☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » עליונים למטה ותחתונים למעלה

עליונים למטה ותחתונים למעלה

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16530

עמק הבכא » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 3:23 pm

· #535246
עליונים למטה ותחתונים למעלה
עס איז באקאנט די גמרא אין בבא בתרא, עולם הפוך ראיתי, עליונים למטה ותחתונים למעלה - אויף יענער וועלט זיצט די הונטערשטע שיכט פון פאלק אויבנאן און די שיינע אידן זיצן פון הונטן.

איך וואונדער מיך שוין לאנג דערויף, לכאורה וואס איז די אויפטו, איינמאל די בעלי עגלות (נישט אונזער ר' בערל ח"ו...) זיצן פארנט און די אנשים מכובדים זיצן אין בעק, אוטאמאטיש פאלט די ווערד פון די פאדערשטע זיצן און די אויבנאן טוישט איר לאקאציע צו די בעק. און אפילו לאמיר זאגן מ'זאל טוישן לבוש, די נגידים מוזן אנטון קוטשמעס און די פויערן שיינע הוטן, נו, וועט קוטשמעס ווערן די נייע סטייל, ס'איז נישט דער הוט אדער רעקל, ס'איז דער מענטש וואס טראגט עס, ס'איז נישט דער מקום אין ביהמ"ד, נאר דער מענטש וואס זיצט דארט. דער שוסטער מיט'ן ראש הקהל טוישן זיך נישט מהות איינער מיט'ן צווייטן איבערנאכט, ס'גייט נישט אזוי.

איך פרעג בדרך צחות אבער איך מיין עס האלב ערנסט.

גאסט » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 3:53 pm

· #535247
אדער מיינט עס נענטער צו גאט, אדער מער הנאה פון זיו השכינה וכדו'.

שמן למאור » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 4:16 pm

· #535249
פשט איז נישט אז אויף יענע וועלט זיצן די חשובע אידן אין די בעק, און די פשוטע אידן פון פארנט. פשט איז אז מען זעט איין אויף יענע וועלט אז די -אזוי געריפענע, "חשובע אידן" באלאנגען טאקע אין די בעק, און די -אזוי געריפענע "פשוטע אידן" באלאנגען טאקע אויבן אן.

אלפא » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 5:18 pm

· #535258
אדער ווי יענער האט געזאגט (דער יעניגער וואס איז אחראי אויף אלע גוטע ווערטלעך...) עולם הפוך מיינט אז דעם וועמען מיר מיינען (און האפן) אז ער וועט אנקומען אונטן, וועט למעשה בלייבן אויבן-אן, און דער פון אונטן וועט בלייבן אונטן, מעגליך דער פון דרום וועט אנקומען צו צפון אנשטאט...

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 6:13 pm

· #535260
עמק הבכא
איך פרעג בדרך צחות אבער איך מיין עס האלב ערנסט.
די צחות חלק האסטו פיין מסביר געווען. וואס איז די האלב ערענסטע חלק פון די שאלה?

עמק הבכא » זונטאג סעפטעמבער 3, 2023 7:48 pm

· #535267
וואלווי
עמק הבכא
איך פרעג בדרך צחות אבער איך מיין עס האלב ערנסט.
די צחות חלק האסטו פיין מסביר געווען. וואס איז די האלב ערענסטע חלק פון די שאלה?
כ'ווייס אויך נישט פינקטליך... אפשר דער אופן ווי אזוי מ'לייגט עס אראפ האט מיך אויסגעזען מאדנע... גיי ווייס... צו ערנסט איז עס זיכער נישט.

שעפטאל » מאנטאג סעפטעמבער 4, 2023 1:24 am

· #535287
צו דען זענען אונז משיג די עומק וואס מיינט תחתונים למעלה..

אלפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:43 am

· #535512
היינט צופרי אין ביהמ"ד זעצט זיך אוועק נעבן מיר אזא קילער סארט אינגערמאן, פארהארטעוועטע פיאה'לעך, גלאנציגע פאסיק, גראבן זייגער, שיעור זיך נישט צושטאכן פון זיינע שיך. און פארשטייט זיך אז פארן לייגן תפילין זאגט מען דאך דעם 'מי אנכי שאזכה' האט ער געמוזט מסדר זיין אלע זיינע סטאטוס'ן און דורכטון הויך אויפן קול זיינע לעיטעסט אויפטואנגען, גייענדיג פון מעכל צו רעכל זיכער מאכן זיי ווייסן ער איז דא. וואס יא, עס האט מיר געכאפט וויאזוי אנע גרויסע השגות לייגט ער זיך זיינע שיידעלעך אויפן ארעם און אויפן קאפ און דער בחור דאוונט. טאקע נישט קיין בעל שם'סקע דאווענען, אבער פארט א שמועס מיט ג-ט -ער נעמט דאס ערענסט, די איבעריגע איז נישט מורא'דיג אינטרעסאנט, אבער די ברייטהארציגע צדקות און די גוטע ווערטער פאר אריינקומענדע אידן האט מיר מיט דעם אלעם באנומען..

