וועמענס לעבן איז בעסער, פונעם יוד אדער פונעם גוי?
87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1648
וועמענס לעבן איז בעסער, פונעם יוד אדער פונעם גוי?
פון אלס קינד ווערן מיר געפרעדיגט אז דעם יוד'ס תורה'דיג לעבן איז אזוי שיין לעומת דעם גוי'ס ווייל וואס פאר א טעם האט דען דער גוי'איש לעבן, ער האט נישט קיין שבת קיין יום טוב, נישט קיין תורה ומצות, פרעסט און פאפט אן קיין שום ערהאבענער ציל אין לעבן וכו'. ווען מיר ווערן עלטער הערן מיר נאך מער, אז ביי זיי איז דא א סך גיטין, מלא הפקרות וכו'
אלזא, איך וועל נישט מאריך זיין, נאר איך וועל הערן וואס איר האט צוזאגן איבער דעם ענין?
דער גוי האט א בעסער'ן לעבן פון אן עווערעדש חסידיש'ן איד.
דאן בין איך העכער עווערעדש, ווייל איך ענדשוי זייער מיין עטניסיטי, און קולטור,
אבער איך קען פארשטיין אז נישט יעדער מענטשט איז די זעלבער נאטור און פאר געוויסע סארט נאטורן איז שווער צו זיין א איד,
פרעסן און פאפן זענען גראדע נישט קיין שלעכטע זאכן.... (בגשמיות פארשטייטזיך)
זר, באלד פליען דיינע קינדער פון די מוסדות!!!, ליידער האלט איך ווי דיר,
ווארט באלד הייבט זיך אן א מבוכה וואס מיינט "בעסער"
איך קוק אן די שאלה אזוי ווי איינער וואלט ווען געפרעגט, וועמענס צואה איז בעסער, פון אן אייזל אדער פון א פערד?
נקוט כללא זה בידך, די לעבן זייגט אוועק, קיינער איז קיינמאל העפי אינגאנצן, נישט קיין חילוק וויפיל גליק'ן א מענטש זאל נאר דערגרייכן וועט מען אלעמאל בלייבן אומצופרידן, וועסט נישט טרעפן א מענטש אויפ'ו גאנצן כדור העולם וואס וועט זיין רואיג און צופרידן מיט וויפיל תאוות ער האט שוין דערגרייכט, ממילא צו פארגלייכן עולם הזה איז סטופיד נאן סענס, אז מ'בלייבט אומצופרידן איז נישט קיין חילוק וואס און וויפיל די צופרידענע חלק איז.
עס איז דא אזעלעכע וואס זאגען אזוי, א גוט לעבען האט א גוי אבער ליידער בין איך געבוירען א איד עפ"ל,י
קודם איז דאס נישט אמת, ווייל איינער ווי דער עוורידש אינגערמאן וואס זיין טאטע מאמע זיינען שלא מזלנים נישט קיין פרנסה נישט קיין חכמה, אבי געלעבט וואס קענסטו קאמפלעינען, ווען די קומסט פון א גוי'ישע משפחה וואס וואלסטו ווען געהאט, דא האט מען דיר צוגעשטעלט א ווייב מיט א דירה מיט א שטריימעל מיט א נארמאלע חברותא, און עס איז דא סאך זאכען וואס דו קענסט טועהן פאר סיפוק,י
ווען די פארסט קיין מאנסי אדער קיין מאנטריאל וועט מען דיר צו שטעלען אן אכסניא,י
ווען די דארפסט אלע סארט חסד וועט מען דיר עס צושטעלען
ווען די גייסט אין ביזנעס, למשל אין אינשורנס האסטו הונדערטער מענטשען וועם די קענסט רופן פאר ביזנעס, ווען די עפנענסט א גראסערי וועלען אסאך באקאנטע קויפען ביי דיר דיך צו שטיצען, וואס ביסטו סתם א סעלף העיטינג דזשאו
רבותי העלפט מיך ארויס דא, טוט'ס א חסד
ווען דו דארפסט ארויסגיין גייענדיג אין גאס דאפסטו נישט מער ווי צוגיין א האלבע גאס צו די נענסטע בית המדרש.
