקטן.

כפארשטיי נישט וואס די רעדסט, על זה גופא אנו דנין, על אמיתת המצווה און ווי אזוי צו גלייבען אונ'ם.מצווה, איז סאלווסטו נישט דעם פראבלעם, פאר וועלכע סיבה זאל איך אנעמען דעם ציווי ווייל איך פארשטיי דעם מצווה אדער ווייל איך.גלייב דעם מצווה, און ביסט סתם אזוי נישט גערעכט, דכבר כתבתי במק''א אז אמונה פשוטה איז זיכער נישט דער ארגינעילער אמונה, אברהם, פון די ערשטע מאמינים, ובפשטות (כבר דנו הרבה מה בדיוק היה אמונת אברהם, ואם בכלל קיים מצוות.אמונה ואכמ''ל) האט ער מקיים געווען מצוות אמונה, און זיין אמונה איז געווען ע'י חקירה ווייל.באמונה פשוטה האט ער נישט געקענט גלייבען אפי' ער האט געוואלט, ומהיכי תיתי לומר אז.דער ציווי איז גאר אמונה פשוטה,

פוןדעסטוועגןדאך

לדוגמא, ווען מיר אלע זאלן קלאר וויסן אז עס איז זיסער און געשמאקער צו בלייבן אינעם סיסטעם ריגארדלעס צו ס'איז אמת צו נישט, וואלטן געווען זייער ווייניג וואס וואלטן חוקר געווען אינעם נושא.

אז מען וואלט געוואוסט קלאר וואלט עס געווען אמת, דאם לאוו וואלט מען נישט געוואוסט קלאר, און אז מען וואלט נישט געוואוסט וואלט מען יא חוקר געווען, אזוי ווי מען טוט טאקע,
פוןדעסטוועגןדאך

ווער פון אונז איז חוקר אינעם אמת פון קאפיטאליזם? אלא וואס דען, אז עס פארט גוט פארוואס חקרנ'ן.
איז אויב אזוי נישט צו שווער צו טוהן דאס מיר טוהן אויף רוב זאכען און אונזער לעבן. מיר לאזן זיך ווערן משוכנע.


ולפי זה אין הכרח לכל דברי הרה"ג לעיקוואד יצ"ו.

אויף נקודה 1 איז דער ענטפער אז קוק נאר קוק ווי א יענקי פען פייערט פאר זיין טיעם אהן קיין שום אביעקטיווקייט, ובחלותם לובש שק. דאס זעלבע איז ביי כמעט אלע רעפובליקענס אדער דעמאקראטן.

דאס איז נישט פארבונדען מיט אמת, בסה''כ תלויה.ברגשי בני אדם, און וואס פאר א ראי' איז דאס בנוגע ווי אזוי צו גליבען און א זאך.וואס מען.דארף.האלטען.אז.עס איז אמת
פוןדעסטוועגןדאך

אויף נקודה 2 איז לעיקוואד'ס טעות דאס נישט פארשטיין אז א סוביעקטיווע מסקנא קוקט אויס פינקט אזוי אמת פאר דעם משוכנע, פינקט ווי אן אביעקטיווער מסקנא. דער רעפבליקאנער האלט מיט א 'קלארקייט' אז אבאמא מאכט חרוב ונחרב דאס לאנד. ער זאגט לגמרי נישט קיין אינהו בדידהו.


קענסט האלטען אזוי מיזט אבער נישט האלטען.אז עס אמת, קענסט זאגען די שפירסט אזוי, אויב האט עס נישט קיין ראיות.ברורות.איז נישט שייך קיין ציווי צו גלייבען און דעם
פוןדעסטוועגןדאך

נקודה 3, געוויס קען מען זאגן אמונה פשוטה דהיינו זיך לאזען ווערן משוכנע, עד כדי אז עס ווערט ביי אים אן אמת לאמיתו, אויף סיי וואסארא ענין ווי די היפך איז נישט ממש מוכח כשמש בצהרים

קענסט מיר מסביר זיין ווי אזוי מקען ווערן משוכנע און זאך אן קיין ראיות והוכחות ברורות, דיין טעות איז דער דמוין פון פענ'ס צו אמונה, קענסט אפשר.איינעם מאכן שפירען די זעלבע וואו די אבער ווערן איבער געוויזען איז נאר עם ראיות ברורות ואמיתיות

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:58 pm

· #158991
הוגה, אז מיר דינגען זיך נישט איז אוודאי גוט. איך האב נישט געמיינט דווקא זיך צו דינגען, נאר מברר זיין די נקודות שכתבתי.

לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:00 am

· #158992
עס איז מיר גאר מאדנע ווי קלוגע מענטשען שעמען זיך נישט אויסצורופען בפירוש אז די אלע קלוגע מענטשען זענען אפגעפארען און געווארען כופרים און נאר די נארנים זיי זענען געבליבען מיט א פעסטע אמונה ,און דאס נאך נוצען אלץ א חיזוק אין אמונה, אדער מחזק זיין א געוויסע וועג אין אמונה.זאגסט דאך מער ווייניגער מען דארף זיין א נאר צו גלייבען, נו נניח עס איז אזוי, און אין דעם גופא בין איך גאר מסופק ,מאך כאטש א שווייג דערפון, צו זיין אזא טיפש און דאס נאך אויספויקען אין די גאסען? ?אתמהה .

יאיר » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:02 am

· #158993
לעיקוואד
עס איז מיר מאדנע ווי קלוגע מענטשען שעמען זיך נישט אויסצורופען בפירוש אז די אלע קלוגע מענטשען זענען אפגעפארען און געווארען

נו, אז די קלוגע מענטשן זאגן אזוי, מסתם ווייסן זיי וואס זיי רעדן...

עמוס » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:05 am

· #159000
לעיקוואד
עס איז מיר גאר מאדנע ווי קלוגע מענטשען שעמען זיך נישט אויסצורופען בפירוש אז די אלע קלוגע מענטשען זענען אפגעפארען און געווארען כופרים און נאר די נארנים זיי זענען געבליבען מיט א פעסטע אמונה ,און דאס נאך נוצען אלץ א חיזוק אין אמונה, אדער מחזק זיין א געוויסע וועג אין אמונה.זאגסט דאך מער ווייניגער מען דארף זיין א נאר צו גלייבען, נו נניח עס איז אזוי, און אין דעם גופא בין איך גאר מסופק ,מאך כאטש א שווייג דערפון, צו זיין אזא טיפש און דאס נאך אויספויקען אין די גאסען? ?אתמהה .

די וואס רופן אויס דעם אמת דארפן זיך נישט שעמען. זיי זאגן פשוט טרוקענע פאקטען וואס איז ברור לעיני כל רואה, וכמו שהוכחתי. לויט אייך קומט אויס חס ושלום אז אויב דער אמת איז נישט באקוועם דארף מען עס באהאלטן. אויף דעם קלאגט דער נביא ישעיהו:
שִׂפְתוֹתֵיכֶם, דִּבְּרוּ-שֶׁקֶר--לְשׁוֹנְכֶם, עַוְלָה תֶהְגֶּה. אֵין-קֹרֵא בְצֶדֶק, וְאֵין נִשְׁפָּט בֶּאֱמוּנָה... כִּי-כָשְׁלָה בָרְחוֹב אֱמֶת, וּנְכֹחָה לֹא-תוּכַל לָבוֹא. וַתְּהִי הָאֱמֶת נֶעְדֶּרֶת, וְסָר מֵרָע מִשְׁתּוֹלֵל.

פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:29 am

· #159002
אחד העם,
אויף נקודה 1- וואס פארשטייסטו נישט? ווען מען איז מסביר מצד די מצווה , פרעג נישט פאר א הסבר מצד די נצטווה. פאוואליע, איך קום צו צום נצטווה אויך. איך בין קודם מסביר פארוואס א מצווה זאל אזוי אוועקשטעלן.

אויף נקודה 2- עס איז זייער יתכן אז מצד פראקטישקייט און געשמאק, לעבט זיך בעסער אין א סיסטעם וואס איז לאו דוקא אמת.
מיין פוינט מיט דעם איז אז מען חקר'ט נאר ווייל מען קוקט אהן די סיסטעם אונזערע ווי א מעגליכע אומזיסטע משא. אבער דער נקודה איז נישט אזוי וויכטיג צום ענין.

3, עס איז שוין איינמאל פארבינדען מיטן אמת. יעדער יענקי
פען וועט אייביג זעהן דעם אמת אין יעדע קאנטערווערסעל פסק פועם אומפייער, אז די יענקי'ס זענען גערעכט. בעיקר איז מיין ראי' פון רעפובליקנ'ס און דעמאקראטן. וויפל אביעקטיווע ביכער
האבן די אלע געשוואוירענע רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן געליינט אויף די נושא איידער זיי שרייען און שווערן זיך אין זייער 'אידאלאגיע'? איך ווייס נישט אויב אפי' איינס.
מענטשען ארבעטן נישט צו פיל מיט לאגיק. מען איז זיך משכנע צו דעם אמת וואס ארבייט פאר זיך דאס בעסטע.
ממילא איז בכלל נישט שווער וויאזוי צו עסן א צווי פון גלייבן . פונקט ווי דיין רצון פון בלייבן גערעכט קען דיך משכנע נאר צו זעהן דיין זייט דא, וכן לגבי מיר, אזוי אויך קען דיין רצון פון זיין א וואוילע אינגעל, און זיין אן אנשטענדיגע און רעספעקטירטע חבר אין דיין געזעלשאפט, דיך משכנע זיין זיך צו לאזן ווערן פארבלענדעט און צוביסלעך זיין משוכנע אז דאס איז די אמתדיגסטע אמת וואס די וועלט פארמאגט.

