☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וועמענס לעבן איז בעסער, פונעם יוד אדער פונעם גוי?

וועמענס לעבן איז בעסער, פונעם יוד אדער פונעם גוי?

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1648
בלאט: 1 2

מורינו הרב » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:40 pm

· #40152
אין איי וועלט איז געווען אמאל א זאכליכע תגובה, און איך ברענג עס אהער:

ביי חסידים האט מען אלעמאל געוויסט פארקערט:

געהערט פון אן עלטערן ירושלימער איד, וואס אלס קינד האט ער נאך געזען ר' מאטיל סלאנימער. אין ירושלים איז דאן געווען א סוחר וואס איז ארומגעפארן א וועלט פאר מסחר, א דבר נדיר אין יענע טעג, האט אים דער סוחר דערציילט איבער פארשידענע גבירים און ווי אזוי זיי מאכן א לעבן. דאן האט ער אים געזאגט "אבער ווען דו גייסט אריין צו ר' מאטלען און דו זעסט ווי אזוי ער לערנט אפ א פרק אין רמב"ם, זעסטו אז ער האט פיל מער עולם הזה און איז פיל מער נהנה פון די וועלט ווי די אלע גרויסע פילאנטעראפן".

עס איז באקאנט די מעשה אז מען האט דערציילט פארן בארדיטשובער איבערן גראף פאטאצקי וועלכער באדט זיך אין רייכקייט און פארמאגט 999 דערפער. דער באדיטשובער האט דאן געפרעגט "ווען עס קומט חנוכה, צינדט דער גראף אן חנוכה ליכט?", ווען מען האט אים געענטפערט אז נישט, האט ער געזאגט "א מכה פארשטייט ער אין עולם הזה"...

באקאנט פון איינע פון די צדיקים וועלכע האט געפירט א וויכוח מיט א גלח, בתוך דבריו האט ער אים געזאגט "וואס עס טוט זיך אויף יענע וועלט, ווייסן נישט דו און נישט איך, אבער איין זאך איז זיכער, אויף די וועלט בין איך פיל מער נהנה ווי דו."

ר' שלמ'קע זוועהילער האט געזאגט: "איך קען א איד וואס ווען ער לייגט תפילין של יד, שפירט ער פיל א גרעסערע הנאה ווי אלע בעלי תאוות שפירן אויף די וועלט." עס איז באקאנט אז ער האט געמיינט זיך זעלבסט.

געהערט פון א סלאנימער חסיד, וואס האט געהערט פון אן עלטערן איד, אז אין סלאנים אינדערהיים איז געווען אזא שטארקע דחקות אז אויף די שבת'דיגע סעודה איז געווען נישט מער ווי א שטיקל חלה מיט הערינג. אבער דערנאך איז מען געגאנגען צום טיש, אינדערפרי האט מען געזאגט נשמת, ווען מען איז ארויסגעגאנגען פון בית-המדרש האט מען געקוקט אויף די מענטשן פון גאס ווי בהמות, אז זיי ווייסן נישט וואס הייסט געלעבט...

געהערט פון יענעם איד: עס איז געווען א משכיל, א מאדערענע איד וואס איז צופעליג אריינגעפאלן ראש השנה אין שטיבל פון יסוד העבודה, נאכן דאווענען איז ער שוין נישט אהיימגעגאנגען צוריק, נאר געבליבן א חסיד, אפגעלאזט פרוי און קינדער און אויסגעוואקסן א גרויסע עובד השם און תלמיד-חכם, ער פלעגט האבן א בעט אין בית-המדרש און כמעט נישט ארויס פון דארט. האט מען אים אמאל געפרעגט, היתכן, ער האט אפגעלאזט א לעבן פון רייכקייט און אצינד האט ער נישט קיין פרוי און נישט גארנישט, האט ער געענטפערט "א בלאט גמרא פארן דאווענען איז ווערד פופציג טויזנט רובל".