האט איהר שוין אמאל אריינגעטראכט וואס טוהט א גוי וואס דארף ארויסגיין ווען ער גייט אין גאס?
פין וועלכע גוי רעדט מען סאיז דא אסאך קלאסן פינעם פרעזידענט, גביר, היפי, האם לעס.?
פין וועלכע איד רעדט מען סאיז דא אסאך קלאסן פינעם אלטרע ארטעדאקס, מאדערן, ספרדיש, צפתניק, וכו'?
ונבנתה העירווען דו דארפסט ארויסגיין גייענדיג אין גאס דאפסטו נישט מער ווי צוגיין א האלבע גאס צו די נענסטע בית המדרש.
האט איהר שוין אמאל אריינגעטראכט וואס טוהט א גוי וואס דארף ארויסגיין ווען ער גייט אין גאס?
האט שוין אמאל געטראכט וואס די גוי טוט ווען ער איז הוגעריג אינטערוועגענס?
איך זאג נישט א גוי האט א בעסער לעבען, נאר סשוין דא א אשכול אויף די מעלות פין אונזער סיסטעם. דא פארשטיי איך דארף מען שוין דעם מסקנה.
אוי ביסטי א רשע
יעצט האסטי מיך דערמאנט דעם שמעק אין די רעסססט עריעס און עיראפארטס ווי די גוים פרעסן אריין אין איך מיז ארויסנעמען מיין צוקוועטשטע טונא ראול
אוי דער שמעק ממממ
דאט קאם איז אבער גערעכגט
בגשמיות איז דעם גוי'ס לעבן בעסער, בלי ספק.
ער האט דאך באקומען עולם הזה פאר א סיבה!
און מיר האבן באקומען עולם הבא.
עס לוינט נישט צו טוישן, און עס לוינט נישט צו מקנא זיין.
מאנכע מישן צווישן 'גרינגער' און 'בעסער', וועלכע זענען נישט די זעלבע.
נעמט אין אכט אז ווען חאצקל זאגט "יוד" מיינט ער 0.02% פראצענט פון די וועלט (דאס רעכנט שוין אריין פרייע אידן אויך. ארטאדאקסן זענען 13% פון אלע אידן) און מיט "גוי" מיינט ער די איבעריגע 99.98% פון די וועלט. פון אזא פערספעקטיוו, איז די שאלה "וועמענס לעבן איז בעסער" ממש לעכערליך.
יידלנעמט אין אכט אז ווען חאצקל זאגט "יוד" מיינט ער 0.02% פראצענט פון די וועלט (דאס רעכנט שוין אריין פרייע אידן אויך. ארטאדאקסן זענען 13% פון אלע אידן) און מיט "גוי" מיינט ער די איבעריגע 99.98% פון די וועלט. פון אזא פערספעקטיוו, איז די שאלה "וועמענס לעבן איז בעסער" ממש לעכערליך.
און יעצט ווערט שווער די קשיא וואס מ'האט שוין ארומגערעדט אומצאליגע מאל, פארוואס פארקויפט מען פאר אונזערע קינדער שקרים וכזבים? ובפרט היינטיגע צייטן ווען ס'איז זייער גרינג צו דערגיין דעם שקר, ומילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי? און צום מיליאנסטן מאל, וויאזוי מאכט מען אידישקייט געשמאק?
The life of a goy are better, but the life of Orthodox Jews are more secure. Especially those living in communities, when they have a problem, they have the right people to contact and activists engaged all the time ...
שמעקעדיגבגשמיות איז דעם גוי'ס לעבן בעסער, בלי ספק.
ער האט דאך באקומען עולם הזה פאר א סיבה!