אמונה פשוטה, וואס די ראשונים רעדן, אפעלירט נישט צו אביעקטיווער אמת. מען ניצט אלע מיטלן דיך צו האלטן דא.פונקט ווי די וואלסט געטאן מיט דיין צען יעריג קינד.
די וועלט איז נישט פיל מיט אביעקטיווע חכמים.
4- וויפל הוכחות דארף איך דיר ברענגען אז איינמאל א מענטש איז משוכנע, וועט ער שוימען מיט די ליפן יעדס מאל אבאמע/אהרן/זלמן לייב וועט טוהן עפעס. נישט קיין נפקמ אויב זיין שיכנוע איז נישט צוגעגאנגען ווי א פראפעסער וואס ליינט אסאך אביעקטיווע ביכער און וועגט אפ יעדע צד באמת.
5 דו פרעגסט וויאזוי קען א מענטש ווערן משוכנע אהן קיין ראיות ברורות. קום מיט מיר מארגען אין אן ארוני/זלוני שול און פרעג יעדן פון זיי. דערנאך גיי צו בוש/אבאמא און פרעג זיי.

לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:48 am

· #159004
עמוס, מה ענין שמיטה לחביתה?
אויב גלייבסטו אין אן אמונה וואס מען ברויך זיין א נאר צו גלייבען דערין, איז אפשר זייער שיין אז דו פארציילסט דער אמת אז דו ביסט א שטאלצער נאר און דו גלייבסט אין דעם, אבער עס בלייבט גאנץ נאריש צו גלייבען אין דעם כל שכן צו גיין פארציילען אזוי מיט די גאנצע שטאלץ. דאס הייסט געהעריג פורים געמאכט פון זיך און פון די אייגענע אמונה. עס איז צייכענבאר אז דו שעמסט זיך נישט פארציילען דער אמת, עס איז אבער בערך ווי דער שטאט'ס נאר וואס שעמט זיך נישט ארומגיין מיט א שילד אז ער האט געוואונען דער טיפשות פארמעסט.

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:52 am

· #159005
לעיקוואד
עס איז מיר גאר מאדנע ווי קלוגע מענטשען שעמען זיך נישט אויסצורופען בפירוש אז די אלע קלוגע מענטשען זענען אפגעפארען און געווארען כופרים און נאר די נארנים זיי זענען געבליבען מיט א פעסטע אמונה ,און דאס נאך נוצען אלץ א חיזוק אין אמונה, אדער מחזק זיין א געוויסע וועג אין אמונה.זאגסט דאך מער ווייניגער מען דארף זיין א נאר צו גלייבען, נו נניח עס איז אזוי, און אין דעם גופא בין איך גאר מסופק ,מאך כאטש א שווייג דערפון, צו זיין אזא טיפש און דאס נאך אויספויקען אין די גאסען? ?אתמהה .

די זעלבע קשיא האב איך אלעמאל אויף די רעפאבליקאנער. זיי באקלאגן זיך אייביג אז אלע קאלעדזש פראפעסארן, סייענטיסטס, זשורנאליסטן, און בכלל רוב קאלעדזש שטודירטע מענטשן זענען לינק/ליבעראל גענויגט. זיי כאפן אבער נישט אז הא גופא קשיא. פארוואס אלע קלוגע שטודירטע מענטשן ווערן אוטאמאטיש ליבעראלן? ווייזט דאס דען נישט אז עפעס טויג נישט מיט די אידיאלאגיע פון קאנסערוואטיוון?
דער פאקט אז רוב פון אקאדעמיקער און שטודירטע מענטשן ציט צו ליבעראליזם וואלט געדארפט אנצינדן א רויט לעמפל פאר די רעכטע.

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:03 pm

· #159051
@אליצפן, לאוו דווקא. ס'איז מעגליך אז דאס זיך פאררופן א ליבעראל איז פשוט אין דער מאדע אין די אינטעלעקטואלע קרייזן, און היות מיר מענטשן האבן א נטי' צו פרובירן זיך צופאסן צו דער צייטגייסט, גייט מען מיט'ן ווינט. (ס'איז נישט מוכרח אז דאס איז די סיבה צום ליבעראליזם, אבער ס'איז שטארק מסתבר לענ"ד.)

@הוגה, זייער גוט געזאגט און שיין צעלייגט. איך וואלט מוסיף געווען, אז אמונה פשוטה און אמונה מתוך חקירה קומען דינען צוויי באזונדערע צוועקן, און איינס איז נישט קיין סתירה צום אנדערן (אזוי לאנג ווי די חקירה פירט נישט אראפ פון די רעלסן, כמובן). ווייל דעם אויבערשטן קען מען נישט געפינען מיט חקירה, וואס איז א פראדוקט פונעם מוגבל'דיגן שכל. חקירה קען נאר נאענטער ברענגען די ידיעה שבלא נדע. אין א וועג, איז אמונה פשוטה אין דעם הינזיכט שטארקער, ווייל היות ס'איז נישט שכל, איז עס נישט אזוי מצמצום ווי דעם שכל. אמונה פשוטה איז טאקע נישט "לאגיש"; איז זי אבער ברייטער.

נאך אלעם איז אמונה נאר גוט אויף אזויפיל צו פירן דעם מענטש צו פילן א ביטול כלפי דאס וואס איז גרעסער ווי אים און דער בריאה, און וואס ער קען נישט משיג זיין. חקירה ברענגט נאענטער דעם שכל צו דער הכרה; אמונה פשוטה איז דער שפרינג-ברעט אריבער אהין, דארט וואו דער מוח האט נישט קיין צוטריט.

@לעיקוואד, איך מיין אז דיינע נקודות זענען גענוג גוט ווי זיי זענען, און עס פעלט נישט אויס זיי צו באווירצן מיט סארקאזם. די צוגאב-שטעכן זענען נישט שלעכט, אבער דיין נקודה ווערט נישט זעלטן לכבוד דעם פארפאסט. זיי געבן אויך גארנישט צו צו דיינע בעצם ניש'קשה'דיגע תגובות. גיב נאר א פרואוו 🙂

זאל_זיין » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:11 pm

· #159054
אמונה פשוטה קען נישט מיינען צו זיין א נער און גלייבען ווייל פארוואס זאל איך און וויאזוי קען מען דאס פארלאנגען פון א מענטש
אמונה פשוטה מיינט אז דיין אמונה זאל זיין "פשוט" ביי דיר און די וועג דאס צו דערגרייכען איז מיט ידיעה
הוגה,דיין קשיא וויאזוי מקען פארלאנגען צו גלייבען אויב גלייבט מען איז דאך גוט און אויב נישט גלייבט עד דאך נישט אז סאיז דא א מצוה צו גלייבען
די ראשונים פרעגען דאס און דער תירוץ זיי געבען איז אז די מצוה פון אמונה איז צו זיין אביעקטיוו נישט צו ארויס רייסן אמונה מיט ליינען ספרים חיצונים אדג

פאריז » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:13 pm

· #159055
הוגה
הקדמה: ביידע מהלכים האבן מעלות וחסרונות. די ״אמונה פשוטה״ מהלך האט די מעלה אז עס איז פעלזן פעסט עכ״פ ווילאנג מען האלט זיך גענצליך אויף דעם מהלך. אבער עס האט די חסרון אז די עבודת השם איז אן קיין לחלוחית. די ״ידיעה״ מהלך פון די אנדערע זייט, דער וואס קומט צו צו אמונה בשם ובתורתו מתוך ידיעה, איז זיין גאנצע עבודה גאר אנדערש מער מיט א חמימות ורצון. די חסרון איז אבער אז מען לייגט זיך אלץ אריין אין א מצב וואס קען אייך איבערלאזן מיט קושיות אן תירוצים, אן אמונה און אן קיין גאט.


יא, עס איז טאקע דא חילוקים צווישען ביידע מהלכים באמונה, אבער דאס איז נישט איינע פון די חילוקים.

מען קען האבן אמונה בשם ובתורתו מתוך ידיעה, און זיין א פראסטער יונג אן קיין לחלוחית און דאס דאווענען זאל נישט מער מער ווי צוואנציג מינוט אד"ג.
און מען קען פון די וואס האבן אמונה פשוטה, אבער זיין גאנצע איז מיט א לחלוחית און חמימות ורצון, מען לעבט מיט השי"ת, א דאוואנען איז א דאווענען, אד"ג.

הקיצור, אופן האמונה האט נישט קיין שייכות אדער השפעה אויף די עבודה און די מעשים פינעם מענטש, עס איז דא אנדערע חילוקים ווי עס כאפט א נפק"מ.