מען דערציילט אויף א חב"ד חסיד וואס האט געלערנט אין נאווארדאק, אז אויף ראש השנה האט ער געוואלט אוועקפארן, האט אים דער אלטער פארגעהאלטן, היתכן אויף ראש השנה פארט מען אוועק, האט ער געענטפערט "וואס וועל איך טון דא ראש-השנה, איך וועל הערן שמועסן. וואס זאגט מען דא ביי די שמועסן, אז מען וועט שטארבן... ביי חסידים לעבט מען... איך בין נאך יונג, איך וויל נאך לעבן..."

בקיצור, ביי חסידים האט מען נהנה געווען פונעם רוחניות, עס איז געווען דער עולם הזה...

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:52 pm

· #40158
ר' שלמ'קע זוועהילער האט געזאגט: "איך קען א איד וואס ווען ער לייגט תפילין של יד, שפירט ער פיל א גרעסערע הנאה ווי אלע בעלי תאוות שפירן אויף די וועלט." עס איז 0באקאנט אז ער האט געמיינט זיך זעלבסט.

כ'פארשטיי נישט.
ער מיינט דאך דיך אויך. דו טענה'ס אז דו האסט עולם הזה ?

משכיל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:52 pm

· #40159
דאס איז זיכער אז די פארקאכטע בעלי מדריגה פילען א מורא' דיקען טעם אין עבודה און אין מצות, אבער מען רעד דא פון פשוטע אידן

pink » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:01 pm

· #40166
real jew
אלו ואלו דברי אלוקים חיים!! א אידישער גוי האט די בעסטער פון ביידע וועלטן

ווייקט זיך אין מקווה
טאנצ'ט שמחת תורה - איז נישט נערוועז הושענא רבה
און עיראפארטס ווי די גוים פרעסן נעמט ער נישט ארויס קיין טונא ראול'ס
שוואַנגערט נישט ביי די חתונה פון איר דריטער טאכטער ארומגענומען מיט איר זיבעצן און א האלב קינדער

מיין טאטע האט געלעבט אזא לעבן... זיין צובראכענע שמייכל ליגט מיר נאך אין די ביינער!

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:25 pm

· #40179
מורינו, די באקאנטע מעשה וועלכע האט פאסירט ביי איך געדענק שוין נישט וועלכער רבי'ן (אפשר דער תפארת שלמה זצ"ל?)
שבועות נאכן אראפלייגן א דאווענען פון פארטאגס, מיט א מורא'דיגע עבודה ביי אהבה רבה, אקדמות, און קריאת קבלת התורה,
איז ער שפעט נאכמיטאג אהיימגעגאנגען, זיך אויסדרוקענדיג: אה, דעם חציו לכם האבן מיר שוין מקיים געווען......

DotCom » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:43 pm

· #40183
דאס איז עס, א מענטש אהן א רעליגיע איז זיין גאנצע לעבן ובפרט די גשמיות חלק אן אפקומעניש, ווען מ'זאל נעמען סיי וועלכע מענטש פון עני גלויבן, און מ'וועט אים פרעגן אויף א סקעיל פון איינס ביז צען - מיט איינס זיין זייער שלעכט און צען די בעסטע וואס ער קען זיך נאר פארשטעלן אין שענסטן חלום - ווי שטארק ער איז צופרידן פון זיין מצב? וועט אין עוורידזש לויפן די נאמבער'ס די זעלבע, איד צו גוי, ארים צו רייך, אלע וועלן זיין צופרידן נאר א קליינער נאמבער, ווייל אלע פון זיי האבן נאר דעגרייכט זייער ווייניג אקעגן דעם וואס זיי וואלטן ווען געוואלט האבן.

האבן א עכט צופרידענע לעבן אפילו בגשמיות געשעט נאר ווען מ'גלייבט אין גאט, מ'איז מקיים זיינע מצוות און מ'האלט זיך צוריק פון עבירות, און יא דער גוי איז אויך מחויב מיט זיינע מצוות און קען זיין עכט העפי און צופרידן.