קוקנדיג צום אויבן-אן, זיצט זיך דארטן עפעס אן אינגערמאן המכונה 'מורה הוראה', מיטן פילסטן ערענסטקייט פארטרייבט יעדער וואס שטרעקט אויס די האנט, קיין גוט ווארט פאר קיינעם, און איך בין מסופק ווי ווייט זיינע מורמלערייען זענען בכלל געצילט צום באשעפער, עס האט מער אויסגעזען ווי תנועות מיר איבערצוצייגן אזוי..

טראכט איך מיר נאכדעם, איז דען נישט דאס די פשוטע אפטייטש פון 'עליונים למטה ותחתונים למעלה'? איז דאס נישט געווען קיין לייוו דעמאנסטראציע, וויאזוי דער קילער מיט די קליינע השגות אין עולם הבא קומט זיך דאווענען פאר איין סיבה וואס רופט זיך ג-ט ב"ה, און פארטיילט שמייכלען צו די זייט ליהנות בהם בני אדם, בעת וואס דער רבישע בונדל דארט פילט זיך גאראנטירט מיט זיין חלק אין גן עדן (אפגעזען די כבוד אויף דער וועלט) און נעמט דערפון עדוואנטעדזש צו גיין יעדעם אויף די געהירן און אקטן לויט די פארשריפטן...?!

עס בלייבט נישט איבער מער ווי צו האפן אז קוב"ה וועט האבן אן ענליכן טעיסט...

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 2:16 pm

· #535529
אויבן אויף זאגסטו פיין, אבער ביז גאט, דהיינו ווייל גאט זאגט כי לא מחשבותי מחשבותיכם! וואס @אלפא, און גאלדענער אדלער טראכטן, טראכט גאט אנדערש. דער בנש"ק איז דאך באמת נישט שולדיג פאר זיינע זויערע הנהגות (ווענדט זיך פון וועלכע גזע ער האט ארויס געשפראצט, זיס, פריילעך, זויער, פריינדליך, בייסיג, פליענדיג, אנטי, פרא, וכו' וכו'), דער קען שוין זיין א דור רביעי מיט איינגעגעסענע מידות/משוגעת'ן כן נלפענ"ד. קען זיין כ'בין נישט גערעכט אבער אלץ א לימוד זכות קען עס דינען.

טראלל » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:58 pm

· #535599
עליונים למטה ותחתונים למעלה גייט ארויף אויפ'ן מענטש אליין, דאס וואס דו האסט זיך צופייערט ביי חסל סידור פסח און דו האסט געמיינט אז דו ביזט מתקן תיקונים און דרייסט מיט די עולמות העליונים וועסטו ארויפקומען אויבן וועסטו זעהן ווי ס'ליגט אונטן צוזאמען מיט'ן טיווי שאו וואס דו האסט געוואטשט דעם נעקסטן טאג, און ווען דו האסט געדארפט בלייבן יום כיפור אינדערהיים זיך אפצוגעבן מיט די קינדער ווייל דיין ווייב האט נישט געפילט גוט וועסטו ארויפקומען אויבן וועסטו געוואור ווערן אז דארט האסטו מתקן געוועהן אלע דיינע פריערדיגע גילגולים.

ברוך שפינוזה » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 10:04 am

· #535672
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין נישט דער וואס זאל דן זיין אבער א מענטש קען זיין א גרויסער צדיק און עובד השם און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות אבער חובתו בעולמו האט ער נישט געטוהן, פארקערט, ס'דא אסאך גרויסע עובדי השם וואס נוצן זייער דקדוק ההלכה וחסידות זיך ארויסצודרייען פון מקיים זיין חובתם בעולמם. ס'איז פיל גרינגער צו לערנען 18 שעה א טאג ווי ארויסצוקומען קעגן די טעראר פון די מוסדות איבער אינטערנעט, ס'איז טויזענט מאל גרינגער צו דאווענען 4 שעה א טאג מיט כוונות הרש"ש ווי אויסצוארבעטן א prenuptial agreement צו פארמיידן עגונות רח"ל. נאכאמאל, איך בין זיי נישט דן, אבער אויף יענע וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן. פון די אנדערע זייט קען זיין א חילוני א שיכור א דראג עדדיקט וואס איז נאר אראפגעקומען אויף דעם וועלט צו באצאלן א חוב אדער ווייס איך נישט וואס, ער האט טאקע נישט געהיטן קיין איין מצוה אין די תורה אבער ער האט געטוהן חובתו בעולמו, ער קומט ארויף אויבן גייט ער גראד צום אויבן אן.