און מיר האבן באקומען עולם הבא.
עס לוינט נישט צו טוישן, און עס לוינט נישט צו מקנא זיין.
און איינע פון די סיבות פאר וואס דער גוי שפירט טאקע בחוש אז זיין לעבן איז בעסער, איז ווייל ער פארנעמט זיך די גאנצע צייט מיט עפעס, (לייען - נאך א תאווה און תענוג בהבלי עוה"ז) און לאזט נישט איבער צייט צו טראכטן, און אריינצופאלן אין מרה שחורה אויף עפעס וואס איז נישט גוט געגאנגען אין לעבן. משא"כ א איד האט נישט די פולע תענוגים וואס זאלן אינגאנצן איבערנעמען זיין מחשבה אויף 120 יאר.
טאמבל, הלוואי ויהי' כדבריך, די ביטערע פאקט איז אבער אז רוב וועלט טראכט נישט, נישט קיין חילוק צו וועלכע רעליגיע מען בעלאנגט, ס'פעלט נישט קיין תענוגים מיט וואס דער איד זאל פארברענגען זיינע 120 יאר.
און אויב דער גוי טראכט יא דארף ער נאכאלס נישט אריינפאלן אין א מרה שחורה, ער האט זיך זיין תפקיד, זיינע שבע מצוות, דער באשעפער האט אים אויך באשאפן מיט א ציל, און אויב איז ער א גלויביגער און גלייבט אין שכר ועונש בעולם הבא דאן פעלט אים גארנישט אויף דעם וועלט.
א גוי ווען ער האט חתונה און ס'גייט דורך יארן און ער האט נישט קיין קינדער און לאמיר אננעמען אז ס'באדערט אים זייער, (דאס איז שוין ווען ס'באדערט! וויפיל גוים ווילן לכתחילה נישט האבן!) בלייבט אבער זיין צרה טאקע בלויז נאר דאס אז ער האט נישט קינדער.
ביי א איד איז די צרה 10 פאכיג וואס מ'דארף נישט מסביר זיין.
ביי א גוי איז נישט שייך אז זיין קינד איז אים אפגעפארן אדער אז די פאבליק סקול האט געשיקט א לא נתקבל.
ווען א גוי גט זיך איז ער נישט אראפגעקוקט, און ער ווערט נישט ווייניגער ווערט אויף די שידוכים מארקעט.
-----------------
די פאטענציאלס פאר א א איד צו האבן צער און עגמת נפש איז סאך מער פונעם גוי!
😢
ווי געשריבן אויבן, בגשמיות איז טאקע בעסער דאס לעבן פונעם גוי, אבער שפירט ער דען אזא גוטן טעם, סיפוק, און צופרידענהייט?
גייט ער דען שלאפן מיט אזא געהויבענעם געפיל ווי מיר גייען שלאפן נאך א געהויבענע טאג, פול מיט מצוות און מעש"ט?
אטא דאס מיינען אונזערע עלטערן ווען זיי זאגן אז א גוי'ס לעבן שפירט זיך פוסט און ליידיג. ער זוכט כסדר נאך פאן אנצופילן די פוסטקייט.
א נארמאלער איינשטענדיגער גוי פילט פונקט אזוי גוט ווי דיר ווען ער גייט שלאפן.
ער האט נישט דיין נשמה, און ער דארף נישט דיין סיפוק.
ס'אזוי ווי זאלסט זאגן אז דער עלעפאנט פארשטייט נישט די טעם פון א טשולענט.
זר זהבא גוי ווען ער האט חתונה און ס'גייט דורך יארן און ער האט נישט קיין קינדער און לאמיר אננעמען אז ס'באדערט אים זייער, (דאס איז שוין ווען ס'באדערט! וויפיל גוים ווילן לכתחילה נישט האבן!) בלייבט אבער זיין צרה טאקע בלויז נאר דאס אז ער האט נישט קינדער.