זאל_זיין » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:19 pm

· #159057
א שיעור "פארוואס אטעאיסטן גלייבען און נערישע זאכען"

<a class="postlink" href="http://teachittome.com/shapiro/shapiro_atheists.mp3">http://teachittome.com/shapiro/shapiro_atheists.mp3</a>

גאנצל » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:03 pm

· #159090
איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די זאך אבער לכוארה פארשטיי איך אז אמונה פשוטה האט צוויי אפטייטשן איינס איך האק דיר אריין אין קאפ גלייב דעס און דעס און איך זאג עס איבער 100 מאל אויף 100 וועגן אז זאלסט ניטאמאל קענען זאגן איין טאג אז איך פארשטיי נישט איך געב דיר נישטאמאל די אפשען אנצוקומען צו דעם פראז "אז דו דארפסט גלייבן צו דו פארשטייסט יא אדער נישט" קלאפ אויף דיין מויל וואס הייסט דו פארשטייסט נישט נישטא אזא זאך דו פארשטייסט נישט מ'באקומט אזא מין מורא פון זאגן איך פארשטיי נישט. וואס די וועג איז גוט פאר קינדער אין די יונגע יארן און פארווער ס'וויל בלייבן אזוי ביז די 120 ותבא עליו ברכה טאמער איז ער באמת צופרידן אזוי און דינט דעם אויבערשטן באמת ובשמחה

אדער איז דא אזעלכע וואס גלייבן וואס מ'זאגט זיי מיט'ן געדאנק אז איך גלייב וואס מ'זאגט מיר און וואס מ'געט איבער מדור דור איך גלייב אז קאלאמבאס האט אנדעקט אמעריקא ווייל איינער האט מיר געזאגט אז ער האט דאס נאכגעקוקט און נאכגעפארשט און ער האט שטארקע ראיות דערויף נו יעצט אז איך גלייב אים און איך גיי עס נישט אליין נאכקוקן פעלט מיר עפעס ? איך בין עפעס פאנאטיש ? איך טו א נארמאלע זאך גלייבן איז א נארמאלע זאך און ס'באלאנגט אין די מענטשליכע סאסייעטי

אויף נאכדעם זענען דא מענטשן וואס גלייבן נישט ווייל זיי האבן געפנט א גאנצע אינוועסטיגעישן און נאכגעזוכט גאנצעטע ראיות נאר ווייל זיי גלייבן אין א יסוד ווייל ס'מאכט ביי זיי סענס אזוי און ס'מאכט נישט סענס אנדערש במילא גלייבן זיי שוין אין אלעס

לדוגמא מיר מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז די וועלט האט זיך געשאפען אליינס און אויך נישט דורך איינעם וואס דרייט זיך אויף די וועלט הא ראי' אז פון דעמאלס ווען ס'געשאפען געווארן ביז היינט האט נאך קיינער נישט געקענט טוישן די בריאה קיינער האט נאך נישט געקענט מאכן אז ביימער זאל'ן ארויסגעבן ווייסע בלעטלעך קיינער האט נאכנישט באשאפן א מענשט יעדער איז געשאפן געווארן דורך א זכר ונקיבה וכדו' נאר וואס דען ס'איז דא איינער א העכערער וואס איך פארשטיי נישט צו אים ער האט אלעס באשאפן נו אז איך מוז ממילא גלייבן אין א העכערקייט גלייב איך שוין בלינדערהייט ווי אזוי מ'האט מיר איבערגעגעבן, געבויעט אויף דעם אז אנדערש קען נישט זיין איי איך קען פרעגן אזוי און אזוי און איך פארשטיי נישט אלעס פיין אבער דעס פרעגט נאכאלס נישט אפ מיין פריערדיגע יסוד ווייל ס'ווערט נישט פארענטפערט מיין פריערדיגע יסוד ס'ווערט אפשר שווער צוויי קשיות די פריערדיגע און די יעצטיגע ד.מ. דו קענסט מיר פרעגן אז דו פארשטייסט נישט דעם העכערונגען אבער דו קענסט מיר נישט צוריק זאגן אלא מאי איז נישטא קיין העכעריגער ווייל ביי מיר מאכט דוקא נאר סענס צו זאגן אז ס'מוז זיין אז ס'איז פארהאנען א העכעריג'ס
ס'טייטש אז איך גלייב אין איין מסקנא ווייל ס'מוז אזוי זיין בהכרח בלי מובן ובלי הכרת שכלי ובלי דאקומענטרי נאר אויף הכרחי ווייל איך פארשטיי (ידיעה)אז אנדערש קען נישט זיין במילא נאכדעם גלייב איך שוין אין זאכן וואס איך פארשטיי אינגאנצן נישט (אמונה)

און דאס הייסט אויך אמונה פשוטה

געשריבן שנעל בלתי מוגה סליחה

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:19 pm

· #159118
@פוןדעסטוועגןדאך איך גיי מיט דיר איבער די זעלבע זאך,.דיינע אלע משלים זענען נטיעות.צו א געוויסע הרגש, און נאכאמאל ביי א זאך וואס עס איז תלוי ברגשות.בני אדם קען מען א מענטש איבער נעמען מיט געפיל צו די אנדערע זייט, ואולי אז עס איז א אמת'ער געפיל, אבער נאר א געפיל משא''כ אמונה, והדברים פשוטים למאד,
ובנוגע נקודה א די ווילסט דאך זאגען אז אמונה פשוטה איז ריכטיג והא ראי' אז דער מצווה וואלט דיר נישט מצווה געווען צו גלייבען א זאך וואס עס איז נישט ריכטיג, ואשנה דברי, הלא על זה גופא אנו דנין, האיך להאמין באמיתת המצווה, נמצא אז דיין ביאור פארוואס א''פ איז ריכטיג, איז קיין ביאור נישט

@אנאנים אז די האלטס שוין ווי מיר, און די זאגסט ממש מיינע ווערטער שהבאתי לעיל, כאטש געב מיר א לייק...

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:33 pm

· #159121
@פשוט-קאמפליצירט די קומסט נישט אריין קלאר, לדבריך איז אמונה פשוטה, און חקירה, צוויי באזונדערע.זאכען? נא זיי מסביר וואס איז דאס אמונה פשוטה און וואס גלייבט ער פשוט? אז ער איז מוגבל, און גאט נישט? דאס הייסט במקום ווי ער קען יא טראכטען און קלערן זאגט ער ניין, איך גלייב אז איך.בין מוגבל? ס'איז דאך א שקר גס, נעם דיין קאפ און נעם דיך טראכטען פאר איין סעקונדע וועסטו דיך איבערצייגען אז ס'הייבט זיך נישט אן, ביסט בכלל נישט קיין מוגבל, נאר.וואס דען האלסטו אז דארט ווי שכל ווערט מוגבל קומט אריין אמונה פשוטה, איז פארוואס רופסטו אמונה פשוטה א שפרינג ברעט, מען דארף דאך צום ערשט קלאר מאכן, ביז ווי ער איז נישט מוגבל, און פון ווי עס הייבט זיך אן זיין הגבלה, תבאר דבריך

פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:52 pm

· #159132
אחד העם
@פשוט-קאמפליצירט די קומסט נישט אריין קלאר, לדבריך איז אמונה פשוטה, און חקירה, צוויי באזונדערע.זאכען?

יא.

נא זיי מסביר וואס איז דאס אמונה פשוטה און וואס גלייבט ער פשוט?

אז נישט אלעס קען דער שכל משיג זיין.

אז ער איז מוגבל, און גאט נישט? דאס הייסט במקום ווי ער קען יא טראכטען און קלערן זאגט ער ניין, איך גלייב אז איך.בין מוגבל? ס'איז דאך א שקר גס, נעם דיין קאפ און נעם דיך טראכטען פאר איין סעקונדע וועסטו דיך איבערצייגען אז ס'הייבט זיך נישט אן, ביסט בכלל נישט קיין מוגבל

איך בין נישט זיכער אז כ'האב פארשטאנען: דו זאגסט אז דער שכל איז נישט מוגבל?

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:05 pm

· #159137
פשוט-קאמפליצירט
אחד העם
@פשוט-קאמפליצירט די קומסט נישט אריין קלאר, לדבריך איז אמונה פשוטה, און חקירה, צוויי באזונדערע.זאכען?

יא.

נא זיי מסביר וואס איז דאס אמונה פשוטה און וואס גלייבט ער פשוט?

אז נישט אלעס קען דער שכל משיג זיין.

אז ער איז מוגבל, און גאט נישט? דאס הייסט במקום ווי ער קען יא טראכטען און קלערן זאגט ער ניין, איך גלייב אז איך.בין מוגבל? ס'איז דאך א שקר גס, נעם דיין קאפ און נעם דיך טראכטען פאר איין סעקונדע וועסטו דיך איבערצייגען אז ס'הייבט זיך נישט אן, ביסט בכלל נישט קיין מוגבל

איך בין נישט זיכער אז כ'האב פארשטאנען: דו זאגסט אז דער שכל איז נישט מוגבל?