די אידישע גלויבן איז אבער נאך בעסער ווייל די אידן זענען דאך דעם עם הנבחר מיט אסאך מער מצוות, און א תורה, און פאטענציעל אסאך מער שכר, ונזכה ונחי' ונראה...

יידל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:47 pm

· #40184
אינטערעסאנט איז אז אפילו פסיכאלאגן כופרים זאגן אויך אז אפילו זיי האלטן אז רעליגיע איז שטותים, טאר מען נישט אוועקנעמען רעליגיע פון די מאסן ווייל רעליעגעזע מענטשן זענען פרייליכער און מער צופרידן.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:17 pm

· #40197
איך האב געזען א שטודיע, אז מענטשען וועם ס'גייט גוט דאס לעבן, פרנסה, געזונט, איז נישט דא קיין אינטערשייד ציווישן רעליגיעזע און אום-רעליגיעזע, אבער ביי מענטשען וואס האבן נישט פרנסה מיט א ברייטקייט זעט זיך אן די אינטערשיד מער, אז די רעליגיעזע זענען מער צופרידן.
מ'קען אין דעם אריינלערנען אסאך פשטים, אדער איז ביי רעליגיעזע דא מער קאמיוניטי בעיסד סאפארט, מ'העלפט ארויס דעם ארימען מער, אדער אז א אומגלויביגער ווען ס'גייט עם נישט גוט האט ער קיינעם נישט צו בלעימען אויסער זיך, דאגעגען דער גלויביגער קען בלעימען זיין עבירות, זיין טאטעס עבירות, אדם הראשון'ס ארגינעלען זינד, א תיקון פאר יענע וועלט, מ'לייגט אוועק זיין שכר פאר יענע וועלט, וכו' וכו'.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:08 pm

· #40210
בזכרוני אז ראביי עמנואל פעלמאן אין זיין ביך 'די שוהל וויטאוט עי קלאק' (בכלל וואלט איך רעקאמאנדירט עס צו ליינן) האט א אינטרעסאנטע תירוץ אוף די שאלה.

משה רוקח » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:01 pm

· #40227
כדי צו וויסן דער תירוץ ווער איז מער צופרידן, מוז מען אויספראבירן ביידע וועגן.
א איד בין איך שוין מיין גאנץ לעבן. אפשר זאל איך יעצט פראבירן דעם צווייטן וועג פאר פינף און צוואנציג יאר און נאכדעם צוריקקומען דא צו ענטפערן אויף די שאלה.

ידען » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:03 pm

· #40229
איך האנישט געלייענט אלעס ביז אהער אבער די כלל וואס איך זעה איז אז נישט קיין חילוק וואס מע איז און ווי רייך אדער ארעם, רעליגעיז אדער נישט, ווענד זיך אין די מענטש מער ווי וואס ארום איהם איז.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:33 pm

· #40238
משה רוקח
כדי צו וויסן דער תירוץ ווער איז מער צופרידן, מוז מען אויספראבירן ביידע וועגן.
א איד בין איך שוין מיין גאנץ לעבן. אפשר זאל איך יעצט פראבירן דעם צווייטן וועג פאר פינף און צוואנציג יאר און נאכדעם צוריקקומען דא צו ענטפערן אויף די שאלה.


pink
if a goyishe life is better than why do we see sometimes how popular rich goyim that have everything drop it and become yidden?

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:37 pm

· #40239
יידל
אינטערעסאנט איז אז אפילו פסיכאלאגן כופרים זאגן אויך אז אפילו זיי האלטן אז רעליגיע איז שטותים, טאר מען נישט אוועקנעמען רעליגיע פון די מאסן ווייל רעליעגעזע מענטשן זענען פרייליכער און מער צופרידן.