אלע צוזאמען » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 10:08 am

· #535673
ברוך שפינוזה
[ציטאט אראפגענומען]
נאכאמאל, איך בין זיי נישט דאן, אבער אויף יענער וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן.
ביסט זיי נישט דן, אבער א רגע דערנאך טוסטו פונקט דאס...

ברוך שפינוזה » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 10:11 am

· #535674
אז דו ווילסט בלייבן סטאק אויף דעם ביזטו מכובד, האסטו שוין א ביישפיל פון דיר אליין וויאזוי מ'קען גיין ארום און ארום אבער די פוינט איגנארירט מען.

אלע צוזאמען » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 10:15 am

· #535675
ברוך שפינוזה
אז דו ווילסט בלייבן סטאק אויף דעם ביזטו מכובד, האסטו שוין א ביישפיל פון דיר אליין וויאזוי מ'קען גיין ארום און ארום אבער די פוינט איגנארירט מען.
צו זיין א גוטער איד, מוז מען נישט האבן א טי-שירט מיט וואטסעפפ.

ברוך שפינוזה » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 10:18 am

· #535676
אבער צו זיין א גוטער איד טאר מען נישט האקן אויף טישירטס און וואטסעפפ, און די אלע מענטשן וואס דו זעהסט האקן אויף אזעלכע זאכן קומט עס דערפון וואס זיי פארגינען עס נישט פאר זיך אליין, ווען זיי וואלטן עס פארגינט פאר זיך (צו למעשה צו טעארעטיש) וואלטן זיי עס פארגינט פאר יענעם אויך.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 10:29 am

· #535677
ברוך שפינוזה
אבער צו זיין א גוטער איד טאר מען נישט האקן אויף טישירטס און וואטסעפפ, און די אלע מענטשן וואס דו זעהסט האקן אויף אזעלכע זאכן קומט עס דערפון וואס זיי פארגינען עס נישט פאר זיך אליין, ווען זיי וואלטן עס פארגינט פאר זיך (צו למעשה צו טעארעטיש) וואלטן זיי עס פארגינט פאר יענעם אויך.
יאפ. ואהבת לרעך "כמוך" זה כלל גדול בתורה. אלעס הייבט זיך אן ביי זיך.

מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 10:30 am

· #535678
ואולי קען מען זאגן לפי"ז אז וועגן דעם, דארט בב"ב י: וואו יוסף בריה דר' יהושע האט געזעהן עליונים למטה ותחתונים למעלה, האט ער אויך געהערט אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו ע"ש. והיינו, ווייל מה דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה (שבת לא.), און ביי דעם קען מען שוין יא מער וויסן ווער וועט זיין למעלה שם. (ועיין שם בב"ב בתוד"ה עליונים.)

און אין דעם נושא האב איך פונקט געשמועסט מיט א חשוב'ע מיטגליד אין אישי, איבער דעם מלבי"ם באיוב (יא ו):
שהדברים הנמצאים מתחלקים לשנים:

א) כפי מה שהם בעצמותם,

ב) כפי מה שהם מוחשים ומושגים לחושינו,

כי אנו אין אנו משיגים מן הדברים רק את מקריהם החיצונים כפי מה שהם פועלים על חושינו, ומזה לא נוכל לדון על מהות הדברים כפי מה שהם בעצמם מזולת היחוס שבין שטחם החיצוני ובין חושינו, כי תנאי משיגי החושים הם הזמן והמקום והם אינם תנאי הדברים בעצמותם. ולפי"ז א"א שנשיג משום דבר השגה ברורה לדעת איך הוא הדבר בעצמו לפי אמתתו, רק כפי מה שנראה לנו מפעולתו על חושינו, והמשיג עצמות הדברים בידיעה מושכלת שלא ע"י החוש רק כפי מה שישכיל השכל המופשט מחומר, הוא יבין תעלומות חכמה לדעת מהות הדברים ואמתתם, כי כל יש הוא מכופל, ועצמותו ואמתתו הוא משונה מחצוניותו המוחש ע"י החוש, ואז "ודע כי ישה לך אלו-ה מעוניך", אם תשיג תעלומות עצמות האדם כפי מה שהוא באמת לא כפי מה שהוא מוחש בחוש החיצוני, אז תדע כי אינך צדיק, שהגם שלפי הנגלה ממך אתה תם וישר ואין בך דופי, אין לדון מן החוש הבלתי משיג עצמות הדברים, שיוכל להיות שכפי נפשך הפנימית שהוא עצמות האדם אתה רשע, כי לא השלמת את נפשך כראוי להשלימה מצד שהיא עצם נבדל קדושה ומלאכיית, ושלא עשית כל אשר ביכלתך לעשות כפי כח נפשך הגדולה, וזה יחשב לך לעון וע"ז אתה נענש, הגם שנדמה לך שאתה צדיק לפי ישך החיצון, הנך רשע לפי ישך הנסתר הנכפל תחת היש החיצוני.
ווי איך פארשטיי מאכט דער מלבי"ם א שילוב צווישן קאנט'ס שיטה אין דעם חילוק צווישן דעם נאמענאן און דעם פענאמענאן, און שיטת דוד הום איבער דעם "זעלבסט". והיינו, דער מלבי"ם האלט סיי ווי קאנט אז ס'איז דא א חילוק צווישן א זאך ומהות של דבר שהוא בעצמו [דעם נאמענאן], וואס דאס איז פארהוילן פון אונז און אונז קענען דאס נישט משיג זיין על בוריו, און די חלקים דערפון וואס זענען נתון תחת חושינו [דעם פענאמענאן], וואס אונז קענען יא. און דער מלבי"ם האלט סיי ווי דוד הום אז מהות האדם, ואפילו לאותו האדם עצמו, איז אָלטימעטלי, און אין פּרינציפּ, unknowable. א, כעין, ווי ווייט טיעף דו גייסט נאר נישט אין זיך(...) אריינקוקן, וועסטו פונדעסטוועגן דאך נאך אלס נישט טרעפן דעם "זעלבסט", כדברי הום. און דאס איז טאקע אין איינקלאנג מיט הום'ס עמפּיריסיסט שיטה בענין מדע (ועיין כאן).