איך מיין צו זאגען אז נישט און אלעם איז דער שכל מוגבל, עס קומט צו צו א געוויסע נקודה, זעט ער אז פון דא און וויטער קען איך נישט טראכטען, נמצא, אז אויב מאכט ער אפ פון א נקודה וואס דער שכל קען יא פארשטיין, און ער זאגט מיט אמונה פשוטה, אז איך בין א מוגבל, איז עס דאך.נישט אמת, ווייל ביי דער נקודה קענסטו נאך יא פארשטיין, פארשטיי איך נישט דיין געדאנק אז עס איז צוויי באזונדערע זאכען, איז וואס איס א''פ? אז דער שכל קען נישט אלעס משיג זיין? מהיכי תיתי, דא קענסטו די דאך יא משיג זיין
@הוגה האט נאך אולי אביסעל געראטעוועט דעם אמונה פשוטה מעטאד, זאגענדיג, אז אמונה פשוטה, איז נאר במקום דער שכל איז שוין מוגבל, און אז עס נישט פארהאנען אזא סטרעיט פוינט, וכלשונך, שפרינג ברעט ווי אמונה פשוטה, אבל אם אי''ז כוונתך, תבאר מה כן דעתך

פוןדעסטוועגןדאך » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:18 pm

· #159172
אחד העם
@פוןדעסטוועגןדאך איך גיי מיט דיר איבער די זעלבע זאך,.דיינע אלע משלים זענען נטיעות.צו א געוויסע הרגש, און נאכאמאל ביי א זאך וואס עס איז תלוי ברגשות.בני אדם קען מען א מענטש איבער נעמען מיט געפיל צו די אנדערע זייט, ואולי אז עס איז א אמת'ער געפיל, אבער נאר א געפיל משא''כ אמונה, והדברים פשוטים למאד,
ובנוגע נקודה א די ווילסט דאך זאגען אז אמונה פשוטה איז ריכטיג והא ראי' אז דער מצווה וואלט דיר נישט מצווה געווען צו גלייבען א זאך וואס עס איז נישט ריכטיג, ואשנה דברי, הלא על זה גופא אנו דנין, האיך להאמין באמיתת המצווה, נמצא אז דיין ביאור פארוואס א''פ איז ריכטיג, איז קיין ביאור נישט


פארוואס טראכסטו אז רעפובליקאנער וואס גלייבט באמונה שלימה אין די רעפובליקאנער שיטה איז נישט קיין אמונה? פארוואס רופסטו דאס אהן נטיעות אין הרגש?
איך זאג פשוט אז יעדער איינער מיט זיינע נגיעות קען זיך גרינג לאזען משוכנע ווערן אז זיין אידאלאגיע\רבי\חסידות איז אמת אין ריכטיג. יעדעס מאל וואס פארטיי טוט עפעס, וועט ער זיין ברור כשמש אז דאס איז געווען די גערעכטע זאך צו טון, וכו'.
און יא, דו און איך זענען אויך אזוי בדקות.
וואס איז דיר אזוי שווער צו פארשטיין. והדברים פשוטים עד למאד

גאנצל » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:42 pm

· #159177
[ציטאט אראפגענומען]


שיטה מיט די עצם זאך אז מ'דארף גלייבן ווייל מיין שכל זאגט אזוי און נישט סתם בלא בלא מיט דעם בין איך מיט דיר

אבער די וועג ווע אזוי דו ווענדסט עס אפ איז נישט ריכטיג ווייל אויב האב איך איינגעזען אז דער בני יששכר איז געווען א הימל מענטש (אויב ס'איז דא אזא זאך )דאס הייסט כ'האב אריין געקוקט אין זיינע ספרים און זיך איבערצייגט אז ס'מוז זיין אז דער מענטש איז נישט עפעס פלעין פונקט אזוי ווי וועסט ליינען א ביכל פון ווייסאיכוועם און דו וועסט נתפעל ווערן פון יענעם'ס דברי חכמה וועסטו זאגן ס'מוז זיין אז דער מענטש איז געווען א קלוגער מענטש כאטש האסט נאך קיינמאל מיט די מענטש געטוישט ווארט די זעלבע קען איינער זאגן כ'האב געזען דעם ספר בני יששכר און איך זעי אז ער איז א מענטש וואס דרייט זיך אין העכערקייט במילא איז אלעס וואס ער זאגט הייליג ביסוד איז עס נישט קיין אפגעפרעגטע זאך

נאר וואס דען מ'דארף נישט צוקומען צום בני יששכר צו מאכן יענעם א מאמין דו קענסט און דו מוזט איבערגעבן פאר דיינע קומענדיגע אז איך גלייב ווייל מיין שכל זאגט אזוי

אגב די ווערטער איך בין א נער און איך גלייב זאגט מען נאך פון ראפשיצער וואס ער איז געווען א חכם הרזים

עמוס » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:18 am

· #159232
לעיקוואד
עמוס, מה ענין שמיטה לחביתה?
אויב גלייבסטו אין אן אמונה וואס מען ברויך זיין א נאר צו גלייבען דערין, איז אפשר זייער שיין אז דו פארציילסט דער אמת אז דו ביסט א שטאלצער נאר און דו גלייבסט אין דעם, אבער עס בלייבט גאנץ נאריש צו גלייבען אין דעם כל שכן צו גיין פארציילען אזוי מיט די גאנצע שטאלץ. דאס הייסט געהעריג פורים געמאכט פון זיך און פון די אייגענע אמונה. עס איז צייכענבאר אז דו שעמסט זיך נישט פארציילען דער אמת, עס איז אבער בערך ווי דער שטאט'ס נאר וואס שעמט זיך נישט ארומגיין מיט א שילד אז ער האט געוואונען דער טיפשות פארמעסט.

ערשטנס, איך בין דאך נישט דער מחדש פון דעם רעיון, די חרדי'שע רבנים פרעדיגן דאס טאג טעגליך זינט חכמה און אידישקייט האבן עקזיסטירט אויף די וועלט. איך גיב פשוט איבער זייערע אמת'דיגע רייד באגלייט מיט ראיות פון היסטוריה.
צווייטנס, לויט די חרדי'שע אידיאלוגיה איז די תורה די טיעפסטע חכמה וואס איז שייך, קומט אויס אז לויט זיי זענען די חרדים גאר די חכמים, און אלע סייענטיסטן די טפשים. איך ברענג נאר ארויס אז אויב שטודירט מען דאס וואס די וועלט רופט בטעות חכמה דאן קומט מען צו ווערן אפיקורס (וואס דאס איז בעצם נאך א ראיה אז די אלע חכמות זענען באמת פאלשע חכמה, ווייל ווען עס וואלט געווען אמת'דיגע חכמה וואלט עס דאך אודאי צוגעברענגט נאר נענטער צו די תורה, ווי די פסוק זאגט כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים).
דריטנס, והוא העיקר, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך בין שטאלץ אדער אז איך בין א נאר, איך ברענג נאר ארויס אויף אן אביעקטיווע אופן דער מציאות הדברים, והבן.

עמוס » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:21 am

· #159235
גאנצל
אבער די וועג ווע אזוי דו ווענדסט עס אפ איז נישט ריכטיג ווייל אויב האב איך איינגעזען אז דער בני יששכר איז געווען א הימל מענטש (אויב ס'איז דא אזא זאך )דאס הייסט כ'האב אריין געקוקט אין זיינע ספרים און זיך איבערצייגט אז ס'מוז זיין אז דער מענטש איז נישט עפעס פלעין פונקט אזוי ווי וועסט ליינען א ביכל פון ווייסאיכוועם און דו וועסט נתפעל ווערן פון יענעם'ס דברי חכמה וועסטו זאגן ס'מוז זיין אז דער מענטש איז געווען א קלוגער מענטש כאטש האסט נאך קיינמאל מיט די מענטש געטוישט ווארט די זעלבע קען איינער זאגן כ'האב געזען דעם ספר בני יששכר און איך זעי אז ער איז א מענטש וואס דרייט זיך אין העכערקייט במילא איז אלעס וואס ער זאגט הייליג ביסוד איז עס נישט קיין אפגעפרעגטע זאך

די מיליאן דאלער שאלה איז, ווי אזוי זעט ער אויב ער דרייט זיך אין העכערקייט און אלעס ואס ער זאגט איז הייליג. אויף חכמה איז דא א מעסטער, אויף הייליגקייט איז נישטא קיין מעסטער, איך קען מארגן ליינען דעם ברית חדשה און זען בחוש אז די מחברים דערפון דרייען זיך אין העכערקייט, בפרט אויב מען האט מיר אויפגעצויגן פון קינדווייז אן אז די מחברים זענען געווען תלמידים פון גאט אליין, און אז אין יעדעס ווארט ליגט באהאלטן סודות נפלאים. אדרבה, עס וואלט געווען א חידוש אויב א חסידיש קינד זעט נישט קיין העכערקייט אין בני יששכר, ומהאי טעמא זעט מען טאקע אז בדרך כלל די וואס ווערן געבוירן חסידים בלייבן חסידים.

אחד העם » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:56 am

· #159322
@עמוס איך פארשטיי אייך נישט, וויבאלד עס איז דא פראבלעמען מיט א גרויס חלק מענטשען וואס חקר'נן (לדבריך אז עס איז דא), איז דיין איינציגע וועג ארויס איז א''פ??? אז סאיז דא בעיות דארף מען חקר'נן גוט, צו דאס מיינט האבן אגוויסע מהלך, אדער אולי האבן א רבי אויף.חקירה וכו' שטעל עס אליינס אויס, אבער דיין שפרונג צו א''פ מכח הבעיות באיזה.מן החוקרים.לא מובן,
ועוד, פארענטפערסטו נישט פון וואו נעמט זיך בכלל אזא אמונה, מהיכי אז יידישקייט ערלויבט אזא סארט אמונה כמש''כ לעיל, ועוד, וואס גלייבט מען פשוט, ביסט א נער און די גלייבסט, אז וואס???