ס'איז א פשוטע זאך, ווייל עמיצער וואס ווייסט אז אפ' סגייט אים נישט גוט, איז דא איינער וואס קוקט אויף אים און יענער האט עס געברענגט, איז ער פיהל רוהיגער . דאס זעלבע ווען ער געפינט זיך בעת צרה, ווייסט ער אז ער פארמאגט א גאט צו וועם צו דאווענען. משא"כ א כופר. ער איז אליין אויף דער וועלט.
א גלויביגער האט אייביג איינעם צו וועם צו רעדן. א צרה איז לייכטער, און א שמחה איז גרעסער, ער פיהלט אז עמיצער איז שולדיג דערין, און איינער האט אים ליב.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:03 am

· #40281
ונבנתה העיר
ווען דו דארפסט ארויסגיין גייענדיג אין גאס דאפסטו נישט מער ווי צוגיין א האלבע גאס צו די נענסטע בית המדרש.

האט איהר שוין אמאל אריינגעטראכט וואס טוהט א גוי וואס דארף ארויסגיין ווען ער גייט אין גאס?

יא. נאר ס'פאסט נישט ארויס צו שרייבן ברבים. דא"ג. אין יוראפ איז דא פאבליק בית הכסא'ס.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:26 am

· #40286
קאווע טרינקער
שווער צו ענטפערן אויף די עצם שאלה, ווארום וואס מיינט א "איד"? ס'איז דא אזויפיל סארט אידן וויפיל אידן ס'איז דא.
בפשטות, לויט ווי מיין נאך-אלץ-אביסל-מצומצם'דיגע קאפ זאגט, איז די "תורה" לעבן דאס בעסטע וואס ס'איז שייך,
מיט די הנחה אז ה' וויל נאר אונזער גוטס, און מיט די הנחה אז ער איז דער יוצר און דערפאר פארשטייט ער דאס בעסטע זיין יצירה.

בנוגע דרבנן'ס, איז דאך נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז זיי האבן געוויסט מסוף העולם ועד סופו (זיי זענען דאך נישט קיין תלמידי בעש"ט)
על כן, יתכן אז אסאך איסורי דרבנן מאכן באמת שווערער דאס לעבן.
וכל שכן ונין ונכד של קל וחומר, אז די מנהגים וואס דר'עולם איז מאמץ כהלכה למשה מסיני, האט דאס דאך גארנישט מיט ה',
זיי מאכן אוודאי שווערער דאס לעבן.

על כן, ווען מ'איז דן בכובד קאווע וואס פארא סארט לעבן איז בעסער, דארף מען מחלק זיין צווישען אידן זעלבסט.

ווי יענער האט געזאגט "די תורה איז פיין, די פראבלעם איז אבער, אז ס'איז געפאלן אין אידן'ס הענט".
און יא, ווי מער מ'לערנט אלץ מער זעסטו ווי די תורה האט ליב דעם מענטש, און האט ליב ווען דער מענטש enjoys life.

די תורה איז זיס און דאס תורה'דיגע לעבן סיי די דאורייתא'ס און סיי די דרבנן'ס מאכן נישט שווער דאס לעבן. נאר די עם הארצ'ישע מנהגים און "קעפעידעס" וואס האבן זיך אנגעזאמלט אין משך פון יארן, אט דאס מאכט שווער דאס לעבן פון א איד, און ער פילט גילטי אויב ער קען אמאל אביסל אפאטעמען .

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:28 am

· #40287
דער וועג וויאזוי שידוכים גייט צו היינט האט מיט די תורה גארנישט איינגעלייגט.
אונדזער סאסייעטיש'ן וועג פון לעבן האט מיט די תורה גארנישט.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:46 am

· #40291
chasid
ס'איז טאקע נישטא אין קאווע שטיבל קיין איינער וואס האט שוין פארזוכט דעם געשמאקע טעם פון "אידישע עולם הזה"??
נעבעך.