ביי א איד איז די צרה 10 פאכיג וואס מ'דארף נישט מסביר זיין.
ביי א גוי איז נישט שייך אז זיין קינד איז אים אפגעפארן אדער אז די פאבליק סקול האט געשיקט א לא נתקבל.
ווען א גוי גט זיך איז ער נישט אראפגעקוקט, און ער ווערט נישט ווייניגער ווערט אויף די שידוכים מארקעט.
-----------------
די פאטענציאלס פאר א א איד צו האבן צער און עגמת נפש איז סאך מער פונעם גוי!
😢
טאקע וועגן דעם זעלבן סיבה, ווען עס גייט יא אזוי ווי עס ברויך צו זיין, איז דער געשמאק פונעם איד אסאך העכער ווי פונעם גוי'ס.
וואספארא טעם שפירט דער גוי ווען זיין זון האט חתונה מיט זיין גירל-פרענד? ווי א פינפטער ראד צום וואגן?
א איד, די גאנצע התרגשות פון אלע יארן חינוך וואס ער האט אריינגעלייגט, ער שניידט די פירות און די נחת, קען דען א גוי אפילו שפירן די געהויבענע טעם פון טראגן א קינד אונטער די חופה?
אודאי איז ער אויך פרייליך, איך מאך נישט אוועק דעם גוי'ס הרגשים. אבער ס'איז כרחוק מזרח ממערב.
זאג מיר וויפיל טרערן א גוי פארלאזט ביי א קינד'ס חתונה.
שמעקעדיג
טאקע וועגן דעם זעלבן סיבה, ווען עס גייט יא אזוי ווי עס ברויך צו זיין
דאס איז א גרויסע געמבל
נישט זיכער צי ס'לוינט זיך
--------------------
אויב איינער פיהלט זיך ווי א פינפטער רוט צום וואגן איז עס א אידיש מיידל וואס קומט אריין אין א חסידישן שטוב, מ'ווייזט איר נישט קיין שום התקרבות. און אויב איז איז נאך דער שווער א פרומערער סארט עסט ער די שבת סעודה אויף אן אנדערע טיש אפגעזונדערט פון זיינע שנירן.
ווילסט רעדן פון א 5'טן רוט?
ביי די
חסידים איז נישטא קיין שום ווייזונג פון אהבה.
דער גוי און דער מאדערן ארטאדאקס געווינט הענדס דאון.
זר זהב
ביי א גוי איז נישט שייך אז זיין קינד איז אים אפגעפארן אדער אז די פאבליק סקול האט געשיקט א לא נתקבל.
😢
א יעדער האט א וויזשאן וויאזוי ער וויל זיינע קינדער זאלן אויסקוקן און ביי זיי מאכט זיך עס מער אפט אז דאס קינד וויל עפעס אנדערש און פייפט זיך אריין אויפן טאטן
אפשר איז די ווייטאג נישט אזוי שטארק וואו ביי אונז, אבער זיי ווייטיגן אויך דערויף
נפתליזר זהב
ביי א גוי איז נישט שייך אז זיין קינד איז אים אפגעפארן אדער אז די פאבליק סקול האט געשיקט א לא נתקבל.
😢
א יעדע האט א וויזשאן וויאזוי ער וויל זיינע קינדער זאלן אויסקוקן און ביי זיי מאכט זיך עס מער אפט אז דאס קינד וויל עפעס אנדערש און פייפט זיך אריין אויפן טאטן
אפשר איז די ווייטאג נישט אזוי שטארק וואו ביי אונז אבער זיי ווייטיגן אויך דערויף
ביזט גערעכט, און דיין אויספיר פארענטפערט עס.
איך טראכט אסאך מאהל אז די געזונטע אידן דאס מיין איך גייסטיג און פיזיש זיינען שוין לאנג אוועק געפאלען און געווארען פריי, געבליבען איז נאר די פרומע וואס זיינען אסאך אה סי די, און אסאך דיפרעסטע, דער מזל איז די חלק וואס ירשנ'ן נישט די מחלות פון זייערע עלטערען דעי זענען די קליינע חלק נארמאלע אידן, די אנדערע מוטשען זיך נעבעך אפ
וואס מאכט דיר טראכטן אזוי?