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:51 am

· #159340
אחד העם
איך מיין צו זאגען אז נישט און אלעם איז דער שכל מוגבל, עס קומט צו צו א געוויסע נקודה, זעט ער אז פון דא און וויטער קען איך נישט טראכטען, נמצא, אז אויב מאכט ער אפ פון א נקודה וואס דער שכל קען יא פארשטיין, און ער זאגט מיט אמונה פשוטה, אז איך בין א מוגבל, איז עס דאך.נישט אמת, ווייל ביי דער נקודה קענסטו נאך יא פארשטיין, פארשטיי איך נישט דיין געדאנק אז עס איז צוויי באזונדערע זאכען, איז וואס איס א''פ? אז דער שכל קען נישט אלעס משיג זיין? מהיכי תיתי, דא קענסטו די דאך יא משיג זיין


דו ביזט מסכים, אז דער מענטשליכער שכל איז מוגבל? די גרעניץ וואו דער שכל שטעלט זיך אפ איז נישט אוניווערסאל נאר אנדערש ביי יעדן מענטש. אבער אזא גרעניץ איז דא, ניין? חקירה מיינט גיין דעם גאנצן וועג ביז דער דאזיגער גרעניץ. מיט חקירה קען מען אפילו צעברייטערן די גרעניץ. די נקודה איז, אז זי פירט ביז צו דער גרעניץ פון מיין השגה. אמונה פשוטה מיינט, זיך מבטל זיין צו דעם וואטעווער-דע-העל-איט-איז וואס קומט פון דעם סוף פון מיין השגה און ווייטער. ביזט גערעכט אז זאגן "איך קען נישט פארשטיין" דארט וואו מען קען יא פארשטיין איז פשוט נישט אמת און האט טאקע נישט קיין פשט. און מיין פאינט איז נישט זיך אליין צו זאגן אז מען פארשטייט נישט דארט וואו מען קען יא פארשטיין; נאר דאס זיך "לאזן" פון דעם כוח וואס קומט נאך דעם שטח פון מיין פארשטאנד - דהיינו, פאוסט-חקירה, דארט וואו איך פארשטיי טאקע מער נישט.

נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:54 am

· #159578
הוגה זייער שיין צילייגט. ספעלט א נקודה, ווען מרעדט אמונה פשוטה vs ידיעה, איז וויכטיג צי פארשטיין וואס איז בכלל די מטרה פון אמונה, וואס איז די וויכטיגקייט דערפון?
אויב למשל די גאנצע תפקיד פון אמונה איז נאר אן אמצאי כדי מזאל מקיים זיין תרי''ג מצות, דאן לאזט זיך זאגן אז אמונה פשוטה
איז גוט, און אפשר נאך בעסער ווי ידועה.
אבער אויב אמונה איז פארזיך חשוב , מיר קוקן אן גאט ווי א קליגע מענטש כביכול, דאן וויל ער עפעס סאליד נישט סתם נכגעבאמבעלד, קומט אויס אמונה פשוטה איז נישט קיין סאך ווערט. וואס איז ווערט אז די גייסט קיינמאל נישט האבן ספיקות אויב דיין אמונה דינט נישט גאטס אינטרעס.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:15 am

· #159643
די חקירה פון וואס אנדערע רעדן אויך נישט. הדא הוא דכתיב: וויאזוי ס'חקרנ'ט זיך, אזוי פשוט'ט זיך.

יאיר » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:23 am

· #159646
פשוט-קאמפליצירט
די חקירה פון וואס אנדערע רעדן אויך נישט. הדא הוא דכתיב: וויאזוי ס'חקרנ'ט זיך, אזוי פשוט'ט זיך.

דערמאנט מיר פון די אידן וואס פירן נאך א מלחמה מיט מורה נבוכים און כוזרי. דאס זענען מסתמא די זעלבע וואס זענען נאך פארנומען אפפרעגן די שרעקעדיגע טענות פון דעם משומד ביים ויכוח הרמב"ן און פון דער אלטער צדוקי צו רבי יוחנן בן זכאי.

אחד העם » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:25 pm

· #159771
פשוט-קאמפליצירט
אחד העם
איך מיין צו זאגען אז נישט און אלעם איז דער שכל מוגבל, עס קומט צו צו א געוויסע נקודה, זעט ער אז פון דא און וויטער קען איך נישט טראכטען, נמצא, אז אויב מאכט ער אפ פון א נקודה וואס דער שכל קען יא פארשטיין, און ער זאגט מיט אמונה פשוטה, אז איך בין א מוגבל, איז עס דאך.נישט אמת, ווייל ביי דער נקודה קענסטו נאך יא פארשטיין, פארשטיי איך נישט דיין געדאנק אז עס איז צוויי באזונדערע זאכען, איז וואס איס א''פ? אז דער שכל קען נישט אלעס משיג זיין? מהיכי תיתי, דא קענסטו די דאך יא משיג זיין


דו ביזט מסכים, אז דער מענטשליכער שכל איז מוגבל? די גרעניץ וואו דער שכל שטעלט זיך אפ איז נישט אוניווערסאל נאר אנדערש ביי יעדן מענטש. אבער אזא גרעניץ איז דא, ניין? חקירה מיינט גיין דעם גאנצן וועג ביז דער דאזיגער גרעניץ. מיט חקירה קען מען אפילו צעברייטערן די גרעניץ. די נקודה איז, אז זי פירט ביז צו דער גרעניץ פון מיין השגה. אמונה פשוטה מיינט, זיך מבטל זיין צו דעם וואטעווער-דע-העל-איט-איז וואס קומט פון דעם סוף פון מיין השגה און ווייטער. ביזט גערעכט אז זאגן "איך קען נישט פארשטיין" דארט וואו מען קען יא פארשטיין איז פשוט נישט אמת און האט טאקע נישט קיין פשט. און מיין פאינט איז נישט זיך אליין צו זאגן אז מען פארשטייט נישט דארט וואו מען קען יא פארשטיין; נאר דאס זיך "לאזן" פון דעם כוח וואס קומט נאך דעם שטח פון מיין פארשטאנד - דהיינו, פאוסט-חקירה, דארט וואו איך פארשטיי טאקע מער נישט.

בקיצור די זאגסט, אז נאך פארן טראכטען מאכסטו א דיסקלעימעיר אז איך גליב און.וואס איך וואלט איינגעזען נאך חקירה, רייט?
א' מיין בעיה אז אזא.אמונה איז מקור'לאז האסטו נישט געסאלווט, אפשר די געדאנק אמונה איז צו אנערקענען ביז ווי מען פארשטייט יא איז ביז ווי מען זעט זיך מוגבל וכו' ועוד די א''פ פון איינעם וואס האלט שוין נאך חקירה, און די א''פ פןן איינער וואס האלט נאך פאר דעם זענען צוויי אנדערע זאכען, מטעם שכתבתי אז ער ווייסט וויפיל ער איז נישט מוגבל, און זיין א''פ איז אויפ'ן ריכטיגען פלאץ, משא''כ דער וואס ווייסט נישט,
ועוד לדבריך איז א''פ אויך נישט מער ווי א היתר פאר'ן נישט חוקר זיין, דהאמונה המקורי גם אתה.מודה, הוא ע''י חקירה, וא''כ היתר.כזה מנלן, ועוד, אולי איז דאס טראכטען אליינס אויך א חלק פון די אמונה, עכ''פ א חלק פון מצוות אמונה?
און בכלל איז מיר אומ פארשטענדליך דיין מעטאד, די גלייבסט יעצט אז וואס? נאך חקירה וואלט איך דאך זיכער.עפעס איינגעזען, און דעם גלייב איך, וואס וולאסטו איינגעזען? אפשר וואלסטו נישט איינגעזען אמונה?, ועוד איך פארשטיי בכלל נישט דיין גאנצע מעטאד, וויאזוי קען מען גלייבען און מסקנא וואס עס קומט נאכ'ן איינזען, פאר מען האא עס איינגעזען, כגון, איך אויב ווייס אז אויב איך גיי חקר'נן און די סברא פון מיגו, גיי איך איינזען אז די סברא איז מיגו כח הטענה און נישט מה לי לשקר, קען איך יעצט גלייבען אז מיגו כח הטענה??, אז די פארשטייסט אז מען דארף איינזען האלסטו אז פארן איינזען ווייסט מען נאך נישט, ווי אזוי ''גלייבסטו'' און דעם, צו פארשטיין די זאך דארף מען דאך איינזען, נא, האסט דאך נאך נישט איינגעזען, איז ווי אזוי גלייבסטו און דעם?? תבאר את עצמך

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:18 am

· #159854
כ'וועל מאכן נאך א פרואוו.
ביזט מסכים אז די בריאה איז גרעסער ווי אונזער שכל? אמונה פשוטה דעקט דעם דאזיגן שטח, בעת חקירה דעקט דעם שטח ביז אהין. חקירה גייט דיך גארנישט איבערצייגן, אויף וואס עס קומט נאך דעם גבול פון פארשטאנד, ווייל דאס משמעות הדברים איז ממש דאס, אז ס'איז אינדרויסן פונעם שכל און הגיון. חקירה איז דאס ארומפאטשקען אינעם שטח וואס דער שכל איז יא משיג; חקירה מאכט דיר אויך קלאר, וואו דיין גרעניץ פון פארשטאנד געפינט זיך. אמונה פשוטה שפרינגט אריבער דעם שטח, און טראגט דעם מענטש גראד צו יענעם ראנד. (הדא הוא דכתיב: leap of faith.)