כ'האב עכט רחמנות אויף ענק אז עטץ זענען אלע אויפגעוואקסן אין סאטמאר און קיינמאל נישט באקומען דעם חסידישן געשמאק אין אידישקייט, אנשטאט ווערן אויפגעקלערט און זוכן וואס דער גוי האט צו פארקויפן, ווערטס אויפגעקלערט און זוכטס וואס להבדיל חסידות האט צו פארקויפן!

מיטן לערנען בקביעות ספרי חסידות מיט א סדר יעדן טאג, דארף מען נישט גיין זוכן סיפוק ביים גוי, בדוק ומנוסה!!

אבער א שיינע, נייע געליעסטע קאר דארף מען? א נייע איינגערישטע קאנדאמיניום מיט סענטראל עיר, און א טייערע קאך דארף מען? ווער רעדט נאך פון פארן אין קאנטרי, מיט טריפס קיין א"י זומער און ווינטער קיין פלארידא .? ווען מען האט שוין די אלע זאכן קען מען אנהייבן צו לערנען ספרי חסידות.

איחוד פעלד » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:01 am

· #40325
נעבעך נעבעך אויף אלע וואס מיינען די גראז איז גרינער ערגעץ אנדרעש.
פאר אלע וואס האבען נישט ליב דער דאבעל לייף, זאלען גוט אריין טראכטען ווער איז מכריח צו האלטען אז עס איז דאבעל, טוה וואס דיר שמעקט און הער אויף צו קרעכצען.

דער סלאנימער עולם הזה איז מוצאי שבת פאר די וואס ווייסען נישט.

מורינו הרב » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:10 am

· #40328
איחוד פעלד

דער סלאנימער עולם הזה איז מוצאי שבת פאר די וואס ווייסען נישט.


אריין אין מאחורי.

we will » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 9:20 am

· #40332
You're all talking about the man's life, I want to know about the life of the woman, where she has a better life in the Orthodox world, or in the secular

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:32 am

· #40345
we will
You're all talking about the man's life, I want to know about the life of the woman, where she has a better life in the Orthodox world, or in the secular

שווער צו ענטפערן, איך בין נישט קיין פרוי.
פון איין זייט, א ארטודאקסישע פרוי פיהל מער פארזיכערט.
פון די אנדערע זיי, א פרייע פרוי באקומט וואס זי דארף.

chasid » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:56 am

· #40356
כ'מיין מ'זאל דא מאכן א אנקעטע אזוי..
ווען דו באקומסט יעצט א אויסוואל פון באשעפער וואס צו זיין פון יעצט און ווייטער א איד צו א גוי, וואס וואלסטו אויסגעוועלט?
צו שארף? אויב נישט, בעט איך די הנהלה צו מאכן אזא אנקעטע.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:59 am

· #40358
א גוי, אבער מיט איין תנאי, אלע נייע גוים זאלן ווייטער וואוינען אין וומ"ס און ב"פ וכו'.
מ'זאל זיך האלטן צוזאמען...
ס'שווער צו ווערן א גוי אליינס
א גוי האט דען א קאר-סיט-גמ"ח?

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:04 am

· #40361
קאווע טרינקער
א גוי, אבער מיט איין תנאי, אלע נייע גוים זאלן ווייטער וואוינען אין וומ"ס און ב"פ וכו'.
מ'זאל זיך האלטן צוזאמען...
ס'שווער צו ווערן א גוי אליינס
א גוי האט דען א קאר-סיט-גמ"ח?

און אויך זאל מען ווייטער קומען דאווענען אין ביהמ"ד יעדן שבת, עטליעסט לכה דודי פרייטיג צונאכטס און קריאת התורה שבת אינדערפרי, כ'על נאכאלץ וועלן קייען די נייעס....

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:13 am

· #40367
נפתלי
קאווע טרינקער
א גוי, אבער מיט איין תנאי, אלע נייע גוים זאלן ווייטער וואוינען אין וומ"ס און ב"פ וכו'.
מ'זאל זיך האלטן צוזאמען...
ס'שווער צו ווערן א גוי אליינס
א גוי האט דען א קאר-סיט-גמ"ח?