קענסטו נישט קיין געזונטע מענטשן צווישן די היימישע עולם? אדער האלסטו אז איינער וואס איז נאך געבליבן איז נישט געזונט?
שווער צו ענטפערן אויף די עצם שאלה, ווארום וואס מיינט א "איד"? ס'איז דא אזויפיל סארט אידן וויפיל אידן ס'איז דא.
בפשטות, לויט ווי מיין נאך-אלץ-אביסל-מצומצם'דיגע קאפ זאגט, איז די "תורה" לעבן דאס בעסטע וואס ס'איז שייך,
מיט די הנחה אז ה' וויל נאר אונזער גוטס, און מיט די הנחה אז ער איז דער יוצר און דערפאר פארשטייט ער דאס בעסטע זיין יצירה.
בנוגע דרבנן'ס, איז דאך נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז זיי האבן געוויסט מסוף העולם ועד סופו (זיי זענען דאך נישט קיין תלמידי בעש"ט)
על כן, יתכן אז אסאך איסורי דרבנן מאכן באמת שווערער דאס לעבן.
וכל שכן ונין ונכד של קל וחומר, אז די מנהגים וואס דר'עולם איז מאמץ כהלכה למשה מסיני, האט דאס דאך גארנישט מיט ה',
זיי מאכן אוודאי שווערער דאס לעבן.
על כן, ווען מ'איז דן בכובד קאווע וואס פארא סארט לעבן איז בעסער, דארף מען מחלק זיין צווישען אידן זעלבסט.
ווי יענער האט געזאגט "די תורה איז פיין, די פראבלעם איז אבער, אז ס'איז געפאלן אין אידן'ס הענט".
און יא, ווי מער מ'לערנט אלץ מער זעסטו ווי די תורה האט ליב דעם מענטש, און האט ליב ווען דער מענטש enjoys life.
מיט "דרבנן" מיינסטע זיכער חז"ל. דארפן מיר נישט גלייבן אז תורה שבע"פ איז געגעבן געווארן ביי מתן תורה??
זר זהבמיט "דרבנן" מיינסטע זיכער חז"ל. דארפן מיר נישט גלייבן אז תורה שבע"פ איז געגעבן געווארן ביי מתן תורה??
ביי מתן תורה איז גע'געבן געווארן א כוח פאר חז"ל צו מאכן תקנות.
אבער אוודאי איז מען אין די מדבר נישט געגאנגען קיין קאפל, און מ'האט געטוהן אזויווי ס'שטייט אין רמב"ם אנהייב הל' אישות
משכילאיך טראכט אסאך מאהל אז די געזונטע אידן דאס מיין איך גייסטיג און פיזיש זיינען שוין לאנג אוועק געפאלען און געווארען פריי, געבליבען איז נאר די פרומע וואס זיינען אסאך אה סי די, און אסאך דיפרעסטע, דער מזל איז די חלק וואס ירשנ'ן נישט די מחלות פון זייערע עלטערען דעי זענען די קליינע חלק נארמאלע אידן, די אנדערע מוטשען זיך נעבעך אפ
אויב זאל מען נעמען דעם שטיקל תורה איין טריט ווייטער, איז טאקע היבש פארשטענדליך פארוואס אונזער אידישקייט ווערט אלץ פרומער און פרומער... (עיין ערך "אכשר דרא")
תוכן השאלה:איך נכתבה תורה שבעל פה? והאם היא מסיני?
תוכן התשובה:
בס"ד
כידוע תושבע"פ נתנה למשה בסיני ביחד עם התורה שבכתב. הגמ' כוללת את התושבע"פ אך ראשית יש להקדים מס' דברים. כל התושבע"פ שרשומה היום - עברה במסורת בעל פה מדור לדור.