איך זע נישט קיין חילוק צווישן אן אמונה פשוטה וואס איז אויפן "ריכטיגן פלאץ" קעגן איינע וואס איז אויפ'ן "אומריכטיגן פלאץ". מהיכי תיתי אז דאס איז א פאקטאר? פארוואס זאל עס בכלל זיין? חוץ מזה, אז אמונה וואס באציט זיך אויף עפעס וואס קומט פון מיין השגה און ווייטער האט קיין שום פלאץ נישט, ווייל ס'איז אינגאנצן מופשט. חקירה'ס שטח קען דעפינירט ווערן, ווייל זי גיט זיך אפ מיט ממשות'דיגע זאכן. עפעס וואס באציט זיך אויף אבסטראקטע זאכן קען נישט דעפינירט ווערן מיט עפעס אנדערש ווי דאס, אז זי גיט זיך מיט אפ אבסראקטע זאכן.

אחד העם
ועוד לדבריך איז א''פ אויך נישט מער ווי א היתר פאר'ן נישט חוקר זיין

וואס פאלט דיר איין: איך רעד בכלל נישט פון דעם. איך רעד נאר פון פשוט טייטש אין דעם טערמין.

אחד העם
און בכלל איז מיר אומ פארשטענדליך דיין מעטאד, די גלייבסט יעצט אז וואס? נאך חקירה וואלט איך דאך זיכער.עפעס איינגעזען, און דעם גלייב איך, וואס וולאסטו איינגעזען? אפשר וואלסטו נישט איינגעזען אמונה?

איך *ווייס* אז ידיעה און מדע האבן א גבול, און ערגעץ שטעלט זיך עס אפ. דאס איז דאס מציאות. אז כ'וועל חקר'ען גענוג לאנג, וועל איך אנקומען צו יענעם פונקט, פון וועלכן כ'קען שוין נישט גיין ווייטער, פונקט ווי אויב כ'וועל לייענען אלעס וואס סייענס האט צו פארקויפן, וועל איך אנקומען צום סוף-דבר וואו סייענס האלט יעצט (וואס איז אויך נישט דער סוף - סייענס מאכט כסדר פארשריט מיט דער הנחה אז מען קען אלץ גיין ווייטער). אמונה פשוטה מיינט נישט "מער ידיעות", נאר א הכרה (וואס ווערט אינטערנעלייזד) אז כ'בין לימיטעד.

אחד העם » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:59 pm

· #159889
@פשוט-קאמפליצירט כמעט שנלאיתי מלבאר דברי עוד ועוד, אבל לכבודו של ק''ש, ואולי גם לכבודך.אבארם עוד,
איך.פארשטיי פונקטליך וואס די זאגסט און.מיט געוויסע נקודות בין פאלי מיט דיר, נאר פארשטיי וואס מיינע פראבלעמען מיט דעם זענען,
אויב די פארשטייסט אז.חקירה האט אן אפשטעל, און פון וואו דער אפשטעל איז קומט אריין א נייער סארט מעטאד וואס רופט זיך א''פ, ליגט און דעם אז א''פ הייבט זיך טאקע נאר אן דערנאך וואס מען איז צוגעקומען צו דער אפשטעל, ווייל.פאר'ן אפשטעל ביסט נאך בכלל נישט משיג אז עס דא אן אפשטעל, והא ראי' די ביסט חוקר, וא''ת למעשה ווייס איך אז דער בריאה איז גרעסער ווי אונזער שכל איז פארוואס זאל איך נישט שוין גלייבען בא''פ? ווייל אויב יא נמצא.אז די גלייבסט יענמס הכרה און נישט דיינע, און די אליין ווייס נישט צו די ביסט באמת.מוגבל, דאס איז במצוות.אמונה, און אין סברה שטומסטו אויך נישט, כמש''כ, א מסקנא וואס עס קומט.נאכ'ן חוקר קען מען נישט ''גלייבען'' און די מסקנא פאר מען איז.אנגעקומען אהין, קענסט אפשר האבן אסאך צדדים.אז די גייסט למעשה אנקומען מסקנא, אבער צו גלייבען און זאך וואס די ביסט אליין מודה אז די איינציגע זאך וואס קען דיך ברענגען צו די מסקנא איז חקירה, קענסטו נישט גלייבען און דעם פאר ביסט עס משיג, והדברים פשוטים.

פשוט-קאמפליצירט
אחד העם
ועוד לדבריך איז א''פ אויך נישט מער ווי א היתר פאר'ן נישט חוקר זיין

וואס פאלט דיר איין: איך רעד בכלל נישט פון דעם. איך רעד נאר פון פשוט טייטש אין דעם טערמין

חכם, זאג איך אייך אז צו.פארטייטשען אזוי די טערמין.איז זינלאז, ועוד לפי ווי אזוי די טייטש אויס דעם טערמין נמצא, אז א''פ איז וויטער נאר א היתר, כ'וועל דיר עס מסביר בבחינת ברחל, בתך, הנקטה, ווייל אויב די פארשטייסט אז די מסקנא פון א''פ קומט.נאר נאך חקירה, קומט דאך אויס אז צו האבן.א''פ פאדערט זיך חקירה פאר דעם, און אז די קומטס זאגען אז מקען מאכן א''פ פאר חקירה, האסט מגרע געווען פון.די ריכטיגע אמונה וואס רופט זיך א''פ לאחר חקריה, און די האסט מתיר געווען אז מען דארף נישט טון די מצווה וואו עס באדארף צו זיין, ועוד דער סוגיא פון אמונה זעט מען די ערשטע ביי אברהם (מלפנים אברם), און.ביי אים איז זיין אמונה געווען נאך חקירה, קומט דאך אויס אז חקירה איז א חלק פון די מצווה,
פשוט-קאמפליצירט

*ווייס* אז ידיעה און מדע האבן א גבול, און ערגעץ שטעלט זיך עס אפ. דאס איז דאס מציאות. אז כ'וועל חקר'ען גענוג לאנג, וועל איך אנקומען צו יענעם פונקט, פון וועלכן כ'קען שוין נישט גיין ווייטער, פונקט ווי אויב כ'וועל לייענען אלעס וואס סייענס האט צו פארקויפן, וועל איך אנקומען צום סוף-דבר וואו סייענס האלט יעצט (וואס איז אויך נישט דער סוף - סייענס מאכט כסדר פארשריט מיט דער הנחה אז מען קען אלץ גיין ווייטער). אמונה פשוטה מיינט נישט "מער ידיעות", נאר א הכרה (וואס ווערט אינטערנעלייזד) אז כ'בין לימיטעד.
[/quote][/quote]
דא זע איך.אז ביסט שוין אינגאנצען צומישט, אויב אמונה פשוטה איז א הכרה, איז שייך צו האבן הכרה, פאר איך בין צו געקומען צו די הכרה, איך האף אז די קענסט די טייטש ווארט פון הכרה, איך קען איינזען א זאך פאר כ'האב עס איינגעזען???,
מילא.די האלסט אז א''פ און חקירה איז געבינדען, מובן, ולעומת זה אויב.די האלסט אז חלילה חקירה רק א''פ כמו כמה מסכלי.מבני ישראל נא, אבער דער צאמשטעל וואס די מאכסט מיר דא איז סארי טא סעי איט אביסעל נישט אזוי פארשטענדליך,

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:07 pm

· #159895
איך פארשטיי וואס איך זאג. ס'דאכט זיך מיר אז איך פארשטיי וואס דו זאגסט, און דאס וואס מיר דאכט זיך איך פארשטיי, האב איך אדרעסירט.

היות אבער "מיר" פארשטייען זיך נאך אלץ נישט, מוז מען זאגן איינע פון די צוויי: אדער (אויף קיין שום ק"ש מעמבער געוואונטשן) איך רעד נישט צום דבר, אדער מיר צוויי (טייטש, די ניקים "אחד העם" און "פשוט קאמפליצירט") פארשטייען זיך נישט. ווי עס זאל נאר זיין, רעספעקטיר איך ביידע: דיינע ווערטער (וואס איך פארשטיי נישט -- בחינת אמונה פשוטה), און דיין רעכט צו האבן א מיינונג (בחינת אמונה מתוך חקירה).