און אויך זאל מען ווייטער קומען דאווענען אין ביהמ"ד יעדן שבת, עטליעסט לכה דודי פרייטיג צונאכטס און קריאת התורה שבת אינדערפרי, כ'על נאכאלץ וועלן קייען די נייעס....

און מ'זאל ווייטער שישקענען אויף דיר... נו! דו גוי! מ'טאר נישט...

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 11:22 am

· #40372
חאסיד, דיין אנקעטע קומט נישט דא אריין, די אשכול רעדט מען וועמענס לעבן איז בעסער, געשמאקער, נישט וואס ס'לוינט זיך. אוודאי וואלט איך געפיקט צו זיין א איד, דאס איז דאך נצחיות, חיי עולם, אבער ס'נישט גרינג, חיי עמל תחי'.
ווער ס'האט א געשמאקער טאג טעגליכן, דאס איז די דיסקוסיע דא, און אוודאי איז דא מעלות און חסרונות אויף ביידע זייטן, מ'דארף נאר זען וועלכע זייט וואגשאל וועגט איבער.

yes yes » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:36 pm

· #48840
is as string or if not stronger
נפתלי
זר זהב


ביי א גוי איז נישט שייך אז זיין קינד איז אים אפגעפארן אדער אז די פאבליק סקול האט געשיקט א לא נתקבל.

😢

א יעדער האט א וויזשאן וויאזוי ער וויל זיינע קינדער זאלן אויסקוקן און ביי זיי מאכט זיך עס מער אפט אז דאס קינד וויל עפעס אנדערש און פייפט זיך אריין אויפן טאטן
אפשר איז די ווייטאג נישט אזוי שטארק וואו ביי אונז, אבער זיי ווייטיגן אויך דערויף

yes yes » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:45 pm

· #48843
קאווע טרינקער
we will
You're all talking about the man's life, I want to know about the life of the woman, where she has a better life in the Orthodox world, or in the secular

שווער צו ענטפערן, איך בין נישט קיין פרוי.
פון איין זייט, א ארטודאקסישע פרוי פיהל מער פארזיכערט.
פון די אנדערע זיי, א פרייע פרוי באקומט וואס זי דארף.

depends on her husbend

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:55 pm

· #49127
וועלכע יוד לעבע א בעסערע לעבן?
📎 חבד.jpg

איחוד פעלד » דינסטאג אקטאבער 2, 2012 10:51 pm

· #49183
על פי פשטות קען מען ברענגען א פשוטע ראיה אז דער אידס לעבען איז נישט בעסער.
ווען יא וואלטען דאך אלע גוים געווארען אידען!
אלא מאי איז געדרינגען אז דער גוי האט א בעסער לעבען.
אייפארוואס ווערען נישט אלע אידען גוים?
תיקו.
וי"ל ווייל עס איז ביהרג ואל יעבור.

איך בין עס » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 7:09 am

· #49205
מער
וואס ווערן מער? גוים ווערן יודן? אדער יודן ווערן גוים? עס אי היינט נישט קיין נייעס ווען א יוד ווערט א גוי אין עס איז נאך יא נייעס ווען איינער איז זיך מגייר פאקט איז פאקט

villager » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 11:09 am

· #49209
איך בין עס
וואס ווערן מער? גוים ווערן יודן? אדער יודן ווערן גוים? עס אי היינט נישט קיין נייעס ווען א יוד ווערט א גוי אין עס איז נאך יא נייעס ווען איינער איז זיך מגייר פאקט איז פאקט


איז סוסייד בעסער ווי לעבן? עס איז היינט נישט קיין נייעס ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן, און עס איז יא א נייעס ווען איינער ווערט צוריק לעבעדיג, פאקט איז פאקט.

אגב, דו ווייסט אז היינט איז א וועלט פון תשובה? אין א"י האלט מען ביי איבער א האלב מיליאן...