בדורו של רבי יהודה הנשיא – דור שהחל עם ישראל לצאת לגלות לאחר מספר שנים של חורבן ושמד מצדה של מלכות רומי, החליט רבי לקיים את הפסוק "עת לעשות לה' הפרו תורתך" ולכתוב את התושבע"פ – הוא סידר את ששת סדרי המשנה.
אחרי דור התנאים היה דור האמוראים והם היו זקוקים לביאור המשנה וכתבו את הגמרא.
בכלל התושבע"פ הוא כל מה שעתיד תלמיד לחדש – הכל ניתן למשה מסיני – מדרש, אגדה, הלכה וכו'.
ויהי רצון שנזכה ללמוד וללמד לשומר ולקיים את כל דברי התורה.
די לעידיס זיינען אין אלעם שולדיג, זיי זיינען די "החמירו על עצמן" ניקעס, זיי האבען זיך אפגעשוירען ווי אין לאגער, זיי פירען איין אסאך קאפ וויטאג
די גמרא אין ברכות כב. דערציילט פון דעם אחד שתבע אשה לדבר עבירה אמרה לו ריקא יש לך ארבעים סאה שאתה טבל בהן מיד פירש, דער פשט איז אז ער האט געטראפען א פרוי אין ער האט אנגעהויבען צו פאנטאזירן, מיט א געפיל פון הפקרות, זי גיט עם א פרעג א פרומע שאלה, וואס וועט זיין מיט א מקוה, איז איהם אדורך אן עקל און מיד פירש, זיי ווייסען גיט ווי צו טרענען די נערווען
DotComטאמבל, הלוואי ויהי' כדבריך, די ביטערע פאקט איז אבער אז רוב וועלט טראכט נישט, נישט קיין חילוק צו וועלכע רעליגיע מען בעלאנגט, ס'פעלט נישט קיין תענוגים מיט וואס דער איד זאל פארברענגען זיינע 120 יאר.
און אויב דער גוי טראכט יא דארף ער נאכאלס נישט אריינפאלן אין א מרה שחורה, ער האט זיך זיין תפקיד, זיינע שבע מצוות, דער באשעפער האט אים אויך באשאפן מיט א ציל, און אויב איז ער א גלויביגער און גלייבט אין שכר ועונש בעולם הבא דאן פעלט אים גארנישט אויף דעם וועלט.
איך רעד פון פראצענט.
רוב אידן, חסידישע און נישט חסידישע ווייסן נישט און ווילן נישט וויסן פון די אלע סארט תענוגים. אסאך פון די וואס ווילן, קענען אבער דאך נישט צוליב משפחה, קאמיוניטי עטס.
און דעריבער טרעפסטו אסאך מענטשן העכער די פערציג פעסט פארמרה'שחורה'ט און אנגעגעסן, אזש זיי זענען ביזי אייביג מיט שטותים און קליינליכע מחלוקה'לעך, יענער אין ביהמ"ד האט אזוי געזאגט אויף מיר, און דער אנדערער האט מען געגעבן שישי, אבער מיך.. וכו'. אינטרעסאנטערע זאכן אינטערעסירט זיי נישט אין לעבן.
(וועסט טאקע זען, די עסקנים, און די וואס ארבעטן אומאויפהערליך, זענען ווינציגער בעצבות וויבאלד זיי האבן נישט קיין צייט צו טראכטן. האסט שוין אמאל געזען א גרעסערע עצבן ווי א כולל-ליידיגגייער?
יעצט וועגן דער גוי.
זאגמיר וויפיל גוים האסטו שוין געהערט טוען טאקע בלויז וואס זיי מעגן אלס בן נח?