והגם הום אליין איז דעריבער צוגעקומען אז עס איז טאקע נישטא קיין איין ספּעציפישע (כעין) סאָבּסטאנץ וואס איז דאס "זעלבסט", האלט אבער דער מלבי"ם (זייענדיג א מער-ווייניגער טראדיציאנאלער טעאיסט) אז עס איז באמת יא דא [די נפש/נשמה], נאר עס איז טאקע לגמרי נישט תחת השגת והרגשת החושים. און טאמער גייט מען מיט די עמפּיריסיסט שיטה, איז טאקע, אפילו אין פּרינציפּ, נישט שייך צו האבן קיין שום מדע איבער'ן נפש ומהות האדם באמת, ואפילו דעם אייגענעם. דאס קען נאר הקב"ה.

עכ"פ באלאנגט נישט די נפש ומהות האדם (באמת) צום סוג פענאמענון כלל. איז דעריבער קען אפילו זיין אז דער אייגענער מענטש אליין זאל מיינען אז ער איז, לפי זיינע מעשים ומחשבות וואס ער זעהט בחוש, א צדיק/רשע. אבער באמת, לפי מהותו, וואס ניטאמאל ער אליינס קען וויסן (וממילא איז דאס א נאמענאן) כנ"ל, איז ער באמת פארקערט.

סוף טוב הכל טוב » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 10:32 pm

· #546752
Re:
ברוך שפינוזה #
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין נישט דער וואס זאל דן זיין אבער א מענטש קען זיין א גרויסער צדיק און עובד השם און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות אבער חובתו בעולמו האט ער נישט געטוהן, פארקערט, ס'דא אסאך גרויסע עובדי השם וואס נוצן זייער דקדוק ההלכה וחסידות זיך ארויסצודרייען פון מקיים זיין חובתם בעולמם. ס'איז פיל גרינגער צו לערנען 18 שעה א טאג ווי ארויסצוקומען קעגן די טעראר פון די מוסדות איבער אינטערנעט, ס'איז טויזענט מאל גרינגער צו דאווענען 4 שעה א טאג מיט כוונות הרש"ש ווי אויסצוארבעטן א prenuptial agreement צו פארמיידן עגונות רח"ל. נאכאמאל, איך בין זיי נישט דן, אבער אויף יענע וועלט ווארט זיי נישט אפ קיין גרויסע גליקן. פון די אנדערע זייט קען זיין א חילוני א שיכור א דראג עדדיקט וואס איז נאר אראפגעקומען אויף דעם וועלט צו באצאלן א חוב אדער ווייס איך נישט וואס, ער האט טאקע נישט געהיטן קיין איין מצוה אין די תורה אבער ער האט געטוהן חובתו בעולמו, ער קומט ארויף אויבן גייט ער גראד צום אויבן אן.
דברים כדרבונות 👍 👍 👍

אבער פאר דיר (און פאר מיר) איז מסתם נאך אסאך גרינגער ארויסצוקומען מיט א מבצע פאר prenuptial agreements און מיר טוהען עס נישט

מיר פריוואטע מענטשן וואלטן זיך ג'קענט ארויסשטעלן קעגן עוולות פון אנדערע (ע"ע הצדיק ר' יונתן שווארץ) און מיר טוהן עס נישט.