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:54 pm

· #159995
היות פ"ק און א"ה האבן שוין אפיציעל געענדיגט דעם ויכוח, וועל איך יעצט איבערגעבן דעם מייק פאר רבי משה בן מימון. שמעו ותחי נפשכם:
נחזור-נא אל מטרת הפרק והיא הדגשת הפעלת המחשבה על האל לבדו, לאחר השׂגת הידיעה אותו, כמו שהבהרנו. זאת העבודה המיוחדת למשׂיגי האמיתות. וככל שהם מרבים לחשוב עליו ולשהות אצלו, הם מרבים לעבוד אותו. אבל החושב על האל ומרבה להזכירו בלי ידיעה, אלא בעקבות דמיון גרידא, או בעקבות אמונה שקיבל מזולתו - הרי, לדעתי, לא רק שהוא מחוץ לבית ורחוק ממנו אלא גם אינו מזכיר את האל באמת ולא חושב עליו, כי דבר זה שבדמיונו ושהוא מזכירו בפיו אינו תואם שום נמצא כלל. אלא הוא בדוי. דמיונו בדה אותו, כמו שהבהרנו כאשר דיברנו על התארים. אין ראוי להתחיל במין זה של עבודה אלא לאחר התפישׂה השׂכלית. כאשר תשׂיג את האל ואת מעשׂיו לפי מה שהשׂכל מצריך, אחרי זאת תתחיל להתייחד עמו ותשתדל להתקרב אליו וּתְעַבֶּה את הקשר אשר בינך ובינו שהוא השׂכל. הוא אמר: אתה הָרְאֵיתָ לדעת כי ה' [הוא האלהים. אין עוד מלבדו] (דברים ד', 35). ואמר: וידעת היום והשבֹת אל לבבך [כי ה' הוא האלהים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת. אין עוד] (שם, שם, 39). ואמר: דעו כי ה' הוא אלהים (תהלים ק', 3).

די ראדיקאלע שיטה פון רמב"ם איז קלאר: ניין און ניינציג פראצענט חרדים טראכטן קיינמאל נישט פון באשעפער.
דיסקלעימער: איך האלט נישט ווי דעם רמב"ם אין דעם הינזיכט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 9:13 pm

· #160001
ווער קען איבער געבען די מייק פאר יאיר ער זאל מסביר זיין פארוואס ער איז מחולק מיטן רמב''ם

אחד העם » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 12:01 am

· #160021
יאיר
היות פ"ק און א"ה האבן שוין אפיציעל געענדיגט דעם ויכוח, וועל איך יעצט איבערגעבן דעם מייק פאר רבי משה בן מימון. שמעו ותחי נפשכם:
נחזור-נא אל מטרת הפרק והיא הדגשת הפעלת המחשבה על האל לבדו, לאחר השׂגת הידיעה אותו, כמו שהבהרנו. זאת העבודה המיוחדת למשׂיגי האמיתות. וככל שהם מרבים לחשוב עליו ולשהות אצלו, הם מרבים לעבוד אותו. אבל החושב על האל ומרבה להזכירו בלי ידיעה, אלא בעקבות דמיון גרידא, או בעקבות אמונה שקיבל מזולתו - הרי, לדעתי, לא רק שהוא מחוץ לבית ורחוק ממנו אלא גם אינו מזכיר את האל באמת ולא חושב עליו, כי דבר זה שבדמיונו ושהוא מזכירו בפיו אינו תואם שום נמצא כלל. אלא הוא בדוי. דמיונו בדה אותו, כמו שהבהרנו כאשר דיברנו על התארים. אין ראוי להתחיל במין זה של עבודה אלא לאחר התפישׂה השׂכלית. כאשר תשׂיג את האל ואת מעשׂיו לפי מה שהשׂכל מצריך, אחרי זאת תתחיל להתייחד עמו ותשתדל להתקרב אליו וּתְעַבֶּה את הקשר אשר בינך ובינו שהוא השׂכל. הוא אמר: אתה הָרְאֵיתָ לדעת כי ה' [הוא האלהים. אין עוד מלבדו] (דברים ד', 35). ואמר: וידעת היום והשבֹת אל לבבך [כי ה' הוא האלהים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת. אין עוד] (שם, שם, 39). ואמר: דעו כי ה' הוא אלהים (תהלים ק', 3).

די ראדיקאלע שיטה פון רמב"ם איז קלאר: ניין און ניינציג פראצענט חרדים טראכטן קיינמאל נישט פון באשעפער.
דיסקלעימער: איך האלט נישט ווי דעם רמב"ם אין דעם הינזיכט.

אה, איצטער האב זיך דער וויכוח גענדיגט, ממש אלע נקודות מכוון געווען כדברי הנשר הגדול, און מיט דברי הרמב''ם ווערט מיר קלאר וואס איך האב פריער אביסעל ג'ספיק'ט, אייב אמונה איז ע''י חקירה, צו בשעת'ן חוקר איז מען אויך עפעס מקיים, פון רמב''ם ליינט זיך, אז דער עצם חוקר זיין איז א פעולה בעבודתו יתברך,
א פונקטליכע מראה מקום, ביטע.
יאיר, וואס זעסטו און די ווערטער ראדיקאל, און.מיט וואס דינגסט דיך?
איצטער קומט זיך דיר א קניפ און בעקל, אנטשולדיגט, א לייק...

פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 1:49 am

· #160033
יאיר,
פארשטיין די פילאזאפישע מושג פון גאט איז איין זאך, און גלייבן דערין איז גאר עפעס אנדערש
מען קען גוט פארשטיין פארשידענע פילאזאפישע מושגים, אבער לאו דוקא עס גלייבן.
אמונה פשוטה איז נאך אלץ רעלעוואנט אפי' נאך דעם רמב"ם וואס דו צייכנסט אהן.

הוגה » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 6:36 pm

· #161048
אנטשולדיגט מיר אז איך האב אזוי פארנאכלעסיגט די אשכל אביסל, און איך קום יעצט צוריק ווי שושן פורים צום באטל וויין. איך וויל נאר עפעס מגיב זיין און זיך צוטון מאכן צו די גאנצע שמועס דא.

מאנכע פארגעסן די עיקר נקודה דא. מען קען נישט צווינגן איינער צו גלייבן! דאס איז א פאקט. איר קענט פייניגן יענעם, האלטן פופציג גאנס און שווערדן צו זיין קאפ, איר קענט מסביר יענעם מיט די שענסטע הסברים, אבער מען קען יענעם נישט מאכן גלייבן. פיריאד. אויב אמונה ווערט אפגעטייטש אין אייער לעקסיקאן "גלייבן" דאן קען מען נישט זאגן אז מען "מוז" האבן אמונה. ס"ה קען מען אפשר זאגן אז דער וואס האט נישט אמונה איז נישט א איד, אדער אז מען איז מחויב צו טון פעולות וואס קענען מעגליך צוברענגן צו גלייבן, אבער מען קען נישט זיין מחויב צו האבן אמונה-גלייבן. עס איז פונקט ווי דו וועסט זאגן פאר איינעם אז ער איז מחויב יעצט צו שלאפן. ער קען נישט שלאפן, ער קען ליגן אין בעט, ער קען פארמאכן די אויגן, אדער וועט ער איינשלאפן אדער נישט.

משא"כ אויב מיינט אמונה ידיעה, דאן קען מען יענעם מחייב זיין צו לערנען די קאריקילאם וואס ברענגט צו צו ידיעה. וואס איז דער קאריקילאם, דאס איז שוין א שאלה פאר אן אנדערע מאל.

דאס איז געווען די עיקר נקודה. די פועל יוצא דערפון איז געווען אז די אמונה פארלאנגט לכאורה ביידע חלקים, סיי גלייבן און סיי ידיעה, ידיעה איז א חויב המוטל עליו, און גלייבן איז א נצרך שאינו יכול להתחייב. פון היינט און ווייטער ווען איינער זאגט אייך די ווערטער אז איר זענט מחויב צו גלייבן אין גאט, בריאת העולם, די בני יששכר, ריפאבליקאניזם וכדומה זאלט איר זאגן יענעם אז ער רעדט gibberish.


נולד מאוחר
ווער קען איבער געבען די מייק פאר @יאיר ער זאל מסביר זיין פארוואס ער איז מחולק מיטן רמב''ם



.

יאיר » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:27 am

· #161141
איך וועל זאגן דעם אמת, לא איש דברים אנכי, איך האב נישט געהאט אין פלאן צו נעמען דעם מייק, אבער אז דער עולם שטיפט מיר עס אריין אין די האנט וועל איך זאגן אפאר ווערטער. (נעמט ארויס צעטל פון טאש).

אלזא, דער רמב"ם איז לכאורה אסאך מער ראדיקאל ווי איך האב אים געשריבן, לויט אים איז נישט נאר וואס רוב אידן טראכטן נישט פון גאט, זיי גלייבן אפילו נישט אין גאט, ווייל מען קען נישט גלייבן אין עפעס וואס מען ווייסט אפילו נישט וואס דאס איז. דאס מיינט אז די גאנצע איינרעדעניש אז עס איז דא א אידישע פאלק וואס גלייבן אין גאט און ווייסן וואס ער וויל און טוען זיין ווילן און זענען דבוק אין אים במחשבתם ובמעשיהם איז א שיינער מיתוס וואס הייבט זיך נישט אן. באמת איז די גאנצע תורה בלויז א מיטל וואס גאט האט אויסגעטראפן כדי די מענטשן זאלן זיך האלטן אין די ראמען, און לצורך זה האט גאט געזאגט נישט ווייניג ליגנט, ווי למשל, אז ער רעגט זיך ווען מען טוט אן עבירה אדער אז ער גיבט שכר פאר יעדע מאל מען בלאזט שופר ראש השנה. אויסער דעם האט זייער רעליגיע גארנישט מיט גאט. די אמת'ע מאמינים אין גאט זענען בלויז א קליין הייפעלע פילאזאפן, פון וועלכע עטליכע זענען קריסטן און מוסלעמענער און אנדערע זענען פערצופאל אידן, (געווענליך זענען זיי די זעלבע אידן וואס האלטן אז די י"ג עיקרים זענען נישט מחייב).