און חוץ פונדעם גייען מיר דאך מיטן מסקנא אז אן תורה איז דער לעבן קיין לעבן,
סיידן מען קיפט זיך ביזי יעדן טאג מיט א צווייטע תאווה. לויט דעם וואלט דער גוי אויב טראכט ער, אויך געזאלט נמאס ווערן פון זיין לעבן... נאר וואדען, ער קומט נישט אן צו טראכטן.
טראכט נאר אריין איין זאך, ווען מען ווערט אביסל עלטער און די קינדער האבען שוין חתנה געהאט און מען קומט צום זיידען באבען וואסערע נחת איז דאס און מען העלפט יעדע אויף זיין מדרגה אבער די מינימים איז מער ווי דער גוי, די גוי זעט ווי זיינע עלטערן ווערן אלט ווארפט ער זיי אריין אריין און א הום און גייט זיי וויזעטען 1-2 מאל א יאר
היימישערטראכט נאר אריין איין זאך, ווען מען ווערט אביסל עלטער ....
מ'קען פייער'ען די 100'סטע יום הולדת, און נאך אלץ נישט זיין צופרידען
א אלטע איד פייערט זיין יום הולדתהיימישערטראכט נאר אריין איין זאך, ווען מען ווערט אביסל עלטער און די קינדער האבען שוין חתנה געהאט און מען קומט צום זיידען באבען וואסערע נחת איז דאס און מען העלפט יעדע אויף זיין מדרגה אבער די מינימים איז מער ווי דער גוי, די גוי זעט ווי זיינע עלטערן ווערן אלט ווארפט ער זיי אריין אריין און א הום און גייט זיי וויזעטען 1-2 מאל א יאר
איך קען דעי אלע בעלאוניס וואס מ'האט דיך אלע יארן איינגעבאבקעט.
קודם כל בין איך נישט אזוי זיכער אז זייערע עלטערן דארפן עס. זיי זענען מער פרייליך דאס אז זייער קינד האט מנוחה און פירט א אינדעדפענדענט לעבן און ליידט נישט פון פרעשור אלע יארן, אז ער דארף זיי קומען וויזיטן און לעקן אויף טריט און שריט.
2 טראכט א מינוט צו די אלע מוטשענישן און ליידן וואס מיר גייען אדורך מיט די קינדער ביז יענע סטעידזש, צו דאס לוינט זיך. פאר די לעצטע קראנקע יאר.
דאכצעך מיר די שאלה פון פותח האשכול איז "וועמענס 'לעבן' איז בעסער" און ביי דעט מיינט ער נישט די פאר לעצטע אויסגעקראכענע יארן פון לעבן.
ממילה בלייבט נאך אלץ דער ענטפער יא! פארט האט דער גוי געהאט א בעסערע לעבן..
קוק אהער, אידן טאנצען פאר שמחה אין MET LIFE איינמאהל אין 7 אהאלב יאהר,
א גוי? יעדען צווייטען טאג
נו, ווער איז מער פרייליך?
ס'איז טאקע נישטא אין קאווע שטיבל קיין איינער וואס האט שוין פארזוכט דעם געשמאקע טעם פון "אידישע עולם הזה"??
נעבעך.
כ'האב עכט רחמנות אויף ענק אז עטץ זענען אלע אויפגעוואקסן אין סאטמאר און קיינמאל נישט באקומען דעם חסידישן געשמאק אין אידישקייט, אנשטאט ווערן אויפגעקלערט און זוכן וואס דער גוי האט צו פארקויפן, ווערטס אויפגעקלערט און זוכטס וואס להבדיל חסידות האט צו פארקויפן!
מיטן לערנען בקביעות ספרי חסידות מיט א סדר יעדן טאג, דארף מען נישט גיין זוכן סיפוק ביים גוי, בדוק ומנוסה!!
chasidס'איז טאקע נישטא אין קאווע שטיבל קיין איינער וואס האט שוין פארזוכט דעם געשמאקע טעם פון "אידישע עולם הזה"??
נעבעך.