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 12:15 pm

· #49216
villager
איך בין עס
וואס ווערן מער? גוים ווערן יודן? אדער יודן ווערן גוים? עס אי היינט נישט קיין נייעס ווען א יוד ווערט א גוי אין עס איז נאך יא נייעס ווען איינער איז זיך מגייר פאקט איז פאקט


איז סוסייד בעסער ווי לעבן? עס איז היינט נישט קיין נייעס ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן, און עס איז יא א נייעס ווען איינער ווערט צוריק לעבעדיג, פאקט איז פאקט.

עס קען זיין אז אין. הכי נמי, פאר די וואס קאמיטען זעלבסט טויט איז דער טויט בעסער.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 2, 2018 6:36 am

· #398810
איך זיץ ביי מיר אינדערהיים און איך עס מיר פרישע איבערגעווארימטע מצה מיט אבוקדו מיט די גראבע התאחדות זאלץ כ׳טראכט צו מיר וואס ווייסט דען א פוסטע גוי וויאזוי ס׳טעיסט א פרישע איבערגעווארימטע מצה מיט גראבע שטיקער התאחדות-זאלץ??? כ׳געדענק ווען מיין טאטע פלעגט אהיימגיין שבת פון שול פלעגט ער מיר זאגן ״וואס ווייסט דען א גוי פון די טעם אין א שבת-קודש?״ איך טראכט אז דאס קען דאך גיין אויף ביידע וועגן.

א געווזענער בעלזער חסיד האט מיר פארציילט אז מיט יאהרן צוריק ווען ער האט איבערגעלאזט אידישקייט האט אים די בעלזער רב געזאגט דוד המלך ע״ה זאגט אין תהילים ״טעמו וראו כי טוב ה׳״. אז די וועסט ׳טועם׳ זיין די טעם פון תורה וועסטו עס קיינמאל נישט אפלאזן. זאגט ער פארן רב, איר זיצט זיך דא אין א ספרים-שטוב און האט נאך קיינמאל נישט טועם געוועהן די טעם פון ארויסגיין אין א קלאוב און טאנצן מיט שיקסעס וויאזוי קענט איר וויסן וועלכע טעם איז בעסער? איך האב שוין טועם געוועהן ביידע, און דאך וועיל איך נישט אויס די גמרא...

נאר די תירוץ קומט טאקע פונעם חכם מכל האדם אליינס שלמה המלך זאגט דאך שוין אין משלי אז ״כל באיה לא ישובון״ און מ׳וועט מוזן איינזעצן אז ״אלו ואלו דברי אלוקים חיים״

חסיד פון ליטא » מאנטאג אפריל 2, 2018 8:13 am

· #398812
Re: וועמענס לעבן איז בעסער, פונעם יוד אדער פונעם גוי?
סתם א הויכע מינוט געהאט?

אישתישבי » מאנטאג אפריל 2, 2018 8:49 am

· #398813
עס דערמאנט דער באקאנטע הגה וואס ביאליק האט געשריבן אין די גמרא אויף דעם וואס די גמרא זאגט כל האוכל מצה בערב פסח כאילו בעל ארוסתו בבית חמיו. האט ער געשריבן א הגה, צ"ע, טעמתי טעם שניהם, ואינו דומה כלל.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 3:41 am

· #398989
חסיד פון ליטא
סתם א הויכע מינוט געהאט?


וואס פארא שאלה? זיכער! יעדע מינוט פון ׳יום טוב׳ איז ביי מיר גאר ״דערהויבן״. א קלייניקייט!?

גאט ב״ה האט אונז דערהויבן.
אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו ורוממתנו מכל הלשונות. ותתן לנו ה' אלוקינו באהבה, מועדים לשמחה חגים וזמנים לששון, את יום חג המצות הזה...

און אז מ׳וויל זיך פיהלן דערהויבן אינמיטן יאהר. מאכט מען אזא בחינה פון ״יו״ט אינדערוואכן״...
בלאט: 1 2