אלזא, פרעג איך אייך, ווי קען אן ערליכער איד האלטן אזא שיטה? מאן ספין ומאן רקיע צו זאגן אז ניינציג פראצענט אידן שומרי תורה ומצוות זענען נישט קיין מאמינים בה'?

דאס איז איין הימל שרייענדער פראבלעם מיט'ן רמב"ם. דער צווייטער פראבלעם איז, וואס מיינט יא אמונה? לויט'ן רמב"ם מהלך המחשבה איז די איינציגע זאך אין וואס מען דארף גלייבן, דער שכל. מיט'ן שכל קען מען אויפווייזן פונקטליך אז גאט עקזיסטירט און פון וואס ער באשטייט, (אדער בעסער געזאגט פון וואס ער באשטייט נישט) און אז מען דארף היטן די תורה כדי צו ווערן א בעסערער מענטש און אזוי קענען מאכן א הכנה צו פארשטיין גאט און זיך פארטיפן אין אים.

עס איז איבריג צו זאגן אז דאס אלעס האט אפשר זייער שיין געשטימט אין דעם צוועלפטן יאר הונדערט, אבער מיר האבן זיך שוין ב"ה א רוק געטאן אין סייענס אין פילאזאפיע, און איינער וואס רעדט זיך איין אז ער גייט ווערן א "חוקר" און דורכלערנען מו"נ מיט כוזרי און דערנאך גייט ער פארשטיין פארוואס ער דארף לייגן תפילין איז געבליבן שטעקן אין דעם פינסטערן מיטלאלטער.

איז וואס בלייבט יא? אמונה פשוטה. נישט אויף דעם אלגעמיינעם פארשטאנד פון אמונה פשוטה. נאר אמונה פשוטה אין דעם זין אז עס דארף נישט קענען ווערן אויפגעוויזן מיט לאגיק, נאר עס איז א זאך צו וואס מיר האבן א דירעקטע אינטואיציע. דוגמא לדבר, איך גלייב אז מיין ווייב איז די מערסט צוציענדע פרוי אין די וועלט, כאטש לאגיש שטימט עס אפשר נישט. פונדעסטוועגן איז דאס אמת פאר מיר, ווייל צו מיר איז זי טאקע די שענסטע וויבאלד איך האב אן עמאציאנעלע קשר מיט איר.

אזוי אויך האט א מענטש - יעדער מענטש - א פערזענליכע קשר מיט גאט, וואס איז א שם הכולל פאר מאראל, אמת, טוב, ועוד. מען דארף נישט צוקומען צו די אלטמאדישע פילאזאפישע טעאריעס פון אריסטו צו גלייבן אין גאט, אזוי ווי מען דארף נישט צוקומען צו זיינע "סייענטיפישע" טעאריעס היינטיגע צייטן. יעדער מענטש קען האבן א דירעקטע קשר מיט גאט, און טראכטן דערוועגן און עס פארשטארקערן, נישט קיין חילוק צו ער איז נאריש אדער קלוג, כל זמן ער האט עפעס מאראל אין זיך. די אמונה מתוך חקירה פון דעם רמב"ם וואס באלאנגט צו אן עליטיסטישע גרופע פון פילאזאפן האט גארנישט מיט אידישקייט, און איז גע'גנב'ט פון גוי'אישע מקורות. מיר אויפגעקלערטע אידן אין דעם איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט נעמען אן מיט ליבשאפט אמונה פשוטה, ומיניה לא נזיע.

אחד העם » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 7:37 pm

· #161580
@יאיר א' דיין עמאציאנאלער קשר מיט דיין דאס'ל, זאגט אז זי איז שיין?? וואס עפעס, דיין עמאציאנאלער קשר מיט איר זאגט אז על אף זי איז נישט הכי יפה, היא אהובה עלי, דיין נפשיות דיגער קשר טוישט נישט די פאקטען, אפילו און דיינע אויגען קוקסט עס אויך נישט אן אנדערש וואו דער פאקט, נאר דיין נפשיותדיגער קשר הייבט איבער דיינע רגשי אהבה איבער דעם פאקט, און ווי אזוי ווילסטו עס צו ברענגען אויף אמונה, אז וויבאלד איך האב א עמאציאנאלער קשר מיט גאט [דאס דארף מען באזונדער באהאנדלען וואס דאס איז און אויב עס איז בכלל פארהאנען] איז וואס? טו איך מצוות, האלט אז גאט איז אמת, האלט איך אז אלעס וואס גאט זאגט מיך איז אויסגעהאלטען, וואס עפעס, אפילו איך האלט אז גאט איז [ח"ו] נישט אמת, דין איך אים נאך אלס, מכח מיין עמאציאנאלער קשר מיט אים, לפי דבריך קען אויסקומען אז מען קען צןקןמען אפילו איך האלט אז גאט איז נישט אמת, אדער נישט אזוי שיין וואו כביכול אליין מאלט זיך אראפ [ח"ו] דאך קען איך אים דינען, איז דאס א אמונה וואס איז בכלל נישט געבינדען מיט אמיתת הבורא,
תבאר דבריך

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 7:59 pm

· #161587
אחד העם, דו פרעגסט גוט, און מען דארף טאקע פונקטליך מגדיר זיין ביז וויפיל די אייגענע אינטואיציע קען גיין און וויפיל הייסט שוין אז מען נארט זיך. אבער אין מיין משל האב איך דירעקט נישט געשריבן אז איך גלייב אז מיין ווייב איז די שענסטע, ווייל דאס איז נישט אמת לכאורה, נאר אז זי איז צוציענד פאר מיר. דהיינו, פאר מיר האט זי די מערסטע חן וויבאלד זי האט א חשיבות ביי מיר. קיינער קען מיר נישט אפפרעגן אז מיין ווייב איז באמת נישט צוציענד פאר מיר, וויבאלד איך ווייס באמת אז פאר מיר איז זי חשוב. והוא הדין לגבי אמונה, איך שפיר אז גאט עקזיסטירט, ממילא קען מיר דאס קיינער נישט אפפרעגן. איך דארף נישט קיין לאגישע ראיה דערויף, און דערפאר איז נישט שייך קיין לאגישע פירכא. פונקט ווי איך דארף נישט קיין לאגישע ראיה אז אייז קרים איז גוט, וויבאלד איך שפיר אליין דעם גוטן טעם.

אחד העם » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 11:09 pm

· #161636
@יאיר איך הער וואס די זאגסט, אבער קודם כל אזוי ווי די זאגסט דארף מען גוט מגדיר די שיעור פון די אייגענע אינטואיציע, ווייל ווי איך פארשטיי איז דאס דער עיקר נושא צווישען א''פ.משא''כ להיפך, אולי קען מען דאס קלאר שטעלן טאקע נאר ע''י חקירה ויל''ע,
אבער כדי להבין דבריך על.בוריין, וואס מיינט דאס אז מען שפירט אז גאט עקזעסטירט? לאמיר נעמען טאקע דיין דוגמא, א ווייב, לכאורה, דאז אז די שפירסט אז זי איז פאר די מערסטע בחן'ט, איז שוין א צווייטע דרגה, דהיינו, האסט געהאט געוויסע הכרחים פון פריער, וואס דאס האט דיך באוואויגען אז זי איז בחן'ט ובכן איז דיין הרגש אז זי איז דאס מערסטע בחן'ט פאר דיר, וואס איך מיין צו זאגען איז, אז סאיז נישט שייך צו זאגען אויף עקסזעסטרינדע זאך אז איך שפיר אז עס עקסזעסטירט, נאך דעם וואס די האסט געזען אז עס עקזעסטירט קענסטו זאגען, אז דיין הרגש שפירט דאס אויך וכדומה, אבער עס דארף זיך לכאורה אנפאנגען פון א געוויסע הכרח

יאיר » פרייטאג נאוועמבער 8, 2013 5:57 am

· #161667
איך האב נישט געהאט קיין לאגישע הכרח צו זאגן אז מיין ווייב איז בא'חנ'ט נאר איך שפיר עס יעדן טאג. איך שפיר איר ליבשאפט צו מיר, איך זע איר געטריישאפט און עס ווערט נתעורר א חן אין מיינע אויגן (באלד וועט מען נאך דארפן אריינטראגן דעם אשכול אין מאחורי צוזאמען מיט שיר השירים 🙂). אזוי איז אויך מיט גאט. דאס וואס איך שפיר אז עס איז פארהאן העכערקייט אויף דער וועלט, און אז עס איז פארהאן א כח וואס איז דער שורש פון מאראל און פון די כוחות הטבע, דאס איז מיין איבערצייגונג אז עס איז דא א גאט וואס עקזיסטירט. איך דארף נישט קיין לאגישע ראיות.