איך יא,
כ'האב נעכטען געהאט over-night-kugel
אבער כ'האב אויך געמוזט גיין אין מקוה ווייל מיין טאטע זעהט.
א גוי ווערט נישט קיין בעל קרי
if a goyishe life is better than why do we see sometimes how popular rich goyim that have everything drop it and become yidden?
there is such a thing as a yid enjoys this world and has the other world. its a long disscussion . but im never jealious of any goy and i dont care what the world thinks of me. i live my own life im happy.... and why do u all think u have to be chasidish i think some of u would enjoy to be a litfak
chasidכ'האב עכט רחמנות אויף ענק אז עטץ זענען אלע אויפגעוואקסן אין סאטמאר און קיינמאל נישט באקומען דעם חסידישן געשמאק אין אידישקייט, אנשטאט ווערן אויפגעקלערט און זוכן וואס דער גוי האט צו פארקויפן, ווערטס אויפגעקלערט און זוכטס וואס להבדיל חסידות האט צו פארקויפן!
איך בין נישט סאטמער
סאטמארע בתי מדרשים זענען פיל מיט ספרי חסידות
אפשר מיינסטו קלוגער'ס/שיק/זילברבערג'ס ספרים?
זיי מאכן דיך פרייליך? קיפ איט אפ
אלו ואלו דברי אלוקים חיים!! א אידישער גוי
אלו ואלו דברי אלוקים חיים!! א אידישער גוי האט די בעסטער פון ביידע וועלטן
ווייקט זיך אין מקווה
טאנצ'ט שמחת תורה - איז נישט נערוועז הושענא רבה
און עיראפארטס ווי די גוים פרעסן נעמט ער נישט ארויס קיין טונא ראול'ס
שוואַנגערט נישט ביי די חתונה פון איר דריטער טאכטער ארומגענומען מיט איר זיבעצן און א האלב קינדער
real jewאלו ואלו דברי אלוקים חיים!! א אידישער גוי האט די בעסטער פון ביידע וועלטן
ווייקט זיך אין מקווה
טאנצ'ט שמחת תורה - איז נישט נערוועז הושענא רבה
און עיראפארטס ווי די גוים פרעסן נעמט ער נישט ארויס קיין טונא ראול'ס
שוואַנגערט נישט ביי די חתונה פון איר דריטער טאכטער ארומגענומען מיט איר זיבעצן און א האלב קינדער
real איד ?
קאווע טרינקערchasidכ'האב עכט רחמנות אויף ענק אז עטץ זענען אלע אויפגעוואקסן אין סאטמאר און קיינמאל נישט באקומען דעם חסידישן געשמאק אין אידישקייט, אנשטאט ווערן אויפגעקלערט און זוכן וואס דער גוי האט צו פארקויפן, ווערטס אויפגעקלערט און זוכטס וואס להבדיל חסידות האט צו פארקויפן!
איך בין נישט סאטמער
סאטמארע בתי מדרשים זענען פיל מיט ספרי חסידות
אפשר מיינסטו קלוגער'ס/שיק/זילברבערג'ס ספרים?
זיי מאכן דיך פרייליך? קיפ איט אפ
בכלל נישט דאס געמיינט,
אז דו האסט עס נאך נישט געקאסט וועסטו עס קיינמאל נישט פארשטיין.
פארגעסט נישט א גוי האט זיין ווייב ווען ער וויל נישטא קיין חידוש, ביי א איד איז ליל טבילה ככלה מחופתה
אויך א איד איז פטור פון קישען די שוויגער, דאס איז שוין א גרויסע בענעפיט
די לייק איז פאר די צווייטע שורה
גם אני מצטרף, פאר די צווייטע שורה
זייטס מיר אלע מוחל.
זייט ווען דארף א איד גלייבן אז א גוי האט א ערגערע לעבן?
איך וועל בלייבן א איד אפילו ס'איז בעסער פאר'ן גוי.
ס'איז נאר א שמועס, נישט נוגע למעשה.